בלאט 1 פון 3

אפ"א, פאר קדיש ביי מעריב איז [לצורך] גענוג 6 אידן!

געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2017 9:36 pm
דורך נגיד
איר ווינדערט זיך וואס מיינט אפ"א? כ'העל אייך זאגן, ס'באדייט "איינמאל פאר אלעמאל"...

פאר אלע אומוויסנדע אידן וואס האבן געכאפט דעם עמוד נאכפאר עס איז געווען מזומן אין שטיבל און נאך שמו"ע ציילן זיי צו זיי האבן מנין, נעמליך פערצן מענטשן...
וויל איך מודיע זיין א פראסטע הלכה אין שלחן ערוך אז צו זאגן קדיש ביי מעריב נאכך שמו"ע דארף מען נישט האבן תשעה עונים וואס מען דארף ביי הויך שמו"ע ביי שחרית און מנחה, עס איז געניג 6 אידן (אדער לויט געוויסע פוסקים 7 אידן) ותו לא!

ביום ההוא יהיה ה' אחד ושמו אחד, שקויעך!

געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2017 9:40 pm
דורך יהודי
זאג ביסט א געליטענער היינט? :lol:

געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2017 9:41 pm
דורך טאנץ 2
אבער די 6-7 דארפן זיין וואס האבן דארט געדאווענט שמו''ע (נישט פרעמדע)

געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2017 9:44 pm
דורך נודה לך
פארשטייט זיך לכתחילה דארף מען האבן 9 וואס האבן אויסגעטרעטן אבער אויב זיי זענען מאריך איז גענוג 6.

געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2017 9:46 pm
דורך אי-רעלעווענט
גא״מ

ד״א א חשובע דיין האט מיר אמאל געזאגט אז אפילו צו שחרית/מנחה איז גענוג 6 און מקען מצרף זיין 2 וואס שטעלן זיך מיטה בעל תפילה.

געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2017 9:53 pm
דורך גאלדענע פעדער
נגיד טייערע, ווען מען שרייבט א הלכה שרייבט מען א מקור.


וואס איז די מראה מקום ביטע?

געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2017 10:15 pm
דורך נגיד
יהודי האט געשריבן:זאג ביסט א געליטענער היינט? :lol:

יע... ביג טיים (במלא מובן המילה...)

געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2017 10:15 pm
דורך וואוילע שעפעלע
דאכצעך אז ס'נישט א פראסטע הלכה נאר א פשרה אין א מחלוקה

געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2017 10:33 pm
דורך שופר
אוצר הלכות

געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2017 10:34 pm
דורך איסר האטלקי
טאנץ 2 האט געשריבן:אבער די 6-7 דארפן זיין וואס האבן דארט געדאווענט שמו''ע (נישט פרעמדע)

לאו דוקא, כדי צו זאגן דעם קדיש דארף זיין ששה מתפללים, אויב אבער האט מען דארט באותו מקום געדאווענט שמו"ע איז גענוג פינף.

אגב, די הלכה איז גילטיג ביי יעדן קדיש נאך שמו"ע, שחרית - חצי קדיש נאך תחנון און אויך קדיש תתקבל, מנחה - קדיש תתקבל, אויב די מנין איז זיך צולאפן אינמיטן הויכע שמו"ע.

פארשטייט זיך אז אלעס איז בדיעבד, מיר לכתחילה אידן ווארטן נאך עטליכע סעקונדעס אז תשעה עונים זאלן אויסטרעטן.

געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2017 10:38 pm
דורך גאלדענע פעדער
ביטע פארעכטען דעם קעפל צי: אפ"א, פאר קדיש ביי מעריב איז בדיעבד געניג 6 אידן!

געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2017 10:39 pm
דורך דע מה שתשיב
חידוש נפלא. קיינמאל געהערט. כ'האב אלץ געוואוסט, אז ביי יעדע קדיש דארף זיין א מנין, תשעה עונים.

געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2017 11:20 pm
דורך בלעטל
נגיד האט געשריבן:איר ווינדערט זיך וואס מיינט אפ"א? כ'העל אייך זאגן, ס'באדייט "איינמאל פאר אלעמאל"...

פאר אלע אומוויסנדע אידן וואס האבן געכאפט דעם עמוד נאכפאר עס איז געווען מזומן אין שטיבל און נאך שמו"ע ציילן זיי צו זיי האבן מנין, נעמליך פערצן מענטשן...
וויל איך מודיע זיין א פראסטע הלכה אין שלחן ערוך אז צו זאגן קדיש ביי מעריב נאכך שמו"ע דארף מען נישט האבן תשעה עונים וואס מען דארף ביי הויך שמו"ע ביי שחרית און מנחה, עס איז געניג 6 אידן (אדער לויט געוויסע פוסקים 7 אידן) ותו לא!

ביום ההוא יהיה ה' אחד ושמו אחד, שקויעך!

נא"מ א"ג אע"א גא"ג

געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2017 12:26 am
דורך לכאורה
כ'א'מזל דו שרייבסט ארויס די ראשי תיבות פון אפ"א, פונדרויסן האב איך געהאלטן אז דאס מאכט א'ינפארמעישאנעל פ'ורפוסעס א'נלי...

געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2017 12:27 am
דורך איסר האטלקי
דע מה שתשיב האט געשריבן:חידוש נפלא. קיינמאל געהערט. כ'האב אלץ געוואוסט, אז ביי יעדע קדיש דארף זיין א מנין, תשעה עונים.

לאמת הענין, הוא סתירה במשנ"ב, במקום אחד הוא אומר שצריכים ט' לכל קדיש וקדושה, ובמקו"א דומר דסגי בששה מתפללים לכל דבר. והכרעת רוב הפוסקים היא דבחזרת הש"ץ צריכים לט' עונים ובקדיש שלאחר שמו"ע די בששה.

יש מפשרין לומר דבכל פעם סגי בשמונה עונים - כשיש מנין שלם אנשים בהחדר רק הם מתפללים וכדו'.

געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2017 12:39 am
דורך נגיד
לכאורה האט געשריבן:כ'א'מזל דו שרייבסט ארויס די ראשי תיבות פון אפ"א, פונדרויסן האב איך געהאלטן אז דאס מאכט א'ינפארמעישאנעל פ'ורפוסעס א'נלי...

;l;p-
הא לן והא להו...

געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2017 8:16 am
דורך דריידל
איסר האטלקי האט געשריבן:
דע מה שתשיב האט געשריבן:חידוש נפלא. קיינמאל געהערט. כ'האב אלץ געוואוסט, אז ביי יעדע קדיש דארף זיין א מנין, תשעה עונים.

לאמת הענין, הוא סתירה במשנ"ב, במקום אחד הוא אומר שצריכים ט' לכל קדיש וקדושה, ובמקו"א דומר דסגי בששה מתפללים לכל דבר. והכרעת רוב הפוסקים היא דבחזרת הש"ץ צריכים לט' עונים ובקדיש שלאחר שמו"ע די בששה.

יש מפשרין לומר דבכל פעם סגי בשמונה עונים - כשיש מנין שלם אנשים בהחדר רק הם מתפללים וכדו'.


ס'איז א סתירת המחבר (נישט משנה ברורה) און די שו"ע הרב מאכט די פשרה.
אפשר צייכענסטי צו ווער ס'זענען די 'רוב פוסקים' וואס די ברענגסט?

געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2017 9:45 am
דורך איסר האטלקי
דריידל האט געשריבן:אפשר צייכענסטי צו ווער ס'זענען די 'רוב פוסקים' וואס די ברענגסט?

די אלע וואס האבן אנגענומען להלכה אז פינף/זעקס איז גענוג פאר קדיש.

געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2017 9:50 am
דורך שואף
גאלדענע פעדער האט געשריבן:ביטע פארעכטען דעם קעפל צי: אפ"א, פאר קדיש ביי מעריב איז בדיעבד געניג 6 אידן!


די לשון בדיעבד איז נישט אינגאנצן פאסיג

ווייל באמת איז די ווארט טייטש - נאכן טוען - אזוי ווי עס איז צוזאמגעשטעלט פון צוויי ווערטער

בדי עבד - ווען ער האט דאס שוין געטוען.

למעשה ווערט עס אויך גענוצט אויף א זאך וואס עס איז נישט אינגאנצן אויסגעהאלטן. דהיינו עס איז ניטש אינגאנצן לכתחילה - פון אנהייב-

אבער עס איז נאר א לשון המושאל.

ובכגון דא ווען א טירחא דציבורא שפילט א ראלע. נאכדערצו ווען דאס מיינט אז א טייל אירע וועלן נישט זאגן עלינו מיט מנין און נישט הערן קדיש יתום. איז עס אפשר א סאך מאל נישט נאר אזא בדיעבד זאך ודו''ק

געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2017 11:44 am
דורך טאנץ 2
איסר האטלקי האט געשריבן:
טאנץ 2 האט געשריבן:אבער די 6-7 דארפן זיין וואס האבן דארט געדאווענט שמו''ע (נישט פרעמדע)

לאו דוקא, כדי צו זאגן דעם קדיש דארף זיין ששה מתפללים, אויב אבער האט מען דארט באותו מקום געדאווענט שמו"ע איז גענוג פינף.

אגב, די הלכה איז גילטיג ביי יעדן קדיש נאך שמו"ע, שחרית - חצי קדיש נאך תחנון און אויך קדיש תתקבל, מנחה - קדיש תתקבל, אויב די מנין איז זיך צולאפן אינמיטן הויכע שמו"ע.

פארשטייט זיך אז אלעס איז בדיעבד, מיר לכתחילה אידן ווארטן נאך עטליכע סעקונדעס אז תשעה עונים זאלן אויסטרעטן.


ששה מתפללים מיינט וואס האבן געדאווענט מיט יענע מנין (נישט אזוי?)

ביזט זיכער אז די הלכה איז אויך פאר שחרית, מנחה?

געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2017 1:57 pm
דורך דריידל
איסר האטלקי האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:אפשר צייכענסטי צו ווער ס'זענען די 'רוב פוסקים' וואס די ברענגסט?

די אלע וואס האבן אנגענומען להלכה אז פינף/זעקס איז גענוג פאר קדיש.


איך בעט דיר פאר א מראי מקום זאגסטי 'די אלע וואס האבן אנגענומען'.
חוץ די שו"ע הרב האב איך נישט געזעהן נאך איינער וואס זאגט עס.

געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2017 2:36 pm
דורך איסר האטלקי
טאנץ 2 האט געשריבן:
ששה מתפללים מיינט וואס האבן געדאווענט מיט יענע מנין (נישט אזוי?)

ביזט זיכער אז די הלכה איז אויך פאר שחרית, מנחה?

ששה איז דוקא פון יענע מנין. די הלכה איז בפירוש אזוי ביי שחרית און מנחה, אויב בתחילת חזרת הש"ץ איז געווען מנין, עס איז איין לאנגע המשך ביז נאך תתקבל (ה' ה' ביי תחנון און קריאת התורה זענען שוין זייטיגע זאכן און עס פעלט זיך יא אויס מנין דערפאר) דעריבער כיון שהתחיל יכול לסיים.

געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2017 2:37 pm
דורך איסר האטלקי
דריידל האט געשריבן:איך בעט דיר פאר א מראי מקום זאגסטי 'די אלע וואס האבן אנגענומען'.
חוץ די שו"ע הרב האב איך נישט געזעהן נאך איינער וואס זאגט עס.

וועל איך עס נאכקוקן אי"ה.

געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2017 2:39 pm
דורך איסר האטלקי
דריידל האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:
דע מה שתשיב האט געשריבן:חידוש נפלא. קיינמאל געהערט. כ'האב אלץ געוואוסט, אז ביי יעדע קדיש דארף זיין א מנין, תשעה עונים.

לאמת הענין, הוא סתירה במשנ"ב, במקום אחד הוא אומר שצריכים ט' לכל קדיש וקדושה, ובמקו"א דומר דסגי בששה מתפללים לכל דבר. והכרעת רוב הפוסקים היא דבחזרת הש"ץ צריכים לט' עונים ובקדיש שלאחר שמו"ע די בששה.

יש מפשרין לומר דבכל פעם סגי בשמונה עונים - כשיש מנין שלם אנשים בהחדר רק הם מתפללים וכדו'.


ס'איז א סתירת המחבר (נישט משנה ברורה) און די שו"ע הרב מאכט די פשרה.
אפשר צייכענסטי צו ווער ס'זענען די 'רוב פוסקים' וואס די ברענגסט?

קלאר יא א סתירת משנ"ב. וואו איז די סתירת המחבר??
(דו רעדסט פון וואס ער שרייבט סימן נה, ה, פון מהרי"ל אם אחד ישן. פון דארט איז טאקע די מקור אז אכט איז גענוג, נאר א' ישן (מקור השיטה בעמק ברכה).

פון משנ"ב איז די סתירה בפירוש צווישן זעקס און צען.

געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2017 2:41 pm
דורך איסר האטלקי
איסר האטלקי האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:איך בעט דיר פאר א מראי מקום זאגסטי 'די אלע וואס האבן אנגענומען'.
חוץ די שו"ע הרב האב איך נישט געזעהן נאך איינער וואס זאגט עס.

וועל איך עס נאכקוקן אי"ה.

עי' פרי מגדים, ער לערנט פונקט ווי דער שו"ע הרב.