טעם וריח האט געשריבן:זייער אינטרעסאנט אין דער איד געדריקט זכרונות פון א בחור'ל וואס איז געפארן פון חוסט'ע ישיבה קיין שינאווע און בעלזא, (מקור אור הצפון בעלזא).
שרייבט ער דארט ער האט געוואלט גיין אין מקוה ערב יו"ט איז ער אריין אין מקוה אין בעלזא און ער האט ארויסגעפיצט... עס איז געווען אזוי שמוציג אז מען האט קוים געזעהן אז עס איז דא וואסער דארט... און ער זייענדיג א אונגארישער ישיבה בחור האט עס נישט געקענט פארנעמען... (אצינד שטומט שוין די באקאנטע בעלזא תורה פארוואס טינקט מען כרפס אין זאלץ וואסער, כידוע)
דער כותב שרייבט טאקע אז נאכדעם האבן זיי געדינגען א פיאקער וואס האט זיי גענומען צום לאקאלן טייך פאר א טבילה, ווי ס'איז אויך נישט געווען צו בא'טעמ'ט אבער זיי האבן עס דאך דורכגעטראגן.
באקאנט די מעשה מיט בעלזער רב זצ"ל אז איינע פון די געסט האבען זיך אמאל אויסגעדריקט אז ער קען נישט גיין דארט אין מקוה ווייל די מקוה שטינ... האט בעלזער רב זיך אנגערופן די מקוה שט.. ער שט.. און ס'האט אנגעהויבן שמעקן פון דעם איד זייער אומבא'טעמ'ט וריחו נודף למרחוק, ביז בעלזער רב האט אים באפוילן צו מפייס זיין באיזה אופן און דער שמעק איז אוועק פון אים.