אף הן היו באותו הנס - נשים בחיוב לבסומי בפוריא

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

אף הן היו באותו הנס - נשים בחיוב לבסומי בפוריא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

חייב איניש לבסומי בפוריא עד דלא ידע וכו'. איך וועל נישט אריינגיין יעצט אין דעם דין לגבי אנשים ווי ווייט דער חיוב איז, וכבר דשו בה רבים. כ'וועל רעדן לגבי נשים, צו איז ביי זיי אויך דא דער חיוב אדער נישט.

לכאורה ברויך ווען ביי זיי אויך זיין דער חיוב, ווייל אף הן היו באותו הנס, און צוליב דעם זענען זיי טאקע מחויב מיט מקרא מגילה ומשלוח מנות ומתנות לאביונים.
אבער אסאך פוסקים האבן אנגענומען אז היות דער עיקר חיוב איז דאך צו טרינקן וויין אזוי ווי רש"י זאגט, און א פרוי מעג דאך נישט טרינקן קיין סאך וויין (כמבואר במ' כתובות ס"ה) ממילא איז גייט בכלל נישט אן דער חיוב ביי זיי. כ"כ בשבט הלוי (ח"י סי"ח), ובמוע"ז ח"ב סי' ק"צ ועוד. און דער שבה"ל שרייבט "ואשר שאל אם נשים חייבות בכלל מצות היום גם חייב אינש לבשומי בפוריא עד דלא ידע. לדידי אין שום שאלה, דלא שייך זה באשה (גם אם ננקוט דשייך עוד בזה"ז כמבואר בפוסקים), דחז"ל הקפידו בכתובות ס"ה ע"א מליתן רבוי יין לאשה מטעמי התגברות היצר ובשו"ע אה"ע סי' ע', וגם אם בעלה עמה, אין דרך עד דלא תדע כמובן וכו', והדברים פשוטים".

ווי אויך האב איך געזען אז דער נטעי גבריאל ברענגט פון משנת יעקב בסי' תרצ"ה אז פרויען זענען נישט מחויב, און ער זאגט א שיינער רמז בדרך צחות, אז ס'שטייט אין די מגילה "ומאמר אסתר קים דברי הפרים האלה", 'הפרים" איז חסר ווא"ו, זאגט ער אז אסתר האט געזאט די חיובי היום פאר די נשים, און וועגן דעם האט זי געזאגט פאר זיי פורים חסר ווייל ביי זיי פעלט איין מצוה - דער חיוב פון לבסמוי בפוריא.

אבער לאידך גיסא איז דא כמה פוסקים וואס שרייבן אז אביסל זענען זיי יא מחויב, ווייניגער ווי דער שיעור האיסור (עי' שו"ת היכלי שן תליתאי סי' ז' ח', וכן מובא מהקה"י).

ובעיקר איז מיר אינטערסאנט וואס ס'שטייט אין שו"ת רבי עקיבא יוסף (או"ח ח"ב סי' רס"ג) שי"ל השתא, ער שרייבט אז באמת איז דער חיוב לבסומי בפוריא נישט דווקא דורך וויין נאר דורך יעדע משקה או מאכל המשכר, למשל תמרים או חלב כמבואר בגמ' אז דאס איז משכר, און ער איז מוסיף אז אויך קען מען זיך מבסם זיין מיט יי"ש אדער מיט קורט של לבונה* אפיאום בלע"ז (חשיש בל"ע), און ער ברענגט א ראיה צו דעם, פון די גמ' וואס זאגט אויף די פרויען אז אף הן היו באותו נס, און לויט דעם זענען זיי מחויב בכל מצות היום, און אויב איז דער חיוב דווקא וויין קען דאך נישט זיין אז זיי זענען מחיוב מיט דעם ווייל ס'דאך א ניוול פאר זיי, אלא מאי מוז זיין אז מ'איז יוצא אויך מיט אנדערע זאכן, און דאס קענען אויך פרויען מקיים זיין.

קומט אויס לדבריו איז דער חיוב אויך פאר פרויען, און זיי זענען יוצא מיט אנדערע דברים המשמחים למשל אפאיום... [להלכה ולא למעשה עד שיסכימו הדיינים ואנשי השלטן]

און ס'דא וואס זאגן אז פרויען קענען יוצא זיין אויך מיט גרעיפ דזשוס, ווייל ס'ווערט אויך אנגערופן א משקה המשמח.
און ווי אויך קען זיין אז די עיקר קפידא פון די פוסקים וואס שרייבן לשלול החיוב לגבי נשים, דאס איז נאר "שכרות" ממש, אבער אביסעלע וויין אדער עכ"פ גרעי"פ דזשו"ס איז דאך זיכער א זאך וואס הכל מודים אז ס'מותר להם, איז אולי כדאי צו מעורר זיין דערויף אין שטוב.

*[מתקן געווען פון "קורט של חלתית" צו "קורט של לבונה"]
לעצט פארראכטן דורך נא_שכל אום דינסטאג מארטש 22, 2016 12:24 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

ראשית, אין גמרא כתובות שטייט נישט קיין איסור ממש, העכסנס איז עס א ניוול לה וכדומה.
צווייטנס אין גמרא שטייט דארט אז בפני בעלה מעג זי יא. ווי אויך אביסל וויין איז אויך נישט קיין חסרון.
דריטנס, אויב טאר מען נישט וויין איז דאס צוליב זיין אפעקט אויף דעם גוף. איז מאי שנא שאר משקים המשכרים אדער אופיום.
פערטנס, ביי ד' כוסות שטייט דאך קלאר אז נשים זענען יא מחוייב. וכידוע בימי חז"ל והפוסקים איז נישט געווען קיין גרעיפ דזשוס בימי הפסח.
די חיוב פון ד' כוסות איז אפילו שלא בפני בעלה, אפילו אז זי האט קיין בעל נישט. איז דאך קלאר אז ביז ד' כוסות איז קיין איסור נישט.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
בן מהללאל
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2015 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן מהללאל »

נא_שכל האט געשריבן:אדער מיט קורט של חלתית אפיאום בלע"ז (חשיש בל"ע)

חלתית איז נישט אופיום, און אופיום איז נישט חשיש.
אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראבל מעיקער »

בן מהללאל האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:אדער מיט קורט של חלתית אפיאום בלע"ז (חשיש בל"ע)

חלתית איז נישט אופיום

קריגסט דיך מיטן שו"ת רבי עקיבא יוסף?
איזי
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

בן מהללאל האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:אדער מיט קורט של חלתית אפיאום בלע"ז (חשיש בל"ע)

חלתית איז נישט אופיום, און אופיום איז נישט חשיש.

גערעכט ס'געווען א פליטת הקולמוס וצריך לתקן "קורט של לבונה", ועל זה מבואר בגמ' סנהדרין (מ"ג:) שהיו נותנין אותו להיוצא ליהרג בתוך כוס של יין כדי שתטרף דעתו עליו. און אויף דעם זאגט רבי עקיבא יוסף אז ס'איז אפאיום.
און חשיש האב איך צוגעלייגט, מעגליך ס'נישט ממש די זעלבע אבער די וואס זענען נישט באקאנט מיט די מינים שונים פון דעם רופן אלעס מיטן שם הכולל "חשיש" לפי מיעוט ידיעתי.

יעצט לויט די היינטיגע וויסנשאפט איז אנגענומען אז "לבונה" איז נישט אפאיום נאר א אנדערע געוויקס וואס קראנטע שטודיעס ווייזן אז ס'האט בערך אזעלכע אפעקטן צו ברואיגן דעם מענטש, און אז ס'איז גאר א סטיומליונט און מ'קען ווערען אדיקטיט דערצו.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

פורים תורה בענין זה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

ואיידי דאתי להכי, וועלמיר זאגן א שיינע תורה לעשירות דעתי הרמה לכבוד יום הפורים הגדול.

אין די גמרא הנ"ל אין מס' סנהדרין מ"ג: שטייט אז היוצא ליהרג משקין אותו קורט של לבונה בכוס של יין כדי שתטרף דעתו. און דערנאך ברענגט די גמרא א ברייתא "ותניא נשים יקרות שבירושלים היו מתנדבות ומביאות אותן".

שטעלן זיך די מפרשים פארוואס האבן דווקא די פרויען עס געברענגט? טייל מפרשים ענטפערן ווייל נשים רחמניות הן.

אבער אויב אזוי איז דאך שווער פארוואס דווקא די "צדקניות", אלע פרויען זענען דאך רחמניות?

נאר וואס דען אזוי ווי מיר שמועסן ברויכן די פרויען אויך מקיים זיין די מצוה פון לבסומי בפוריא, מיט וויין האלטן רוב פוסקים אז נישט, דעמאלטס מיט וואס דען האבן זיי געקענט מקיים זיין? מיט "קורט של לבונה"! ממילא וועגען דעם איז געווען מצוי די קורט של לבונה ביי די נשים צדקניות וואס האבן מקיים געווען די מצוה פון לבסומי בפוריא, ממילא האבן זיי עס געקענט ברענגן פאר דעם יוצא וכו'.

ותן לחכם ויחכם עוד!
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

הפלא ופלא,

אויף וויין גופא איז לכאורה דא א שאלה פון ונשמרתם מאוד לנפשותיכם, אויף יעדע אלקהאלישע געטראנק שטייט די גאווערנמענט ווארענונג אז אלקאהאל שאדט פאר פרויען ביים געבורט
פאר קריטיק דריקט דא
קליינע טאטע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 4:52 pm

Re: אף הן היו באותו הנס - נשים בחיוב לבסומי בפוריא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינע טאטע »

אפשר לויטן רמ"א אז מען איז יוצא דורך כאפן א דרימל זענען זיי יא מחיוב?
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: אף הן היו באותו הנס - נשים בחיוב לבסומי בפוריא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

די יאר קענען שוין די נשים פון ניו דזשערסי מקיים זיין די מצוה לפי שיטת ר' עקיבא יוסף (אז מ'איז יוצא מיט חשיש וכדומה) ברשות הממשלה.

ניו יארק מעג מען שוין אויך אומאפיציעל. אבער נישט מאכן פענסי משלוח מנות דערפון, און ארומשיקן פאר די באקאנטע, דא איז נאך אומלעגאל אין ניו יארק דערווייל.

שמחת פורים פאר אלע...
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
קליינע טאטע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 4:52 pm

Re: אף הן היו באותו הנס - נשים בחיוב לבסומי בפוריא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינע טאטע »

נא_שכל האט געשריבן:די יאר קענען שוין די נשים פון ניו דזשערסי מקיים זיין די מצוה לפי שיטת ר' עקיבא יוסף (אז מ'איז יוצא מיט חשיש וכדומה) ברשות הממשלה.

ניו יארק מעג מען שוין אויך אומאפיציעל. אבער נישט מאכן פענסי משלוח מנות דערפון, און ארומשיקן פאר די באקאנטע, דא איז נאך אומלעגאל אין ניו יארק דערווייל.

שמחת פורים פאר אלע...

:lol: :lol: :lol:
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

Re: פורים תורה בענין זה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

נא_שכל האט געשריבן:ואיידי דאתי להכי, וועלמיר זאגן א שיינע תורה לעשירות דעתי הרמה לכבוד יום הפורים הגדול.

אין די גמרא הנ"ל אין מס' סנהדרין מ"ג: שטייט אז היוצא ליהרג משקין אותו קורט של לבונה בכוס של יין כדי שתטרף דעתו. און דערנאך ברענגט די גמרא א ברייתא "ותניא נשים יקרות שבירושלים היו מתנדבות ומביאות אותן".

שטעלן זיך די מפרשים פארוואס האבן דווקא די פרויען עס געברענגט? טייל מפרשים ענטפערן ווייל נשים רחמניות הן.

אבער אויב אזוי איז דאך שווער פארוואס דווקא די "צדקניות", אלע פרויען זענען דאך רחמניות?

נאר וואס דען אזוי ווי מיר שמועסן ברויכן די פרויען אויך מקיים זיין די מצוה פון לבסומי בפוריא, מיט וויין האלטן רוב פוסקים אז נישט, דעמאלטס מיט וואס דען האבן זיי געקענט מקיים זיין? מיט "קורט של לבונה"! ממילא וועגען דעם איז געווען מצוי די קורט של לבונה ביי די נשים צדקניות וואס האבן מקיים געווען די מצוה פון לבסומי בפוריא, ממילא האבן זיי עס געקענט ברענגן פאר דעם יוצא וכו'.

ותן לחכם ויחכם עוד!

רציתי פעם לאמור, ששייך לאמותיהן של כהנים הי' מספקים להם מחיה, והגולים הי' יוצאים ליהרג, והיו צריכים קורט של לבונה להניח עצביהם שהרגו נפש, ואם הכהן הגדול אשה יקרה.
גם, כי הכהנים הי' מורגלים בלבונה בהמנחה שאכלו.. ושאלה על ההוראה אם נבסמו
הצעיר באלפי
שר חמש מאות
תגובות: 697
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

Re: אף הן היו באותו הנס - נשים בחיוב לבסומי בפוריא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצעיר באלפי »

נא_שכל האט געשריבן:חייב איניש לבסומי בפוריא עד דלא ידע וכו'. איך וועל נישט אריינגיין יעצט אין דעם דין לגבי אנשים ווי ווייט דער חיוב איז, וכבר דשו בה רבים. כ'וועל רעדן לגבי נשים, צו איז ביי זיי אויך דא דער חיוב אדער נישט.

לכאורה ברויך ווען ביי זיי אויך זיין דער חיוב, ווייל אף הן היו באותו הנס, און צוליב דעם זענען זיי טאקע מחויב מיט מקרא מגילה ומשלוח מנות ומתנות לאביונים.
אבער אסאך פוסקים האבן אנגענומען אז היות דער עיקר חיוב איז דאך צו טרינקן וויין אזוי ווי רש"י זאגט, און א פרוי מעג דאך נישט טרינקן קיין סאך וויין (כמבואר במ' כתובות ס"ה) ממילא איז גייט בכלל נישט אן דער חיוב ביי זיי. כ"כ בשבט הלוי (ח"י סי"ח), ובמוע"ז ח"ב סי' ק"צ ועוד. און דער שבה"ל שרייבט "ואשר שאל אם נשים חייבות בכלל מצות היום גם חייב אינש לבשומי בפוריא עד דלא ידע. לדידי אין שום שאלה, דלא שייך זה באשה (גם אם ננקוט דשייך עוד בזה"ז כמבואר בפוסקים), דחז"ל הקפידו בכתובות ס"ה ע"א מליתן רבוי יין לאשה מטעמי התגברות היצר ובשו"ע אה"ע סי' ע', וגם אם בעלה עמה, אין דרך עד דלא תדע כמובן וכו', והדברים פשוטים".

ווי אויך האב איך געזען אז דער נטעי גבריאל ברענגט פון משנת יעקב בסי' תרצ"ה אז פרויען זענען נישט מחויב, און ער זאגט א שיינער רמז בדרך צחות, אז ס'שטייט אין די מגילה "ומאמר אסתר קים דברי הפרים האלה", 'הפרים" איז חסר ווא"ו, זאגט ער אז אסתר האט געזאט די חיובי היום פאר די נשים, און וועגן דעם האט זי געזאגט פאר זיי פורים חסר ווייל ביי זיי פעלט איין מצוה - דער חיוב פון לבסמוי בפוריא.

אבער לאידך גיסא איז דא כמה פוסקים וואס שרייבן אז אביסל זענען זיי יא מחויב, ווייניגער ווי דער שיעור האיסור (עי' שו"ת היכלי שן תליתאי סי' ז' ח', וכן מובא מהקה"י).

ובעיקר איז מיר אינטערסאנט וואס ס'שטייט אין שו"ת רבי עקיבא יוסף (או"ח ח"ב סי' רס"ג) שי"ל השתא, ער שרייבט אז באמת איז דער חיוב לבסומי בפוריא נישט דווקא דורך וויין נאר דורך יעדע משקה או מאכל המשכר, למשל תמרים או חלב כמבואר בגמ' אז דאס איז משכר, און ער איז מוסיף אז אויך קען מען זיך מבסם זיין מיט יי"ש אדער מיט קורט של לבונה* אפיאום בלע"ז (חשיש בל"ע), און ער ברענגט א ראיה צו דעם, פון די גמ' וואס זאגט אויף די פרויען אז אף הן היו באותו נס, און לויט דעם זענען זיי מחויב בכל מצות היום, און אויב איז דער חיוב דווקא וויין קען דאך נישט זיין אז זיי זענען מחיוב מיט דעם ווייל ס'דאך א ניוול פאר זיי, אלא מאי מוז זיין אז מ'איז יוצא אויך מיט אנדערע זאכן, און דאס קענען אויך פרויען מקיים זיין.

קומט אויס לדבריו איז דער חיוב אויך פאר פרויען, און זיי זענען יוצא מיט אנדערע דברים המשמחים למשל אפאיום... [להלכה ולא למעשה עד שיסכימו הדיינים ואנשי השלטן]

און ס'דא וואס זאגן אז פרויען קענען יוצא זיין אויך מיט גרעיפ דזשוס, ווייל ס'ווערט אויך אנגערופן א משקה המשמח.
און ווי אויך קען זיין אז די עיקר קפידא פון די פוסקים וואס שרייבן לשלול החיוב לגבי נשים, דאס איז נאר "שכרות" ממש, אבער אביסעלע וויין אדער עכ"פ גרעי"פ דזשו"ס איז דאך זיכער א זאך וואס הכל מודים אז ס'מותר להם, איז אולי כדאי צו מעורר זיין דערויף אין שטוב.

*[מתקן געווען פון "קורט של חלתית" צו "קורט של לבונה"]

רבי עקיבה יוסף זי’’ע אין זיין ספר הנפלא אויף מגילת אסתר ’’לב העיברי’’ זאגט אז קען זיין עס שטייט די לשון איניש ביי דיי חיוב פון טרינקען, כדי צו ממעט זיין נשים !
שטיקל סתירה צו זיין תשובה
לשם ייחוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 18, 2020 10:49 pm

Re: אף הן היו באותו הנס - נשים בחיוב לבסומי בפוריא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לשם ייחוד »

מענער מעגן זיך דען יא אנשיכורן אינמיטן יאר? אין גמרא שטייט מיאוסע זאכן אויף שיכורים פונקט אזוי ווי אויף פרויען טרינקן.
נאר וואס דען? פורים איז אנדערש, און די זעלבע זאך איז פאר פרויען.
איך ווינדער מיך וואס איז געווען ביז די שבט הלוי, איך זעה די אלע ספרים דערמאנט אויבן זענען היינטיגע ספרים, די שאלה דארף שוין צו זיין אזוי אלט ווי פורים איז.
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: אף הן היו באותו הנס - נשים בחיוב לבסומי בפוריא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

לשם ייחוד האט געשריבן:מענער מעגן זיך דען יא אנשיכורן אינמיטן יאר? אין גמרא שטייט מיאוסע זאכן אויף שיכורים פונקט אזוי ווי אויף פרויען טרינקן.
נאר וואס דען? פורים איז אנדערש, און די זעלבע זאך איז פאר פרויען.
איך ווינדער מיך וואס איז געווען ביז די שבט הלוי, איך זעה די אלע ספרים דערמאנט אויבן זענען היינטיגע ספרים, די שאלה דארף שוין צו זיין אזוי אלט ווי פורים איז.

הודו מיט כוש
מענער האבן די כלים, ס'איז אפשר מיאוס אגאנץ יאר, אבער פורים איז עס שיין, נשים איז עס פריצות, פריצות איז נישט מותר געווארן ביום הקדוש כ'פורים.
מאתים
שר חמש מאות
תגובות: 640
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 12:19 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאתים »

יידישע קהילות האט געשריבן:פערטנס, ביי ד' כוסות שטייט דאך קלאר אז נשים זענען יא מחוייב. וכידוע בימי חז"ל והפוסקים איז נישט געווען קיין גרעיפ דזשוס בימי הפסח.
די חיוב פון ד' כוסות איז אפילו שלא בפני בעלה, אפילו אז זי האט קיין בעל נישט. איז דאך קלאר אז ביז ד' כוסות איז קיין איסור נישט.

זייער א שטארקע נקודה, נישט געטראכט דערפון,
וואס איך טראכט איז, וויבאלד דאמאלטס איז נישט געווען קיין אנדערע משקה סתם אזוי חוץ וואסער אדער וויין - מהאט דאך נישט געהאט ווי צו האלטן פריש סתם מי פירות- ממילא זענען מענטשן געווען מער געוואוינט צו וויין, מזעט טאקע אין חז"ל זאכן אויף וויין וואס היינט איז אביסל אנדערש, למשל יין שבתןך הסעודה אינו משכר, טובא גריר פורתא סעיד, חמרא מגרונא שבע, ועוד ועוד
'ומאתים לנוטרים את פריו'
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: ביאור לשון "המן" טאשן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

בהמשך לענין הנ"ל שנשים יכולים לצאת ידי שמחה באפאיום, און צו פארשטיין געבן די שורש און טעם פון די ספעציעלע מזונות פאר פורים.

כידוע אז אמאל פלעגט מען אנפילן די המן טאשן מיט קריעם פון צומאלענע מָאהָן, וואס ווערט אנגערופן אין ענגליש פאפי סידס poppy seeds, די פרי דערפון ווערט אנגערופן פאפי אפיום (ובשם מדעי: Papaver somniferum), און בלשון המשנה הייסט עס "פרגין" (זעה שביעית ב ז, וערוך ערכים 'פרגין' ו'אופיון'), רש"י אין ר"ה זאגט אין אראביש רופט מען עס כשכש.

און דאס איז מעגליך די טעם פארוואס מ'האט עס גערופן המָּן טאשן, צו זאגן אז דאס איז מאהן, הא - מאהן טאשן.

די מאהן קערנדלעך וואקסן אזוי ווי א מילגרוים אדער בעסער געזאגט א פייג, ס'איז דאס זאפט אין די פרי, און דאס האט אין זיך נארקאטיקס, עס מאכט פרייליך דעם מענטש, און ס'נעמט אוועק ווייטאג, און פון דעם קומט די באקאנטע "אפיום", און אזוי אויך פארשידענע מעדיצין פאר ווייטאג, ווי מארפין אא"וו.

ס'דא צומאל וואס מענטשן טון דורכפאלן א דראג טעסט נאכן עסן פאפי סידס, צוליב וואס די קערנדלעך זענען פארפעסטיגט מיט די זאפט פון די פרי, אבער געוונדליך ווען מען עסט אביסל פאפי סידס אויף געבעקסן וועט מען עס נישט שפורן, משא"כ אויב טוט מען עס קאנצעטרירן קען מען שפירן אביסל די עפעקט, און מ'קען עס זען אין די בלוט טעסט. פאר מער איבער דעם זע דא

האב איך געקלערט אז די טעם פארוואס די פרויען פלעגן אריינלייגן די מאהן קריעם אין די המן טאשן, איז צוליב דעם ענין פון שמחה ביי פרויען, און מיט דעם האבן זיי יוצא וואס ר' עקיבא יוסף ז"ל איז מסופק אויב זיי זענען יוצא מיט אפיום...

שמחת פורים פאר יעדן!
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
שמחהלע
שר האלף
תגובות: 1524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 12:50 pm

Re: ביאור לשון "המן" טאשן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע »

נא_שכל האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 02, 2023 8:22 pm

אינטערעסאנט! ס'איז פונקט יעצט געווען אין די נייעס אז Poppy seeds קען מען זעהן אויף א דראג טעסט.

Defense Department Provides Warning to Military Services Regarding Poppy Seed Consumption and Military Drug Testing
Department of Defense / Published February 22, 2023
The Department of Defense recently issued a memorandum on Warning Regarding Poppy Seed Consumption and Military Drug Testing.

Recent data suggest that certain poppy seed varieties may have higher codeine contamination that previously reported. The memorandum warns service members that the consumption of poppy seed products could result in a codeine positive urinalysis result.

Out of an abundance of caution, the Department is encouraging all service members to avoid the consumption of poppy seeds in all forms to include food products and baked goods. As more information becomes available, the Department will revise the policy accordingly.
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: ביאור לשון "המן" טאשן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

נא_שכל האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 02, 2023 8:22 pm

כידוע אז אמאל פלעגט מען אנפילן די המן טאשן מיט קריעם פון צומאלענע מָאהָן, וואס ווערט אנגערופן אין ענגליש פאפי סידס poppy seeds, די פרי דערפון ווערט אנגערופן פאפי אפיום (ובשם מדעי: Papaver somniferum), און בלשון המשנה הייסט עס "פרגין" (זעה שביעית ב ז, וערוך ערכים 'פרגין' ו'אופיון'), רש"י אין ר"ה זאגט אין אראביש רופט מען עס כשכש.

און דאס איז מעגליך די טעם פארוואס מ'האט עס גערופן המָּן טאשן, צו זאגן אז דאס איז מאהן, הא - מאהן טאשן.

זעה איך יעצט אז איינער האט שוין געשריבן אז דאס איז דער טעם פארוואס עס הייסט המן טאשן זעה דא
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”