מדת העולם וגבולות אר"י - גיאוגרפיה

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25663
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

מדת העולם וגבולות אר"י - גיאוגרפיה

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוגוסט 27, 2007 4:38 pm

די גמרא אין פסחים צ"ד ע"א רעדט ארום וועגן די גרויסקייט פון די וועלט מיט א מימרא פון רבא "שיתא אלפי פרסי הוו עלמא" ברענגט די גמרא א ברייתא 'מצרים הי' ד' מאות פרסה על ד' מאות פרסה, ומצרים א' מששים בכוש, וכוש א' מששים בעולם וכו'' פרעגט מיט דעם די גמרא אויף רבא אז זיין חשבון פון ס' אלף פרסי שטימט נישט, איז רש"י בד"ה וכוש וכו' מסביר די קשיא וז"ל אלמא עולם טפי מס' אלפי פרסי עכ"ל.

די חשבון איז פשוט אויב מצרים איז ת' פרסה על ת' פרסה, און די וועלט איז זעכציג מאל גרעסער ווי כוש וואס איז זעכציג מאל אזוי גרויס ווי מצרים, נו רעכן אויס 60X60X400=1440000 איז דאך דאס פיל מער פון זעכציג טויזענט.

דער צל"ח אויפ'ן פלאץ זאגט אויף רש"י "נ"ל טעות סופר כי ע"פ החשבון הזה העולם הוא כ"ד אלפי פרסי במכוון" פלאי פלאים דער צל"ח קומט אן צו א ציפער פון פיר-און-צוואנציג טויזענט פרסי און לויט אים איז די קשיא אויף רבא גאר פארקערט אז זיינע ס' אלף פרסי איז צופיל.

האב איך געטראפען א שיינעם הסבר אויפ'ן צל"ח פון זיין זוהן ר' יעקבקא לאנדא פון בראד אין זיין הקדמה אויפן נודע ביהודא, אז 400 ביי 400 איז 160,000 קוואדראט (סקווער) פרסה וואס אזויפיל איז מצרים געווען לויט די ברייתא, און כוש וואס איז 60 מאל אזוי גרויס ווי מצרים איז לפי חשבון 60X160,000=9,600,000 און די וועלט וואס איז 60 מאל גרעסער ווי כוש 60X9,600,000=576,000,000
576 מיליאן קוואדראט-פרסה.
ווער ס'איז באקאנט אין מאטעמאטיקס ווייסט פון א זאך ווי קוואדראט-ווארצל (סקווער-רוט) וואס באדייט דער שורש פון די קוואדראט חשבון (למשל א פלאץ גרויס 25 סקווער-פיס איז דער סקווער-רוט 5 ווייל 5X5=25 הגם נישט אלס איז דער פערימיטער סקווער אבער די שורש דערפון איז דאס ודו"ק) אויף א קאלקולעיטער איז פארהאן א ספעציעלע קנעפל דערפאר (אזוי ווי א גרויסע טשעק-צייכן).

יעצט שטימט דאך דער צל"ח כמין חומר וואס איז דער קוואדראט-ווארצל פון 576 מיליאן, הוי אומר 24,000 והצדיק את הצדיק דמעיקרא זיעועכי"א
פאלגענד איז א ציטאט פונעם הקדמה פון נודע ביהודא מהדו"ק:
צוגעלייגטע
nodabihudakama.jpg
nodabihudakama.jpg (97.94 KiB) געזעהן 5462 מאל
לעצט פאראכטן דורך מיללער אום דאנארשטאג יוני 05, 2008 4:43 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » מיטוואך יוני 04, 2008 2:01 pm

א גוטן חודש. מארגן ב' סיון איז די יארצייט פונעם מנחת אלעזר זצ"ל. שטייענדיג היינט ערגעץ וואו, האב איך זיך באגעגנט מיט א ספר 'שנה אחרונה', וואו א תלמיד האט אראפגעשריבן אלעס וואס ער האט געהערט מפה קדשו בשנתו האחרונה עלי אדמות.

אזוי בלעטערנדיג אין דעם ספר, האב איך באגעגנט אן אינטערסאנטער חידוש והערה פונעם מונקאטשער רב איבער די גבולת ארץ ישראל=גיאוגראפיע (שוין פארענטפערט פארוואס כ'האב אריינגעשמאלצן די נושא אין דעם אשכול...). דער תלמיד שרייבט דארט אז דער מונקאטשער רב וויל מחדש זיין, געבויט אויף ראיות חזקות פון ש"ס ופוסקים, אז די היינטיגע "תל-אביב" איז נישט א חלק פון ארץ ישראל (כלומר: ס'פטור פון תרו"מ שמיטה וכדו'). דא האט איר לינק צו דעם שטיקל "שנה אחרונה". זע בדף קצד (אות סג, ושם בהגה אות קטן כא).

איז פאראן דא איינער וואס קען חכמת הגיאוגראפי'?
*

אגב, כדי בעסער צו פארשטיין די נושא לינק איך דא אן אינטערסאנט זייטל, וואו מ'קען זען פונקליך סיי די גבולות ארץ ישראל בזמן הבית והשבטים און סיי די גרעניצן פונעם היינטיגן "תל-אביב". (אויף די לינקע זייט אויבן קליקט "אטלס אוו איראעל". צו זען א מאפע פון ארץ ישראל לפי חלוקת השבטים, קליקט "דע איזראעליטעס". צו זען א מאפע פון די היינטיגע גבולים, קליקט "איראעל 1949-1947.)

ווי מ'זעט אויף די מאפעס, איז "תל-אביב" טאקע ממש ביים גרעניץ, און אויב איז דאס שטיקל לאנד יא געווען אין א חלק אין ארץ ישראל איז דאס לכאורה מנחלת 'שבט דן'.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25663
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך יוני 04, 2008 2:38 pm

איך קען נישט קיין גיאוגרפיה (ביבליאוגרפיה האב איך געמיינט אז איך וועל קענען.....) אבער דער נושא איז מיר גראדע אינטערעסאנט ווייל וויילענדיג אין ארץ ישראל האב איך בתוכם גענעכטיגט אינעם 'כינר' רעזארט צופיסנס פון די גולן-בערג לעבן טברי', האט מיר א איד געזאגט אז דאס איז אין אמת'ן שוין נישט אין די אריגינעלע גבולות אר"י נאר פון שפעטער (איך געדענק נישט פון וועלכע תקופה) און לחומרא גיט מען דארט תרו"מ, והוסיף לומר אז אפי' אין שמיטה גיט מען דארט אויך תרו"מ וואס איז א לכאורה ממנ"פ שווער(ווייל אויב איז עס אר"י איז דאך שמיטה גיט מען נישט קיין תרו"מ, ווידער אויב נישט וואס גיבסטו בכלל תרו"מ) אבער ס'פארהאן חילקוים לגבי וועלכע פון די מצוות התלויות בארץ גייען יא אדער נישט אן, מיט וואס איך בין נישט באקאנט.

אזוי צו אזוי, מ'ברויך נישט קענען קיין גיאוגרפיה צו זעהן אז ר' זרח האט מזריח געווען מאורו הגדול עלינו ועל כל תושבי הקרעטשמע העכער אלע גיאוגראפישע פראפארציעס, ברוך שובך זרח!

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » מיטוואך יוני 04, 2008 3:23 pm

זייער אינטרעסאנט, אויב איך וועל געדענקען וועל איך אפיר זוכען א דיון וואס איך האב געשריבן בימי חרפי איבער די גרויסקייט פון ארץ ישראל - ארץ הצבי.

אגב הרב מיללער, איך בין כמעט זיכער אז די כינר רעזארט איז צופוסענס פון די חרמון בערג.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מיטוואך יוני 04, 2008 3:29 pm

איך האב אין מיינע אוצרות הטוב א גאנצע רשימה פון דברי חז"ל איבער גיאגרפה

יבא יומו כ'על עס טרעפן וועל איך עס בל"נ ארויף לייגן..

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6669
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מיטוואך יוני 04, 2008 3:31 pm

איך הייב נישט אהן פארשטיין וואס יענער שרייבט דארט.

וואס איז דער מערב גבול פון א"י?

אויב תל-אביב איז נישט א"י איז חיפה אויך נישט.
the SCY is the limit

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » מיטוואך יוני 04, 2008 3:44 pm

מען דארף דאך קודם וויסען ווי איז דאס טורי אמנון און ווי איז נחל מצרים.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » מיטוואך יוני 04, 2008 3:48 pm

שלום עליכם הרב מיללער. זאלסט האבן געפועלט אלעס גוטס. דיין רעזארט פאלאץ פראבלעם שטימט גאנץ גוט לכאורה, ווייל דארט איז דאך נעבן סורי', דעריבער קען זיין אז דאס איז אין די גרעניצן פון כיבוש דוד.

ר' שמחה, איר זאגט א גוטע הערה איבער חיפה. אבער הוא הדבר וואס דער מונקאטשער רב שרייבט. ער זאגט אז לויטן חשבון פון תוספ' אין גיטין קומט אים אויס אז תל אביב איז ממש 'נאכן' גבול. קען זיין אז חיפה איז ממש 'פארן' גבול, (חיפה איז ארויפציר אביסל, קען זיין אז לויט די סימני התוספ' דארט אין גיטין וועט נאך חיפה בלייבן אין די גבולי הארץ).

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6669
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מיטוואך יוני 04, 2008 5:04 pm

ר' זרח

תל-אביב איז אביסעל העכער וויא ירושלים (איך רעדט צפון-דרום)
חיפה אז מיט אסאך העכער.

דא איז געוויסע שטעט לויט די צפון דרום (וויא העכער די נומער מיינט מער צפון)

תל-אביב זיצט ממש אויפען ים התיכון
חיפה דאס זעלבע

Jerusalem 31deg 30' N
Ashdod 31deg 49' N
Yafa 32deg 02' N
TelAviv 32deg 04' N
Teveryeh 32deg 47' N
Haifa 32deg 48' N


זיי מיר מסביר פאר וואס תל-אביב זאל נישט זיין א"י אויב ירושלים יא און חיפה יא?

איך קען מיך אויס גאר גאר גיט מיט גיאגרעפיע
איך זעה דעם תוס' אויך.

איך הייב נישט אהן צי פארשטיין וואס זיי רעדען אין יענעם חיבור.

איך האב מיינע טעארעס ואכמ"ל
the SCY is the limit

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » מיטוואך יוני 04, 2008 6:28 pm

ר' שמחה איר זענט נישט סתם גערעכט, נאר אפשר מער ווי גערעכט. חיפה איז טאקע סאך מער ארויסציר ווי תל אביב סיי לגבי דעם צפון ברעג און סיי לגבי דעם מעריב ברעג. נו, לפי"ז, אפשר איז טאקע חיפה אויך נישט אין די גבולי ארץ ישראל, איז דא ערגעץ בפירוש אין די פוסקים אז יא?


בכלל, אז איר קענט יא געאוגראפיע, וואלט איך זיך ערלויבט צו בעטן פון אייך א טובה. תורה הוא וללמוד אני רוצה, קענט איר מיר אפשר אנצייכענען פונקטליך וואו ס'איז דער 'הר ההר'? ווייל דער הר ההר איז דאך לפי המקראות ביים ווינקל פון צפונית מערבית און דאס דארף דינען אלס סימן הן לגבי צפון זייט - כמבואר בפר' מסעי, והן לגבי מעריב זייט - לויט די גמרא, דארט אין גיטין, אז מען דארף מעסטן דעם גאנצן מעריב לענג בחוט, פונעם הר ההר ביז אונטן אראפ צו דרום וואו עס געפינט זיך דער נחל מצרים.

(חיפה איז גראדע א בארג, אבער ס'גלייבט זיך מיר נישט אז דאס זאל זיין דער הר ההר. ווייל, ס'איז אביסל אראפציר פונעם גבול צפונית, מער צו דרום צי).

ולסיום, וואלטן מיר שטארק הנאה געהאט צו הערן אייער טעאריע בענין זה. און אין איינוועגס שוין מקיים זיין מה שאמרו ז"ל "שיחת חולין של ת"ח צריכין לימוד". (אז דער מנחת אלעזר האט עפעס געזאגט, בתוך השיחים, און מ'איז דאס מיישב, איז דאך ריכטיג מקיים דעם אויבנדערמאנטן מאמר חז"ל).

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6669
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מיטוואך יוני 04, 2008 8:23 pm

ר' זרח,
עס איז דא א גאנצע מבוכה און די חוקרי גבולי א"י וויא פינטליך דער צפון גבול פון א"י איז. אויפען הר ההר קומען זיי מער ווייניגער ציזאם.
איך ברענג דא צוויי [עס קימט מיר נישט אויס יעצט קיין סאך צייט]

דער כפתור ופרח להרב אישתורי הפרחי ז"ל ברענגט און פרק י"א אז דער הר ההר איז
גאר הויך צפון נאך העכער פון בירות(Beirut), און ציר(Tyre), און צידון(Sidon) וואס זיי זענען היינט און לבנון(Lebanon) ער שרייבט אז עס איז בערך האלב וועגס צווישען בירות און טריפאלי(Tripoli).

דער ספר תבואות הארץ פון ר' יהוסף שווארץ ז"ל [פון די חוקרי ארה"ק, נפטר געווארען און תר"ה] , שרייבט און זיין ספר פרק א' כמעט דאס זעלבע אז דער הר ההר איז א בארג אביסעל דרום פון טריפאלי.

זיי ביידע רעדען פון גבולי עולי מצרים וואס די תורה שטעל אויס בפירוש די גרענעצען.

These cities are WAY UP NORTH in Lebanon!

לפי זה זאג איך נאכאמאל אז איך הייב נישט אהן צי פארשטיין וואס זיי רעדען אינעם חיבור וואס די האסט דערמאנט.

מיין טעאריע וועסטו קריגען און אישית

נ.ב. בייגעלייגט איז א מאפע פון לבנון
באמערק אז טריפאלי איז כמעט ביי סיריא
צוגעלייגטע
lebanon-map.jpg
lebanon-map.jpg (43.25 KiB) געזעהן 4220 מאל
the SCY is the limit

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25663
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך יוני 04, 2008 8:27 pm

ר' שמחה,

עד שלא זרח שמשו האב איך נישט געוואוסט אז איר זענט באקאנט אין גבולות הארץ והמסתעף, ומשזרח יזרח, יעצט וועלן מיר ווייטער טרינקען פון אייער קוואל, ייר כח פארן מיטטיילן אייערע ידיעות.
לעצט פאראכטן דורך מיללער אום מיטוואך יוני 04, 2008 8:29 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6669
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מיטוואך יוני 04, 2008 8:33 pm

זארעכפעפער האט געשריבן: והן לגבי מעריב זייט - לויט די גמרא, דארט אין גיטין, אז מען דארף מעסטן דעם גאנצן מעריב לענג בחוט, פונעם הר ההר ביז אונטן אראפ צו דרום וואו עס געפינט זיך דער נחל מצרים.

דער חוט וואס מען דארף מעסטען אויף מערב זייט איז לכאורה נאר פאר די אינזלען אינעם ים התיכון. נישט פארען יבשה אליינס, וואס דער תורה זאגט בפירוש אז דער ים איז דער גבול
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6669
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מיטוואך יוני 04, 2008 11:00 pm

מוסיף זיין אויף מיין פריערדיגע תגיבה


בנוגע הר ההר און דאס זעלבע לגבי די אנדערע שטעט וואס די תורה רעכענט אויס פאר סימנים וויא דער גבול ציט זיך.
גיט א קוק אויף seforimonline.org און דעם ספר עיר הקודש והמקדש פון ר' מיכל טוקצינסקי ז"ל חלק ג' און דעם הוספה צי פרק י"ט וויא ער רעדט ארים באריכות בענין גבולי ארץ ישראל.
עס הייבט זיך אהן אויף דף רס"ג און ספר און עס איז פעידש 267 און דעם PDF פייל.

און דעם ספר הארץ לגבולותיה, שרייבט ר' ניסן אהר'ן ר' מיכלס זוהן, הגהות אויף זיין טאטע.
דער ספר איז אויך דארט אויף יענעם סייט [ביידע ספרים זענען געקומען פון מיין אוצר]
the SCY is the limit

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך יוני 04, 2008 11:28 pm

אבער פארוואס אין אישית? קיינער וועט אייך נישט אפבייסן די נאז, ניטאמאל קרומען דערויף.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » דאנארשטאג יוני 05, 2008 2:14 pm

צום אלעם ערשט, א יישר כח אייך ר' שמחה פארן מיטטיילן אייערע ידיעות, און איבערהויפט פאר די מראה מקומות. איר האט מיר געגעבן גוטע "האום-ווארק". לויט ווי ס'קוקט אויס, איז די סוגיא א סוגיא רחבה מני ים לארכה ולרחבה, און איך נעם שוין ערנסט אין באטראכט אז מיין היי-יעריגער 'שבועות סוגיא' זאל עוסק זיין אין די סוגיא פון גבולי הארץ.

לפי השקפה ראשונה, לויט די מראה מקומות וואס איר צייכנט אן, קומט אויס אן אינטערסאנטע זאך, אז למעשה, וויבאלד דער הר ההר (ס'נישט דער זעלבער הר ההר וואו אהרן הכהן איז נקבר געווארן) געפונט זיך טיף ארויף אין לבנון (נישט קיין סאך ווייט פונעם סירישער גרעניץ), יוצא לפי"ז אז די אידן האבן מעולם נישט כובש געווען דאס לאנד בשלימות, און אפי' בימי דוד ושלמה איז ארץ ישראל קיינמאל נישט באזעצט געווארן ביז טיך ארויף אין לבנון (ס'אינטערסאנט אויסצורעכענען לפי"ז פון וועלכן שבט מ'האט געדארפט שניידן). ועוד יוצא, אז רוב רובו פונעם לבנון צפון זייט האט א דין קדושת הארץ און איז מחויב בתרו"מ ושמיטה, על אף וואס מעולם האבן אידן דארט נישט געוואוינט.

אלנספאל, ווי אויבן געשמועסט, ס'דא וואס צו טוהן דא. אגב, וועל איך שוין זוכן דארט דעם פונקליכן ארט פונעם 'נחל מצרים', וועלכער איז דער גבול מערבית דרומית.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » דאנארשטאג יוני 05, 2008 2:23 pm

אגב, סאיז דא א וועב סייט פון כל ספרי ר' יהוסף שווארץ. והא לך:

http://www.tevuot.org/index.html

די גבאים פון אוצר הספרים ווערן געבעטן עס קומען אויפצופיקן און שיין מסדר זיין על כנו ומקומו.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6669
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג יוני 05, 2008 2:32 pm

זארעכפעפער האט געשריבן:לפי השקפה ראשונה, לויט די מראה מקומות וואס איר צייכנט אן, קומט אויס אן אינטערסאנטע זאך, אז למעשה, וויבאלד דער הר ההר (ס'נישט דער זעלבער הר ההר וואו אהרן הכהן איז נקבר געווארן) געפונט זיך טיף ארויף אין לבנון (נישט קיין סאך ווייט פונעם סירישער גרעניץ), יוצא לפי"ז אז די אידן האבן מעולם נישט כובש געווען דאס לאנד בשלימות, און אפי' בימי דוד ושלמה איז ארץ ישראל קיינמאל נישט באזעצט געווארן ביז טיך ארויף אין לבנון (ס'אינטערסאנט אויסצורעכענען לפי"ז פון וועלכן שבט מ'האט געדארפט שניידן). ועוד יוצא, אז רוב רובו פונעם לבנון צפון זייט האט א דין קדושת הארץ און איז מחויב בתרו"מ ושמיטה, על אף וואס מעולם האבן אידן דארט נישט געוואוינט.

איך בין מעתיק וואס איך האב געשיקט צי זרח אין אישית

בנוגע גבולי עולי מצרים און וויא ווייט מעהאט איינגענומען, און זיך באזעצט.
לכאורה דאס גאנצע ביז הר ההר. און לויט די דעה עד טריפאלי איז עד טריפאלי.
פארוואס זאגסטו אז נישט?

איי לגבי תרומות ומעשרות איז דאך שוין דא דער שלש ארצות למעשר..און עס איז דא חילוקים און הלכה אויף געגענטער וואס כבשו עולי מצרים ולא כבשו עולי בבל.

עס איז דא דא אן איטערעסאנטער מאפע פון יאהר 1899 למספרם וויא ער ווייזט אהן עד היכן כבשו וחלקו עולי מצרים את הארץ
עס איז א ציוניסטישע סייט אבער דער מאפע איז אינטערעסאנט. עסט באמערקען אז ער האט דעם גבול ביז צידון


זארעכפעפער האט געשריבן:אלנספאל, ווי אויבן געשמועסט, ס'דא וואס צו טוהן דא. אגב, וועל איך שוין זוכן דארט דעם פונקליכן ארט פונעם 'נחל מצרים', וועלכער איז דער גבול מערבית דרומית.

אידענטיפייען דעם נחל מצרים איז נאך מער פארנעפעלט וויא הר ההר.
GOOD LUCK
the SCY is the limit

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25663
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג יוני 05, 2008 2:40 pm

זארעכפעפער האט געשריבן:אגב, סאיז דא א וועב סייט פון כל ספרי ר' יהוסף שווארץ. והא לך:

http://www.tevuot.org/index.html

די גבאים פון אוצר הספרים ווערן געבעטן עס קומען אויפצופיקן און שיין מסדר זיין על כנו ומקומו.


עי' בהאוצר בערך ההוספות, תשוח"ח לך.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » דאנארשטאג יוני 05, 2008 2:55 pm

יא, מיר וועלן ממשיך זיין אונזער נארהאפטיגן שמועס דא ברבים אין בית המדרש המפואר והנורא. זאלן נאך אידן הנאה האבן.

קודם א יישר כח פאר דעם זייטל, איך בין שוין אויפן וועג אהין. דערנאך, דאס וואס איר פרעגט וועגן טריפולי. לויט ווי איך האב פארשטאנען ביז היינט, הן מפי הכתובים וחז"ל והן פון די מאפעס, האבן די אידן נאר כובש געווען מאקסימום ביז צידון. ולפי דבריך אז דער הר ההר איז גאר אין טריפולי, איז דאך דאס א היבש שטיקל לאנד שלא נכבשו.

בייגעלייגט איז א מאפע פון לבנון וואו איר וועט זען דעם מהלך פון צידון ביז טריפולי

http://www.infoplease.com/atlas/country/lebanon.html

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6669
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג יוני 05, 2008 3:27 pm

זרח,
איין דעה האלט אז הר ההר איז טריפאלי. רוב האלטען נישט אזוי.

בנוגע ביז וויא יודען האבען כובש געווען, צי איך צירוק וואס איך האב געזאגט פריער.
דער חלק מערבית צפונית פון א"י איז אויסגעקומען פאר שבט אשר.
און יהושע פרק י"ט פסוק כ"ח שטייט טאקע 'עד צידון רבה' [דער זעלבער צידון פון היינט?]
און און פרק י"ג שטייט און פסוק א' אז דער רבוש"ע האט געזאט פאר יהושע, 'והארץ נשארה הרבה מאד לרשתה'

און יעצט קומט מיר און זכרון אז טאקע עס איז געווען א טענה צי דוד המלך אז ער האט כובש געווען סיריא
איידער מעהאט געפארטיגט מיט כובש זיין ארץ ישראל שניתן ליוצאי מצרים

בנוגע דער זייטל מיטען מאפע פון לבנון. דאס איז דער זעלבע מאפע וואס איך האב דא פריער געשטעלט און א תגיבה
the SCY is the limit

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » דאנארשטאג יוני 05, 2008 4:34 pm

ר' שמחה,
אין די קורצע מינוטין וואס איך האב א בליק געטון אין אייערע מראה מקומות, האב איך געפונען עפעס אינפארמאציע איבער אונזערע שמועסן.

א] דאס איז איינמאל זיכער אז דער "הר ההר" איז פיל ארויפציר פון צידון, און נישט נאר פון צידון נאר אפי' פון ביירוט. ס'דא וואס האלטן אז ס'איז אין שטאט 'דז'אבל'; ס'דא וואס האלטן אז ס'איז אביסל העכער אין שטאט 'שיקא'; דערנאך איז דא וואס האלטן אז ס'איז נאך העכער און ס'איז אין 'טריפולי'; און ס'דא וואס האלטן אז ס'איז אזוי הויך, אזש אויף אזוי ווייט אז ס'איז גאר אין טערקיי. הצד השווה שבהן אז אפי' דער נאנסטער מקום, לפי שיטתם, וואס דאס איז 'דז'אבל', איז היבש ארויפציר נישט נאר פון צידון נאר אפי' פון ביירוט.

(מיר וועלן נאך באלד מחייב זיין בתרומה ומעשרות האלב טערקיי... אקעי נישט האלב אבער עטליסט די בארטן שטעט נעבן ים התיכון...).

ב] איבער אייער פראגע צי 'צידון' המבואר במאפע היינו צידון דקרא? מיר וועלן דאס פרובירן נאכגיין זייענדיג עוסק אין די ענינים.

ג] איך האב געפונען אין 'תבואות הארץ', וואו ער גיבט א ריר אן אויפן שפיץ גאפל מיין היכי תמצא פון תרומת ומעשרות בלבנון. לויט אים קומט אויס, אז ביים כיבוש יהושע האט מען דאס טאקע נישט כובש געווען, אבער בימי דוד ושלמה איז דאס געהעריג געווען אין ארץ ישראל און אידן האבן טאקע בפועל כובש געווען און געוואוינט ביז'ן הר ההר. ועדיין צ"ע, ווייל לפי דבריו קומט דאך אויס אז ארץ ישראל איז אין פאקט געגאנגען ביז טריפולי און אז אידן האבן געוואוינט ביזן הר ההר ממש, ואם כנים הדברים וועט גאר אויסקומען אז אויב מיר זאלן אננעמען אז דער הר ההר איז אין טערקיי, האט זיך ארץ ישראל געצויגן ביז אויבן אויבן ארויף אזש קיין היינטיגן טערקיי, דאס איז דאך עפעס א חידוש נפלא. אויך דארף מען נאר וויסן די חלוקת נחלת השבטים וויאזוי ס'געגאנגען לפי שיטתם. (אפשר איז דאס דער פשט אינעם 'ארץ הצבי'... עהה... סתם שטותים...).

ד] אויף 'נחל מצרים', זאגט רש"י אין יהושע אז דאס איז דער באקאנטער 'נילוס'. אבער איך זע דא אז די חוקרים זענען מחולק דערמיט. פונקטליך וואו דאס איז געפין איך נישט אויף די מאפע, אבער זיי צייכענען אן בלויז צוויי השערה'ס. כלומר, ס'איז נישט דא דערין אזויפיל דעות ווי אינעם הר ההר.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25663
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג יוני 05, 2008 4:48 pm

געביטן דעם שם האשכול צו א מער רעלעוואנטען קעפל.

ר' זריחא ור' שמחה, פלאי-פלאים איך האלט מיט די שיעורים כנתינתם מסיני א מעכטיגען דאנק אייך ביידע (זרח דיין פשט אין ארץ הצבי איז נישט קיין שטותים אינגאנצן ווייל אזוי שטייט דאך אז דאס לאנד איז איינגעשרינקען נאכ'ן חורבן אבער פשוט-פשט איז נישט אז די גוים האבן זיך דערין באזעצט נאר אז די מאס איז קלענער געווערן שטייטציך, עכ"פ בדרך צחות איז עס גוט).

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » דאנארשטאג יוני 05, 2008 4:56 pm

יישר כח ר' מיללער. און מיין נישט אז ס'איז סתם א "יישר כח" ארויסגעשאסן פון קי-בארד. ניין, ס'איז א "יישר כח" מעומקע דליבא, ווייל אז מ'שרייבט און מ'שרייבט און מ'ווייסט אז ס'דא נאך אפאר אידן וואס האלטן דאס מיט, גיט דאס מוד און חיזוק.

און מיין נישט אז דו ביסט פערטיג. איך פלאן נאך אנצוקומען מטערקיי עד לבוא סורי'. מיר דארפן נאך פארשטיין וויאזוי טבריה איז טיבורי של ארץ ישראל (מגילה פרק א' דף ז?). ווען מ'עמער אנקומען קיין סורי', כאפן א טונק אינעם כינרת, וועלמיר מיר זיך בעזהשי"ת אפגעבן דערמיט. אויף דערווייל שטייען מיר נאך ביי די גבולות פון 'איסטאמבול-טערקיי'...

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6669
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג יוני 05, 2008 5:23 pm

זארעכפעפער האט געשריבן:...און ס'דא וואס האלטן אז ס'איז אזוי הויך, אזש אויף אזוי ווייט אז ס'איז גאר אין טערקיי....
ג] איך האב געפונען אין 'תבואות הארץ', וואו ער גיבט א ריר אן אויפן שפיץ גאפל מיין היכי תמצא פון תרומת ומעשרות בלבנון. לויט אים קומט אויס, אז ביים כיבוש יהושע האט מען דאס טאקע נישט כובש געווען, אבער בימי דוד ושלמה איז דאס געהעריג געווען אין ארץ ישראל און אידן האבן טאקע בפועל כובש געווען און געוואוינט ביז'ן הר ההר. ועדיין צ"ע, ווייל לפי דבריו קומט דאך אויס אז ארץ ישראל איז אין פאקט געגאנגען ביז טריפולי און אז אידן האבן געוואוינט ביזן הר ההר ממש,...ואם כנים הדברים וועט גאר אויסקומען אז אויב מיר זאלן אננעמען אז דער הר ההר איז אין טערקיי, האט זיך ארץ ישראל געצויגן ביז אויבן אויבן ארויף אזש קיין היינטיגן טערקיי, דאס איז דאך עפעס א חידוש נפלא.

זרח
לויט דעם דארף מען אבער פארשטיין פארוואס הייסט סיריא כבוש יחיד און וואס איז געווען די טענה צי דוד המלך אז ער האט דארט כובש איידער ער האט געפארטיגט מיט וואס יודען האבען געקריגען וויא עס שטייט און פרשת מסעי.

בנוגע הר ההר און טערקאי.
איך האב דערווייל נאך נישט געקענט מפענח זיין אויף א מאפע וועליכע שטאט דער תבואות הארץ מיינט.
און בכלל איז עס א חידוש נפלא אוויא די זאגסט


זארעכפעפער האט געשריבן:ד] אויף 'נחל מצרים', זאגט רש"י אין יהושע אז דאס איז דער באקאנטער 'נילוס'. אבער איך זע דא אז די חוקרים זענען מחולק דערמיט. פונקטליך וואו דאס איז געפין איך נישט אויף די מאפע, אבער זיי צייכענען אן בלויז צוויי השערה'ס. כלומר, ס'איז נישט דא דערין אזויפיל דעות ווי אינעם הר ההר.

עסט קוקען און רב טוצינסקי ז"ל ספרים עסט זעהן אז דער נחל מצרים איז נאך מער פארנעפעלט מפענח זיין אוויא דער הר ההר.

איינס וועל איך יא דערמאנען, אז רב סעדי' גאון האט געהאלטען אז דאס איז דער 'וואדי על אריש'
איינע פון די טעהנות קעגען דער דעה איז
א נחל רינט כסדר אהן אויפהער.
א 'וואדי' האט נאר ווסער ווען עס פילט זיך פלוצלים פון א שטראם רעגען כידוע
דער גבול הייסט דאך נחל מצרים

והוא אשר דברתי לך באישית
דער בילד וואס עס איז געדריקט און מזרחי אויף די רש"יס און פרשת מסעי ביי די גבולי א"י.
עס איז שווער צי מאכען סענס פון יענעם בילד
the SCY is the limit


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט