ובלכתך בדרך: תורה טעיפס און שיעורים צו דאונלאודן
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
ובלכתך בדרך: תורה טעיפס און שיעורים צו דאונלאודן
דער ובלכתך בדרך איז היינט געווארן אויס לוקסוס, וואס נאר תלמידי חכמים מובהקים א'דער נער לעיקוואודער אינגעלייגט האבן זיך געקענט ערלויבן.
היינט צו טאג איז דאס אריין אין די שוטסער גאס, יעדער שמויגער דרייט זיך היינט ארום מיט א קליינטשיגן פאדקע אין בוזעם איז קען אין איין רגע פארוואנדעלט ווערן צו דעם טיפ איד וואס אמאל האט זיך נאר איינער בעיר ושנים במשפחה געקענט דערשלאגן.
איך האב ביי מיר אויפן פאדעל עטליכע ווערסיעס פון דף היומי פארלערנען, עס וואלט געווען אינטערסאנט צו הערן פונעם ציבור וועלכער פארלערנער איז דער בעסטער אין הבנה, הברה, למדות, בהירות און אינעם אפלערנען א בלאט גמרא אזוי אז עס זאל זיך גוט רעגיסטרירן ביי דעם קליענט וואס איז יעצט אויף די סאבוועי.
איך רעכן איצט אויס נאר די וואס לערנען פאר אויף לשונינו אידיש.
הרב רבי מיכל זילבער שליט"א
הרב רבי אברהם קארף שליט"א
הרב זויבערמאן שליט"א
הרב ר' חיים שמערלער
הרב באב"ד (נאך קיינמאל נישט געהערט).
לכאורה איז ר' מיכל זילבער דער דער גרעסטער און אממערסטן באוואוסטער מגיד שיעור
ער האט אבער א שטיקל חסרון, וואס ווייל ער איז א אזא געוואלדיגער גאון און א מח עצום, לערנט ער אזוי שנעל און קורץ, אז יעדעס ווארט איז ממש געמאסטן, און אויב פארפאסט מען א סעקונדע, איז שוין אסאך מאל שווער מיטצוהאלטן, ווייל ער איז גאר געשווינד.
פון די אנדערע זייט אבער, איז ר' מיכל זילבער א זעלטענער בעל מסביר און א טיפער לערנער, וואס ווער עס קען אים דערהייבן, ווערט ממש צוגעצויגן צו אים.

איך האב פונקט היינט געשריבן אז איך הער צו "קול אברהם" אויפן טעלעפאן, אפשר איז דאס דער ר' אברהם קארף וואס דו ערווענסט?
הכלל, יענער איז גאר געשמאק, לייגט אראפ די ווערטער פון די גמרא מיט א קלארן ביאור, יעדע רש"י ווערט איבערגעשמועסט און וויכטיגע הערות אריינגעווארפן, די פאר מאל וואס איך האב מיט אים אדורכגעלערנט בלעטער גמרא, האב איך גאר שטארק הנאה געהאט.
אנדערע האב איך נאכנישט געהערט.
אגב, די סיבה פארוואס מען לערנט "אזוי שנעל און קורץ" כלשונך, איז פשוט אנצוקומען א בלעטל אין די מינימום באשטימטע צייט, אנדערש וועלן דאך די באטשיס נישט קומען צום שיעור ודי.
בנוגע דיין פראבלעם פון "פארפאסן א ווארט און פארלירן דעם המשך", ביי דעם אויבנדערמאנטן שיעור אויפן טעלעפאן דרוקט מען 1 און עס גייט צוריק אפאר סעקונדעס, והכל על מקומו יבוא בשלום.

- יעקב אלי בראך
- שר חמש מאות
- תגובות: 673
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 06, 2006 11:54 am
הרב ר' שמואל דוד פריעדמאן שליט"א פון "קול הלשון", איך זאג אייך, ער צונעמט מיך. איך האב מוראדיג הנאה פון זיינע שיעורים.
שעם איך מיך צו זאגן, אז ער קען אינמיטן לערנען פארקריכן און רעדן פון אנדערע זאכן, אזוי מענין לענין באותו ענין, ער שמועסט די חברה שמועסן צוריק, אקוראט ווי איך מיין מיין ביינאכט חברותא, ס'געט א מוראדיגן געשמאק, ווי איינער זאגט: דאנט בי סאוי ערנסט, אינדזשוי די וועלט.
ער איז אנגעשטעלט סיי אויף מיין סעל, סיי מיין היים נומבער (כ'מיין צו זאגן, אז ביי "קול הלשון" אויב דו האלטסט אינמיטן א שיעור און דו לייגסט אראפ דעם טעלעפאן, קומענדיגן מאל ווען דו קאלסט אריין אפי' אפאר וואכן שפעטער, געסטו א דריק אריין דעם # קנעפל, און ס'האלט דארט ווי דו האסט געענדיגט!!, מ'דארף רופן פון זעלבן טעלעפאן, אזוי האלט דער קאמפיוטער חשבון ווי "דער קאלער איי די" האלט מיט זיין שיעור.
אויפן איי-פאד, הער איך ר' שמעון זאב מייזליש שליט"א, וואס זאל איך אייך זאגן, מלא חן, ער האט זעהט אויס פארגעלערנט פארטאגס מ'הערט ווי ער וועקט אויף אזוי דעם ציבור אינמיטן ס'שיעור, מיט א געשמאקייט.
איך וואלט געזאגט אז זיין מעלה איז מיט זיין "חיות", ער שלאפט נישט, ער לערנט פאר שטארק. און דאס האב איך ליב. (איך זעה איך קען מיך נישט גוט ארויסברענגן, זאל איך צוליב דעם אויסמעקן מיין לעצטע שורה? איך האלט נישט דערביי).
דער סך הכל בלייבט, אז אויב איינער לערנט היינט נישט, וועט מען אים ביטער פראקן אויבן אין הימעל, מיר האבן געלנונגענע מגידי שיעורים, און מ'מוז זיך זעצן לערנען.
BTW, דער וואס האט דערמאנט הרב ר' בנימין אייזענבערג שליט"א, ער לערנט פאר נאר אגדת חז"ל, אזוי מיין איך, קען זיין נאר דאס פארקויפט די גמ"ח, איי דאנט נאוי.
וויפיל איך האב אים געהערט פארלערנען, 4-5 טעפס, מיין איך אז ער לערנט אבער נישט כדאי אנצוקומען, ס'קוקט אויס ווי ער האלט א דרשה, און יעדע צוואנציג מינוט, טייטלט מען איין שורה ווייטער..

בני היכלא האט געשריבן:קרעמער;
אשאד, איך האב אביסל געזוכט, טרעף איך נאר אויף ענגליש וואס מן הסתם זוכסטו עס נישט, קוק דא, http://www.dafyomi.org
ס'איז אפילו דא א לייוו ווידיאו שיעור אויף דף היומי קוק דא, http://www.dafyomi.co.il/index.htm
איינער האט מיר שוין מזכה געווען מיט א שיעור אויף אידיש, מען קען עס אפילו זעהן. דער שיעור איז פון א באבובע יונגעמאן (ספעלינג - דירעקט) דא איז די לינק:
http://hadafhayomi.co.il/index.php?l=yd ... /archive#_
ובלכתך בדרך:תורה טעיפס, וועבזייטלעך און טעלעפאון ליינס
אויף דעם סייט איז דא א איד וואס לערנט פאר אין אידיש, אבער איך ווייס נישט צי אויף יענע שטיקל גמרא איז שוין דא א שיעור.
http://hadafhayomi.co.il/index.php?l=yd
http://hadafhayomi.co.il/index.php?l=yd
- אנדי פעטיט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7175
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
- לאקאציע: אין די גלייזן

- ערנסטער
- שר חמש מאות
- תגובות: 583
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
- לאקאציע: פון יעהופעץ
Re: ווער איז דער בעסטער ש"ס MP3 פארלערנער?
די וואָר הענגט אויף א האָר
יא. פון דעם תורה ריז רעד איך. א גאון עצום.
אגב איז דא צו באקומען שיעורים אויף ענגליש פון הרב רייזמאן.
דער הרב רייזמאן לערנט פאר שיעורים יעדן זונטאג אין פלעטבוש פאר קרוב צו א טויענט אידן (נישט קיין צייטונג נאמבערס), איך בין שוין דארט געווען מערערע מאל ביי זיינע שיעורים.
טרעפליך איז נישט דאס ווארט. ער איז א בקי נפלא, מיט אזא געשמאק און אזא שיינע שפראך (ענגליש) אז מ'ווערט ממש צוגעצויגן צו אים.
ער לערנט תנ"ך און נאך שיעורים און ברענגט צו א שלל מיט רעפרענסענס פון אלע גדולים פון אלע קרייזן וואס איז ממש נישטא זיין גלייכן.
ווער עס הערט זיינע שיעורים פארשטייט וויאזוי ער קען שלעפן וועכטנליך טויזענט אידן.

- יגרסהדותא
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 3686
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
- לאקאציע: קאר וואש
ובלכתך בדרך: שיעורי תורה טעיפס און טעלעפאון ליינס
איך זוך כנ"ל: ווי קען מען הערן לערנען תוס' ווארט ביי ווארט?
סיי אויפן טעלעפאן, גמ"ח טעיפס, וכדו'. איך באנוץ זיך היינט מיט ביאורי התוס' אין די מתיבתא גמרא'ס, אבער איך וויל הערן וויאזוי א מגי"ש לערנט פאר די קשיא, און די תירוץ ווארט ביי ווארט. [לאפוקי פון אלע שיעורי עיון שיעורים וואס ווערן נאר געזאגט דעם תמצית התוס'].

עס איז דא פון הרב ישראל דוד שלעזינגער טייפס אויף מסכת שבת - און יעצט אויף מסכת מגילה (מגילה איז אויך דא אויף קול הלשון) -אבער די שיעור איז באמת ווארט ביי ווארט - גוט אפגעלערענט א תוספות אזוי ווי עס באדארף צו זיין.. און יעדע שטיקעל גמרא מיט אלע ראשונים - ביז להלכה ולמעשה..
זיינע שיעורים זענען מייסטערהאפטיג.. כ'מיין אז אין כדוגמתה..

תורה טעיפס
איך וואלט געוואלט וויסן ווי איך קען באקומען טעיפס פון שיעורים אין משניות.
קול הלשון'ס וועב סייד
http://www.kolhaloshon.com
http://www.kolhaloshon.com
- צים פינטעל
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4988
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am
- אייניקעל פון אהרן הכהן
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 309
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 29, 2008 6:13 pm
נאנט צו 80 שיעורים בעניני קירוב אין אמונה
ווילט איר וויסן וואס קירוב רחוקים איז בכלל? וויאזוי מען גייט צו דערצו? פארוואס איעדער יוד איז מחויב על פי הלכה מקרב זיין אנדערע יודן וואס זענען אפגעקערט פון יודישקייט? האט איר פארשידענע שאלות אין אמונה וואס טוט אייך באדערן אין ווילט זיך אליינס מקרב זיין, הילף איז פארהאן א קליק אוועק.
איר קענט אראפנעמען די אלע שיעורים אין MP3 פארמאט פאר אומזיסט פון http://www.aishaudio.com/?br=kv אדער קענט איר עס הערן אויפן טעלעפאן 718-906-6454

הוי מתלמידיו של אהרן אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה