הלכות מקוואות והמסתעף

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

כעלעם'ר מגיד
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 28, 2011 4:01 pm
לאקאציע: חופק"ק כעלעם ד'אמעריקא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כעלעם'ר מגיד »

אין תשובות הר צבי (יו"ד סימן ק"ט) איז דן איבער דעם חידוש אבער למעשה איז ער מחמיר נישט זיך צו פארלאזן אויף הפקר
ווייסעך דען
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 21, 2016 1:09 am
לאקאציע: ווייסעך דען ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסעך דען »

ווייסט איינער ווי מ'קען באקומען דעם אויבערדערמאנטן קונטרס ברזא טהורא ביטע זייט'ס מיר אויך מזכה דערמיט,

ווי אויך די בספר שיצא לאור על ידי בוני המקוה החדשה מהר"א וומ"ס, וואס ווערט ערווענט דארטן ווייסט איינער ווי איך קען עס אפשר באקימען?
יש"כ ותזכו למצוות
תכלית הידיעה שלא נדע
נחום
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 11:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום »

וויפיל וואסער אין די היינטיגע נאמען פון מאס -קווארט איז מ סאה ?
טראסקע אוועק דיין סמארט פאון ! וועט אייך גוט זיין בזה ובבא !
כעלעם'ר מגיד
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 28, 2011 4:01 pm
לאקאציע: חופק"ק כעלעם ד'אמעריקא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כעלעם'ר מגיד »

וועלעכע שיעור?

לויטן חשבון פונעם רמב"ם אז א רביעית איז די וואג פון 26-27 דירהאם, אדער בערך 17.5 דינרי זהב, וואס קומט אויס אין מאס ארום 75 מ"ל, די שיעור וואס איז געווען אנגענומען אין אירופה, לויט דעם איז א שיעור מקווה נישט מער ווי 76 גאלאן (288 ליטער).

לויטן צל"ח איז עס טאפעלט

למעשה רעכענט מען לחומרא א גאנצע אינטש פאר אן אצבע. שיעור מקווה איז מ"ד קי"ח, דאס הייסט 44,118 אצבעות מעוקבים. לויטן חשבון פון אן אינטש פאר אן אצבע איז עס 191 גאלאן (723 ליטער).

די סדר ווי מ'בויעט היינט מקוואות איז געווענדליך פרובירט מען צו האבן 60,000 קיוביק אינטשעס פאר א שיעור מקווה. דאס קומט אויס צו 260 גאלאן (984 ליטער).
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5681
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

שלעפער נומבער 1 האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:
שלעפער נומבער 1 האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:כ'האף די פארשטייסט אז מען דארף נישט ברעכן דארט אייז...

ווי אזוי דען לאדענט מען עס אן אויף דעם אויטא?

מען האט דאס איינמאל געקויפו און מען האלט דאס אין די גראדזש פונעם האטעל דורכן יאר ווי שוין געשריבן

די אייז אויך ?

חחחח
די אייז קויפט מען יעדע יאר פון פריש.

מיינסט אז אין וויען - פרעשבורג קען מען נישט קויפן קיין אייז אריין צו לייגן?..

אויב קויפן אייז אין געשעפט קען מען דאך שוין לייגן וואסער פון סינק. מען דארף אייז פון א טייך, וואס אזוי קען מען דאס טראנספארטירן אן וואס עס זאל ווערן שאובים.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

Think and Thank האט געשריבן:
שלעפער נומבער 1 האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:
שלעפער נומבער 1 האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:ווי אזוי דען לאדענט מען עס אן אויף דעם אויטא?

מען האט דאס איינמאל געקויפו און מען האלט דאס אין די גראדזש פונעם האטעל דורכן יאר ווי שוין געשריבן

די אייז אויך ?

חחחח
די אייז קויפט מען יעדע יאר פון פריש.

מיינסט אז אין וויען - פרעשבורג קען מען נישט קויפן קיין אייז אריין צו לייגן?..

אויב קויפן אייז אין געשעפט קען מען דאך שוין לייגן וואסער פון סינק. מען דארף אייז פון א טייך, וואס אזוי קען מען דאס טראנספארטירן אן וואס עס זאל ווערן שאובים.

וואס די ביג דיל? מען נעמט שניי פון די בערג אין לעכעריגע כלים
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

דממה דקה האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:אויב קויפן אייז אין געשעפט קען מען דאך שוין לייגן וואסער פון סינק. מען דארף אייז פון א טייך, וואס אזוי קען מען דאס טראנספארטירן אן וואס עס זאל ווערן שאובים.

וואס די ביג דיל? מען נעמט שניי פון די בערג אין לעכעריגע כלים

אזוי גאר
אין שו"ע יו"ד סימן ר,א סעיף ל
שטייט
ולא עוד, אלא אפילו עשה כל המקוה משלג או כפור או ברד שהביאו בכלי ועשה מהן מקוה, כשר

וועגען מאשין אייז
קוק און שו"ת רב פעלים סימן כ"ד
המורם מכל האמור הוא שזה השלג הנזכר בשאלה שהיה מים ונעשה שלג ע"י אדם במאכ'ינה, מותר לטבול בו אחר שנפשר ונעשה מים בתוך המקוה לכ"ע
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 18, 2018 1:42 pm

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרן הלוי »

חמרא טבא האט געשריבן:פארוואס האט דער טאהשער רבי זצ״ל נישט געלאזט מאכן א פילטער אין די מקוה?

מאי שנא ממאשין מצות?
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

חמרא טבא האט געשריבן:פארוואס האט דער טאהשער רבי זצ״ל נישט געלאזט מאכן א פילטער אין די מקוה?

דאס איז א מנחת יצחק.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

טאהשער רבי האט איינגעפירט דעם ענין נאכן מנחת יצחק׳ס תשובה? נישט מסתבר
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אנדערע האבן אויך מורא געהאט, ער האט עס אבער אפגעשריבן.

ס'דא ערגעץ ביינונז אין ביהמ"ד א שמועס דעריבער, תדרשנו משם.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
התבונני
שר חמש מאות
תגובות: 711
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התבונני »

ס'דא דאכט זיך א גאנצע טהרת יום טוב דערויף
*
אין משניות חלק ג' / ח"ה / חלק ז'
און אזוי אויך אין פארשידענע אנדערע חלקים האלט ער אין איין ברענגען תשובות איבער דעם
*
און כמה וכמה גליוני המאור (אמסעל)
לעצט פארראכטן דורך התבונני אום מיטוואך מאי 20, 2020 7:54 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

קוק אין סוף פון די תשובה https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... &pgnum=111
בנווגע א POOL
Annotation 2020-05-20 180927.jpg
Annotation 2020-05-20 180927.jpg (33.52 KiB) געזען 1304 מאל
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

חמרא טבא האט געשריבן:פארוואס האט דער טאהשער רבי זצ״ל נישט געלאזט מאכן א פילטער אין די מקוה?

ס'איז דאכצעכמער געבויעט אויף א תוספות. תוספות פרעגן ערגעץ (אפשר קענען די בקיאים דא צוצייכענען) וויאזוי מ'קען זיך טובל'ען אין א טייך וואס שטראמט אדער א ים וואס האט שטארקע וואלן, פארוואס הייסט עס נישט קיין זוחלין? די ערשטע תירוץ ענטפערן תוספות וואס יעדער טראכט גלייך אז די פראבלעם פון זוחלין איז נאר ווען ס'רינט ארויס פונעם מקווה, נישט סתם ווען ס'פארט ארום אינעווייניג אינעם מקווה. די צווייטע תירוץ ענטפערן תוספות, און אויף דעם איז געבויעט די חומרא, אז זוחלין איז נאר א פראבלעם ווען ס'קומט נישט נאטורליך אזוי, א טייך אבער וואס קומט נאטורליך צו שטראמען איז כשר. זענען דא וואס שטעלן דאס צו צו א פילטער וואו די וואסער פארט ארום אומנאטורליכערהייט דורך א מאשין.

גראדע יעצט ביים שרייבן די שורות פאלט מיר איין א שטארקע קשיא אויף דעם שטיקל תורה, די מחמירים עכ"פ בויען זיך אויף דעם תוספות (אזוי ליגט מיר אין קאפ).

אלנספאלס, אויב איינער שפרינט ארויף און אראפ אין מקווה שאפנדיג וואלן וועלכע שפריצן אן אלע ארומיגע וועט ער האבן די זעלבע פראבלעם ווי די פילטער, דאס איז אויסער דעם וואס איך האב שוין אליינס מיטגעהאלטן ווי אזעלכע מקווה שפרינגערס שיסן ארויס וואסער פון בור ארויס, דאס קען שוין זיין אן ערנסטע זוחלין.
לעצט פארראכטן דורך חלב ישראל אום מיטוואך מאי 20, 2020 8:59 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
התבונני
שר חמש מאות
תגובות: 711
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התבונני »

הרה"ק מקאשוי זצ"ל שרייבט אז ער אסר'ט דאס צוליב פיר טעמים להלכה און צוויי טעמים מסברא
דעברעצינער רב זצ"ל שרייבט אז היות די וואסער ווערט שאובין - און גזירה אז מען וועט פארגעסן צו מאכן אן השקה וכו'
ציעשנוב'ער רב זצ"ל אסר'ט אויך צוליב די כעמיקאלן וואס מען לייגט אריין
לעצט פארראכטן דורך התבונני אום מיטוואך מאי 20, 2020 7:51 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

חלב ישראל האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:פארוואס האט דער טאהשער רבי זצ״ל נישט געלאזט מאכן א פילטער אין די מקוה?

ס'איז דאכצעכמער געבויעט אויף א תוספות. תוספות פרעגן ערגעץ (אפשר קענען די בקיאים דא צוצייכענען) וויאזוי מ'קען זיך טובל'ען אין א טייך וואס שטראמט אדער א ים וואס האט שטארקע וואלן, פארוואס הייסט עס נישט קיין זוחלין? די ערשטע תירוץ ענטפערן תוספות וואס יעדער טראכט גלייך אז די פראבלעם פון זוחלין איז נאר ווען ס'רינט ארויס פונעם מקווה, נישט סתם ווען ס'פארט ארום אינעווייניג אינעם מקווה. די צווייטע תירוץ ענטפערן תוספות, און אויף דעם איז געבויעט די חומרא, אז זוחלין איז נאר א פראבלעם ווען ס'קומט נישט נאטורליך אזוי, א טייך אבער וואס קומט נאטורליך צו שטראמען איז כשר. זענען דא וואס שטעלן דאס צו צו א פילטער וואו די וואסער פארט ארום אומנאטורליכערהייט דורך א מאשין.

גראדע יעצט ביים שרייבן די שורות פאלט מיר איין א שטארקע קשיא אויף דעם שטיקל תורה, די מחמירים עכ"פ בויען זיך אויף דעם תוספות (אזוי ליגט מיר אין קאפ).

א טייך האט נישט די פראבלעם פון זוחלין כמבו' בתורת כהנים, די דין פון אשבורן איז נאר ביי א מקוה. ממש יעצט געהאט אינעם דף די סוגיא אין שבת סה: די גמרא און ראשונים זענען דן אויף א נהר בימות הגשמים ווערט די טייך פול מיט מי גשמים ווערט עס א מקוה מים במילא שאפט זיך א פראבלעם פון זוחלין. קוק דארט אין תוספות און אין ר"ן
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
קול זעקה
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 9:49 pm

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קול זעקה »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:

דער רעדט דא פון א ים וואס איז נישט קיין מעיין.
718-480-5349
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

קול זעקה האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
חלב ישראל האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:פארוואס האט דער טאהשער רבי זצ״ל נישט געלאזט מאכן א פילטער אין די מקוה?

ס'איז דאכצעכמער געבויעט אויף א תוספות. תוספות פרעגן ערגעץ (אפשר קענען די בקיאים דא צוצייכענען) וויאזוי מ'קען זיך טובל'ען אין א טייך וואס שטראמט אדער א ים וואס האט שטארקע וואלן, פארוואס הייסט עס נישט קיין זוחלין? די ערשטע תירוץ ענטפערן תוספות וואס יעדער טראכט גלייך אז די פראבלעם פון זוחלין איז נאר ווען ס'רינט ארויס פונעם מקווה, נישט סתם ווען ס'פארט ארום אינעווייניג אינעם מקווה. די צווייטע תירוץ ענטפערן תוספות, און אויף דעם איז געבויעט די חומרא, אז זוחלין איז נאר א פראבלעם ווען ס'קומט נישט נאטורליך אזוי, א טייך אבער וואס קומט נאטורליך צו שטראמען איז כשר. זענען דא וואס שטעלן דאס צו צו א פילטער וואו די וואסער פארט ארום אומנאטורליכערהייט דורך א מאשין.

גראדע יעצט ביים שרייבן די שורות פאלט מיר איין א שטארקע קשיא אויף דעם שטיקל תורה, די מחמירים עכ"פ בויען זיך אויף דעם תוספות (אזוי ליגט מיר אין קאפ).

א טייך האט נישט די פראבלעם פון זוחלין כמבו' בתורת כהנים, די דין פון אשבורן איז נאר ביי א מקוה. ממש יעצט געהאט אינעם דף די סוגיא אין שבת סה: די גמרא און ראשונים זענען דן אויף א נהר בימות הגשמים ווערט די טייך פול מיט מי גשמים ווערט עס א מקוה מים במילא שאפט זיך א פראבלעם פון זוחלין. קוק דארט אין תוספות און אין ר"ן

דער רעדט דא פון א ים וואס איז נישט קיין מעיין.

מהיכי תיתי טאקע אז ס'איז גוט? איך וואלט געטראכט אז א ים איז טאקע כשר נאר ווען ס'איז נישט דא קיין כוואליעס, איך בין בכלל נישט קיין בקי אין מקוואות איך קלער נאר. אויב איז דא אזא תוס' מיז זיין אז עס שטייט טאקע אנדערש.
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2410
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: מקוה און פילטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

חלב ישראל האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:פארוואס האט דער טאהשער רבי זצ״ל נישט געלאזט מאכן א פילטער אין די מקוה?

ס'איז דאכצעכמער געבויעט אויף א תוספות....
זענען דא וואס שטעלן דאס צו צו א פילטער וואו די וואסער פארט ארום אומנאטורליכערהייט דורך א מאשין.

און ווען די פילטער איז אויסגעלאשען?
התבונני
שר חמש מאות
תגובות: 711
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התבונני »

די איסורים אויף א פילטער איז צוטיילט אין 2 חלקים
ס'דא וואס האבן נאר גע'אסר'ט ביי איין סארט און ס'דא וואס האבן אויך מחמיר געווען ביי די צווייטע סארט
אין תשו' ויען יוסף יו"ד סי' קפ"ו פון פאפא רב זצ"ל איז ער מבאר פארוואס ער האט נישט אנגענומען די איסור - כאטש וואס ער מונע געווען צו לייגן בבית מדרשו כדי נישט עובר צו זיין אויף דברי חבריי הרבנים - ועיין עוד בסי' קפ"ה
*
נחזור לענינינו
חמרא טבא האט געשריבן:פארוואס האט דער טאהשער רבי זצ״ל נישט געלאזט מאכן א פילטער אין די מקוה?

ווי איז דא עפעס פון הרה"ק מטאהש זי"ע איבער א פילטער ?
לעצט פארראכטן דורך התבונני אום מיטוואך מאי 20, 2020 10:42 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

Re: מקוה און פילטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

להודות האט געשריבן:און ווען די פילטער איז אויסגעלאשען?

איך כאפ מיך יעצט אז איך האב מיך בעיקר באצויגן צו די פילטערס וועלכע זענען אינגאנצן אינעם בור, דארט איז די גאנצע חומרא נאר אינטערעסאנט ווען די פילטער ארבעט. מן הסתם רעדט אבער דער עולם דא איבער די אנדערע סארט פילטערס דארט איז שוין דא נאך צדדים דן צו זיין.
התבונני
שר חמש מאות
תגובות: 711
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התבונני »

חלב ישראל האט געשריבן: אלנספאלס, אויב איינער שפרינט ארויף און אראפ אין מקווה שאפנדיג וואלן וועלכע שפריצן אן אלע ארומיגע וועט ער האבן די זעלבע פראבלעם ווי די פילטער, דאס איז אויסער דעם וואס איך האב שוין אליינס מיטגעהאלטן ווי אזעלכע מקווה שפרינגערס שיסן ארויס וואסער פון בור ארויס, דאס קען שוין זיין אן ערנסטע זוחלין.

איז נישט דא א חילוק צו די וואסער קומט אריין צוריק פון די זעלבע פלאץ אדער עס קומט צוריק דורך א אנדערע פלאץ ?
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: מקוה און פילטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

להודות האט געשריבן:
חלב ישראל האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:פארוואס האט דער טאהשער רבי זצ״ל נישט געלאזט מאכן א פילטער אין די מקוה?

ס'איז דאכצעכמער געבויעט אויף א תוספות....
זענען דא וואס שטעלן דאס צו צו א פילטער וואו די וואסער פארט ארום אומנאטורליכערהייט דורך א מאשין.

און ווען די פילטער איז אויסגעלאשען?

אטא דאס האביך יעצט געוואלט פרעגן וואס איז די צד צו אסר׳ן א פילטער וואס לויפט נישט בשעת מען טובלט זיך דארט? אידא נאך א פלאץ חוץ די טאהשער בתי מדרשים וואס טוישן די מקוה וואסער יעדע טאג צוויי?
דביה תחדי נפשא
התבונני
שר חמש מאות
תגובות: 711
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התבונני »

דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: מקוה און פילטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דייקן »

חמרא טבא האט געשריבן:
להודות האט געשריבן:
חלב ישראל האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:פארוואס האט דער טאהשער רבי זצ״ל נישט געלאזט מאכן א פילטער אין די מקוה?

ס'איז דאכצעכמער געבויעט אויף א תוספות....
זענען דא וואס שטעלן דאס צו צו א פילטער וואו די וואסער פארט ארום אומנאטורליכערהייט דורך א מאשין.

און ווען די פילטער איז אויסגעלאשען?

אטא דאס האביך יעצט געוואלט פרעגן וואס איז די צד צו אסר׳ן א פילטער וואס לויפט נישט בשעת מען טובלט זיך דארט? אידא נאך א פלאץ חוץ די טאהשער בתי מדרשים וואס טוישן די מקוה וואסער יעדע טאג צוויי?

ביי א דרויסענדיגער פילטער האבען פיל גע'אסר'ט אלס זוחלין, אבער אנדערע האבען געהאלטען אז וויבאלד די זחילה פאסירט נישט פון זיך אליין, נאר דורך א עלעקטראנישער כח, הייסט עס נישט זחילה (ע' מנח"י ח"ו סי' פ"ח אות ג' בשם הגה"צ מפאפא זצ"ל, וע' בשבה"ל ח"ט סי' קפ"ז), אבער אויב אויף די וועג אריין גייט עס יא פון זיך אליין איז עס לכאו' פסול לויט די ד"ח (ע' דברי יציב יו"ד סי' קי"ד), ווי אויך האבען אנדערע געהאלטען אז עס איז א פראבלעם אלס שאובין (ע' בצל החכמה ח"ד סי' צ"ח אות ג'), למעשה האט די עולם אנגענומען לחומרא, און די מנח"י (ח"ז סי' ע"ט) שרייבט אז מען טאר נישט האבען א פילטער אפילו אויב מען וועט עס אויסלעשען פאר מען טובלט זיך, אלס א חשש אז ברבות הימים וועט מען עס נישט אויסלעשען אויך בשעת'ן טובל'ן, און ער שטעלט עס צו צו א חת"ס ע"ש.

ביי א פילטער וואס איז אין די מקוה איז באקאנט אז די שבה"ל (ח"ט סי' קפ"ז און חי"א סי' רי"ג) איז מתיר, ווייל עס הייסט נישט זוחלין היות עס בלייבט אין די שטח המקוה, [ווי אויך שרייבט ער נאך א היתר וויבאלד די וואסער איז שבים מיד], ווי אויך איז ער מאריך פארוואס עס האט נישט א פראבלעם פון שאובין ע"ש, אבער הגר"מ שטערענבוך שליט"א שרייבט אין תשוה"נ (ח"ה סי' ע"ר) אז עס הייסט יא זוחלין היות די פילטער איז א זאך פאר זיך און עס הייסט נישט א חלק פון די מקוה, ווי אויך שרייבט ער אז אפילו בשעת עס איז אויסגעלאשען זאל מען מחמיר זיין (עכ"פ בטבילה דאו') ווייל עס איז דא א זחילה שאינה ניכרת אונטען פון די פילטער, ווי אויך שרייבט ער שארף אז אויף דעם פאסט צו זאגען "חדש אסור מן התורה".

סוף פסוק האט מען דריי מעגליכע סיבות פארוואס עס זאל זיין א פראבלעם אויך אויב די פילטער ארבעט נאר בשעת מען טובל'ט זיך נישט, 1) אלס "חדש אסור מן התורה" (און א חשש אז מען ווייסט נישט וואסארא נאך חידושים וועלען אויפקומען, איז דערפאר דארף מען אלץ אסר'ן). 2) אלס א חשש אז מען וועט צוקומען זיך צו טובל'ן אויך בשעת די פילטער ארבעט, 3) אלס די זחילה שאינה ניכרת אונטען פון די פילטער (דאס פאסט אבער נאר ביי די פילטערס וואס זענען אין די מקוה, און עס איז אפען פון אונטען).
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”