די ציוניסטישע כפירה

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אמונה
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 05, 2011 9:24 am
לאקאציע: אין אידישע הערצער

די ציוניסטישע כפירה

תגובה דורך אמונה »

בס"ד
הקדמה


דערנענטערנדיג זיך צום ביטערן טאג, דער יום המר והנמהר ה' אייר, דער טאג פון הסתרת פנים, ווען די מינים ואפיקורסים האבן באוויזן דורכצופירן זייער בייזוויליגע פלענער צו מורד צו זיין במלכות שמים, איז די פאסיגע צייט איבערצוחזרן די עיקרי אמונה און זיך שטארקן נישט נאכגעשלעפט צו ווערן נאך די אפיקורסים, אזויווי די פסוק זאגט סוף מלאכי אז בעיקבתא דמשיחא וועלן די כופרים אפלאכן פון ערליכע אידן און דעמאלטס וועלן די ערליכע אידן רעדן צווישן זיך אז נדברו יראי ה' איש אל רעהו ויקשב ה' וישמע ויכתב ספר זכרון לפניו ליראי ה' ולחושבי שמו. וכל הכופר בעבודה זרה נקרא יהודי.

אסאך וועלן נישט פארשטיין פארוואס דאס איז אזוי וויכטיג אויך פאר תושבי חו"ל וואס האבן ב"ה נישט די נסיון פון השתתפות במלכות המינות אויף קיין שום אופן, אבער דאס איז נישט ריכטיג, ווייל הגם ס'איז אמת אז אונז זענען שוין צוגעוואוינט אז ציונות מיינט א מדינה, איז אבער דער אמת אז ציונות איז א שיטה, א אידילאגיע, די מדינה איז נאר א תוצאה פון די אידילאגיע, ממילא כאטש די אידן פון חוץ לארץ האבן נישט קיין שייכות מיט די מדינה, אבער די ציונית'טישע שיטה קען ח"ו ווערן אריינגעכאפט אין הארץ און דאס איז רח"ל כפירה, ממילא איז וויכטיג אויך פאר בני חו"ל שטענדיג צו חזר'ן די יסודות הדת והאמונה, וואס די ציונים ימ"ש האבן זיך פארמאסטן עס אפציווישן רח"ל, אז מען זאל דאס שטענדיג געדענקען און נישט נאכגעשלעפט צו ווערן.

ווען דער אייבערשטער האט אונז אויסגעוועלט פאר זיין פאלק, די עם סגולה, האט ער געזאגט כי לי בני ישראל עבדים, פונקט ווי א קנעכט איז משועבד צו זיין האר יעדע מינוט פון טאג אזוי האבן מיר אידן די זכי' צו זיין קנעכט פונעם אייבערשטן יעדע מינוט, יעדע ריר פון א מענטש איז דא א תורה'דיגע וועג, א איד איז קיינמאל נישט קיין בן חורין. אבער נאך אסאך מער ווי א גשמיות'דיגע קנעכט, ווייל א האר איז נאר בעל הבית אויף זיין קנעכט'ס מעשים און דיבורים, אבער דער בוכ"ע איז די האר איבער אידן אפי' אויף די מחשבות, די מצוות פונעם אייבערשטן זענען כולל אין זיך אויך מצוות במחשבה וואס ממעג טראכטן אין וואס נישט, און אפי' אויף די שכליות, דאס מיינט די השקפות און די דיעות פון א מענטש איז אויך דא פונקטליכע ציווים וואס די דיעות פון א איד דארף זיין.

די ערבי נחל אין פרשת וירא (ד"ה וה' פקד) שרייבט פייערדיגע דיבורים, אז מ'זעהט אז לגבי די עונשים אויף די עבירות זעהט מען אז אויף די דיעות באקומט מען נישט קיין עונש ווילאנג ער טוט נישט קיין מעשה, דאס מיינט אז א כופר באקומט נישט קיין עונש ווילאנג ער דינט נישט קיין עו"ז וכד'. די טעם דערפון איז ווייל די עונשים זענען נאר כדי אויסצולייטערן זיינע זינד און אויסציוואשן זיין נשמה און ווי גרעסער די עבירה איז אלס א גרעסערע עונש דארף ער דורכגיין אויסגעלייטערט צו ווערן, אבער ווען איינער פארלירט ח"ו די ריכטיגע אמונה, איז די נשמה דאס אינגאנצן נישט סובל און עס אנטלויפט פון דער מענטש און ער באקומט אנשטאט דעם א נשמה מצד הסטרא אחרא רח"ל, ממילא וועגן דעם באקומט נישט דער מענטש קיין עונש ווייל זיין נשמה דארף מען נישט אויסלייטערן, ער האט דאס שוין גענצליך פארלוירן רח"ל, און דערפאר איז די מענטש נישט זוכה קיינמאל צו עוה"ב, ווייל עוה"ב איז א שכר פאר די נשמה, און אז מפארלירט די הייליגע נשמה קען ער נישט זוכה זיין צו עולם הבא רח"ל.

די חינוך מצוה תכ"א (מצוות תפילין ש"י) שרייבט אז דער גוף פון א מענטש ציט צו תאוות און חומריות ווייל ער באשאפן פון דער ערד, און ער שלאגט זיך מיט די נשמה וואס ציט צו הייליגקייט און ערליכקייט, און וויבאלד די גוף איז נאנט צו זיין מקור, דער ערד, האט ער דער אויבערהאנט, דערפאר האט דער אייבערשטער געגעבן אזויפיל מצוות, צו דינען אלס שומרים פאר די מענטש און אים העלפן זיך אן עצה געבן מיט די גוף. די זעלבע קען געזאגט ווערן לגבי אמונות ודיעות, דער מענטשליכער מוח איז געוואוינט צו זען נאר גשמיות, א זאך וואס איז ארויס פון די מציאות איז אים זייער שווער תופס צו זיין, וועגן דעם איז זייער וויכטיג צו האלטן אין איין איינחזר'ן די אמת'ע אמונה פון ביאת המשיח און ניסים, ווייל דאס איז קעגן די טבע פון די מענטש צו פארשטיין, ממילא אויב מחזרט דאס קען מען ח"ו פארלירן די קלארקייט דערין.

די אלע זאכן וואס מיר וועלן שרייבן זענען באמת דברים פשוטים וואס מיר אלע זענען מיט דעם אויפגעוואקסן, און מיר אלע גלייבן דערין, דאך איז דאס א גרויסע תועלת אזויווי די מסילת ישרים שרייבט אין זיין הקדמה אז ער שרייבט דברים פשוטים נאר מחמת רוב ההרגל פארגעסט מען דאס.

ויה"ר אז בזכות האמונה זאלן מיר שוין זוכה זיין בקרוב צו די גאולה שלימה אזוי רש"י הק' שרייבט פר' בשלח (י"ד ט"ו) כדאי זכות אבותיהם והם והאמונה שהאמינו בי ויצאו לקרוע להם הים. און מיר זאלן זוכה נגילה ונשמחה בישועתו אמן.


פרק א' – חירות משעבוד מלכיות רק אחר ביאת הגואל


דוד המלך זאגט אין תהילים (ע"ח ט') בני אפרים נושקי רומי קשת הפכי ביום קרב. די בני אפרים וואס זענען ארויסגעגאנגען פון מצרים פארלאזדיג זיך אויף די געווער, האבן זיך צוריקגעדרייט (ד"מ אז זיי האבן פארלוירן און געהארגעט געווארן) ביים מלחמה מיט די אנשי גת. די מדרש רבה (שיר השירים ב' כ') זאגט אז זיי האבן געמאכט א טעות אינעם חשבון, זיי האבן געמיינט אז מ'רעכנט די פיר הונדערט יאר פון ברית בין הבתרים דערווייל האט זיך דאס אנגעהויבן דרייסיג יאר שפעטער ביי לידת יצחק. פירט די מדרש אויס, מפני מה? שלא האמינו בה' ולא בטחו בישועתו (תהילים ע"ח כ"ב).

דער יפה קול פרעגט, זיי האבן זיך דאך טועה געווען אינעם חשבון, פארוואס ווערט דאס פאררעכנט ווי א עבירה, א היפוך האמונה, און אויף זיי ווערט געזאגט די פסוק לא האמינו בה' ולא בטחו בישועתו? ענטפערט ער, אז וויבאלד זיי האבן געזעהן אז לויט זייער חשבון איז די זמן הגאולה שוין אנגעקומען און זיי האבן נישט באקומען א נביאה פונעם אייבערשטן ארויסצוגיין (חזון מה'), ס'איז זיי נישט געגעבן געווארן א אות ומופת מן השמים אז עס איז שוין די ריכטיגע צייט וואלטן זיי אליינס געדארפט פארשטיין אז זיי האבן א טעות אינעם חשבון, וויבאלד זיי זענען דאך ארויס אן א אות מן השמים, ווייזט דאס אז זיי האבן נישט בוטח געווען בישועת ה' רח"ל.

אז מטראכט אריין, זעט מען אז באמת זענען זיי געווען שוגגים, זיי האבן נישט געוואלט ארויסגיין פאר די צייט, זיי האבן פשוט געמיינט אז די צייט איז שוין געקומען. פארט וויבאלד מען האט נישט געהאט קיין הוראה ברורה מן השמים אז מזאל ארויסגיין, אפי' אלע חשבונות שטומען, איז דאס ארויסגיין א ענין פון כפירה. זעט מען פון דעם אויך אויף אונזער גלות אז אויב זעט מען נישט קיין אות ומופת מן השמים אז מען זאל ארויסגיין פון גלות, טאר מען חלילה נישט אליינס ארויס, ווייל דאס איז היפוך האמונה. און נישט נאר בפועל טון א מעשה ארויסצוגיין פונעם גלות אליין טאר מען נישט, נאר אפי' האלטן אז ממעג טון אזא זאך, דאס אליין איז א מחשבת כפירה ווייל אמונה איז א מחשבה און א דיעה, א דבר התלוי בלב נישט קיין מעשה, און אז די פסוק זאגט אז דאס איז היפוך האמונה מיינט אז אפי' די מחשבה דערפון איז קעגן אמונה.

דער חתם סופר שרייבט אין דרשות חת"ס (ח"ב דף רנ"ח) אז דורכדעם וואס די בני אפרים זענען ארויס פאר די צייט זענען זיי שפעטער צוגעקומען צו כופר זיין בה' מכל וכל רח"ל און דורכדעם איז ירבעם בן נבט ארויסגעקומען.

סאיז דא וואס פארענטפערן די ציונים מיט די ווערטער פונעם אבני נזר אז ס'קען זיין אז ווען די גוים וועלן גיבן רשות ארויפצוגיין קיין ארץ ישראל ווערט דאס פאררעכנט אלס א פקודה, אזויווי בימי עזרא הסופר ווען עס איז געווען מיט רשות פון כורש המלך. אבער דאס איז בכלל נישט ריכטיג, ווייל די אבני נזר אליינס אין א שפעטערע תשובה שרייבט צו איינעם וואס האט אים אנגעפרעגט אויף דעם איז ער זיך מתרעם אויף אים פארוואס ער האט אויסגעלאזט פון זיינע ווערטער אז "אפשר" איז דאס א פקודה, זעהט מען אז ער האט דאס נישט געשריבן אלס א דבר ברור נאר בדרך אפשר. און ס'פארשטייט זיך אליין אז אויף א ספק קען מען זיך נישט פארלאזן ביי א זאך וואס גרעניצט זיך מיט כפירה רח"ל.

אויך איז די ווערטער פון די אבני נזר זייער שווער צו פארשטיין, ווייל דארט איז דאס געווען פארגעזאגט מיט א נבואה פונעם אייבערשטן ווי די פסוק זאגט והוא פקד עלי לבנות לו בית בירושלים אשר ביהודא און ווי רש"י זאגט האט שוין ישעי' הנביא געזאגט נביאות אז כורש זאל בויען די בית המקדש, משא"כ דא איז נישט געווען קיין נבואה. אויך איז זייער שווער צו פארשטיין, ווי מיר וועלן שפעטער בעזרת השם מאריך זיין אז די גאולה העתידה קען נישט געטון ווערן דורך פעולות בשר ודם אפי' אויב די אידן וועלן נישט האבן די זכי' (אבער מ'וועט מוזן תשובה טון פארדעם), משא"כ די גאולה ביי עזרא, וויבאלד די אידן האבן נישט זוכה געווען איז דאס געווען בידי אדם. אזוי אויך איז שווער וואס ער זאגט, ווייל די גאולה העתידה וועט זיין באותות ובמופתים משא"כ די גאולה ביי עזרא איז געווען בדרך הטבע אזויווי עס שטייט אין גמרא. ממילא איז פשוט אז דער אבני נזר האט דאס נאר געשריבן לענין די היתר ארויפצוגיין א עלי' מרובה אין ארץ ישראל תחת ממשלת הגוים, אבער צו מאכן א אייגענע מלוכה לא עלה על דעתו להתיר.

די גמרא זאגט (סנהדרין צ"א ע"ב) אין בין עולם הזה לימות המשיח אלא שיעבוד מלכיות בלבד, און אזוי פסקנט אויך די רמב"ם (מלכים פרק י"ב). פון דעם זעט מען אז פאר ביאת המשיח קען נישט זיין קיין חרות משיעבוד מלכיות, (ווייל אויב יא איז דאך די ביאת המשיח גארנישט קיין אויפטוה ח"ו). פון דעם קומט אויך אויס אז ווען איינער האט ח"ו א מחשבה אז ס'קען זיין א גאולה פאר ביאת המשיח, קען אים איינפאלן א געדאנק אז ס'פעלט נישט אויס אזוי שטארק די ביאת המשיח, כאטש ער וועט פארשטיין אז ס'וועט זיין אסאך בעסער ווען משיח וועט קומען ווייל דעמאלטס וועט זיין ומלאה הארץ דעה את ה' און מ'וועט קענען דינען דעם אייבערשטן אומגעשטערט, אבער צו האפן און ווארטן אויף משיח נאר וועגן דעם איז זייער א הויכע מדריגה, ממילא וועט ח"ו אויסקומען אז ער וועט אינערליך אין הארץ נישט האפן אזוי שטארק אויף ביאת המשיח, און דער רמב"ם שרייבט (הל' מלכים פרק י"א הל' א') אז איינער וואס איז אינו מחכה לביאת המשיח איז כופר בכל התורה כולה רח"ל.

די גמרא זאגט (סנהדרין צ"ז ע"ב) אין בן דוד בא עד שיתיאשו מן הגאולה, זאגט רש"י שיהיו שפלים מאד ואין עוזר וסומך, פון דעם זעט מען אז פאר ביאת המשיח וועט נישט זיין קיין שום התחלה פון א גאולה, אויך זאגט די גמרא דארט אין בן דוד בא עד שתכלה מלכות הזלה מישראל איז רש"י מסביר שלא תהא להם שום שולטנות אפי' שולטנות קלה ודלה.
לעצט פארראכטן דורך אמונה אום דאנערשטאג מאי 05, 2011 6:30 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דע אותם והצלח בהם וחזור עליהם פעמים רבות והתבונן בהם התבוננות יפה (פירוש המשניות להרמב"ם פרק חלק)
אוועטאר
אמונה
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 05, 2011 9:24 am
לאקאציע: אין אידישע הערצער

תגובה דורך אמונה »

פרק ב' – קיבוץ גליות קודם ביאת המשיח

נישט נאר א גענצליכע חירות און גאולה, דאס מיינט אראפווארפן די יאך פון די גלות און אומות, איז אסור פאר ביאת המשיח, נאר אפי' קיבוץ גליות אונטער די הענט פון די אומות, דאס מיינט אז אידן זאלן זיך צוזאמנעמען אויף איין פלאץ פאר ביאת המשיח, אפי' מווארפט נישט אראפ פון זיך די עול הגלות, איז אויך אסור. דער רמב"ם שרייבט (הל' מלכים פי"ב ה"א) המלך המשיח עתיד לעמוד וכו' ומקבץ נדחי ישראל, און הל' ד' שרייבט ער ואם יעמוד וכו' וקבץ נדחי ישראל הר"ז בחזקת משיח, פון דעם זעהט מען אז ביאת המשיח וועט זיין פאר קיבוץ גליות.

אין מדרש רבה (שיר השירים ב' ז' וכ') ביי די פסוק פון השבעתי אתכם ברענגט דער מדרש די ג' שבועות שלא יעלו בחומה שלא ימרדו באומות ושלא ידחקו את הקץ, פירט די מדרש אויס, א"כ, אויב וועט מען יא דוחק זיין די קץ, למה משיח בא, פארוואס פעלט אויס משיח זאל קומען? און וויבאלד אונז ווייסן אז משיח גייט קומען איז דאס א ראי' אז מ'טאר נישט דוחק זיין די קץ. פון דעם איז א ראי' אז אויב זאגט מען אז קיבוץ גליות קען זיין פאר ביאת המשיח קען מען צוקומען צו כפירה בביאת המשיח אדער פארלירן די צפי' לביאת המשיח.

דער מהרש"ב מליבאוויטש שרייבט א ראי' אז קיבוץ גליות וועט זיין צוזאמען מיט ביאת המשיח, די גמרא זאגט (חולין ס"ג ע"א) אויף א געוויסע פייגל, וגמירי דאי יתיב אארעא ושריק אתי משיחא שנאמר אשרקה להם ואקבצם, די גמרא הייבט אן צו רעדן פון ביאת המשיח און ברענגט א פסוק פון קיבוץ גליות, פון דעם זעט מען אז דאס וועט זיין צוזאמען.

דער תכלית פון די פיזור איז א טובה פון הקב"ה ווי די גמרא זאגט (פסחים פ"ז ע"ב) צדקה עשה הקב"ה עם ישראל שפיזרן לבין האומות, ווייל אזוי טוט קיין איין פאלק נישט פארלענדן די אידן וואס זענען ביי זיי ווייל זיי שעמען זיך פון די אנדערע אומות אז זיי האבן א פאלק וואס די אנדערע אומות האבן יא, אבער אויב אלע אידן וועלן זיין אונטער איין אומה, וועלן זיי ח"ו קענען פארלענדן די אידן ח"ו. אין תנא דבי אלי' (רבה פרק י') שטייט דאס לשון בעל הבית יודע לאיזה מקום יפקיד כליו וכשיבוא בעל הבית לביתו יביא כליו עמו, דאס מיינט אז הקב"ה ווייסט ווי צו לייגן זיינע אידן אין וועלכע פלאץ יעדע איד זאל זיין, און ווען ער וועט אהיימקומען כביכול צו זיין הויז, דאס מיינט די גאולה שלימה וועט ער מיטברענגען מיט זיך די אידן. ממילא איז פארשטענדליך די סכנה דערפון אויב אידן געפינען זיך אויף איין פלאץ, ווילאנג מ'ווייסט נישט אויף זיכער אז מ'האלט שוין ביי די גאולה שלימה און ביי די הבטחה פון ולא ישא עוד גוי אל גוי חרב. אויך איז דאס א באווייז אז ער גלייבט נישט אז די גלות איז א טובה פון הקב"ה, און ער איז זיך נישט בוטח אינעם אייבערשטן נאר אויף זיין אייגענעם כוח.

אין ויואל משה (מאמר שלש שבועות סי' כ"ג) שטייט שבהרבה מקומות מפורש יוצא בדברי חז"ל שהקב"ה אומר שבכל משך ימי הגלות עד ביאת המשיח יהיו ישראל מפוזרין בכל ארבע כנפות הארץ וכו' האומרים שכל ישראל מכל מקומות מושבותיהם יסעו לארץ ישראל כל אלו מדברים בפה מלא נגד כל דברי חכז"ל שבכמה מקומות בש"ס ובמדרשים ובכתבי האר"י, והוא באמת הפלא ופלא האיך ירהבו עוז בנפשם אף קצת שומרי תורה ומצות לדבר דבר נגד דברים המבוארים כל כך בפירוש בהרבה מקומות מדברי חכז"ל שהבאתי. און מאמר ישוב ארץ ישראל (סי' קל"ג) שטייט האומרים שכל ישראל יסעו לארץ ישראל בזמן הגלות טרם ביאת המשיח זהו דברי מינות ואפיקורסות רח"ל וכו' והמאמין בהשי"ת ובתוה"ק ובדברי חכז"ל א"א שיאמר נגד זה.
דע אותם והצלח בהם וחזור עליהם פעמים רבות והתבונן בהם התבוננות יפה (פירוש המשניות להרמב"ם פרק חלק)
אוועטאר
אמונה
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 05, 2011 9:24 am
לאקאציע: אין אידישע הערצער

תגובה דורך אמונה »

פרק ג' - הגאולה יהי' רק ע"י הקב"ה בעצמו בלי שום אמצעי גשמית

אפי' נאך ביאת המשיח, וועט די קיבוץ גליות והגאולה נישט געטון ווערן דורך גשמיות'דיגע פעולות, נאך דורך הקב"ה אליין. די מדרש תהילים זאגט (תהילים ל"ו י') כי עמך מקור חיים באורך נראה אור, א משל צו א מענטש וואס האט אנגעצינדן א ליכט ביינאכט האט זיך עס אויסגעלאשן, האט ער עס צוריק אנגעצינדן און עס האט זיך נאכאמאל אויסגעלאשן, האט ער געזאגט ווילאנג וועל איך זיך פלאגן אנציצינדן די ליכט איך וועל ווארטן ביז די זון שיינט אויף וואס דאן וועט זיין ליכטיג אן די ליכט, אזוי אויך די אידן זענען געגאנגען אין גלות מצרים איז געקומען משה רבינו און אויסגעלייזט, איז מען צוריקגעגאנגען אין גלות בבל איז געקומען חנני' מישאל ועזרי' און אויסגעלייזט, נאכדעם ביי יון און די חשמונאים האבן געראטעוועט, ווען מען איז געקומען צו גלות אדום האבן די אידן געזאגט אין אנו מבקשין שיאור לנו בשר ודם מעתה אלא הקב"ה.

די זעלבע שטייט אין מדרש (תנחומא פרשת אחרי) אויפן פסוק אשריך ישראל מי כמוך עם נושע בה' אמר הקב"ה בעולם הזה הייתם נושעים על ידי בני אדם במצרים ע"י משה ואהרן, בימי סיסרא ע"י ברק ודבורה וכו' ועל ידי שהיו בשר ודם הייתם חוזרין ומשתעבדין, אבל לעתיד לבא אני בעצמי גואל אתכם ושוב אין אתם משתעבדין שנאמר ישראל נושע בה' תשועת עולמים.

אין זוה"ק (פר' ויקרא) פרעגט א סתירה פון די פסוק נפלה ולא תוסיף קום בתולת ישראל און די פסוק ביום ההוא אקים את סוכת דוד הנופלת, ענטפערט די זוהר הקדוש, אז די יעצטיגע גלות און גאולה איז נישט ווי די אנדערע ביז היינט, א משל צו א מלך וואס האט זיך אויפגערעגט אויף די מלכא און האט איר פארשיקט אויף א געוויסע זמן, ווען די צייט האט זיך געענדיגט איז זי אליין צוריקגעקומען צום מלך, אזוי איז געווען אפאר מאל, איינמאל האט די מלך איר פארשיקט אן א געוויסע זמן, האט די מלך געזאגט, דאס מאל איז נישט ווי די אנדערע, דאס מאל וועל איך אליין גיין און איר אויפהייבן און צוריקברענגען אהיים, די זעלבע איז מיט די ביז יעצטיגע גליות ווען מען איז פארטריבן געווארן פאר א זמן קצוב זענען די אידן אליין צוריקגעקומען, אבער ביי די יעצטיגע גלות וועט די אייבערשטער אליין כביכול אנכאפן די אידן ביי די האנט און ארויסנעמען פון גלות, און דאס איז די פשט פון די פסוקים, נפלה לא תוסיף קום בתולת ישראל, די אידן וועלן זיך שוין נישט אליין אויפהייבן, אבער ביום ההוא אקים את סוכת דוד הנופלת, דער אייבערשטער אליין וועט אונז אויפשטעלן.

פון די אלע אויבדערמאנטע זעט מען אז די גאולה שלימה וועט זיין דורך הקב"ה אליין אן קיין שום פעולה גשמית, נישט ווי די אנדערע גליות וגאולות. ביי גלות מצרים כאטש עס איז געווען מיט פעולות פון משה רבינו און אהרן הכהן, אבער די פעולות זענען נישט געווען קיין גשמיות'דיגע און טבעיות'דיגע, דער אייבערשטער האט זיי געהייסן טון געוויסע פעולות און דורך דעם האבן זיי געברענגט מכות וואס האבן נישט געהאט קיין שייכות צו די פעולות (דאס מיינט, דורך אויפהייבן א שטעקן אויף די וואסער איז דאס געווארן בלוט, און אזוי געשפאלטן די ים, און דורכן אויפהייבן די האנט געברענגט היישעריק וכד'). קומט אויס אז ביי די גאולה העתידה וועלן אפילו אזעלכע פעולות אויך נישט געטון ווערן, ווייל ווי אויבנדערמאנט וועט די גאולה העתידה זיין מער דורך די באשעפער ווי גאולת מצרים.

אבער אין זוהר הקדוש (פרשת פקודי) שטייט צו פארענטפערן די פסוקים נפלה לא תוסיף קום בתולת ישראל און בעת ההוא אקים את סוכת דוד הנופלת, ביי גלות מצרים האט דער אייבערשטער אליין אויסגעלייזט די אידן וועגן דעם איז געווען גרויסע ניסים ביי יציאת מצרים, אבער ביי גלות בבל איז די גאולה געווען דורך שליחים וועגן דעם איז נישט געווען קיין ניסים נאר דורך די רשות האומות בדרך הטבע. און מיט דעם ווערט פארענטפערט די פסוקים, בעת ההוא אקים וועט דער אייבערשטער אליין אויסלייזן און נפלה לא תוסיף קום בתולת ישראל, די אידן וועלן זיך נישט אויפהייבן אליין און וועגן דעם וועט די גאולה העתידה זיין מיט ניסים אזויווי די גאולת מצרים ווייל עס וועט נישט זיין דורך א שליח.

פון די זוהר זעט מען אז אויך גאולת מצרים איז געווען דורך דער אייבערשטער אליין און נישט דורך שליחים, מען קען זאגן מיט די מהרש"א מסכת מגילה (דף י"א ע"א) אז די גאולת מצרים איז געווען דורך הקב"ה אליין ווייל מכת בכורות, וואס דעמאלטס איז געווען די עיקר גאולה, איז געווען דורך הקב"ה אליין, משא"כ די אנדערע גליות זענען געווען דורך א אמצעי, און די גאולה העתידה וועט אויך זיין דורך די אייבערשטער אליין אזויווי עס שטייט (מיכה ז' ט"ו) כימי צאתנו ממצרים אראנו נפלאות, די זעלבע קען זיין פשט אין די זוהר הקדוש וואס איז מדמה די גאולה העתידה צו גאולת מצרים, דאס גייט ארויף אויף מכת בכורות וואס איז געווען גענצליך דורך הקב"ה אליין, לפי"ז קומט אויס אז דאס איז זיכער אז די גאולה העתידה וועט זיין גענצליך דורך הקב"ה אליין אן קיין שום אמצעי.
דע אותם והצלח בהם וחזור עליהם פעמים רבות והתבונן בהם התבוננות יפה (פירוש המשניות להרמב"ם פרק חלק)
איש האמת
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 11, 2011 1:07 pm

תגובה דורך איש האמת »

ס'איז מיר א חידוש איר האט נישט איבערגעשריבען גאנץ ויואל משה און על הגאולה ועל התמורה....
די ציונים זענען טאקע רשעים, אבער סאקמער איז נישט איינציגסטע חסידות אויף דער וועלט.....
און די קענסט נישט ארויפצווינגען דיין תורה אויפ יעדער איינער, אנדערע חוג חסידות'ן זענען אויך הייליג
אפילו מ'גייט צום כותל וכדומה.......
אוועטאר
אמונה
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 05, 2011 9:24 am
לאקאציע: אין אידישע הערצער

תגובה דורך אמונה »

איש האמת האט געשריבן:ס'איז מיר א חידוש איר האט נישט איבערגעשריבען גאנץ ויואל משה און על הגאולה ועל התמורה....
די ציונים זענען טאקע רשעים, אבער סאקמער איז נישט איינציגסטע חסידות אויף דער וועלט.....
און די קענסט נישט ארויפצווינגען דיין תורה אויפ יעדער איינער, אנדערע חוג חסידות'ן זענען אויך הייליג
אפילו מ'גייט צום כותל וכדומה.......

איך האב נישט מעתיק געווען גאנץ ויואל משה און על הגאולה ווייל איך רעדט פון די חלק האמונה וואס איז נוגע אויך בני חוץ לארץ נישט פון די חלק המעשה ווי דערמאנט אין די הקדמה, הרה"ק מ'סאטמאר אין זיינע אויבנדערמאנטע ספרים איז שטארק מאריך בענין המעשה, ממילא איז נישט דא דאס פלאץ מעתיק צו זיין.

סאטמאר? חסידות? דא איז בלויז דערמאנט געווארן מאמרי חז"ל. איר קענט זיך א עצה געבן דערמיט?

איך פראביר ארויפצוצווינגען מיין מיינונג? ווי זעסטו עס אין מיינע ווערטער?

איך האב גערעדט פון גיין צום כותל? אדער פון בחירות, נעמען געלט, אדער סיי וואס אנדערע חסידות האלטן אנדערש? (נישט קיין חילוק פון וועלכע חסידות דו ביזט, האט דיין רבי פון הונדערט יאר צוריק געהאלטן אקוראט אזויווי איך האב געשריבן, דוק ותשכח).

זאג, מעג מען נעמען א גאולה אן משיח צדקינו? מעג מען מאכן א קיבוץ גליות אן משיח צדקינו? מעג מען טון פעולות פאר א גאולה? וועט א גאולה קומען פאר די אידן וועלן תשובה טון? וועט די גאולה העתידה זיין אן קיין אותות ומופתים נאר בדרך הטבע?
אויב דיין ענטפער צו די אויבנדערמאנטע קושיות איז יא, זיי מוחל ווענד אפ די ראיות וואס איך האב געברענגט (אחת מני אלף פון וויפיל עס איז דא), און ברענג ראיות צו דיין שיטה.
לכו נא ונוכחה.
דע אותם והצלח בהם וחזור עליהם פעמים רבות והתבונן בהם התבוננות יפה (פירוש המשניות להרמב"ם פרק חלק)
די קאץ ארויס פון זאק
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

תגובה דורך די קאץ ארויס פון זאק »

אמונה, דיין ציגאנג איז הערליך, מייסטערהאפטיג, זייער קלאר אראפגעלייגט אונזער הייליגע אמונה, זייער אסאך דא אין אידישע וועלט וואס זענען נישט אויפגעוואקסען אין אריינגעפרעגלט געווארען אין דעם גייסט, אין געלערענט דעם גראדען דרך הסלולה, וועלען אצינד קענען אביסעל עפענען די אויגען אין זעהן אז אלעס וואס די ברענגסט אזאוי קלאר איז בכלל נישט קיין שיטה, נאר הן הן גופה של תורה, דאס איז די פשוט תורה מסיני.
חיזקי ואימצי, אדרבה אז איינער ווייסט אנדערשט,בבחינות איש את ריעהו יעזרו, זאל מען זיך אויסשמוסען אין זעהן וואס דעת תוריתנו איז.
keep your words tasteful, you may have to eat them later
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובה דורך יהיה כן »

פון איש האמת׳נס תגובה זעהט אויס ווי ׳עפעס׳ טוט עם וויי ווייל ניק אמונה האט בכלל נישט גערעדט פון קיין כותל איינציגסטע חסידות וכו׳ בקיצור אימזיסט זיך אנגעטשעפעט
אוועטאר
אמונה
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 05, 2011 9:24 am
לאקאציע: אין אידישע הערצער

תגובה דורך אמונה »

הוספה לפרק ג'

ממילא איז די טענה אז מ'דארף טון השתדלות צו די גאולה אזוי ווי פאר פרנסה וכד' אינגאנצן נישט פארשטענדליך און נישט אויסגעהאלטן, די גאולה העתידה איז נישט א זאך וואס וועט געשעהן דורך א מענטשליכע האנט, דאס וועט געטון ווערן גענצליך בידי שמים ממילא איז נישט שייך צו טון סיי וואספארא השתדלות צו די גאולה חוץ מרבה זיין בתפלה ובמעשים טובים.

רש"י הקדוש שרייבט אין פרשת נצבים (ל' ג') אויפן פסוק ושב ה' אלקיך את שבותך צוויי פשטים, איינס אז דער אייבערשטער אליין איז אויך אין גלות כביכול און ביי די גאולה העתידה וועט כביכול דער אייבערשטער אויך אויסגעלייזט ווערן, און די צווייטע פשט, שגדול יום קיבוץ גליות ובקושי כאילו הוא עצמו צריך להיות אוחז בידיו ממש איש איש ממקומו, קיבוץ גליות איז אזא שווערע זאך, אז דאס איז כאילו דער אייבערשטער וועט אנכאפן יעדע איד באזונדער און צוזאמנעמען.

די הייליגע ווערטער פון רש"י שניידן שטיקער, דאס טוט אנצייגן אז די גאולה איז נישט א פשוטע חירות, דאס איז הייליגע רוחניות'דיגע סודות וואס א מענטשליכע שכל, נישט קיין חילוק ווי גרויס דער מענטש זאל זיין, קען ער דאס נישט משיג זיין, קען דען א מענטש זאגן אז די גאולה פון הקב"ה כביכול וועט קומען דורך א פשוטע השתדלות פון קליינע בשר ודם'ס? דורך די כוח פון כלי זיין?. און אז הקב"ה זאגט אז קיבוץ גליות איז בקושי כאילו דער אייבערשטער אליין דארף אנכאפן ביד כל אחד און אים צוזאמנעמען, קען איינפאלן פאר א מאמין בה' אז דאס וועט קומען דורך ציוניסטישע פליגער'ס וואס די אפיקורסים האבן א נאמען געגעבן כנפי נשרים?

(בדרך אפשר קען מען זאגן פארוואס דא איז נישט שייך קיין השתדלות אזויווי ביי יעדע אנדערע זאך, ווייל ס'איז ידוע פון ספרים אז ווי גרעסער די מענטש איז אלס ווייניגער השתדלות דארף ער טון, דער הייליגער בעש"ט האט נאר געדארפט אנקלאפן אין פענסטער וכד', און מיט דעם טייטשן די ספרים די מדרש פרשת ויגש אשרי הגבר אשר שם בה' מבטחו ולא פנה אל רהבים אז דאס גייט ארויף אויף יוסף וואס האט געבעטן פון די שר המשקים צו רעדן פאר אים פאר פרעה און וועגן דעם איז צוגעלייגט געווארן צוויי יאר, איז שווער אז די פסוק רעדט פון איינער וואס האט יא בטחון, נאר די פשט איז אז באמת מעג מען בעטן פון איינעם אים צו דערמאנען אזויווי יוסף הצדיק, נאר לויט די גרויסע מדריגת הבטחון פון יוסף איז דאס געווען א שטיקל פגם, טאקע דווקא וועגן ער איז געווען א בוטח בה'.

די זעלבע איז מיט די גאולה העתידה, כלל ישראל בכלליות איז די שעשועים כביכול פון הקב"ה אידן זענען אייביג געווען און וועלן אייביג זיין די עם סגולה פון הקב"ה די עם הנבחר, ס'איז אמת אז א מענטש פריוואט האלט נישט ביי קיין גרויסע מדריגות מעג ער טון מער השתדלות, אבער א זאך ווי גאולת ישראל וואס איז נוגע גאנץ כלל ישראל און כביכול א גאולה פאר הקב"ה, קוקט אויף די מדריגה פון די עצם כלל ישראל, און לויט די גרויסקייט פון אזא הייליג פאלק, איז השתדלות בדרך הטבע א געוואלדיגע פגם און איסור.)
דע אותם והצלח בהם וחזור עליהם פעמים רבות והתבונן בהם התבוננות יפה (פירוש המשניות להרמב"ם פרק חלק)
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

תגובה דורך איזעי »

יהיה כן האט געשריבן:פון איש האמת׳נס תגובה זעהט אויס ווי ׳עפעס׳ טוט עם וויי ווייל ניק אמונה האט בכלל נישט גערעדט פון קיין כותל איינציגסטע חסידות וכו׳ בקיצור אימזיסט זיך אנגעטשעפעט

ער איז נישט קיין בן יחיד דא, עס איז דא נאך געציילטע אזוי, וואס ווען איינער שרייבט דברי אמונה טוט זיי עס וויי צוליב עפעס א באהאלטענע סיבה, אפי' מען שרייבט נאר פשוט'ע פסוקים... (עיי' אין דעם אשכול וואס איך האב געעפנט "שיעורי אמונה וכו'". אגב, איך בין שטארק טרוד, דער שיעור אין רמב"ם פארשפעטיגט אבער ואם יתמהמה חכה לו כי בא יבא אי"ה)
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

אמונה, א שיינעם דאנק פארן אנפיטערן אפאר פיינע כזיתים אמונה, מזון דנשמתא. איך האב דאס ארויסגעפרינט און פארגעלערנט ביים שבת טיש. די ווערטער יום המר והנמהר ה' אייר וועט היי יאר האבן גאר א טיפערן באדייט נאך דיינע הערליכע מאמרים. ס'געפעלט מיר זייער דיין צוגאנג אז ציונות איז נישט איין גרויסע כפירה, ס'איז א גאנצע פעקל מיט כפירות. לגבי די תגובה פון איש האמת דארפט איר זיך נישט קיין סאך קימערן, פון זיינע ווערטער זעהט מען קלאר אז ער איז געווען א פאלנער נבהל להשיב אן אפילו דורכקוקן וואס איר האט צו זאגן.

אביסל קריטיק איז ערלויבט?
כ'מיין איר וואלט געמעגט ברענגען אביסל מער לשונות פון די צדיקי הדורות וואס רעדן דירעקט קעגן ציונות, ס'איז דא אסאך ספרים וואס זענען מלקט, ווי למשל משכנות הרועים, אפס בלתך גואלינו, חוץ די ספרים וואס זענען דעמאלטס ארויסגעקומען אור ישרים, דעת הרבנים, על הציונות ועוד.

מנהלים כ'מיין מ'קען עס צוזאמשטעלן מיט זיידעניו'ס ה' אייר מאמר.
דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

תגובה דורך דעפרעסט »

אמונה האט געשריבן:
איש האמת האט געשריבן:ס'איז מיר א חידוש איר האט נישט איבערגעשריבען גאנץ ויואל משה און על הגאולה ועל התמורה....
די ציונים זענען טאקע רשעים, אבער סאקמער איז נישט איינציגסטע חסידות אויף דער וועלט.....
און די קענסט נישט ארויפצווינגען דיין תורה אויפ יעדער איינער, אנדערע חוג חסידות'ן זענען אויך הייליג
אפילו מ'גייט צום כותל וכדומה.......

איך האב נישט מעתיק געווען גאנץ ויואל משה און על הגאולה ווייל איך רעדט פון די חלק האמונה וואס איז נוגע אויך בני חוץ לארץ נישט פון די חלק המעשה ווי דערמאנט אין די הקדמה, הרה"ק מ'סאטמאר אין זיינע אויבנדערמאנטע ספרים איז שטארק מאריך בענין המעשה, ממילא איז נישט דא דאס פלאץ מעתיק צו זיין.

סאטמאר? חסידות? דא איז בלויז דערמאנט געווארן מאמרי חז"ל. איר קענט זיך א עצה געבן דערמיט?

איך פראביר ארויפצוצווינגען מיין מיינונג? ווי זעסטו עס אין מיינע ווערטער?

איך האב גערעדט פון גיין צום כותל? אדער פון בחירות, נעמען געלט, אדער סיי וואס אנדערע חסידות האלטן אנדערש? (נישט קיין חילוק פון וועלכע חסידות דו ביזט, האט דיין רבי פון הונדערט יאר צוריק געהאלטן אקוראט אזויווי איך האב געשריבן, דוק ותשכח).

זאג, מעג מען נעמען א גאולה אן משיח צדקינו? מעג מען מאכן א קיבוץ גליות אן משיח צדקינו? מעג מען טון פעולות פאר א גאולה? וועט א גאולה קומען פאר די אידן וועלן תשובה טון? וועט די גאולה העתידה זיין אן קיין אותות ומופתים נאר בדרך הטבע?
אויב דיין ענטפער צו די אויבנדערמאנטע קושיות איז יא, זיי מוחל ווענד אפ די ראיות וואס איך האב געברענגט (אחת מני אלף פון וויפיל עס איז דא), און ברענג ראיות צו דיין שיטה.
לכו נא ונוכחה.

יעדעס ווארט א פערל!!,אזוי קולע אל השערה!
אמונה גיי אן! איך בין זיך ממש מחיה מיט יעדען מאמר באזונדער,שוין לאנג נישט געזען
אזעלכע הערליכע מאמרים אויף די נושא-בהשכל ובדעת,לך בכחך זה!
דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

תגובה דורך דעפרעסט »

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:אביסל קריטיק איז ערלויבט?
כ'מיין איר וואלט געמעגט ברענגען אביסל מער לשונות פון די צדיקי הדורות וואס רעדן דירעקט קעגן ציונות, ס'איז דא אסאך ספרים וואס זענען מלקט, ווי למשל משכנות הרועים, אפס בלתך גואלינו, חוץ די ספרים וואס זענען דעמאלטס ארויסגעקומען אור ישרים, דעת הרבנים, על הציונות ועוד.

לינק צום ספר הנפלא אפס בלתך גואלינו.
http://www.natrina.org/articles/efesbiltecha.pdf
אוועטאר
אמונה
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 05, 2011 9:24 am
לאקאציע: אין אידישע הערצער

תגובה דורך אמונה »

פרק ד' – אין ישראל נגאלין אלא בתשובה

די רמב"ם (הל' תשובה פ"ז ה"ה) שרייבט, אין ישראל נגאלין אלא בתשובה וכבר הבטיחה תורה שסוף ישראל לעשות תשובה בסוף גלותן ומיד הן נגאלין שנאמר והיה כי יבואו עליך כל הדברים וגו' ושבת עד ה' אלקיך ושב ה' אלקיך וכו'. אידן וועלן נישט אויסגעלייזט ווערן פאר זיי טוען תשובה, און די תורה האט מבטיח געווען פאר כלל ישראל אז די סוף וועט זיין אז מען וועט תשובה טון און תיכף דערנאך וועט זיין די גאולה.

די פסוק זאגט (ישעי' נ"ט כ') ובא לציון גואל ולשבי פשע ביעקב נאם ה', עס וועט קומען א גאולה פאר ירושלים און פאר די וואס וועלן תשובה טון פון כלל ישראל. די ערשטע מאל פאר כלל ישראל איז אריין אין ארץ ישראל שטייט אין פסוק (ויקרא כ' כ"ב) ושמרתם את "כל" חקותי ואת "כל" משפטי ועשיתם אותם ולא תקיא הארץ אתכם, די תנאי פאר ביאת הארץ איז צו היטן יעדע מצוה אין די תורה. אזוי שטייט אויך אין תהילים (ק"ה מ"ד) ויתן להם ארצות גוים ועמל לאומים ירשו בעבור ישמרו חוקיו ותורותיו ינצורו, ארץ ישראל איז נישט כלל ישראל'ס אומזינסט, ס'האט א פרייז, די פרייז איז בעבור ישמרו חוקיו, ווען אונז האבן נישט באצאלט די פרייז האט הקב"ה דאס אוועקגענומען, און ווען מיר וועלן תשובה טון און זיך באמת אונטערנעמען צו באצאלן די פולע פרייז וועלן מיר דאס צוריקבאקומען.

די צווייטע מאל ווען כלל ישראל איז אריין אין ארץ ישראל שטייט אין פסוק (נחמי' י' א') ובכל זאת אנחנו כורתים אמנה וכותבים ועל החתום שרינו לוינו כהנינו, און די פסוק ענדיגט צו (פסוק ל) ובאים באלה ובשבועה ללכת בתורת האלקים אשר נתנה ביד משה עבד האלקים ולשמור ולעשות את כל מצו‍ת ה' אדונינו ומשפטיו וחוקיו. מען האט געמאכט א שבועה אז מ'גייט היטן אלע מצוות התורה. און ביי די גאולה העתידה שטייט אין יחזקאל (ל"ו כ"ז) בחוקי תלכו ומשפטי תשמרו ועשיתם וישבתם בארץ אשר נתתי לאבותיכם. זעט מען פון דעם אז דאס איז די ערשטע תנאי צו באקומען ארץ ישראל און צו די גאולה.

אין די גמרא אין מסכת סנהדרין (צ"ז ע"ב) איז דא א מחלוקה צווישן תנאים און אמוראים אויב אידן קענען זוכה זיין צו א גאולה אן תשובה אדער נישט. לכאורה איז שווער, דער רמב"ם ברענגט דאך א פסוק ושבת עד ה' אלקיך ושב ה' אלקיך את שבותך, אויב אזוי וואס וועלן ענטפערן די תנאים ואמוראים וואס האלטן אז ס'קען זיין א גאולה אן תשובה, זיי קענען זיך דאך נישט קריגן מיט א מפורש'ע פסוק.

אין ויואל משה (מאמר א' סי' מ') פארענטפערט מיט די הקדמה פון מדרשים אז ווען משיח וועט קומען וועט מען תשובה טון צוויי מאל, קודם א שוואכערע תשובה און נאכדעם א ריכטיגע תשובה, מיט דעם פארשטייט מען אז די תנאים ואמוראים רעדן פון די ערשטע תשובה פאר משיח וועט קומען, אבער נאכדעם וואס משיח וועט קומען, פאר עס וועט זיין סיי וואספארא חלק פון די גאולה וועלן אידן די ערשטע זאך תשובה טון די ריכטיגע תשובה און ערשט נאכדעם וועט זיין די גאולה, און די רמב"ם וואס זאגט מיט א פשטות אז מען וועט תשובה טון פאר די גאולה רעדט פון נאכדעם וואס משיח וועט קומען פאר עס וועט זיין סיי וואספארא שייכות צו די גאולה, און אויף דעם קריגט זיך קיינער נישט ווייל דאס איז א מפורש'ע פסוק.

די מהרש"א אויפן פלאץ איז מסביר די פלוגתא, אז באמת האלטן ביידע אז מען וועט מוזן תשובה טון פאר די גאולה, די מחלוקה איז צו א געצווינגענע תשובה איז גענוג אדער נישט, דער וואס האלט אין ישראל נגאלין אלא בתשובה האלט אז די תשובה דארף זיין מרצון עצמם, און דער וואס קריגט האלט אז די תשובה איז גענוג אויב עס איז א געצווינגענע תשובה און וועגן דעם זאגט ער דארט אז הקב"ה מעמיד עליהם מלך קשה כהמן און דורך דעם וועלן די אידן אליין תשובה טון. קומט אויס אז יעדער איז מודה אז פאר תשובה איז נישט דא קיין גאולה און די רמב"ם מיטן פסוק קומען אויס גוט לויט ביידע שיטות, נאר די מחלוקה איז צו עס איז גענוג א געצווינגענע תשובה אדער נישט און פון די מחלוקה רעדט נישט די רמב"ם.
דע אותם והצלח בהם וחזור עליהם פעמים רבות והתבונן בהם התבוננות יפה (פירוש המשניות להרמב"ם פרק חלק)
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13895
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

תגובה דורך פאטאקי08 »

אז מרעדט פון ה אייר איז אינטערסאנט אנצימערקן אז היינט איז אויסגעפאלן אין סאטמאר קרית יואל צי זאגען תהילים קאפיטל קטו האט אדמור מהרא געזאגט אז מען זאל נישט זאגן די קאפיטלעך נאר אנדערע קאפיטלעך
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובה דורך ווינקל »

נאר אמונה! נאר אמונה! אין בוכ"ע! נאר אמונה! נאר אמונה! אין בוכ"ע!

אוי טייערע ווערטער, הארציגע מאמרים, האט אמונה האט אמונה אין בוכ"ע.

וועט אייך גוט זיין....

הערליך איז דאס ווארט! גיי ווייטער!
צעיר באלפי ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 07, 2010 12:54 pm

תגובה דורך צעיר באלפי ישראל »

הנה מאז תמהתי כי מרן זי"ע בספרו הקדוש לא התייחס כלל בספרו לחלק ההשקפה, שהציונים רצו לשנות את תבנית כלל ישראל כעם לכל האומות, ושרעיון זה בעצם הרי הוא כפירה ומינות באלקי ישראל, ומבואר ענין זה בכתבי הרה"ק מהרש"ב זי"ע [אשר אגב הוא מהיחידים שהתייחס גם לענין של שלש שבועות].

מרן זי"ע מתייחס לחלק הכפירה של לקיחת גאולה לפני הזמן.

שמעתי מחכ"א כי רבינו זיע רצה בעיקר להתייחס לחלק ההלכה, אך לא מצאתי מנוח בתשובה זו.

ועוד יש לדבר מזה, ועוד חזון.
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3807
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: ערגעצוואו

תגובה דורך צולייגער »

צעיר באלפי ישראל האט געשריבן:הנה מאז תמהתי כי מרן זי"ע בספרו הקדוש לא התייחס כלל בספרו לחלק ההשקפה, שהציונים רצו לשנות את תבנית כלל ישראל כעם לכל האומות, ושרעיון זה בעצם הרי הוא כפירה ומינות באלקי ישראל, ומבואר ענין זה בכתבי הרה"ק מהרש"ב זי"ע [אשר אגב הוא מהיחידים שהתייחס גם לענין של שלש שבועות].

מרן זי"ע מתייחס לחלק הכפירה של לקיחת גאולה לפני הזמן.

שמעתי מחכ"א כי רבינו זיע רצה בעיקר להתייחס לחלק ההלכה, אך לא מצאתי מנוח בתשובה זו.

ועוד יש לדבר מזה, ועוד חזון.

הגה"ק משאפראן זי"ע כבר כאב על זה במכתביו אשר לא גלויים המה, ורביה"ק לא רצה לעשות דבר זה כי אז היו אומרים שהוא געפילן וכו' כאשר כבר הוכיחו כי כן אמרו על הה"ק ממונקאטש זי"ע, ועוד יותר מזה כי אז לא הי' יכול להכות על קדקדם של האגודה שאומרים כי הם רוצים לתקן את זה, ודוק כי קצרתי.
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
אמונה
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 05, 2011 9:24 am
לאקאציע: אין אידישע הערצער

תגובה דורך אמונה »

עס איז אין פלאן בעזר ה' צו שרייבן נאך איין פרק, מסביר צו זיין אז די גאולה העתידה וועט זיין באותות ובמופתים, וויבאלד די פרק איז נאכנישט פארטיג לייגן מיר קודם די מאמר הסיום.

פרק ו' – סיום

מיר האבן דא מאריך געווען מסביר צו זיין די יסודות האמונה אין וואס די טמא'נע קליפה ציונות האט כופר געווען. כאטש מיר אלע גלייבן אין די אויבנדערמאנטע יסודות, פארט פעלט זיך אויס דאס אויסצושמועסן און חזר'ן אזויווי מיר האבן געשריבן אין די הקדמה. עס איז אויך ידוע וואס הרה"ק מ'סאטמאר, דער לוחם מלחמות ה' ביד רמה, האט געזאגט אמאל ביי א שובבים שלש סעודות תורה בבכיות עצומות, אז אסאך מאל טראכט ער אז עס פעלט נישט אויס אזוי סאך צו רעדן, סיי ווייל עס טוט נישט אויף קיין סאך און סיי ווייל ער רעדט דאך צו היימישע וואס ווייסן דאס שוין, האט הרה"ק מ'סאטמאר אויסגעפירט "צום זע איך אז איך בין נישט גערעכט, עס איז נישט דא קיין שיעור וויפיל מען דארף רעדן".

אבער איין זאך איז דא וואס די ציונוסטישע כפירה האט יא באוויזן אביסל אריינצוברענגען אין כלל ישראל, דאס איז די געפערליכע הגשמה אין זאכן וואס כלל ישראל האט אלס געוואוסט אז דאס איז קודש קדשים. פארשטייט זיך אז עס איז זיי נישט געלונגען אריינצוברענגען א גענצליכע קרירות ח"ו אין כלל ישראל, אבער פארט, למחצה לשליש ולרביע, איז שטארק אפגעקילט געווארן די ווארימקייט צו די הייליגטומען פון אידן.

אמאל איז די אהבת ארץ ישראל וואס האט געברענט אין יעדעס אידיש הארץ געווען בלויז קודש קדשים אן קיין שום תערובות פון גשמיות, נישט א בענקשאפט צו קאלטע ערד און נישט צו קיין פשוטע רעגירונג, קיבוץ גליות, מלכות בית דוד, משיח צדקינו זענען געווען באגריפן וואס מיט דעם איז מען אויפגעשטאנען און מיט דעם איז מען געגאנגען שלאפן. די ווייטאג אז מיר האבן דאס נישט היינט איז נישט געקומען פון די דערנידערונג געפיל וואס דער גוי האט אונז געגעבן צו שפירן, דאס איז געווען א געפיל פון וישמעו רחוקים ויבואו ויתנו לך כתר מלוכה.

אידן האבן אלץ פארשטאנען אז די מלוכה פון משיח צדקינו וועט נישט האבן קיין שייכות מיט פאליטיק, די געזעץ געבער וועלן זיין די הייליגע סנהדרין, א מיליטער וועט נישט זיין מיט כלי זיין, נאר אנגעפאנצערט מיט תורה ומעשים טובים, מיט א זהירות יתירה אין יעדע דקדוק קלה פון א מצוה דרבנן, ולא יראה בך וכו', אידן געוואונען נישט קיין מלחמות לויט כוח נאר לויט די רצון ה' וואס זיי זענען מקיים. מען וועט נישט האבן קיין אמבאסאדארן אין אנדערע מלוכות, אדער אויסערן מיניסטארן, שוין אפגערעדט אז די אנשי מלוכה פון כלל ישראל וועלן זיין קדושים וטהורים נקיים מכל חטא ועון קל. די יועצים וועלן זיין נביאים מפי ה'. א הייליג און דערהויבן פאלק, עפעס וואס עס איז נישט שייך אנציווייזן עפעס א דוגמה אין די היינטיגע טריפה'נע וועלט.

זענען געקומען די ציונים ימ"ש מיט א נייע דערהער, א גאולה פון כלל ישראל מיינט א לאנד ווי אלע לענדער, א מלוכה מיינט מיניסטארן, געלערנטע מענטשן בחכמת עוה"ז, עס מיינט א שפראך, א מיליטער בזרוע בשר. א כנפי נשרים מיינט א גשמיות'דיגע פליגער. א מיליטער מיינט דאס וואס אלע מדינות אין די וועלט.

און ליידער די שרעקליכע טריפה'נע מחשבה איז א זאך וואס קלעפט זיך גרינג אן אין א מענטשליכן מוח, דער מענטש איז נישט אויסגעשטעלט צו פארשטיין עפעס העכערס, הייליגערס, עפעס וואס מען דארף האבן אמונה דערצו. ממילא ווען א מענטש באגעגנט זיך טאג נאך טאג מיט אזעלכע לאזונגען וואס זענען מגשם די הייליגטומען פון כלל ישראל, דרינגט דאס צוביסלעך אריין אין מוח אין די הייליגע אמונה ווערט רח"ל קאליע, ווי חז"ל זאגן שאני מינות דמשכי.

און ליידער זעט מען די ביטערע תוצאות, די הייליגע יום טוב פסח וואס איז אין אלע דורות פארשטאנען געווארן אלס א יו"ט וואס בלויז רוחניות שפילט א ראלע, די זמן חרותינו איז א רוחניותדיגע, די שמועס ביים סדר איז פון די ולא יכלו להתמהמה, און וויאזוי מען האט זוכה געווען אין די לעצטע רגע ניצול צו ווערן פון דערטראנקען ווערן אין א אייביגע טומאה רח"ל. א צייט ווען אידן זענען דערהויבן געווארן מבירא עמיקתא לאיגרא רמא, זיי האבן געהאט די זכי' צו זען כביכול יקרא דקוב"ה, זיי האבן געוויזן מיט די פינגער זה קלי ואנוהו, זיי זענען ארויס פון מצרים מיט א געוואלדיגע אמונה ווי די פסוק זאגט זכרתי לך חסד נעוריך אהבת כלולתיך לכתך אחרי במדבר בארץ לא זרועה, גאנץ כלל ישראל אויפאמאל האבן זוכה געווען צו נבואה, א זאך וואס איז זייט דעמאלטס קיינמאל נישט געווען, די געוואלדיגע השתוקקות פון כלל ישראל צו קבלת התורה איז געווען אומבאשרייבליך זיי האבן געציילט די טעג און די וואכן ווען מען גייט שוין זוכה זיין צו ווערן די עם הנבחר.

ליידער איז היינט א דבר הרגיל אז צייטונגען וואס פארטרעטן אידן שומרי תורה ומצוות מדקדקים בקלה כבחמורה, זאלן אראפלייגן די הייליגע צייט אלס א גשמיות'דיגע זמן חרותינו, א צייט ווען ענדליך איז מען געווארן זעלבסשטענדיג, זיך אפגעריסן פונעם שונא און אנגעהויבן פירן א אייגענע ווערטשאפט. און עווענטועל געווארן א פאלק מיט א לאנד שפראך און מיליטער, רח"ל מהאי דעתא. די הייליגע זמן מתן תורתינו וואס אידן האבן זוכה געווען צו פסקה זוהמתן ווערט געשילדערט אלס א עמטליכע דעקלעראציע וואס האט אראפגעשטעלט די יסודות פונעם נייעם פאלק, און פון א נייע קולטור וואס האט געטוישט די קולטור פון די גאנצע וועלט א תורת האנושיות כולה (כלשונם). אנשטאט געטליכקייט און קדושה.

שוין אפגערעדט וויאזוי די הייליגער שבת ווערט סימבאלאזירט אלס פשוטער יום שביתה וואס יעדע פאלק טראכט זיך אויס, די זעלבע אלע מצוות התורה ווערן ערקלערט מיט א הסבר אז דער בוכ"ע האט דאס מצווה געווען און אונז טוען דאס כדי צו בויען די פאלק (עס איז ידוע וויאזוי מען האט פרובירט צו באקעמפן די גזירה פון גיוס בנות מיט די טענה ואכמ"ל). א פחד צו זעהן וויאזוי יהושע בן נון ווערט אראפגעלייגט, אלס דער קעמפער פאר לאומיות, שלמה המלך און אנדערע נביאי ה', אלס פשוטע פאליטיקאנטן רח"ל. די חשמונאים וואס מיר זאגן על ידי כהניך הקדושים ווערן באזינגען אלס מעכטיגע קעמפער פארן פאלק, אנשטאט פארן בוכ"ע (אין די בראשית יארן פון די מדינה (קען זיין כהיום אויך), האט די ספעציעלי קעמפער פון די מדינה געטראגן דעם נאמען מכבי"ם, רח"ל). ירושלים ווערט אראפגעלייגט אזויווי להבדיל דער פראנצויז רעדט פון פאריז, אן קיין שום קדושה און אידישע געפיל.

ווי מגושם דארף מען זיין צו לאזן פאלן ווערטער ווי:
צו זאגן אז מיר טארן זיך נישט אליינס העלפן, און כובש זיין ארץ ישראל, איז חוזק געמאכט פון כל התורה כולה. משה רבינו האט איינגענומען מיט כח און מיט מלחמה ארץ סיחון ועוג. יהושע האט איינגענומען ארץ ז' עממים, אאז"וו דוד המלך האט מלחמה געאלטן און דמים רבים שפך איינצונעמען נאך חלקים פון ארץ ישראל און סוריא.

רח"ל מהאי דעתא, פון די ווערטער זעט מען עד היכן כוחה של הגשמה מגיע, צו פארטוישן פאקטן וואס זענען בהכרח נישט קיין דברים פשוטים און עס איז בכלל נישט דא קיין מקום לטעות, און דאס מגשם זיין אויפן העכסטן פארנעם. משה רבינו האט איינגענומען סיחון ועוג מיט כוח? ווען א מענטש נעמט א האט און האקט אויפן קנעכל – דרייסיג אמה פון דער ערד – פאר א מענטש וואס איז מעניק החמה בגבהו, קען מען זאגן אז דאס האט א שייכות מיט כוח צו מיט גשמיות? ווען יושע בן נון האט ארומגענומען יריחו זיבן מאל מיט די ארון הקודש און געזאגט עלינו לשבח און געבלאזן מיט א שופר און די מויערן זענען איינגעפאלן, האט דאס די מינדעסטע שייכות מיט כוח און גשמיות? און די אויבנדערמאנטע ווייזט, סיי אז די אלע מלחמות און אלע מעשים פון אונזערע הייליגע, זענען געווען לויטער קדושה, און סיי ווי ווייט הגשמה קען אריינדרינגען רח"ל און פארטושן די מוחות.

מען דארף זיך אלס מחזק זיין און זיך איינחזר'ן אז די בילד איז אינגאנצן נישט ריכטיג, די אלע זאכן זענען סודות נוראים וואס אונז קליינע מענטשעלעך זענען נישט משיג, אונזערע אבות, נביאים, שופטים, און שפעטער די תנאים ואמוראים די ראשונים ואחרונים, זענען אלע געווען אידן וואס זענען געווען דבוק לחיי עלמא זייער גאנץ לעבן, זייער געדאנקענגאנג איז געווען גאר ווייט פון אונזער'ס און אונזער תשוקה דארף זיין מיר זאלן שוין זוכה זיין צו די גאולה שלימה, ווען מיר וועלן לעבן א רוחניות'דיג לעבן, א הייליג לעבן ווי עס פאסט פאר די עם סגולה פון הקב"ה, און מיר זאלן שוין זוכה זיין בקרוב צו ווייזן מיט די פינגער און זאגן זה ה' קיוינו לו בב"א.
דע אותם והצלח בהם וחזור עליהם פעמים רבות והתבונן בהם התבוננות יפה (פירוש המשניות להרמב"ם פרק חלק)
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובה דורך ווינקל »

יישר כוחכם מעומק הלב!
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

תגובה דורך איזעי »

יישר כח, און לאמיר האפן אז מיר וועלן האבן די זכי' אפטער צו הערן פון אייך.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובה דורך scy4851 »

אמונה האט געשריבן:..... דער יום המר והנמהר ה' אייר.....

הגר"ח קאניבסקי שליט"א איז היינט געווען א סנדק אויף צוויי ברית'ן. איינס ביי זיך און זיין בית מדרש 'לדרמן', און איינס ביי אן אייניקעל זיינער
און דרום א"י. אעפ"כ, האט ער געהייסען ביי זיין מנין און 'לדרמן' אז מען זאל זאגען תחנון און ער האט אויך מיטגעזאגט.

ער האט געזאגט דער טעם פארוואס ער הייסט אזוי צו טוהן, וואס ע"פ הלכה וואלט ער נישט געדארפט זאגען תחנון, נאר ער וויל נישט אז די פוקרים זאלען פאדרייען און זאגען אז ער האט נישט געזאגט תחנון לכבוד יום אידם.
the SCY is the limit
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובה דורך מי חכם »

די ברית גייט זיין מארגן.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

ביים חזון איש איז ידוע אז איינמאל האט איינער געמאכט א ברית ביי אים ה' אייר, איז ער ארויס און געהייסן זאגן תחנון. א יאר דערויף איז געווען אפאר ברית'ן ביי אים פון פרעמדע מענטשן, האט ער פארשטאנען אז די אנלויפעניש איז כדי ער זאל נישט זאגן קיין תחנון, איז ער געבליבן אין בית המדרש און געזאגט תחנון מיט יעדעם.
מי חכם האט געשריבן:די ברית גייט זיין מארגן.

וועלכע?
אגב, אין א אנדערע אשכול האב איך געזעהן אז היי יאר פייערן די ציונים זייער חגא ו' אייר, אויב אזוי איז דאס אסאך מער אקטועל ווען די ברית איז מארגן.
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובה דורך נאטרוליסט »

איך דענק אז מ'דארף נישט נאכגיין זייער יום אידם ווען זיי שמעקט אן.
לאמיר זאגן אז אין כנסת מאכט מען אפ צו מאכן זייער חאגא 4 וואכן ארום ווייל די וועטער איז דעמאלט ווארים, דארף מען עפעס זאגן תחנון דעמאלט דאהי אין אמעריקע?

ה' איר איז דער יום המר, ווען דאס האט פאסירט, עס איז נישט קיין אונטערשייד צי זיי פראווען היי יאר ה' אייר אדער י"ד אייר.
און אויב זיי וועלן אויסקלויבן ארויפצורוקן זייער חאגא אינעם יום טוב פסח, וועט מען נישט זאגן הלל דעמאלט. זיכער אז מ'רעכנט זיך נישט מיט דעם.

איך האב גראדע געהערט זאגן אז הגאון האדיר רבי חיים קנייבסקי האט געהייסן היינט זאגן תחנון אין זיין מנין (ביי א ברית), כדי מ'זאל נישט זאגן אז ער האלט מיט זייער יום אידם.
אבער איך גלויב אז דאס איז נאר דארט.
אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

תגובה דורך קליקו »

אלטע ארויסגאבע "אור לישרים" קעגן ציונות, העכסט אינטערסאנט
פארשפארט

צוריק צו “אז נדברו”