די ציוניסטישע כפירה

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

צוציק
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2011 3:56 pm

תגובה דורך צוציק »

"שפתי ישינים" איז א פשוטע זיוף מתחלתו ועד סופו כידוע ליודעי דבר
לעצט פארראכטן דורך צוציק אום דינסטאג סעפטעמבער 06, 2011 3:30 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובה דורך msp »

אויך דובב שפתי ישנים זאגען אנדערע איז מזוייף
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

תגובה דורך דעפרעסט »

איין מינוט, דובב שפשי ישנים פאדערט א עקסטערע שמועס, (עי' בספר החדש משיב דברים לר' בערל שווארץ ודו"ק), אבער פון וואו נעמסטע דארט דיין סטעיטמענט איבער'ן אור לישרים?? אתמהה?? סתם געשאסען אין די וועלט אריין ווייל ס'קומט בעסער אזוי אויס??

איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט מערער זיין דערויף, און בשעת דער ספר איז ארויסגעקומען האבן נאך די אלע גדולים געלעבט און געווירקט, פארוואס האבן זיי זיך נישט אנגערופען ?
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

תגובה דורך א טענצל! »

msp האט געשריבן:אויך דובב שפתי ישנים זאגען אנדערע איז מזוייף


שוין געווען דא ערגעץ אויף 'אידישע וועלט' א לענגערע שמועס איבערן מחבר הרב בלאך וחיבוריו וכל המסתעף
גיוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 09, 2011 6:52 pm

תגובה דורך גיוואלדיג »

א טענצל! האט געשריבן:
msp האט געשריבן:אויך דובב שפתי ישנים זאגען אנדערע איז מזוייף


שוין געווען דא ערגעץ אויף 'אידישע וועלט' א לענגערע שמועס איבערן מחבר הרב בלאך וחיבוריו וכל המסתעף

viewtopic.php?f=54&t=12189&hilit=%D7%93%D7%95%D7%91%D7%91+%D7%A9%D7%A4%D7%AA%D7%99+%D7%99%D7%A9%D7%A0%D7%99%D7%9D
רבי אלחנן וואסערמאן זי"ע:
ואין לטעות... כי כל הנגררים אחריהם מזרע עמלק הן, חלילה לאמר כן, כי הדברים אמורים כאן רק על ראשיהן ומנהיגיהם מוריהם ומדריכיהם כתבניהם ודרשניהם אלו הם מזרע עמלק... אבל כל ההמון הנספח עליהם מזרע ישראל הולכים אחריהם כבהמה בבקעה
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

צוציק, אפשר ברענגט עפעס א מראה מקום וואו די יודעי דבר דערמאנען אזא זאך?
צוציק
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2011 3:56 pm

תגובה דורך צוציק »

טעות לעולם חוזר געמיינט סאיז בלאכ.ס חיבור ואתכם הסליחה
לעצט פארראכטן דורך צוציק אום דינסטאג סעפטעמבער 06, 2011 4:57 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

מודים דרבנן היינו שבחייהו.

לגבי בלאך'ס, נישט צו פארשטיין וויאזוי ער האט אפילו געטראכט אז מען וועט אים גלייבן, די זיופים זענען אזוי קריסטאל קלאר דורכזיכטיג. אומגלויבליך.
צוציק
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2011 3:56 pm

תגובה דורך צוציק »

לעצטענס געזעהן א ביכל מיטן נאמען "מכתבים מזיופות נגד הציונות" ארויס געגעבן דורך מה"ק (שטייצעך ווייל זיי זענען ציונים) צולייגט אויף קליין געלט זיין זיוף פין יעדע בריוו ווי ער ניצט די זעלבע לשונות ביי יעדן בריוו אויף אן אנדערע פלאטץ
רבבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 20, 2010 11:06 am

תגובה דורך רבבה »

מילא וואס חיים בלאך האט געטין איז א פרשה פאר זעך ...אבער וויא אזוי האבען רעבי'ס רבנים בעלי בתים בעלי דעת וביקורת אויף יעדען. וואס האבען יעדען יו''ט געזאגט אתה בחרתנו
זיך געלאזט פארנארען ...מוז מען בע''כ זאגען אז דארט וויא ס'איז דא א נגיעה ווערט מען פארנארט .....אוי וויא ווייט א נגיעה גייט
צוציק
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2011 3:56 pm

תגובה דורך צוציק »

וועליכע "רעביס רבנ ים בעלי דעת וביקורת " האבן עס געקויפט אלץ אמת???????????????????????
פיבער מעסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 12:56 pm

תגובה דורך פיבער מעסטער »

מען האט די ספר דובב שפתי ישנים קיינמאל נישט מקבל געווען טאקע וויבאלד מען האט אלעמאל געהאלטן אז עס איז מזוייף, איך האב ערגעץ געזעהן (דאכט זיך אין בוצינא קדישא פון ר' סענדער דייטש ז"ל אדער אין זכר צדיק לברכה פון הרה"ח ר' אברהם דוד גליק שליט"א) אז הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט אים בשום אופן נישט געוואלט געבן קיין הסכמה מחמת האי טעמא, און איז געווען ברוגז אויף אים וויבאלד ער האט חושש געווען אז מען וועט נאכדעים זאגן אויף אלע אמת'ע בריוון פון רבנים וואס האבן באש קודש געשריבן קעגן די טומאת הציונות אז דאס איז אויך נישט אמת
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

מפי השמועה, ר' מיכאל בער ווייסמאנדל זצ"ל האט גערעדט מיט רביה"ק זי"ע אז ער זאל נישט געבן קיין הסכמה מחמת די אויבנדערמאנטע טעם.
אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובה דורך ים רויבער »

יגעתי אין פיבער אינעם אויבן דערמאנטן לינק פון הרב בלאך רעדט מען ארום דערפון
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

תגובה דורך דעפרעסט »

כ'האב עס פריער דערמאנט אז אין נייעם ספר פון הרב הידען הנפלא ר' בערל שווארץ, האט ער דארט א שטיקל אפהאנדלונג דערוועגן, ער איז גראדע מצדד אז ס'איז נישט מזויף,
ער טענה'ט אז די ציונים האבן עס נישט פארגינען האבן זיי ארויפגעלייגט א נאסן ליילעך דערויף, עיי"ש ליתר פרטים.

אגב, ווען די ספרים זענען ערשינען האט עס הרה"ח רבי משה היללער ז"ל אריינגעטראגן אל הקודש פנימה צום רבי'ן ז"ל זאגענדיג אז "ס'וועט זיין א גרויסע חיזוק פארן רבי'ן", די רבי האט תיכף מגיב געווען
-פאר מיר חיזוק? ביי מיר איז די זאך קלאר ווי מציאות הבורא!.. (וואס האלט דער עולם, פון דעי מעשה קען מען עפעס אפלערנען איבער דעם רבי'ןס מיינונג אויפן ספר?).

אגב גררא, בנו ר' חיים היללער ווען ער דערציילט די מעשה לייגט ער צי אז די רבי האט נישט געזאגט קלאר ווי די טאג וכדומה, נאר קלאר ווי מציאות הבורא, די שטעקסטע מציאות ביי אים איז געווען מציאות הבורא ודוק.
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובה דורך דארפסמאן »

עס איז א מורא'דיגע דערהער, עס כאפט א פחד
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
כ'שעם מיך
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 15, 2011 4:24 pm

תגובה דורך כ'שעם מיך »

א געוואלדיג ווארט פון ר' חיים היללער, ס'איז טיפיקעל ער אויפציכאפן אזוי א מעשה...
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

תגובה דורך א טענצל! »

דעפרעסט האט געשריבן:אגב, ווען די ספרים זענען ערשינען האט עס הרה"ח רבי משה היללער ז"ל אריינגעטראגן אל הקודש פנימה צום רבי'ן ז"ל זאגענדיג אז "ס'וועט זיין א גרויסע חיזוק פארן רבי'ן", די רבי האט תיכף מגיב געווען פאר מיר חיזוק? ביי מיר איז די זאך קלאר ווי מציאות הבורא!


דער רבי פלעגט עס אסאך מאל זאגן, אז עס איז ברור אז דאס איז די דעת תורתינו הק', און דאס איז געווען די דעת תורה פון אלע צדיקי הדור נבג"מ זי"ע.
יצחק דע באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:07 pm

תגובה דורך יצחק דע באנקיר »

עס ווערט שוין 67 יאר זייט די כפירה האט זיך געפארעמט אין א מדינה ר"ל
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3578
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: די ציוניסטישע כפירה

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

צום פותח האשכול: זייער שיין צולייגט אבער דיין עיקר קשיא האסטו נישט פארענטפערט, דו ווילסט פארענטפערן פארוואס תושבי חו"ל וואס איז זיי לכאורה נישט נוגע די גאנצע זאך דארפן וויסן און חזר'ן די אלע יסודות, און איך מיין אז אפילו אויב די עצם השקפה און שיטה וואס דו שרייבסט איז אמת, פיל איך נאך אלס נישט פארוואס דאס איז מיסודי הדת, פארוואס איך קען נישט זיין א וואוילע איד - אפילו א בעל מדריגה - אן ארויסהאבן בכלל די אלע זאכן.

און איך מיין אז דאס איז די עדיטוד (אזוי צו זאגן) ביי די נישט סאטמערע וועלט.
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
אוועטאר
שאגת ארי
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 4:26 pm

Re: די ציוניסטישע כפירה

תגובה דורך שאגת ארי »

הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:צום פותח האשכול: זייער שיין צולייגט אבער דיין עיקר קשיא האסטו נישט פארענטפערט, דו ווילסט פארענטפערן פארוואס תושבי חו"ל וואס איז זיי לכאורה נישט נוגע די גאנצע זאך דארפן וויסן און חזר'ן די אלע יסודות, און איך מיין אז אפילו אויב די עצם השקפה און שיטה וואס דו שרייבסט איז אמת, פיל איך נאך אלס נישט פארוואס דאס איז מיסודי הדת, פארוואס איך קען נישט זיין א וואוילע איד - אפילו א בעל מדריגה - אן ארויסהאבן בכלל די אלע זאכן.

און איך מיין אז דאס איז די עדיטוד (אזוי צו זאגן) ביי די נישט סאטמערע וועלט.

קען זיין ביסט אביסל גערעכט אז מען דארף נישט 'אזויפיל' רעדן
אבער למעשה רעדט אין אלגעמיינע חסידות כמעט 'גארנישט' איבער דער נושא, כאילו ס'עקזעסטירט נישט אזא נסיון און מציאות,

וואס עס געשעט נאכדעם איז דאס וואס איך האב מיטגעהאלטן אין ארץ ישראל ווי מיינע חברים נישט סאטמארע זענען געווען פארפייערט פאר די מדינה און די נצחונות און ממש געשפירט ווי עס איז 'זייער' לאנד און די ראש הממשלה איז זייער ראש הממשלה, ועוד ועוד ועוד,
א זאך וואס קיין שום גדול בישראל האט אוודאי נישט געהאלטן, אבער אויב מען רעדט נישט דערפון ווייסט מען נישט

די פראבלעם גייט םונקט אזוי די אנדערע זייט, אז היינט ווער עס זאגט נאר די ווארט ציוני מיינט עס ער איז א סאטמארער, כאילו אז אין די עצם מושג פון די הארבקייט פון האבן א אהדה און הערכה צו די ציונים און מזרחי, פון די גרעסטע כופרים זינט בריאת העולם, איז געווען א מחלוקת צווישן די גדולי ישראל
פארוואס הערט מען נישט סתם אזוי רעדן פון אלגעמיינע גדולי ישראל קעגן די מדינה און די ציונים, אפילו ווען עס איז נישט דא קיין גזירות, אפילו ווען מען איז אין די קאאליציע.. אין די וועלט רעדט מען שוין בכלל נישט איבער דער נושא און ווער יא הייסט גלייך א קנאי אדער סאטמאר, כאילו אין די עצם מושג פון ציונות און מזרחי איז דא א מחלוקת

איז סך הכל איז די פראבלעם אז סאטמאר גייט אפשר צו עקסטרעם קעגן די ציונים, נו, נאר אזעלכע עבירות, אבי נישט פארקערט צו אריינפאלן אין כפירות אפילו א משהו וואס געשעט סאך גרינגער אין אנדערע פלעצער
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: די ציוניסטישע כפירה

תגובה דורך פנימחדשות »

צו דען קלערט איר נישט אז אין אנדערע פלעצער האלט מען אז דער נסיון פון ציונות האט שוין לאנג עקספייערד, און ס'האט נאר אויסגעפעלט צו האקען קעגען דעם ווען זיי האבען פארשלעפט פיל פיל היימישע אידען פון תורה און מצוות, און זיי געמאכט גאנץ צי האלב פריי?

אפשר האלט מען אין אנדערע פלעצער אז כפירה איז נאר נישט צו גלייבען ח"ו אין די דרייצען אני מאמין'ס, אבער טאמער איינער שפירט ווי די מדינה פארטרעט אים אד"ג, און ער ווייסט נישט אז דאס איז קעגען די תורה (לדעת כמה גדו"י, ואפילו אי נימא שבתוכם גם גדולי החוג שההוא משתייך אליו, אבל ידוע שכמה גדו"י מחצר רוז'ין ומהליטאים וכו' לא סברו שיש בעיה בעצם המדינה, ואכהמ"ל), מאכט ער בס"ה א טעות, אבער סיז נישט א שאלה פון כפירה אד"ג?

נ. ב. בעצם וואלט איך נישט געדארפט שרייבען דער תגובה, נאר וואס רעגט מיר אויף איז וויאזוי מען נוצט דער "כפירה" קארטל מיט אזא לייכטזיניגקייט, כאילו יעדער איינער מיט א אנדער השקפה פאלט שוין אריין אין כפירה ח"ו, מיר האט מען געלערנט אז כפירה איז נאר טאמער גלייבט מען נישט ח"ו אין די י"ג אני מאמין'ס.
טראכט און חלוםט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:59 pm

Re: די ציוניסטישע כפירה

תגובה דורך טראכט און חלוםט »

פנימחדשות האט געשריבן:צו דען קלערט איר נישט אז אין אנדערע פלעצער האלט מען אז דער נסיון פון ציונות האט שוין לאנג עקספייערד, און ס'האט נאר אויסגעפעלט צו האקען קעגען דעם ווען זיי האבען פארשלעפט פיל פיל היימישע אידען פון תורה און מצוות, און זיי געמאכט גאנץ צי האלב פריי?

אפשר האלט מען אין אנדערע פלעצער אז כפירה איז נאר נישט צו גלייבען ח"ו אין די דרייצען אני מאמין'ס, אבער טאמער איינער שפירט ווי די מדינה פארטרעט אים אד"ג, און ער ווייסט נישט אז דאס איז קעגען די תורה (לדעת כמה גדו"י, ואפילו אי נימא שבתוכם גם גדולי החוג שההוא משתייך אליו, אבל ידוע שכמה גדו"י מחצר רוז'ין ומהליטאים וכו' לא סברו שיש בעיה בעצם המדינה, ואכהמ"ל), מאכט ער בס"ה א טעות, אבער סיז נישט א שאלה פון כפירה אד"ג?

נ. ב. בעצם וואלט איך נישט געדארפט שרייבען דער תגובה, נאר וואס רעגט מיר אויף איז וויאזוי מען נוצט דער "כפירה" קארטל מיט אזא לייכטזיניגקייט, כאילו יעדער איינער מיט א אנדער השקפה פאלט שוין אריין אין כפירה ח"ו, מיר האט מען געלערנט אז כפירה איז נאר טאמער גלייבט מען נישט ח"ו אין די י"ג אני מאמין'ס.

מיינע צוויי סענט

א) לכו''ע אז די ציוניסטישע מדינה כמו שהוא איז געבויעט אויף מינות וכפירה ,און האט אויסגעשמדט מיליאנע יודן , איז א יוד וואס פילט א קירבות הדעת אין קורת רוח פון זיי , האט הנאה אין שפירט א קירבות פון מינות וכפירה ,אפגעזען וואס מהאלט בנוגע וואס וואלט געווען ווען מזאל ווען האבן געווען א מדינה עפ''י תורה ( אגב ווער סקוקט גוט אין דעם הייליגן סאטמארע רבס תורות ,זעהט אז זיין עיקר ווייטאג אויף די נקודה ,ווי קען יודן וואס זאגן שמע ישראל האבן הנאה פין אפענע כפירה , אין נישט דעי חלק פין שלש שבועות דחיקת הקץ וכו' דאס האב איך געהערט אויך בפרטות פין איינע פין זיינע חשובסטע תלמידים שליט''א)
ב)בהמשך צו אויבן סמיינט נישט ח''ו אז א יוד וואס איז זיך טועה איז א כופר ח''ו ,נאר ער האט א משיכה צו ער איז זיך טועה מיט מינות ,אין דעיס איז זייער א ביטירע זאך
ג)פארוואס זאל מנישט רעדן דערפון היינט,די מדינה שטייט,נאכאלץ אמדינה של כפירה ,די שכינה הקדושה וויינט נאך און בלוטיגט נאך יעדן טאג, די הייליגסטע פלעצער אויף די וועלט ווערן נאך נתחלל יעדן טאג מיט די גרעסטע חילולים , יודן פילן נאך א התקרבות צו די כופרים ,ווען די זעהסט יודן נעמען זיך אן פאר היטלער וואלט קיינער נישט געזאגט הא קעירס אלטע זאכן
אהבת ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 30, 2020 3:25 pm

Re: די ציוניסטישע כפירה

תגובה דורך אהבת ישראל »

דער אייבישטער וויינט מער אויף בערני סענדערס און אנדערע אמעריקאנע אידן וואס אסאך פון זיי זענען שוין זייער ווייט רח"ל, ווי א רעגימעסע חילוני-ציוני אין א"י.
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4352
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: די ציוניסטישע כפירה

תגובה דורך פאראויס »

נישט ריכטיג.

נאך נישט געווען אזא שמד מאשין וואס האט באונס ובכפי' אריינגעפירט אזויפיל אידן צו שמד און צו ככל הגוים בית ישראל ווי מדינת ישראל.

בערני והליבעראלן האבן נישט ארויפגעברענגט קינדער פון די גאנצע וועלט און זיי בכפי' אויסגע'שמד'ט.
און בערני האט נישט אריינגעדרינגען ביי שטריימל בעקיטשע אידן זיך צו אידענטיציפירן מיט זיי. משא''כ די 'אידישע לאנד'.
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
פארשפארט

צוריק צו “אז נדברו”