שיעורי אמונה עניני גלות וגאולה

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

שיעורי אמונה עניני גלות וגאולה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

נעכטן על משכבי בלילות האב איך נישט געקענט איינשלאפן, צוליב די אפיקורסישע געדאנקן וואס זענען דא געלופטערט געווארן דורך איינעם מזרע ישראל, ב"ה אז מען האט אים שוין חוסם געווען, אבער איך בין געווען צו אויפגעשטורעמט, ביז איך האב באשלאסן אז איך וועל אנהייבן שרייבן שיעורים בעניני אמונה.

די שיעורים וועלן נישט באשטיין פון הויכע ענינים, טיפזיניגע שמועסן, אדער רייכע געדאנקן,
נאר פון פשוט'ע פסוקים און מאמרי חז"ל, איבערגעטייטש אויף א ריינעם אידיש, מיטן בלויזן ציל צו חזר'ן אמונה, אזוי ווי אין פסוק שטייט ורעה אמונה, מען דארף חזר'ן אמונה, אז נישט קען מען ח"ו אריינפאלן אין אפיקורסישע געדאנקן אין נישטאמאל אין אכט נעמען אז מען פארקריכט.

איך האף דער ציבור וועט מחזק זיין דעם געדאנק, און איך האף אז איך וועל האבן דעם יכולת אנצוהאלטן דערמיט.

היינט וועל איך געבן דעם ערשטן שיעור אין דעם קומענדיגן קאמענט.

------------

נ.ב. איך רעזערוויר די רעכט, צו געבן שיעורים אין אנדערע נושאים אין אמונה אויך, אויב עס וועט אויספעלן, נישט דוקא בעניני גלות וגאולה.
לעצט פארראכטן דורך איזעי אום דאנערשטאג אפריל 28, 2011 11:50 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

דער היינטיגער שיעור וועט זיין אין דברים קאפיטל כ"ט - ל' (פרשת התשובה):

זאגט די הייליגע תורה:

קאפיטל כ"ט פסוק כ"א
ואמר הדור האחרון בניכם אשר יקומו מאחריכם והנכרי אשר יבא מארץ רחוקה וראו את מכות הארץ ההוא ואת תחלאיה אשר חלה ה' בה = און עס וועט זאגן דער שפעטערדיגער דור, אייערע קינדער וואס וועלן אויפשטיין נאך אייך, און דער פרעמדער וואס ער וועט קומען פון א ווייטן לאנד, און ער וועט זען די שלעק פון יענעם לאנד (ארץ ישראל) און אירע קראנקהייטן, וואס דער אייבערשטער האט געמאכט אין איר.

פסוק כ"ב
גפרית ומלח שרפה כל ארצה לא תזרע ולא תצמח ולא יעלה בה כל עשב כמהפכת סדם ועמרה אדמה וצביים אשר הפך ה' באפו ובחמתו = פעך און שוועבל האבן פארברענט דאס גאנצע לאנד, מען קען נישט איינזייען, און עס טוט נישט שפראצן, און עס קומט נישט ארויס דארט קיין שום גראז, אזוי ווי דאס איבערדרייעניש פון סדום און עמורה וואס דער אייבערשטער האט איבערגעדרייט מיט זיין צארן און גרימצארן.

פסוק כ"ג
ואמרו כל הגוים על מה עשה ה' ככה לארץ הזאת מה חרי האף הגדול הזה = און די אלע פעלקער וועלן זאגן, צוליב וואס האט דער אייבערשטער אזוי געטון צו דעם לאנד, וואס האט אנגעצינדן דעם דאזיגן גרויסן צארן.

פסוק כ"ד
ואמרו על אשר עזבו את ברית ה' אלקי אבתם אשר כרת עמם בהוציאו אתם מארץ מצרים = און זיי וועלן זאגן, וויבאלד די אידן האבן פארלאזט דעם בונד פונם אייבערשטן דער גאט פון זייערע עלטערן, וואס ער האט מיט זיי געשניטן ווען ער האט זיין ארויסגעצויגן פון לאנד מצרים.

פסוק כ"ה
וילכו ויעבדו אלהים אחרים וישתחוו להם אלהים אשר לא ידעום ולא חלק להם = און זיי זענען געגאנגען און זיי האבן געדינט פרעמדע אפגעטער, און זיי האבן זיך געבוקט צו זיי, אזעלכע אפגעטער וואס זיי האבן זיי נישט געקענט, און זיי האבן פון זיי גארנישט געהאט.

פסוק כ"ו
ויחר אף ה' בארץ ההוא להביא עליה את כל הקללה הכתובה בספר הזה = און עס איז אויפגעבראכט געווארן דער צארן פון אייבערשטן אויף יענעם לאנד, צו ברענגען אויף איר די גאנצע קללה וואס שטייט אים דעם דאזיגן ספר תורה.

פסוק כ"ז
ויתשם ה' מעל אדמתם באף ובחמה ובקצף גדול וישלכם אל ארץ אחרת כיום הזה = און דער אייבערשטער האט זיי פארווארפן פון אויף זייער ערד, מיט א צארן, און מיט א רעגעניש, און מיט א גרויסן גרימצארן, און ער האט זיי פארווארפן צו אן אנדער לאנד, אזוי ווי דעם היינטיגן טאג (וואס אידן זענען אין גלות, אין פרעמדע לענדער).

וכו' וכו'

זאגט יעצט דער פסוק, דער איייבערשטער האט אונז פארווארפן אין דעם ביטערן גלות, מיט אן אף וחימה וקצף גדול, וואס קענען מיר טון דערצו, און וואס דארפן מיר טון דערצו.

קאפיטל ל' פסוק א'
והיה כי יבאו עליך כל הדברים האלה הברכה והקללה אשר נתתי לפניך והשבת אל לבבך בכל הגוים אשר הדיחך ה' אלקיך שמה = און עס וועט זיין, ווען עס וועט קומען אויף דיר די אלע דאזיגע זאכן, די ברכות און די קללות וואס איך האב פארגעלייגט פאר דיר (די ברכות וועלן קומען ווען די אידן וועלן זיין ערליך, און שפעטער ווען די אידן וועלן ח"ו זינדיגן וועלן קומען די קללות, און דאן) און דו וועסט זיך נעמען צום הארצן (אז די אלע קללות קומען צוליב דעם וואס דו האסט עובר געווען אויף די תורה, ווען דו וועסט זיין) צווישן די אלע פעלקער וואס דער באשעפער דיין גאט האט דיר פארווארפן דארטן.

פסוק ב'
ושבת עד ה' אלקיך ושמעת בקלו ככל אשר אנכי מצוך היום אתה ובניך בכל לבבך ובכל נפשך = און דו וועסט זיך אומקערן ביז דעם אייבערשטן דיין גאט (אין אנדערע ווערטער, דו וועסט תשובה טון), און דו וועסט צוהערן צו זיין שטימע, אזוי ווי אלעס וואס ער באפעלט דיר היינט (דו וועסט מקיים זיין די גאנצע תורה), דו מיט דיינע קינדער, מיט דיין גאנצע הארץ און דיין גאנצע זעהל.

פסוק ג'
ושב ה' אלקיך את שבותך ורחמך ושב וקבצך מכל העמים אשר הפיצך ה' אלקיך שמה = וועט דער באשעפער דיין גאט אומקערן דיין אומקערונג (ער וועט דיר צוריקברענגען פון גלות, וידוע מה שדרשו חז"ל ישוב-והשיב לא נאמר כי אם ושב וקבץ, דער אייבערשטער וועט זיך כביכול צוריקקערן צוזאמען מיט דיין צוריקקערונג, עמו אנכי בצרה, בכל צרתם לו צר, השיב אחור ימינו ונשבע שלא ישיבנו עד עת קץ), און ער וועט זיך דערבארעמען אויף דיר, און ער וועט אומקערן און ער וועט דיר צוזאמזאמלען פון צווישן די אלע פעלקער וואס דער אייבערשטער דיין גאט האט דיר דארטן פארשפרייט.

פסוק ד'
אם יהיה נדחך בקצה השמים משם יקבצך ה' אלקיך ומשם יקחך = אויב דיין פארווארפענער וועט זיין ביים עק פון דעם הימל (דאס מיינט ווי דער הימל קומט זיך צוזאם מיט די ערד, א מליצה וואס מיינט, אויף די אנדערע עק וועלט), פון דארטן ווערט דער באשעפער דיין גאט דיר צוזאמזאמלען און פון דארטן וועט ער דיר נעמען.

פסוק ה'
והביאך ה' אלקיך אל הארץ אשר ירשו אבתיך וירשתה והיטבך והרבך מאבתיך = און דער באשעפער דיין גאט וועט דיר אריינברענגען צו דעם לאנד וואס דיינע עלטערן האבן געארבט (ארץ ישראל, וואס דער אייבערשטער האט אריינגעברענגט אונזערע אבות בימי יהושע בן נון), און דו וועסט איר ארבן, און ער וועט דיר גוטס טון, און ער וועט דיר פארמערן נאכמער פון דיינע עלטערן.

פסוק ו'
ומל ה' אלקיך את לבבך ואת לבב זרעך לאהבה את ה' אלקיך בכל לבבך ובכל נפשך למען חייך = און דער באשעפער דיין גאט וועט פארשניידן דיין הארץ און דאס הארץ פון דיינע קינדער (ער וועט ארויסשניידן דעם פארשטאפונג, דעם טמטום, און דאס וועט אויטאמאטיש צוברענגען אז די נשמת ישראל, חלק אלוק ממעל, זאל באקומען א שליטה איבער דעם הארץ, און דער הארץ וועט גענייגט ווערן אויף) ליב צו האבן דעם אייבערשטן דיין גאט מיט דיין גאנצן הארץ און מיט דיין גאנצן זעהל, (דאס וועט דער אייבערשטער טון) פון וועגן די זאלסט לעבן (א חיי נצחי, זיך מדבק צו זיין אינם חי החיים).

פסוק ז'
ונתן ה' אלקיך את כל האלות האלה על איביך ועל שנאיך אשר רדפוך = און דער אייבערשטער דיין גאט וועט ארויפלייגן די אלע דאזיגע קללות אויף דיינע פיינט (עס איז דא א חילוק צווישן אויב און שונא, ואכמ"ל) וואס וועלן דיר נאכיאגן (דו וואס וועלן דיר פייניגן ווען דו וועסט זיין פון גלות).

פסוק ח'
ואתה תשוב ושמעת בקול ה' ועשית את כל מצותיו אשר אנכי מצוך היום = און דו וועסט תשובה טון (עס איז דא פארשידענע פשטים וואס איז די פרישע תשובה, מיר וועלן גיין מיט איין פשט, אז די פריערדיגע תשובה, איז געווען מחמת תוקף צרות הגלות, און ווען דער אייבערשטער וועט אונז אויסלייזן וועלן מיר תשובה טון מאהבת ה'), און דו וועסט צוהערן אין דעם קול פון דעם אייבערשטן און דו וועסט טון אלע זיינע מצות וואס איך באפעל דיר היינט (נישט פארגעסן אז משה רבינו רעדט צו די אידן, און ער גיט זיי איבער דעם דבר ה', וועגן דעם רעדט ער אלץ פון אייבערשטן בלשון נסתר, און דא זאגט "איך" באפעל דיר היינט).

וכו' וכו'

אז מיר וועלן תשובה טון, וועט דער אייבערשטער אונז אויסלייזן, און דער אייבערשטער וועט אונז צוריקקערן פון אלע עקן וועלט, און דער אייבערשטער וועט אונז געבן א"י, און דער אייבערשטער וועט רייניגן אונזער הארץ אז מיר זאלן תשובה טון פאר אים מיט א ריין הארץ און נתקרב ווערן צו אים, און זיך מדבק זיין צו אים, און דער אייבערשטער וועט שטראפן אונזערע שונאים.

אלץ וועט דער אייבערשטער טון! פון אונז פארלאנגט זיך גארנישט אויסער והשבות אל לבבך! און ושבת עד ה' אלקיך!
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

איזעי, געוואלדיג!!! האלט אן מיר טרינקען מיט דורשט(דארשט).
נאר איין זאך וויל איך בעטן אז סיי דו און אויך אנדערע וואס וועלן שרייבן דא זאלן ביטע שרייבן ווי ווייט מעגליך אין אידיש ס'זאל זיך גרינגער ליינען, אזוי ווי דו האסט יעצט געשריבן איז זייער גוט. שכח פון פאראויס.
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אךשמח »

זייער שיין און פשוט איבערגעטייטשט פסוקים אין חומש.

איך כאפ נאכנישט דער ציל פון דעם, אבער וואס איז זיכער אז איך האב אריינגעכאפט נאך עטליכע מינוט לימוד התורה פארן היינטיגן טאג. א דאנק דערפאר.


איך בין גראדע זייער נייגעריג וועלכע אפיקורסישע געדאנקען האט דיר אזוי אויפגעשטורעמט נעכטן, אזש די האסט זיך געדרייט אין געלעגער און נישט געקענט אנטשלאפן ווערן... פאר דעם חטא אליינס פון שטערן דיין שלאף האט מען אים געדארפט חוסם זיין!!!
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

אך שמח, דו האסט ווייזט אויס נישט געליינט דעם אשכול פון קרבן פסח, וואו אן אפיקורוס אונטערן נאמען "מבית עבדים" האט געפרעדיגט אפיקורסות, אפצולייקענען פשוט'ע זאכן וואס שטייען דא אין די פסוקים וואס איך האב איבערגעטייטשט. איך מיין אז עס איז נאכנישט פארמעקט, קענסט קוקן דארט.

איך וויל נישט צוצייכענען קיין לינק, ווייל מיין ראט איז אז דו זאלסט עס נישט איבערליינען, עס איז נישט געזונט פאר די נשמה.
אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אךשמח »

נאופ כ'האב טאקע נישט געליינט דעם אשכול לעצטנס. שוין געווען צופיל תגובות. העמיר זען אויב איז טאקע אזוי געפערליך, אבער נישט יעצט. איך מיין ס'שוין שפעט, און איך וויל נישט קיין שלאפלאזע נאכט..

איך האב מורא אז ס'שוין גאר פארטאגס..
אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

נאר צו קלאר מאכן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליקו »

מנחת חינוך מצווה ה'

וז"ל: "צריכים לידע הדינים, וגם היום אפשר שאם יתנו המלכויות רשות לבנות בית המקדש, מצווה לבנות, כמבואר במדרש דבימי יהושע בן חנניא ניתנה רשות והתחילו לבנות, ועיין בספר כפתור ופרח שרבינו חננאל בעל התוס' רצה לילך להקריב קרבנות בירושלים, א"כ הוא הדין לבניין בית המקדש" עכ"ל.

- מען דארף וויסן די דינים, און אויך היינט אויב די פרעזידענטן וועלן געבן רשות צו בויען די בית המקדש איז א מצוה צו בויען, אזוי ווי עס שטייט אין מדרש אז אין די טעג פון רבי יהושע בן חנניא איז געגעבן געווארן רשות און מען האט אנגעהויבן צו בויען, אויך איז רבינו חננאל בעל התוס' געוואלט גיין ברענגען קרבנות אין ירושלים, אויב אזוי די זעלבע די איז צו בויען די בית המקדש"
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

דער מנחת חינוך שרייבט אפשר, פארוואס אין דיין אידישע איבערזעצונג פעלט דער ווארט??...
(אויב איך וועל אנקומען וועל איך בל"נ איבערקוקן דעם מנחת חינוך, זעהן צו דו האסט נישט "בטעות" עפעס פארזעהן דארט)

סיי ווי מען רעדט דא פון פשוט אמונה, פסוקי תנ"ך און עניני חז"ל, איבער וויאזוי עס ארבעט דער גלות, און וויאזוי עס וועט זיין די גאולה, דער בנין ביהמ"ק אויב אפי' עס זאל א מצוה אלמלי יתנו המלכיות רשות, מיינט נאכנישט אז דאס קען במציאות טאקע זיין אזוי, במציאות וועט אונזער גאולה און דער בנין ביהמ"ק דלעתיד זיין בידי שמים, און דער גאנצער ענין פון בויען א ביהמ"ק איז נאר להלכה ולא למעשה, ווייל למעשה וועלן מיר עס נישט קענען בויען, ווייל דער אייבערשטער האט אונז געשיקט אין גלות, און אונזער גאולה מיט דעם בנין הבית השלישי וועט נאר קומען אזוי ווי די נביאים און חז"ל האבן אונז פאראויס געזאגט.

און איך האב דיר געוואלט בעטן דו זאלסט זיך ביטע האלטן רואיג, און נישט אנהייבן מיט דיינע שטיק דא אין דעם אשכול, דא אין דעם אשכול איז געמאכט בלויז צו חזר'ן אמונה פשוטה, נישט אויף צו ברענגען קיין מנחת חינוך'ס אדער פלפולים של מה בכך, זאכן וואס זענען נאר נוגע למעשה אויב מען גלייבט אין די כפירה הציונית.

מקריב זיין קרבנות איז אן ענין פאר זיך און דאס איז אויך נישט נוגע אהער, און איך בעט דיר בכל לשון של בקשה, ביטע זוך דיר אנדערע אשכולות!!
אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליקו »

איזעי האט געשריבן:דער מנחת חינוך שרייבט אפשר, פארוואס אין דיין אידישע איבערזעצונג פעלט דער ווארט??...


אבער לפי שיטתך איז אפילו אפשר אפיקורסות גמורה!

איזעי האט געשריבן:סיי ווי מען רעדט דא פון פשוט אמונה, פסוקי תנ"ך און עניני חז"ל, איבער וויאזוי עס ארבעט דער גלות, און וויאזוי עס וועט זיין די גאולה, דער בנין ביהמ"ק אויב אפי' עס זאל א מצוה אלמלי יתנו המלכיות רשות, מיינט נאכנישט אז דאס קען במציאות טאקע זיין אזוי, במציאות וועט אונזער גאולה און דער בנין ביהמ"ק דלעתיד זיין בידי שמים, און דער גאנצער ענין פון בויען א ביהמ"ק איז נאר להלכה ולא למעשה, ווייל למעשה וועלן מיר עס נישט קענען בויען, ווייל דער אייבערשטער האט אונז געשיקט אין גלות, און אונזער גאולה מיט דעם בנין הבית השלישי וועט נאר קומען אזוי ווי די נביאים און חז"ל האבן אונז פאראויס געזאגט.


ווער געט דיר די גושפנקא פון הלכה ולא למעשה? אז די מנחת חינוך און נאך שרייבן אז דאס איז א מצוה בזמן הזה ווי נעמסטו די חוצפה זיך צו שלאגן מיט זיי? די רש"י הק' מיט די אלע מפרשים וואס שרייבן בידי שמים איז נישט קיין סתירה מיט די אנגענומענע געהעריגע פשט פון "מצוה לבנות ביהמ"ק בזה"ז למעשה!" און סמיינט די שכינה הק' וועט אריינקומען רועהן דערין, ווייל סתם ליימענע בילדינגס איז א טויטע זאך, אבער לשיטתך ווי פארענפערסטו די פשוטע מצוה פון בויען א ביהמ"ק? וועלכע יאר פונקטליך איז דאס נתבטל געווארן? אפי רוב חכמים האבן נישט געהאלטן ווי רבי עקיבא אבער דאס איז נאר ווייל בר כוכבא איז נישט געווען די ריכטיגע פערזאן אבער נישט ווייל מהאט געווארט פאר עפעס א הימלישע פאסירונג! [יא סוועט פאסירן הימלישע זאכן אבער נישט דאס איז די מעכב]


איזעי האט געשריבן:און איך האב דיר געוואלט בעטן דו זאלסט זיך ביטע האלטן רואיג, און נישט אנהייבן מיט דיינע שטיק דא אין דעם אשכול, דא אין דעם אשכול איז געמאכט בלויז צו חזר'ן אמונה פשוטה, נישט אויף צו ברענגען קיין מנחת חינוך'ס אדער פלפולים של מה בכך, זאכן וואס זענען נאר נוגע למעשה אויב מען גלייבט אין די כפירה הציונית.


טאקע פארדעם ברענג איך עס דא ווייל דא חזרט מען אמונה פשוטה נישט אמונה עקומה, און די מהלך וואס די גייסט איז קעגן תנ"ך גמרא ראשונים אחרונים! פשוט מפארקרימט די גאנצע אמונה פון וואס די תורה וויל, זיך אריינדרייען אינעם פעלץ און שרייען אמונה אמונה איז כפירה ממש, נאר די ווערטער פון אונזערע רביס וועלן זיין אור לרגלינו! זיי נישט קלוגער פון רבינו יחיאל מפריז רבי עקיבא איגר און נאך!

איזעי האט געשריבן:מקריב זיין קרבנות איז אן ענין פאר זיך און דאס איז אויך נישט נוגע אהער, און איך בעט דיר בכל לשון של בקשה, ביטע זוך דיר אנדערע אשכולות!!


איך רעספעקטיר דיין בקשה פונקט ווי איך וויל נישט מיינע אשכולות זאל צוגרינד גיין, וועל איך בל"נ כרצונך מער נישט מגיב זיין דא
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

באמת וואלט איך דיר נישט געטארט ענפערן, אבער אזוי ווי דו שרייבסט אז דו וועסט מער נישט מגיב זיין דא, ממילא פשוט כדי צוריקצודרייען דעם אשכול אויף די ריכטיגע רעלסן וועל איך יא ענפערן דיין תגובה.

קליקו האט געשריבן:אבער לפי שיטתך איז אפילו אפשר אפיקורסות גמורה!
דער מנחת חינוך שרייבט נישט אז דער בית המקדש וועט למעשה געבויט ווערן בזמן הגלות בידי אדם, אזוי ווי איך האב שוין געשריבן.
ווען איך האב געפרעגט פארוואס דו לאזט אויס דעם ווארט אפשר, האב איך בלויז געוואלט ארויסברענגען אז דו ביזט נישט ריכטיג מעתיק, און צוליב נגיעות לאזטו אויס ווערטער.

קליקו האט געשריבן:ווער געט דיר די גושפנקא פון הלכה ולא למעשה? אז די מנחת חינוך און נאך שרייבן אז דאס איז א מצוה בזמן הזה ווי נעמסטו די חוצפה זיך צו שלאגן מיט זיי? די רש"י הק' מיט די אלע מפרשים וואס שרייבן בידי שמים איז נישט קיין סתירה מיט די אנגענומענע געהעריגע פשט פון "מצוה לבנות ביהמ"ק בזה"ז למעשה!"
מיטן אויסדריק להלכה ולא למעשה מיין איך נישט צו שרייבן, אז זיי האלטן נישט למעשה אז עס איז דא א חיוב, נאר אז זיי האבן נישט געהאלטן אז די שאלה וועט פארקומען, ווייל זיי האבן נישט געהאלטן אז די אומות העולם וועלן אונז געבן רשות צו בויען א ביהמ"ק, ווייל זיי האבן געגלייבט אין די נביאים און חז"ל אז דער בנין השלישי וועט פארקומען ווען משיח וועט קומען, און ווען דער אייבערשטער וועט אונז פוקד זיין, זיי האבן נאר דן געווען "ווען עס וואלט געווען די מעגליכקייט, אויב מען וואלט געווען מחויב".

קליקו האט געשריבן:און סמיינט די שכינה הק' וועט אריינקומען רועהן דערין, ווייל סתם ליימענע בילדינגס איז א טויטע זאך,
גראדע איז השראת השכינה אין ביהמ"ק איין זאך, און מקיים זיין א מצוה אין די תורה איז א צווייטע זאך, איך וואלט נישט געזאגט אז עס גייט אויטאמאטיש, ביים בית שני שטייט אז די שכינה איז געגאנגען עשר מסעות. אבער איך זעה ממילא נישט וואו עס קומט דא אריין.

קליקו האט געשריבן:אבער לשיטתך ווי פארענפערסטו די פשוטע מצוה פון בויען א ביהמ"ק? וועלכע יאר פונקטליך איז דאס נתבטל געווארן?
איך מיין אז איך האב שוין אלץ פארענפערט, די מצוה איז קאי וקיימי, אן קיין מעגליכקייט זי אויסצופירן, די מצוה דארפן מיר נאר מקיים זיין, אויב עס איז אין די אומשטענדן אין וועלכע מיר זענען מחויב דערמיט, אין אונזערע אומשטענדן זענען מיר פטור דערפון, "ווען עס וואלט געווען רשות פון די אומה"ע, וואלט געווען לויט אסאך דעות א מצוה צו בויען דעם ביהמ"ק", אבער אזוי ווי דער אייבערשטער האט אונז געמאלדן אז מיר זענען אין גלות, און נאר ער וועט אונז אויסלייזן, און ביז דאן זאלן מיר זיצן רואיג אין גלות, און נישט פרובירן ארויסצוגיין, ממילא איז פשוט אז מיר וועלן נתחייב ווערן דערין נאר ווען עס וועט זיין די גאולה שלימה, און עס וועט נישט זיין פארדעם קיין אויסגעהאלטענע מעגליכקייט עס צו בויען.

קליקו האט געשריבן:אפי רוב חכמים האבן נישט געהאלטן ווי רבי עקיבא אבער דאס איז נאר ווייל בר כוכבא איז נישט געווען די ריכטיגע פערזאן אבער נישט ווייל מהאט געווארט פאר עפעס א הימלישע פאסירונג!
וואס מיינט דאס אז בר כוכבא איז נישט געווען דער ריכטיגער פערזאן דער מצוה גייט דען אן נאר אויף געוויסע פערזאנען?
ר' עקיבא האט געמיינט אז בר כוכבא איז משיח, וואס איז נישט געווען ריכטיג, און לתועלת הענין אעתיק דעם לשון הרמב"ם אין הל' מלכים (פרק י"א):
(ג) ואל יעלה על דעתך שהמלך המשיח צריך לעשות אותות ומופתים ומחדש דברים בעולם או מחיה מתים וכיוצא בדברים אלו אין הדבר כך שהרי רבי עקיבא חכם גדול מחכמי משנה היה והוא היה נושא כליו של בן כוזיבא המלך והוא היה אומר עליו שהוא המלך המשיח ודימה הוא וכל חכמי דורו שהוא המלך המשיח עד שנהרג בעונות כיון שנהרג נודע להם שאינו ולא שאלו ממנו חכמים לא אות ולא מופת ועיקר הדברים ככה הן שהתורה הזאת חוקיה ומשפטיה לעולם ולעולמי עולמים ואין מוסיפין עליהן ולא גורעין מהן. [השגת הראב"ד - אל יעלה על דעתך וכו' א"א והלא בן כוזיבא היה אומר אנא הוא מלכא משיחא ושלחו חכמים לבדקו אי מורח ודאין או לא וכיון דלא עביד הכי קטלוהו]:
(ד) ואם יעמוד מלך מבית דוד הוגה בתורה ועוסק במצות כדוד אביו כפי תורה שבכתב ושבעל פה ויכוף כל ישראל לילך בה ולחזק בדקה וילחם מלחמות ה' הרי זה בחזקת שהוא משיח אם עשה והצליח ובנה מקדש במקומו וקבץ נדחי ישראל הרי זה משיח בודאי ויתקן את העולם כולו לעבוד את ה' ביחד שנאמר כי אז אהפוך אל עמים שפה ברורה לקרוא כולם בשם ה' ולעבדו שכם אחד:

און ווילאנג משיח קומט נישט ווארטן מיר אויף אים! און מיר נעמען נישט אליינס קיין גאולה, און מיר מאכן נישט אליינס קיין משיח'ס, און מיר בויען נישט אליינס קיין בית המקדש!

---------------

איך וואלט באמת זיך נישט געדארפט מטפל זיין מיט דיר, אזוי ווי איך האב דיר שוין איינמאל געשריבן אז דו ביזט אנגעשטעקט מיט די מעשה (בפרט נאך אז איך שרייב פשוט'ע עברי טייטש פון די תוה"ק, און דו ברענגסט א "מנחת חינוך" מיר אפצואווענדן), אבער אזוי ווי דאס איז מיין אשכול, וואס איך האב געגרינדעט בדם לבבי, האב איך אראפגעריסן טייערע צייט זיך מטפל צו זיין מיט דיינע הבלים, כדי צוריקצופירן מיין אשכול אויף די ריכטיגע רעלסן, און נישט לאזן דעם ציבור פארדרייט ווערן, נאר נאך דיין הבטחה אז דו וועסט מער נישט מגיב זיין.
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

באמת האב איך געוואלט פארזעצן און קודם שרייבן פשוט'ע שיעורים אין פסוקי תנ"ך עברי מיט טייטש, און מאמרי חז"ל.

אבער נאך אזא קאמענט, וועל איך מוזן טוישן די פלענער, און די קומענדיגע שיעורים וועלן אי"ה געגעבן ווערן אין רמב"ם הל' מלכים פרק י"א י"ב.
די שיעורים וועלן שוין זיין אביסל טיפער ווי פשוט עברי טייטש, אבער איך האף עס צו מאכן גענוג פשוט און פארשטענדליך, עס זאל זיין כאטשיג אזוי לייכט צו ליינען ווי דער נעכטיגער שיעור.

דער עולם איז פארבעטן זיך פארצוקוקן....

(עס קען זיין אויב איך וועלן האבן די מעגליכקייט וועל איך אריינרוקן עטליכע פשוט'ערע שיעורים, אבער דעם רמב"ם וועט מען בכל אופן בעז"ה אדורכלערנען)
איש האמת
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 11, 2011 1:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האמת »

אנטשולדיג איזעי
אבער כ'ווייס נישט וואס דו האקסט א טשייניק דא,
לעולם אל ילמוד אדם אלא בדרך קצרה ונקיה,
ברענג אדויס קורץ קלאר און דייטליך וואס דו ווילסט
שכויח, ולא באתי אלא להעיר ולהאיר לתועלת המקשיבים הצומאים לדבר ה'
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

מיין אריגינאלער ציל דא איז געווען ווי איך האב געשריבן,
צו געבן שיעורים אין עניני גלות וגאולה,
פשוט פסוקים און מאמרי חז"ל איבערגעטייטש אויף אידיש (אזוי ווי איך האב געטון אין דעם צווייטן קאמענט),
בלויז אויף צו חזר'ן אמונה פשוטה.

נאר דא איז אריינגעקומען איינער אין בילד מיט א קאמענט וואס האט בכלל נישט אהערבאלאנגט,
און מיט זיין קאמענט האט ער פארפירט אביסל דעם אריגינעלן ציל,
למעשה וועל איך פארזעצן אי"ה צו געבן שיעורים בעניני גלות וגאולה פון פשוט'ע פסוקים און מאמרי חז"ל,

אבער כדי אויסצוגראדן די געדאנקן אביסל, אז אזא קליקו זאל זיך נישט נאכאמאל אנרופן מיט זיינע נארישקייטן,
וועל איך קודם מפסיק זיין מיט א שיעור אין רמב"ם, ווי ער שרייבט וויאזוי עס וועט אויסזען ביאת המשיח,

אויב דו האסט נאך הערות, אדער דו פארשטייסט נישט עפעס ביטע פרעג מיר איבער אויף א פ"ה.

-----------------------

אגב, וויל איך דא זאגן פארן עולם אז עס איז א שווערע ארבעט צוצוגרייטן די שיעורים אין רמב"ם, עס איז נישט אזוי ווי טייטשן אפאר פסוקים עברי טייטש, נאר עס מיינט נאכגיין די מקור הדינים, און די אלע חילוקי דעות, און די פילע מפרשי הרמב"ם, ווי אויך אדורכצולערנען א גרויס חלק פון מאמר שלש שבועות אין ויואל משה, וואו דער הייליגער סאטמארער רב זי"ע ארבעט ארום מיט דעם רמב"ם.
איך האף אי"ה ארויפצולייגן דעם שיעור בערך ביז א וואך, ווייל איך וויל ארויפלייגן דעם גאנצן שיעור (ביידע קאפיטלעך) אויפאיינמאל, די דברי הרמב"ם זענען עניים במקום אחד ועשירים במקום אחר, און כדי דער ציבור זאל נישט צומישט ווערן און מען זאל מיר נישט באפאלן מיט קושיות, איז וויכטיג אז מען זאל קענען זען די גאנצע אויפאמאל.
אוועטאר
עמקות שלמה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 26, 2011 12:46 pm
לאקאציע: מאנסי נ.י.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמקות שלמה »

אשרי חלקך הרב איזעי, חזק ואמץ!

טוסט א געוואלדיגע זאך.

אלס עצה טובה: עס איז יא כדאי צו גיבן אזא שיעור (כ'רעד פון די רמב"ם שיעור) מער צוביסלעך, ווייל א לאנגע תגובה ווערט ווייניגער געליינט.
זיי נישט קלוג, זיי נאר אויפגעלייגט.
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

עמקות שלמה האט געשריבן:אשרי חלקך הרב איזעי, חזק ואמץ!

טוסט א געוואלדיגע זאך.

.
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

עמקות שלמה האט געשריבן:אלס עצה טובה: עס איז יא כדאי צו גיבן אזא שיעור (כ'רעד פון די רמב"ם שיעור) מער צוביסלעך, ווייל א לאנגע תגובה ווערט ווייניגער געליינט.

ביזט הונדערט פראצענט גערעכט.

און דער אמת איז אז פאר מיר וואלט עס אויך געווען גרינגער, ווייל דאס פארקוקן איז א געוואלדיגע שווערע ארבעט, און איך קום כמעט נישט אן דערצו.

אבער איך וואלט דאס נאר געקענט טון, ווען איך האב א גאראנטי, אז מען וועט מיר נישט באפאלן נאך די ערשטע אדער צווייטע שיעור, מיט קושיות און טענות און פירכות וכדו', נאר מען וועט אויסווארטן ביז אלע שיעורים זענען פארטיג, ווייל ווי איך האב געשריבן די דברי הרמב"ם זענען עניים במקום אחד ועשירים במקום אחר, און כדי אלעס זאל זיין גענוג קלאר, דארף מען אויסווארטן ביזן סוף.
איך בין אבער זיכער אז עס וועט נישט אזוי זיין, ווייל דא דרייען זיך אפאר קרומע קעפ, וואס וועלן ארויפשפרינגען אויף מיינע ווערטער, און זיי וועלן מיר פרובירן צו כאפן מיט א נישט ריכטיגן פשט, אדער וועלן זיי מיר פרובירן אפצואווענדן, אדער ברענגען ראיות פון דעם איינעם שטיקל רמב"ם אויף זאכן וואס ער שרייבט שפעטער פונקט פארקערט, בכל אופן, איך וויל נישט עס זאל ווערן לאנגע און הייסע פארצויגענע ויכוחים פאר גארנישט.

וואס איך וועל אי"ה יא טון, אז איך וועל צוטיילן דעם שיעור אין עטליכע קאמענט'ס, און דערנאך וועל איך פון אלעם מאכן א פי.די.עף. אז ווער עס וויל זאל עס קענען ארויספרינטן און ליינען ווען מען האט צייט.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

איזעי האט געשריבן: אבער אזוי ווי דאס איז מיין אשכול, וואס איך האב געגרינדעט בדם לבבי,


טאקע אזוי? אדער דו באמבלסט איינעם נאך.....
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

איך האב געעפנט דעם אשכול אזוי ווי איך האב געשריבן, צוליב דעם וואס עס האט מיר שטארק געבאדערט אז אידן קענען שרייבן אזעלכע זאכן, און מען כאפט זיך נישט אז מען רירט אן מיט דעם עיקרי אמונה.

איך וועל נישט זאגן אז עס איז געווען ממש בדם לבבי, איך האב עס געשריבן בשטף הקולמוס (עס איז א ברייט באנוצטע אויסדרוק, איך האב קיינעם נישט אינזין געהאט נאכצובאמבלען), אז איך וועל עס טוישן אויף בחום לבבי וועט זיין בעסער?
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

פתח דבר


אזוי ווי אין די קורצע תקופה וואס איך האב זיך דא געדרייט אויף אונזער אידישן וועלטל איז מיר אויסגעקומען מערערע מאל מיטצוהאלטן ווי פארשידענע ניק'ס שטעלן ארויס מיינונגען וואס זענען אנדערש און זיי זענען סותר דאס וואס מיר האבן בקבלה מדור דור, און צומאל קריכט מען אריין אין האקעלע ענינים פון אמונה, און מען ווייסט ניטאמאל אז עפעס איז נישט ריכטיג, און מען טרעפט נאך עפעס א פארשטופטן מראה מקום ערגעץ וואס איינער האט אפירגעקראצט, וואס שרייבט "בפירוש" אזוי ווי מען רעדט זיך איין אז עס איז דער אמת, און איך האב געזען אז אסאך אנדערע ווערן צומישט, און זיי ווייסן נישט וועמען צו גלייבן.

דערפאר האב איך אוועקגעגעבן צענדליגער שעות, אנצוגרייטן א שיעור אין די צוויי פרקים אין רמב"ם וואו ער רעדט ארום איבער די גאולה העתידה, און ער שרייבט זייער קלארע ווערטער, וואס זיינע ווערטער זענען קילורין לעינים, און אביסל האב איך מוסיף געווען א נופך מדילי וואס איך האב מלקט געווען פון אנדערע מקומות, און איך האב עס צוגעלייגט אין די הקדמה, כדי עס זאל זיין א דבר השלם בעז"ה.

איך צוטייל דעם שיעור אויף אסאך קאמענט'ס, כדי אז עס וועט אמאל אויסקומען אז מען וועט וועלן צולינקען צו א מראה מקום אינמיטן דעם שיעור, זאל מען קענען לינקן צו דעם קאמענט, און נישט דארפן מעתיק זיין דעם שטיקל פון אינמיטן איין גרויסע קאמענט, נאך א סיבה דערצו איז, ווייל א גרויסע קאמענט (בפרט אזוי גרויס ווי דאס, מען רעדט פון קארגע 50,000 קערעקטער'ס), האט מען ווייניגער אפעטיט צו ליינען, איך וועל אי"ה ארויפלייגן נאכדעם די גאנצע שיעור אויף א פייל, אז מען זאל עס קענען דאונלאדען.

איך וויל זיך דא אויך אנטשולדיגן אויף דעם וואס עס האט זיך געשלעפט אזוי לאנג, איך האב זיך באמת געוואלט נאך מער פארקוקן און עס בעסער איבערקוקן און מגיה זיין, אבער אזוי ווי עס שלעפט זיך שוין צו לאנג און יעצט דארף איך זיך שוין געזעגענען, וועל איך עס ארויפלייגן כמות שהוא, ואתכם הסליחה.

---------------
נ.ב. פאר איך הייב אן איז וויכטיג צו באמערקן אז רוב ענינים וואס ווערן דא ארומגערעדט און באהאנדלט, איז דא אויף זיי אן אריכות אין ספה"ק ויואל משה, וואס איך האב נישט געהאלטן יעצט ביים מעתיק זיין אלץ וואס שטייט דארט, והרוצה יעיין שם ומשם תדרשנו לטובה.
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

פאר מיר הייבן אן דעם שיעור אין רמב"ם וויל איך מאכן עטליכע הקדמות.

הקדמה א'

דער רמב"ם אין זיין גאנצן חיבור הי"ד החזקה, ווי אויך אין אסאך אנדערע ספרים זיינע גייט ער אלץ צו מיט א מהלך פון אוועקמאכן יעדע זאך וואס איז א שינוי בטבע העולם, יעדע זאך וואס ווערט נישט פארשטאנען פשוט מיטן מענטשליכן שכל ווערט דורך אים אוועקגעמאכט און באטראכט אלץ אויגן פארבלענדענישן אדער איינרעדענישן (זעלבסט פארשטענדליך אז דאס איז נישט אריינגערעכנט די נסים וואס דער אייבערשטער האט געטון פאר די אידן וואס ווערט געברענגט אין די הייליגע תורה און אין חז"ל), און יעדע זאך וואס שטייט אין די פסוקים אדער חז"ל אויב איז דא א וועג וויאזוי מען קען עס מקרב זיין אל השכל פרובירט ער עס מסביר צו זיין, אויף אן אופן אז עס איז נישט חוץ לדרך הטבע. עס איז דא צוויי סיבות וואס ווערן אנגעגעבן דערפאר, און איך נעם נישט קיין שטעלונג דערין, איך שרייב נאר נאך מפי השמועה.

די ערשטע סיבה וואס ווערט אנגעגעבן דערצו איז, אז דער רמב"ם אליינס זייענדיג א געוואלדיגער חוקר און פילאזאף, האט נוטה געווען אזוי ווי רוב פילאזאפן אין זיין צייט, אז אלץ אין דער וועלט גייט ע"פ דרך הטבע, און גלייבנדיג באמונה שלימה אין בורא עולם, האט ער געהאלטן אז דער אייבערשטער איז משנה די טבע און מאכט ניסים ווען ער וויל, אבער ער האט געהאלטן אז דער אייבערשטער מאכט נישט קיין נסים סתם אזוי, נאר ווען עס פעלט אויס, און ער האט געהאלטן אז מענטשן קענען נישט משנה זיין די טבע, (נאר אין זעלטענע פעלער וו.צ.ב. א נביא ה' ווען דער אייבערשטער וויל מאמת זיין זיינע נביאות, גיט אים דער אייבערשטער צומאל א כח צו ווייזן אן אות אדער א מופת וכדו'), אבער אלע אנדערע אותות ומופתים און שינויים חוץ לדרך הטבע זענען שטותים און איינרעדענישן.

ווי עס איז ידוע האט דער רמב"ם נישט געהאט געלערנט קיין קבלה ווען ער האט געשריבן די אלע זאכן, און דער רמב"ן און אסאך אנדערע וואס זענען געווען אין זיין צייט אדער נאך אים, קריגן זיך אויף אים ביי אסאך פון די ענינים. און ווי מען דערציילט, האט ער זיך אין די עלטערע יארן אביסל באקאנט געמאכט אין חכמת הקבלה, און אנגעבליך שרייבט ער אין א בריוו, אז ער האט חרטה פון אסאך זאכן וואס ער האט געשריבן, און ווען ער וואלט געקענט וואלט ער צוריקגעצויגן פון אסאך זאכן וואס ער האט געשריבן אין זיינע ספרים, נאר ער קען נישט צוליב דעם וואס זיינע ספרים זענען שוין אזוי פארשפרייט.

די צווייטע סיבה פארוואס דער רמב"ם האט גענומען דעם גאנג איז געווען, ווייל אין דור פון דעם רמב"ם האבן די אידן געהאט אסאך נסיונות (בפרט אין תימן), פון מענטשן - גוים אזוי גוט ווי אידן, פון זיינע צייטן און פון פאר זיינע צייטן, וואס האבן באוויזן וואונדערליכע זאכן, וואס דאס האט געמאכט מענטשן טראכטן אז די מענטשן זענען הימלישע מענטשן, עס איז געווען צווישן די אזעלכע וואס האבן זיך עמטליך דערקלערט אלץ א נביא אדער אלץ משיח, אזוי ווי מיר וועלן זען אין די ווערטער פון רמב"ם (פרק י"א סוף הלכה ד'), און אזוי האבן זיי נאכגעשלעפט אסאך מענטשן נאך זיך, און די מענטשן זענען געווארן זייערע הייסע נאכפאלגער, וואס דאס האט ליידער אוועקגעשלעפט אסאך אידן תמימי לב וואס זענען צוליב דעם פארפאלן געווארן.

און וויבאלד דער רמב"ם האט געוואלט אז אידן זאלן נישט ווערן נאכגעשלעפט נאך די אלע פארפירער'ס, צוליב דעם האט דער רמב"ם געוואלט אויסבויען א כלל ביי מענטשן, אז די אלע כישוף זאכן, און די אלע אנדערע וואונדערליכע זאכן וואס זענען שלא כדרך הטבע, איז ליגנט און איינרעדענישן, און מען זאל "קיינמאל" נישט גלייבן דערין, און אזוי ווי מיר וועלן דא זען אין רמב"ם (פרק י"א הלכה ג'), אז דער כלל גדול איז אז אויב דער מענטש און די זאכן וואס ער זאגט זענען אויסגעהאלטן און עס שטימט ע"פ תורה, דאן דארף מען אין אים גלייבן און אים נאכפאלגן, און טון וואס ער הייסט (און מען דארף גלייבן אז די אותות ומופתים וואס ער ווייזט זענען אמת'דיגע), אבער אויב זאגט דער מענטש עפעס אנדערש ווי די תורה, זאל מען וויסן אז אלע זיינע וואונדער וואס ער ווייזט, זענען איינרעדענישן, אויגן פארבלענדענישן, און אבערגלויבן, און מען זאל נישט ווערן נאכגעשלעפט דערנאך.

איך שרייב די הקדמה צו געבן א שטיקל בליק פארוואס דער רמב"ם שרייבט (פרק י"ב הלכה א') אז די אלע נבואות וויאזוי עס וועט אויסזען די ימות המשיח איז נאר משלים, אזוי ווי מיר וועלן ווייטער זען. און מיט דעם וועלן מיר צוקומען צו אונזער צווייטע הקדמה.
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

הקדמה ב'

וואס וועט זיין ווען משיח וועט קומען?

צו דעם וועלן מיר קודם אפלערנען א שטיקל גמרא אין מסכת ברכות לד: (אין סנהדרין דף צט. ווערט געברענגט די זעלבע גמ' מיט קליינע שינויים אינעם לשון)
זאגט די הייליגע גמרא:
ואמר רבי חייא בר אבא אמר רבי יוחנן - און נאך האט ר' חייא בר אבא נאכגעזאגט אין נאמען פון ר' יוחנן,
כל הנביאים כולן לא נתנבאו אלא לימות המשיח - די אלע נביאים וואס זיי האבן נביאות געזאגט די נחמות און די געוואלדיגע גוטס וואס די אידן וועלן האבן לעתיד, די אלע האבן נאר נביאות געזאגט איבער וואס עס וועט זיין נאך וואס משיח וועט קומען,
אבל לעולם הבא - אבער אויף די קומענדיגע וועלט (אין דעם איז אויך דא א מחלוקה וואס דאס איז עולם הבא, דער רמב"ם לערנט אז עולם הבא איז יענער וועלט, ווי די נשמה קומט אן נאכן טויט פון דעם מענטש, און דאס עקזיסטירט שוין היינט, און דארט באקומט מען דעם שכר אויף די מעשים וואס מען האט געטון ביים לעבן, און דארט איז אלעס הויל רוחניות, זאכן אין וועלכע מיר קענען גארנישט האבן קיין השגה),
עין לא ראתה אלהים זולתך - אזעלכע גוטע זאכן וואס אן אויג האט דאס נאכנישט געזען אויסער דעם אייבערשטן, וועט דער אייבערשטער דארטן מאכן פאר די צדיקים,
זאגט די הייליגע גמרא
ופליגא דשמואל - ר' יוחנן וואס ער האט געזאגט דעם מימרא, קריגט זיך אויף שמואל
דאמר שמואל - ווייל שמואל האט געזאגט
אין בין העולם הזה לימות המשיח - עס איז נישטא קיין שום חילוק צווישן דעם יעצטיגן וועלט, און וויאזוי די וועלט וועט אויסזען נאך וואס משיח וועט קומען,
אלא שעבוד מלכיות בלבד - נאר דער זיין אונטערדרוקט אונטער די גוי'אישע קעניגרייכן, אז היינט צוטאגס אין גלות, זענען מיר אונטערדרוקט אונטער די גוים, און ווען משיח וועט קומען, וועט דער מלך המשיח קעניגן אויף אונז, און מיר וועלן מער נישט זיין אונטערדרוקט אונטער די אומות העולם,
שנאמר כי לא יחדל אביון מקרב הארץ - ווייל עס שטייט אין פסוק, "ווייל עס וועט זיך נישט אויפהערן קיין ארימאן פון אין דעם לאנד" (אז אין ארץ ישראל וועט אלעמאל זיין ארימעלייט), איז פון דעם א ראי' אז די אלע געוואלדיגע גוטע נביאות זענען נישט געזאגט געווארן אויף די ימות המשיח, און די וועלט וועט זיך ווייטער פירן אזוי ווי ביז היינט (עי' רש"י שבת סג. ד"ה לא יחדל)
(אגב, עס שטייט נישט וואס שמואל האלט, אויף וועלכע צייט עס גייט יא ארויף די אלע גוטע נבואות וואס די נביאים האבן מתנבא געווען, און מען קען זאגן אסאך פשטים ואכמ"ל).

דער רמב"ם ווי מיר וועלן ווייטער זען, איז אוחז את החבל בשני ראשים, ער נעמט אן סיי ווי ר' יוחנן אז כל הנביאים לא נתנבאו אלא לימות המשיח, און אזוי פסק'נט ער אין הל' תשובה פ"ח ה"ז, אזוי אויך נעמט ער אן די מימרא פון שמואל אז אין בין העוה"ז לימות המשיח אלא שיעבוד מלכיות בלבד, און אזוי פסק'נט ער דא אין הל' מלכים פי"ב ה"א, ווי מיר וועלן שפעטער לערנען. די מפרשים וואונדערן זיך דערויף, ווייל פון די גמרא וואס זאגט פאר א פשטות ופליגא דשמואל, זעט מען דאך קלאר אז אויב האלט מען ווי שמואל קען מען נישט האלטן ווי ר' יוחנן, און אויב האלט מען ווי ר' יוחנן קען מען נישט האלטן ווי שמואל, דער כסף משנה (הל' תשובה פ"א ה"ז) בלייבט ביי צ"ע, און אנדערע מפרשים (שם) מוטשענען זיך יא ארום צו פארענטפערן (ועיי' גר"א כאן), בכל אופן, דאס איז שיטת הרמב"ם.

אנדערע האבן נישט געהאלטן אזוי ווי שמואל. אין די גמ' וואס מיר האבן געלערנט טרעפט מען שוין אז ר' יוחנן קריגט זיך אויף שמואל, און נישט נאר ר' יוחנן, נאר איבעראל ווי די מימרא פון שמואל ווערט צוגעברענגט אין גמרא (אויף נאך פיר פלעצער), איז דאס מיטן זעלבן נוסח, אז די גמרא ברענגט א מימרא און זאגט אז דאס קומט נישט אויס ווי שמואל, (אין מסכת שבת סג. ברענגט דאס די גמרא צו כלפי א ברייתא ווי עס שטייט אז לימות המשיח וועט בטל ווערן די שווערדן אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (מיכה ד' ג') ולא ישא גוי אל גוי חרב, זאגט די גמרא אז די ברייתא קריגט זיך אויף שמואל, (עס איז גראדע אויך דא דארט אן איכא דאמרי אז ר' אליעזר האלט גאר ווי שמואל). אין מסכת שבת קנא: ברענגט דאס די גמ' צו כלפי א ברייתא וואס רשב"א זאגט אז לימות המשיח אין בהם לא זכות ולא חובה, זאגט די גמרא אז די ברייתא קריגט זיך אויף שמואל. אין מסכת פסחים סח. זאגט רב חסדא אז לימות המשיח וועט מקוים ווערן דער פסוק והי' אור הלבנה כאור החמה, ואור החמה יהי' שבעתים כאור שבעת הימים (ישעי' ל' כ"ו), זאגט דארט די גמ' אז שמואל קריגט דערויף, און די זעלבע גמ' איז אויך דא אין סנהרין צא:) עכ"פ שמואל איז א דעת יחידאה (אויסער לויט איין איכא דאמרי אין שבת אז ר' אליעזר האלט ווי אים, און די הלכה בלייבט ממילא נישט ווי ר' אליעזר) און עס איז דא ווייניגסטענס צוויי ברייתות וואס קריגן אויף אים, און דער ראב"ד ווי עס זעט אויס פון זיין השגה דא אין הל' מלכים האט געהאלטן אז די הלכה איז נישט ווי שמואל, און עס דאכט זיך מיר אז רוב ראשונים ואחרונים האבן נישט אנגענומען אזוי ווי שמואל.

און דאס איז איינע פון די סיבות פארוואס איך האב געמאכט דעם הקדמה פריער, אז דער רמב"ם האט פרובירט מרחק צו זיין מעשה נסים און אותות ומופתים פון אונזערע צייטן, אז דאס איז נישט פון די זאכן אין וועלכע מען דארף גלויבן, און עס קען זיין אז צוליב דעם האט ער גע'פסק'נט ווי שמואל, און געשריבן אז ביי ביאת המשיח וועט אלעס בלייבן אזוי ווי פריער, און די וועלט וועט זיך ווייטער פירן בדרך הטבע, עולם כמנהגו נוהג. און וועגן דעם שרייבט ער אויך אז דער מלך המשיח דארף נישט ווייזן קיין אותות ומופתים, און ער דארף גארנישט מאכן קיין חוץ לדרך הטבע'דיגע זאכן, אזוי ווי מיר וועלן נאך ווייטער זען (פרק י"א ה"ג, פרק י"ב ה"א).

עכ"פ שיטת הרמב"ם איז אז לימות המשיח וועט נישט זיין קיין שום שינוי בטבע העולם, נאר עס וועט נתרבה ווערן דעת און חכמה, און יעדער וועט איינזען און פארשטיין דעם אמת, אזוי ווי מיר וועלן שפעטער לערנען אינווייניג אין רמב"ם.
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

הקדמה ג'

ווער וועט זיין דער מלך המשיח?

די גמרא זאגט אין מסכת סנהדרין דף צג:
והריחו ביראת ה׳ (ישעיהו י״א) - עס שטייט אין פסוק אז דער אייבערשטער וועט אנפילן משיח'ן מיט א גייסט פון יראת ה'
אמר רבי אלכסנדרי - האט ר' אלכסנדרי געזאגט
מלמד שהטעינו מצות ויסורין כריחיים - עס קומט אונז לערנען אז דער אייבערשטער וועט אים אנלאדענען מיט מצות און יסורים אזוי ווי א מיל (דאס הייסט ער וועט זיין א געוואלטיגער צדיק, און א מורא'דיגער בעל יסורים, רבי אלכסנדרי דרש'נט והריחו מלשון רחיים)
רבא אמר דמורח ודאין - רבא זאגט אז דער פסוק קומט אונז זאגן אז משיח וועט קענען שמעקן א מענטש און פסק'נען לויט דעם צו דער מענטש איז גערעכט אדער נישט (ער לערנט והריחו א לשון פון ריח)
דכתיב ולא למראה עיניו ישפוט - ברענגט זיך רבא א ראי' ווייל עס שטייט אין דעם זעלבן פסוק ווייטער אז ער וועט נישט משפט'ן לויט וואס עס וועט אויסזען פאר זיינע אויגן, און דער פסוק זאגט ווייטער אז נישט לויט וואס ער וועט הערן מיט זיינע אויערן וועט ער משפט'ן, און פארט -
ושפט בצדק דלים - און ער וועט ריכטן מיט גערעכטיגקייט די ארימע
והוכיח במישור לענוי ארץ - און ער וועט מוסר זאגן (די וואס זענען נישט גערעכט) מיט ריכטיגע רייד, צוליב די ארימע פונעם לאנד, אז זיי זאלן נישט נאכאמאל ווערן בא'עולה'ט (זעהן מיר פון דא אז כאטשיג ער וועט נישט משפט'ן לויט וואס ער זעט און לויט וואס ער הערט, וועט זיין משפט פארט זיין ריכטיג, מוז זיין אז דאס וואס דער פסוק הייבט אן פאר דעם "והריחו ביראת ה'" מיינט אז ער וועט האבן א כח צו משפט'ן לויטן ריח פונעם מענטש)
דערציילט די גמרא:
בר כוזיבא מלך תרתין שנין ופלגא - בר כוזיבא האט געקעניגט (אין ביתר) צוויי און א האלב יאר
אמר להו לרבנן אנא משיח - האט ער געזאגט פאר די רבנן, איך בין דער מלך המשיח
אמרו ליה במשיח כתיב דמורח ודאין - האבן אים די רבנן געזאגט, ביי משיח'ן שטייט אז ער וועט זיין א מורח ודאין, ער וועט קענען דערקענען א מענטש און פסק'נען דעם דין, לויט זיין ריח
נחזי אנן אי מורח ודאין - לאמיר זעהן אויב דער איז מורח ודאין
כיון דחזיוהו דלא מורח ודאין - וויבאלד זיי האבן געזען אז ער איז נישט מורח ודאין
קטלוהו - האבן זיי אים גע'הרג'ט

אין מדרש איכה (פרשה ב' פסקה ד') ווערט די מעשה געברענגט אביסל אנדערש:
אמר ר"י - האט ר"י געזאגט
ר' היה דורש (במדבר כ"ד) - רבי האט גע'דרש'נט
דרך כוכב מיעקב - עס שטייט אין פסוק עס וועט אויפגיין א כוכב - א שטערן פון די קינדער פון יעקב
אל תקרי כוכב אלא כוזב - ליין עס נישט כוכב - א שטערן, נאר ליין עס כוזב - א פאלשער, דאס גייט ארויף אויף בן כוזיבא וואס האט געהייסן בר 'כוכבא', און מען האט אים גערופן בן 'כוזיבא', צוליב דעם וואס עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער איז געווען א פאלשער משיח,
ר"ע כד הוה חמי ליה להדין בר כוזיבא - ר' עקיבא ווען ער האט געזען דעם בר כוזיבא
הוה אמר היינו מלכא משיחא - האט ער געזאגט, דאס איז דער מלך המשיח
א"ל ר' יוחנן בן תורתא - האט אים ר' יוחנן בן תורתא געזאגט
עקיבא יעלו עשבים בלחייך - עקיבא, עס וועלן נאך ארויפגיין גראז אויף דיינע באקן (דאס מיינט אז דו וועסט נאך נפטר ווערן און באערדיגט ווערן, און עס וועט נאך וואקסן גראז העכער דיין קבר)
ועדיין אינו בא - און דער מלך המשיח וועט נאך אלץ נישט האבן געקומען, אין אנדערע ווערטער - רעד זיך נישט איין אז דער איז משיח
א"ר יוחנן וכו' - האט ר' יוחנן געזאגט וכו'
ושמונים אלף תוקעי קרנות היו צרין על ביתר - און אכציג טויזנט וואס האבן געבלאזן מיט הערנער, האבן באלאגערט ביתר
והיה שם בן כוזיבא והיו לו מאתים אלף וכו' - און דארט איז געווען בן כוזיבא וואס ער האט געהאט א ריזיגע מיליטער פון געוואלדיגע גבורים
ובשעה שהיו יוצאין למלחמה היו אומרים לא תסעוד ולא תסכיף וכו' - און ווען ער איז ארויס מיט זיין מיליטער אין מלחמה פלעגן זיי זאגן פארן אייבערשטן, כביכול דו דארפט אונז נישט העלפן אבער העלף נישט אונזערע פיינט, אזוי ווי דער פסוק זאגט אין תהלים "הלא אתה אלקים זנחתנו וכו'"
ומה היה עושה בן כוזיבא היה מקבל אבני בליסטרא באחד מארכובותיו וזורקן והורג מהן כמה נפשות - און וואס פלעגט בן כוזיבא טון (דער מדרש דערציילט זיין געוואלדיגע גבורה), ער האט געכאפט שטיינער וואס די גוים האבן געווארפן מיט איינע פון זיינע פוס און ער האט זיי צוריקגעווארפן און ער האט גע'הרג'ט אזוי אסאך פון די גוים
ועל זה א"ר עקיבא כך - און צוליב די געוואלדיגע איבערמענטשליכע גבורות האט ר' עקיבא אויף אים אזוי געזאגט אז ער איז דער מלך המשיח
דערציילט די מדרש אז דריי יאר איז עס אזוי אנגעגאנגען, ווייל עס איז געווען דארט אן אמורא ר' אלעזר המודעי וואס האט געפאסט יעדן טאג אז דער שטאט זאל נישט פאלן (נישט צוליב בן כוזיבא'ס גבורות, נאר צוליב עפעס א שוואכער ערליכער איד), ביז עפעס א גוי האט זיך אריינגעגליטשט און ער האט אריינגעזאגט עפעס פאר ר' אלעזר ווען ער האט געהאלטן אינמיטן דאווענען, און מען איז געקומען פארציילן פאר בן כוזיבא, אז ר' אלעזר האט עפעס פארבינדונגען מיט די גוים, ווען בן כוזיבא האט אים געפרעגט וואס דער גוי האט אים געזאגט, האט ער אים געענטפערט אז "איך האב נישט קיין אהנונג וואס ער האט מיר געזאגט, ווייל איך האב דאן געדאוונט און איך האב גארנישט געהערט"
נתמלא רוגזיה לבן כוזיבא יהב ליה חד בעיטא ברגליה וקטליה - האט זיך בן כוזיבא אויפגערעגט אויף אים, און ער האט אים דערלאנגט א שטויס מיט די פוס, און ער האט אים גע'הרג'ט
יצאתה בת קול ואמרה וכו' - האט א בת קול אויסגערופן, אז צוליב דעם וועט ער יעצט האבן א מפלה
מיד גרמו עונות ונלכדה ביתר ונהרג בן כוזיבא - גלייך האבן די עבירות צוגעברענגט אז די שטאט ביתר איז איינגענומען געווארן, און בן כוזיבא איז דער'הרג'עט געווארן
ואיתיאו רישיה לגבי אדריאנוס - און מען האט געברענגט זיין קאפ צו אדריאנוס
אמר מאן קטליה לדין - האט אדריאנוס געפרעגט, ווער האט אים גע'הרג'ט
אמר ליה חד גונתאי אנא קטלתיה לדין - האט אים א מיליטער מאן געזאגט, איך האב אים גע'הרג'ט
א"ל זיל ואייתיה לי אזל ואייתיה ואשכח עכנא כריכא על צואריה - האט ער געזאגט, גיי ברענג מיר אים (זיין טויטע קערפער), איז דער מאן געגאנגען און אים געברענגט, און מען האט געטראפן א שלאנג איז אנגעדרייט ארום זיין האלז (וואס דאס האט געמיינט אז דער שלאנג האט אים דערווארגן)
א"ל אילו לא אלהיה קטליה לדין מאן הוה יכיל ליה - האט אדריאנוס אים געזאגט (פאר דעם מיליטער מאן וואס האט זיך בארימט אז ער האט אים גע'הרג'ט), ווען נישט זיין ג-ט וואלט אים גע'הרג'ט ווער וואלט אים דען געקענט בייקומען
וקרא עלוי (דברים ל"ב) אם לא כי צורם מכרם - און די חכמים האבן אויף אים געזאגט דעם פסוק, אז מען וואלט נישט געקענט בייקומען די אידן, אם לא כי צורם מכרם - ווען נישט וואס דער אייבערשטער וואלט זיי פארקויפט, און גע'הרג'ט דעם בן כוזיבא

פון די מאמרי חז"ל זעט מען צוויי זאכן, איינס אז דער מלך המשיח וועט האבן געוואלדיגע מדריגות, און ער וועט זיין א מורח ודאין, און דאס צווייטע אז איינער וואס ווערט גע'הרג'ט קען נישט זיין אז ער איז געווען משיח (און די זעלבע זאך איז געווען ביי יאשיהו המלך, וואס ירמיהו הנביא האט געמיינט אז ער וועט זיין משיח, און ווען ער איז גע'הרג'ט געווארן איז קלאר געווארן אז ער איז נישט געווען משיח).

דער רמב"ם ווען ער שרייבט איבער בן כוזיבא, גייט ער מיט דעם גירסא וויאזוי עס ווערט געברענגט אין מדרש איכה, ווי מיר וועלן ווייטער זען אין רמב"ם
עס איז דא פארשידענע דעות ווער עס וועט זיין משיח, עס איז דא וואס האלטן אז דוד המלך אליינס וועט זיין דער מלך המשיח, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק ועבדי דוד מלך עליהם וכו' ודוד עבדי נשיא להם לעולם (יחזקאל ל"ז כ"ד-כ"ה). אבער אין אסאך ספרים ווערט געברענגט אז משה רבינו דער גואל ראשון ער וועט אויך זיין דער גואל אחרון, און ער וועט זיין דער מלך המשיח (דער אוהחה"ק בראשית מ"ט י"א ד"ה אסרי לגפן, האט אן אריכות אז נשמת מש"ה דו"ד און משי"ח, איז איין שורש, און עס איז אלעס דער זעלבער כונה).

דערנאך איז דא די פשוט'סטע אנגענומענע מיינונג, וואס דאס האלט דער רמב"ם אויך, אז משיח וועט זיין מזרע המלוכה פון די אייניקלעך פון דוד המלך, אזוי איז משמע פון אסאך פלעצער, און אזוי איז אנגענומען איבעראל אז משיח איז "משיח בן דוד", און אזוי זאגן מיר אין דאווענען, אין יעלה ויבא "וזכרון משיח בן דוד עבדך", אזוי טרעפט מען אויך אין גמ' מסכת סוכה נב. משיח בן דוד שעתיד להגלות במהרה בימינו, און אין גמ' סוטה מח: אז ווען דער פסוק זאגט (נחמי' ז' ס"ה) עד עמוד כהן לאורים ותומים איז כאדם האומר לחבירו עד שיחיו מתים "ויבא משיח בן דוד".

אבער לכל הדעות, וועט נישט משיח זיין אבי ווער, נאר ער וועט האבן געוואלדיגע מעלות, און ער וועט מוזן זיין איינער פון די וואס מיר האבן דערמאנט, און דער וואס מען וויל מסופק זיין אויב ער איז משיח, דארף מען פריער זען צו עס שטימט מיט וואס מיר האבן במסורה די אלע תנאים וואס עס דארף זיין אז מען זאל קענען אננעמען אז דער איז טאקע משיח. אזוי ווי מיר וועלן ווייטער זען אין רמב"ם.
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

הקדמה ד'

ווער וועט בויען דעם צוקונפטיגן ביהמ"ק השלישי?

עס איז אין דעם אויך דא א גרויסע מחלוקת, צו דער ביהמ"ק וועט געבויט ווערן בידי אדם אדער בידי שמים, אבער אפי' לויט דעם מ"ד אז עס וועט געבויט ווערן בידי אדם, איז אויך קלאר אז דאס וועט נאר זיין ווען משיח וועט קומען. אין ירושלמי מגילה פרק א' הלכה י"א (דף טו:) דרש'נט די גמ' אויפן פסוק עורי צפון ובואי תימן (שיר השירים ד' ט"ז), לכשיתעוררו הגליות שהן נתונות בצפון - ווען עס וועלן ערוועקט ווערן די גליות וואס זיי זענען אין צפון (די כשדים ווערן אנגערופן עם צפון, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (ירמי' מ"ו כ"ד) נתונים ביד עם צפון), ויבואו ויבנו ב"ה שהוא נתון בדרום - און זיי וועלן קומען און אויפבויען דעם ביהמ"ק וואס איז אויף דרום זייט (כלפי בבל פון וואו די אידן קומען, איז א"י אויף דרום זייט), און עס איז דא וואס לערנען אז דאס גייט ארויף אויפן ביהמ"ק השלישי, אז די אידן וועלן עס אויפבויען, אבער דאס איז נאך אלץ דער פשט אז מען וועט עס בויען הערשט ווען משיח וועט קומען, און עס וועט זיין קיבוץ גליות, און עס איז נישט קיין סתירה מיט די דעה אז משיח וועט בויען דעם ביהמ"ק, ווייל עס איז נישט קיין סברא צו זאגן, און קיינער נעמט נישט אזוי אן, אז משיח וועט בויען דעם גאנצן ביהמ"ק אליינס מיט די אייגענע הענט, נאר עס מיינט אז די אידן וועלן עס בויען אויפן באפעל פון מלך המשיח, און לויט זיינע אנווייזונגען.

דער רמב"ם האלט אז משיח וועט אויפבויען דעם ביהמ"ק, און אזוי האלטן אסאך אנדערע (אזוי איז משמע פון דעם אויבנדערמאנטער ירושלמי, כאטשיג מען קען זיך מדחיק זיין, אז דער ירושלמי מיינט צוזאגן, אז די אידן דורך זייערע זכותים וועלן זיי אויפבויען דעם ביהמ"ק דלעילא), אבער אנדערע האלטן אז עס וועט אראפקומען פארטיג בידי שמים, און אזוי שרייבט רש"י אין מסכת סוכה דף מא. ד"ה אי נמי אז "מקדש העתיד שאנו מצפין בנוי ומשוכלל הוא יגלה ויבא משמים, שנאמר (שמות טו) מקדש ה' כוננו ידיך" - דער צוקונפטיגער ביהמ"ק אויף וועלכע מיר ווארטן איז שוין אויפגעבויט און פארפערטיגט, עס וועט זיך אנטפלעקן און אראפקומען פון הימל, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק, דער בית המקדש, באשעפער - דיינע הענט האבן עס געגרונדט פעסטיגט" דאס באדייט אז דער ביהמ"ק האט דער אייבערשטער אויפגעבויט כביכול מיט זיינע אייגענע הענט. רש"י שרייבט ענליך אויף נאך פלעצער, און עס איז דא נאך אסאך וואס האלטן אזוי (תוס' שבועות דף ט: ברענגט אזוי פון מדרש תנחומא), און אזוי האבן אונז אונזערע עלטערן איבערגעגעבן בקבלה דור אחר דור, אז דער ביהמ"ק אויף וועלן מיר ווארטן וועט אראפקומען פון הימל פארטיג (עס איז באוואוסט די מעשה מיטן הייליגן רבי'ן ר' אלימלך, אז ער האט אמאל געזאגט, אז דער ביהמ"ק איז שוין אינגאנצן פארטיג, נאר דער פרוכת פעלט, און איינער האט אים געפרעגט צו ער קען עס נישט משלים זיין, האט ער געענפערט אז ער האט עס שוין געמאכט, נאר דאן איז געקומען א רשע מיט זיינע שלעכטע מעשים און האט עס צוריסן).

דאס איז אבער זיכער לכל הדעות, אז ווילאנג משיח קומט נישט "וועט נישט זיין קיין בנין בית המקדש השלישי", עס איז דא פוסקים וואס קלערן אריין, צו די מצוה פון בנין ביהמ"ק גייט היינט אן, און דער נפק"מ איז אז "ווען מען וואלט ווען געקענט" צו מען וואלט געווען מחויב צו בויען א ביהמ"ק, וואס אפי' דאס האלטן רוב פוסקים אז עס גייט נישט אן היינט, אזוי אויך איז דא וואס האלטן אז מען קען מקריב זיין קרבנות אפי' עס איז נישטא קיין ביהמ"ק, אבער דאס איז קלאר אין די חז"ל און אין די ראשונים, און אין די גדולי האחרונים, אז בפועל וועט מען נישט קענען אויפבויען קיין ביהמ"ק פאר משיח'ס טאג.

איין פלאץ איז דא וואו עס זעט יא אויס אז מען וועט אויפבויען דעם ביהמ"ק פאר משיח קומט, דאס איז אין ירושלמי מעשר שני פ"ה, דער תוספות יו"ט ברענגט עס אין זיין פירוש אויף משניות דארט אויפן פלאץ, און אין ויואל משה פון סימן נ"ה און ווייטער, איז דא אן אריכות גדול איבער דעם, ער ברענגט א הויפן מיט ראיות אז בנין בית המקדש וועט נישט זיין פאר משיח קומט, און ער איז מסביר פשט אין ירושלמי אנדערש ווי דער תוס' יו"ט, און ער מוטשעט זיך מיטן תוס' יו"ט עיי"ש.
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

יעצט וועלן מיר צוגיין צום רמב"ם:

להבהרה בעלמא: דער לשון הרמב"ם איז גענומען געווארן פון רמב"ם שבתי פרענקל, אין די אנדערע דרוקן איז נשמט געווארן גאנצע שטיקער פון די צוויי פרקים.

רמב"ם יד החזקה חלק שופטים הלכות מלכים ומלחמותיהם פרק י"א.

הלכה א'
המלך המשיח - דער קעניג משיח
עתיד לעמוד - איז אנגעברייט אויפצושטיין
ולהחזיר מלכות בית דוד לישנה - און אומקערן דאס קעניגרייך פון דוד'ס דינאסטיע אזוי ווי עס איז געווען אין די אלטע צייטן
הממשלה הראשונה - אזוי ווי די ערשטע אידישע קעניגרייך (די קעניגרייך פון מלכות בית דוד ביים בית ראשון)
ובונה מקדש - און ער וועט אויפבויען א בית המקדש
ומקבץ נדחי ישראל - און צוזאמזאמלען די פארוואגעלטע אידן
וחוזרין כל המשפטים בימיו כשהיו מקודם - און אלע געזעצן פון די תורה, וועלן אין זיינע טעג צוריק ווערן גילטיג (און מען וועט זיי קענען מקיים זיין), אזוי ווי זיי זענען געווען אין די פארגאנגענהייט
מקריבין קרבנות - מען וועט מקריב זיין קרבנות (נ.ב. פון די ווערטער ווייזט אויס אז ביז דאן וועט מען נישט מקריב זיין קרבנות, אבער עס איז נישט מוכרח ווייל שמיטה - וואס ער דערמאנט אויך דא - האלט מען היינט אויך)
ועושין שמטין ויובלות - און מען וועט מאכן שמיטין ויובלות
ככל מצותן האמורה בתורה - אזוי ווי אלע זייערע באפעלן וואס זענען געזאגט געווארן אין די תורה, וויאזוי און ווען מען דארף די אלע מצות מקיים זיין
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

וכל מי שאינו מאמין בו - און יעדער איינער וואס גלייבט נישט אין אים (אז עס וועט זיין א משיח)
או מי שאינו מחכה לביאתו - אדער ער קוקט נישט ארויס אויף זיין קומען
לא בשאר נביאים בלבד הוא כופר - נישט נאר אין די אנדערע נביאים (אויסער משה רבינו) לייקנט ער
אלא בתורה ובמשה רבינו - נאר ער לייקנט אין די תורה און אין משה רבינו
שהרי תורה העידה עליו - ווייל די תורה האט דאך עדות געזאגט אויף דעם משיח (אז ער וועט נאך קומען)
שנאמר "ושב ה' אלקיך את שבותך" - ווייל אין פסוק שטייט, דער אייבערשטער וועט אומקערן דיין געפענגענשאפט
"ורחמך" - און ער וועט זיך דערבארעמען אויף דיר
"ושב וקבצך מכל העמים" וכו' - און ער וועט זיך אומקערן און ער וועט דיר צוזאמקלייבן פון אלע פעלקער וואס דו ביזט דארט פארוואגלט געווארן
"אם יהיה נדחך בקצה השמים" - אויב דיין פארווארפונג וועט זיין ביים עק פון הימל (דאס מיינט ביים עק וועלט)
"משם יקבצך ה' אלקיך" - פון דארטן וועט דיר דער אייבערשטער דיין גאט צוזאמזאמעלן
"ומשם יקחך" - און פון דארט וועט ער דיר ארויסנעמען
"והביאך ה' אלקיך" - און דער אייבערשטער דיין גאט וועט דיר ברענגען אויף א"י
ואלו הדברים המפורשים בתורה - און די דאזיגע רייד וואס שטייען קלאר ארויס אין די תורה
הם כוללים כל הדברים שנאמרו על ידי כל הנביאים: - זיי אנטהאלטן אין זיך די אלע רייד און נבואות וואס זענען געזאגט געווארן דורך אלע נביאים איבער די ימות המשיח:
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”