חלב ישראל האט געשריבן:שטייט אין תרומת הדשן אז ער פלעגט מאכן פרי שבת און נאכ׳ן סעודה איז ער געגאנגען שפאצירן, און ווען ער איז אהיימגעקומען פונעם שפאציר איז נאך געווען לעכטיג אינדרויסן, לכאורה איז ביי זיין שבת טיש געווען געהעריג לעכטיג אן די שבת לעכט, און לכאורה האט ער נישט געקענט טון די אלע חכמה׳לעך ווי אויסלעשן די זון בשעת׳ן צינדן... (אפשר האט ער יא געקענט אבער אין סומכין על הנס) בין איך נייגעריג צו ער מאכט אויך א גאנצע ברייטל פון די אלע דיונים דא וועגן הנאה האבן פון די שבת לעכט צו ער האט פארשטאנען אז מ׳דארף זיך נישט קימערן מיט די שאלות.
איך אלץ תלמיד פונעם תרומת הדשן וועל איך אייך ענפערן אז פשוט איר האט פארזעהן א הלכה מפורשת אין די פוסקים אז עסן א סעודה איז דא הנאה מן הנירות אפילו בעוד יום
דא זעמער דן טאמער מען עסט ביי א שבע ברכות