קנעכטשאפט עפ"י התורה

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שופר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 454
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 11:40 pm

Re: קנעכטשאפט עפ"י התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שופר »

גרשון האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:
יוד אלף האט געשריבן:איך זאג אז עס איז שכלי און די הנחה מוקדמת איז אויך מושכל,
און דאס אז מען וויל עס נישט פארשטיין היינט איז געשען בהדרגה פון קאליע מאכן פשוט'טע קאלקולאציעס וואס אמאל האט מען עס פארשטאנען,
און אויף דעם ארויף זאג איך, אז ווען מען גייט ווייטער אויף די מהלך, וועלן זאכן וואס היינט זענען נאך יא פשוט פארשטענדליך, וועלן אויך ווערן אומפארשטענדליך,
און איך האב נישט קיין טענה צום גוי אז ער פארשטייט נישט, איך ברענג פשוט ארויס די מציאות, אז דאס וואס איז היינט פארשטענדליך, האט אויך נישט קיין האפט אויב גייסטו מיט דעם מהלך.


איך זעה נישט אז זאכן וואס זענען געווען פארשטענדליך זענען געווארן ווייניגער פארשטענדליך, די זאכן זענען קיינמאל נישט געווען פארשטענדליך לויט די יסודות אויף וואס זייער אידעאלאגיע איז געווען געבויט, עס איז פשוט אנגעגאנגען פון געוואוינהייט.

צב''ש עס איז היינט אנגענומען אלס פארשטענדליך אז מען מעג הרג'ענען בעלי חיים אויף צו עסן, און גאנץ ווארשיינליך, אין הונדערט יאר ארום, אויב משיח וועט נאך נישט דא זיין, וועלן מענטשן עס אנקוקן ווי די גרעסטע אכזריות, אבער למעשה, קענסטו מיר געבן א הסבר לויט די היינטיגע אידעאלאגיע, פארוואס מען זאל ענדערש מעגן הרג'ענען א בעל חי, וואס לויט די היינטיגע סייענס האט געהעריגע געפילן, ענדערש ווי א צוויי דריי יעריג קינד, וואס האט נאך אפשר ווייניגער שכל ווי א בעל חי.

מיין שפעקולאציע איז, די וויסנשאפטלער האלטן (שוין טויזנטער יארן, אויך היינט) אז ביימער האבן אויך געפילן. א בוים איז במציאות א לעבעדיגע זאך, צאמגעשטעלט פון צעלן, ס'פארמאגט פשוט אנדערע אייגנשאפטן ווי א בעל חי.

איז וואס וועט זיין ווען איינער וועט מאכן א ווינט אז די ביימער פארמאגן אויך רעכטן? וואס וועלן די וועדזשיטעריענס דעמאלטס טון?

שוין דא אזאנס אויך.. זיי עסן נאר וואס עס פאלט אראפ נאטורליך.
https://en.wikipedia.org/wiki/Fruitarianism#Varieties
great
שר חמש מאות
תגובות: 728
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 12:22 pm

Re: קנעכטשאפט עפ"י התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך great »

גרשון האט געשריבן:חסיד אין דעם פאל מיינט תלמיד. אין די צייטן פון די ראשונים איז שייך געווען צו זיין א תלמיד פון רש"י אדער פונעם רמב"ם, און היינט איז שייך צו זיין א תלמיד פון סאטמארער רב אדער פון א צווייטן. די וואס זענען זיינע תלמידים רופט מען סאטמארער חסידים.

צי נשתכח דרך הבעש"ט איז א פאקט קען מען דן זיין, ס'איז דא מיין איך א באזונדערן אשכול פאר דעם.

שוין איך ווער שוין אביסל קלאר אז איר מיינט צופרעגן וועלעכע תלמיד איך בין ?
עכט איז עס זייער א שווערע קשיא ווייל אמאל איז געווען ראשי ישובות אין מהאט געהאט 1 רבי קען מען זאגן למשל אז מהרם שיק איז א תלמיד פון חתם סופר אבער היינט איז אלעס בכתב די ראשי ישיבות זענען אין גן עדן איז זייער שווער צו מחלק זיין ווייל איך לערנט ויואל משה דברי יואל די זעלבע סאך ווי חתם סופר נודע ביודא און חכם צבי אבער למעשה וויבאלד לגבי די מצווה פון אמונה די הארבסטע מצווה האט ניש קיין אנדערע מיך אויסגעלערנט נאר דעם סאטמאר רב און ווען נישט וואלט איך געווען א מין אין די איריגע 612 מצוות וואלט געגען לטמיון (אויך זיינע שובבים תורות האט מיך געוואטש פון האבן א סמארטפאן פון די עבירה חמורה ג"ע) קען איך זאגן בפה מלא ובשמחה רבה מיט שטאלץ איך בין א אמתע שטארקע תלמיד פון סאטמארע רב זי"ע
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: קנעכטשאפט עפ"י התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

גרשון האט געשריבן:. ס'איז בכלל נישט קיין סתירה צו וואס ס'איז געשטאנען פריער, ווייל אוודאי ווען מ'רעדט אז א מדבר האט א רעכט איבער נידריגערע סארטן איז די כוונה פון א מדבר וואס טוט דעם ציל פון זיין באשאף, אז נישט איז ער נאך ערגער ווי א בהמה. אלזא די נקודה על פי חסידות וואס דו ברענגסט, איז א פנימיות'דיגן טעם אויף עפעס וואס איז דאס זעלבע סיי על פי נגלה און סיי על פי נסתר


איך ווייס נישט אויב ס'איז דא א סתירה צו נישט, אבער ווי איך קוק עס אן, אז דו קענסט נישט נעמען די באגריפן ווייטער ווי פאר עבודת הלב פור אן אינדעווידאעל, און קומט נישט אזוי ווייט אריין אין א דיסקאשען אויף א דזשענעראל מושג,
great
שר חמש מאות
תגובות: 728
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 12:22 pm

Re: קנעכטשאפט עפ"י התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך great »

great האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:חסיד אין דעם פאל מיינט תלמיד. אין די צייטן פון די ראשונים איז שייך געווען צו זיין א תלמיד פון רש"י אדער פונעם רמב"ם, און היינט איז שייך צו זיין א תלמיד פון סאטמארער רב אדער פון א צווייטן. די וואס זענען זיינע תלמידים רופט מען סאטמארער חסידים.

צי נשתכח דרך הבעש"ט איז א פאקט קען מען דן זיין, ס'איז דא מיין איך א באזונדערן אשכול פאר דעם.

שוין איך ווער שוין אביסל קלאר אז איר מיינט צופרעגן וועלעכע תלמיד איך בין ?
עכט איז עס זייער א שווערע קשיא ווייל אמאל איז געווען ראשי ישובות אין מהאט געהאט 1 רבי קען מען זאגן למשל אז מהרם שיק איז א תלמיד פון חתם סופר אבער היינט איז אלעס בכתב די ראשי ישיבות זענען אין גן עדן איז זייער שווער צו מחלק זיין ווייל איך לערנט ויואל משה דברי יואל די זעלבע סאך ווי חתם סופר נודע ביודא און חכם צבי אבער למעשה וויבאלד לגבי די מצווה פון אמונה די הארבסטע מצווה האט ניש קיין אנדערע מיך אויסגעלערנט נאר דעם סאטמאר רב און ווען נישט וואלט איך געווען א מין אין די איריגע 612 מצוות וואלט געגען לטמיון (אויך זיינע שובבים תורות האט מיך געוואטש פון האבן א סמארטפאן פון די עבירה חמורה ג"ע) קען איך זאגן בפה מלא ובשמחה רבה מיט שטאלץ איך בין א אמתע שטארקע תלמיד פון סאטמארע רב זי"ע

הרב גרשון שטומט וואס איך שרייב??
אוועטאר
יודיש בלעטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 12, 2020 7:01 pm

Re: קנעכטשאפט עפ"י התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודיש בלעטל »

ציגאנער האט געשריבן:צום אלעם ערשט וויל איך זיך אנטשולדיגן פארן אריינקומען ביים פערטן בלאט און זאגן מיינונגען, אבער לייענענדיג די שמועס ביים אנהייב האב איך געשפירט אז ס'איז איגנארירט געווארן א יסוד שביסודות וואס מעג נישט פארפאסט ווערן, ספעציעל ביי אונז חסידישע אידן.
צווישן די שירות איז אויסגעשמועסט געווארן אז היות דער מין 'מדבר' איז חשוב'ער פון די אנדערע מינים, דערפאר האט ער די רעכט זיך צו באנוצן מיט זייער לעבן כדי נאכצוקומען זיינע לעבנס געברויכן.
לויט אבער ווי אונזערע רבי'ס - און בפרט דער בעשטה"ק ותלמידיו האבן אונז געלערנט איז דאס שקר מיסודו.
אוודאי איז דער מענטש און ספעציעל א איד דער מובחר הבריאה, אבער סיי די מענטש און סיי דער קי זענען דא פאר א תכלית, וואס אויב דאס ווערט אויסגעפירט האבן זיי א זכות קיום, און טאמער נישט נישט. ומותר האדם מן הבהמה אין. זערא.
נאר וואס דען? דער מענטש'ס תכלית איז צו דינען דעם אייבערשטן, און דער בהמה איז דא כדי צו געבן כח פארן מענטש דאס צו קענען אויספירן. דעריבער, אויב עסט מען מיט די ריכטיגע כוונה (-נישט קיין הויעכע זאכן, פשוט צו האבן כח פאר עבודת השם -) דאן באקומט דער קו איר תיקון אויף וואס זי ווארט שוין איר גאנצע לעבן. און אויב ח"ו נישט - אין הכי נמי - ביסט א פלעינע מערדער - האסט גע'הרג'ט א מאמע פון קינדער פאר דיינע פריוואטע אינטערעסן.
און די זעלבע איז ביי צומח, און אפילו דומם!
יעצט, לגבי עבדים, אן אריינגיין אין קאלירן און ראסעס, איז דא א מושג פון מלאכתם נעשה על ידי אחרים, און ס'איז בכלל נישט קיין סתירה צו דעסקרימינאציע - ווייל דאס איז באמת זיין תכלית. פארשטייט זיך איז דאס נאר געווען בזמן שעושין רצונו של מקום, אבער די זעלבע געדאנק איז נאך היינט שייך לגבי באשעפענישן און געוויקסן. ודו"ק.

דיסקלעימער: דאס איז וויאזוי איך האב פארשטאנען פון פילע חסידישע ספרים. אויב בין איך ראנג בין איך דא צו הערן.
ש'כח פארן אויסהערן.

איך מיין אז האסט א טעות מען ווערט נישט קיין מערדער אויב מען האט נישט די ריכטיגע כוונה פארשטייט זיך אז עס גאר חשוב אבער נישט קיין מערדער פארשטייט זיך אויב מאכט מען א ברכה האט די נשמה א עליה אפי' מען האט נישט די ריכטיגע כוונה יעדע זאך האט מדריגות עס קומט נישט צו ווי ווען מ'האט כוונה אבער א עלייה האט די נשמה
אבער א "מערדער" איך מיין לכאו' אז א ארנטליכע גוי וואס עסט בהמה פלייש איז נישט קיין מערדער אפי' ער מאכט נישט קיין ברכה אפי' לפי די חסידישע ספרים וואס האסט צוגעברענגט וואס דען לפי די חסידישע ספרים וועט די בהמה דארפן ווארטן לענגער אויפן תיקון דער גוי עסט די בהמה באקומט ער כוח און ער ארבעט מיט דעם כוח און א איד גייט הנאה האבן פון די ארבעט און מיט די עצם זאך וואס א איד וואס דינט דעם אייבערשטן האט הנאה האט די בהמה א תיקון און אזוי האט יעדער א געוויסע תיקון פארשטייט זיך אז עס איז דא מדריגות און די עלייה און דאס וואס די זאגסט וועגן מלאכתו נעשית ע"י אחרים דעס איז א ברכה וואס דער באשעפער האט געגעבן אבער נישט דא איז די היתר פון קנעכטשאפט
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2958
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: קנעכטשאפט עפ"י התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

:P
ווילאנג אונז ביידע זאגן אייגענע דיעות אן ברענגען א מקור, זעמער אויף איין פעידזש...
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”