מנהגי קדיש בקהילות הקודש
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
מנהגי קדיש בקהילות הקודש
אולי איז שוין דא אזא אשכול אבער איך האב עס נישט געטראפען,
עס הערשל ביי מיר א שטיקל צעמישעניש, וויפל קדישים זאגט מען א תפילה, ווארום זאגן נישט מאנכע די קדיש דרבנן,
וואס איז די מעשה מיט קדיש פאר כגוונא.
מען בעט די יודעי עיתים זאלן אריינקומען קלאר מיט די הלכות ומנהגים

- sheetrock
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14217
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
- לאקאציע: אויפן קאוטש
Re: מנהגי קדיש בקהילות הקודש
קדיש ביי כוונה איז די גרעסטע קדיש, אין רוב קהילות זאגן עס די יתומים, אבער אין סאטמאר און נאך געציילטע קהילות זאגט עס די בעל תפילה
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
- איש חמודות
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3996
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am
Re: מנהגי קדיש בקהילות הקודש
sheetrock האט געשריבן:קדיש ביי כוונה איז די גרעסטע קדיש, אין רוב קהילות זאגן עס די יתומים, אבער אין סאטמאר און נאך געציילטע קהילות זאגט עס די בעל תפילה
די גרעסטע קדיש? פון וואנעט נעמסטו דאס?
כפי ידיעתי איז די גרעסטע קדיש, קדיש נאך תהלים.
- sheetrock
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14217
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
- לאקאציע: אויפן קאוטש
Re: מנהגי קדיש בקהילות הקודש
איש חמודות האט געשריבן:sheetrock האט געשריבן:קדיש ביי כוונה איז די גרעסטע קדיש, אין רוב קהילות זאגן עס די יתומים, אבער אין סאטמאר און נאך געציילטע קהילות זאגט עס די בעל תפילה
די גרעסטע קדיש? פון וואנעט נעמסטו דאס?
כפי ידיעתי איז די גרעסטע קדיש, קדיש נאך תהלים.
ברויך מען פרעגן דיע וואס קענען די קליינע אותיות, אבער אזוי ליגט מיר אין זכרון. אפשר איז עס "פון" די גרעסטע
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
Re: מנהגי קדיש בקהילות הקודש
ס'איז זייער א קאמפליצירטע נושא.
באמת זענען אפיציעל דא נאר צוויי קדישי יתום. די קדיש נאכן יום און די קדיש נאך עלינו.
די אלע אנדערע קדישים באלאנגט לכאורה נישט פארן יתום נאר מ'האט עס איהם אהין געגעבן ונהרא ונהרא ופשטיה. ס'געווען פארשידענע מקומות ווי מען האט אפילו מקפיד געווען אז געוואוסע קדישים זאלן די יתומים נישט זאגן.
דאס אז די קדיש נאך תהלים איז די גרעסטע שטייט אין מטה אפרים. די טעם איז לכאורה ווייל אין אומרים קדיש בלא תהלה שלפניו און נאך תהלים איז עס ממש אין פלאץ.
אבער אויך די קדיש פון כגוונא האבן צדיקים געזאגט אז דאס איז גאר הויך. אבער כנ"ל איז א ספק צו דאס אלעס האט מיטן יתום א שייכות.

- הרבטייטעלבוים
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6379
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
- לאקאציע: שתולים בבית ד'
Re: מנהגי קדיש בקהילות הקודש
במשך השבת התפלל הרה"ק מראפשיץ יחד עם מרן באותו בית המדרש, והדוחק היה גדול עד מאד עד שמחוסר אויר נכבו הנרות, וכבר לא היה אפשרי לסבול את החום והלחץ זו הדחק, לאחר
תפילת מנחה בערש"ק אמר הרה"ק מראפשיץ זי"ע למרן: "בעלז'ער רב, איהר זעהט דאך עס איז נישט צום אויסהאלטן, גייט דאווענען קבלת שבת מיט אייער עולם און אן אנדער פלאץ" )אי אפשר לסבול, אולי תלכו להתפלל עם הקהל שלכם במקום אחר(, אולם מרן לא השיבו כלום, וכך נשנה הדבר פעמיים, כיון שמרן לא נענה לבקשתו התפללו ביחד גם את תפילת קבלת שבת. והנה מנהגו שלהרה"ק מראפשיץ היה לומר בעצמו את הקדיש קודם כגוונא, והתבטא מרן מהר"ש ואמר לאחר קבלת שבת: "וואס מיינט עטס? פארוואס דער ראפשיצער רב האט געהייסן מען זאל גיין דאווענען ערגעץ אנדערש? ער האט אונז געוואלט
אויסנארן פון דעם קדיש! עס שטייט אז ווען משיח וועט קומען, וועט ער זאגן א דרשה, און
זרובבל בן שאלתיאל וועט זאגן קדיש נאך די דרשה, דער קדיש איז געווען א מעין פון דעם
קדיש פון זרובבל בן שאלתיאל, אונז זענען דערגאנגען ביי דעם קדיש נבזבזין רברבין" )מה אתם חושבים? מדוע הרב מראפשיץ ציווה שנלך להתפלל במקום אחר? הוא רצה לרמות אותנו עם הקדיש! הלא נאמר
שכשמשיח יבא הוא ידרוש, וזרובבל בןשאלתיאל יאמר קדיש אחרי הדרשה, והקדישהזה הי' מעין קדישההוא, ואנחנו עלינו בהקדיש...

פונעם סאדיגערער רבי שליט"א'ס אמרי קודש, בנוגע הקדיש שלאחר קידוש לבנה - אגב זאגט מען ביי זיי דאן א קדיש דרבנן
וכן ראיתי במנהגי זידיטשוב אז די קדישים נאך ספירת העומר, נאך חמש מגילות, תהלים הושענא רבה וכדומה האבן די יתומים נישט געזאגט.

- אטעטשמענטס
-
- image (52).png (68.73 KiB) געזען 1753 מאל
לעצט פארראכטן דורך בן בוזי אום זונטאג יוני 13, 2021 4:15 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- איש חמודות
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3996
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am
Re: מנהגי קדיש בקהילות הקודש
בן בוזי האט געשריבן:דאס אז די קדיש נאך תהלים איז די גרעסטע שטייט אין מטה אפרים.
דאס שטייט נאך פון חיד"א ז"ל
- קיקיון
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15939
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
- לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא
Re: מנהגי קדיש בקהילות הקודש
sheetrock האט געשריבן:קדיש ביי כוונה איז די גרעסטע קדיש, אין רוב קהילות זאגן עס די יתומים, אבער אין סאטמאר און נאך געציילטע קהילות זאגט עס די בעל תפילה
איך וועל דיר דערציילען א באמבע נייעס
טויזענטער יראים ושלמים ווייסען בכלל נישט פון דעם קדיש
די וואס דאווענען נוסח אשכנז און זאגען נישט כגוונא
- משה צימערינג
- שר האלפיים
- תגובות: 2133
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:48 am
- לאקאציע: אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג
Re: מנהגי קדיש בקהילות הקודש
בן בוזי האט געשריבן:ס'איז זייער א קאמפליצירטע נושא.
באמת זענען אפיציעל דא נאר צוויי קדישי יתום. די קדיש נאכן יום און די קדיש נאך עלינו.
די אלע אנדערע קדישים באלאנגט לכאורה נישט פארן יתום נאר מ'האט עס איהם אהין געגעבן ונהרא ונהרא ופשטיה. ס'געווען פארשידענע מקומות ווי מען האט אפילו מקפיד געווען אז געוואוסע קדישים זאלן די יתומים נישט זאגן.
דאס אז די קדיש נאך תהלים איז די גרעסטע שטייט אין מטה אפרים. די טעם איז לכאורה ווייל אין אומרים קדיש בלא תהלה שלפניו און נאך תהלים איז עס ממש אין פלאץ.
אבער אויך די קדיש פון כגוונא האבן צדיקים געזאגט אז דאס איז גאר הויך. אבער כנ"ל איז א ספק צו דאס אלעס האט מיטן יתום א שייכות.
איך געדענק אז די קאפיטשניצער רבי זז״ג פירט זיך צו זאגן דעם קדיש יעדע וואך ווייל ס׳יז די גרעסטע קדיש פון די וואך.
ווי פלעגט די טאטע זאגן?: אלס בעסער ווי געלערנט
- עפעס א מענטש
- שר האלפיים
- תגובות: 2768
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 13, 2018 1:49 pm
- לאקאציע: עפעס א פלאץ
Re: מנהגי קדיש בקהילות הקודש
בן בוזי האט געשריבן:פונעם סאדיגערער רבי שליט"א'ס אמרי קודש, בנוגע הקדיש שלאחר קידוש לבנה - אגב זאגט מען ביי זיי דאן א קדיש דרבנן
וכן ראיתי במנהגי זידיטשוב אז די קדישים נאך ספירת העומר, נאך חמש מגילות, תהלים הושענא רבה וכדומה האבן די יתומים נישט געזאגט.
שיין, סאדיגורא רבי פון ב״ב?
Re: מנהגי קדיש בקהילות הקודש
sheetrock האט געשריבן:קדיש ביי כוונה איז די גרעסטע קדיש, אין רוב קהילות זאגן עס די יתומים, אבער אין סאטמאר און נאך געציילטע קהילות זאגט עס די בעל תפילה
וכן המהג בקאמארנא-זידיטשויב
א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.
Re: מנהגי קדיש בקהילות הקודש
א פערטער האט געשריבן:sheetrock האט געשריבן:קדיש ביי כוונה איז די גרעסטע קדיש, אין רוב קהילות זאגן עס די יתומים, אבער אין סאטמאר און נאך געציילטע קהילות זאגט עס די בעל תפילה
וכן המהג בקאמארנא-זידיטשויב
די סקולענע רביים, וועלכע דאווענען קבלת שבת פארן עמוד, זאגן אויך אליין דעם קדיש פאר כגונא, נישט קיין יתומים
דענק איך א מעשה ווען סקולענע רבי מהרי"א ז"ל האט זיך כדרכו אפגשטעלט א מינוטקעלע פאר קדיש, און א מתפלל האט אנגעהויבן זאגן קדיש, דער ציבור האט אנגעהויבן שישקענען, דער רבי האט זיך מיט א שמייכל אויסגעדרייט און געוויזן מען זאל יענעם לאזן ענדיגן.
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3875
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
- לאקאציע: ביים גמרא
Re: מנהגי קדיש בקהילות הקודש
אז מ’רעדט שוין וועל איך אריינווארפן מיינע צוויי צענט.
אין סאטמאר איז איינגעפירט אז די בעל תפילה זאגט די קדישים ביים יום און עלינו, די מנהג קומט פון צאנז, די צאנז’ע רב האט מקפיד געווען אז מען זאל זאגן 4 קדישים נאך שמו"ע. יעצט וואס איז מיט ראש חודש, חול המועד? איז אזוי, די עולם זאגט יא קדיש, פארוואס? ווייל זיי ווייסן אז אין סאטמאר זאגט די בע"ת די קדישים, אבער לכאורה איז עס א גרויסע טעות, ווייל ר"ח און חוה"מ זאגט מען במילא 4 קדישים נאך שמו"ע אויב אזוי האט עס נישט קיין שום פשט.
ודי בזה

אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
- איש חמודות
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3996
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am
Re: מנהגי קדיש בקהילות הקודש
בעל מדרגה האט געשריבן:אז מ’רעדט שוין וועל איך אריינווארפן מיינע צוויי צענט.
אין סאטמאר איז איינגעפירט אז די בעל תפילה זאגט די קדישים ביים יום און עלינו
ביי עלינו? דו מיינסט זיכער קדיש דרבנן נאך פיטום הקטורת, ווייל נאך עלינו זאגט קיינמאל נישט דער בעל תפלה, נאר טאמער ער איז א יתום
און אויך ביים יום און קדיש דרבנן זאגט עס דער בעל תפלה נאר אויב ס'איז נישטא קיין חיוב.
- קיקיון
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15939
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
- לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא
Re: מנהגי קדיש בקהילות הקודש
אין בה"מ .-.- בנשיאת הרה"צ ר' ---- לייפער זאגט מען שיר המעלות אין קדיש פאר מעריב מוצש"ק
איז דאס דער מנהג ביי אלע נאדבורנער?
איז דאס דער מנהג ביי אלע נאדבורנער?
- איש חמודות
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3996
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am
Re: מנהגי קדיש בקהילות הקודש
קיקיון האט געשריבן:אין בה"מ .-.- בנשיאת הרה"צ ר' ---- לייפער זאגט מען שיר המעלות אין קדיש פאר מעריב מוצש"ק
איז דאס דער מנהג ביי אלע נאדבורנער?
יא!
אויך זאגט מען דארט מוצ"ש ברוך ה' לעולם פאר שמונה עשרה.
- איש חמודות
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3996
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am
Re: מנהגי קדיש בקהילות הקודש
קיקיון האט געשריבן:אין בה"מ .-.- בנשיאת הרה"צ ר' ---- לייפער זאגט מען שיר המעלות אין קדיש פאר מעריב מוצש"ק
איז דאס דער מנהג ביי אלע נאדבורנער?
האסט טאקע געלייגט אפגעהאקטע ליינס, אבער איך קען עס ב"ה אויסליינען
בנשיאות הרה"צ ר' שמעלקא לייפער מחוסט שליט"א
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3875
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
- לאקאציע: ביים גמרא
Re: מנהגי קדיש בקהילות הקודש
איש חמודות האט געשריבן:בעל מדרגה האט געשריבן:אז מ’רעדט שוין וועל איך אריינווארפן מיינע צוויי צענט.
אין סאטמאר איז איינגעפירט אז די בעל תפילה זאגט די קדישים ביים יום און עלינו
ביי עלינו? דו מיינסט זיכער קדיש דרבנן נאך פיטום הקטורת, ווייל נאך עלינו זאגט קיינמאל נישט דער בעל תפלה, נאר טאמער ער איז א יתום
און אויך ביים יום און קדיש דרבנן זאגט עס דער בעל תפלה נאר אויב ס'איז נישטא קיין חיוב.
גערעכט
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
- קיקיון
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15939
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
- לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא
Re: מנהגי קדיש בקהילות הקודש
מנהג וויזניץ ציווישען רבי ישמעאל און קדיש זאגט מען אמר ר' אלעזר אמר ר' חנינא וכ'
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35437
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
Re: מנהגי קדיש בקהילות הקודש
בן בוזי האט געשריבן:פונעם סאדיגערער רבי שליט"א'ס אמרי קודש, בנוגע הקדיש שלאחר קידוש לבנה - אגב זאגט מען ביי זיי דאן א קדיש דרבנן
געוויס אלס "תנא דבי ר' ישמעאל".
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35437
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
Re: מנהגי קדיש בקהילות הקודש
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35437
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
Re: מנהגי קדיש בקהילות הקודש
בעל מדרגה האט געשריבן:אז מ’רעדט שוין וועל איך אריינווארפן מיינע צוויי צענט.
אין סאטמאר איז איינגעפירט אז די בעל תפילה זאגט די קדישים ביים יום און עלינו, די מנהג קומט פון צאנז, די צאנז’ע רב האט מקפיד געווען אז מען זאל זאגן 4 קדישים נאך שמו"ע. יעצט וואס איז מיט ראש חודש, חול המועד? איז אזוי, די עולם זאגט יא קדיש, פארוואס? ווייל זיי ווייסן אז אין סאטמאר זאגט די בע"ת די קדישים, אבער לכאורה איז עס א גרויסע טעות, ווייל ר"ח און חוה"מ זאגט מען במילא 4 קדישים נאך שמו"ע אויב אזוי האט עס נישט קיין שום פשט.
ודי בזה
ס'נישט ממש אזוי, קדיש להפסיק בין הענינים בתפילה שטייט שוין אין די ראשונים.
דער יום מיטן לייענען האט קיין שייכות וכן דער יום מיטן ברכי נפשי [אגב, אין צאנז האט מען דאס נישט געזאגט ביים דאווענען].
אין סאטמאר, זינט ווען איך געדענק און אזוי פלעט מען צו טאן אויך ביי מרן בעל בר"מ ז"ל, פלעגט דער בעל תפילה זאגן קדיש נאכן יום ר"ח און שבת, כאטש ס'איז נישט געווען יתום, עד שבאו עליו עוררין עטליכע יאר צוריק.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
- קיקיון
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15939
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
- לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא
Re: מנהגי קדיש בקהילות הקודש
farshlufen האט געשריבן:מ'זאגט קדיש הערשט נאך כגוונא?
איינמאל נאך ה' מלך נאכאמאל נאך כגוונא
https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... &pgnum=133