וואו איז דער מקור?....

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

ישרן
שר חמש מאות
תגובות: 642
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

Re: וואו איז דער מקור?....

תגובהדורך ישרן » פרייטאג מאי 14, 2021 12:11 pm

סענסיטיוו האט געשריבן:צ/ק
צו דאס וואס רבני בארא פארק שליט"א שרייבן אז מען טאר נישט זאגן דברים שבקדושה קעגן א האר אויסזעענדע שייטל?

ברויכסט א מקור פאר דעם?
העכסט אינטערעסאנט אז ביי אזא זאך וואס דער דעת בעל הבית וואלט געדארפט פשוט פארשטיין, מסברא מאכט עס אסאך סענס, כמיין וואס א חילוק אויב סאיז עכט אדער קוקט אויס ווי עכט, דא פלוצים פארשטייט ער נישט, ער זוכט א מקור.
ווען איך זאג דעת בעל הבית איז עס כולל אויך אזעלכע באיצטלא דרבנן וואס זענען א שופר פאר די דעת בעל הבית

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15230
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » פרייטאג מאי 14, 2021 12:50 pm

ישרן האט געשריבן:
סענסיטיוו האט געשריבן:צ/ק
צו דאס וואס רבני בארא פארק שליט"א שרייבן אז מען טאר נישט זאגן דברים שבקדושה קעגן א האר אויסזעענדע שייטל?

ברויכסט א מקור פאר דעם?
העכסט אינטערעסאנט אז ביי אזא זאך וואס דער דעת בעל הבית וואלט געדארפט פשוט פארשטיין, מסברא מאכט עס אסאך סענס, כמיין וואס א חילוק אויב סאיז עכט אדער קוקט אויס ווי עכט, דא פלוצים פארשטייט ער נישט, ער זוכט א מקור.
ווען איך זאג דעת בעל הבית איז עס כולל אויך אזעלכע באיצטלא דרבנן וואס זענען א שופר פאר די דעת בעל הבית

אבער דעת בעל הבית איז דאך היפך דעת תורה...

ער זוכט א מקור אין דער תורה, די פוסקים וכדו', וואס זאגן אזא זאך. (אפילו למשל א בירור הלכה פון די רבנים פון היינט.)
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3023
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: וואו איז דער מקור?....

תגובהדורך חוח בין השושנים » פרייטאג מאי 14, 2021 12:55 pm

סענסיטיוו פרעגט גוט, און ווי קנאפער האט ערקלערט.

#שייטל-אשכול-אלערט
אל ידיננו לשוגג, כי מזיד אני (ספר ציוני, פרשת במדבר, דפוס לעמבערג תרמ"ב, דף נט ע"א)

איש חמודות
שר האלפיים
תגובות: 2094
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: וואו איז דער מקור?....

תגובהדורך איש חמודות » פרייטאג מאי 14, 2021 1:01 pm

סענסיטיוו האט געשריבן:צ/ק
צו דאס וואס רבני בארא פארק שליט"א שרייבן אז מען טאר נישט זאגן דברים שבקדושה קעגן א האר אויסזעענדע שייטל?

וואו איז דער מקור אז ווען רבנים תלמידי חכמים שרייבן א פסק הלכה דארף מען נאכקוקן צו ס'שטייט ערגעץ אזוי?

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15230
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » פרייטאג מאי 14, 2021 1:32 pm

איש חמודות האט געשריבן:
סענסיטיוו האט געשריבן:צ/ק
צו דאס וואס רבני בארא פארק שליט"א שרייבן אז מען טאר נישט זאגן דברים שבקדושה קעגן א האר אויסזעענדע שייטל?

וואו איז דער מקור אז ווען רבנים תלמידי חכמים שרייבן א פסק הלכה דארף מען נאכקוקן צו ס'שטייט ערגעץ אזוי?

איינער זאגט אז מען דארף? בס"ה וויל מען (נישט איך, אבער געוויסע.)

עס איז תורה און הלכה און עס איז אינטערסאנט פאר אידן צו וויסן וואס דער מקור פון א פסק הלכה איז. רבנים געבן כסדר ארויף תשובות און תשובה ספרים.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
סענסיטיוו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 20, 2021 11:49 pm

Re: וואו איז דער מקור?....

תגובהדורך סענסיטיוו » פרייטאג מאי 14, 2021 4:27 pm

איך וויל קלארשטעלן:
איך פרעג נישט פאר א מקור אז מען טאר דאס נישט גיין, נאר אז עס גייט אריין בכלל שער באשה ערוה לענין אמירת דברים שבקדושה.
זוכט איר א פראפעסעניעלע, ערפארענע שרייבער צו באשרייבן "תולדות"/ביאגראפיע א.ד.ג.?
קליקט

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1712
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: וואו איז דער מקור?....

תגובהדורך טראק דרייווער » פרייטאג מאי 14, 2021 5:50 pm

סענסיטיוו האט געשריבן:צ/ק
צו דאס וואס רבני בארא פארק שליט"א שרייבן אז מען טאר נישט זאגן דברים שבקדושה קעגן א האר אויסזעענדע שייטל?


טאקע אינטערסאנט צו פארשטיין אויף וואס די פסק איז געבויעט. ווייל אויב עס איז על פי סברא איז דא פארשידענע גרויסע רבנים וואס דינגען זיך אויף די סברא.

אפשר ברענגט איינער די לשון הקול קורא ( אפשר באלאנגט דאס אין אן אנדערע אשכול)
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

איש חמודות
שר האלפיים
תגובות: 2094
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: וואו איז דער מקור?....

תגובהדורך איש חמודות » פרייטאג מאי 14, 2021 5:58 pm

לשון הקול קורא
צוגעלייגטע
דעת תורה.jpg
דעת תורה.jpg (319.92 KiB) געזעהן 541 מאל

הצעיר באלפי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

Re: וואו איז דער מקור?....

תגובהדורך הצעיר באלפי » זונטאג מאי 16, 2021 10:42 am

איש חמודות האט געשריבן:לשון הקול קורא


ראה:
שו’’ת מהרי’’ל דיסקין קונטרס אחרון סי’ רי’’ג
שות חסד לאברהם מהדו’’ת אה’’ע סי’ פ’’ז
שו"ת תשורת ש’’י סי’ תק’’ע

נאכען דורכלערנען וואס עס שטייט אין שלטי הגיבורים (שבת כט.) בנוגע די היתר צו טראגען א שייטעל, אין אז עס הייסט נישט שער באשה ערוה ( הן לגבי דיני הסתכלות, והן לגבי אמירת דברים שבקדושה), לערן דורך די אויבענדענמאנטע תשובות וועט איהר זעהן קלאהר אז די פוסקים האלטען אז א שייטעל וואס זעהט אויס אז עס וואקסט ארויס פון קאפ (להבדיל מסתם שייטל נאה וכדו’) האט נאך אלץ א דין ערוה אפילו לפי שיטת השלטי גיבורים !
לעצט פאראכטן דורך הצעיר באלפי אום זונטאג מאי 16, 2021 2:32 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

דריידל
שר ששת אלפים
תגובות: 6496
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: וואו איז דער מקור?....

תגובהדורך דריידל » זונטאג מאי 16, 2021 10:54 am

טראק דרייווער האט געשריבן:
סענסיטיוו האט געשריבן:צ/ק
צו דאס וואס רבני בארא פארק שליט"א שרייבן אז מען טאר נישט זאגן דברים שבקדושה קעגן א האר אויסזעענדע שייטל?


טאקע אינטערסאנט צו פארשטיין אויף וואס די פסק איז געבויעט. ווייל אויב עס איז על פי סברא איז דא פארשידענע גרויסע רבנים וואס דינגען זיך אויף די סברא.

אפשר ברענגט איינער די לשון הקול קורא ( אפשר באלאנגט דאס אין אן אנדערע אשכול)

אויף boropark24 איז געשטאנען אז ר' מיכל שטיינמעץ האט א תשובה וועגן דעם. אפשר קען איינער עס אהערשטעלן.

הצעיר באלפי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

Re: וואו איז דער מקור?....

תגובהדורך הצעיר באלפי » זונטאג מאי 16, 2021 11:02 am

דריידל האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:
סענסיטיוו האט געשריבן:צ/ק
צו דאס וואס רבני בארא פארק שליט"א שרייבן אז מען טאר נישט זאגן דברים שבקדושה קעגן א האר אויסזעענדע שייטל?


טאקע אינטערסאנט צו פארשטיין אויף וואס די פסק איז געבויעט. ווייל אויב עס איז על פי סברא איז דא פארשידענע גרויסע רבנים וואס דינגען זיך אויף די סברא.

אפשר ברענגט איינער די לשון הקול קורא ( אפשר באלאנגט דאס אין אן אנדערע אשכול)

אויף boropark24 איז געשטאנען אז ר' מיכל שטיינמעץ האט א תשובה וועגן דעם. אפשר קען איינער עס אהערשטעלן.

ער האט נישט קיין תשובה אויף דעים, איך אב עם געפרעגט האט ער מיר געוויזען די דריי מראי מקומות. אין נאכען דורכקוקען זעי איך טאקע אז ער איז קלאר גערעכט.

להודות
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: וואו איז דער מקור?....

תגובהדורך להודות » זונטאג מאי 16, 2021 12:08 pm

... צו לייגן אויף שבועות פאלטשע ביימער און בלומען אין בהמ"ד?

אוועטאר
סענסיטיוו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 20, 2021 11:49 pm

Re: וואו איז דער מקור?....

תגובהדורך סענסיטיוו » זונטאג מאי 16, 2021 1:02 pm

הצעיר באלפי האט געשריבן:ער האט נישט קיין תשובה אויף דעים, איך אב עם געפרעגט האט ער מיר געוויזען די דריי מראי מקומות. אין נאכען דורכקוקען זעי איך טאקע אז ער איז קלאר גערעכט.

לגבי אמירת דברים שבקדושה?
אדרבה, קענסט אפשר מיטטיילן?
זוכט איר א פראפעסעניעלע, ערפארענע שרייבער צו באשרייבן "תולדות"/ביאגראפיע א.ד.ג.?
קליקט

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15230
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » זונטאג מאי 16, 2021 1:15 pm

סענסיטיוו האט געשריבן:
הצעיר באלפי האט געשריבן:ער האט נישט קיין תשובה אויף דעים, איך אב עם געפרעגט האט ער מיר געוויזען די דריי מראי מקומות. אין נאכען דורכקוקען זעי איך טאקע אז ער איז קלאר גערעכט.

לגבי אמירת דברים שבקדושה?
אדרבה, קענסט אפשר מיטטיילן?

viewtopic.php?p=2776789#p2776789
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
סענסיטיוו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 20, 2021 11:49 pm

Re:

תגובהדורך סענסיטיוו » זונטאג מאי 16, 2021 1:20 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:
סענסיטיוו האט געשריבן:
הצעיר באלפי האט געשריבן:ער האט נישט קיין תשובה אויף דעים, איך אב עם געפרעגט האט ער מיר געוויזען די דריי מראי מקומות. אין נאכען דורכקוקען זעי איך טאקע אז ער איז קלאר גערעכט.

לגבי אמירת דברים שבקדושה?
אדרבה, קענסט אפשר מיטטיילן?

viewtopic.php?p=2776789#p2776789

אה, א דאנק, האמיר שוין א שטיקל פראגראם פאר ביינאכט..
זוכט איר א פראפעסעניעלע, ערפארענע שרייבער צו באשרייבן "תולדות"/ביאגראפיע א.ד.ג.?
קליקט

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 26840
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: וואו איז דער מקור?....

תגובהדורך farshlufen » זונטאג מאי 16, 2021 1:26 pm

צ"ק:

צו שיקן ערב שבועות משלוח מנות.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
בשעה שיש
שר חמש מאות
תגובות: 838
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

Re: וואו איז דער מקור?....

תגובהדורך בשעה שיש » זונטאג מאי 16, 2021 2:44 pm

farshlufen האט געשריבן:צ"ק:

צו שיקן ערב שבועות משלוח מנות.

:lol:
׳מפיסקא שנפל מן הווייבער שול׳,
לעולם חשבתי יותר משדברתי
ודברתי יותר ממה שכתבתי!

אוועטאר
סענסיטיוו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 20, 2021 11:49 pm

Re: וואו איז דער מקור?....

תגובהדורך סענסיטיוו » זונטאג מאי 16, 2021 2:46 pm

farshlufen האט געשריבן:צ"ק:

צו שיקן ערב שבועות משלוח מנות.

פאר ראש השנה איז גראדע דא א שטיקל מקור, והוקשו כל המועדות זו לזו, כ"נ בדרך אפשר לבאר מנהגם של ישראל
זוכט איר א פראפעסעניעלע, ערפארענע שרייבער צו באשרייבן "תולדות"/ביאגראפיע א.ד.ג.?
קליקט

להודות
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: וואו איז דער מקור?....

תגובהדורך להודות » זונטאג מאי 16, 2021 3:25 pm

אז ס'איז געשעהן ליידער און ר"ל אן אומגליק זאגט מען
איגערקע האט געשריבן:חברה!!! משיח איז קאמינג הי איס אן די וועי. מ׳זעהט קלאר!

אוועטאר
ויתן לך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3799
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: וואו איז דער מקור?....

תגובהדורך ויתן לך » זונטאג מאי 16, 2021 3:28 pm

RNE.JPG
RNE.JPG (56.95 KiB) געזעהן 414 מאל
להודות האט געשריבן:אז ס'איז געשעהן ליידער און ר"ל אן אומגליק זאגט מען
איגערקע האט געשריבן:חברה!!! משיח איז קאמינג הי איס אן די וועי. מ׳זעהט קלאר!

ווערטער פון די רמ"ק
ואני מלא טעויות תמיד, פעם בסברא, פעם בגמרא, ואיני נכלם בזה.
(קוב"א)

אוועטאר
אוראייניקל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8483
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: וואו איז דער מקור?....

תגובהדורך אוראייניקל » מיטוואך מאי 19, 2021 4:02 am

להודות האט געשריבן:... צו לייגן אויף שבועות פאלטשע ביימער און בלומען אין בהמ"ד?

פון וואו ס'איז די מקור צו עסן פאלטשע פיש פסח, במקומות וואס מ'האט נישט געגעסן קיין עכטע..

או יאמר, פון וואו ס'איז די מקור צו גיין שבת מיט בעקיטשעס פון פאליעסטער בצורת זיידן...
מיין אוועטאר איז שוין טאקע נישט פסח'דיג
אבער ביטע נישט אריינברענגען קיין זויערקייט

ureinikel@gmail.com

Kollel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4885
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: וואו איז דער מקור?....

תגובהדורך Kollel » מיטוואך מאי 19, 2021 4:06 am

אוראייניקל האט געשריבן:
להודות האט געשריבן:... צו לייגן אויף שבועות פאלטשע ביימער און בלומען אין בהמ"ד?

פון וואו ס'איז די מקור צו עסן פאלטשע פיש פסח, במקומות וואס מ'האט נישט געגעסן קיין עכטע..

או יאמר, פון וואו ס'איז די מקור צו גיין שבת מיט בעקיטשעס פון פאליעסטער בצורת זיידן...

און צום לעצט, דאס רייכערן פאלטשע ציגרעטן.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בבקשה, מהגוני און 4 געסט