ווארד: מעקראס VBA

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

קענסטו מאכן א פשוטע וועג, דריק קאנטראל-שיפט-G, זע וויפיל פאראגראפן די האסט, יעצט לייג פאר דיין מאקרו די שורה

קאוד: וועל אויס אלע

For i = 1 To 200

די נומער וואס שטייט דא זאל זיין וויפיל פאראגראפן דו האסט, און צום סוף פון די מאקרו פאר End Sub שרייב אין א עקסטערע שורה Next i כעין זה.

קאוד: וועל אויס אלע

For i = 1 To 200
       'דא שרייב דיין מאקרו
Next i
End Sub
אוועטאר
ווארד
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 10, 2013 12:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד »

נישטא קיין וועג צו שרייבן אז ער זאל repeaten די גאנצע מעקרו נאכאמאל און נאכאמאל ביז אויס....?
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!

דאן רופט זיך אן דא:
אנקעטע: דאנק קנעפל
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

זייער פשוט

מאך א פאר איטש לופ זאל דורך לויפן איעדע פאראגראף
למשל אויב ווילסטו מאכן אין קאוד אז יעדע ערשטע ווארט זאל ווערן באלד

קאוד: וועל אויס אלע

Sub Macro4()

Dim oPara As Paragraph
    For Each oPara In ActiveDocument.Paragraphs
       
            oPara.Range.Words(1).Font.Bold = True
             oPara.Range.Words(1).Font.BoldBi = True
      Debug.Print oPara.Range.Words(1)
    Next oPara
End Sub
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
FREEDOM
שר חמש מאות
תגובות: 782
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 16, 2014 2:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך FREEDOM »

בכבוד גדול לקרוב לשמונים ולכל הקרעטשמע
גרויס דאנקבארקייט פאר אייער וויכטיגע ארבעט לטובת הציבור, וואס איז איר גייט מעלה מעלה.
איז לאמיר צום ענין
איך פלעג ארבעטן אויף די אלטע ווערזשאנס פון "ווארד", און פלעג פיל נוצן מייקראס, ווען איך האב געוואלט אפדעיטן בין איך אריין ביי ALT-8-F
און געטאן וואס מען דארף.
אבל דא עקא,
ביי די לעצטע ווערזשאנס ווערן אלע אידישע קערעקטארס געשריבן מיט קאודס, דעריבער קען איך נישט אפדעיטן און פיקסן, ווען איך האב א pראבלעם, מוז איך מאכן א נייע מאקרא, וחוזר חלילה.
איז דען דא א וועג ווי אזוי איך קען זען די מאקראס אויף אידישע קערעקטערס? איך גלייב אז יא!
אנא הושיעא נא, וזכות הרבים תלוי בכם.
מי כעמך ישראל!
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30718
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

איך לייג עס דא פשוט פאר מיר צו געדענקען...

א מעקראו (עס איז דא דארט צוויי אנדערע סארט) וואס לייגט אריין אסאך בילדער אין ווארד אלעס אויף א פרי דיפיינט סייז אין א טעיבל:
http://www.vbaexpress.com/forum/showthr ... post306321
---------
פאר איינער וואס וויל זיך אסאך מער שפילן, קען אינסטאלירן דער ווארד עדד-אן וואס האט א געוואלד מיט פונקציעס צו מאכן אזא סארט פיקטשער געלערי:
http://gregmaxey.mvps.org/word_tip_page ... dd_in.html
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
FREEDOM
שר חמש מאות
תגובות: 782
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 16, 2014 2:50 pm

פארלוירן דעם הויפט פייל וואו עס ליגן די מאקראס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך FREEDOM »

פארלוירן דעם הויפט פייל וואו עס ליגן די מאקראס

אפשר קען א איד מיך העלפן
איך וויל אנהויבן מאכן מאקראס
איז והילד (נישט אזוי יונג) איננו, און עס איז ליידיג כקטן שנולד
וואו האט ער זיך באגראבן אלע מיינע אפגעהארעוועטע מאקראס?
מי כעמך ישראל!
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

מאקרו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

איך האב אנגעשטעלט א מאקרו אויף א געוויסע סעטינג אין א פייל (ווי למשל סענטערן די לעצטע ליין, און די צווייט שורה זאל אריינגיין)
איז דא א וועג אז דאס זאל טוישן א גאנצע פייל
אדער מען דארף דאס טוהן אויך יעדע שטיקל עקסטער?
VCF
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 3:41 pm

VBA or Access

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך VCF »

ווייסט איינער א גיטע קורס אדער אנדערע מאטריאל זיך אויסלערנע
?VBA for excel
or Access?
אוועטאר
ס'אמת
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 15, 2016 10:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ס'אמת »

VCF האט געשריבן:ווייסט איינער א גיטע קורס אדער אנדערע מאטריאל זיך אויסלערנע
?VBA for excel
or Access?
'אמת' מארץ תצמח,
אוועטאר
יעך'בין שוין גרויס
שר האלפיים
תגובות: 2169
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2011 10:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעך'בין שוין גרויס »

סדא אסאך וועבסייטס לדוגמא https://www.tutorialspoint.com/vba/
די בעסטע וועג זיך אויסלערנען פראגרעמינג איז- שרייבן קאוד, מלערנט די בעסיקס, טרעף א קליינער פראשעקט און שרייב, גוגל, שרייב א.א.וו
לעצט פארראכטן דורך יעך'בין שוין גרויס אום דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 10:23 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אם אין אני לי מי לי, וכשאני לעצמי מה אני, ואם לא עכשיו אימתי
אוועטאר
פאפיגיי
שר חמש מאות
תגובות: 669
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 11, 2007 5:07 pm
לאקאציע: בויבעריג האטצן-פלאטץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאפיגיי »

פראגע: איך האב פרובירט צו מאכן א מעקרא, צו מאכן אלע אריינגערינגעלטע אין א פייל \(*\) זאל ווערן א געוויסע פאנט און סייז, אבער ס'כאפט עס נישט אויף. וואס קען מען טוען דערצו?
איך פלאפעל נאך.
עס פלאפעל באל'ס.
געפון זיך אין בויבעריג, האטצן-פללאטץ.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

ביזט זיכער האסט אנגעשטעלט אויף MatchWildcards:=True ?
אגב זע דא http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 21#p257921
אוועטאר
פאפיגיי
שר חמש מאות
תגובות: 669
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 11, 2007 5:07 pm
לאקאציע: בויבעריג האטצן-פלאטץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאפיגיי »

וואס איז דאס MatchWildcards:=True ?

אויך האב איך געקוקט אין די לינק, אבער איך פארשטיי נישט קיין ספאניש. קען איינער מער ערקלערן וואס מ'דארף טוהען (איך בין נישט קיין בקי אין מעקראוס)?
איך פלאפעל נאך.
עס פלאפעל באל'ס.
געפון זיך אין בויבעריג, האטצן-פללאטץ.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

שטעל אריין די מעקראו דא, און מ'וועט עס אויסטשעקן בל"נ.
אוועטאר
פאפיגיי
שר חמש מאות
תגובות: 669
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 11, 2007 5:07 pm
לאקאציע: בויבעריג האטצן-פלאטץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאפיגיי »

Sub sugryim()
Application.ScreenUpdating = False
again:
If Selection.Find.Execute(findText:="\(*\)", MatchWildcards:=True, Wrap:=wdFindStop) = True Then
strt = 2: lent = Len(Selection.Text)
re:
For i = strt To lent
If Mid(Selection.Text, i, 1) = Chr(40) Then
Selection.Extend Character:=Chr(41)
strt = i + 1: lent = Len(Selection.Text)
GoTo re
End If
Next
With Selection
.Font.SizeBi = Selection.Font.SizeBi -2
.Collapse (wdCollapseEnd)
End With
GoTo again
End If
Application.ScreenUpdating = True
End Sub

ווי אזוי שטעל איך אריין די מעקרא, און ווי אזוי באנוץ איך זיך דערמיט?

א גרויסן דאנק פון פאראויס!
לעצט פארראכטן דורך פאפיגיי אום פרייטאג אוגוסט 04, 2017 11:41 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איך פלאפעל נאך.
עס פלאפעל באל'ס.
געפון זיך אין בויבעריג, האטצן-פללאטץ.
טייטל
שר האלף
תגובות: 1573
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2011 12:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייטל »

מיין מעקראס אין ווארד האבן אויפגעהערט צו ארבעטן.
ווען איך גיי אריין אין די ליסט פון מיינע מעקראס איז גארנישט דא דארט.
ווען איך וויל אריין אין די מעקראס דארט ווי מען שרייבט זיי קומט ארויף די הודעה.
קוקט אויס אדער נעלם געווארן אדער געווארן געדעמדזשט.
עני העלפ?
(עס איז געשעהן נאך א ריסטארט פון עפעס א אפדעיט פון מייקראסאפט אאוטלאק, האט קשר?)
אטעטשמענטס
Capture.JPG
Capture.JPG (13.01 KiB) געזען 8373 מאל
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

יעך האב ריקארדעד א מעקראו
ס'דא דארט אזא שורה
[offtopic]Selection.PasteAndFormat (wdUseDestinationStylesRecovery)[/offtopic]
און סקרעשט ביי די שורה דריק איך דיבאג איז היילייטעט די שורה אבער דריק איך F5 אז ס'זאל ענדיגען ראננען ארבעט ער פיין
וואס איז די פראבלעם?
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

זעהט אויס די עולם קען נישט קיין VBA
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

קענדי'ס האט געשריבן:זעהט אויס די עולם קען נישט קיין VBA

אדער... די גיבסט נישט גענוג אינפא צו קענען טראבעלשאטן. די ליין זאגט סך הכל אז ער זאל פעיסטן און ניצן אויף וואס ער פעיסט די סטייל פארמעט פונעם דעסטינעישן דאקיומענט. יעצט איז די שאלה וואס האסטו געקאפיט, דהיינו וואס זענען דיינע ליין'ס פאר דעם.
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

למעלה משבעים האט געשריבן:

ווילסט די גאנצע נאו פראבלעם
[offtopic]
Sub INVENTORY_UPDATE1()
'
' INVENTORY_UPDATE Macro
'
'
With ActiveDocument.MailMerge
.Destination = wdSendToNewDocument
.SuppressBlankLines = True
With .DataSource
.FirstRecord = wdDefaultFirstRecord
.LastRecord = wdDefaultLastRecord
End With
.Execute Pause:=False
End With
Selection.WholeStory
Selection.Copy
Documents.Open FileName:="C:\Users\{username}\Desktop\GP MACRO\INVENTORY UPDATE - Copy.mac"
Selection.WholeStory
Selection.PasteAndFormat (wdUseDestinationStylesRecovery)
ActiveDocument.Save
ActiveWindow.Close
ActiveWindow.Close SaveChanges:=False
End Sub
[/offtopic]
פארוואס איך האב נישט געברענגט די גאנצע איז ווייל איך האלט ס'איז נישט וויכטיג
איך דריק F5 גייט עס ווייטער איז די מעקראו זעהט מיר אויס צי זיין א גוט
אבער דא האסטו
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30718
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

קענדי'ס האט געשריבן:פארוואס איך האב נישט געברענגט די גאנצע איז ווייל איך האלט ס'איז נישט וויכטיג
איך דריק F5 גייט עס ווייטער איז די מעקראו זעהט מיר אויס צי זיין א גוט
אבער דא האסטו

איך האב נישט עכט קיין ענטפער פאר דיר, אבער עס פעלט נאכאלץ האלב פון דער מעשה (וואס איז דער INVENTORY UPDATE - Copy.mac?)

און דיין ריזענינג איז נישט ריכטיג, ווייל סתם דאס ארבעט מסתם ביי דיר אויך. סאו עס האט זיכער מיט דער גרעסערע פיקטשער וואס דו טוסט פארדעם:

קאוד: וועל אויס אלע

Sub INVENTORY_UPDATE1()
Selection.PasteAndFormat (wdUseDestinationStylesRecovery)
End Sub

אגב. וואס מיינט "ס'קרעשט"? איז נישט דא קיין ערראר? אויב יא וואלט כמובן געווען הילפבאר אויב דו וואלסט דא געלייגט דער ערראר.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

קנאפער ידען האט געשריבן:

די פייל איז א מעקראו פייל פאר DYNAMICS GP ס'איז אנגשעטלט ס'זאל זיך עפענען ביי דיפאולט צי ווארד
כדי צי קענען אפדעיטן די אינווענטארי האב איך א עקסעל שיט וואס פון דארט מאך איך א מעיל מערדטש
איז איך עפען אויף די מעיל מערדטש ווארד פייל און איך ראן די ווערד מעקראו וואס מאכט די מעיל מערדטש און ער עפענט אויף די מעקראו פייל צי קאפיען די מעיל מערדטשט פייל
און ער סעיווט זיך און מאכט צי די אנדערע פייל אן סעיווען
די ערראר איז אזוי
QSj0d77adn.png
QSj0d77adn.png (5.27 KiB) געזען 1386 מאל
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30718
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

קענדי'ס האט געשריבן:די פייל איז א מעקראו פייל פאר DYNAMICS GP ס'איז אנגשעטלט ס'זאל זיך עפענען ביי דיפאולט צי ווארד
כדי צי קענען אפדעיטן די אינווענטארי האב איך א עקסעל שיט וואס פון דארט מאך איך א מעיל מערדטש
איז איך עפען אויף די מעיל מערדטש ווארד פייל און איך ראן די ווערד מעקראו וואס מאכט די מעיל מערדטש און ער עפענט אויף די מעקראו פייל צי קאפיען די מעיל מערדטשט פייל
און ער סעיווט זיך און מאכט צי די אנדערע פייל אן סעיווען
די ערראר איז אזוי
QSj0d77adn.png

עגעין, אן די אנדערע מעקראו און א סעמפעל פייל בינעך נישט זיכער איינער קען דיר העלפן.

אבער, איין שאלה נאר: וואס האסטו מחליט געווען אז עס קרעשט ביי די שורה? מאך אויף דיבאג און פאר אריבער שורה נאך שורה און זע וואו עס קרעשט.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

קנאפער ידען האט געשריבן:עגעין, אן די אנדערע מעקראו און א סעמפעל פייל בינעך נישט זיכער איינער קען דיר העלפן.

אבער, איין שאלה נאר: וואס האסטו מחליט געווען אז עס קרעשט ביי די שורה? מאך אויף דיבאג און פאר אריבער שורה נאך שורה און זע וואו עס קרעשט.

האבעך דיר געשיקט די פייל עפען עס אויף און ווארד
דאס איז וואס איך טריי ארויס ציברענגען שורה ביי שורה קרעשט עס נישט
נאר ווען איך ראן די גאנצע אויף אמאל קרעשט עס און אפי' דעמאלס אויב דריק איך F5 (דאס מיינט ראן ווייטער מיט די מעקראו בשעת מען איז און ווישעול בעיסיקס) פאר עס ווייטער פיין
און ווען איך דריק דיבאג ווייסט ער מיר די שורה
איין שורה פארדעם
Selection.WholeStory
האט עס יא געטון
אוועטאר
קו הישר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4166
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

Re: ווארד: מעקראס VBA

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו הישר »

ביסט זיכער אז די דארפסט נאכאמל רופן דעם Selection.WholeStory ? עס קוקט מיר אויס אז עס איז איבריג און קען זיין אז ער איז די גורם.
קענדי'ס האט געשריבן:איין שורה פארדעם
Selection.WholeStory
האט עס יא געטון
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
שרייב תגובה

צוריק צו “מייקראסאפט ווארד”