געלט_גייציג האט געשריבן:האט איינער געהערט פון אזא מעשה אז די חברה גנבענען די קאמרעס ביינאכט אויב מלאסט עס אין קאר?
היינע טאמע דע GPS היינע טאמע דע רעדער, היינע טאמע דע קאמרע
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact
געלט_גייציג האט געשריבן:אקעי, נאך שעות שעות ריסערטש האלטן מיר ערגעץ.
קלארע ווידיא, בייטאג און ביינאכט
נישט ווערן בליינדעט פון קאר העדלייטס
ברייטע ענגל
מעקט אויס אלטע און שרייבט נייע פיילס אטאמאטיקלי
נעמט א 32 גיג קארטל
עמבעט די GPS לאקאציע אויף די ווידיא ווי אויך צייט אין טאג\חודש\יאר
וויי פיי צום סמארטפאן\אייפאון\ענדרויד\ווינדאוס. צו קענען זעהן דאונלאודן.
פארקינג מאוד, דשי סענסאר, מאושען סענסער צו כאפן ווען דער גנב קומט צו דיין שכן'ס קאר...
עס קומט מיט 2 קעמערעס, איינס פאר פראנט און איינס פאר די בעק, צו כאפן די וואס זעצן פון הינטן\רייבן און די זייט ועוד...
עס כאפט HD מיט סאונד. וואס מ'קען אויסלעשן פאר פריוואטקייט
פאבריצירט דורך א נארמאלע פירמע מיט רעפיוטעשאן.
כסדר'דיגע פירמווער אפדעיטס און סופארט
מעגליכקייט אריינציווייערן צום קאר'ס בעטערי מיט א פאוער מאשינקע וואס זאל מאכן זעכער אז די בעטערי דרעינט נישט
מ'קלער מיר אז דאס דארף האבן אלע מעלות הכתוב בתורה, אויסער איינס.
עס כאפט נישט דעם דרייווער זעלבסט צו קענען אויפווייזן אז דרייען די פאות איז נישט א פראברעך.
(יישר כח @מומחה פאר דיין אייביגע ניצליכע הילף)
http://www.blackvue.com/en/contents/sub1.asp?idx=17
חברותה האט געשריבן:איך קען דיר נישט זאגן פון א גיטע קעמערע אבער איך האב דאס געקויפט א ביליגע קעמערע פאר קנאפע צוויי אין צוואנציג דאללער, עס פיט א Sd Card ביז 32GB סכאפט אפ נאר די פראנט גאנץ גוט, איך האב עס געקויפט נאכן זעהן א קליפ פון אפאר דורך געפאלענע אינשארענס פראוד ווי מענטשן טרייען זיך ארויף צו ווארפן אויף א קאר בשעתן פארן אין קלעמען די קאר אינשארענס אבער נאכן זעהן די קעמערע פוצן זיי אפ.. למעשה פאר די פרייז איז עס זיכער גוט
מילין_יקירין האט געשריבן:מנחם בעט דערפאר 375 אינסטאלירט דאס האט אלע מעלות וואס גייציג זיכט
מחותן האט געשריבן:דא האט איר א לינק צו די קעמערע וואס דער יונגערמאן האט געניצט.
חברותה האט געשריבן:חברותה האט געשריבן:איך קען דיר נישט זאגן פון א גיטע קעמערע אבער איך האב דאס געקויפט א ביליגע קעמערע פאר קנאפע צוויי אין צוואנציג דאללער, עס פיט א Sd Card ביז 32GB סכאפט אפ נאר די פראנט גאנץ גוט, איך האב עס געקויפט נאכן זעהן א קליפ פון אפאר דורך געפאלענע אינשארענס פראוד ווי מענטשן טרייען זיך ארויף צו ווארפן אויף א קאר בשעתן פארן אין קלעמען די קאר אינשארענס אבער נאכן זעהן די קעמערע פוצן זיי אפ.. למעשה פאר די פרייז איז עס זיכער גוט
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:האמיר זיך אינסטאלירט א דעש קעם און מגייט אנהייבן צו שיקן קליפס פון מענטשען וואס מיינען זיי זענען באלעבאס אויפן ראוד, אויב וועט מען קענען זעהן די פלעיט נומבער וועט מענעס צולייגען,
צוקער זיס האט געשריבן:יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:האמיר זיך אינסטאלירט א דעש קעם און מגייט אנהייבן צו שיקן קליפס פון מענטשען וואס מיינען זיי זענען באלעבאס אויפן ראוד, אויב וועט מען קענען זעהן די פלעיט נומבער וועט מענעס צולייגען,
און וועלכע געגענט וואוינסטו ?