File Explorer
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact
File Explorer
בס"ד
מיט א קלאפעדיג הארץ עפן איך אט ס'ערשטן מאל א געהענגל אויף דעם וועלטל. ויהי רצון שחפץ ה' בידינו יצליח.
נושא: אלעס ארום די (Windows) File Explorer פייל מענעדזשער עפפ/פראגראם.
מיט א קלאפעדיג הארץ עפן איך אט ס'ערשטן מאל א געהענגל אויף דעם וועלטל. ויהי רצון שחפץ ה' בידינו יצליח.
נושא: אלעס ארום די (Windows) File Explorer פייל מענעדזשער עפפ/פראגראם.
לעצט פארראכטן דורך תנא-קמא אום מאנטאג פעברואר 22, 2021 5:19 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
- שמואל בארג
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4026
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm
Re: File Explorer
צום אלעם ערשט איז גוט צו וויסן, אסאך פראבלעמען אין קאמפיוטער בפרט ווען עס קלאצט, איז די עצה מאכן א ריסטארט אויפן פייל עקספלארער דורך די טעסק מענעדזשער.
סעיוו אלע אפענע זאכן פארדעם!
סעיוו אלע אפענע זאכן פארדעם!
Re: File Explorer
מכאן שקפצה לו ההר! דער בארג שפרינגט שנעל!.. שקויעך.
Re: File Explorer
וויאזוי קען איך מאכן אז ס'זאל ארויפקומען די פאלדער סייז ביי די דיטעילס?
- בשבילי נברא
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9235
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am
Re: File Explorer
תנא-קמא האט געשריבן:וויאזוי קען איך מאכן אז ס'זאל ארויפקומען די פאלדער סייז ביי די דיטעילס?
רייט קליק אויף איינע פון די קעפלעך אינעם פאלדער, ווי למשל
Name
Location
וכדו', וועט ארויפקומען אן אפציע צו אויך ווייזן די סייז
---
- שמארטיקל
- שר האלף
- תגובות: 1419
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
- לאקאציע: אונטערן קאפל
- פארבינד זיך:
Re: File Explorer
שמואל בארג האט געשריבן:צום אלעם ערשט איז גוט צו וויסן, אסאך פראבלעמען אין קאמפיוטער בפרט ווען עס קלאצט, איז די עצה מאכן א ריסטארט אויפן פייל עקספלארער דורך די טעסק מענעדזשער.
סעיוו אלע אפענע זאכן פארדעם!
וויאזוי מאכט מען א ריסטארט אויפן פייל עקספלארער?
- שמואל בארג
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4026
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm
Re: File Explorer
אין טעסק מענעדזשער, גוגל (סארי, סוירטש) אויף דיין קאמפיוטער "task manger"
Re: File Explorer
שמואל בארג האט געשריבן:אין טעסק מענעדזשער.
גוגל (סארי, סוירטש) אויף דיין קאמפיוטער "task manager"
דאנק פארן טיפ. און דאס העלפט בעסער ווי ריסטארטען דעם קאמפיוטער?
- שמואל בארג
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4026
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm
Re: File Explorer
א ריסטארט טוט דאס פלאס פלאס
- בשבילי נברא
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9235
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am
Re: File Explorer
תנא-קמא האט געשריבן:שמואל בארג האט געשריבן:אין טעסק מענעדזשער.
גוגל (סארי, סוירטש) אויף דיין קאמפיוטער "task manager"
דאנק פארן טיפ. און דאס העלפט בעסער ווי ריסטארטען דעם קאמפיוטער?
ס'ריסטארט נאר דעם ספעציפישן חלק פון file explorer, אנשטאט ריסטארטן דעם גאנצן קאמפיוטער.
אין אנדערע ווערטער, אויב איז די פייל עקספלארער חלק דער פראבלעם יעצט, ביסטו גוט אזוי. משא"כ אויב איז דא נאך עפעס וואס ארבעט שטייט וכדו', איז מעגליך אז דו וועסט דארפן א פולע ריסטארט.
---
- גרויסע עם הארץ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14568
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
Re: File Explorer
די מעלה פון בלויז ריסטארטן פייל עקספלארער און נישט די גאנצע קאמפיוטער איז, אז ווען דו ריסטארסט די קאמפיוטער דארף מען בעצם ווארטן אפאר מינוט ביז מען פאנגט אן צו עפענען די פראגראמען וואס מען וויל נוצן ווייל די אלע עפפס וואס צונדן זיך אן ביים סטארט-אפ לויפן נאך, און רוב מענטשן פאנגן אן צו עפענען אלע זאכן וואס זיי ווילן האבן אפן. און דאס מאכט אז אלעס זאל ווערן געפרוירן. משא"כ ווען דו ריסטארסט נאר די פייל עקספלארער...
--
נאר א וויץ.
--
נאר א וויץ.
Re: File Explorer
נישט פשוט האט געשריבן:א פיינער אשכול דאס פייל עקספלארער איז די קאור פון ווינדאויס.
יישר כח! געלעכעצט איינער זאל עקנאלעדזשן מיין ערשטן אשכול.
- שמייכל תמיד
- שר חמש מאות
- תגובות: 938
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 30, 2017 4:21 pm
Re:
תנא-קמא האט געשריבן:וויאזוי מאכט מען אז מען זאל זען אויך די סייז פון "פאלדערס" און נישט בלויז פון פיילס?
ווער זאגט אז מען קען?
דינען דעם באשעפער בשמחה תמיד
Re: Re:
שמייכל תמיד האט געשריבן:ווער זאגט אז מען קען?
פארוואס טאקע קען מען נישט?
איז נישט דא א בעסערע אלטערנאטיווע פייל מענעדזשער פראגראם/עפפ?
(אגב, וואסי די חילוק פון פראגראם און עפפ?)
Re: File Explorer
אין מיין ווינדאוס 7 האב איך געקענט אין פייל עקספלארער זען א פריוויא פון יעדעס פייל, אן דעם וואס איך זאל עס דארפן עפענען. זייט איך בין אויף ווינדאוס 10 האב איך עס שוין נישט.
איז דא א וועג עס אנצושטעלן מ'זאל יא קענען זען?
איז דא א וועג עס אנצושטעלן מ'זאל יא קענען זען?
- בשבילי נברא
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9235
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am
Re: File Explorer
גלות איד האט געשריבן:אין מיין ווינדאוס 7 האב איך געקענט אין פייל עקספלארער זען א פריוויא פון יעדעס פייל, אן דעם וואס איך זאל עס דארפן עפענען. זייט איך בין אויף ווינדאוס 10 האב איך עס שוין נישט.
איז דא א וועג עס אנצושטעלן מ'זאל יא קענען זען?
זיכער אז יא!
גיי ערגעץ ביי view אויבן ביי די ריבאן, וועסטו קענען מאכן א טשעק מארק אז ס'זאל ווייזן א פריוויא פון די פיילס אין פייל עקספלארער.
---
Re: File Explorer
גלות איד האט געשריבן:
איז דא א וועג עס אנצושטעלן מ'זאל יא קענען זען?
In the View tab click on Preview Pane.
Re: File Explorer
איך האב א MP4 פייל וואס ארבעט נישט און האלט זיך נישט ביים דיליטן. (ווארשיינליך א וויירוס?) וויזוי וועריך פטור דערפון?
- קנאפער ידען
- שר החסד
- תגובות: 31244
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
- לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל
תנא-קמא האט געשריבן:שמייכל תמיד האט געשריבן:ווער זאגט אז מען קען?
פארוואס טאקע קען מען נישט?
איז נישט דא א בעסערע אלטערנאטיווע פייל מענעדזשער פראגראם/עפפ?
(אגב, וואסי די חילוק פון פראגראם און עפפ?)
צו קענען אויסרעכענען די גרויסע פון יעדע פאלדער דארף דער פראגראם גיין דורכנישטערן און ציילן אלע פיילס (קען זיין מיליאנען פיילס דערינטער) סאו עס איז נישט טעכניש-לאגיש צו האבן דער סיסטעם דאס אויסרעכענען יעדע מאל מען קוקן אויף א ליסטע פאלדערס.
עס איז דא פראגראמען ווי TreeSize און WinDirStat וואס געבן דיר א שנעלע/גווטע בליק אויף דער סייז פון אלע פאלדערס און פיילס דערינטער.
עס איז דא געוויסע אלטערנאטיוון פארן ווינדאוס פייל עקספלארער, אבער יעדע האט זיך זיינע לימיטעישאנס, און אין מיין מיינונג איז דער ווינדאוס עקספלארער צו א אינטעגראלע טייל פון דער סיסטעם עס צו טוישן צו א צווייטע דעפאלט פייל מענעדזשער.
(פראגראם און עפפליקעישאן, אדער עפפ אין קורצן, איז בעצם גענוצט אינטערטשעינדזשעבלי. אבער אויב וויל מען מחלק זיין איז אן עפפ געווענדליך א גרינגערע זאך וואס ווערט אינסטאלירט פון א עפפ סטאר - למשל דער מייקראסאפט סטאר אויף ווינדאוס.)
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
- קנאפער ידען
- שר החסד
- תגובות: 31244
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
- לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל
תנא-קמא האט געשריבן:איך האב א MP4 פייל וואס ארבעט נישט און האלט זיך נישט ביים דיליטן. (ווארשיינליך א וויירוס?) וויזוי וועריך פטור דערפון?
(וויירוס איז דער לעצטער מעגליכקייט, שטארק נישט מסתבר, אויב עס איז טאקע א MP4 פייל.)
וואס איז דער פונקטליכער ערראר ביי דער "האלט זיך נישט ביים דעליטן"?
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
Re:
קנאפער ידען האט געשריבן:תנא-קמא האט געשריבן:שמייכל תמיד האט געשריבן:ווער זאגט אז מען קען?
פארוואס טאקע קען מען נישט?
איז נישט דא א בעסערע אלטערנאטיווע פייל מענעדזשער פראגראם/עפפ?
(אגב, וואסי די חילוק פון פראגראם און עפפ?)
צו קענען אויסרעכענען די גרויסע פון יעדע פאלדער דארף דער פראגראם גיין דורכנישטערן און ציילן אלע פיילס (קען זיין מיליאנען פיילס דערינטער) סאו עס איז נישט טעכניש-לאגיש צו האבן דער סיסטעם דאס אויסרעכענען יעדע מאל מען קוקן אויף א ליסטע פאלדערס.
עס איז דא פראגראמען ווי TreeSize און WinDirStat וואס געבן דיר א שנעלע/גווטע בליק אויף דער סייז פון אלע פאלדערס און פיילס דערינטער.
עס איז דא געוויסע אלטערנאטיוון פארן ווינדאוס פייל עקספלארער, אבער יעדע האט זיך זיינע לימיטעישאנס, און אין מיין מיינונג איז דער ווינדאוס עקספלארער צו א אינטעגראלע טייל פון דער סיסטעם עס צו טוישן צו א צווייטע דעפאלט פייל מענעדזשער.
(פראגראם און עפפליקעישאן, אדער עפפ אין קורצן, איז בעצם גענוצט אינטערטשעינדזשעבלי. אבער אויב וויל מען מחלק זיין איז אן עפפ געווענדליך א גרינגערע זאך וואס ווערט אינסטאלירט פון א עפפ סטאר - למשל דער מייקראסאפט סטאר אויף ווינדאוס.)
ביי ווידאוס 10 אין Settings ביי Storage, קען מען אויך זעהן גאנץ אביסעל
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
- גרויסע עם הארץ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14568
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
Re: File Explorer
תנא-קמא האט געשריבן:איך האב א MP4 פייל וואס ארבעט נישט און האלט זיך נישט ביים דיליטן. (ווארשיינליך א וויירוס?) וויזוי וועריך פטור דערפון?
קענסט פראבירן עס צו רינעימען, און דערנאך דעליטן, אדער קאטן און פעיסטן ערגעץ אנדערש און אזוי פראבירן.