בלאט 6 פון 10

געשריבן: מיטוואך מאי 14, 2014 11:49 am
דורך בנימין הלוי
אז איר האט ווינדאוס 8 און קענט נוצן די אינסטאלירטע אנטי וויירוס איז אוודאי לית טב מיניה. מ'רעדט דא פון עקס פי וואס מוז נוצן א פרעמדע אנטי וויירוס, אויף דעם זאגט מומחה אז AVAST קומט זיך אמבעסטן דורך מיט די פילטערס
אזוי קען מען זאגן בדרך אפשר

געשריבן: מיטוואך מאי 14, 2014 11:56 am
דורך קנאפער ידען
בכלל נישט קיין כלל אז דער אינסאלירטער - פון מייקראסאפט - איז לית טב מיניה! נאר עס איז לכאורה פארקערט.
והיינו טעמא דאינטערנעט עקספלארער והיינו טעמא דסעקיורעטי עססענטשאלס.

געשריבן: מיטוואך מאי 14, 2014 12:25 pm
דורך בנימין הלוי
משנה מקום האט געשריבן:נייעס!!!
איך האב געקלינט א קומפיוטער און איך האב געוויסט וועלכע פייל געהערט צי די ווירוס אבער איך האב געסקענט די קומפיוטער מיט אפאר
אנטו ווירוס און נישט מעלווערבייטס און נישט די אנדערע האט עס געטראפען נאר מייקראסאפט סעקיוריטי עססענטשעלס האט עס געטראפען

זענען די אנדערע virus definition געווען אפדעיטעד?

געשריבן: מיטוואך מאי 14, 2014 1:06 pm
דורך מומחה עצום
מצב כללי האט געשריבן:מומחה די שרייבסט אז AVAST ארבעט גוט ספעציעל מיט פילטערס, איך האב די ונשמרתם פילטער און זיי האבן מיר געזאגט נישט צו נישט AVAST נאר די אינסטאלירטע אנטי וויירוס אין מיין ווינדאוס 8 וואסי די פשט?

מיט דאמעין בעיסד פילטערס - נישט deep packet inspection און ריעל טיים

געשריבן: מיטוואך מאי 14, 2014 4:12 pm
דורך בנימין הלוי
קנאפער ידען האט געשריבן:בכלל נישט קיין כלל אז דער אינסאלירטער - פון מייקראסאפט - איז לית טב מיניה! נאר עס איז לכאורה פארקערט.
והיינו טעמא דאינטערנעט עקספלארער והיינו טעמא דסעקיורעטי עססענטשאלס.

איר מיינט אין פארגלייך צו באצאלטע אנטי ווויירוס אדער אפי' פון די אנדערע free איז עס נישט קיין גוטער אפציע?
אינטערעסאנט אז זייער אסאך מומחים זאגן אז אויב בחנם איז עס זייער א גוטער אויסוואל
ms security essentials איז טאקע אזוי פעלערהאפטיג ווי IE ?

געשריבן: מיטוואך מאי 14, 2014 8:18 pm
דורך קנאפער ידען
בנימין הלוי האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:בכלל נישט קיין כלל אז דער אינסאלירטער - פון מייקראסאפט - איז לית טב מיניה! נאר עס איז לכאורה פארקערט.
והיינו טעמא דאינטערנעט עקספלארער והיינו טעמא דסעקיורעטי עססענטשאלס.

איר מיינט אין פארגלייך צו באצאלטע אנטי ווויירוס אדער אפי' פון די אנדערע free איז עס נישט קיין גוטער אפציע?
אינטערעסאנט אז זייער אסאך מומחים זאגן אז אויב בחנם איז עס זייער א גוטער אויסוואל
ms security essentials איז טאקע אזוי פעלערהאפטיג ווי IE ?

ניין זיכער אז עס איז נישט קיין פארגלייך צו IE.
אבער עס איז דא בעסערע פרי אנטי-וויירוס, ווי למשל עוועסט און AVG.

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 04, 2014 7:18 pm
דורך ווישוואש
Which one is better? Microsoft security essentials or McAfee?

געשריבן: פרייטאג דעצמבער 05, 2014 8:27 am
דורך ענדע צדיק!
איך האב סימענטעק, דארך איך אן עקסטערע אנטי מאלווער פראגראם? און אויב יא וועלכע? זענען די אומזיסטע גוט?

געשריבן: פרייטאג דעצמבער 05, 2014 8:44 am
דורך משנה מקום
ווישוואש האט געשריבן:Which one is better? Microsoft security essentials or McAfee?

איך שטעל מיך פאר אז אויב דיין שאלה איז פונקט אויף מעקעפי דעמאלטס מיינט דאס איז עס איז געקומען מיט דיין קומפיוטער איז טשעק צו עס איז א טרייעל אויב יא און עס לויפט שוין אפ דעמאלטס איז בכלל נישט קיין שאלה ווייל מען נוצט נישט קיין אפגעלאפענע אנטי ווירוס

געשריבן: פרייטאג דעצמבער 05, 2014 8:46 am
דורך משנה מקום
ענדע צדיק! האט געשריבן:איך האב סימענטעק, דארך איך אן עקסטערע אנטי מאלווער פראגראם? און אויב יא וועלכע? זענען די אומזיסטע גוט?

וועלכע פראדאוקט פין סימענטעק און אויך צו עס אפגעלאפען אויב איז עס אויפגעלאפען קוק מיין פרידיגע תגובה

געשריבן: פרייטאג דעצמבער 05, 2014 8:51 am
דורך ענדע צדיק!
ניין א באצאלטע גוטע וווערסיע. איך האב נישט קיין פראבלעמען, איך וויל נאר וויסן ליותר הפארזכטיגקייט צו עס פעהלט אויס

געשריבן: פרייטאג דעצמבער 05, 2014 9:01 am
דורך משנה מקום
מען טאר נישט האבען צוויי ריעל טיים אנטי ווירוסעס
וואס דו קענסט יא טוהון איז איינמאל א שטיק צייט סקענען מיט למשל די פרי מעלווערבייטס וואס דאס מעג מען האבען אינסטאלט מיט נאך אנטי ווירוס ווייל דאס לויפט נאר ווען מען צינד דאס אן איך רעד נאר פין די בחנמדיגע ווייל דאס לויפט נאר ווען מען צינט עס אן

געשריבן: פרייטאג דעצמבער 05, 2014 9:07 am
דורך ענדע צדיק!
משנה מקום האט געשריבן:מען טאר נישט האבען צוויי ריעל טיים אנטי ווירוסעס
וואס דו קענסט יא טוהון איז איינמאל א שטיק צייט סקענען מיט למשל די פרי מעלווערבייטס וואס דאס מעג מען האבען אינסטאלט מיט נאך אנטי ווירוס ווייל דאס לויפט נאר ווען מען צינד דאס אן איך רעד נאר פין די בחנמדיגע ווייל דאס לויפט נאר ווען מען צינט עס אן

עס פעהלט אויס?

געשריבן: פרייטאג דעצמבער 05, 2014 9:53 am
דורך ווישוואש
משנה מקום האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן:Which one is better? Microsoft security essentials or McAfee?

איך שטעל מיך פאר אז אויב דיין שאלה איז פונקט אויף מעקעפי דעמאלטס מיינט דאס איז עס איז געקומען מיט דיין קומפיוטער איז טשעק צו עס איז א טרייעל אויב יא און עס לויפט שוין אפ דעמאלטס איז בכלל נישט קיין שאלה ווייל מען נוצט נישט קיין אפגעלאפענע אנטי ווירוס

No, a paid McAfee subscription for a year

געשריבן: זונטאג אפריל 12, 2015 10:35 am
דורך מי יודע
משנה מקום האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
Shiala האט געשריבן:וואו דערמאנט אין אן אנדערע אשכול די בעסטע עצה קעגן אנליין וויירוסען איז צו נוצן גוגל קראום צוזאמען מיט עד-בלאק און עד-בלאק-פלאס, דאס בלאקט אלע שמוציגע עדס און אלא מאלווער עדס בדוק ומנוסה אויספרובירט אויף זייער אינפעקטירטע סייטס...

ווי שטעלט מען עד בלאקער? און אויב איז עס נישט אנגעשטעלט, אבער איך קליק נישט אויף דעם בין איך באהיטן?

פין מיין עקספיריענס מיין איך אז עד בלאק פלאס איז בעסער
https://chrome.google.com/webstore/deta ... b?hl=en-US

למעשה האב איך שוין א לענגערע צייט עד בלאק מיט גרויס סוקסעס ב"ה, דעם חוה"מ האב איך עפעס פרובירט צו דאונלאדן עפעס א פראגראם, ס'איז למעשה נישט דורך, אבער זינט דעמאלטס איז געווארן עפעס פאון ביים עד בלאוקער, עפעס האט עס געוויזן אן עראר ביים עד בלאק, איך האב למעשה נאכאמאל אינסטאלט, אבער היינט האב איך געעפענט א געוויסע סייט און ס'האט מיר אויפגעשפרינגען זייער א נישט שיינע עד, וואס איך פלעג נישט באקומען אזעלכע עדס אפילו נאך פאר כ'האב געהאט עד בלאקער, די שאלה איז וואס דאס מיינט, און וואס קען איך טון פטור צו ווערן דערפון?

געשריבן: זונטאג אפריל 12, 2015 10:52 am
דורך מי יודע
די עדס ווערן ערגער פון מינוט צו מינוט, יעצט באקום איך עס דא אויף אייוועלט אויך, איך דריי צו גיין צו עד בלאק ביי עקסטענשאן איז דארט דא די מעסעזש
This extension failed to modify the response header "content-security-policy" of a network request because the modification conflicted with another extension (Adblock Plus).
וואס מיינט דאס?
איך דרוק אפשענס עפנט זיך א ליידיגע זאך
קען עמיצער העלפן ביטע?

ייש"כ

געשריבן: זונטאג אפריל 12, 2015 2:52 pm
דורך לכתחילה אריבער
די עדס זענען געווענדליך געבויט לויט די היסטאריע. קוקט אויס אז איר האט געקליקט אויף א בלאט מיט אנדערע צוגעהערן, בשעת איר האט געזיכט עפעס אנדערשט. כ'גלייב אז מיט א "קוקי" קלינאויט קען מען פטור ווערן.

געשריבן: זונטאג אפריל 12, 2015 2:54 pm
דורך קנאפער ידען
לכתחילה אריבער האט געשריבן:די עדס זענען געווענדליך געבויט לויט די היסטאריע. קוקט אויס אז איר האט געקליקט אויף א בלאט מיט אנדערע צוגעהערן, בשעת איר האט געזיכט עפעס אנדערשט. כ'גלייב אז מיט א "קוקי" קלינאויט קען מען פטור ווערן.

עס איז נישט געווען קיינע עדס פון דער וועבפעידזש נאר עד-ווער וועלכע האבן ארויסגעשאסן עדס איבערן פעידזש.
כ'האף אז ביז א וויילע וועט עס זיין קלין.

געשריבן: זונטאג אפריל 12, 2015 2:58 pm
דורך לכתחילה אריבער
נא שוין, די רייט גיי איז א דע קעיס.......

געשריבן: זונטאג אפריל 12, 2015 3:25 pm
דורך משנה מקום
לכתחילה אריבער האט געשריבן:די עדס זענען געווענדליך געבויט לויט די היסטאריע. קוקט אויס אז איר האט געקליקט אויף א בלאט מיט אנדערע צוגעהערן, בשעת איר האט געזיכט עפעס אנדערשט. כ'גלייב אז מיט א "קוקי" קלינאויט קען מען פטור ווערן.

ח"ו שלום חושד צו זיין
דאס וואס איז איר זאגט איז נאר ביי נארמאלע עדס אויב כאפט זיך אריין נישט גוטע האט עס גארנישט מיט היסטארי

געשריבן: זונטאג אפריל 12, 2015 3:29 pm

חילי האט געמיינט אז ער רעדט פון נארמאלע עדס.

אז מען רעדט פון די היסטאריע עדס, דענק'ך אז איינמאל האט מיר א ידיד וואס האט א בלאג אנגעפרעגט וואס ער קען טון, אז איינער זאגט אים אז ער לייגט שמוציגע עדס אויף זיין בלאג, און ער האט פשוט געלייגט גוגל עדס. זאג איך אז אז ער זאל זאגן פאר יענעם וויאזוי גוגל עדס ארבעטן לויט די היסטאריע... און דער רעשט איז היסטאריע...

געשריבן: זונטאג אפריל 12, 2015 3:39 pm
דורך לכתחילה אריבער
אין די רעשט איז היסטאריע..... חחח!!

איך האב חלילה נישט חושד געווען ח"ו צו טראכטען אזוי! נאר איך האב טקע געמיינט מען רעדט פון סתם עדס, און געשריבן גאנץ קלאר אז צומאל פון א טעות פון קליקען אויף א נישט ריכטיגע "גוגל ריזאלט" בלייבט א קוקי קלעבן אין קומפיוטער.

געשריבן: זונטאג אפריל 12, 2015 3:43 pm
דורך מי יודע
לכתחילה אריבער האט געשריבן:אין די רעשט איז היסטאריע..... חחח!!

איך האב חלילה נישט חושד געווען ח"ו צו טראכטען אזוי! נאר איך האב טקע געמיינט מען רעדט פון סתם עדס, און געשריבן גאנץ קלאר אז צומאל פון א טעות פון קליקען אויף א נישט ריכטיגע "גוגל ריזאלט" בלייבט א קוקי קלעבן אין קומפיוטער.

אונז האב מיר אויסגעקלינט די קוקיס פאר פסח...
די מעשה איז דא געווען אז כ'האב פרובירט עפעס צו דאונלאדן פון א נישט טראסטבארע סייט, און ער האט מיר אנגעזייט עדס פון אלע זייטן, וברם יזכר לטוב הרב קנאפער ידען וואס האט זיך אריינגעלייגט בעובי הקורה צו מאכן א קלינאפ אסרו חג פסח, ס'האלט נאך אינמיטן, אבער ב"ה מ'זעט שוין די לייט אין די ענד אוו די טונעל

געשריבן: זונטאג אפריל 12, 2015 4:19 pm
דורך בנימין הלוי
קנאפער ידען האט געשריבן:
משנה מקום האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:די עדס זענען געווענדליך געבויט לויט די היסטאריע. קוקט אויס אז איר האט געקליקט אויף א בלאט מיט אנדערע צוגעהערן, בשעת איר האט געזיכט עפעס אנדערשט. כ'גלייב אז מיט א "קוקי" קלינאויט קען מען פטור ווערן.

ח"ו שלום חושד צו זיין
דאס וואס איז איר זאגט איז נאר ביי נארמאלע עדס אויב כאפט זיך אריין נישט גוטע האט עס גארנישט מיט היסטארי

חילי האט געמיינט אז ער רעדט פון נארמאלע עדס.

אז מען רעדט פון די היסטאריע עדס, דענק'ך אז איינמאל האט מיר א ידיד וואס האט א בלאג אנגעפרעגט וואס ער קען טון, אז איינער זאגט אים אז ער לייגט שמוציגע עדס אויף זיין בלאג, און ער האט פשוט געלייגט גוגל עדס. זאג איך אז אז ער זאל זאגן פאר יענעם וויאזוי גוגל עדס ארבעטן לויט די היסטאריע... און דער רעשט איז היסטאריע...

חחח... אבער לקושטא דמילתא האט ער עפעס קאנטראל וועלכע סארט עדס זאלן ארויפקומען אויף זיין סייט (אזוי ליגט מיר אין זיכרון). אויב זיינע באזוכער זענען אידן זאל ער זיך אביסל שפילן אין עדסענס מיט די קעטעגאריס וואס ווערן עדווערטייזט אויף זיין בלוג.

געשריבן: זונטאג אפריל 12, 2015 4:28 pm
דורך קנאפער ידען
היינט האט ער שוין נישט קיין עדס בכלל אויף זיין בלאג מיינעך. אבער גוט צו וויסן אז מען קען אנשטעלן.