יוצרות לשני שבתות של חנוכה

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

יוצרות לשני שבתות של חנוכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ביי אונז חסידישע קרייזען פירט מען זיך נישט צו זאגען קיין יוצר שבת חנוכה, עס איז אבער כדאי אנצומערקן אז עס איז פארהאן קהילות וואו עס איז דא א מנהג צו זאגען יוצר ביידע שבתים של חנוכה, די יוצרות זענען פון פארשידענע מחברים אזוי ווי ביי די אנדערע ימים טובים און ד' פרשיות, און איז געדרוקט אין פארשידענע אוצרות פון תפלות וכדו'.

אויף היברו-בוקס איז פארהאן א סדר היוצרות לכל השנה געדרוקט אין קראקא בשנת שמ"ט, דארט אויף דף 15 הייבט זיך אן די יוצר לשבת ראשונה של חנוכה און שפעטער אויף דף 20 איז די יוצר לשבת שניה.

א קלארערע ווערסיע איז פארהאן אינעם סידור כל בו, עס וואלט כדאי געווען אז אונזערע חובבי יוצרות ופיוטים זאלען באהאנדלען די יוצרות פון חנוכה, סיי פון א היסטארישע און ביבליאגראפישע שטאנדפונקט, און סיי איר רייכע תוכן (עס געפינען זיך דארט פארשידענע מעשיות וענינים פון חנוכה).
לעצט פארראכטן דורך מיללער אום מאנטאג דעצעמבער 14, 2009 2:21 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35248
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ייש"כ הרב מיללער פארן גיין פתיחה, ס'איז כדאי צו דערגרונטעוועט וואו און ווען מען האט דאס געזאגט און פארוואס זאגן מיר דאס נישט.

אין דעם ערשטן פיוט איז מיר מאדנע עטליכע זאכן: ערשטנס, וואס איז פשט פון דעם ווארט "קדוש" נאך די 4'טע שטיקל, ווען ער גייט ווען ווייטער אויף דעם סדר החרשתי אבער וואס עפעס נאר ביי איינס און נישט ביי די אנדערע? צווייטענס, "גזר מי בחזיר יפגל" זאגט דער מפרש אינעם כלבו "פירוש מי שיפיל עצמו בבשר חזיר" וואס איז פשט, קיינמאל אזאמס געהערט אדער געלעזן און אויף וואס ארויף זאל ער דאס באפעלן?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

דער קדוש איז זייער שכיח אינם ענדע פונעם ערשטען שטיקעל פון יוצר, עי' למשל דער פריעדערגער שטיקעל לשבת ר"ח
אונז זאג מיר בכלל נישט יוצרות ביי ברכת יוצר, משא"כ די אשכנזים
דער כלבו זאגט מי שיפגל עצמו בבשר חזיר, דאס בפי' געדענק איך נישט, אבל עי' סוף סוכה
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35248
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

איך וואלט עס געטייטשט "גזר מי שבחזיר יפגל" ווער עס וועט מקריב זיין א חזיר.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פארשלאפן,
אפשר ברענגט איר אראפ דעם גאנצן לשון אז מ'זאל קענען זעהן פון וואס מ'רעדט?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35248
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מיללער:
בכלתו להשמיד עם ולרפוס. באר לשר צבאו פלפוס. ברית להעבירי ופסלו לתפוס: גזר מי בחזיר יפגל. גם מושך ערלה מלעגל. גויתו להשאיר והממאן מלסגל
:
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35248
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

והוא פלאי האט געשריבן:דער קדוש איז זייער שכיח אינם ענדע פונעם ערשטען שטיקעל פון יוצר, עי' למשל דער פריעדערגער שטיקעל לשבת ר"ח

דערפאר האב איך געפרעגט פארוואס נאכן פערטן שטיקל וואס ענדיגט זיך "מופת הראות בעיר נכבדות", שטייט "קדוש", דאס איז דאך נישט אנהויב און נישט ביים סוף.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35248
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

כדאי אויך צו אויפמערקן אז דער פייטן אינעם ערשטן פיוט מער צו די ענדע, ווען ער ברענגט די מעשה יהודית, נעמט ער אן ווי דעם מדרש [דאכציך אין אוצר מדרשים - וואס כנראה הי' לפני הב"ח ועוד] אז מעשה בבתו של יוחנן כהן גדול איז דער אנהויב און נאכדעם קומט א גרויסער וכו' וואס ענדיגט זיך צו מיט יהודית'נס אפהאקן דעם שר צבא אליפורני'ס קאפ, ד"ה אז דאס איז 2באזונדערע פרויען, בת יוחנן כהן גדול האט אנגעצונדן איר משפחה זיך אנצונעמען פארן כבוד און טהרה פון אידישע פרויען, און נאך זייער נצחון ווען דער מלך האט געשיקט אויף זיי אן עם רב בראש פון אליפורני האט "יהדות" אים אומגעבראכט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

אינעם צווייטען שבת חנוכה דעם ערשטען שטיקעל איז דא די מעשה מיט אנדערע פרטים
אויך איז דארט דא שיינע מליצות יונים ליונים, חשמנים לחשמונים, כדרכו של ר' מנחם בן מכיר
ועיין שם בתחלה שכותב "מנורה וחג וחק ושם מנעו לשמור" מנורה, פשוט, חג, הכוונה לסוכות כידוע המדרש, חק, מילה, שם, לכאורה שביטלו מלקרוא שם יהודי, או אולי, שם הכוונה שאסור להזכיר שם השם
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35248
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

יוצרות לחנוכה
אטעטשמענטס
לחנוכה 1.JPG
לחנוכה 2.JPG
לחנוכה 3.JPG
לחנוכה 4.JPG
לחנוכה 5.JPG
לחנוכה 6.JPG
לחנוכה 7.JPG
לחנוכה 8.JPG
לחנוכה 8.JPG (32.01 KiB) געזען 7261 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

אינעם לעצטען שטיקעל איז דא א לשון וואס איך זיך פשט "מופתי בת מררי, למטה ראובן הבכורי, יחוסה לשבח כארי, יהודית בת בארי"
אגב אין אוצר התפילות איז אויך דא עטליכע שטיקלעך צו צולייגען אין שיינע שבתים פאר ובדברי קדשך, פון יהודה בן שמואל... (ר' יהודה החסיד?) ובשבת חנוכה הנוסח דעה חדשה יחדש, וידוע השקלא וטריא אודות דעה חדשה או דת חדשה,בסלוק לשבת החדש, ומסופקני אם יש ראי' מכאן לשם
למה זה תשאל לשמי...
גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבאי ביהמד »

יחידך וידידך סלה פקדוך
בל נדמית שגבוך לבדוך
משבי הדרירם והכל יודוך.
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3307
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

ס'איז געוואלדיג רייך סיי אין תוכן און סיי אין די ווערטער-אויסלייג,
ס'איז דא א ספר "כהונה ומלכות", א הערליכע פירוש אויף די יוצרות פון שבתות חנוכה (כהונה) און אויף די קרובץ פון פורים (מלכות),
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

משיח האט געשריבן:ס'איז געוואלדיג רייך סיי אין תוכן און סיי אין די ווערטער-אויסלייג,
ס'איז דא א ספר "כהונה ומלכות", א הערליכע פירוש אויף די יוצרות פון שבתות חנוכה (כהונה) און אויף די קרובץ פון פורים (מלכות),

ווי קען מען עס באקומען?
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35248
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

באשכנז הי' המנהג לאמרן, וכן הוא במהרי"ל:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=113
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3307
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

איך האב עס געקריגן א מזכרת פון א געוויסע חתונה מיט עטליכע יאר צוריק,
איך גלייב אז מ'קען עס קויפן אין די געשעפטן.

ס'איז ווערט אלע געלטער פאר די וואס גלייכן די זאכן, הערליך רייך!
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

משיח האט געשריבן:איך האב עס געקריגן א מזכרת פון א געוויסע חתונה מיט עטליכע יאר צוריק,
איך גלייב אז מ'קען עס קויפן אין די געשעפטן.

ס'איז ווערט אלע געלטער פאר די וואס גלייכן די זאכן, הערליך רייך!

חיפשתי ולא מצאתי
שם המחבר וכדו'?
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3307
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

דער זעלבע מחבר פון די רון שיר ושבח אויף ד' פרשיות,
איך מיין ר' אהרן לוי
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35248
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

והוא פלאי האט געשריבן:אינעם לעצטען שטיקעל איז דא א לשון וואס איך זיך פשט "מופתי בת מררי, למטה ראובן הבכורי, יחוסה לשבח כארי, יהודית בת בארי"
אגב אין אוצר התפילות איז אויך דא עטליכע שטיקלעך צו צולייגען אין שיינע שבתים פאר ובדברי קדשך, פון יהודה בן שמואל... (ר' יהודה החסיד?) ובשבת חנוכה הנוסח דעה חדשה יחדש, וידוע השקלא וטריא אודות דעה חדשה או דת חדשה,בסלוק לשבת החדש, ומסופקני אם יש ראי' מכאן לשם

פון דא, למטה, בביאור צפחת השמן אות י"ב:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=201
ווייזט אויס אז בת בארי און בת מררי זענען מדרשים חלוקים.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

ביים יוצר לשבת חנוכה איז דא א פיוט 'שני זיתים'. אין ווירמייזא האט מען זיך געפירט אז מען האט אנגעהויבן אינמיטן די פיוט ביים שטיקל ממלכה ממושכה, מה הפשט?

דער חות יאיר (אבד"ק ווירמייזא) שרייבט סימן רל"ח בזה"ל: בימי חורפי הי' לי פתחון פה עם זקן אחד בעל תורה ודיין בק"ק וורמיישא על שתמהתי מאוד על מנהג זר שמתחילין מאורה דשבת חנוכה ממלכה ממושכה והוא באמצע הפיוט כי התחלתו שני זיתים וכו', והשיבני כי שמע מפי זקני גדולי הקהילה כי בשעת הגזירות נשרפו כל סדרי תפילות ומחזורים ובאשר לא הי׳ בנמצא הדפוס היה מחזור א' וסידור מעריבים ויוצרות א' לקהל או למשפחה, וזמן רב אחר עבור זעם שחזרו ונתיישבו מתי מספר אמרו מה שמצאו מפיוטים שנשאר ובאשר מצאו מאורה הנ"ל רק חציה כאוד מוצל מאש אמרו רק חציה שלא לבטל המנהג לפי שעה, ונקבע אח"כ למנהג קבוע.
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

דער פיוט 'אין צור חלף' פון ערשטן שבת חנוכה ווערט דערמאנט אין ספר חסידים (סימן תר"ז, לכמה דפוסים) בזה"ל: ויש שלא רצה לומר 'אין צור חלף' ומת בתוך שלושים יום עכ"ל.

(ואין זה קושיא על מנהגינו כי כבר דשו בו רבים כידוע)
אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכטי1 »

ס'איז דא קרייזען וואס זאגען עס נאך היינט?
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

ס'שאלה? אלע ארגינעל אשכנז'ישע קהילות (כ'גלייב אז אין נייטרא למשל זאגט מען עס נאך).

מנהג החסידים נישט צו זאגן קיין פיוטים בתוך יוצר נאר ביי הויכע שמו"ע (ויש נמנעים גם מזה), עס איז א מחלוקה בהלכה. ממילא זאגט מען דאס נישט ביי חסידים ווייל עס איז נאר יוצרות פאר שמו"ע.
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

משיח האט געשריבן:ס'איז געוואלדיג רייך סיי אין תוכן און סיי אין די ווערטער-אויסלייג,
ס'איז דא א ספר "כהונה ומלכות", א הערליכע פירוש אויף די יוצרות פון שבתות חנוכה (כהונה) און אויף די קרובץ פון פורים (מלכות),

ווער עס ווייסט ווי מען קען דאס באקומען, זאל מיר עכ"פ מודיע זיין באישי, און איך וועל אים זייער דאנקבאר זיין
איך זיך דאס שוין עטליכע יאר, ולא זכיתי לזה
למה זה תשאל לשמי...
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

נעכטען האב איך אביסל אריינגעבליקט אין די הערליך ניי איבערגעזעצטע "סידור המפורש" , בין איך אנגעקומען צו קרובץ לפורים, נו ס'איז דאך שוין אין די שלושים יום, האב איך אנגעהויבן צו קוקן האט ער דארט א הקדמה, בין איך געוואר געווארן א אינטערעסאנטע זאך וואס איך האב ביז איצט נישט געוואוסט און באמערקט,
קרובץ הייבט זיך דאך אן יעדע שטיקל מיט א ווארט פונעם פסוק ויאהב המלך את אסתר וכו', זע איך דארט אז די לעצטע זאץ פון יעדע שטיקל הייבט זיך אן מיט א ווארט פון די פסוק ומרדכי יצא בלבוש וכו', און ווייטער אלע אנדערע גייט לויט די א"ב, דאס הייסט אזוי די ערשטע ווארט פונעם ערשטן זאץ איז פונעם פסוק ויאהב די צווייטע ווארט איז לפי סדר הא"ב, די קומענדיגע זאצן הייבן זיך אן לפי סדר הא"ב יעדע ברכה א אנדערע אות,
די לעצטע הייבט זיך אן מיט א ווארט פונעם פסוק ומרדכי , און די צוויטע ווארט הייבט זיך אן מיט א אות פון די נאמען פונעם מחבר אלעזר בריב קאליר,

אבער ס'איז דאך נאר דא 19 ברכות און קרובץ איז דא נאר אויף 18 און אויתיות איז דאך דא 22? איז ביי שים שלום האט מען אריינגעריקט די איבריגע 5 אויתיות צ ק ר ש ת!

דא האט איר פון די ערשטע צוויי
ויאהב א'ומן וכו' א'מנה חמש וגו' ומרדכי א'ומץ וכו'
המלך ב'כס וכו' ב'קמים כל נשם וכו' יצא ל''מררו וכו'
ס'איז מיר געווען אינטערעסאנט האב איך לאמיך מיטיילן מיטן ציבור אפשר וועט נאך איינער הנאה האבן דערפון
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות תפלה וברכות”