דיונים ועיונים בפרשת וארא

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

דיונים ועיונים בפרשת וארא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

כ'דארף א תורה די וואך, מ'בעט ווער עס קען, זאל עפעס אריין לייגן, נישט קיין לאנגע דרושים, א קליין ווארט איז זייער גוט.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

גייסט אנקאלן דעם מחותן ערב שבת?
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

הער אויס א תורה'לע, איך האף דו קענסט לשון הקודש:

ויאמר אליו אני ה' (שם). וברש"י נאמן לשלם שכר טוב למתהלכים לפני ע"כ, ולשון "למתהלכים לפני" צריך ביאור, דהו"ל לצדיקים או לעושי מצותיו.

פירש בדברי ישראל עד"ז, דהנה משה רבינו טען למה הרעותה לעם הזה למה זה שלחתני, הלא הליכתי היתה לשוא ולא הועלתי מאומה מכל השליחות, השיבו הקב"ה לה היתה הליכתך לבטלה, דארבע מדות בהולכי בית המדרש (אבות פ"ה מי"ד), יש הולך ועושה ויש הולך ואינו עושה וכו', ותנן התם דההולך ואינו עושה שכר הליכה בידו, א"כ לא יעלה על דעתך שלא הועלת כלום במה שהלכת לפרעה, כי נאמן אני לשלם שכר "למתהלכים לפני", שאפילו ההולכים ואינם עושים שכר הליכה בידם.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

ער זאגט גוט, דער מאדזשיצ'ער רבי. שכוח קרעמער.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

א שיין ווארט, שערכויעך קרעמער,
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

קרעמער,
לכבוד פר' וארא החדש האב איך געלערנט דעם ווארט פונעם דברי ישראל שהבאת, ונהניתי, יישר כחך
[אינאיינוועגס ברענג איך אפיר דעם אשכול פאר די קומענדיגע עניני פר' השבוע]
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ספר שמות פרק ט
(כ"ט)ויאמר אליו משה כאצאתי את העיר אפרש את כפי וגו' הקלות יחדלון והברד לא יהיה עוד וגו':

(לג) ויצא משה מעם פרעה את העיר ויפרש כפיו וגו' ויחדלו הקלות והברד ומטר לא נתך ארצה:
(לד) וירא פרעה כי חדל המטר והברד והקלת ויסף לחטא ויכבד לבו הוא ועבדיו:

לערנענדיג חומש רש"י איז מיר היינט שווער געווארן א קוועטש, פארוואס ווען משה רבינו זאגט פאר פרעה וואס ער גייט בעטן, פעדערט ער די קולות יחדלון בעפאר די ברד לא יהיה עוד, און אזוי איז טאקע געווען למעשה ווי מען זעט אין פסוק ל"ג אז די קולות האבן זיך אויפגעהערט און דערנאך די ברד און מטר. אבער ווען דער פסוק דערציילט וואס פרעה האט געזען, שטייט אזוי: עס האבן זיך אויפגעהערט די מטר, און די ברד, און די קולות, ער דרייט אויס דעם סדר.

האב איך געקלערט אז דאס איז טאקע געווען די סיבה פארוואס פרעה האט פארמערט צו זינדיגן און האט שווער געמאכט זיין הארץ, טאקע ווייל ער האט געזען אז די זאכן פאסירן נישט אינעם זעלבן סדר ווי משה רבינו האט דאס אים געמאלדן! (ענליך צו דעם האב איך נאכדעם געזען אין חזקוני, אז וויבאלד משה האט נישט ערווענט קיין ווארט פון "מטר", נאר קולות און ברד, און למעשה איז אויך די "מטר" געבליבן אין די לופטן און נישט גענידערט, פון דעם האט פרעה גענומען זיין שטייפקייט זיך נישט צו לאזן איבעררעדן ארויסצושיקן די אידן פון מצרים עיין שם).

דארף מען דאך אבער פארשטיין פארוואס איז טאקע אזוי געווען די מעשה אז די קולות האבן זיך אויפגעהערט נאך די ברד ומטר, אנדערש ווי משה רבינו האט פאראויסגעזאגט?

האב איך געקלערט א פשוט'ע לאגישע תירוץ: באמת האבן זיך די עצם קולות אויפגעהערט פאר די ברד ומטר, אזוי ווי משה רבינו האט טאקע פארשפראכן "הקולות יחדלון, והברד לא יהיה עוד", אבער דער טיפש פרעה האט נאך אלץ געהערט די "ווידערקול" פון די יאמערליכע קולות, אפילו נאכדעם וואס די ברד און מטר זענען געבליבן שטיין אין די לופטן איבער זיין קאפ, האט ער געזאגט: נע, דאס איז נישט אפגעשטעלט געווארן לויטן סדר וואס מען האט מיר איינגעמאלדן... איך שיק זיי נישט ארויס!

לענ"ד קרוב לאמת.
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

קרעמער.
לענ"ד אמת.

ועוד יש לומר, ער האט געהערט דעם קול פון ברד און מטר, האט ער גע'טענה'ט אז ס'איז נאך דא קולות
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

קרעמער, איך וועל פרובירן מעמיק זיין בתוך דבריך כ'האף אז דו וועסט נישט ווערן באליידיגט....

צום אלעם ערשט ברויך מען פארשטיין, זענען די 'קולות' געווען אינדעפענדענטלי פון די ברד און מטר, ס'הייסט אז דער מכת ברד איז געווען א דריי-קאנטיגער קאמבינאציע פון ברד, מטר און קולות, אדער די קולות זענען געווען אן אפשיפיגלונג פון די ברד ומטר זעלבסט, ס'הייסט אז דער ברד האט געפאטשט מצרים מיט אזא קראפט אז דאס האט ארויסגעלאזט משונה'דיגע קולות.

לכאורה, פון די דריי פסוקים שהבאת קען מען זעהן ביידע אופנים, הקלות יחדלון והברד לא יהיה עוד וגו' קוקט אויס אז דאס זענען באזונדערע זאכן, אבער פון וירא פרעה כי חדל המטר והברד והקלת ויסף לחטא ויכבד לבו הוא ועבדיו: קוקט אויס אז דאס איז געווען א רעזולטאט פון די ברד און מטר.

ולפי"ז י"ל אז באמת איז דאס געווען עקסטער, נאר דער פרעה האט נישט אזוי פארשטאנען נאר געמיינט אז דאס איז בלויז א פועל יוצא פון די ברד ומטר (ער האט דאך אלס געוואלט אנדערמיינען די כח ה').

אדער קען זיין אז וויבאלד אז שמיעה טרעוולט שטייטער ווי ראיה (דאס איז דאך דער סיבה פ"וו א בליץ זעהט מען פאר מ'הערט דעם דינער) ממילא, אפי' די קולות האבן זיך אויפגעהערט איידער די ברד, האט אבער בעיני פרעה ועבדיו זיך געדאכט אז דאס איז געשעהן שפעטער.

(אולי זאגסטו דאס בחסרון ביאור, ווייל דאס איז נישט קיין 'ווידער-קול' נאר דער אריגינעלער קול ודו"ק כי קצרתי, תן לקרעמער ויקרם עוד....)
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח מיללער, איך האב זיך נישט געוואלט אריינלאזן אין די סייענס חלק דערפון, האב איך געשריבן ווידער-קול.
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

זייער שיין געזאגט מיללער, נהניתי מאוד!
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אלעקסיי האט געשריבן:זייער שיין געזאגט מיללער, נהניתי מאוד!

זאלסט וויסן אלעקס ידידי, ווען דו דאנקסט, איז עס מיר פערזענליך א כבוד, ווער רעדט נאך ווען איך האב דעם כבוד דיך מהנה צו זיין, אחרי שראיתי אותך חכם ונבון.

קרעמער,
וואס הייסט אריינלאזן אין די סייענס? איז דאס א שאלה בכלל, ס'הייסט איז פארהאן וואס האלטן אז ווען מיר הערן א דינער שפעט, איז עס צוליב א ווידער-קול? (קול מבשר איז א ווידער-קול......)
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מיללער האט געשריבן:

סייענס באדייט נישט זאכן וואס ליגן אין ספיקות, סייענס מיינט סיסטעמאטישע וויסנשאפט וואס שאפט זיך דורך אויסרעכענען און באטראכטן זאכן, און טראצדעם וואס דאס איז א פאקט, איז אלץ גרינגער צו שרייבן א טרוקענע לשון וואס מענטשן פארשטייען בעסער "לשבר את האוזן", אן זיך אריינלאזן אין לענגערע ערקלערונגען.
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

מילער וקרעמער הא לכם דברי הרב המלבי"ם זצ"ל, קוקטס און האט הנאה.
אטעטשמענטס
IMG_0009 (Small).JPG
IMG_0009 (Small).JPG (59.62 KiB) געזען 4531 מאל
IMG_0006 (Small).JPG
IMG_0006 (Small).JPG (72.45 KiB) געזען 4530 מאל
IMG_0005 (Small).JPG
IMG_0005 (Small).JPG (30.78 KiB) געזען 4531 מאל
IMG_0003 (Small).JPG
IMG_0003 (Small).JPG (72.72 KiB) געזען 4535 מאל
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

געוואלדיג!!! א ריכטיגע מלבי"ם!!!
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יא, חמרא למאריה, א געוואלדיגע פירוש פונעם מלבי"ם; וטיבותא לשקייה, א הערליכע נאבעלע אקט פון בני היכלא דאס צו פאטאגראפירן און ארויפשטעלן פאר אונזער הנאה. תשואת חן חן לך!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

גם אני אסיר תודה לכבוד הגאון מאור עינינו שליט"א על העתקת דבריו של גדול המפרשים, המלבי"ם ז"ל, על הענין שאנחנו אזובי קיר פה היימישע קרעטשמע יצ"ו נשאנו בבחינת זה סותר וזה מפרק, בו בזמן אזר רבינו כגבור חלציו ויצא לצוד צייד מהני מילי מעלייתא ובזה האיר עינינו בלימוד התורה, יה"ר שיבא על שכרו משלם משמי מעל.

קרעמער,
ברוך שחלק מחכמתו, עפעס א חלק האסטו מכווין געווען, כה לחי!
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

ידידי היקרים, אז ס'איז דא פאר וועם שטרענגט מען זיך אן, וויאזוי זאגט נאר אייביג קרעמער, [אויב ער האט נאכנישט געמאכט וועט ער בקרוב מאכן א שארף געדאנק דערויף].

מילער, דער שפיץ פון דעם ווארט, ואס ער באנוצט זיך מיט די חילוק אין הערן און זען, האסטו דאך ערווענט.

אבער פון מלבי"ם קומט מיר אויס צוויי חידושים, אז דער קול פון וואס מ'רעדט דא, מיינט 'דונערען', און אז דער אש פון וואס מ'רעדט דא מיינט 'בליצן'.

אגב, האב איך געזען א אינטרעסאנטע זאך, וואס ער זאגט, אז די חרטומי מצרים זענען געווען אקטיארען, די מעשה וואס זיי האבן געמאכט מיט די שלענג, איז געווען, אז זיי האבן גענומען הויט פון שלענג, און זיי זענען אריין דערין, און זיי האבן געמאכט אזא מעדזשיק שאו, ווי גראד נאכן ווארפן דעם שטעקן האט שנעל אויסגעשפראצט די פאלשע שלענג.

און דאס איז פשט אז די קינדער פון 4 5 יאר האבן דאס אויך געקענט טון, ווייל מ'האט די קינדער אויסגעלערנט צו שפילן די זעלבע שפילעריי.

מיט דעם זאגט ער פשט אין מדרש, אז פרעה האט געזאגט נאכדעם וואס אהרן הכהן'ס שטעקן האט איינגעשלונגען זייערע שטעקענעס, תמה אני שמא יבלע אותי ואת כסאי, לכאורה איז נישט פארשטענדליך, וואו קומט דא אריין איינצושלונגען פרעה, אויב מ'שלינגט איין אפאר שטעקענעס, נאר לויט די מעשה, קומט אויס אז ווען אהרן'ס שטעקן האט איינגעשלונגען די אלע שלענג פון די חרטומים, האט עס אינאיינוועגס איינגעשלונגען די אלע חרטומים לעבעדיגערהייט, און אויף דעם האט פרעה מורא געהאט אז ס'וועט אים אויך איינשלונגען..
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יא, ווען ס'קומט צו פארשטיין אזעלכע ענינים איז דער מלבי"ם דער אדרעס, ער איז ממחיש די ענינים אז יעדער זאל כאטש האבן א מושג פון וואס מ'רעדט, און דו רבי, האסט א זכיה צו זיין א בן-משק פון אים.
גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבאי ביהמד »

לכבוד פר' וארא הממשמש ובא, ארויפגעברענגט פון קעלער.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דער תרגום יונתן די וואך [ו' ט"ז] זאגט אויף לוי "חיי עד דחמא ית משה וית אהרן פריקיא דישראל, עס א פלא והפלא ווייל עס שטימט נישט מיט די יארן,ווי אזוי מ'זאל מישט דרייען מוז זיין אז לוי איז אלט געווען געווען לכל היותר 45 50 יאר בירידתן למצרים, משה איז אלט געווען אכציג יאר ביציאתן דאן ווי אזוי קומט אויס אז לוי זאל אים נאך האבן געזען?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איך טראכט בדרך אפשר אז אה"נ ביים די ענדגילטיגע יציאת מצרים האט ער שוין נישט געלעבט, דער תרגון יונתן באציעט זיך צו ווען עס האבן זיך אנגעהויבן די באפרייאונגס געשפרעכן, די שאלה איז, וויפיל יאר האט גענומען פון ווען משרע"ה איז דאס ערשטע מאל געקומען צו פרעה ביז ווען די אידישע קינדער זענען אויסגעלייזט געווארן?
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

נישט דאס שרייבטער, ער שרייבט אז לוי האט געזען משה מיט אהרן, די אויסלייזער פון די אידן, די פראגע איז נאר, צו ס'קען זיין אז לוי האט בכלל געזען משה'ן.

יעצט אזוי פארשלאפן טענה'ט, אז לוי האט געדארפט זיין אלט ארום 45-50 יאר ביים אראפ קומען קיין מצרים, און משה איז ביים ארויס גיין, געווען 80, נו שטימטעך נישט אז ער זאל אים האבן געקענט זען.

יעצט דארף מען אויסרעכענען, ווי אלט לוי איז טאקע געווען, סיז נישט שווער, כאנאר נישט די צייט.
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

נאך מער! די שעבוד איז געווען 86 יאר און כל זמן שאחד מן השבטים היה קיים לא היה שעבוד קומט אויס אז ער איז געשטארבען ווייניגסטענס 86 יאר פאר יציאת מצרים און משה איז געבוירן 80 יאר פאר יציאת מצרים
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

כמדומה לי אז איר האט שלעכט פארשטאנען דעם תרגום יונתן , ער זאגט אז לוי האט געזען משה און אהרן ד"ה אז זיי זענען שוין געווען געבוירן ווען ער איז נסתלק געווארן, איצט לאמיר מאכן א חשבון:
שני חיי לוי איז 137 יאר
137-
43
= 94
קומט אויס אז לוי האט געלעבט אין מצרים אינגאנצן 94 יאר, דאן ווי אזוי קען געמאלט זיין אז לוי זאל זען משה'ן וואס איז געבוירן ווען אידן זענען געווען אין מצרים 130 יאר ער האט דאך שוין נישט געלעבט דאן פאר א צירקע 36 יאר?

[געשריבן געווארן מאך איידערן זען הרב איך הער'ס תגובה]
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”