א ווארט אויף די פרשה

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

שיין ווארט!! א שאד כ'האב עס נישט געזען פאר שבת.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

פרשת יתרו

וישמע יתרו.... כי הוציא ה'...
מה שמועה שמע ובא, קרעת ים סוף ומלחמת עמלק (רש''י)

עס איז שווער צו פארשטיין, וואס פרעגט רש''י מה שמועה שמע. עס שטייט דאך אין פסוק, כי הוציא ה'?
און פארוואס טאקע ענטפערט רש''י אז יתרו איז געקומען צוליב אן אנדערע זאך וואס שטייט אין פסוק?
און בעצם, פארוואס טאקע האט יתרו נישט געקענט מקבל זיין עול התורה ביי זיך, נאר געמוזט פארן צום מדבר?

זאגט דער הייליגער שיניאווער רב, יתרו האט דא געזען צוויי זאכן וואס האבן זיך סותר געווען, פון איין זייט איז געווען ביי קריעת ים סוף, האט יעדער געציטערט פון די אידישע קינדער. די אילי מואב, די יושבי פלשת, אלופי אדום. און דא, קוים א קליינע צייט שפעטער, קומט עמלק מלחמה האלטן מיט די אידן.
האט ער פארשטאנען, אז עס איז נישט גענוג אז מ'ווערט נתעורר פון דערווייטנס, נאר מ'מוז עס זעהן בעין, כדי עס זאל בלייבן נחקק אויף א לאנגע צייט, און פארדעם האט ער געמוזט קומען צו די אידן

דאס זאגט רש''י. פון יצי''מ וואלט ער נאך געקענט דינען דעם באשעפער פונדערהיים. נאר "מה שמועה שמע" וועלכע זאך האט ער געהערט "ובא" און דאס האט אים געמאכט אהערקומען? נאר וויבאלד ער האט געזען "קריעת ים סוף" און נאכדעם "מלחמת עמלק" האט ער פארשטענען, אז אויב ווי ער ווערן א איד מוז ער קומען אין מדבר

זאלן מיר זוכה זיין ללמוד וללמד לשמור ולעשות ולקיים

א פרייליכן שבת
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

א נייניקל האט געשריבן:

ייש"כ
הערליך
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

א הייליג ווארט וואס ווערט שוין געברענגט פון פריערדיגע ליגט מיר יעצט אין קאפ בשם דער הייליגע עטרת צבי פון זידיטשויב זי״ע
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

א נייניקל האט געשריבן:פרשת יתרו
אטעטשמענטס
א נייניקל פ יתרו.pdf
(61.61 KiB) געווארן דאונלאודעד 62 מאל
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

זייער א שיין ווארט.

אגב, לויט די מהר"ל איז דאך די עצם יציאת מצרים געווען סאך א גרעסערע נס ווי קריעת ים סוף.
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

Rak Tov האט געשריבן:
א נייניקל האט געשריבן:פרשת יתרו

;l;p-
יישר כח
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

פרשת משפטים

ושוחד לא תקח. וגר לא תלחץ, ואתם ידעתם את נפש הגר כי גרים הייתם

מיר וויסן אז ווען א איד גייט מיט א גוי צו א גואישע בי''ד, מעג ער געבן שוחד פארן גויאישן שופט.
די סיבה איז, ווייל שוחד טוט בייגן דעם שופט'ס הארץ לצד פון דער וואס האט געגעבן, אבער א גוי האט דאך מער ליב א צווייטן גוי, ממילא ווען דער איד וויל עס זאל זיין אן אמת'ן פסק, גיבט ער שוחד און דאס גלייכט אויס דעם שופט'ס הארץ.
זאגט דער הייליגער חת''ס, א דיין וועט טענה'ן, 'איך ווייס דאך אז איך האב מער ליב דעם איד ווי דעם גר', נו אפשר זאל איך נעמען שוחד פונעם גר כדי איך זאל פסק'נען לאמיתו.
זאגט די תורה "ושוחד לא תיקח" פון א איד, און פון א גר "וגר לא תלחץ" צו נעמען פון אים יא. איי וועסטו טענה'ען "ואתם ידעתם את נפש הגר" איך קען אים, און איך ווייס אז איך האב מער ליב דעם איד. אבער "כי גרים הייתם" עטס זענט אוןיך געווען גרים, און פונקט ווי דער באשעפער האט אין ענק איינגעפלאנצט א נשמה טהורה, האט ער אויך א נייע נשמה, איז ער שוין פונקט ווי א איד

א פרייליכן שבת מברכים אדר
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

זייער שיין

ייש"כ
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

פרשת תרומה

ויקחו לי תרומה

פ' משפטים ענדיגט זיך, "ויהי שם ארבעים יום וארבעים לילה", פון דא דרש'נט די גמ' אז משה רבינו לא מת.
ווייל עס שטייט "וימת שם משה", איז פונקט ווי דא (פ' משפטים) איז ער עומד ומשמש, אזוי אויך דארט (וזאת הברכה) איז ער עומד ומשמש.
עס איז באקאנט די מעשה א א מין האט געפרעגט ר' אבין, דער באשעפער איז דאך א כהן, וויל ער נעמט תרומה, ווי מיר זעען די וואך "ויקחו לי תרומה", אויב אזוי וויאזוי האט ער זיך געקענט מטפל זיין מיט משה?

אבער לויט די גמ' אז משה רבינו לעבט נאך איז גארנישט שווער, זאגט דער חנוכת התורה.
דאס זאגט די פסוק, ויהי "שם" ארבעים יום, וואס פון דא זעהט מען אז משה רבינו לעבט נאך, אויב אזוי, זאגט השי''ת, ויקחו לי תרומה

זאלן מיר שוין זוכה זיין לבנין בית המקדש השלישי

א גוטן שבת
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

זייער זייער שיין

ייש"כ

איך האב יעדער וואך עקסטער הנאה
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

מומחה יוחס האט געשריבן:זייער זייער שיין

ייש"כ

איך האב יעדער וואך עקסטער הנאה

ייש'כ פאר די באאסט
אוועטאר
צייט פארטרייבונג
שר האלף
תגובות: 1993
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 4:42 pm
לאקאציע: אויפן זייגער

א ווארט אויף די פרשה - פרשת תרומה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט פארטרייבונג »

אין ספר שיחתן של עבדי אבות (ח"ב דף כ"ז) ברענגט ער, אז הרה"ק ר' איציקל מפשעווארסק זצ"ל האט נאכגעזאגט, בשם דעם הייליגן אפטער רב זי"ע:
אז פרשת תרומה איז דא א יריד אין הימל פון די זהב וכסף ונחושת וואס מען ליינט אין די פרשה.
זאל דער אויבערשטער געבן כל מיני השפעות טובות פאר אלע אידישע קינדער, און מיר זאלן קענען זיך איינהאדלען אסאך אויף דעם יריד. אמן.
אמר רבי אלעזר בר אבינא: אם ראית מלכיות מתגרות אלו באלו צפה לרגלו של משיח (בראשית רבה מב, ד).
וואס זאגט דאס פאר אונז?! מען זאל זיך גרייטן, און זיכער מאכן אים נישט מעכב זיין חלילה פון קומען.
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער...
סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

געהערט א שיין ווארט די וואך שבת (א שאד נישט פאר שבת, מ'וואלט געקענט מזכה זיין די עולם)
די מדרש זאגט בשעה שאמרו ישראל נעשה ונשמע מיד אמר הקב"ה ויקחו לי תרומה

די סדר פון די וועלט ווען מ'קומט נאך געלט צו א איד און ער נעמט ארויס א מסודר'דיגע פעקל שטרות גיבט ער א דאללער
אבער אויב קומט מען צו א איד און ער נעמט זיך אפיר קראצן פון די טאשן, ס'קומט ארויס אביסל גענוצטע טישו, א צוקייטע גארטל וכדו', און בתוכםפאלט ארויס א 10'ער אדער א 5'ער

דאס איז פשט
בשעה שאמרו ישראל נעשה ונשמע, ווי דער אפיקורס האט געזאגט פאר רבא ענק זענען א עמא פזיזא, אה יעצט ס'איז צופלויגן איז א גוטע צייט צו צוזאמנעמען געלט מיד אמר הקב"ה ויקחו לי תרומה

אז מ'האמיר שוין די מייק אין די האנט, לאמיר זיך באדאנקען, פארן פותח האשכול וואס איז זיך מטריח מדי שבוע בשבוע אונז מזכה זיין מיט אזוילעכע אויסגקליבענע פנינים ומרגליות טובים
ויה"ר......
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

סופרים שטיבל האט געשריבן:אז מ'האמיר שוין די מייק אין די האנט, לאמיר זיך באדאנקען, פארן פותח האשכול וואס איז זיך מטריח מדי שבוע בשבוע אונז מזכה זיין מיט אזוילעכע אויסגקליבענע פנינים ומרגליות טובים
ויה"ר......

ייש''כ. דאס גיבט כח זיך מטריח צו זיין יעדע וואך
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

פרשת תצוה

והאבנים תהיינה על שמות בנ''י.. פתוחי חותם

מיר ווייסן אז מהאט אריינגעקריצט די נעמען אין די שטיינער, אויב אזוי פארוואס שטייט "והאבנים תהיינה 'על' שמות", די שטיין איז געווען אויף די נאמען. די נעמען זענען געווען אריינגעקריצט 'אויף די שטיינער' נישט די שטיין אויף די נאמען?
און אויב מ'האט עס געמאכט ווי א זיגל, איז דאך די נאמען געשטאנען פארקערט, ווייל אויף א זיגל לייגט מען די ווארט פארקערט, אזוי ווען מ'דריקט עס אויפן פאפיר איז עס גראד, אויב אזוי, פארוואס שטייט אז ס'איז געווען "פתוחי חותם", עס וואלט געדארפט זיין אריינגעקריצט גראד?

זאגט דער הייליגער חתם סופר א חידוש נפלא. די שטיינער זענען געווען דורכזיכטיגע שטיינער, און מ'האט עס אדורך געזען.
ממילא האט מען אריינגעקריצט פון די אינטערשטע זייט, וואס איז געליגן אויפן חושן, און פון די אנדערע זייט האט עס ארויסגעשיינט
לויט דעם שטימט זייער שיין פשט אין פסוק, "והאבנים תהיינה 'על' שמות, די שטיינער זענען געליגן אויף די נעמען, ווייל מ'האט עס אריינגעקריצט פון אינטן, און עס איז אויך געווען "פתוחי חותם", מ'האט אריינגעקריצט פארקערט, אזוי ווען מ'האט אויסגעדרייט די שטיין, האט זיך עס געליינט געהעריג

זאלן מיר זיין "לזיכרון לפני ה' תמיד"

א פרייליכן שבת
אוועטאר
וואסינייעס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2021 9:45 am

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסינייעס »

יישכ הערליך
די גרעסטע הצלחה אין לעבן איז נישט קיינמאל צו פאלן, נאר זיך הייבן יעדעס מאל פון דאסניי
מלעבט נאר 1 מאהל, אבער אויב לעבט מען עס ריכטיג איז איינמאל גענוג
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

א נייניקל האט געשריבן:
פרשת תצוה

והאבנים תהיינה על שמות בנ''י.. פתוחי חותם

מיר ווייסן אז מהאט אריינגעקריצט די נעמען אין די שטיינער, אויב אזוי פארוואס שטייט "והאבנים תהיינה 'על' שמות", די שטיין איז געווען אויף די נאמען. די נעמען זענען געווען אריינגעקריצט 'אויף די שטיינער' נישט די שטיין אויף די נאמען?
און אויב מ'האט עס געמאכט ווי א זיגל, איז דאך די נאמען געשטאנען פארקערט, ווייל אויף א זיגל לייגט מען די ווארט פארקערט, אזוי ווען מ'דריקט עס אויפן פאפיר איז עס גראד, אויב אזוי, פארוואס שטייט אז ס'איז געווען "פתוחי חותם", עס וואלט געדארפט זיין אריינגעקריצט גראד?

זאגט דער הייליגער חתם סופר א חידוש נפלא. די שטיינער זענען געווען דורכזיכטיגע שטיינער, און מ'האט עס אדורך געזען.
ממילא האט מען אריינגעקריצט פון די אינטערשטע זייט, וואס איז געליגן אויפן חושן, און פון די אנדערע זייט האט עס ארויסגעשיינט
לויט דעם שטימט זייער שיין פשט אין פסוק, "והאבנים תהיינה 'על' שמות, די שטיינער זענען געליגן אויף די נעמען, ווייל מ'האט עס אריינגעקריצט פון אינטן, און עס איז אויך געווען "פתוחי חותם", מ'האט אריינגעקריצט פארקערט, אזוי ווען מ'האט אויסגעדרייט די שטיין, האט זיך עס געליינט געהעריג

זאלן מיר זיין "לזיכרון לפני ה' תמיד"

א פרייליכן שבת

ייש"כ
הפלא ופלא
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

א שיין ווארט אויף פרשת תצוה פונעם הייליגן חת"ם סופר.

ואתה תדבר אל כל חכמי לב אשר מלאתיו רוח חכמה (שמות כח ג). ירצה כמ"ש חובת הלבבות (בהקדמה), שבלבות האנשים חכמה נטועה, אם יבוא מי שיעוררם על זה, יוציא המטמון ההוא, ויגלה לעין כל, ואם לאו, יהי' נעלם, כגרגיר הזרוע שאם יעדר ויחרוש יצמח ואם לאו ירקב.
והכי נמי אמר השי"ת למרע"ה, להיות כי הוא ית' מלא אותם חכמת לב, וצריכים למי שיעורר אותם ויודיעם זה, כדי להוציא חכמתם התקוע בכח אל הפועל, לזה אמר ואתה תדבר אל כל חכמי לב, ומה תדבר אליהם: אשר מלאתיו רוח חכמה, זה בעצמו הוא הדבור אשר תדבר ותודיעם - "שהם מלאים רוח חכמה", ועי"ז בזאת ההודעה ועשו את בגדי אהרן, כי יעוררו להוציאם אל הפועל.

זעה דא באריכות מער איבער די געוואלדיגע יסוד וואס די ווערטער לערנט אונז.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

ייש"כ א שיינע ווארט
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

פרשת כי תשא

וירא אהרן וכל בני ישראל כי קרן עור פניו....

מהיכן זכה משה רבינו לקרני הוד? מדיו שנכתב בה ספר תורה, ונשתייר בקולמוס(מדרש)

ס'איז שווער צו פארשטיין אזא זאך, אז ס'איז איבערגעבליבן אינעם פעדער. ביים בוכ''ע איז דאך נישט שייך אזא זאך ווי א טעות, וויאזוי קען זיין אז ס'געווען מער טינט ווי מ'האט געדארפט?
און נאכמער איז שווער, די מדרש פרעגט "מהיכן זכה" דהיינו, אין וועלעכע זכות האט משה רבינו זוכה געווען, פארוואס ענטפערט די מדרש פון ווי ס'איז געקומען, און נישט וואס די זכות איז?

ענטפערט דער הייליגער חנוכת התורה, ווען משה רבינו האט געזאגט 'מחני נא' האט מען ארויסגענומען זיין נאמען פון פרשת תצוה, און לכבוד דעם וואס ער האט זיך מוסר נפש געווען, און געלאזט ארויסנעמען זיין נאמען. אין דעם זכות האט ער באקומען די קרני הוד.

דאס איז פשט אין מדרש. מהיכן זכה לקרני הוד? איז די תירוץ, ווייל משה רבינו האט זיך איבערגעגעבן פאר די אידישע קינדער, און מסכים געווען מ'זאל ארויסנעמען זיין נאמען, איז דאך איבערגעבליבן טינט אינעם פעדער מיט וואס ס'האט געדארפט שטיין זיין נאמען, און צוליב דעם זכות האט ער זוכה געווען צו קרני הוד

זאלן מיר זוכה זיין צו זעהן די ליכטיגקייט פון די שכינה בביאגו''צ בב''א

א גוט שבת
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

התנצלות:
איך בין געווען שבת אויף די בערג, ממילא בין איך נישט אנגעקומען עס אריינצולייגן אינעם שרייבער
ואתכם הסליחה
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

א נייניקל האט געשריבן:התנצלות:
איך בין געווען שבת אויף די בערג, ממילא בין איך נישט אנגעקומען עס אריינצולייגן אינעם שרייבער
ואתכם הסליחה

היות איך פרינט לעצטענס דעם שרייבער האב איך אויפגעהערט לייגן די PDF וואס איך פלעג מאכן פאר מיר אין דערנאך ארויפלייגן דא
אטעטשמענטס
פרשת כי תשא.pdf
(51.78 KiB) געווארן דאונלאודעד 46 מאל
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

זייער א שיין ווארט

ייש"כ
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

פרשת ויקהל

ויעשו כל חכם לב בעושי המלאכה

מען דארף פארשטיין, וואס איז די "כל" חכם לב, וואס וויל די תורה מוסיף זיין?
און וואס מיינט "בעושי המלאכה", עס דארף שטיין עושי המלאכה, זיי האבן עפעס געמאכט "אין" די עושי המלאכה?

דער הייליגער קאזניצער מגיד איז מסביר די גמרא אין יומא. ווען דער כה''ג איז אהיימגעגאנגען מוצאי יוה''ק, האט דער עולם אים באגלייט, ווען מ'האט געזען שמעי' ואבטליון איז מען געגאנגען זיי באגלייטן, האט זיך דער כה''ג אפגערעדט פארוואס מ'לאזט אים אפ, און מ'באגלייט זיי, וואס זענען בני גרים. האבן זיי געזאגט "ייתי בני גרי דעבדי עובדא דאהרן".
איז מסביר דער הייליגער קאזניצער מגיד, זיי האבן געזאגט פארן כהן, נאר לכ' אונז-די תנאים-זענען דיינע תפילות געווארן אנגענומען, ווייל דער כהן האט נישט געוויסט וואס אינזין צו האבן, און זיי זענען געשטאנען אינדרויסן, און אינזין געהאט די ריכטיגע כוונות. דאס האבן זיי געזאגט אז מיר טוען די עובדא דאהרן, ווייל מיר ווייסן וואס אינזין צו האבן, און נאר אזוי ווערן דיינע תפילות נתקבל.
דאס, זאגט דער הייליגער תפארת שלמה. איז פשט אין פסוק. עס זענען געווען דא חכמי לב, ערליכע אידן. אבער זיי זענען נישט געווען קיין "עושי המלאכה", זיי האבן נישט געקענט מאכן בידים די אלע כלים, האבן זיי אינזין געהאט די ריכטיגע כוונות, און אזוי האבן די וואס האבן עס געמאכט מיט די הענט געטון ריכטיג

זאגט די תורה ויעשו "כל" חכם לב, אפי דער וואס האט נישט געקענט ארבעטן מיט די הענט. וויאזוי? "בעושי" המלאכה, זיי האבן אינזין געהאט די ריכטיגע כוונות "אין" די וואס האבן געארבעט, אזוי אי געווען א שלימות'דיגע ארבעט

זאלן מיר שוין בקרוב זוכה זיין צום בנין השלישי בביאה''ג

א פרייליכן שבת
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”