א ווארט אויף די פרשה

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

אקדמות האט געשריבן:הערליך !!
יישר כח

ממש יעצט האט געשריבן:שכח. כ'האב שטארק געקוועלט.

ס'מיין ערשטע מאל אבער ס'קוקט אויס ווייט פון די לעצטע.

מומחה יוחס האט געשריבן:ייש''כ הרב נייניקל

זייער געשמאק - קורץ אין שארף

יישר
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

פרשת קדושים

ובקצרכם את קציר ארצכם, לא תכלה פאת שדך.....

די תורה הייבט אן מיט א לשון רבים, "קציר ארצכם" און צום סוף שטייט נאר "פאת שדך" מיט א לשון יחיד.

זאגט ר' יונתן אייבעשיץ. באמת איז די פעלד פון א מענטש נישט די גאנצע זיינס, נאר די לקט שכחה און פאה איז דעם עני'ס, נאר דער אייבירשטער האט עס געלייגט ביי די עק פון זיין פעלד, און דער עושר קען נישט זאגן, עס איז מיינס און איך געב עס, נאר דער ארימאן מעג עס נעמען ווייל ס'איז זיינס.

דאס זאגט די תורה. "ובקצרכם" ווען די שניידסט, זאלסטו וויסן אז ס'איז "קציר ארצכם" ס'איז אויך א חלק פאר דעם עני, ממילא "לא תכלה פאת שדך" זאלסטו זיך נישט אויפפירן ווי ס'איז נאר דיין פעלד, נאר געב דעם עני וואס קומט אים

דער בוכ''ע זאל העלפן, מיר זאלן אלס האבן שפע רב

א גוט שבת
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובה דורך מומחה יוחס »

א נייניקל האט געשריבן:

זייער זייער שיין

ייש"כ
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
ומגביה שפלים
שר חמש מאות
תגובות: 811
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 12, 2022 11:06 pm

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ומגביה שפלים »

א נייניקל האט געשריבן:
פרשת קדושים

ובקצרכם את קציר ארצכם, לא תכלה פאת שדך.....

די תורה הייבט אן מיט א לשון רבים, "קציר ארצכם" און צום סוף שטייט נאר "פאת שדך" מיט א לשון יחיד.

זאגט ר' יונתן אייבעשיץ. באמת איז די פעלד פון א מענטש נישט די גאנצע זיינס, נאר די לקט שכחה און פאה איז דעם עני'ס, נאר דער אייבירשטער האט עס געלייגט ביי די עק פון זיין פעלד, און דער עושר קען נישט זאגן, עס איז מיינס און איך געב עס, נאר דער ארימאן מעג עס נעמען ווייל ס'איז זיינס.

דאס זאגט די תורה. "ובקצרכם" ווען די שניידסט, זאלסטו וויסן אז ס'איז "קציר ארצכם" ס'איז אויך א חלק פאר דעם עני, ממילא "לא תכלה פאת שדך" זאלסטו זיך נישט אויפפירן ווי ס'איז נאר דיין פעלד, נאר געב דעם עני וואס קומט אים

דער בוכ''ע זאל העלפן, מיר זאלן אלס האבן שפע רב

א גוט שבת

א גרויסן שכח געהערט אמאל פון דעם אשכול אבער כבין קיינמאל אריינגעקומען דא באמת א גרויסן שכח און א גוט שבת
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

פרשת אמור

לנפש לא יטמא בעמיו

אינטערעסאנט אנצומערקן פארוואס דוקא א כהן האט די תורה אנגעזאגט אזוי שטארק, אז ער טאר זיך נישט מטמא זיין צו מתים.

זאגט ר''ר יונתן אייבעשיץ. פאריגע וואך ענדיגט זיך די סדרה מיט אן אזהרה, אז מ'טאר נישט מאכן קיין כישוף מיט ביינער פון טויטע מענטשן נאכצופארשן זאכן.
די איינציגסטע וועג וויאזוי מ'מעג פרעגן, איז פונעם באשעפער אליינס, דורך די אורים ותומים

יעצט כדי מזאל חלילה נישט טראכטן אז די כהנים זאגן דעם צווי ה' דורך ביינער פון טויטע, האט די תורה געמוזט עקסטער מזהיר זיין די כהנים זיי זאלן זיך נישט מטמא זיין

זאל שוין מקוים ווערן ואת רוח הטומאה אעביר מן הארץ

א פרייליכן שבת
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

פשיהא א מורא'דיג ווארט
קיינמאל נישט געהערט

יישר כח
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

מומחה יוחס האט געשריבן:פשיהא א מורא'דיג ווארט
קיינמאל נישט געהערט

יישר כח

די ש'כח קומט פאר דיר.
די האסט מיר געבעטן פאר עס, האב איך געמוזט מאכן צייט עס צו לייגן

אבער ס'איז ווערט

ברענגט נאך שיינע טייערע פערל ווערטער
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

פרשת בהר

וישבתם לבטח בארצכם: ונתנה הארץ פרי' וישבתם לבטח עלי'

פארוואס שרייבט די תורה צוויי מאל וישבתם לבטח?
און נאך איז אינטערעסאנט, אין די ערשטע פסוק שטייט בארצכם, ווידער די צווייטע מאל שטייט עלי'.

זאגט דער כתב סופר. עס איז דא אמאל א לאנד וואס האט שלעכטע פירות, דאן האבן די איינוואוינער נישט וואס מורא צו האבן אז איינער דארף זייער לאנד, ווייל עס האט נישט קיין גוטע ערד, האבן זיי נישט מורא פון מלחמה. אבער צווישן זיך לעבן זיי נישט בשלום, ווייל יעדער איז אלץ מקנא דעם צווייטן.
ווייטער אמאל איז דא א לאנד וואס האט זייער גוטע ערד, ס'דא עסן בשפע, און די איינוואוינער זענען צופרידן צווישן זיך, אבער זיי זענען אייביג באזארגט אויב איינער וויל מיט זיי מלחמה האלטן, ווייל דער שונא דארף זייער לאנד מיט די גוטע פירות.

דאס זאגט די תורה. הקב"ה גיבט א ברכה פאר די אידישע קינדער "וישבתם לבטח בארצכם". וויאזוי? דורך "ונתנה הארץ פרי' " וועט יעדער זיין רואיג און צופרידן.
אבער אויב איז דא גוטע פירות, האב איך מורא אז סוועט זיין מלחמה, אויף דעם גיבט דער רבש"ע נאך אן הבטחה, "וישבתם לבטח עלי'"
אז מ'וועט נישט דארפן מורא האבן פון די שונאים.

זאל דער בוכ"ע העלפן ס'זאל שוין זיין ונתתי שלום בארץ

א פרייליכן שבת
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

וואוו א הערליכע שיינע ווארט

ייש"כ
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

מומחה יוחס האט געשריבן:וואוו א הערליכע שיינע ווארט

ייש"כ

יאפ. דאס ווארט האט מיר אויך זייער געכאפט
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

פרשת בחוקתי

ומאה מכם רבבה ירדופו ונפלו אויבכם לפניכם לחרב

שלא כדרך הארץ

וואס וויל רש"י צולייגן אז ס'איז נישט ווי די דרך הארץ?
און אויב וויל רש"י זאגן אז ווייניג וועלן נאכלויפן אסאך, דארף עס שטיין פריער ביי ורדפו חמשה מאה?

עס שטייט אין מדרש אז ווען דוד המלך האט גע'הרג'ט גלית, איז ער אראפגעפאלן אויפן פנים -נישט ווי געווענליך ווען א מענטש פאלט אויפן רוקן- כדי דוד זאל אים גרינג קענען אפשניידן זיין קאפ און נישט דארפן גיין איבריג.

דאס איז פשט, זאגט דער חנוכת התורה. דא האט דער באשעפער געגעבן א צווייטע ברכה פאר די אידן, אז די שונאים וועלן פאלן אויפן פנים, עס זאל זיין גרינג פאר די אידן זיי צו הרג'נען.

דאס איז פשט "ונפלו אויבכם 'לפניכם'" די שונאים וועלן פאלן פאר ענק "אויפן פנים", אויף דעם זאגט רש"י דאס איז "שלא כדרך הארץ".

זאלן מיר שוין זוכה זיין צו אלע גוטע ברכות פון די וואכעדיגע סדרה

א לעכטיגן שבת
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

יישר כח

באמת א הערליכע שיין ווארט

קיינמאל נישט געהערט

נאכאמאל יישר כח
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

מומחה יוחס האט געשריבן:יישר כח

באמת א הערליכע שיין ווארט

קיינמאל נישט געהערט

נאכאמאל יישר כח

ייש"כ.
ס'גיבט די מאאד צו גיין ווייטער
געטובל'ט און ארויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 424
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 01, 2021 9:19 am

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געטובל'ט און ארויס »

ישר כח!
איך האב הנאה פון דעם יעדע וואך.
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1188
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע: אלל אווער דעי פלעיס

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

געטובל'ט און ארויס האט געשריבן:ישר כח!
איך האב הנאה פון דעם יעדע וואך.

גאמ
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

ערעב איד האט געשריבן:
געטובל'ט און ארויס האט געשריבן:ישר כח!
איך האב הנאה פון דעם יעדע וואך.

גאמ

ייש"כ עס שמעקט צו הערן...........
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

פרשת במדבר

ואלה תולדות אהרן ומשה... ואלה שמות בני אהרן

כל המלמד את בן חבירו תורה כאילו ילדו (רש"י)

די תורה הייבט אן מיט די קינדער פון אהרן און משה, און רעכנט נאר אויס די קינדער פון אהרן.

נאך איז שווער פארוואס שטייט קודם "אהרן ומשה", און נאכדעם ווען מ'רעכנט זיי אויס שטייט נאר בני אהרן?
נאך איז אינטערעסאנט, אויב איז המלמד את בן חבירו תורה כאילו ילדו, האט דאך משה געלערנט מיט זיי תורה בעפאר אהרן, נו. דארף שטיין "אלה תולדות משה" און דאן אהרן?

זאגט דער כתב סופר. זיי זענען טאקע געווען קודם די קינדער פון משה, ווייל ער האט זיי געברענגט לחיי עוה"ב, און דאס איז מער ווי א טאטע וואס ברענגט א מענטש נאר לעולם הזה.
אבער איינמאל א טאטע לערנט תורה הייסט ער זיכער כאילו ילדו, ווייל ער איז מנחיל פאר זיין קינד סיי די וועלט און סיי עולם הבא

דאס איז פשט "ואלה תולדות אהרן" קודם זענען זיי געווען די קינדער פון אהרן, ווייל ער האט זיי געברענגט אויף די וועלט, אבער איינמאל זיי האבן אנגעהויבן לערנען "ומשה" זענען זיי געווארן די קינדער פון משה, הערשט נאכדעם ווען אהרן איז געווארן א כהן און האט אנגעהויבן לערנען דעם דרך ה' פאר זיינע קינדער, זאגט די תורה "ואלה תולדות אהרן" דייקא, ווייסט פארוואס?! ווייל "הכהנים" זיי זענען געווארן תלמידים פון זייער טאטע, ממילא הייסט עס אויף זיין נאמען

זאלן מיר זוכה זיין צו והאר עינינו בתורתך

א גוט שבת און א פרייליכן יו"ט

פרשת נשא

ואיש את קדשיו לו יהי', איש אשר יתן לכהן לו יהי'
ממון הרבה (רש''י)

די גמרא אין מס' ברכות רעדט פון די חיוב מעשר, זאגט די גמרא. דורות הראשונים היו מכניסין פירותיהם דרך פתחיהם כדי לחייבן במעשר, ודורות האחרונים היו מביאין דרך גגיהן וקרפיפיותיהן כדי לפטרן מן המעשר, ווייל די חיוב מעשר גייט נאר ארויף אויף פירות וואס האבן געזען פני הבית, משא''כ ווען מ'האט עס אריינגעברענגט דורך די דאך, איז עס פטור פון מעשר.

פרעגט די הייליגע חתם סופר, רעדט דען די גמרא פון רשעים, וואס ווילן נישט געבן קיין מעשר?
און נאכמער, מיר ווייסן דאך אז מעשר מאכט רייך, "עשר בשביל שתתעשר", נו. די דורות האחרונים האבן נישט געדארפט קיין געלט, אז זיי האבן זיך געוואלט פטר'ן פון מעשר?
נאר, זאגט דער חת''ס. די שכר פון א מצוה קען מען נישט באצאלן אויף די וועלט, ווייל די גאנצע וועלט איז נישט גענוג פאר איין מצוה, נאר אויף וואס באקומט מען יא שכר אויף די וועלט?! אויב טוט מען א מצוה וואס מ'איז נישט מחיוב, דאן באקומט מען שכר אויף די מצוה.
יעצט, די דורות הראשונים האבן געטון די מצוות ווייל דער בוכ''ע האט געהיייסן, און נישט פאר די שכר, ווייטער די שפעטערדיגע דורות האבן יא געדארפט שכר אויף זייערע מצוות אויף די וועלט אויך, האבן זיי קודם גע'פטר'ט די תבואה פון מעשר, און איינמאל זיי זענען נישט געווען מחיוב, האבן זיי אפגעשיידט מעשר און יעצט האבן זיי באקומען שכר ווייל זיי האבן געטון לפנים משורת הדין

דאס זאגט דער פסוק. "איש את קדשיו לו יהי'" איינער וואס זיינע קדשים (מעשר) איז זיינס, און נאכדעם "איש אשר יתן לכהן", מיט דעם אלעם גיבט ער עס פארן כהן, "לו יהי'" זאגט רש''י, ממון הרבה, ווייל ער באקומט שכר אויף די וועלט

זאלן מיר אלע זוכה זיין צו אסאך געלט

א גוט שבת
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

א נייניקל האט געשריבן:
פרשת במדבר

ואלה תולדות אהרן ומשה... ואלה שמות בני אהרן

כל המלמד את בן חבירו תורה כאילו ילדו (רש"י)

די תורה הייבט אן מיט די קינדער פון אהרן און משה, און רעכנט נאר אויס די קינדער פון אהרן.

נאך איז שווער פארוואס שטייט קודם "אהרן ומשה", און נאכדעם ווען מ'רעכנט זיי אויס שטייט נאר בני אהרן?
נאך איז אינטערעסאנט, אויב איז המלמד את בן חבירו תורה כאילו ילדו, האט דאך משה געלערנט מיט זיי תורה בעפאר אהרן, נו. דארף שטיין "אלה תולדות משה" און דאן אהרן?

זאגט דער כתב סופר. זיי זענען טאקע געווען קודם די קינדער פון משה, ווייל ער האט זיי געברענגט לחיי עוה"ב, און דאס איז מער ווי א טאטע וואס ברענגט א מענטש נאר לעולם הזה.
אבער איינמאל א טאטע לערנט תורה הייסט ער זיכער כאילו ילדו, ווייל ער איז מנחיל פאר זיין קינד סיי די וועלט און סיי עולם הבא

דאס איז פשט "ואלה תולדות אהרן" קודם זענען זיי געווען די קינדער פון אהרן, ווייל ער האט זיי געברענגט אויף די וועלט, אבער איינמאל זיי האבן אנגעהויבן לערנען "ומשה" זענען זיי געווארן די קינדער פון משה, הערשט נאכדעם ווען אהרן איז געווארן א כהן און האט אנגעהויבן לערנען דעם דרך ה' פאר זיינע קינדער, זאגט די תורה "ואלה תולדות אהרן" דייקא, ווייסט פארוואס?! ווייל "הכהנים" זיי זענען געווארן תלמידים פון זייער טאטע, ממילא הייסט עס אויף זיין נאמען

זאלן מיר זוכה זיין צו והאר עינינו בתורתך

א גוט שבת און א פרייליכן יו"ט

פארגעסן לעצטע וואך צו שרייבן - ייש''כ א געשמאקע ווארט
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

א נייניקל האט געשריבן:
פרשת נשא

ואיש את קדשיו לו יהי', איש אשר יתן לכהן לו יהי'
ממון הרבה (רש''י)

די גמרא אין מס' ברכות רעדט פון די חיוב מעשר, זאגט די גמרא. דורות הראשונים היו מכניסין פירותיהם דרך פתחיהם כדי לחייבן במעשר, ודורות האחרונים היו מביאין דרך גגיהן וקרפיפיותיהן כדי לפטרן מן המעשר, ווייל די חיוב מעשר גייט נאר ארויף אויף פירות וואס האבן געזען פני הבית, משא''כ ווען מ'האט עס אריינגעברענגט דורך די דאך, איז עס פטור פון מעשר.

פרעגט די הייליגע חתם סופר, רעדט דען די גמרא פון רשעים, וואס ווילן נישט געבן קיין מעשר?
און נאכמער, מיר ווייסן דאך אז מעשר מאכט רייך, "עשר בשביל שתתעשר", נו. די דורות האחרונים האבן נישט געדארפט קיין געלט, אז זיי האבן זיך געוואלט פטר'ן פון מעשר?
נאר, זאגט דער חת''ס. די שכר פון א מצוה קען מען נישט באצאלן אויף די וועלט, ווייל די גאנצע וועלט איז נישט גענוג פאר איין מצוה, נאר אויף וואס באקומט מען יא שכר אויף די וועלט?! אויב טוט מען א מצוה וואס מ'איז נישט מחיוב, דאן באקומט מען שכר אויף די מצוה.
יעצט, די דורות הראשונים האבן געטון די מצוות ווייל דער בוכ''ע האט געהיייסן, און נישט פאר די שכר, ווייטער די שפעטערדיגע דורות האבן יא געדארפט שכר אויף זייערע מצוות אויף די וועלט אויך, האבן זיי קודם גע'פטר'ט די תבואה פון מעשר, און איינמאל זיי זענען נישט געווען מחיוב, האבן זיי אפגעשיידט מעשר און יעצט האבן זיי באקומען שכר ווייל זיי האבן געטון לפנים משורת הדין

דאס זאגט דער פסוק. "איש את קדשיו לו יהי'" איינער וואס זיינע קדשים (מעשר) איז זיינס, און נאכדעם "איש אשר יתן לכהן", מיט דעם אלעם גיבט ער עס פארן כהן, "לו יהי'" זאגט רש''י, ממון הרבה, ווייל ער באקומט שכר אויף די וועלט

זאלן מיר אלע זוכה זיין צו אסאך געלט

א גוט שבת

זייער שיין

ייש"כ
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

מומחה יוחס האט געשריבן:פארגעסן לעצטע וואך צו שרייבן - ייש''כ א געשמאקע ווארט

נישט קיין פראבלעם.
ייש''כ
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1188
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע: אלל אווער דעי פלעיס

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

זייער שיין, גיי אן!
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

ערעב איד האט געשריבן:זייער שיין, גיי אן!

ייש''כ פארן לאזן וויסן
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: א ווארט אויף די פרשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

פרשת בהעלותך

אנחנו טמאים לנפש אדם, למה נגרע להקריב קרבן ה' בתוך בני ישראל

די שאלה "למה נגרע" איז זייער אינטערעסאנט. זיי האבן דאך יעצט געזאגט אז זיי זענען טמא, אויב אזוי וויסן זייי דאך אז זיי קענען נישט מקריב זיין דעם קרבן פסח. דאן וואס פרעגן זיי למה נגרע?

עס איז באקאנט, אז עס איז דא מצוות וואס נישט יעדער קען מקיים זיין. לדוגמא, זאכן וואס גייט נאר אן ביי א כהן, מצוות התליות בארץ, וכו'. און גאנץ כלל ישראל טוט עס מקיים זיין בכללות דורך דעם כח האחדות, ווען מ'איז זיך מאחד איז עס אזויווי יעדער טוט עס, פארדעם זאגן מיר פאר יעדע מצוה בשם כל ישראל, כדי זיך מאחד צו זיין מיט גאנץ כלל ישראל.

זאגט דער הייליגער צאנזער רב. די אידן האבן געזאגט פאר משה רבינו, "אנחנו טמאים לנפש אדם" מיר ווייסן טאקע אז מיר קענען נישט מקריב זיין בפועל א קרבן פסח, אבער "למה נגרע להקריב קרבן ה' 'בתוך' בני ישראל" פארוואס פילן מיר נישט אז מיר זענען מקיים די מצוה צוזאמען מיטן כלל ישראל.
אויף דעם האט דער רבוש''ע געזאגט, ווייל זיי האב אן עקסטערע מצוה פון פסח שני, ממילא דארפן זיי נישט מאכן א פסח ראשון, און ס'איז נישט א מצוה וואס זי דארפן מקיים זיין, פילן זיי נישט ווי זיי האבן עס געטון

זאל מיר זוכה זיין צו טון די מצוות ליחדא שמא דקוב''ה ושכנתי'

א פרייליכן שבת
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”