פרקי אבות פרק ה

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

פרקי אבות פרק ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

בַּעֲשָׂרָה מַאֲמָרוֹת נִבְרָא הָעוֹלָם, וּמַה תַּלְמוּד לוֹמַר, וַהֲלא בְּמַאֲמַר אֶחָד יָכוֹל לְהִבָּרְאוֹת, אֶלָּא לְהִפָּרַע מִן הָרְשָׁעִים שֶׁמְּאַבְּדִין אֶת הָעוֹלָם שֶׁנִּבְרָא בַּעֲשָׂרָה מַאֲמָרוֹת, וְלִתֵּן שָׂכָר טוֹב לַצַּדִּיקִים שֶׁמְּקַיְּמִין אֶת הָעוֹלָם שֶׁנִּבְרָא בַּעֲשָׂרָה מַאֲמָרוֹת:

די עשרה מאמרות זענען ווי פאלגענד:
א) בראשית ברא (בראשית נמי מאמר)
ב) ויאמר אלקים יהי אור
ג) יהי רקיע
ד) יקוו המים
ה) תדשא הארץ
ו) יהי מאורות
ז) ישרצו המים
ח) תוצא הארץ (בריאת החיות)
ט) נעשה אדם
י) לא טוב היות אדם לבדו

שטייט אין זוהר די עשרה מאמרות אביסל אנדערשט,
דארטן שטייט אז די עשרה מאמרות זענען קעגן די עשרת הדברות, ווי פאלגענד:
א) אנכי ד' אלקיך נגד ויאמר אלקים יהי' אור,
ב) לא יהי' לך נגד יהי' רקיע,
ג) לא תשא את שם נגד יקוו המים,
ד) זכור את יום השבת נגד תדשא הארץ דשא,
ה) כבד את אביך, נגד יהי' מאורות,
ו) לא תרצח נגד ישרצו המים,
ז) לא תנאף נגד תוציא הארץ חי',
ח) לא תגנוב נגד הנה נתתי לכם,
ט) לא תענה נגד נעשה אדם,
י) לא תחמוד נגד לא טוב היות אדם לבדו,
(אין ס' עיר דוד, איז ער מקשר יעדע מאמר פון די עשרת הדברות, בדרך דרוש הפלא ופלא)

א) בעשרה מאמרות, בראשית איז אויך א מאמר, פארוואס שטייט טאקע נישט בראשית מיט א לשון ויאמר, נאר וויבאלד די ערשטע דיבור איז נאך גארנישט געוועהן אויף דער וועלט, דער באשעפער האט באשאפן א יש מאין, דעריבער שטייט נישט ויאמר וואס איז ממש א עשי',
(מהרש"א ר"ה)

ב) מען פרעגט אויף דעם מהרש"א, אז לכאורה ביים באשעפער איז נישט קיין חילוק צו א יש מאין צו א יש פון א יש, נאר די תי' איז אז וויבאלד יעדער דיבור פון הקב"ה ווערט באשאפן א מלאך, און דער ערשטע טאג איז נישט געוועהן קיין מלאכים, ווי ס'שטייט ויהי ערב יום אחד, אז דער באשעפער איז געוועהן אליין, די מלאכים זענען הערטש באשאפן געווארן ביום ב', ממילא קען נישט שטיין דעם ערטשן טאג ויאמר, ווייל מיט א ויאמר ווערט באשאפן מלאכים.
(נועם מגדים)

ג) עשרה מאמרות, בראשית איז די ערשטע מאמר, בראשית מיינט במחשבה אז במחשבה האט דער באשעפער קודם באשאפן די וועלט, יעדער איד וויל זיין גוט, אפי' במעשה טוט ער נישט גוט, אבער במחשבה וויל ער זיין גוט, דעריבער בעטן מיר אין סליחות, תאזין שעותינו, שעותינו איז א לשון פון מחשבה, ותקשיב מנו מאמר, אונזער מחשבה זאל זיין חשוב ווי א מעשה , כיום ויקרא בשם ד' ושם נאמר, פונקט ווי די עשרה מאמרות ווערט אויך די מחשבה (בראשית) נחשב ווי א מאמר, אזוי אויך זאל זיין חשוב אונזער מחשבה ווי א מעשה.
(עטרת ישועה מועדים – דזיקוב)

ד) שמקיימים את העולם שנברא בעשרה מאמרות, די גאנצע בריאה פון ששת ימי בראשית, איז געשטאנען אונטער א פראגע, צו אידן וועלן מקבל זיין די תורה, ווייל אויב חלילה נישט וואלט די וועלט געווארן צוריק תהו ובהו, די עשרה מאמרות זענען קעגן די עשרת הדברות ווי דערמאנט אויבן פון זוה"ק, קומט אויס ווען א איד לערנט די תורה האלט ער אן די גאנצע וועלט.
עזר מיהודא גאב"ד וויען)

ה) במאמר א' יכול להבראות, דער באשעפער האט געוואלט באשאפן די וועלט בלויז מיט איין מאמר, דאס איז מדת הדין, ער האט געזעהן ס'וועט נישט האבן קיין קיום, האט ער צוגעשטעלט מדת הרחמים דאס זענען אלע אנדערע מאמרות.
(ר"מ מקאזניץ)

ו) ליתן שכר טוב לצדיקים שמקיימים את כל העולם שנברא בעשרה מאמרות, די צדיקים ווי ר' שמעון בר יוחאי, וואס האט געהאלטן די גאנצע וועלט, יכול לפטור את העולם, עס איז באקאנט צווישן חסידים אז דער טאטע פון בעשה"ק האט באקומען די מתנה אזא זון, ווייל ער האט אמאל געלערנט פורים ווען קיינער האט נישט געלערנט, און די גאנצע וועלט האלט זיך געהאלטן אויף זיין תורה, דעריבער האט באקומען א מתנה אזא זון, וואס האט טאקע באלאכטן די וועלט.

ז) בעשרה מאמרות, פונקט ווי א כלי א מאשין, אויב ער איז איין שטיק, קען מען אים לייכט צוברעכן און גרינג פארעכטן, אבער אויב ער איז צוזאמען געשטעלט פון אסאך שטיקלעך, קען מען אים נישט אזוי גרינג צוברעכן, ווייל אז מ'צוברעכט דאס, צוברעכט מען נאר א קליינע טייל, אבער צו פארעכטן דאס איז שוין יא זייער שווער, ווייל מ'דארף צונעמען די גאנצע מאשין, דאס איז להפרע מן הרשעם, וליתן שכר טוב לצדיקים.
חיד"א, ר"ש בראך, והרבה מפרשים)

ח) והלא במאמר א' יכול וכו', עס שטייט פון ר"מ מקאברין, די גמ' זאגט ווען משיח וועט קומען, וועט יעדער וויינען ווען מ'וועט זעהן דעם יצה"ר, די רשעים וועלן זעהן א חוט השערה, און די צדיקים א בארג, שטעלט זיך די קושיא וואס איז טאקע דער יצה"ר, א האר אדער א בארג?, דער תי' איז באמת איז דער יצה"ר נאר א האר, דער צדיק צוברעכט דעם האר קומט נאך א יצה"ר א נייע האר, במשך הימים פון אזויפיל צוברעכן דער יצה"ר – האר ווערט דערפון א בארג, אבער דער רשע ביי אים בלייבט דאס א האר טאקע נאר איין האר עכ"ד, במאמר אחד יכול להבראות דאס זאגט מען פארן רשע, איין מאמר זיי מקיים, איין האר זאלסטו צברעכן, אבער דער צדיק ער איז מקיים העולם שנברא בעשרה מאמרות ס'וועט א בארג מיט האר,
המלקט בדרך רמז)

ט) עשרה מאמרות, מ'זעהט די גאנצע וועלט מסוף העולם ועד סופו, אלע חשבונות גייען אויף 10, 10 מאל 10 איז הונדערט, און 10 מאל הונדערט איז טויזענט, און אלע לענדער און אלע שפראכן רעכנט מען אזוי די חשבונות, פון ווי נעמט זיך טאקע די יסוד, פון עשרה מארות, וויבאלד די וועלט איז באשאפן געווארן מיט 10 גייט אלע חשבונות מיט צעהן.
(בעלי מוסר)
הוספה, מענין לענין, זעהט מען איבעראל אין די גאנצע וועלט, מען רעכנט די וואך פון זיבן טעג, באמת איז זיבן זייער א שווערע נומער, עס שטימט נישט מיט גארנישט, נישט מיט קיין חדשים נישט מיט קיין יארן, ס'איז נישט אהער און נישט אהין, עס וואלט פיל באקוועמער געוועהן פאר די גוים צו מאכן א וואך פון 6 אדער 8 טעג, נישט זיבן, נאר פון דא זעהן מיר, אז אלעס גייט נאכן מקור, נאך די ששת ימי בראשית, וואס דעמאטץ איז די וועלט באשאפן געווארן איז זיבן טעג, וואס דאס האט קבוע געוועהן א וואך פאר זיבן טעג,
(בעלי מוסר)

י) עשרה מאמרות, א מענטש ווערט אנגערופן א עולם קטן, תוס' אין מס' ב"ק זאגט, ס'איז דא 3 שותפים אין א מענטש, קב"ה, טאטע, און מאמע, טאטע און מאמע געבן אריין אינעם קינד יעדער באזונער פינעף חלקים, קב"ה כביכול לייגט אריין אין א מענטש צעהן חלקים, דאס איז די עשרה מאמרות נברא העולם, דער מענטש דער עולם קטן.
(עזר מיהודא גאב"ד וויען זצ"ל)

יא) לְהִפָּרַע מִן הָרְשָׁעִים שֶׁמְּאַבְּדִין אֶת הָעוֹלָם שֶׁנִּבְרָא בַּעֲשָׂרָה מַאֲמָרוֹת,
עס קומט אויס א א גרויסע חידוש להלכה פון די משנה, למשל איינער האט געקויפט א אתרוג פאר 300$, און איינער האט דאס שאדן געמאכט, איז די שאלה צו דארף ער אים באצאלן גאנצע 300, אדער ניין ער זאל אים באצאלן נאר וויפיל ס'קאסט א כשר'ע אתרוג, אבער פון דעי משנה זעהט מען, אז במאמר א' יכול להבראות, באמת קען מען באשאפן די וועלט מיט איין מאמר, נאר ווייל מ'האט צוגעלייגט מאמרים, דאס איז כדי צו באצאלן פאר די רשעים, קומט אויס לפי זה פונקט אזוי ביי אונז, ווען באמת איז דער אתרוג נאר ווערט 50 אבער אויב ער האט באצאלט 300, דארף מען אים באצאלן גאנצע 300,
( הגאון ר' חיים פלאגי מחכמי ספרד)
הוספה: אין פי' ר"י יעב"ץ אויף אבות, פרעגט אויף די משנה, אט די קושיא, צו וועל איך טאקע זאגן אז איינער קויפט א חפץ וואס איז ווערט נאר איין זוז, און קויפט דאס פאר 10 זוז, און איינער מאכט דאס שאדן זאל ער אים באצאלן די גאנצע זאך?, דעריבער האט ער א לענגערע ביאור אויף די משנה,
אבער לענינינו וועט לכאורה אויסקומען א מחלוקה צווישן הר"י יעב"ץ און ר' חיים פלאגי, אין אזא פאל ווען איינער מאכט שאדן א זאך, וואס יענער האט באצאלט מער ווי די ווערד, אז ר"ח פלאגי האלט מ'דארף יא באצאלן דאס גאנצע, און הר"י יעב"ץ האלט אז נישט, און לפלא אז ביידע דרינגען זיך דאס ארויס פון די זעלבע משנה:

יב) בעשרה מאמרות, רש"י הייבט אן פ' בראשית, לא הי' התורה להתחיל אלא מהחודש הזה לכם,, נאר די תורה הייבט אן מיט בראשית, צו ווייזן אז די וועלט איז געוועהן זיינ'ס, און ער האט דאס געגעבן פאר די אידן, און מיט רעכט אוועק גענומען פון די גוים, זאגט די משנה בעשרה מאמרות נברא העולם, און די ערשטע מאמר איז בראשית, והלא במאמר אחד יכול להבראות, עס איז דאך נישט קיין חידוש פאר אונז, אז דער באשעפער קען באשאפן די וועלט, נאר כדי להפרע מן הרשעים וליתן שכר לצדיקים, כדי אוועק צו נעמען א"י פון די כנענים, און געבן פאר די אידן, הייבט מען אן די תורה מיט בראשית.
(פרקי מהריא"א – עדעלין, חתן הרה"ק מקרעסטיר)

יג) יעדע איד טראגט דעם נאמען "יוד", קען זיין די מקור איז אט די משנה, בעשרה מאמרות נברא העולם, אז די האלסט די וועלט מיט די עשרה מאמרות, ביסטו א איד.
(המלקט, אפשר איז די זכרון א גנב)

יד) עשרה מאמרות לפרע מן הרשעים, די עשרה מאמרות זענען קעגן די עשר מכות, והלא במאמר אחד וכו', נאר ס'דארף זיין דווקא 10 כדי, להפרע מן הרשעים צו געבן פאר די מצרים 10 מכות,
(אבני נזר)
הוספה: פון הרה"ק מקאצק שטייט, אז די עשר מכות זענען קעגן די עשרה מאמרות, ביי מכות חשך, האט מען צוגענומען דעם מאמר יהי אור פון די מצרים און דערפאר איז געווארן טונקל,
(אפשר וועלן מיר משלב זיין די עשרה מאמרות מיט די עשר מכות, ועוד חזון)

טו) שטייט פון חז"ל אז חבקוק האט מעמיד געוועהן די תורה על אחת, וצדיק באמנתו יחי', אז די גאנצע תורה לייגט אין איין ווארט, אמונה, וואלט דאך לכאורה געקענט א מענטש ארויף קומען אויף יענע וועלט, און זאגן כ'האב געהאט אמונה, און קיינער וועט נישט עדות זאגן פארקערט, דעריבער דארף א מענטש האלטן אלע הלכות, כדי ער אליין זאל סוף טאג עדות זאגן, וחותם יד כל אדם בו, צו ער האט מקיים געוועהן די תורה, בעשרה מאמרות נברא העולם, והלא במאמר אחד, ס'וואל ווען געוועהן גענוג אחד, אמונה בד' אחד, פארדעם שטייט, ליתן שכר טוב ולהפרע, כדי צו קענען געבן דין וחשבון.
פרקי מהריא"א)

טז) די עקזיסטענץ פון די וועלט איז נאר די תורה, און די תורה אליין האמיר נאר באקומען נאך אסאך טענות, די מלאכים הבאן געטענה'ט בר מצרא, משה רבינו האט געזאגט, כלום יצה"ר יש ביניכם, ס'שטייט דאך אין די תורה לא תגנוב, לא תנאף, לא תרצח, בזכות די טענות האמיר באקומען די תורה, שטייט פון קדמונים, אז אין אנכי ליגט מרומז אלע מצות עשה, און לא יהי לא ליגט אלע ל"ת, זאגט די משנה בעשרה מאמרות נברא העולם, די וועלט האט א קיום אדאנק די עשרת הדברות נגד עשרה מאמרות, והלא במאמר אחד יכול להבראות, פון איין דיבור אליין, פון אנכי קען מען שוין וויסן אלע מצות עשה, נאר ליתן שכר טוב, אין טוב אלא תורה כדי ו געבן די תורה פאר אידן האט מען געמוזט מאכן מער דברות, לא תגנוב לא תחמוד, כדי צו ענפערן פאר די מלאכים
(המלקט)

יז) מקיימים את כל העולם שנברא בעשרה מאמרות,
לאמיר אריין שאפאצירן אין א קליינע כאטקע אין כינע, דארטן וואוינט א גוי וואס הייסט אינק פינק, דער גוי האט א אייזן מיט א קוועטשער, יעדע סעקונדע געט ער א קוועטש, און ס'ווערט געמאכט א פיצעלע רעדעלע, ער נעמט צוזאמען סוף טאג אלע רעדעלעך, טראגט דאס אריבער צו א פאבריק, די פאבריק מאכט זייגער'לעך, און כדי א זייגער זאל לויפן מוז מען האבן אט די פיצעלע רעדעלעך, אינעם פארבריק ארבעטן טויזנטער גוים, מיט מאשינען טאג און מאכט, ביז עס ווערט צוזאמען געשטעלט א "זייגער",
א טראק פיקט אויף די זייגער'ס, טראגט דאס צום שיף, דער שיף, ברענגט דאס אריבער קיין אמעריקע, ביים פארט איז דא טוינזטער מאשינען הייבער'ס וואס לאדענען אפ דעם שיף, איין קאנטעינער קומט אן צו א וועיר האוז, וואס דארט ליגט שוין פארפאקט אונזער "זייגער", איין טאג קומט א טראק, און פירט דעם זייגער קיין וויליאמסבורג, צו קויפמאן עלעקטראניק'ס,
פונקט יענעם טאג קומט אריין א בחור'ל און בעט א זייגער, מר. קויפמאן פארקויפט אים דעם זייגער, דער בחור טראגט דאס אהיים און ניצט דאס פאר זיין געברויך,
יעצט לאמיר מאכן א חשבון (מקען נישט אפילו ווען מ'וויל) וויפיל מענטשן האבן געארבעט פאר דעם זייגער?
ס'איז עד אין שיעור ועד אין ערך, טויזנטער טויזנטער מיליאנען מענטשן אן א סוף, למשל דעם שיף אליין, צוזאמען שטעלן אזא שיף האבן געארבעט 1000'טער מענטשן, די לעקטער'ס אויפן שיף קומען פון טיילאנד וואס צו ברענגען די לעקטער'ס האבן געארבעט 1000'טער מענטשן, דער בענקל אויף וואס דער קאפיטאן זיצט קומט פון א פערדע מדינה, און אזוי ווייטער קען מען אריין גיין טיפער און טיפער ממש אן א סוף, יעדע טראק וואס טראגט די סחורה, איז צוזאמען געשטעלט פון 1000'טער שטיקער אויף וואס 1000'טער מענטשן האבן געארבעט,
יעצט צוריק צום ענין, אויב דער בחור ניצט אויס דעם זייגער צו תורה, ער שטייט אויף פארטאג'ס אדאנק דעם זייגער, דעמאטץ אלע מילאנען מענטשן וואס האבן געארבעט פאר דעם זייגער האבן א עלי', און ווערן נתעלה צום תכלית,
אבער אויב חלילה דער בחור ניצט דעם זייגער אויף שלעכטן, דאן די אלע מיליאנען מענטשן וואס האבן געארבעט פאר דעם זייגער, באקומען א ירידה,
אט דאס איז דער פשט מקיימים את העולם שנברא בעשרה מאמרות
(מפי המלמד שלי הגר"י גאלדמאן שליט"א)
לעצט פארראכטן דורך שאץ מאץ אום מאנטאג אוגוסט 25, 2008 6:38 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

עֲשָׂרָה דוֹרוֹת מֵאָדָם וְעַד נחַ, לְהוֹדִיעַ כַּמָּה אֶרֶךְ אַפַּיִם לְפָנָיו, שֶׁכָּל הַדּוֹרוֹת הָיוּ מַכְעִיסִין וּבָאִין, עַד שֶׁהֵבִיא עֲלֵיהֶם אֶת מֵי הַמַּבּוּל:
עֲשָׂרָה דוֹרוֹת מִנּחַ וְעַד אַבְרָהָם, לְהוֹדִיעַ כַּמָּה אֶרֶךְ אַפַּיִם לְפָנָיו, שֶׁכָּל הַדּוֹרוֹת הָיוּ מַכְעִיסִין וּבָאִין, עַד שֶׁבָּא אַבְרָהָם אָבִינוּ וְקִבֵּל שְׂכַר כֻּלָּם:


די משנה קומט אונז צו לערנען, אז פונקט ווי א סוחר אין זיין געשעפט, וועט אינוועסטירן אסאך געלט, כאטש עס ווערט פארלוירן אסאך געלט, אבער אויב צום סוף פארדינט ער, דן האט זיך געלוינט דאס גאנצע אינוועסטירן, די זעלבע פון אדם ביז נח, און פון נח ביז אברהם, כאטש די דורות זענען געוועהן מכעיסין ובאין, אבער פאר אזעלכע צדיקים ווי נח און אברהם, האט זיך געלוינט צו ווארטן,
(בעלי מוסר)


ביי נח שטייט נישט קבל שכר כולם אזוי ווי ס'שטייט ווייטער ביי אברהם, ווייל נח האט נישט מתפלל געוועהן פאר זיין דור, דערפאר ווערט די מבול אנגערופן אויף נח'ס נאמען,
(ראשונים)

די משנה קומט אונז צו לערנען אפי' אין טיפן גלות, זאל מען ארויס לערנען א מוסר אז די ארך אפים פון הקב"ה האט א שיעור, און אמאל וועט מען באצאלן פאר די עוברי עבירה,
(רבינו יונה)

די דור פון נח איז נישט ניצול געווארן, ווייל עס זענען נאר געוועהן 8 צדיקים, נח שם חם יפת און די ווייבער, און כדי די וועלט זאל בלייבן שטיין מוז זיין כאטש 10 צדיקים, און דאס איז די המשך פון די פאריגע משנה, בעשרה מאמרות נברא העולם, וואס זיי די וועלט איז באשאפן מוז זיין כאטש צעהן צדיקים זאלן מגין זיין, והא ראי' בימי נח איז נישט געוועהן קיין 10 איז די וועלט חרוב געווארן,
(בן איש חי)

בין אדם לנח, בין נח לאברהם, צווישן די מספר אדם און די מספר פון נח, איז "דאגה" פון אדם הראשון איז דא די דאגה אויף די וועלט, פון מספר נח ביז מספר אברהם איז די גימ' פון קיץ, ווייל אברהם האט געברענגט די סוף פון די דאגה, ס'זאל נישט ווערן מער די דאגות,
(בן איש חי)

עשרה דורות, וואס איז די חשבון פון 10 דורות,מ'געפינט אין די תורה לא יבא עמוני עד דור עשירי, פארוואס עפעס דווקא 10, נאר די חשבון איז זייער שיין, יעדער מענטש האט א האלבע חלק אין זיין קינד, און א פערטל חלק אין זיין אייניקל, מיט יעדע דור ווערט דאס געדאפלט אזוי
2, 4, 8, 16, 32, 64, 128, 256, 512, 1024, דער נומער 1024 איז שוין די 10'טע דור, און די כלל איז א זאך וואס ווערט נישט בטל אבער באלף ווערט יא בטל, דעריבער שטייט אלץ עד דור עשירי, דער צענטע דור האט אט די חשבון,
(הגה"ק מאסטראווצע)

מכעיסין ובאין, די רשעים וואס האבן געזינדיגט, זענען נאכאמאל אראפ געקומען, זיי זענען נתגלגל געווארן נאכאמאל, מכעיסין ובאין,
(החיד"א)

אברהם אבינו קבל שכר כולם, איז שווער פון ווי קומט די שכר, זיי זענען דאך נישט געוועהן קיין צדיקים מיט שכר? נאר צדיקים טייטשן כל ישרא' יש להם חלק, יעדער איד האט עפעס א חלק טוב, אין יעדן מענטש איז דא באהאלטן א ניצוץ טוב, אברהם אבינו האט ארויס גענומען פון יעדן איינעם זיין חלק טוב, וקבל שכר כולם,
(המלקט)
לעצט פארראכטן דורך שאץ מאץ אום מאנטאג אוגוסט 25, 2008 6:39 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

גלייב מיר אז די "המלקט" תורות קוק איך די ערשטע ... און זיי זענען גאנץ גוט.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

עֲשָׂרָה נִסְיוֹנוֹת נִתְנַסָּה אַבְרָהָם אָבִינוּ, וְעָמַד בְּכֻלָּם, לְהוֹדִיעַ כַּמָּה חִבָּתוֹ שֶׁל אַבְרָהָם אָבִינוּ:

עס שטייט דא אברהם "אבינו", ווייל א"א האט איינגעפלאנצט אין זיינע קינדער, די מדה פון זיך מתגבר זיין אויף אלע נסיונות,
(מדרש שמואל)

אברהם אבינו ווערט אנגערופן אבינו, נישט נח, ווייל דער סדר העולם איז, יעדע טאטע געט אריין א כח אין זיינע קינדער, און זיי זאלן אויך מעמיד זיין דורות, פארדעם איז בני בנים הרי הם כבנים, אבער אברהם אבינו איז געוועהן א עקר, ער האט נישט געהאט קיין קינדער, די ברכה פון קינדער האט ער באקומען אדאנק זיין התגברות, אויף אלע נסיונות, קומט אויס אז יצחק אבינו איז געבוירן געווארן ביי אברהם, נישט מכח זיין טאטן תרח, ווייל א"א איז דאך געוועהן א עקר, פארדעם זאגט די משנה, עשרה נסיונות נתנסה אברהם, וואס מכח דעם האט ער באקומען א ברכה צו האבן קינדער, פארדעם רופט מען אים "אבינו".
(ר' שלומה קלוגער בס' מגון אבות)

דער הייליגער קדושת יו"ט זאגט אז א"א בשעת די עקידה, האט פארלוירן אלע זיינע מדריגות, ער איז געוועהן ווי א איש פשוט, ממילא איז זייער שווער געוועהן די לעצטע נסיון פון די עקידה ע"כ, זיין אייניקל דער ברך משה האט צוגעלייגט א שיינע טעם, לכאורה פארוואס טאקע האט א"א פארלוירן אלע זיינע מדריגות, ווייל הקב"ה האט געזעהן ס'וועט קומען א צייט ווי אונזער דור, וואס מיר וועלן זיין ארעם פון מדריגות, מיט וועלכן כח וועלן מיר זיך קענען האלטן, פארדעם האט מען אוועק גענומען די מדריגות כדי צו געבן א כח פאר אונזער דור, אפי' אן קיין כח און קיין מדריגות זאלן מיר זיך קענען האלטן ע"כ, דאס זאגט די משנה, עשרה נסיונות נתנסה א"א אבינו, און די צענטע איז געוועהן די עקידה, וואס בשעת מעשה האט ער פארלוירן אלע מדריגות, להודיע כמה חבתו של א"א, די חבה וואס אברהם אבינו האט צו זיינע קינדער, וואס מיט דעם כח האט ער אינזינען געהאט אונזער דור אויך אן קיין מדריגות.
(המלקט)

עֲשָׂרָה נִסִּים נַעֲשׁוּ לַאֲבוֹתֵינוּ בְּמִצְרַיִם, וַעֲשָׂרָה עַל הַיָּם, עֶשֶׂר מַכּוֹת הֵבִיא הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עַל הַמִּצְרִיִים בְּמִצְרַיִם, וְעֶשֶׂר עַל הַיָּם:

אט די משנה איז א המשך פון פריער, די ערשטע משנה אין דעם פרק, להפרע מן הרשעים, דאס זענען די עשר מכות, און דערנאך די עשרה נסיונות, וואס בשכר די אלע נסיונות האבן אידן געהאט די ניסים.
(החיד"א)

לכאורה איז די מס' נאר מדות און יר"ש, וואס פארא מוסר זענען די עשר מכות, נאר אידן אין מצרים זענען געוועהן ארעם פון מצות, אבער דער באשעפער האט געקוקט אויפן עתיד, אז אידן וועלןו מקבל זיין א תורה און טון מצות, קומט אונז די משנה לאזן הערן, דער באשעפער איז גרייט פאר יעדן איד, צו געבן א קרעדיט לעתיד ער זאל טון גוטע מעשים.
(מפי הזכרון)

די משנה קומט אונז לערנען, אז אזוי ווי ביי די אלע מכות, האבן נאר שולט געוועהן ביי די גוים, די אידן האבן נישט געהאט די מכות, די חיות האבן נישט געביסן, די וואסערן זענען נישט געוועהן בלוט, דאס ווייזט אז איינער פירט זשיך ווי עס געהער צו זיין, איז נישט שולט אויף אים די אלע חיות ומזיקין.
(רבינו יונה)

אין די הגדה ווערט אויסגערעכנט וויפיל מכות זענען געוועהן אין מצרים און וויפיל ביים ים, צו 50 צו 250, א גאנצע ארוכות, לכאורה מה נפק"מ, נאר זאגן מפרשים אז די תורה זאגט כל המחלה אשר שמתי במצרים לא אשים עליך, אויף אידן וועט נישט שולט זיין קיינמאל די אלע מחלות, ממילא איז א גרעסערע געווינס ווי מער מכות ס'איז געוועהן אין מצרים, אלץ ווייניג מכות וועט זיין צווישן אידן, דער הייליגער ר' דוד'ל טאלנא האט געזאגט שבועות ביינאכט, רבש"ע די ווילסט אידן זאלן מקבל זיין די תורה, בשעת אידן האבן מקבל געוועהן די תורה ביים בארג סיני, האבן זיי געהאט ביזת הים ומצרים, אלע חלאים זענען געווארן געזונט, נאר אזוי קענען אידן מקבל זיין א תורה, געזאגט בזה"ל "אז מיר וועלן זיין געזונט ווי בערן שטארק ווי לייבן וועלן מיר קענען מקבל זיין די תורה",
דעריבער שטייט דא די משנה פון די עשר מכות, אלץ א הכנה צו קבלת התורה, ווייל די אלע מכות וועט דאך נישט זיין צווישן אידן, און אט אזוי קען מען מקבל זיין די תורה געזונטערהייט,
(המלקט, לזכות רפואות חולי ישראל)
לעצט פארראכטן דורך שאץ מאץ אום מאנטאג אוגוסט 25, 2008 6:42 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

עֲשָׂרָה נִסִּים נַעֲשׁוּ לַאֲבוֹתֵינוּ בְּבֵית הַמִּקְדָּשׁ,

און מדרש שמואל טייטש ער אויס די משנה ע"ד מוסר, און ענדליך צו דעם ווערט געברענגט אין בן איש חי, מיר וועלן דאס אראפ ברענגען מיט אייניגע הוספות,

א' לא הִפִּילָה אִשָּׁה מֵרֵיחַ בְּשַׂר הַקּדֶשׁ,
לערנט אונז אז פון א מצוה ווערט מען נישט געשעדיגט,

ב' וְלא הִסְרִיחַ בְּשַׂר הַקּדֶשׁ מֵעוֹלָם,
אויב מען פירט זיך ווי עס דארף צו זיין, האלט זיך זיי קערפער, ווי חז"ל פארציילן אויך ר' אלעזר ב"ר שמעון, וואס זיין קערפער האט זיך געהאלטן פריש אפי' נאך זיין פטירה,
לא הסריח בשר הקודש "מעולם", א מענטש טאר נישט נאך גיין דער סריח פון דער וועלט "מעולם" (דברי יואל)

ג' וְלא נִרְאָה זְבוּב בְּבֵית הַמַּטְבְּחַיִם,
אויך אזוי ווי אויבן, אז א מענטש פירט זיך געהעריג איז ער מנוגד הטבע, כאטש די טבע איז א פליגן קומען צו א שחט הויז, אבער אז מ'פירט זיך בקדושה איז נישט שולט קיין ווערעם נאכן טויט

ד' וְלא אִירַע קֶרִי לְכהֵן גָּדוֹל בְּיוֹם הַכִּפּוּרִים,
דער נס איז געוועהן כדי דער כהן זאל נישט פארשעמט ווערן, און איבער געבן די כהונה פאר א צווייטן
דער תוס' יו"ט זאגט אז דער יצה"ר מיט אלע זיינע כוחות האט פראבירט, צו מאכן דעם כהן טמא, ממילא האט געמוז זיין א נס, דער כהן זאל נישט טמא ווערן,
איי לכאורה וואס האט דער יצה"ר פון דעם, עס איז דאך סייווי דא א סגן כ"ג, נאר עס איז כדאי פארן יצה"ר צו מאכן א בהלה צווישן אידן אפי' אויף איין מינוט אויך.
(בעלי מוסר)

ה' וְלא כִבּוּ הַגְּשָׁמִים אֵשׁ שֶׁל עֲצֵי הַמַּעֲרָכָה,
כאטש וואס פייער און וואסער זענען שונאים, אבער צו טון דעם רצון ד' זענען זיי פאראייניגט, אזוי אויך דארך יעדער איד מאכן שלום צו טון דעם רצון ד'.
לא כבו הגשמים, די גשמיות זאל נישט אויסלעשן די אש די התלהבות צו א מצוה,
(בן איש חי)
לא כבו הגשמים, די תורה הייסט אש, הלא כה דברי כאש, א מענטש זאל נישט אויסלעשן די אש, די תורה, ע"י הגשמים צו טון אין עניני גשמיות,
(ר' חיים וואלאזין)

ו' וְלא נִצְחָה הָרוּחַ אֶת עַמּוּד הֶעָשָׁן,
כאטש וואס דער ווינט איז מורא'דיג שטארק צוברעכט ביימער און בערג, און לעומת זה איז דער וואלקן גאר א שוואכע וואס פליט פון דאס מינדעסטע בלאז, מיט דעם אלעם צו טון דעם רצון ד' האט זיך דער רויך נישט גערירט פאר גארנישט, אזוי זאל א מענטש זיך נישט רירן פון דרך ד' מיט אלע מניעות.

ז' וְלא נִמְצָא פְסּוּל בָּעוֹמֶר וּבִשְׁתֵּי הַלֶּחֶם וּבְלֶחֶם הַפָּנִים,
דער טעם פון די נס איז, וויבאלד דער עומר האט געדארפט האבן א הכנה פון נעכטן, און מ'האט נאר אנגעגרייט אביסל, אזוי אויך דער לחם הפנים האט מען געמאכט יעדן שבת, און אויב וואלט געוועהן א פסיל, וואלט נישט געוועהן קיין תמורה דערפאר, ווייל קיין אנדערע איז נישטא, אזוי דארף א מענטש באטראכטן זיינע טעג, אז די פארלירסט דעם טאג איז דאס מער נישטא
שתי הלחם זאל נישט זיין קיין פסיל דאס מיינט די פרנסה פון א איד זיין זיין כשר און אויסגעהאלטן
(ר"ח) וואלאזינער)

ח' עוֹמְדִים צְפוּפִים וּמִשְׁתַּחֲוִים רְוָחִים,
בשעת'ן ביקן איז געווארן ברייט כדי מ'זאל נישט הערן ווי אנדערע זענען זיך מתודע, אזוי אויך א מענטש קודם נאיז אים ענג, אבער נאך די תשובה ווערט אים לייכטער אויפן הארצן,
דאס גייט ארויף אויף א ת"ח, וואס איז קודם עוסק בחיי צר, אבער צום סוף משתחוים רוחים, סופו מקיים מעושר
(בן איש חי)

ט' וְלא הִזִּיק נָחָשׁ וְעַקְרָב בִּירוּשָׁלַיִם מֵעוֹלָם,
כאטש וואס ירושלים איז פיל מיט שלענג ווייל ירושלים הררים סביב לה, און די שלענג דרייען זיך צווישן די בערג, מיט דעם אלעס האבן זיי נישט געשאדט פאר א איד וואס קומט עולה רגל זיין, אזוי אויך א איד וואס קומט אין ביהמ"ד קענען אים נישט מזיק זיין די מזיקים,
(בן איש חי)

י' וְלא אָמַר אָדָם לַחֲבֵרוֹ צַר לִי הַמָּקוֹם שֶׁאָלִין בִּירוּשָׁלָיִם:
א רמז צו אהבת חבירים ליב האבן יעדן איינעם, פארדעם האט מען נישט געזאגט צר לי המקום
(בן איש חי)
אוויר פון ירושלים האט געהאט אזא כח, צו מאכן אז דער מענטש זאל אנערקענען אז ער איז דא אויף דער וועלט נאר לשעה, פארדעם לא אמר אדם צר לי המקום די וועלט איז מיר ענג, אין די צייט וואס ער איז געוועהן אין ירושלים
ספרים
לעצט פארראכטן דורך שאץ מאץ אום מאנטאג אוגוסט 25, 2008 6:49 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

עֲשָׂרָה דְבָרִים נִבְרְאוּ בְּעֶרֶב שַׁבָּת בֵּין הַשְּׁמָשׁוֹת, וְאֵלוּ הֵן,

דער בבן איש חי איז מאריך אויף די משנה, אז מיר שטייען היינטיגע צייטן אין סוף אלף השישי, דאס איז ווי שבת בין השמשות, ממש פאר ימות המשיח ליום שכולו שבת ומנוחה, דעריבער טייטשט ער אויס די משנה וואס איז נוגע פאאר היינטיגע צייטן,

פִּי הָאָרֶץ:
א רמז מ'זאל זיך נישט מישן אין מחלוקת, ווייל דער סוף פון קרח איז געוועהן בפי הארץ, ווי די באקאנטע מעשה, וואס איז געוועהן ביי א גדול, ווען צוויי בעלי דינים האבן זיך געקריגט איבער א שטיקל קרקע, האט דער גדול געזאגט ער וויל ארויס גיין צו דעם שטיקל קרקע, ער איז ארויס אין זיך צוגעבויגן צו די ערד צוגילייגט די אויער, וועלדיג הערן צו וועמען באלאנגט טאקע דאס שטיקל ערד, און געזאגט אז דער ערד זאגט איר ביידע באלאנגט צו אים...., פי הארץ....

פִּי הַבְּאֵר:
צו וויסן אז דער באשעפער איז מדקדק אפילו אויף א קליינע עבירה, ווי מ'זעהט ביי מי מריבה, דער באשעפער האט מקפיד געוועהן אויף משה רבינו אפילו איבער א קליינע עבירה.

פִּי הָאָתוֹן:
טון תשובה מקבל זיין תוכחה פון סיי וועמען, נישט ווי בלעם וואס האט נישט מקבל מקבל געוועהן קיין מוסר פון זיין אייזל.
הוספה: א פלא האט געזאגט ר' חיים שמילעוויטש מבעלי מסור, אז א איד דארף זיך מתבונן זיין, הקב"ה בגמר הבריאה, ערב שבת בין השמשות, האט באשאפן דעם פי האתון, 2 טויזענט יאר פריער, מיטן ציל אז דער אייזל וועט צוריק האלטן בלעם פון טון א עבירה, און דא רעדט מען פון אזא רשע ווי בלעם, כ"ש אונז וואס דארפן מיר טון צוריק צו האלטן אידן טון עבירות.....
(מדבריו איז משמע אז מ'דארף שטיין אין די גאסן אגאנצן טאג און זיך בעטן ביי אידן נישט צו טון עבירות..... אולי...)

הַקֶּשֶׁת:
דער רעגן בויגן איז צוזאמען געשטעלט פון 3 קאלירן, א רמז אויף מחשבה דיבור מעשה, וואס דער עיקר תפקיד איז די מחשבה, א מענטש וואס זעהט א רעגן בויגן זאל טראכטן וויאזוי ס'וואלט אויסגעזעהן די וועלט מיט א מבול, די פראבלעם פון היינטיגע צייטן איז אז מ'ניצט נישט קיין מחשבה (כ"כ שם בבן איש חי)

וְהַמָּן:
אז דער באשעפער איז מזמין פאר יעדן מענטש פרנסה, ווער ער האט די ריכטיגע בטחון (טאקע אין היינטיגע צייטן מיט די שווערע עקענאמיע)

וְהַמַּטֶּה:
אויף די שטעקן פון משה רבינו איז געוועהן געשריבן דצ"ך עד"ש באח"ב, א רמז צו ווייזן אז לעתיד וועט נאך זיין פיל גרעסערע ניסים, כימי צאתנו מארץ מצרים אראנו נפלאות, און אידן דארפן צו גלייבן אין דעם אז גאר בקרוב וועט טאקע אזוי זיין.

וְהַשָּׁמִיר:
דער ווארעם שמיר האט צובראכן די שטערקסטע שטיינער, ווען א איד לערנט תורה קען ער צוברעכן די גרעסטע יצה"ר, יצה"ר ווערט אנגערופן יצה"ר.

הַכְּתָב, וְהַמִּכְתָּב:
יעדעס ווארט ווערט אפגעריבן אויבן אין הימל, דאס איז פאר היינטיג צייט, (דא איז דער בן איש חי מאריך אז בזמנינו איז זייער נפרץ דיבורים של ניוול... ואנן מה נענה אבתרי....)

וְהַלֻּחוֹת
דא סאיז דער קידושין פון הקב"ה צו כלל ישראל, אז אידן זאלן זיך נישט מייאש זיין פון די גאולה, אז סוף כל סוף וועט קומען די גאולה די נישואין, ווי ס'שטייט איה ספר כריתות אשר שלחתי'

וְיֵשׁ אוֹמְרִים אַף הַמַּזִּיקִין:
אין די דורות הראשונים האט מען געזעהן בחוש אפענע מופתים, כאטש וואס בזמן הזה זעהט מען דאס נישט דארף מען אבער גלייבן אין דעם, א ראי' צו דעם א גמ' מפורשת, אז נעבן יעדן מענטש איז דא טויזנטער מזיקים, מצדך אלף ורבבה מימינך, וואס קענען אים שלעכט'ס טון, און מיט ניסים ממש געשעהט גארנישט, אט דאס זענען די מופתים פון היינטיגע צייטן.

וּקְבוּרָתוֹ שֶׁל משֶׁה:
די סיבה פארוואס מ'ווייסט נישט ווי דער קבר פון משה איז, ווייל מ'זאל זיך נישט מבטיח זיין אז מ'וועט גיין צום ציון פון משה אויספועלן די גאולה, נאר מיר דארף אליין טון צו ברענגען די גאולה.
הוספה: א ווארט בשם האדמו"ר מאמשענאוו זצ"ל ארה"ב בשם אבותיו, אז די ענין פון ולא ידע איש קבורתו של משה, איז צו לערנען אז מיט א ציון און א קבר אליין קען מען זיך נישט האלטן, מ'דארף האבן ממשות'דיג א לעבעדיגן רבי'ן...., (אנטשולדיגט ברסלב'ער חסידים מיר מיינען נישט אייך.... מיר מיינען טאקע דעי וואס האבן נאר א קבר, נישט קיין ממשות'דיגע ספרים ומאמרים)

וְאֵילוֹ שֶׁל אַבְרָהָם אָבִינוּ:
כאטש וואס נאר במחשבה האט אברהם אבינו געוואלט שחט'ן יצחק, למעשה האט ער געשחטן נאר דעם איל, וואס פון אט די מחשבה האבן אידישע קינדער זכותים עד היום הזה, דאס איז צו ווייזן אז יעדע גוטע מחשבה איז חשוב ביי כביכול, און מ'באצאלט שכר פון גוטע מחשבות.

וְיֵשׁ אוֹמְרִים אַף צְבַת בִּצְבַת עֲשׁוּיָה:
פי' רש"י אז צו מאכן איין צווענגל מוז מען האבן א אנדערע צווענגל, אן דעם ערשטן צווענגל קען מען נישט מאכן גארנישט, דאס איז געזאגט אויף היינטיגע צייטן וען עס קומט ארויס נייע טעכנעלאגיע, זאל א מענטש נישט טראכטן אז מכח חכמתו איז ער אזוי גוט, נאר אלע חכמות ליגו שוין אין די תוה"ק, חז"ל האבן דאס אלעס געוויסט,

(עפ"י פי' בן איש חי למס' אבות)
לעצט פארראכטן דורך שאץ מאץ אום מאנטאג אוגוסט 25, 2008 6:56 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

שאץ; ענדיג צו מיט ר' חנניא בן עקשיא אומר וגו'.. דו האסט דא געמאכט א הערליכן ארבעט, איך גיי נאשן דערפון דעם שב"ק [פ' בלק פרק ה']. יש"כ פון פאראויס.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

איך פלאן נישט צו ענדיגן אזוי שנעל...
מ'זאגט נאכנישט ר' חנניא בן....
יעדעס מאל, מ'וועט האלטן ביי דעם פרק פון די וואך, וועל איך צולייגן צו נאך א משנה אפאר טייטשן,
אזוי אז במשך הימים וועט זיין אויף יעדע משנה א טייטש...
וחפץ ד' בידינו תצליח
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך »

איך האף אז מיינע קינדער וועלן נישט ברוגז זיין, אז איך וועל פארלערנען פרק די וואך אביסל לענגער, פארפאלן, עס איז מתוק.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

ר' ברוך
געב זיי אן עקסטרע אייסעס!

די תורות דא פון שאץ_מאץ זענען הערליכע!
the SCY is the limit
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

אכטונג חשובע ליינער'ס - לערנער'ס
ובתוכם דער מחבר פון לוח הציבור!.....
עס איז קיין פראבלעם, צו נעמען פון דא די תורות אויף פרק.....
אדרבה, דאס איז דער ציל אידן זאלן הנאה האבן און מפרסם זיין, להגדיל תורה ולהאדירה,
(אויב שוין יא...., מוז דאס נישט זיין דוקא מיט מיינע גרייזן... און ספעלינג מיסטעקס....)
הארצן גערן...
ס'איז נישט קיין עבירה אז מ'זאגט ס'קומט פון דא
לעצט פארראכטן דורך שאץ מאץ אום דאנערשטאג מאי 14, 2009 8:36 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ממש אזוי??? דער לוח-הציבור האט גענומען תורות פון דא???

זאל ער כאטש שרייבן א דאנק.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

שבעה דברים בגולם ושבעה בחכם, חכם אינו מדבר לפני מי שהוא גדול ממנו בחכמה ובמנין, ואינו נכנס לתוך דברי חבירו, ואינו נבהל להשיב, שואל כענין ומשיב כהלכה, ואומר על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון, ועל שלא שמע אומר לא שמעתי, ומודה על האמת, וחלופיהן בגולם,

שבעה דברים בגולם וכו', די משנה פאנגט אן מיטן גולם און זאגט דערנאך חכם, און ווידער די פרטים זענען נאר פונעם חכם, ווייל די משנה רעדט באמת יא פונעם גולם, נאר כדי מסביר צו זיין ווער איז א גולם, זאגט די משנה וועמען עס פעלט אט די זיבן זאכן, דער איז א גולם ווייל צו זיין באמת א חכם דארף נאך זיין אסאך אנדערע ענינים, נאר וועמען עס פעלט אט די זאכן דער איז קלאר א גולם.
(החיד"א)

שבעה דברים בחכם, די משנה איז לכאורה שווער צו פארשטיין אויב א תלמוד וואס לערנט תורה בשלימות, נאר ווייל עס פעלט די פאר זאכן הייסט ער אויס חכם נאר א גולם?, נאר דאס איז גלייך צו א אומן מיט כלים, א אומןל אנע כלים דער קען נישט פראקטיצירן זיין אומנות, אזוי אויך דער חכם, אויב האט ער נישט די זיבן מעלות, איז ער ווי א אומן אן א כלים, און ער איז טאקע נישט קיין חכם.
(עץ אבות)

שבעה דברים וכו', די שמנה גייט מיט א סדר,
א) פארן רעדן – אינו מדבר לפני מי שגדל ממנו,
ב) אינמיטן רעדן – אינו נכנס לתוך דברי חבירו,
ג) ווען דער חבר ענדיגט רעדן – אינו נבהל להשיב,
ד) ווען ער הייבט אן צו רעדן – שואל כענין ומשיב כהלכה,
ה) ווען ער איז מאריך מיט זיין רעדן – אומר על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון,
ו) ווען ער איז מסופק אין זיינע ווערטער, אומר לא שמעתי,
ז) ווען ער ענדיגט רעדן און זיינע חברים קריגן אויף אים – מודה על האמת
(תפארת ישראל)

חכם אינו מדבר לפני מי שגדל ממנו, ווען דער גדול זאגט מוסר רעדט מען נישט קעגן אים, נאר מ'איז מקבל די מוסר רייד פונעם גדול.
(פרקא מהריא"א)

אינו נכנס לתוך דברי חבירו, די גוף מיט די נשמה ווערן אנגערופן חברים, א חכם ער איז מחשב הפסד מצוה נגד שכרה אזוי זאגט די מהרש"א אויף משה רבינו חכם לב יקח מצות, א חכם, א מחשב הפסד מצוה, אינו נכנס לתוך דברי חבירו, דער גוף גייט נישט אריין אין די גרעניצן פונעם נשמה, און לאזט אים טון מצות.
(מילי דאבות – סאטמאר)

ואינו נבהל להשיב, איינער וואס לערנט ריכטיג תורה, אחר מאה ועשרים ווען מ'וועט אים פרעגן קבעת עתים לתורה, וועט ער קענען רואיג ענפערן יא, ואינו נבהל להשיב.
(טוב ויפה)

שואל כענין ומשיב כהלכה, שמעתתא בעי צלותי, טייטש דער דברי יואל, מברר זיין א הלכה על בורי' דארף מען מתפלל זיין בעי צלותא, שואל כענין, מ'בעט מיט ריכטיגע תפלות אז מ'זאל זוכה זיין צו, משיב כהלכה, מברר זיין א הלכה לאמיתו של תורה.
(מלי דאבות – סאטמאר)

שואל כענין ומשיב כהלכה, שטייט פון ר' מאיר'ל פרימשלאנער, פונקט ווי די הלכה איז ווען מ'זעהט דעם טאטן טון א זאך נגד ההלכה זאגט מען אים אבא כך כתיב בתורה, אזוי אויך פלעגן צדיקים טון וועלדיג ממתיק זיין עפעס, האט מען דאס מרמז געוועהן אין א פסוק, אזוי האט מען געזאגט כלפי שמיא אבא כך כתיב בתורה און אויב איז אזוי די הלכה מוז הקב"ה כביכול טון אזוי, שואל כענין, ווען מ'בעט עפעס פון הקב"ה איז די עיצה, משיב כהלכה, זאגן אז אזוי איז די הלכה, אבא כך כתיב בתורה.
(המלקט)

שואל כענין ומשיב כהלכה, דומה לזה, ס'שטייט פון ר' מיילעך רודניקער (וגם בקדושת לוי) אז מ'זאגט יו"כ מלך מוחל לעונותינו, א משל צו א קינד וואס האט געדארפט א גוטע זאך און דער טאטע האט נישט געוואלט געבן, האט דאס קינד שנעל געמאכט א ברכה, דער טאטע מוז שוין יעצט געבן ווייל אז נישט וועט זיין א ברכה לבטלה, אז אידן ווילן האבן א סליחה ומחילה, זאגט מען די ברכה מלך מוחל וסולח, און דאן מוז דער באשעפער טאקע געבן, ווייל אז נישט איז דאס א ברכה לבטלה ע"כ, שואל כענין, ווען מ'בעט עפעס פון הקב"ה כענין, איז די עיצה, משיב כהלכה, מ'זאל מאכן א ברכה, און דער באשעפער מוז געבן ווי די הלכה זאגט, ס'זאל נישט זיין א ברכה לבטלה.
(המלקט)

על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון, החכם עיניו בראשו, דער חכם זעהט פון פאראויס אפי' אין די יונגע יארן, טוט ער מצות ומעש"ט און זיך משלים בתורה, נישט נאר אויף די עלטער, איינע פון די סימני החכם איז, על ראשון ראשון, אין די ערשטע יארן לערנט ער תורה, ועל אחרון אחרון.
(צדיקים)

על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון, שטייט אין שער יששכר א טייטש אויפן פיוט לר"ה, ראשון לראשונים ואחרון לאחרונים, אז די ראשונים האבן געלערנט באופן פשוט, אבער די אחרונים האבן געלערנט מער באופן פלפול, די השגחת ד' איז אמאל גרינג צו פארשטיין און צומאל גאנץ געדרייט און שווערע צו פארשטיין, דער באשעפער איז א ראשון לראשונים אמאל לייכט צו פארשטיין ווי די ראשונים גלייך, און אמאל אחרון לאחרונים אמאל איז די השגחת ד' געדרייט און שווערער צו פארשטיין עכ"ד הנחמדים, א חכם אומר על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון, דער חכם האט נישט קיין קשיות אויף הגשחת ד', צו ס'איז בדרך ראשונים און אפי' ווען ס'איז בדרך אחרונים.
(המלקט)

על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון, די גמ' זאגט ירגיז אדם יצ"ט, יעסוק בתורה יקרא קר"ש ואם לאו יזכיר לו יום המיתה, אבער דאס איז זיכער אז תורה איז די ערשטע עיצה, א חכם אומר על ראשון ראשון, ער איז קודם עוסק בתורה.
(ספרים)

שואל כענין ומשיב כהלכה, אין א שאלות חכם ליגט א חצי תשובה, ווען דער חכם איז א שואל כענין, איז שוין זייער לייכט צו זיין א משיב כהלכה.
(מפרשים)

וחלופיהם בגולם, די משנה כאפט אן א שיינעם לשון, פונקט ווי די תורה זאגט נישט הבהמה הטמאה, נאר אננו טהורה, זאגט די משנה וחלופיהם בגולם, דער גולם איז היפך פונעם חכם.
(חלק לעולם הבא ושאר מפר')

וחלופיהם בגולם, אז דער חכם זעלבסט האט צו טון מיט א חכם, דאן איז גולטיג די אלע זאכן ווי אינו נכנס לתוך דברי חבירו, אדער משיב כהלכה, אויב דער חכם האט צו טון מיט א גולם דאן קען ער אים נישט ענפערן צו די זאך, זאגט די משנה, שבעה דברים בחכם, ווען מ'האט צו טון מיט א חכם איז גולטיג די זיבן זאכן, אבער, וחלופיהן בגולם, ווען מ'רעדט צו א גולם דארף מען טון דאס פארקערטע.
(עטרת אבות)

וחלופיהם בגולם, ווען מ'זעהט וויאזוי דער כסיל פירט זיך, ווייסט מען אז מ'דארף טון פארקערט, וחלופיהן בגולם, וואס א גולם טוט, דארף מען טון פארקערט.
(חסדי אבות לר"י גר"וו מסאטמאר)
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

בעשרה מאמרות נברא העולם, שטייט אין יערות דבש אז די עשרה מאמרות זענען קעגן די עשרת ימי תשובה, ע"כ האמיר פראבירט אבסיל משלב זיין די עשרה מאמרות מיט די עשרת ימי תשובה.

א' בראשית ברא, איז פשוט קעגן דעם ערשטן טאג ר"ה, וואס זה היום תחילה מעשיך,

ב' ויאמר אלקים יהי' אור, אור מיינט דעם אור הגנוז, דאס איז קעגן ב' דר"ה, וואס אינעם צווייטן טאג ר"ה איז מען מזכיר עקידת יצחק ביי קריאת התורה, און בשעת העקידה האט יצחק געזעהן דעם אור הגנוז,

ג' יהי' רקיע, דער רקיע איז דער הבדל צווישן מים עליונים און מים התחתונים, דאס איז דער ערשטע פירוד במעשה בראשית, וואס דאס איז די מקור פאר אלע פירודים און מחלוקת אויף די וועלט, דאס איז קעגן דעם דריטן טאג צום גדלי', וואס גדלי' איז גע'הרג'ט געווארן צוליב א מחלוקה,

ד' יקווי המים, נישט געפינען קיין שילוב, (אפשר איז די מים מרומז קעגן טרערן וואס הקב"ה ספרו ומניח בבית גנזיו, וואס דאס איז א טייך פאר הקב"ה, יקוו המים דער באשעפער האט גרייט געמאכט א טייך פאר די טרערן בעשרת ימי תשובה)

ה' תדשא הארץ דשא, דאס איז די ביימער און גראז, דאס איז קעגן די פיפטע טאג וואס מ'זאגט דעם סליחה יחביאינו צל ידו תחת כנפי השכינה, און דערפאר האבן אסאך צדיקים מקפיד געוועהן צו לייגן סכך דווקא אין דעם טאג וואס מ'זאגט יחבאינו צל ידו, (עי' בדרכי חיים ולשום) ווייל א סוכה איז דער צל פון הקב"ה, סכך נעמט מען דווקא פון גראז און ביימער, תדשא הארץ דשא,

ו' יהי מאורות, אויך מרומז קעגן תשובה, ווייל ביי בריאת המאורות איז געוועהן מיעוט הירח, וואס דערפאר האט כביוכל תושבה געטון און געגעבן יעדן ר"ח א שעיר ר"ח וואס איז א כפרה פאר כלל ישרא'ל, דאס ווייזט אונז אז מ'דארף תשובה טון אויף יעדע קלייניקייט,

ז' ישרצו המים הוא הדגים, לא מצאתי (אפשר עפ"י רמז דגים ר"ת י"ג מילי דרחמי, און אין די טעג איז מען פיל מאל מזכיר די י"ג מדות)

ח' תוצא הארץ איז בריאת החיות, דאס איז קעגן דעם טאג וואס הייסט שלש עשרה מדות, ווייל אונזער מנהג (מנהג צאנז, ראפשיץ, סיגוט,) איז אינעם טאג פון שלש עשרה מדות ליינט מען די קרבנות שבתורה, רוב קרבנות ווערט געברענגט מן הבהמה ומן החי',

ט' נעשה אדם איז קעגן ערב יו"כ, צדיקים האבן געזאגט כאטש יו"כ איז א מענטש דומה צו א מלאך, אבער א טאג פריער איז א מצוה צו עסן צו ווייזן אז מיר קענען דינען הקב"ה אפי' מיטן עסן, ווי דער הייליגער קאצקער האט געזאגט, ואנשי קודש מענטשליך הייליג ווייל מלאכים האט דער באשעפער איבער גענוג, פארדעם ערב יו"כ איז קעגן נעשה אדם צו ווייןז א מענטש דוקא נישט א מלאך.

י' לא טוב היות אדם לבדו, איז קעגן יו"כ, בראית האשה איז געוועהן ווען אדם הראשון איז געשלאפן, ווייל כדי א מענטש זאל באקומען א עקסטערע שפע פון הימל קען ער נישט זיין אויף און וואַך און האבן דעם זעלבן לבוש ער מוז ארויס גיין פון דעם איצטיגן לבוש, דאס איז די בחי' פון יו"כ ווען הקב"ה וויל משפיע זיין א באזונדערע גרויסע שפע פאר אידן, דערפאר איז דא די חמשה עינוים וואס דאס נעמט ארויס א מענטש פון זיין יעצטיגן לבוש און אזוי קען מען אים משפיע זיין, דערפאר איז לא טוב היות אדם לבדו די בריאת האשה קעגן יו"כ.
(המלקט כהכנה לימים נוראים)
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

שבעה מיני פרעניות בא לעולם על שבעה גופי עבירה,
א) מקצתן מעשרין ומצתן אינן מעשרין רעב של בצרת בא, מקצת רעבים ומקצתן שבעים,
ב) גמרו שלא לעשר, רעב של מהומה בא,
ג) ושלא ליטול את החלה, רעב של כלי' בא,
ד) דבר בא לעולם, על מיתות האמורות בתורה שלא נמסרו לבי"ד, ועל פירות השביעית,
ה) חרב באה לעולם, על ענוי הדין ועל עוות הדין ועל המורים בתורה שלא כהלכה,
ו) חי' רעה באה לעולם, על שבועת שוא, ועל חילול השם,
ז) גלות בא לעולם, על עבודת כוכבים ועל גלוי עריות ועל שפיכת דמים, ועל שמיטת הארץ.

אט דעם סדר פון די זיבן מיני פרעניות על שבעה גופי עבירה, איז לויט די חשבון פון די ראשונים, וואס איז צוזאמען געשטעלט פון 2 משנה'ס משנה ח' און האלב פון משנה ט', כאטש וואס די עבירות זענען מער ווי זיבן אבער די פרעניות זענען זיבן, ועי' בס' חלק לעולם הבא ווי ער איז מצדד דעם סדר לויט די ראשונים.

פרעניות בא לעולם, ס'איז א חסד ד' אז כביוכל באשטראפט מדה כנגד מדה ווייל דאן קען מען גלייך פארשטיין וואס איז די סבת העונש, ווייל מ'פארשטייט גלייך אויף וואס די עונש איז געקומען, און מ'קען דאס שנעל מתקן זיין.
(מהר"מ שיק)

שבעה פרעניות באין על שבעה גופי עבירה, מיט יעדע עבירה ווערט באשאפן א משחית, אויף די זיבן עבירות ווערן באשאפן גופי עבירה משחיתים וואס זענען גורם אט די אלע צרות.
(החיד"א)

על שבעה גופי עבירה, נאר אויף די גוף העבירה קומט זיך אטו די אלע עונשים, אבער אויף די ענפים נישט.
(בני יששכר בדברים נחמדים)

כל שבעה גופי עבירה וכו', צו יעדע עבירה פון די משנה איז דא א גוף העבירה מיט א ענף (כנ"ל מהבנ"י) אז איינער גיבט נישט קיין מעשר, איז דא סיי אן עבירה וואס ער עסט אום גע'מעשר'ט און סיי אן עבירה פון צונעמען א זאך וואס קומט פארן כהן צו לוי, דאס איז א ענף גניבה, זאגט די משנה על גופי עבירה באין, בלויז אויפן גוף העבירה און נישט אויף די ענפים.
(מגן אבות לר"ש קלוגער)

מקצתן מעשרין ומקצתן אינם מעשרין, נישט פשט אז מ'האט געגעסן טבל, ווייל אם איז דער חטא אסאך גרעסער, נאר מ'האט געטון שטיקלעך און דריידלעך זיך ארויסצו דרייען פון געבן מעשר, און אויב מ'זיכט נישט צו געבן מעשר מ'זיכט נישט צו טון די מצוה מ'האלט זיך צוריק דורך אלע מיני אופנים, איז דער עונש אז דער באשעפער איז אויך מעכב, ער איז מעכב די רעגן ועצר את השמים ולע יהי מטר, רבע של בצורת בא,
(אמרי יודא – סעקליד)

מקצתן מעשרין ומקצתן אינם מעשרין, שטייט אין אלשיך הק' עשר תעשר את תבואת זרעך, אז וויפיל מעשר מ'גיבט, די שכר איבער א יאר איז אז די יעצטיגע פארדינסטן זענען בלויז די מעשר, ווידער אויב פארקערט איז די קומענדיגע פארדינסטן בלויז די מעשה פון היי יאר ע"כ, אויב מקצתן מעשרין איז פאר די וואס גיבן מעשר די האבן טאקע כפול שמים און זענען פון די מקצתן שבעים, ווידער די אנדערע זענען מקצתן רעבים.
(בגדי משי)

מקצתן מעשרין וכו', יעדער ווערט נתפס בעוון חבירו, אפי' די וואס האבן יא געגעבן מעשר, אבער וויבאלד אנדערע האבן נישט געגעבן קומט א עונש "לעולם" אויף די גאנצע וועלט אפי' די וואס זענען נישט שולדיג, עד כדי כך, אז קומענדיגע יאר האבן זיי שוין נישט פון וואס צו געבן מעשר אז, גמרו שלא לעשר, ס'איז נישטא קיין ברירה און קיינער גיבט שוין נישט קיין מעשר, יעצט קומט שוין א דאפלטע עונש פאר די ערשטע מענטשן, רעב של מהטמה ורעב ל בצורת, איין עונש פאר די עצם עבירה פון נישט געבן מעשר, און נאך א עונש פארן גורם זיין א שאדן פאר די אנדערע וואס האבן נישט געזינדיגט.
(מגן אבות לר"ש קלוגער)

גמרו שלא לעשר, עבירה גוררת עבירה, קודם איז געוועהן מקצתן מעשרין און קיינער האט נישט מוחה געוועהן, וואס דאס האט גורם געוועהן אז גמרו כולם שלא לעשר.
(החיד"א)

גמרו שלא לעשר, געווענדליך טוט א מענטש אן עבירה ווייל יצרו תוקפו עליו, אבער דא איז דאס אזא אפגעשמיסטע זאך אז מ'גיבט נישט קיין מעשר, ס'איז נמנו וגמרו, דערפאר קומט זיך א עונש.
(אבות על בנים)

הוספה: אויב איז טאקע דער חטא ווייל דאס איז אזא עבירה וואס איז געמאכט געווארן בחבורה נמנו וגמרו, איז דער עונש מדה כמגד מדה אז ס'קומט א רעב של מהומה, אין א מהומה איז נישטא קיין מעגליכקייט פאר אסיפות.
(המלקט)

ושלא ליטול את החלה, רעב של כלי' בא, חז"ל זאגן אז נשים זענען עוסק אין מצות חלה ווייל זיי זענען שולדיג אין די אבידה פון די חלה שיאבד מן העולם, ווייל אדה"ר ווערט אנגערופן חלה מן העולם און אז די פרוי האט גורם געוועהן זיין מיתה דארף זי עוסק זיין אין די מצוה פון חלה, דעריבער אז איינער נעמט נישט קיין חלה האט ער נישט דעם תיקון פאר חוה וואס האט גורם געוועהן מיתה, ושלא ליטול חלה, רעב של כלי' וואס דאס איז מיתה.
(מגן אבות)

ושלא ליטול את החלה, רעב של כלי' בא, ס'איז ידוע דאס ווארט פון קאזניצער מגיד, הנה עין ד' אל יראיו להציל ממות נפשם ולחיותם ברעב, אז די צדיקים קענען נעמען דעם אות ע' פון רעב און אריין לייגן אין מות, ס'זאל ווערן רב מעות להציל ממות נפשם ולחיותם ברעב, אין שפת אמת (בערזאן) זאגט ער אז אין שבת איז אויך דא די זעלבע כח, ווייל ס'שטייט ואכלת ושבעת, ווען איז דא א שביעה א זעטיגקייט, שבע"ת איז די אותיות שבת ע', שבת קען מען ממתיק זיין מיטן אות ע' ע"כ, בתוס' ביאור ואכלת דורך די סעודות שבת קען מען ממתיק זיין דעם אות ע' ושבעת, קען זיין די משנה איז מרמז ושלא ליטול את החלה, אז איינער וואשט זיך נישט שבת צו די סעודות (די לחם פון שבת רופט מען חלות) רעב של כלי' בא, דהיינו אז ס'בלייבט ביידע במקומם, סיי דער "רעב" און סיי דער "מות" וואס איז כלי'ה.
(המלקט בדרך רמז)

דבר בא לעולם וכו' פירות שביעית, דאס איז א המשך פון פריער, ווייל באמת זאגן חז"ל עני חשוב כמת, וואלט מען געקענט באשטראפן א מענטש מיט עניות, אבער דא רעדט מען פון אזא איינעם וואס האלט שוין נאכן נישט געבן מעשר כנ"ל אז ס'קומט דער עונש פון רעב, איז ער דאך שוין יעצט א עני, און דאך האנדלט ער מיט פירות שביעית, קען מען אים נישט באשטראפן מיט עניות וואס איז חשבו כמת, קומט נעבאך מיתה אליין, דבר בא לעולם, על פירות שביעית
(מגן אבות לר"ש קלוגער)

הוספה: די תורה זאגט (די וואך פ' בהר) לא תשיך לאחיך נשך כסף נשך אוכך נשך כל דבר אשר ישיך, די תורה רעדט בהדרגה, קודם בארגט מען אויף ריבית כסף, דערנאך פארירט מען דאס געלט טוט מען שוין בארגן ריבית אוכל, דערנאך ווערט די מצב הפרנסה נאך מער ענג אזש מ'פארפארגט שוין נשך כל דבר אשר ישך.
(פנים יפות)

חרב בא לעולם על עינוי הדין, לויט דעם פארשטייט מען די גמ' (סנהדרין ז) לעולם יראה דיין עצמו כאילו חרב מונחת בין ירכותיו, ויאזוי זעהט מען דעם שווערד כסדר, אז ער וועט געדענקען אט די משנה חרב בא לעולם על עינוי הדין ועל עוות הדין, וועט ער געדענקען דעם חרב
(יינו של תורה)

חרב בא לעולם על עינוי הדין וכו', חז"ל זאגן קול קול יעקב והידים ידי עשו, בזמן שהקול קול יעקב אין הידידם ידי עשו, א מענטש אליין אז ער פירט זיך ווי ס'דארף צו זיין בתורה איז ער א יעקב, ווידער אז ער גזל'ט איז ער א עשו, ווי די מד' זאגט ביי קבלת התורה האט עשו נישט געוואלט נעמען די תורה ווייל עיקר של אומה זו בגזילה, אויב איינער לאזט אפ די תורה איז דאס א גורם אז ער זאל גזל'ן, אם אין הקול קול יעקב דאן איז ער ידים ידי עשו, אויסער דעם וואס ס'איז באמת מעורר אז דער פיזישע ידי עשו זאל שולט זיין אויף אידן, אויב אידן זענען דן דינים אמתיים דאם האלטן זיי צוריק גניבה וגזילה צווישן אידן, זאגט די משנה, חרב בא לעולם, דער חרב פון עשו על חרבך תחי', באמת קומט דאס צוליב המורים בתורה שלא כהלכה, אבער דער גורם דערפון איז עינוי הדין ועוות הדין, וואס פארמערט דורך דעם גזילה ביי אידן.
(מגן אבות לר"ש קלוגער)

הוספה: הקול קול יעקב והידים ידי עשו, זאגט דער בן איש חי (פ' תולדות) אז די וועלדער האבן זיך דערשראקן ווען מ'האט באשאפן דעם אייזן, דער אייזן וועט דאך קומען און אויסהאקן אלע ביימער, האבן די עלטערע ביימער געזאגט, האטס נישט מורא, ווילאנג מיר וועלן זיך נישט אריין אריין שטעלן אין דעם אייזן אריין, וועט ער נישט ווערן קיין האקן אונז אויסצו האקן, זאגט דער בן איש חי, בזמן שהקול קול יעקב אין הידים ידי עשו, דער עשו איז ווי דער אייזן, אז אידן לערנען נישט ווערן זיין ווי דער הענטל פאר דעם האק, ידי עשו ודפח"ח, חרב בא לעולם וכו' ועל המורים בתורה שלא כהלכה, וואס דאס איז פונקט ווי ווען מ'לערנט בכלל נישט, ווייל אז מ'פנקסנט נישט גוט איז די גאנצע תורה נישט ווערד, ווערד מען דאך א יד פארן חרב וואס איז דער ידי עשו ר"ל.
(המלקט)

חי' רעה בא לעולם על שבועות שוא, א מענטש איז מער פון א בהמה וחי' מיט דעם וואס ער איז נישט נאר א חי נאר א מדריגה הכער א מדבר, אז א מענטש איז מזלזל אין זיין דיבור איז ער דאך נישט מער ווי א חי' ובהמה, קומט אויף אים די מין חי וואס איז יעצט גלייך ווי אים און איז שולט אויף אים מעניש צו זיין.
(מדרש שמואל)

חי' רעה וכו' על שבועת שוא, דער מענטש אליין ווערט פארוואנדלט אין א חי' רעה, ווייל אז ער איז מזלזל אין זיין דיבור, איז דאס זיין גרעסטע שטראף, אז ער זעלבסט ווערן א חי בדמות אדם.
(בינה לעתים)

חי' רעה וכו' על שבועת שוא, ווען א מענטש זינדיגט מיט זיין מויל, קומט אויף אים דער חי' וואס זיין עיקר כח ליגט אין די ציינער.
(הר"י יעב"ץ)

חי' רעה וכו' על שבועת שוא, די גמ' זאגט אין מס' שבועות וואס איז דער חילוק פון שבועות שקר און שבועות שוא, שקר איז משנה א מעשה ער האט יא געטון ער האט נישט געטון, ווידער שוא איז נשבע לשנות את הידוע על עץ שהוא אבן וכדומה, ווען איינער שווערט אויף אזא שבועה האט ער קיין שום נוצן וטובת הנאה פון דעם, איז דער עונז מדה כנגד מדה, חי' רעה בא, דער חי רעה שטויסט מיט די הערנער ווי די גמ' זאגט אין ב"ק אז די בהבמה האט נישט קיין שום הנאה פון זיין שטויסן.
(מגן אבות לר"ש קלוגער)

גלות בא וכו' על שמיטת הארץ, די סיבה וואס יעדע זיבן יאר איז שמיטה , קומט צו ווייזן אז לד' הארץ, און דער מענטש זאל נישט מיינען אז דער ערד איז זיינע, אבער אויב א מענטש האלט נישט קיין שמיטה מיינט ער דאך אז די ערד איז אייביג זיינע, קומט אין דער עונש פון גלות, אי אוועק צו טרייבן פון זיין קיבעות'דיג מקום.
(מפרשים)

גלות בא על ג"ע ע"ז שפכ"ד, ווען אידן האבן מקבל געוועהן די תורה איז דא א טענת מודאה רבה לאורייתא, אז די תורה איז געוועהן באונס, זאגט דער רשב"א אז אידן האבן באקומען א"י וואס איז ווי א אונסא וזוזא וואס איז גמר ומקנא אפי' ווען ס'איז באונס, איינער וואס איז עובר ג"ע ע"ז שפכ"ד וואס ניצט ניטש קיין תשובה איז דאך 3 איסורים וואס שטייט אין די עשרת הדברות הניתן בהר סיני, וואלט דאך געוועהן א לימוד זכות ס'איז מודעה ובאונס האט מען געגעבן די תורה, אבער דאס איז נישט קיין לימוד זכות ווייל אידן האבן באקומען א"י, דערפאר גלות בא, אז מ'פארטרייבט פון א"י איז דאך שוין נישטא א"י, איז שוין צוריק דא א טענת מודעה, איז דא א לימוד זכות.
(מפי הזכרון)
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
שלומי אמוני ישראל
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 13, 2011 5:04 pm
לאקאציע: אונטער מיין הוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי אמוני ישראל »

אנטשולדיגט פאר די חוצפה פון ארויף ברענגען די אשכול

און איינרעדן דעם עולם, אז שאץ האט נאך עפעס געשריבן

וואלט דאס געווען מעגליך צו לייגן אויף פי די עף???
אנכי שלומי אמוני ישראל (שמואל ב' כ', י"ט)
אוועטאר
שלומי אמוני ישראל
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 13, 2011 5:04 pm
לאקאציע: אונטער מיין הוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי אמוני ישראל »

אדער ר' שאץ עפעס צו צושרייבן
אנכי שלומי אמוני ישראל (שמואל ב' כ', י"ט)
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

די לעצטע משנה האב איך פריש איבער געארבעט שנת תשע"ג

ארבע מדות באדם, האומר שלי שלי ושלך שלך, זו מדה בינונית, וי"א זו מדת סדום, שלי שלך ושלך שלי, עם הארץ, שלי שלך ושלך שלך, חסיד, שלי שלי ושלך שלי, רשע.


די משנה איז א המשך פון די פאריגע משנה ווי מ'רעדט פון גזל מתנת עניום, קומט די משנה דא און רעדט פון די מדריגות פון געבן, וועלכע ענדיגט זיך מיט מדת סדום.
(דרך החיים)

א) דאס איז קלאר אז די משנה רעדט נישט פון צדקה, ווייל אויב איינער איז מבטל צדקה איז ער עוקר א מ"ע מן התורה איז ער ר רשע, ממילא אפי' ווען ער זאגט סתם שלי שלי, ושלך שלך, איז ער א רשע, דא רעדט מען פון מחשבה וואס א מענטש טראכט.
(מדרש שמואל)

ב) שלי שלי ושלך שלך, איז דא א מחלוקת צווישן די ת"ק אין די יש אומרים, איינער זאגט מדה בינינות, און איינער זאגט מדת סדם, וואס איז טאקע דער חילוק?, אויב א מענטש אז סתם א שונא מתנות און דערפאר זאגט ער שלך שלך, איז אפי' ער האט שלעכטע מדה פון שלי שלי איז עס נאך אלץ א מדה בינינות, אבער אויב איז די סבה פארוואס ער זאגט שלך שלך נאר וויל ער וויל נישט געבן נאר ווייל ער ווייל זין א שלי שלי, דאן איז עס מדת סדום.
(החיד"א)

ג) שלי שלי ושלך שלך, וואס אזי די חילוק ווען איז עס מדה בינינות און ווען איז עס סדום?, אויב א מענטש קוקט זיך אן און זאגט מיינע עונשים קומט מיר צוליב מיינע מעשים רעים, און מיין חבר'ס עונשים קומט זיך צוליב זיינע מעשים רעים, דאס איז נאך מדה בינונות, אבער אויב ביי שכר זאגט א מעאנשט אויך שלי שלי, מיין שכר קומט זיך מיר צוליב מיינע זכותים, און שלך שלך מיין חבר'ס שכר קומט זיך צוליב זיינע זכותים און ער וויל אים נישט מהנה זיין מיט זיינע זכותים כדי יענער זאלן האבן מער זכותים, דאן איז עס מדת סדום.
(ר"ש קלוגער)

ד) דער חילוק פון די ת"ק מיטן י"א איז אזוי, אויב ביידע זענען עניים אדער ביידע זענען עשירים, און דער מענטש זאגט שלי שלי שלך שלך, מיינע און דיינע מעשים האבן גורם געוועהן צו עניות אדער עשירות, דאס איז נאך מדה בינינות, אבער אויב איינער איז א עושר און דער חבר א עני און ער זאגט שלי שלי, מיינע גוטע מעשים האבן מיך געמאכט א עושר, שלך שלך, דיינע שלעכטע מעשים האבן דיר געמאכט א עני, דאס איז שוין מדת סדום.
(ר"ש קלוגער)

ה) עס זענען דא זמנים וואס איז מיוחס צו דאווענען און צו לערנען, און עס איז דא זמנים וואס א מענטש טוט די אייגענע צרכים, אויב א מענטש זאגט שלי שלי מיינע זמנים זענען פאר מיר, ושלך שלך, דעם באש' זמנים זענען פארן באשעפער דאס איז מדה בינינות, וי"א זה מדת סדום, כגון ר' שמעון וחבריו וואס האבן בלויז עוסק געוועהן בתורה וואס מלאכתם נעשים ע"י אחרים, זיי האלטן אז אפי' שלך שלך ושלי שלי איז מדת סדום, פארשטייט זיך ווען איינע זאגט שלי שלי מיינע זמנים זענען פאר מיר און אפי' שלך די זמן פון תורה ותפלה איז שלי, זה רשע, און פארקערט ער געט אוועק זיינע זמנים פאר באש' אוןז אגט שלי שלך ושלך שלך, דאס איז א חסיד.
(ר"ש קלוגער)

ו) שלי שלי ושלך שלך, אויב איז ער א עני און ער זאגט שלי שלי ושלך שלך, ווייל ער וויל נישט הנאה האבן פון מענטשן, שטייט שוין אין שו"ע יו"ד (סי' רנ"ה) אז איינער וואס וויל נישט נהנה זיין פונעם ציבור און איז זיך מדחיק צוליב דעם, אינו מת עד שיפרנס אחרים, פארדעם איז עס א מדה בינינות, אבער אויב איז ער א עושר און ער זאגט שלי שלי ושלך שלך, דאן איז דאס מדת סדום.
(ויגד משה)

ח) שלי שלי ושלך שלך, קנאה איז א שלעכטע מדה, אבער דאס איז נאר בגשמיות, ברוחניות איז קנאת סופרים תרבה חכמה, דערפאר אויב ביי גשמיות זאגט ער שלי שלי ושלך שלך, ער איז נישט מקנא, איז עס מדת בינינות, אבער ביי רוחניות א מענטש זאגט שלי שלי ושלך שלך, ער לערנט זיך נישט אפ פון זיין חבר, איז דאס א מדת סדום.
(ויגד משה)

הוספה: ווי מ'טייטשט די תפלה פון ר"ר אלימלך שנראה כ"א מעל חברינו ולא חסרונם, מ'זאל זיל לערנען פון א חבר די גוטע זאכן נישט די שלעכטע.

ט) שלי שלי ושלך שלך, ס'איז דא צוויי וועגן אין אזא מחשבה, איינער טראכט שלי מיין פארמעגן וואס איך האב יעצט דאס האט דוקא מיך דער באשעפער באשערט, און איך האב נישט קיין קנאה אויף מיין חבר, דעריבער שלך שלך יענעם איז יענעמס אן קיין קנאה, ווידער א צווייטע טראכט שלי שלי, און כחי ועוצם ידי עשו לי את החיל הזה, דעריבער וועל איך נישט געבן קיין פרוטה פאר א צווייטן, שלך שלך,
דאס איז די צוויי דיעות אין די משנה, די ערטשע זאגט זו מדה בינונית ווייל ער איז נישט מקנא יענעם חלק, דער צווייטע זאגט זו מדת סדום, ווייל ער וויל נישט גיבן פאר יענעם.
(מהר"ם שיק)
י) שלי שלי ושלך שלך וכו', וואס איז דער חילוק פון מדה בינונית מיט מדת סדום, זה נהנה וזה לא חסר, איינער וואס באדערט נישט ווען יענער האט הנאה פון זיין זאך אין פאל וואס אים פעלט נישט, דאס איז א מדת בינונית, ווידער אויב וויל ער נישט אז יענער זאל נהנה זיין כאטש ס'פעלט אים גארנישט דאס איז שוין מדת סדום.
(החיד"א)

יא) שלי שלי ושלך שלך, א רב איז געגאנגען נאך געלט צו א עושר, זאגט ער אים אז ער קען נישט געבן ווייל ער דארף געבן פאר זיינע קרובים, דער רב האט געוויסט אז ער שטיצט נישט אפי' די אייגענע קרובים, זאגט אים דער רב אז איינער זאגט שלי שלי איך גיב מיינע קרובים, ושלך שלך דו שטיץ דיינע קרובים, זו מדה בינונית, אבער אויב ס'איז נאר "ויש אומרים" ער זאגט נאר אזוי למעשה גיבט ער נישט אפי' פאר די אייגענע קרובים, זו מדת סדום...
(ילקוט הרגשוני בשם דורש לפרקים)

יב) וי"א זו מדת סדום, משל למה"ד צווי מענטשן גייען אין וואלד און א גזלן באפאלט איינעם און דער צווייטער ראטעוועט אים פון דעם גזלן'ס הענט, אויב זאגט דער מציל שלי שלי ושלך שלך זאגט ער דאס מיט רעכט ווייל ער איז דער מציל, ווידער אויב דער ניצול זאגט שלי שלי שלך שלך איז ער נישט גערעכט ווייל זיין פארמעגן איז שוין געוועהן אין די הענט פונעם גזלן און מ'האט דאס אויסגעלייזט פון דארט,
פונקט אזוי זעהט מען ביים מלך סדום ווען ער האט געזאגט פאר אברהם אבינו, תן לי הנפש והרכוש קח לך, דער מלך סדום איז דאך געוועהן געפאנגען ביז א"א האט אים מציל געוועהן, ווי האט ער בכלל א רעכט צו פארלאנגען עפעס, נאר אזא איינער וואס זאגט אין אזא פאל שלי שלי ושלך שלך, דאס איז מדת סדום.
(מלבי"ם)

יג) וי"א זו מדת סדום, ווען איינער אליין זאגט דאס "האומר" שלי שלי ושלך שלך, דאס איז נאך א מדה בינונית, אבער אויב "ויש אומרים" אסאך זאגן דאס צוזאמען, דאן איז דאס שוין א מדת סדום....
(ילקוט הגרשוני, וכן באבות על בנים)

הוספה: מעשה: אין שטאט בארדיטשוב האבן די גבאים געוואלט אייפירן א נייע מנהג אז די ארימעלייט זאלן נישט טארן ארום גיין נאך געלט אין די שטאט, האט מען גערופן דעם קדושת לוי זאל קומען צו די אסיפה מאכן די ניייע תקנה, האט זיי דער קדושת לוי געפרעגט צו וואס האט מען מיר גערופן צו די אסיפה?, זאגן זיי צוליב די נייע תקנה, זאגט דער רב דאס איז גאר נישט קיין נייע תקנה עס איז א אור אלטע נאך פון סדום.... דארט האט מען אויך נישט געלאזט גיין נאך געלט.
(מעשיות צדיקים)

יד) שלי שלי ושלך שלך, וואס איז די מחלוקה פון בינינות מיט מדת סדום?, אין מס' קידושין זאגט די גמ' לעולם יראה אדם עצמו חציו זכאי וחציו חייב, עשה מצוה אחת מאכט ער דעם גאנצן מענטש לכף זכות, ר' אלזער בר"ש אומר אז א מענטש דארף קוקן די גאנצע וועלט כאילו ס'איז חציו זכאי חציו חייב, דאס איז די מחלוקה אין אונזער משנה, ת"ק האלט אז א מענטש דארף קוקן אויף זיך אליין, און דערפאר האומר שלי שלי שלך שלך איז א מדה בינינות, אבער די י"א האלט אז מ'דארף קוקן אויף די גאנצע וועלט, און אויב קוקט ער נאר אויף זיך אליין, און זאגט שלי שלי ושלך שלך, דאס איז שוין מדת סדום.
(לב אהרן)

טו) שלי שלי ושלך שלך, דא רעדט מען פון איינער וואס וויל נישט געבן פאר זיינע קינדער צו שטיצן זייער לערנען, ער זאגט זיי אז יעצט איז דאס זיינע נאר נאך זיין טויט וועלן זיי אים ירש'נען, ער זאגט שלי שלי און נאכן שטארבן וועט זיין שלך שלך דאס איז מדת סדום.
(אבות על בנים)

טז) די משנה האט פיר פעלער איינער דערפון איז א ע"ה, אבער אלע אנדערע דריי זענען א לימוד אויף עבודת ד',
א) איז א עובד ד' ברוחניות און אפי' בגשמיות דינט ער דעם באשעפער, דער איז א אומר שלי שלך אפי' די גשמיות, און אוודאי שלך שלך ברוחניות, דער איז א חסיד,
ב) ביי רחניות ביי א מצוה האט ער טאקע אינזינען דעם באשעפער, אבער ביי א גשמי האט זיך אינזינען פאר זיין הנאה, ער זאגט שלי שלי, מיין גשמיות האב איך הנאה, ושלך שלך די רוחניות וועל איך טון לשם שמים, זו מדה בינונית,
ג) סיי ביי רוחניות און סיי ביי גשמיות אלעס האט ער איזינען נאר זיך און זיין הנאה, דער איז א אומר שלי שלי ושלך שלי, דאס איז שוין א רשע.
(הר"י אסאד, דומה לזה בעבודת ישראל)

הוספה: לפי זה איז דער אומר שלך שלי א עם הארץ, ווייל מ'דערציילט א מעשה אז א ע"ה איז געוועהן ר"ה אין ביהמ"ד און געזעהן ווי דער עולם וויינט האט ער געטראכט אז מסתמא וויינען זיי ווייל דער טשאלענט פארברענט זיך מיטן לאנגען דאווענען...., ער איז א אומר שלך שלי, בשעת'ן דאווענען מיינט ער אז מ'וויינט אויף די פארברענטע עסן, דער איז א ע"ה.....
(המלקט בדרך צחות)

יז) שלי שלך ושלך שלי – עם הארץ, אן עם הארץ טוישט אויף די יוצרות, ער זאגט פאר כביכול, אויף יר"ש וואס איז תולה אינעם מענטש הכל בידי שמים דאס פארלאזט ער זיך אויפן באשעפער, שלי האלט ער איז שלך, ווידער שלך, זאכן וואס איז תולה אינעם באשעפער ווי פרנסה וכדומה, זאגט ער שלי, דאס איז מיין כח, אזא איינער איז אן ע"ה.
(הרב ר' בונם מפארשיסחא)

יח) שלי שלך ושלך שלי – עם הארץ, ס'איז דא איינער וואס א וויל שטיצן א ת"ח ווייל דורך דעם וועט ער באקומען שכר בערך אזוי ווי יששכר זבולין, עכ"ז אפי' ער באקומט שכר, אבער אויב לערנט ער נישט אליין בליייבט ער א ע"ה, אז איינער זאגט שלי מיינט געלט וועט זיין שלך פארן ת"ח, און דורך דעם שלך דיין שכר וועט זיין שלי, ער איז נאך אלץ א ע"ה, ווילאנג ער לערנט נישט אליין.
(עפ"י הר"ש קלוגער, ועי' באבות על בנים, וכן פי' באך פרי תבואה)

הוספה: די פסוק זאגט הנה מה טוב ומה נעים שבת אחים גם יחד, די בעסטע צוויי ברודער'ס זענען יששכר און זבילון ווייל איינער האלט אויס דעם אנדערן, הנה טוב טוב ומה נעים שבת אחים, די צוויי ברודער'ס, לייגט אבער די פסוק צו "גם יחד" גם לרבות דער עושר מוז אליין'ס אויך לערנען נאר דעמאטס איז דאס יחד.
(מפי השמועה)

יט) שלי שלך ושלך שלי – עם הארץ, דער רמב"ם זאגט אז איינער וואס טוט מצות נאר מיט די איינע חשבון ע"מ לקבל פרס דאס איז א מדריגה פאר נשים וקטנים, שלי מיינע מצות גיב איך שלך פאר קב"ה על מנת שלך שלי נאר צו באקומען פון באשעפער, דער איז א ע"ה ווייל ס'איז מדריגת נשים וקטנים.
(אבות על בנים)

כ) שלי שלך ושלך שלי – עם הארץ, ס'האט אמאל געזאגט א חכם פארוואס די פסוק זאגט לא תחמוד בית רעך אשת רעך שורו חמורו וכל אשר לרעך, וואס איז די תורה מוסיף מיט דעם וכל אשר לרעך ס'שטייט דאך שוין בית, שור, חמור וכו'?, נאר צומאל מאכט זיך א מענטש ער איז מקנא זיין חבר מיט זיין הויז, ווידער דאס אז דער זעלבע חבר האט א שלעכטע ווייב דאס איז ער שוין נישט מקנא, צומאל איז ער מקנא א חבר מיט יענעמס פארמעגן ווידער יענעמ'ס אנדערע צרה איז ער נישט מקנא, זאגט די תורה לא תחמוד בית וכו' וכל אשר לרעך, אז דו ביסט מקנא מוזסטו נעמען דעם גאנצן פעקל, מ'קען נישט האבן א הויז ווי יענער א ווייב ווי א צווייטער, און א פארמעגן ווי א דריטער!!! ודפח"ח, איינער וואס זאגט שלי שלך מיין לעבן אבער ער איז מקנא נאר א חלק פון יענעם, ושלך יענעמס זאך אבער שלי מיט מיינע השלמות, דער איז א ע"ה, ער קען נישט דעם פסוק וכל אשר לרעך...
(המלקט)

כא) שלי שלך ושלך שלי – עם הארץ, ביים הייליגן דב"ח איז אמאל אריין געקומען א איד א עושר פון קראקא אז ער האט זיך משדך געוועהן מיט א עושר פון טארנע און ער דארף געבן נדן גרויס געלט אבער ער האט נישט גארנישט, ער איז א באהאלטענע ארימאן, נאך אפאר שעה איז אריין געקומען א עושר פון טארנע (דער מחותן פונעם קראקא עושר) און זאגט אז היות ער האט זיך משדך געוועהן מיטן קראקא עושר מוז ער געבן גרויס געלט פאר נדן און ער האט נישט, ער איז א באהאלטענע ארימאן, האט דער דב"ח זיי אויסגעמוסר'ט און געהייסן געבן ביידע קליין געלט, און נישט שפילן עושר ווען מ'האט נישט, האומר שלי שלך, די גאנצע סבה פארוואס ער ווייזט זיך א עושר איז צו געפעלן שלך, און די זעלבע פארקערט, דאס איז עם הארץ. (ויצא פרח)

כב) שלי שלך ושלי שלי – ע"ה, ווייל די עונש פון המספר לשה"ר איז אז מ'טוישט אים אויס די חטאים פאר מצות, און יענעמס עבירות באקומט ער, זאגט אבער די גמ' אין מס' ערכין מה תקנתן של מספרי לשה"ר ילמוד תורה, זאגט די משנה, שלי שלך ושלך שלי, איינע וואס איז אין אזא מצב אז ער האט יענעמס עבירות און זיינע מוצ גייען פאר יענעם, מוז זיין א ע"ה, ווייל א ת"ח לערנט תורה און איז מכפר אויף די לשה"ר.
(לב אהרן)

כג) שלי שלך ושלי שלי – ע"ה, דאס אז איינער גיבט פארן צווייטן איז א גוטע זאך און ס'האלט די וועלט, האומר שלי שלך ושלך שלי, ער טוט חסד פאר א צווייטן אוןו א צוויטער פאר אים, מ'איז נישט קיין כפיו טובה, זה עם "הארץ", דאס האלט די וועלט.
(מהר"ם שיק)

כד) שלי שלך ושלי שלי – ע"ה, די גמ' זאגט שטייט השמים שמים לד' והארץ נתן לבני אדם, ווידער א צווייטע פסוק שטייט לד' הארץ ומלואה אי זלכאורה א סתירה, ענפערט די גמ' כאן לפני ברכה, כאן לאחר ברכה, קומט אויס נאכן מאכן א ברכה באקומט א מענטש א אחוזה אויף דער ערד, האומר איינער זאזט פארן באשעפער שלי שלך, מיין עסן איז דיינס און ער מאכט א ברכה, דאן באקומט ער א רשות אויף דער ארץ, און ס'ווערט שלך שלי, זה עם "הארץ" פון די "ארץ" נתן לבני אדם.
(ר"ש קלוגער)

כה) שלי שלך ושלי שלי – ע"ה, עס ווערט דערציילט אז צוויי ברודער'ס האבן געהאט א שותפות'דיגע פעלד, איינער האט געהאט קינדער האט ער ווייניגער געארבעט, די צווייטע האט געהאט א ליידיגע שטוב האט ער מער געארבעט, ווען מ'האט זיך צוטיילט גלייך, יענע נאכט האט איינער געטראכט קוק אהער איך ארבעט ווייניגער קומט זיך פאר מיין ברודער אביסל מער, איז ער געגאנגען אינמיטן די נאכט געכאפט אביסל תבואה און אריבער געטראגן צו זיין ברודער, פון די אנדערע זייט האט דער צווייטער ברודער געטראכט מיין ברודער האט דאך א שטוב מיט קינדער לאמיר אים געבן אביסל פון מיין תבואה, אזוי איז ער אריבער אינמיטן די נאכט צום ברודער, אינמיטן וועג האבן זיך ביידע געטראפן מיט תבואה און זיך געהאלזט מיט אהבה, האט הקב"ה געזאגט אט אויף דעם מקום וויל איך מאכן מיין מקדש, האומר שלי שלך ושלך שלי, ווי אט די צוויי ברודער'ס, זה עם "הארץ", דאס איז א אויסגעקליבענע שטיקל ארץ צו מאכן דעם בית המקדש.
(המלקט)

כו) וואס איז דער חילוק פון די רשע ביזן חסיד?, א צדיק זאגט אייביג אז אלעס איז יענעמס זכות גארנישט איז נישט זיין זכות, ווידער א רשע זאגט פארקערט אלעס איז בזכותו, שלי שלך שלך שלך חסיד אפי' מיין זכות איז אויך נאר דיין זכות, ווידער א רשע זאגט שלי שלי ושלך שלי אפי' דיינע זכותים זענען וועגן מיר.
(אבות על בנים)

כז) שלי שלך ושלך שלך – חסיד, לכאורה נאר דעי חלק אז ער זאגט שלי שלך דאס איז א מדריגה, ווידער דעם שלך שלך איז דאך נישט קיין שום מעלה?
מעשה: מיט א צדיק וואס האט געחלום'ט אז זיין שכן אין ג"ע וועט זיין א קצב, איז ער אריבער צום קצב זעהן וואס זענען זיינע מעשים האט ער אים געזאגט אז א האלבע פון זיין פארדינסטן גיבט ער פאר צדקה, זאגט אים דער צדיק דאס אליין איז נאך נישט גענוג זאג מיר צו דו האסט עפעס געטון אמאל א מעשה טוב, זאגט ער אים יא, איינמאל זענען דא אדורך א גרופע רויבער און דארט איז געוועהן א אידיש מיידל וואס האט שטארק געוויינט, האב איך איר אויסגעלייזט פאר גרויס געלט און אריין גענומען אין שטוב, נאך אפאר יאר האב איך איר משדך געוועהן צו מיין זון, פארשטייט זיך אז לכבוד די חתונה האב איך איר געלאזט נייען קליידער מיט כל מיני תכשיטין, ביים קבלת פנים איז געוועהן א איד וואס האט שטארק געוויינט האב איך אים געפרעגט סיבת בכיתו, זאגט ער מיר אז דאס מיידל איז געוועהן זיין כלה און ס'איז אפי' דא די שטר קידושין, נאר די שידוך איז צוריק געגאנען צוליב דעם וואס איך בין געווארן א יורד, האב איך נישט געטראכט קיין צוויי און איך זאג פאר מיין חתן אז ער זאל וויסן די כלה געהערט פאר א צווייטן און דו קענסט נישט מיט איר חתונה האבן, כ'האב גענומען אלע קליידער און תכשיטין און זיי אהין געגעבן בחפץ לב און זיי זענען אוועק געגאנגען וואוינען פאר זיך, האט שוין דער צדיק פארשטאנען פארוואס זיין שכן אין ג"ע איז דער יוד ע"כ המעשה מס' מעיל צדקה.
שטעלט זיך די פראגע פארוואס האט דער קצב געמוזט געבן אלע צירינגען און קליידער פאר די כלה, ס'איז גענוג אז ער האט מוותר געוועהן אויפן שידוך?, נאר דער קצב האט פארשטאנען אז דער צוריק האלט פון אזא מכשול איז אים ווערד כל הון דעלמא, האט ער אים געשענקט זיינע זאכן, אלץ הכרת הטוב אז יענער האט אים צוריק געהאלטן פון אזא מכשול, איז דאך שפט אז ס'ברענט אים אים אזוי די מצוה אז ער לאזט זיך באצאלן דערפאר.
האומר שלי שלך, מיין פארמעגן גיב איך דיר, ווייל איך פארשטיי אז שלך שלך דיין כלה איז דאך דיינס, האסטו מיר צוריק געהאלטן פון א עבירה, קומט זיך דיר שלי שלך, דער איז א חסיד.
(בן איש חי)

כח) נאך מער טיפער דער קצב האט מורא געהאט אז אפשר וועט מען זאגן אז צוליב דעם וואס ער האט געזעהן אין די כלה א מום דערפאר לאזט ער אפ דעם שידוך, דערפאר האט ער געגעבן די גאנצע תכשיטין צו ווייזן אז מ'איז א וועק געגאנגען מיט פרידן, איז ער געוועהן א אומר שלי שלך, ער געט אים אוועק זיינע תכשיטין, ווייל שלך שלך, ער איז וואס ער איז און מ'זאל נישט מיינען אז ער איז א בעל מום חלילה, דאס איז א חסיד.
(בן איש חי)

כט) די הלכה איז ווען מ'גנב'ט פון איינעם און מ'כאפט יענעם ביי די גניבה דארף ער באצאלן כפל, אבער א ת"ח וויל נישט נהנה זיין פון אזא כפל, ער זאגט נאר גיב מיר צוריק מיינס וואס איז געגנבט געווארן, ער זאגט שלי שלך כאטש ס'איז געשעהן אזא מעשה אז מיינס איז געוועהן ביי דיר דורך א גניבה, מיט דעם אלעם שלך שלך נעם דיר צוריק דיין צווייטן חלק פון כפל.
(בן איש חי)

ל) שלי שלך ושלך שלך – חסיד, דאס גייט ארויף אויף תוס' שבת, איינער וואס איז מוסיף צום שבת און ווער רעדט נאך שבת אליין איז ער עוסק בתורה, ער איז א חסיד ווייל ער זאגט שלי שלך, פון זיין צייט איז ער מוסיף צום שבת, ושלך שלך אין דעם שבת לד' איז ער מוסיף לד ער איז א חסיד.
(בינת יששכר)

לא) דער פשוט'ע חילוק פון דער רשע מיטן חסיד, ווען איינער זאגט כלו שלי און ווען איינע זאגט כלו שלך, איז דומה צו א ראש ישיבה, ס'איז דא א ראש ישיבה וואס זאגט איך בין דאך א ראש ישיבה א ת"ח, און צוליב מיר זענען מיינע תלמידים מצליח, דער זאגט שלי שלי ושלך שלי, אבער מצד השני איז דא א ר"י וועלכע זאגט מיינע תלמידים זענען דאך מצליח בסייתע דשמיא, און מיין גאנצע הצלחה איז אויך נאר צוליב מיינע תלמידים, אזא איינערז אגט שלך שלך ושלי שלך, דער איז א חסיד.
(בעלי מוסר)

לב) שלי שלי ושלך שלי, מ'ווייסט דאך אז ווען מ'טוט מצות בעת מ'האט נאך נישט תשובה געטון דאן כאפן די חיצונים צו די מצוה, זאגט די משנה שלי שלי, אויב זיינע מעשים בלייבן ביי אים, אפי' שלך שלי, די מצות וואס זענען געווענדליך שלך, און ס'איז לא פורחת לעילא, דאן איז ער ל"ע א רשע.
(המלקט)

לג) שלי שלי ושלך שלי רשע, ביי קרח געפינען מיר אז קרח איז געוועהן א לוי און ער האט אויך געוואלט זיין א כהן, ווי משה רבינו האט אים געזאגט, רב לכם בני לוי וגו' ובקשתם גם כהונה, איז ער געוועהן א בעל שלי שלי ושלך שלי, איז דאס א רשע.
(ר"ש קלוגער)

לד) די פסוק זאגט הטה ד' אזנל ענני כי עני ואביון אני שמרה נפשי כי חסיד אני, דוד המלך זאגט איך בין א עני איך בין נישט קיין עשיר, ווייסטו פארוואס ווייל כי חסיד אני, און א חסיד זאגט שלך שלך, ושלי שלך, דעריבער פארמאג איך גארנישט.
(החיד"א בשם ר' אברהם ברודא)
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

יישר כח

פרינטער פרינט לכבוד שבת
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

הערליך הערליך!
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
ביללער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 1:47 am

Re: פרקי אבות פרק ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביללער »

דער תפארת ישראל סוף מס' אבות ברענגט אראפ א טייטש בשם 'מצאתי כתוב' וואס די שייכות פון עז פנים לגיהנם צו יהי רצון מלפניך שיבנה עירך במהרה בימינו.
אז ווייל עקבתא דמשיחא חוצפה יסגי, בעט מען ס'זאל נישט קומען דורך עזי פנים, נאר יהי רצון מלפניך.
איך זוך ווער ס'זאגט עס
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”