צו דערציילן ביים שבת טיש #1

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

האט איר הנאה געהאט דערפון?

*
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
**
1
8%
***
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
****
1
8%
*****
11
85%
 
סך הכול שטימען: 13

אוועטאר
זאג א גוטס
שר חמש מאות
תגובות: 928
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

צו דערציילן ביים שבת טיש #1

תגובהדורך זאג א גוטס » פרייטאג יוני 12, 2020 11:46 am

בס"ד

ערש"ק פ' בהעלותך תש"פ

דער טאטע דערציילט ביים שבת טיש

אזויווי כ'האב געזען ביי מיר, אז וויפיל כ'האב נאר געליינט מעשיות פון צדיקים, אבער ווען עס קומט למעשה צו דערציילן עפעס ביים שבת טיש פאר די לעכצנדע קינדערלעך, קומט גארנישט ארויף...
נאכן אריינטראכטן אז קען זיין דאס מאכט זיך ביי נאך אסאך אידן, האב איך באשלאסן צו מסדר זיין בעזר השי"ת א שיינע ענין און מעשה אויף די וואך, וואס מ'זאל קענען זיך פארקוקן אדער אראפנעמען צו דערציילן ביים שבת טיש.
ובזה החלי בעז"ה, ואשאלה ממנו מענה לשון.

------


די וואכעדיגע סדרה זעט מען אין די תורה, דער אויבערשטער האט געהייסן פאר משה רבינו זאל צוזאמנעמען זיבעציג זקנים, עלטערע חשוב'ע אידן, און ער וועט געבן פון משה רבינו'ס נבואה און געטליכקייט אויף זיי, (נישט אז דורכדעם וועט פעלן פון משה רבינו'ס מדרגות, נאר אזויווי א לעכט וואס מ'קען מיט דעם אנצינדן אסאך אנדערע לעכט, און עס פעלט גארנישט פון די ערשטע לעכט), און דורך די כוחות וועלן זיי אים קענען צוהעלפן צו פירן דעם כלל ישראל.
שטייט אין ספרים הקדושים אז וועגן דעם האט דער אויבערשטער געוואלט עס זאל דוקא גיין דורך משה רבינו, ווייל אויב וואלטן זיי באקומען די כח פונעם אויבערשטן אליין, וואלטן זיי ח"ו געקענט צוקומען צו גאוה, אבער אויב זיי באקומען עס דורך משה רבינו, וועט דורכדעם אויך נשפע ווערן אויף זיי די מדת ענוה פון משה רבינו, און אפילו זיי וועלן אנקומען צו זייער הויעכע מדרגות, וועלן זיי זיך נאכאלס האלטן קליין און נישט צוקומען צו גאוה ח"ו.

------


אין די ירושלים'ער געסלעך טוט זיך א געפילדער און א גערויש, דער לויפט מיט הדסים אין די הענט, דער שלעפט אויף די פלייצעס א שיינעם פיש וואס ער האט נארוואס איינגעהאנדלט אין מארק, און דער טראגט אהיים גרויסע שטיקער פלייש גרייט צו שטעלן אויפן פייער צום קאכן. אלעס גרייט זיך מיט א פרייליכקייט צום גרויסן גאסט, דער הייליגער שבת, וואס קומט אט אט צו גיין.
דער שטארקער גערויש ווערט פלוצלינג איבערגעריסן מיט א גאר אנדערע סארט גערודער, און אלעמענ'ס אויגן ווענדן זיך אינסטינקטיוו צום פלאץ פון וואו דאס קול קומט.
א הויכער געבויעטער פארשוין, פון די פראסטע ליידאקעס און ריכטיגע עמי הארצים, שפאצירט זיך געמיטליך אריין צווישן די הייזקעלעך, ווען די גאנצע צייט שרייט ער מיט אומבאנומענע קולות הילל! הילל! איז דא פארהאן א הלל? ווער איז דאס דער הלל?
צום ערשט האט מען געמיינט אז ער זוכט זיין קינד וואס איז ערגעצוואו דא פארלוירן געגאנגען, אדער אפשר איז ער נעבעך אביסל צורודערט...
אבער דאן, צו יעדן'ס שטוינונג, ווענדט ער זיינע טריט דירעקט צו דאס הייליג הויז וואו עס וואוינט דער גרויסער מנהיג און רבי, דער נשיא פון גאנץ כלל ישראל, דער הייליגער תנא הלל הזקן, און ער זעצט פאר מיט זיינע געשרייען, הלל! ווער איז דאס דער הלל?
די שטוינונג פון די פארזאמלטע אידן האט זיך שנעל געטוישט צו אויפברויז. ווי קען א איד, זאל ער זיין אפילו אזא פראסטאק, זיך וואגן אזוי צו רופן דעם הייליגן נשיא און רבי פון אלע אידן?!
עטליכע אינגע בחורים האבן שוין געוואלט צולויפן און אים אריינגעבן א מנה אחת אפים ווי עס קומט זיך פאר זיין חוצפה, אבער ממש אין יענע מינוט באווייזט זיך ביים שוועל פונעם הויז, דער הייליגער תנא הלל הזקן אליין, מיט זיין קאפ איינגעוויקלט אין א האנטוך, האלטנדיג אינמיטן זיך וואשן לכבוד שב"ק, און מיט א רואיגע פאטערליכע בליק ווענדט ער זיך דירעקט צום 'גאסט' און פרעגט אים: קינד מיינס, וואס ווילסטו?
איך האב א גרויסע שאלה צו פרעגן, ענטפערט דער פארשוין.
פרעג מיין קינד, פרעג.
מיט אן איינגעהאלטענעם שמייכל פרעגט דער פארשוין פון הלל: פארוואס האבן די מענטשן פון בבל רינדעכיגע קעפ?
קינד מיינס, דו האסט געפרעגט א שטארקע שאלה! און די תירוץ דערויף איז, ווייל ביים געבוירן ווערן האבן זיי נישט קיין גוטע הייבאמס וואס זאלן זיך גוט אפגעבן מיט זיי.
אן א ווארט דרייט זיך דער פארשוין אוועק, און גייט אוועק פון דארט.

נאך א קורצע צייט, יעדער איז שוין צוריק צו די הכנות פארן שב"ק, און... דער איז ווידער דא!
'ווער איז דאס הלל?' 'וואו ביסטו הלל?' די קולות ווערן העכער און העכער, און די אויפגעברויזטע מאסן ווערט גרעסער און גרעסער...
ווידעראמאל איז עס די ליכטיגע רואיגע צורה פונעם רבן של ישראל וועלכע באווייזט זיך ביים טיר, וואס געלונגט צו בארואיגן די געמיטער, בלויז סעקונדעס איידער עס פלאצט אינגאנצן.
יא קינד מיינס, וואס ווילסטו פרעגן?
איך האב א שטארקע שאלה צו פרעגן.
פרעג מיין קינד, פרעג.
פארוואס זענען די אויגן פון די תרמודיים אינגאנצן רינדעכיג?
האסט געפרעגט א גוטע שאלה קינד מיינס! די ענטפער איז, ווייל זיי וואוינען אין זאמדיגע פלעצער, דערפאר האט דער אויבערשטער ספעציעל געמאכט זייערע אויגן זאל נישט זיין לאנג, כדי עס זאל נישט אריינגיין דערין זאמד.
א שיינע פאר אויגן האבן באגלייט דעם אומגעוואונטשענעם גאסט וועלכע האט, פונקט ווי פריער, זיך אויסגעדרייעט אן א ווארט, און זיך געגאנגען זיין וועג.

עס גייט נישט דורך צו לאנג... והנה, דער בחור איז דא צוריק!
דאסמאל הערט מען אים שוין פון דערווייטנס, נאך בעפאר מ'זעט זיין פראסטע צורה. זיינע קולות פון 'ווער איז עס הלל?' הערט זיך ווידעראמאל אין די גאסן, און אצינד איז שוין דער עולם עכט גרייט אים צו צערייסן אויף שטיקער פאר זיין אומדערהערטע חוצפה, און ווידער איז עס דער תנא הלל אליינס וועלכע ראטעוועט די מצב ווי נאר ער באווייזט זיך ביים שוועל פון טיר, און ווענדט זיך צום יונגאטש מיט זיין נאטורליכע רואיגע שטימע: קינד מיינס, וואס ווילסטו?
ווי כאילו ער האלט נישט יעצט ביים דריטן מאל איבערשפילן דעם שפיל, ענטפערט אים דער פארשוין מיט די זעלבע גראדקייט: איך האב א שטארקע שאלה צו פרעגן.
אויך דא ווערט נישט הלל נתפעל, נאר זאגט אים מיט די זעלבע רואיגקייט: פרעג מיין קינד, פרעג.
פארוואס זענען די פיס פון די אפריקאנע מענטשן פלאך?
קינד מיינס, דו פרעגסט א גוטע שאלה! דאס איז ווייל זיי וואוינען נעבן וואסער, און זיי גייען בארוועס, דערפאר ווערט זייער פיס אויסגעשפרייט און פלאך, אנדערש ווי אונז וואס גייען שיך, וואס דאס האלט די פיס אין פארעם.

איך האב נאך אסאך שאלות צו פרעגן, זאגט דער פארשוין פאר הלל, אבער איך האב מורא אז דו וועסט זיך אויפרעגן אויף מיר...
דער הייליגער תנא הלל זעצט זיך אראפ, און מיט א רואיגע שטימע ווענדט ער זיך צום גאסט: אלע שאלות וואס דו האסט, קענסטו מיר יעצט פרעגן.
פרעגט אים דער פארשוין, דאסמאל שוין מיט אמת'ע וואונדער: דו ביסט טאקע דער הלל וועמען מ'רופט דער נשיא פון די אידן?
יא.
אויב ביסטו דאס טאקע דער, דאן זאלן זיך נישט מערן אזוינע ווי דיר ביי אידן.
מיין קינד, פארוואס רעדסטו אזוי?
איך זאג אזוי, וויבאלד וועגן דיר האב איך פארלוירן פיר הונדערט זוז! צוליב וואס כ'האב געמאכט א 'וועט' מיט מיין חבר (א לייכטזיניגער פארשוין זיינס גלייכן...), אז אויב וועט מיר געלונגען דיר אויפצורעגן, וועט ער מיר גיבן 400 זוז.
זאגט אים הלל: זיי געווארנט מיט וואס דו נעמסט זיך אונטער! הלל איז ווערט אז דו זאלסט שאדן האבן 400 זוז - וואס דו וועסט נישט באקומען פון דיין חבר, און נאך 400 זוז - וואס דו דארפט יעצט געבן פאר דיין חבר, אבער הלל וועט זיך נישט אויפרעגן!

-------

קינדערלעך, די גמרא אנהויב פון די מעשה רופט אן הלל א 'עניו', ווייל אויב מ'טראכט אריין זעט מען אז כעס און זיך אויפרעגן קומט פון (א טראפקעלע) גאוה. (נישט חס ושלום אז שמאי איז געווען א בעל גאוה, נאר שמאי האט זיך אויפגערעגט ווען ער האט געפילט אז מ'מאכט ח"ו חוזק פון די תורה, אזויווי די מעשה פון די גרים וועלכע האבן נאר געוואלט תורה שבכתב, אדער לערנען אלעס אויף איין פוס, ואכמ"ל). הלל הזקן האט זיך גארנישט אויפגערעגט וויבאלד ער איז געווען א עניו, ער האט זיך געהאלטן קליין, און ער האט נישט געטראכט אז 'עס פאסט נישט פאר מיר, דער נשיא פון כלל ישראל, צו ענטפערן שאלות פאר אזא פראסטע יונג'.
אפילו ס'איז געווען ערב שבת, און ער האט געהאלטן אינמיטן זיך צוגרייטן צום שבת, און ווי ס'שטייט אין ספה"ק אז דער שטן פארלייגט זיך מ'זאל זיין דעמאלטס נערוועז און אנגעצויגן, און ח"ו קומען צו כעס. אבער דאס קען נאר קומען אויב מ'האט אביסל גאוה, און מ'טראכט אז פארוואס עפעס זאל איך מיר צושטעלן צו יענעם, אפשר זאל זיך יענער צושטעלן צו מיר?
אבער אויב מ'לערנט זיך אפ פון הלל, מ'איז א עניו און מ'האלט זיך נישט גרעסער פון א צווייטן, אויטאמאטיש ווערט מען נישט גערעגט ווען יענער שטעלט זיך נישט צו פונקטליך וויאזוי איך וויל יעצט טון, ווייל מ'טראכט 'פארוואס עפעס בין איך מער חשוב'ער פון יענעם?'

אפילו יאנקי איז יונגער פון מיר, אבער אפשר יעצט ווען ער וויל ענדערש איך זאל אים העלפן צוזאמפאקן די טויס, אנשטאט איך זאל וועקיומען די הויז 'ווי א גרויסע אינגל', איז ער טאקע גערעכט, און יענץ איז וויכטיגער?...
אפשר אז רחל'ע וויל יעצט איך זאל מאכן מיט איר די סטיקערס וואס זי האט אהיימגעברענגט פון קינדערגארטן, און דאס גייט איר האלטן ביזי און זי גייט נישט מוטשענען מאמי, איז וויכטיגער ווי איך זאל יעצט זיך איינשפארן אין די רום צו חזר'ן די עברי וואס די טיטשער האט אהיימגעשיקט?...

און אין אמת'ן אריין אויב מ'לעבט טאקע דערמיט, און מ'חזר'ט זיך עס איין, איז די גאנצע לעבן געשמאקער אזוי, מ'איז סאך רואיגער און צופרידן. אויב מ'טראכט פון א צווייטן און מ'געבט די גוטע געפיל פאר יענעם, באקומט מען אליין א גוטע געפיל. די טבע פון א מענטש איז דאך אז ער פילט גוט ווען ער מאכט א צווייטן פילן גוט.

בכלל איז דאס די עבודה פון א איד, צו אויסארבעטן די מדות. און די יסוד פון ענוה, צו קענען צוקומען דערצו זיך צו באמת האלטן קליין, איז נאר ווען מ'ווייסט אז יעדער איד איז א קינד פונעם אויבערשטן, און יעדער האט א חשיבות, און דורכדעם האלט מען זיך נישט מער פון א צווייטן, ווייל אפילו ווען מ'ווייסט די אייגענע מעלות - וואס איז נישט קיין שום חסרון צו וויסן און אנערקענען, פונקט פארקערט, אזויווי ס'איז באקאנט די ווארט פונעם הייליגן לעכעוויטשער זי"ע 'להודיע לבני האדם גבורותיו', אז א מענטש דארף וויסן זיינע אייגענע שטארקקייטן, מיט דעם אלעם ווייסט מען אבער אז יענער האט פונקט אזוי מעלות, און יענער קען פונקט אזוי זיין גערעכט ווען ער טוט אזוי און אזוי, וואס אז מ'טראכט אריין זעט מען אז ענוה איז באמת א שטארקע יסוד אין אזויפיל זאכן, מ'קען גרינגער העלפן א צווייטן, דן זיין לכף זכות, און נאך און נאך ואכמ"ל.

דער אויבערשטער זאל טאקע העלפן מ'זאל קענען ארויסנעמען יעדער איינער גוטע נקודות, סיי ביי זיך און סיי ביי אנדערע, און זיך אויסארבעטן די מדות, און דינען דעם אויבערשטן מיט די כוחות וואס מ'פארמאגט, עס צו אויסנוצן צום גוטן, סיי בין אדם למקום און סיי בין אדם לחבירו.
לעצט פאראכטן דורך זאג א גוטס אום דאנארשטאג יוני 25, 2020 3:10 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.
צו דערציילן ביים שבת טיש
אז מען געוואוינט זיך נישט איין יונגעהייט צו זיצן שעות על שעות כל כולו שקוע בתורה איז עס טאקע געפערליך ווען מען איז עלטער....
קרעדיט: למעלה משבעים

אוועטאר
זאג א גוטס
שר חמש מאות
תגובות: 928
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: צו דערציילן ביים שבת טיש

תגובהדורך זאג א גוטס » פרייטאג יוני 12, 2020 12:20 pm

.
צו דערציילן ביים שבת טיש
אז מען געוואוינט זיך נישט איין יונגעהייט צו זיצן שעות על שעות כל כולו שקוע בתורה איז עס טאקע געפערליך ווען מען איז עלטער....
קרעדיט: למעלה משבעים

באקסער בוים
שר חמש מאות
תגובות: 629
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

Re: צו דערציילן ביים שבת טיש

תגובהדורך באקסער בוים » פרייטאג יוני 12, 2020 12:23 pm

זייער שיין אראפגעלייגט!
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

בשבילי נברא
שר האלפיים
תגובות: 2532
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

Re: צו דערציילן ביים שבת טיש

תגובהדורך בשבילי נברא » פרייטאג יוני 12, 2020 3:08 pm

א ריזיגן יישר כוח! זייער שיין!

דא האט איר א PDF דערפון פאר וועם עס איז א תועלת.
צוגעלייגטע
צו דערציילן ביים שבת טיש.pdf
(51.79 KiB) דאונלאודעד 51 מאל

אוועטאר
זאג א גוטס
שר חמש מאות
תגובות: 928
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: צו דערציילן ביים שבת טיש

תגובהדורך זאג א גוטס » דינסטאג יוני 16, 2020 6:59 pm

בשבילי נברא האט געשריבן:א ריזיגן יישר כוח! זייער שיין!

דא האט איר א PDF דערפון פאר וועם עס איז א תועלת.

wow! יישר כח!
צו דערציילן ביים שבת טיש
אז מען געוואוינט זיך נישט איין יונגעהייט צו זיצן שעות על שעות כל כולו שקוע בתורה איז עס טאקע געפערליך ווען מען איז עלטער....
קרעדיט: למעלה משבעים

בשבילי נברא
שר האלפיים
תגובות: 2532
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

Re: צו דערציילן ביים שבת טיש

תגובהדורך בשבילי נברא » דינסטאג יוני 16, 2020 7:02 pm

זאג א גוטס האט געשריבן:
בשבילי נברא האט געשריבן:א ריזיגן יישר כוח! זייער שיין!

דא האט איר א PDF דערפון פאר וועם עס איז א תועלת.

wow! יישר כח!

נא! מיר זענען גרייט אויפן קומענדיגן!...

אוועטאר
זאג א גוטס
שר חמש מאות
תגובות: 928
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: ענותן כהלל - צו דערציילן ביים שבת טיש - פ' בהעלותך

תגובהדורך זאג א גוטס » דאנארשטאג יוני 18, 2020 12:32 am

זע איך יעצט שוין דא אזא אשכול, אקוראט מיטן זעלבן נאמען און ציל.
ברוך שכונתי.
viewtopic.php?f=73&t=11698
צו דערציילן ביים שבת טיש
אז מען געוואוינט זיך נישט איין יונגעהייט צו זיצן שעות על שעות כל כולו שקוע בתורה איז עס טאקע געפערליך ווען מען איז עלטער....
קרעדיט: למעלה משבעים

אוועטאר
זאג א גוטס
שר חמש מאות
תגובות: 928
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: צו דערציילן ביים שבת טיש #1

תגובהדורך זאג א גוטס » דינסטאג יוני 30, 2020 4:59 pm

פ' חקת איז דאך די מעשה פון דמה בן נתינה מיטן פרה אדומה...
איז דא פאראינטערעסירטע צו מאכן א לענגס און ברייטס - בעז"ה, אויב די צייט ערלויבט - צו קענען נאכפארציילן?
צו דערציילן ביים שבת טיש
אז מען געוואוינט זיך נישט איין יונגעהייט צו זיצן שעות על שעות כל כולו שקוע בתורה איז עס טאקע געפערליך ווען מען איז עלטער....
קרעדיט: למעלה משבעים

בשבילי נברא
שר האלפיים
תגובות: 2532
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

Re: צו דערציילן ביים שבת טיש #1

תגובהדורך בשבילי נברא » דינסטאג יוני 30, 2020 5:00 pm

זאג א גוטס האט געשריבן:פ' חקת איז דאך די מעשה פון דמה בן נתינה מיטן פרה אדומה...
איז דא פאראינטערעסירטע צו מאכן א לענגס און ברייטס - בעז"ה, אויב די צייט ערלויבט - צו קענען נאכפארציילן?

האסט מיין וואוט, יא זייער אינטערעסירט!

אוועטאר
זאג א גוטס
שר חמש מאות
תגובות: 928
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: צו דערציילן ביים שבת טיש #1

תגובהדורך זאג א גוטס » דינסטאג יוני 30, 2020 5:06 pm

וואלט איך געוואלט בעטן דער וואס האט גענומען די מיה צו שטעלן דעם צווייער, זאל מיר זאגן וואס מ'קען פארבעסערן.
שכוח.
אישי איז אויך גוט
צו דערציילן ביים שבת טיש
אז מען געוואוינט זיך נישט איין יונגעהייט צו זיצן שעות על שעות כל כולו שקוע בתורה איז עס טאקע געפערליך ווען מען איז עלטער....
קרעדיט: למעלה משבעים


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט