ספר שמות און די מגילה - געקניפט און געבינדן! #ליבשאפט!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

ספר שמות און די מגילה - געקניפט און געבינדן! #ליבשאפט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

שטייענדיג ביים סיום צום הייליגן ספר שמות לאמיר זיך אפשטעלן כאטש אפאר מינוט'קעלעך און דאנקן הקב"ה אויף דעם געוואלדיגן זכות וואס מיר האבן, צו קענען לערנען און זיך פארטיפן אין די הייליגע פרשיות און דערפון טוען ארויסשעפן הויפענס אמונה, חיזוק, התעוררות און פיל נאך. איז יעצט שטייענדיג ביים סוף פרשת פקודי איז צייט צוריק צוקוקן אויפן גאנצן ספר שמות און זיך פרעגן וואס נעמען מיר מיט, וואס איז די יסוד וואס ספר שמות לערנט אונז? לאמיר זיך נישט פארזוימען נאר טאקע גלייך אריינשפרינגן און בקיצור אדורך בליקן די ראשי
פרקים פון ספר שמות:
א. יציאת מצרים - צרות, מכות, און דאס ארויסגיין פון מצרים.
ב. משה רבינו – אונזער הייליגע רבי וואס באגלייט אונז.
ג. קריעת ים סוף – נסים ונפלאות - דאס שפאַלטן פונעם ים.
ד. מדבר – די אידישע קינדער בעטן עסן – און זיי באקומען די מן.
ה. עמלק – די מלחמה מיט עמלק.
ו. מתן תורה – נעשה ונשמע - מיר באקומען די תורה הקדושה.
ז. עגל – די שרעקליכע חטא פונעם עגל.
ח. משכן – ועשו לי משכן - דער הייליגער משכן ווערט געבויעט.

בפשטות זעט אויס ווי די אלע ענינים האבן נישט קיין שייכות איינס מיטן אנדערע, נאכמער פון חדר איז נאך פארהאן דעם הרגשה אז ספר שמות איז עפעס כאילו צוטיילט אויף צוויי, דאס ערשטע חלק וואס גייט ביז יתרו – משפטים (ווענד זיך ווער די מלמד איז געווען) און דאס צווייטע חלק איז פון משפטים ביז נאך פקודי, ס'ליגט אין די ביינער ווי ביי פרשת משפטים האט זיך אנגעפאנגען גאנץ א צווייטע ספר, לאמיר זיך אבער פארטיפן און בסייעתא דשמיא באמערקן אז די פרשיות זענען גאר געקניפט און געבינדן איינס מיטן אנדערע, און צווישן די הייליגע פרשיות ליגן באהאלטן אוצרות פון חיזוק פאר אונזער טאג טעגליכן לעבן.

פארשטייט זיך אז שטייענדיג עטליכע טעג פאר די גרויסע פרייליכע יו"ט פורים איז צייט ארויסצונעמען דעם מגילת אסתר און אנפאנגן זיך ריכטיג גרייטן, און אז הקב"ה האט בהשגחה פרטית אזוי אויסגעשטעלט אז בדרך כלל טוען מיר ענדיגן יערליך ספר שמות נאנט צום גרויסן יו"ט פורים מיינט עס אז אין ספר שמות ליגט א קשר צו פורים לאמיר זיך פארטיפן און טרעפן דעם שליסל.

זיצט ר' ברוך אויפן פליגער אט האלט מען שוין פאַרן לאנדן אין די שווייץ, ער געבט זיך א כאַפ אויף פון זיין דרימל - טוט אָן די ברילן און מאכט אויף די דעקל פונעם פענסטער פפפששש.... הההאאא.... זאגט ער צו זיך אליין ס'איז עפעס הערליך, די קלאָרע בלויע הימל און די ווייס באדעקטע בערג פון די ווייטענס, און די אלע הערליכע ביימער, עפעס אויסטערליש שיין, אַה! מה רבו מעשיך ה'! ווי נאר זיי קומען נענטער רופט דער פילאט אויס אז מען וועט דארפן בלייבן אין די הימלן פאר עטליכע מינוט צוליב אנדערע פליגער וואס זענען פונקט יעצט אנגעקומען, קיין שום פראבלעם מ'וועט נאך אביסל באטראכטן די וואונדער פון די שווייצע געסלעך און באַנען וואס מען קען שוין קלאר זעהן פון דערהייעך, ס'איז עפעס הערליך!

דערנעבן זיצט זיין שוואגער ר' הערשל און בייגט זיך אזוי איבער צו קענען כאפן א בליק ארויס פון פענסטער, פלוצלינג זאגט הערשל: ברוך זעסט דארט אויף די רעכטע זייט איז דא א קליינע דרייוו-וועי? וואס מיינסטו יענע פאַרקינג ספאַט? יא יא ס'איז א דריוו-וועי זעסט עס גוט? יא וואס כאפסטו אזוי התפעלות, וואס איז אזוי אינטערעסאנט? איך וויל זאלסט וויסן זייער וויכטיג אז אויב וועסטו עס בלאַקן/פאַרשטעלן, אויב וועסטו דארט אפשטעלן דיין קאר אפילו נאר פאר א מינוט איז געפערליך... אויך דארט אויף די אנדערע זייט זעסט די געז סטאנציע אויב וועסטו זיך נאר פרובירן אריין כאפן וועסטו טייער באצאלן... דארט ווי די זעסט א גרויסע טרעפיק זיצן מענטשן און שוויצן, זיי זענען שפעט צום מיטונג, אוי ווען איך זאל נאר קענען געבן אזא הייב אויף דעם קליינעם קארעלע און לייגן אויף די אנדערע געסל וואלט פיין געווען, און אזוי ווארפט הערשל אזעלכע וויצלעך...

ברוך שמייכלט אונטער און ער זאגט: הערשל ביסט אזוי גערעכט, ס'איז עפעס נישט צום גלייבן אז פון דא אויבן זעהן די אלע זאכן אויס ווי ווערטלעך, אראפ קוקנדיג זעט אלעס אויס קליין און נישט וויכטיג, פון אויבן זעהן די אלע קארעלעך אויס ווי שפילצייגן, און די אלע דרייוו-וועיס ווי א נאָדעל אין א גרויסע זאַק, אבער ווי נענטער מיר קומען צום לאנדן און זאכן ווערן גרעסער, ווי מער מיר "זאָאָמען אריין" ווערן זאכן אויפגעבלאזן און ס'זעט עפעס אויס כאילו דאס איז די גאנצע מעשה, כאילו אז דאס איז עס און ס'איז נישט פארהאן עפעס מער, ס'איז דער ארבעט פונעם מענטש זיך אויפצוהייבן גאר הויעך און זעהן דעם גרעסערן בילד, זעהן אז ס'איז דא נאך עפעס אויף די וועלט אויסער דאס וואס ליגט אונז פאר די אויגן, ס'איז פארהאן עפעס מער, הייב זיך אויף!

אין ספר שמות צווישן די אלע הייליגע פסוקים זענען פארהאן אזעלכע וואס לערנט זיך מיט א שווערע געפיל, אנגעפאנגען פון דעם וְלֹא שָׁמְעוּ אֶל מֹשֶׁה מִקֹּצֶר רוּחַ וּמֵעֲבֹדָה קָשָׁה - די אידישע קינדער האבן זיך בכלל נישט צוגעהערט צו משה רבינו, שטייענדיג ביים ים האבן די אידישע קינדער געשריגן הֲמִבְּלִי אֵין קְבָרִים בְּמִצְרַיִם לְקַחְתָּנוּ לָמוּת בַּמִּדְבָּר – איז דען נישט פארהאן קיין קברים אין מצרים?! מַה זֹּאת עָשִׂיתָ לָּנוּ לְהוֹצִיאָנוּ מִמִּצְרָיִם וואס האסטו געטוען מיטן אונז אויסלייזן פון מצרים, אדער דערנאך ווען זיי האבן געזאגט הֲיֵשׁ ה' בְּקִרְבֵּנוּ אִם אָיִן ווער רעדט נאך פון די שווערע קאפיטלעך ביים חטא העגל וכו'. אבער ברידער טייערע די אלע פסוקים זענען נאר שווער ווילאנג דער מענטש לערנט עס מיט א פשטות און ער זעט נאר דעם איין פסוק פאר די אויגן, לאמיר זיך צוזאמען אביסל דערהייבן און באמערקן אז פון דער הייעך זעט מען גאנץ א צווייטע בילד און פלוצלינג ווערן די אלע הייליגע פסוקים לעכטיג און דאס מענטש ווערט ארום גענומען מיט א געפיל פון התחזקות און אהבת ה'.

(ברידער טייערע ליינט א מעשה וואס האט ווירקליך פאסירט מיט אונזער באבע מרת טויבא בת ר' שרגא פייביל ע"ה)
אונגארין – ס'איז דעצעמבער 1944 די רוסישע ארמיי האט ענדליך באזיגט די נאצישע רוצחים ימ"ש. - די צובראכענע פארבליבענע אידישע פליטים האבן געמיינט אז אט וועט מען שוין קענען אביסל אָפאָטעמען פון די אומבאשרייבליכע רציחות און פיינונגען וואס זיי זענען אריבער, אבער ליידער האט עס נישט לאנג גענומען און זיי האבן אַנערקענט דאס שרעקליכע, די רוסישע סאלדאטן זענען נישט קיין סאך בעסער, די צולאזסטע זעלנער האבן געפייניגט געשלאגן און געראַבעוועט איעדעס זאך וואס קומט זיי פאַר די אויגן.

צווישן די שארית הפליטה געפינט זיך א יונג זיבעצן יעריג מיידל און וואַנדערט ארום זיכנדיג איר משפחה, זי זיכט איר טאטע מאמע ברידער און שוועסטער, אפשר – אפשר איז עפעס פארבליבן, אדער חלילה אפשר נישט?!?! דאס לעצטע וואס זי געדענקט איז דעם פסח ביינאכט ליל הסדר, בשעת ווען טאטעס און מאמעס זיצן מיט די קינדער אינאיינעם האבן די רשעים אויפגעבראכן דעם טיר און פון דארט ארויסגעשלעפט איר באליבטן טאטע, און עטליכע קורצע טעג שפעטער זענען זיי צוריק געקומען און צוריסן די גאנצע משפחה, און זייט דעמאלטס לויפט זי טעג און נעכט, וועלדער און פעלדער, שטעטל נאך שטעטל איינער אליין אינגאנצן פארלוירן.

איין טאג אזוי בלאנזשענדיג זעט זי פלוצלינג פונדערווייטנס א באַן, ..א באַן פאָרט מן הסתם צום הויפט שטאט - אפשר דארט וועט מען איינעם טרעפן, עפעס איינעם וואס וועט מיר קענען העלפן, מיט לעצטע כוחות, אפגעשוואכטערהייט קריכט זי ארויף אויפן באַן און מען פאָרט, פלוצלינג ביי איינע פון די סטאנציעס שטעלט זיך די באַן אָפ און גאנצע גרופעס צולאזטע רוסישע סאלדאטן שפאצירן ארויף אויפן באַן, פון גרויס פחד און שרעק האט זי געגעבן א שפרינג ארויס פונעם וואַגאָן ארויף אויפן סטאנציע פלאַטפארמע און די באַן איז אוועק געפארן איבערלאזנדיג דעם קליין פארלוירן מיידל. ליידער איז אבער אין סטאנציא געווען פיל ערגער, ס'איז געווען אָנגעפילט מיט אָנגעטרינקענע סאלדאטן פחד מות ממש, אפילו די פאַרטריקענטע אויגן זענען פלוצלינג נאַס געווארן און מיט די גרעסטע מאָס שרעק איז זי אריין געלאפן אין א קליין בודקע וואס איז דארט געווען און זיך דארט אויסבאהאלטן טראכטנדיג ..ווער ווייסט צו כ'וועל נאך פון דא ארויסגיין לעבעדיג, ווער ווייסט?!?!

אזוי איז זי דארט באהאלטן אונטער גרויסע שרעק פאר עטליכע שעות, פלוצלינג הערט זי ווי א באַן קומט צו פאָרן און אט שטעלט זיך עס אפ דא ביים סטאנציע, זי הערט פון צווישן די הינדרעטער מענטשן וואס קומען אראפ עפעס א קענטליכע קול, איר הארץ האט אויפגעהערט קלאַפן און זי האט זיך צוגעהערט יא דאס קול איז קענטליך, צוביסלעך האט זי אויפגעמאכט די שפאַלטענעס פונעם צובראכן טיר און זי זעט נישט קיין צווייטע ווי "איר איינציג פארבליבן שוועסטער שרה און איר מומע פערל", זי האט א שריי געגעבן שרה'לע וואַרט פאר מיך, די באגעגניש איז אומבאשרייבליך זיי האבן זיך געהאַלזט און געוויינט, געלויבט און געדאנקט, ווען צו דער זעלבע צייט אַנערקענט אז מיר זענען די איינציגסטע צוויי פארבליבן פון די משפחה... ויה"ר אז די לימוד פונעם מעשה זאל זיין לעילוי נשמתה.

אט דאס איז די לימוד פון ספר שמות, בשעת ווען דער מענטש מיינט אז ס'איז די טינקלסטע, בשעת ווען דער מענטש שפירט אז ס'איז עק וועלט אט דעמאלטס שטייט דער מלך העולם און זאגט מיין טייער קינד איין מינוט ווארט דא אין דעם סטאנציע ווייל דיין איינציג שוועסטער קומט דיר טרעפן און ראטעווען, ווען מיר זענען געווען אין די שווערסטע מינוטן האט הקב"ה אונזער געטרייע טאטע אנגעפאנגען גרייטן זיינע אידישע קינדער צו קבלת התורה און דערנאך קיין ארץ ישראל, פאר'ן מכה איז שוין די רפואה געווען גרייט ווי די תוה"ק זאגט אונז גלייך אין אנפאנג שמות אַעֲלֶה אֶתְכֶם מֵעֳנִי מִצְרַיִם, אֶל-אֶרֶץ הַכְּנַעֲנִי וְהַחִתִּי, וְהָאֱמֹרִי וְהַפְּרִזִּי וְהַחִוִּי וְהַיְבוּסִי--אֶל-אֶרֶץ זָבַת חָלָב, וּדְבָשׁ אלעס וואס מיר זענען אריבער איז געווען א חלק פון א גרעסערע בילד, די גאנצע וועלט האט געדארפט איינזעהן אז ה' הוא האלוקים ואין עוד מלבדו דורך די אלע אותות ומופתים, הקב"ה אונזער באליבטע טאטע האט אלעס געפירט מיט די גרעסטע השגחה פרטית וואס נאר שייך, יא אמת ווען מען לערנט איין פסוק איז עס ווי די באבע אין די באַן סטאנציע א מינוט פארן טרעפן די שוועסטער, אבער ווען מען קוקט אויף די גרעסערע בילד זעט מען קלאר ווי הקב"ה האט געהאַט פאר אונז א פונקטליכע פלאַן אויסגעפלאכטן אויף טריט און שריט, ס'איז געווען א וועג צוצוגרייטן 'אונז' זיינע באליבטע קינדער צו עפעס מער און העכער, דארט זענען מיר געווארן דעם עם הנבחר, פון די ערשטע מינוט זענען מיר געווען אויפן וועג צו זיין די פאלק וואס וועט בויען דעם משכן ה', אינצווישן זענען מיר אריבער שוועריגקייטן ירידות ועליות – ארויף און אראפ אלעס אונז צו לערנען די אהבה וואס הקב"ה האט צו אונז און צוביסלעך האבן מיר די אידישע קינדער געבויעט אונזער אהבה צו השי"ת, לאמיר באטראכטן די אלע ענינים.

א. יציאת מצרים - צרות, די צען מכות, און דאס ארויסגיין פון מצרים – איז דען שייך מער ליבשאפט ווי דאס וואס די גאנצע וועלט האט געזעהן ווי הקב"ה דרייט איבער די בריאה פאר אונז זיינע טייערע קינדערלעך, די גאנצע טבע ווערט פארטוישט, און ווי א טאטע וואס נעמט ארום זיין באליבט בן יחיד האבן די ענני הכבוד אונז ארום גענומען און באגלייט מיט אהבה.
ב. משה רבינו – מיר באקומען די גרויסע מתנה, אונזער הייליגע רבי וואס באגלייט אונז אויף טריט און שריט, וואס גייט מיט אונז אריבער דאס שווערסטע און רייסט איין פארן פאלק, אונזער רבי איז זיך מוסר נפש פאר אונז ווי די פסוק זאגט ואם אין מחני נא מספרך.
ג. קריעת ים סוף – דאס שפאַלטן פונעם ים – מיט ליבשאפט געבט אונז הקב"ה א געוואלדיגע מתנה און לערנט אונז: קינד מיינס פארלאז זיך אויף מיר, השלך על ה' טאנץ אין מיר אריין, אמונה איז נישט גענוג - א איד דארף האבן בטחון, מ'דארף אריין שפרינגן און זיין זיכער אז הקב"ה וועט העלפן, און ווען דער איד טאנצט אריין שפאלטן זיך וועלטן פארענט פון די אויגן פון די גאנצע בריאה.
ד. מדבר – הנני ממטיר לכם לחם מן השמים - דערנאך וואס מיר האבן זיך אָפגערעדט ..להמית את כל הקהל הזה ברעב און אפשר וואלטן מיר אפילו געדארפט באשטראפט ווערן אבער א טאטע געבט, א טאטע פארשטייט דאס געשריי פון א קינד און מיט ליבשאפט באקומען מיר נישט פשוטע עסן נאר לחם מן השמים, מן וואס לערנט אונז אמונה און בטחון, ס'לערנט אונז אז אלעס איז מן השמים. הקב"ה שיקט און געבט פונקטליך וויפיל ס'איז באשערט איעדן טאג באזונדער א בלויזע געוואלדיגע מתנה פון אונזער טאטע.
ה. עמלק – פרובירט אפצוקילן און אפשוואכן דעם איד, אבער מיר געווינען ווייל הקב"ה שטייט צו די האנט פון די אידישע קינדער און העלפט אונז קעמפן. די תוה"ק לערנט אונז אז ווען מיר זענען אויף די וועג צו גרויסקייט וועט דער עמלק כסדר קומען און אונז פרובירן אפשוואכן מיט כל מיני טאקטיקן – קינדער טייערע האלט אייך שטארק און געדענק אז הבא לטהר מסייעין אותו, ווען דער עמלק קומט איז עס א סימן אז מיר האלטן אט פארן באקומען דאס גרעסטע, קבלת התורה האלט אייך שטארק!
ו. מתן תורה – נעשה ונשמע – איבריג צו זאגן וואסערע גליקליכע מתנה הקב"ה געבט פאר זיינע געטרייע קינדערלעך, און כאטש ביז איצט האבן מיר נאך נישט פארמאגט די כוחות צוריק צו ווייזן אונזער ליבשאפט צו אונזער געטרייע טאטע אט דא שרייען מיר אויס נעשה ונשמע, טאטע מיר וועלן טוען און לעבן אלעס וואס עס שטייט אין די הייליגע תוה"ק די אידישע קינדער האבן זיך אונטער געווארפן און מיט שמחה מקבל געווען איעדע קליינע דיטאל ווי אזוי א איד פירט זיך אויף טריט און שריט. די שענסטע און געשמאקסטע לעבן באקומען 'מיר' נישט די מלאכים אדער אַן אנדערע פאלק, ווייל מיר זענען הקב"ה'ס קינדער, מיר זענען דעם ממלכת כהנים וגוי קדוש.
ז. עגל – אוי ס'רייסט שטיקער צו לערנען די פסוקים ווי מיר זענען ליידער אדורך געפאלן מיט די שרעקליכע זינד – אבער אין די טיפקייט דערפון באקומען מיר די געוואלדיגע מתנה פון תשובה ווי חז"ל זאגן אונז: "לא היו ישראל ראויים לאותו חטא, אלא כדי להורות תשובה לדורות", באהאלטן אונטער די שווערע ווייטאגליכע זינד ליגט באהאלטן א געוואלדיגע מתנה וואס אט האט הקב"ה אונז געגעבן אז נישט קיין חילוק ווי ווייט א איד פאלט איז פאר אים אייביג אפען די טויערן פון תשובה און מען קען פון דארט צוריק קומען צו אבינו שבשמים! איז דען פארהאן א גרעסערע מתנה ווי תשובה! נאר א טאטע וואס האט ליב זיינע קינדערלעך אסאך מער ווי דאס וואס מיר קענען בכלל פארשטיין קען געבן אזא געוואלדיגע מתנה און אט דאס באקומען מיר מינוטן איידער משה רבינו גייט צוזאם נעמען אלע אידישע קינדערלעך כאיש אחד בלב אחד...
ח. משכן – אט באקומען מיר דאס וואס איז בכלל נישט בגדר צו באשרייבן אויף פאפיר, הקב"ה זאגט פאר זיינע טייערע קינדערלעך מאכט מיר א פלאץ און איך וועל קומען וואוינען צווישן אייך, ועשו לי מקדש בויעט מיר א פלאץ, דער מלך העולם הקב"ה קומט וואוינען צווישן אונז, א טאטע צווישן זיינע קינדער, און ווי חז"ל זאגן אונז בתוך לבו של כל אחד ואחד אין איעדע אידיש הארץ איז פארהאן א פלאץ פון השראת השכינה און ווען מיר בויען א משכן קומט השי"ת דארט רוען א מתנה וואס איז פשוט אומבאשרייבליך!!
בסך הכל האבן מיר איין גרויסע געפלאכטענע מעשה פון די ליבשאפט וואס הקב"ה האט צו אונז - און וואס 'מיר' די אידישע קינדער האבן צו אבינו שבשמים, ס'פאנגט זיך אָן טיף אין לאנד מצרים און בהשגחה פרטית פירט עס אונז צום שלוס דעם הייליגן בנין המשכן, און יא אינצווישן מאכן מיר טעותים מיר פאַלן, אבער הקב"ה טוט אונז צוריק אפוואשן, אויפהייבן און מיר לערנען זיך איינמאל און נאכאמאל די ריכטיגע וועג, מיר בויען דעם אמתן שטארקע אייביגן קשר.

ברידער טייערע דאס זעלבע יסוד ליגט באהאלטן אין די גרויסע טעג פון פורים הבאים עלינו לטובה, הקב"ה ברוב רחמיו טוט אונז ווייזן אין די מגילה קלאר פאר די אויגן דעם יסוד ווי די גמרא אין מסכת מגילה זאגט אין הקב"ה מכה את ישראל אלא אם כן בורא להם רפואה תחילה בשעת די צרה, בשעת די סעודת אחשורוש טוט זיך שוין פלעכטן די ישועה, איעדע פרט ווערט באגלייט מיט א אויסטערלישע השגחה פרטית און ליבשאפט מער ווי דער מענטש קען פארשטיין, און אז מיר באמערקן שטעלט זיך ארויס א וואונדערליכע בילד די גאנצע מעשה פון מגילת אסתר איז גאר ענדליך צו ספר שמות, לאמיר עס איבערגיין בקיצור נמרץ, (פארשטייט זיך אז ס'איז נישט די פלאץ מאריך צו זיין).

א. מצרים - די מגילה פאנגט זיך אָן מיט א שרעקליכע גזירה אויף די אידישע קינדער פון להשמיד להרוג ולאבד.
ב. משה רבינו – אויך אין די מגילה האבן מיר א צדיק וואס באגלייט אונז, און בעט פאר אונז מרדכי הצדיק.
ג. קריעת ים סוף – די צדיקת אסתר המלכה שפרינגט אריין ביי אחשורוש אין פאלאץ, מיט הייליגע מסירת נפש פארלאזט זי זיך אינגאנצן נאר אויף השי"ת ווי די פסוק זאגט כאשר אבדתי אבדתי, און פלוצלינג שפאַלטן זיך וועלטן עד חצי המלכות.
ד. עמלק – דער המן הרשע איז געווען פון די אייניקלעך פון דער עמלק און אט האט ער פרובירט טוען דאס זעלבע ווי דער זיידע אפקילן און אפשוואכן די אידישע קינדער ה"י.
ה. מתן תורה – הדר קבלוה בימי אחשורוש – מיט א פרישקייט, שמחה און ליבשאפט האבן מיר נאכאמאל גענומען אויף זיך דעם עול התורה.
ו. עגל – די שרעקליכע סעודת אחשורוש – דערנאך די תשובה וואס מיר האבן געטוען, און פונקט ווי נאך די עגל האבן מיר געמאכט א 'ויקהל' אט דאס זעלבע טוט מרדכי הצדיק ווי די פסוק זאגט 'לך כנוס את-כל-היהודים', זיי האבן געפאסט און איינגעריסן ביז זיי האבן געפועלט די גרויסע ישועה.
ז. משכן – אט קומען מיר צום שפיץ - ווי באקאנט האט דריוש דער קינד פון אסתר המלכה מיט אחשורוש געגעבן רשות צו בויען בית שני – דאס הייסט אז אונטער אלעס איז געליגן באהאלטן די שליסל פון בית המקדש השני, אונטער די געפלאכטענע מעשה ווערט געבוירן א קינד וואס גייט געבן רשות צו בויען דעם בית המקדש.

דאס איז נאר א קליין ביסל ווי די צוויי זענען געקניפט און געבינדן, טייערע ברידער דער אטעם שטעלט זיך אָפ פארגאַפט ווען מיר באמערקן קלאר און הויעך דעם יסוד "אונזער טאטע האט אונז ליב – און אלעס וואס פאסירט איז געפלאכטן מיט גרויסע ישועות" ס'קען אויסזעהן טינקל און שווארץ אבער ווען מיר זענען זוכה צו זעהן דעם גרויסן בילד זעט מען אז דוקא דא אין מצרים צווישן די צרות און יסורים האט זיך געוועבט ליכטיגקייט און אורות פאר עם ישראל, דא האט זיך די פאלק געבויעט און אזוי זענען מיר געווארן א ממלכת כהנים וגוי קדוש, דוקא דארט ביים סעודת אחשורוש האט זיך אנגעפאנגן די ישועה ושתי ווערט געהרגעט און די ישועה פאנגט זיך אָן, ווען דער אידעלע באמערקט און פארשטייט דעם יסוד איז דען מעגליך נישט צו טאנצן פאר שמחה "הקב"ה אנחנו אוהבים אותך – הייליגע באשעפער מיר האבן דיר אזוי ליב" טאטע די באגלייטסט אונז אויף טריט און שריט, די ביסט מיט אונז אין די שווערסטע זמנים און דוקא דארט גרייטסטו פאר אונז אָן די ישועה, וואס ס'זעט אונז אויס ווי א צרה אט דארט ערגעץ אינעווייניג ליגט א ישועה.

אמת אז נישט אייביג איז מען זוכה עס צו זעהן אבער ספר שמות און די הייליגע מגילה לערנען אונז אז דאס איז די מציאות דאס איז ווער מיר זענען, קינדערלעך פון אונזער באליבטע טאטע וואס באגיסט אונז מיט ליבשאפט ווען מיר זעהן יא אדער אפילו ווען ס'קוקט אויס אז נישט... אט מיט דעם יסוד טוען מיר זיך געזעגענען פון ספר שמות אריינקריצנדיג אין די נשמה אז מיר האבן "א טאטע וואס איז מיט אונז צוזאמען אויף טריט און שריט", און טאקע מיט דעם יסוד טוען מיר זיך גרייטן צו די גרויסע ימי הפורים הבעל"ט, לאמיר זיך צוזאמנעמען און מאכן דעם 'לך כנוס את-כל-היהודים' – לאמיר אויפמאכן דאס הארץ און צוזאם נעמען אלע קינדערליך פון די גרויסע משפחת עם ישראל כאיש אחד בלב אחד, אויפבויען אונזער אייגענע משכן ה', און אט זיך גרייטן צו דאס וואס מיר ווארטן שוין אזוי לאנג – דאס אויפבוי פונעם בנין בית המקדש השלישי בביאת מלך המשיח בב"א.

לסיכום געדענק:
• אונזער טאטע האט אונז ליב – און באשאפט דעם היילונג פארן מכה, די ישועה איז שוין אָנגעגרייט.
• אונזער טאטע האט אונז ליב – און אלעס וואס פאסירט איז געפלאכטן מיט גרויסע ישועות.
• אונזער טאטע האט אונז ליב – און באגלייט אונז אויף טריט און שריט.

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה [email protected]
שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”