ערב פסח מצות
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
- Horizontal
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 326
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 22, 2016 9:20 pm
- לאקאציע: אין די ברייט
ערב פסח מצות
דאס יאר האב איך מיך דערמאנט היבש שפעט צו קויפן מצות, ווען כ'האב געבעטן ער''פ מצות האבן זיי מיר געזאגט אז זיי פארקויפן מער נישט קיין קארטלעך.
וואלט איך זייער געוואלט וויסן וואס איז די מעשה מיט די ערב פסח מצות. ווי איז די מקור, און איז עס אן הלכה, מנהג, ענין, אדער גאר א מעשה רב
באמת וואלט איך יעדעס יאר געוואלט וויסן פארן ספענדן 75$ (12.50 א מצה) אבער דאס יאר וויל איך בעיקר וויסן אלס דער מה שתשיב ווען איך קום אהן צום שווער אהנע ער''פ מצות.
ווער עס קען העלפן, למצוה גדולה יחשב. יישר כח

איך טוה וואס איך וויל, ווען איך וויל, און ווי אזוי איך וויל!!
אויב מיין ווייב לאזט
אויב מיין ווייב לאזט
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2952
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
- לאקאציע: אין בעסמענט
Horizontal האט געשריבן:דאס יאר האב איך מיך דערמאנט היבש שפעט צו קויפן מצות, ווען כ'האב געבעטן ער''פ מצות האבן זיי מיר געזאגט אז זיי פארקויפן מער נישט קיין קארטלעך.
וואלט איך זייער געוואלט וויסן וואס איז די מעשה מיט די ערב פסח מצות. ווי איז די מקור, און איז עס אן הלכה, מנהג, ענין, אדער גאר א מעשה רב
באמת וואלט איך יעדעס יאר געוואלט וויסן פארן ספענדן 75$ (12.50 א מצה) אבער דאס יאר וויל איך בעיקר וויסן אלס דער מה שתשיב ווען איך קום אהן צום שווער אהנע ער''פ מצות.
ווער עס קען העלפן, למצוה גדולה יחשב. יישר כח
אויב די קויפסט יעדע יאר נאר ווייל דיין שווער !! האסטו א סיריעס פראבלעם .... סאיז צייט צו אנהייבן לעבן פאר זיך.. !
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2952
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
- לאקאציע: אין בעסמענט
- צו געזונט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7052
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
- לאקאציע: חשש גילוי
היות מען נעמט אן להלכה אז מצות געבאקען פון פאר ערב פסח איז כשר, דאן איז די ערב פסח מצות נאר אויף יוצא צו זיין אלע שיטות, אפילו מיר האלטן אז די מצות פון פאר ער"פ איז גענצליך כשר.
נ.ב. ביי אלע הלכות זיינען פערהאן וואס האלטען אז וואס ביי איינעם אסור איז גענצליך מותר און וואס ביי איינעם מותר איז ממש אסור. אבער מיר גייען לויט ןןי מען האט אנגענומען ביי אונזערע עלטערן.
נ.ב. ביי אלע הלכות זיינען פערהאן וואס האלטען אז וואס ביי איינעם אסור איז גענצליך מותר און וואס ביי איינעם מותר איז ממש אסור. אבער מיר גייען לויט ןןי מען האט אנגענומען ביי אונזערע עלטערן.
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
- למעלה משבעים
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12394
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
- לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן
- Horizontal
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 326
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 22, 2016 9:20 pm
- לאקאציע: אין די ברייט
איסר האטלקי האט געשריבן:הלכה חלקים קען איך נישט אזוי גוט, אבער שאף אן ערב פסח באקסל פון ערגעץ און לייג אריין דריי קליינע מצה'לעך און דיין שווער וועט באוואונדערן דיינע הערליכע מצות....
פיינע איידיע... אבער ווי שאף איך טאקע ס'באקסל
נישט פשוט האט געשריבן:אויב די קויפסט יעדע יאר נאר ווייל דיין שווער !! האסטו א סיריעס פראבלעם .... סאיז צייט צו אנהייבן לעבן פאר זיך.. !
איך פלעג עס נישט קויפן דווקא פארן שווער נאר ווייל אזוי טוט יעדער אז איך האב נישט וויל איך כאטש וויסן ווי וויכטיג ס'איז
איך טוה וואס איך וויל, ווען איך וויל, און ווי אזוי איך וויל!!
אויב מיין ווייב לאזט
אויב מיין ווייב לאזט
- למעלה משבעים
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12394
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
- לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן
Horizontal האט געשריבן:איסר האטלקי האט געשריבן:הלכה חלקים קען איך נישט אזוי גוט, אבער שאף אן ערב פסח באקסל פון ערגעץ און לייג אריין דריי קליינע מצה'לעך און דיין שווער וועט באוואונדערן דיינע הערליכע מצות....
פיינע איידיע... אבער ווי שאף איך טאקע ס'באקסלנישט פשוט האט געשריבן:אויב די קויפסט יעדע יאר נאר ווייל דיין שווער !! האסטו א סיריעס פראבלעם .... סאיז צייט צו אנהייבן לעבן פאר זיך.. !
איך פלעג עס נישט קויפן דווקא פארן שווער נאר ווייל אזוי טוט יעדער אז איך האב נישט וויל איך כאטש וויסן ווי וויכטיג ס'איז
ס'איז אזוי וויכטיג ווי יעדע סעיף אין שו"ע וואס שטייט ונהגו, וכן נוהגין... בקיצור א פשוטע סימן אין שו"ע (הל' פסח סימן תנ"ח) אז מען דארף עס האבן.
חוץ אויב דיינע עלטערן האבן זיך געפירט דאס נישט צו האבן, איז דיין מסורה שטערקער אפי' קעגן דיין שווער...
עס איז א מנהג וואס ווערט געברענגט אין רמ"א, אבער עס האט לפי ידיעתי נישט צו טוהן מיט קיין הלכה. על פי הלכה האלט נישט קיינער אז מען מיז דוקא האבן ערב פסח מצות, מען איז יוצא לכל הדיעות מיט מצות פון נאך פורים, אדער אפילו פון פאר פורים איז מען געזינטערהייט יוצא.
די מצות פון אחר פורים איז א דעה יחידאה וואס ווערט געברענגט אינעם ב"ח, אבער מען נעמט בכלל נישט אזוי אן, דאך זענען ישראל קדושים מדקדק אויב מען קען פאר די כזיתים צו האבן מצות פון אחר פורים. אבער ערב פסח זענען אסאך (און גדולי ישראל ביניהם) מקפיד דוקא נישט צו עסן ערב פסח מצות, צוליב די ווייניג זהירות צומאל. רוב וועלט איז יא מקפיד צו האבן ערב פסח מצות, אבער עס איז בכלל נישט מעכב על פי הלכה.

EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 332
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 3:32 pm
הרה''ק מ'קראסנא ז''ל לא אכיל ער''פ מצה משום חומרא
לעצט פארראכטן דורך גם זה יעבור אום מאנטאג אפריל 02, 2018 12:12 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
-
- שר מאה
- תגובות: 112
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:36 pm
סידיראם האט געשריבן:עס איז א מנהג וואס ווערט געברענגט אין רמ"א, אבער עס האט לפי ידיעתי נישט צו טוהן מיט קיין הלכה. על פי הלכה האלט נישט קיינער אז מען מיז דוקא האבן ערב פסח מצות, מען איז יוצא לכל הדיעות מיט מצות פון נאך פורים, אדער אפילו פון פאר פורים איז מען געזינטערהייט יוצא.
די מצות פון אחר פורים איז א דעה יחידאה וואס ווערט געברענגט אינעם ב"ח, אבער מען נעמט בכלל נישט אזוי אן, דאך זענען ישראל קדושים מדקדק אויב מען קען פאר די כזיתים צו האבן מצות פון אחר פורים. אבער ערב פסח זענען אסאך (און גדולי ישראל ביניהם) מקפיד דוקא נישט צו עסן ערב פסח מצות, צוליב די ווייניג זהירות צומאל. רוב וועלט איז יא מקפיד צו האבן ערב פסח מצות, אבער עס איז בכלל נישט מעכב על פי הלכה.
שיטת רש"י וראבי' ועוד ראשונים אז מ'איז נישט יוצא נאר מיט מצות וואס זענען געבאקן בשעת די זמן פון קרבן פסח דהיינו סיי בשעת הקרבת פסח אדער בזמן אכילת הפסח וועגן דעם האלטן כמהראשונים אז ווען ס'קומט אויס שבת ער"פ זאל מען באקן ליל התקדש החג, נאכדעם זענען אויך דא ראשונים וואס האלטן אז מ'קען נישט מקיים זיין קיין ושמרתם את המצות דהיינו שימור מחימוץ נאר בזמן הפסח.
לעצט פארראכטן דורך חנן בן עכבור אום מאנטאג אפריל 02, 2018 1:00 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7999
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
ב"ה די יאר האבן מיר געהאט גאר פיינע ער"פ מצות פון סאטמאר בראדוועי, גרויסע שיעור יעדע מצה בערך 4 כזיתים (בערך 60 גראם), און זייער גוט דורכגעבאקען געקענט פיין מקיים זיין די הייליגע מצוה. ווי אויך איז די ליניע געפארן שנעל.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
-
- שר האלף
- תגובות: 1229
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm
בראשית ברא האט געשריבן:סידיראם האט געשריבן:עס איז א מנהג וואס ווערט געברענגט אין רמ"א, אבער עס האט לפי ידיעתי נישט צו טוהן מיט קיין הלכה. על פי הלכה האלט נישט קיינער אז מען מיז דוקא האבן ערב פסח מצות.
איך גלייב נישט אז דו האסט געשריבן אזא תגובה. איינער האט זיכער געהעקט דיין ניק
יא ריכטיג, געהעקט געווארן... אשתמיט לפי שעה איזה דעות בראשונים, דעות וואס ווערט נישט דערמאנט להלכה אין שולחן ערוך, והוא דעת רש"י און דעם מעשה רוקח (סימן לח) וכן הוא בראבי"ה (פסחים סימן תנב) ועוד וואס זאגן אלע אז מען קען נאר באקן מצה ערב פסח אחר חצות.
אבער אף על פי כן איז דאס אמת אז רוב ראשונים וואס דערמאנען דעם ענין, דערמאנען דאס נאר אלס א מנהג, און אזוי זאגט אויך דער רמ"א, און אין די נושא כלים פון שולחן ערוך ווערט דאס נישט דערמאנט אלס אן הלכה'דיגע ענין, ולכן מובן למה היו גדולי ישראל שמחמת חשש חמץ מחמת אי זהירות באפיית ערב פסח, ויתרו על מנהג זה, כי על פי הלכה קיימא לן שאין שום חשש בזה.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
- Horizontal
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 326
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 22, 2016 9:20 pm
- לאקאציע: אין די ברייט
- מים שלנו
- שר חמש מאות
- תגובות: 629
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 23, 2014 11:21 pm
- לאקאציע: אין פאס
וויפיל איז די פרייז פאר 6 מצות ווען מען באקט ערב פסח מיט א כתה?
באק איך, און זיי טשארדזשן די זעלבע ווי די קהילות פרייז וואס צאלן פאר ארבעטער לויט דעים וואלט איך פארשטאנען אז איינער מאכט א לעבן דא.
באק איך, און זיי טשארדזשן די זעלבע ווי די קהילות פרייז וואס צאלן פאר ארבעטער לויט דעים וואלט איך פארשטאנען אז איינער מאכט א לעבן דא.
די תגובה איז געשריבן געווארן בלויז מיטן ציהל להנאות בהם בני אדם יושבי חושך וצלמות און פאר די הינער וואס קוקן אויך אריין...
קרעדיט טריסקער
- איש האשכולות
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3228
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
- לאקאציע: יעצט בין איך דא
צו געזונט האט געשריבן:ערב פסח קריגט דער פשוטער ארבייטער ארום 40-50 טאללער א שטונדע
געוויסע ארבייטער מאכן מער פון 100 א שטונדע
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
א נערמאלע פרייז פון א מאן ארבעטער פאר ערב פסח, איז צווישן 70- 100 א שעה. ביי די כיתה מצות דארף מען אויך אויפהאלטן א שטאב פון ערפארענע ארבעטער'ס ווי א שיבער א רעדלער און נאך וואס פאר זיי דארף מען צאלן פול פרייז, אבער פון די וועלגערער'ס קומט נישט ארויס צו סאך גיטע, דאס מיינט אז די מצה בעקעריי דערלייגט אביסל אויף די כיתה וואס באקט, ממילא בעט מען פון זיי די זעלבע ווי יעדן איינעם.
אן אויבנאויף תירוץ לפי חשבוני.
אן אויבנאויף תירוץ לפי חשבוני.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ