משפחת הכהנים לבית ראפאפארט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

די פאלגענדע האב איך געשריבען אין אן אשכול לתולדות משפחת הרבנים וואלד נאכדעם וואס הרב פייש קרויז האט אנגעמערקט אז ר' יעקב מאיר וואלד דומ"ץ קלוזנבורג איז געווען אן איידעם ביי א געוויסען ר' יוסף שמחה רפפאפורט.

מיללער האט געשריבן:
פייש קרויז האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן: ווער איז דער ר' יוסף שמחה ראפפאפורט חותן ר' יעקב מאיר וואלד?

איני יודע.

עס איז פארהאן א חיבור אויף פרקי אבות בשם 'בגדי הקדש' וואס דער מחבר איז ר' יוסף משה שמחה הכהן רפפאפורט זצ"ל אב"ד לובטש, זמיגראד ולענטשנא ובסו"י באונסדורף ושמנ"כ.

דער ר' יוסף משה שמחה איז געווען א זוהן פון ר' צבי הירש אב"ד מיר ב"ר שלמה רפפאפורט אב"ד חעלמא (אחיו של ר' חיים הכהן רפ"פ, בני ר' שמחה) און אן איידעם ביי ר' יעקב שור אב"ד קראז, למעשה איז שווער צו זאגן אז דער קלויזענבורגער דיין ר' יעקב מאיר וואלד איז געווען אן איידעם ביי אים ווייל ער איז שוין נפטר געווארן בשנת תק"ס (שם הגדולים מארץ הגר), אבער אולי איז ער פון די משפחה, וה' יאיר עיני.

אזוי ווי דא איז דאך דער אשכול איבער משפחת רפ"פ איך דא מוסיף זיין איבער די תולדות פון ר' יוסף משה שמחה מאונסדורף בעל בגדי קודש
צווישן זיינע קינדער ווערן אויסגערעכנט;
ר' יעקב יוקל אב"ד יאנוב
ר' אברהם צבי הירש מלבוב
חתנו ר' מנחם מענדל אב"ד טרעבוולא
חתנו ר' משולם זלמן אב"ד פארקאי.

-

בשעתו האב איך זיך טועה געווען אז דער ר' שלמה רפ"פ אב"ד חעלמא איז דער זעלבער ווי ר' שלמה חעלמא אב"ד לבוב בעל מרכבת המשנה, וואס לויט טייל מקורות האט ער אויך געהייסן רפפאפארט, זיין פאטער האט אבער געהייסען ר' משה, און ר' חיים הכהן רפ"פ דערמאנט גארנישט אין זיין הסכמה אויפן מרכבת המשנה א טיטול ווי 'ש"ב' וכדו', ווייסט איינער צו דער מרכבת המשנה איז געווען א כהן און געהאט שייכות צו די רפ"פ משפחה?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אין ספר 'דעת קדושים' גייט ער אדורך בפרטיות ופרטי-פרטים די משפחת רפאפארט המפוארה, אסאך פון די ספיקות אין דעם אשכול ווערן דארט מופשט, לדוגמא דא רעדט ער וועגן דעם דערמאנט ר' יוסף משה שמחה רפ"פ:

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=168

מ'ברויך קענען דעם סיסטעם פוענם ספר וואס גייט לויט די דורות, ממילא איז שווער צו טרעפן אסאך מאל דעם המשך הדורות מ'ברויך זיכען ווי דער המשך גייט ווייטער.

-

חוליא נוספת צו די משפחת הכהנים איז געווען גאר א באקאנטער גאון ר' דוד הכהן רפפאפארט פון סלאבאדקא בעמח"ס מקדש דוד וצמח דוד, דער מקדש דוד איז וואול באקאנט פאר יעדן וואס לערנט אמאל קדשים סוגיות בפרט אין די ישיבות פונעם בריסקער חדר ווי קדשים איז דער לימוד, דער ספר איז ממבהיל על הרעיות מיט גאונות ובקיאות אין עניני קדשים וואס איז נישט פון די לייכטע לימודים.

ר' דוד איז געווען א זון פון ר' עקיבא הכהן רפ"פ וועלכער איז געווען דער רב לעדת החרדים אין לייפציג, ר' עקיבא איז געווען [א זון אדער אייניקל, לא זכיתי לברר עדיין] פון ר' דובעריש רפפאפארט אב"ד שינאווי (דע"ק דף 175) ב"ר שמואל רפ"פ מלבוב ב"ר שמחה רפ"פ מפודהייץ ב"ר נחמן רפ"פ מגלינא בהג"ר חיים הכהן רפפאפארט אב"ד לבוב בעמח"ס שו"ת ר' חיים כהן.

ר' דובעריש רפ"פ איז געווען אן איידעם ביי ר' שמחא אפרים פישל גראדשטיין פון לובלין ואחריו בירושלים חתנא דבי נשיאה פון הגאון ר' עקיבא איגר זצ"ל אזוי ארום איז דער מקדש דוד געווען אן אייניקל פון רעק"א, זיין ספר צמח דוד איז ביאורים אויף תשובות זקנו מרן הגרעק"א.

(דער מקדש דוד איז אויך געווען אן אייניקל פונעם גר"א אבער דאס ווייס איך דערווייל נישט וויאזוי)

-

איבער ר' ראובן רפפאפארט פון טארנאפאל וואס מ'האמיר דערמאנט שוין דער וואס האט געדרוקט דעם מנחת חינוך, ער איז געווען א זון פון ר' בצלאל רפ"פ ב"ר ארי' ליב מראדימישלא ממלא מקום אחיו ר' שמחה הכהן רפ"פ הנ"ל שעבר משם לפודהייץ ב"ר נחמן ב"ר חיים הכהן רפ"פ.
gamyuchad
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 01, 2011 9:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך gamyuchad »

מיללער
אויף פעידזש 2 פון דעם אשכול דערמאנסטו שוין באריכות דעם דעת קדושים בנוגע ראפאפורט משפחה. עיי"ש ותמצא נחת אי"ה.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

gamyuchad האט געשריבן:מיללער
אויף פעידזש 2 פון דעם אשכול דערמאנסטו שוין באריכות דעם דעת קדושים בנוגע ראפאפורט משפחה. עיי"ש ותמצא נחת אי"ה.

ווען איך האב געשריבען די פריערדיגע תגובה האב איך געוואוןסט אז מיר האבן שוין בעבר דערמאנט דעם דעת קדושים, אבער נאר מקופיא, נישט אלס א ראי' אדער פירכא צו געוויסען יוחסין, ונשנה הדבר משום דברים שנתחדשו.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

למדן האט געשריבן:ס'איז דא נאך א משפחה כהנים "ראפופורט-הארטשטיין" (אדער הארטשטיין- ראפופורט)

צווישן די משפחה איז באקאנט ר' פנחס ארי' הכהן ראפאפורט-הארטשטיין, אויך באקאנט מיט'ן נאמען "ר' פנחס סאמעטער". אויפן נאמען פונעם שטעטל סאמוטער נעבן אוהעל. ער איז געווען דער בעל תוקע ביים ישמח משה, און מ'פארציילט אויף אים גאר געהויבענע זאכן. (צווישן אנדערן איז באקאנט אז דער ישמח משה האט אמאל געווארט ביי שלש סעודות מיט'ן זמר בני היכלא ביז ר' פנחס איז אנגעקומען, זאגנדיג אז ער איז מבני היכלא). אין ייטב פנים ברענגט דער ייט"ל א דבר תורה וואס ער האט געהערט פון ר' פנחס בשעת ער האט געמאכט א סיום משניות בעל פה. ער ליגט אין אוהעל נעבן דעם אוהל פון ישמח משה.

ר' מאיר אליעזר ראפופרט הארטשטיין, אן אייניקל פון ר' פנחס, האט ארויסגגעגבן דעם ספר שלשלת הזהב תולדות פונעם סמיכות חכמים, וואס אין די הקדמה שרייבט ער איז די משפחה זענען אייניקלעך פונעם סמיכות חכמים. דער סמיכות חכמים איז אויך באקאנט אלס א כהן מיוחס, ער שרייבט אבער נישט וויאזוי זיי זענען איינקליך פןנעם סמיכות חכמים. מעגליך אז ער האט נישט געוואוסט גענוי דעם סדר היחוס, און לכאורה איז עס אויך נישט בן אחר בן (ווען יא, וואלט ער לכאורה אזוי געשריבן אפילו אן אויסרעכענען די נעמען) --- אויף איין פלאץ האב איך שוין געזען איינע פון זיינע אייניקלעך זיך מתייחס זיין אלס כהנים אייניקלעך פונעם ש"ך, אבער אין שלשלת הזהב שרייבט ער זיך נישט אלס אייניקל פון ש"ך (הגם ס'איז נישט קיין ראי' ווייל דארט שרייבט ער נאר די תולדות פונעם סמיכות חכמים) ----- אין יעדנפאלס איז אינטערסאנט צו וויסן פון וועלכע ראפופורט די הארטשטיין-ראפופורט משפחה געהערן זיך אן.

[אגב, דעם ספר שלשלת הזהב האב שוין געזען דעם ספר אויף היברו בוקס, אבער עס איז יעצט נישט צום געפינען. א זוך אויף גוגל לינקט יא צו היברו בוקס אבער יענע פעידזש איז ליידיג. אט איז אן אנדערן לינק צום שער בלאט: http://www.cheapseforim.com/Custom-Repr ... 00767.html" onclick="window.open(this.href);return false;]

אינעם אשכול החתימות שע"י הפורום עפב"ס האט ידידינו הרב זאמלער געברעגנט א חתימה פון ר' אברהם אבלי ב"ר מאיר אליעזר רפ"פ-הארשטיין הנ"ל, איך האב דארט צוגעצייכנט דעם ספר שלשלת הזהב אויף היברו בוקס, איך שטעל דא אויך א לינק:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... t=&pgnum=3
דער זון ר' אברהם אבלי רעכנט דארט אויס דעם יחוס צום דערמאנטן ר' פנחס סאמעטער רופט ער אים ר' פנחס כהנא-רפפאפארט, לפי"ז איז דער הארטשטיין צונאמען שפעטער נולד געווארןף און ר' פנחס איז אולי אן אייניקל פון די רפ"פ משפחה דורך די כהנא-רפ"פ וואס מיר רעדן אויבן באריכות כמו ר' ברוך מפיורדא ועוד.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

מיללער האט געשריבן:(דער מקדש דוד איז אויך געווען אן אייניקל פונעם גר"א אבער דאס ווייס איך דערווייל נישט וויאזוי)

היכן מוזכר ?
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ביקסאד האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:(דער מקדש דוד איז אויך געווען אן אייניקל פונעם גר"א אבער דאס ווייס איך דערווייל נישט וויאזוי)

היכן מוזכר ?

על דף שער ספרו מקדש דוד:
http://www.hebrewbooks.org/14562

(ברוך שובך הרב מביקסאד, אל תטשנו ואל תעזבנו)
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ערהאלטן פונעם ביקסאדער רבי'ן זאל-געזונט-זיין א בליץ-בריוול געשריבען בלע"ז וואס ער האט עלעקטראניש ערהאלטן פון א גרויסער חוקר למשפחת וצאצאי הגר"א מווילנא, רעכנט ער אויס דעם יחוס פון מקדש דוד צום ווילנער גאון ווי פאלגענד:
David son of Akiva Rapaport and Khaya Sarah Ettinger daughter of Simkha Ettinger and Khiena Landau daughter of Avraham Yaakov Landau and Minda Sharlot daughter of Rafael Sharlot and Khana daughter of Avraham son of the Gra

אויף אידיש גערעדט; ר' דוד ב"ר עקיבא רפ"פ חתן ר' שמחה עטינגער חתן ר' אברהם יעקב לאנדא חתן ר' רפאל שרלוט חתן הגאון מווילנא זצ"ל.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

מיללער האט געשריבן:ערהאלטן פונעם ביקסאדער רבי'ן זאל-געזונט-זיין א בליץ-בריוול געשריבען בלע"ז וואס ער האט עלעקטראניש ערהאלטן פון א גרויסער חוקר למשפחת וצאצאי הגר"א מווילנא, רעכנט ער אויס דעם יחוס פון מקדש דוד צום ווילנער גאון ווי פאלגענד:
David son of Akiva Rapaport and Khaya Sarah Ettinger daughter of Simkha Ettinger and Khiena Landau daughter of Avraham Yaakov Landau and Minda Sharlot daughter of Rafael Sharlot and Khana daughter of Avraham son of the Gra

אויף אידיש גערעדט; ר' דוד ב"ר עקיבא רפ"פ חתן ר' שמחה עטינגער חתן ר' אברהם יעקב לאנדא חתן ר' רפאל שרלוט חתן רבי אברהם בן הגאון מווילנא זצ"ל.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

בין איך שוין ווייטער דא מיט א טיץ קשיות (כ'האב נישט געטראפן אז מען זאל רעדן דערפון דא)

ווער איז געווען דער שווער פון רבי שמחה ראפאפארט זצ"ל; אין נצר משרשים שטייט שהי' חתן רבי ישראל ספינחווער. ערגעץ אנדערש האב איך געזעהן שהי' חתן רבי דוד כתבן מזאלקאווא (חתן הש"ך בזוו"ש).

ווי אויך שטייט אין נצר משרשים (און נאך אפאר פלעצער) אז ער האט געהאט א איידעם רבי מרדכי אבד"ק לוצק דער שווער פון הגה"ק רבי צבי הירש מטשארטקוב זי"ע. און דא אויף איי וועלט וואו מען רעכנט אויס די איידימער ווערט ער נישט אויסגערעכנט.

ביטע ענטפערן וואו שנעלער, ס'איז מיר גאר וויכטיג צו וויסן אן ענטפער ווי פריער, אדאנק.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

עס איז גראדע דא א דריטע דעה אויך, אבער לעניננו.
ער איז געוען אן איידעןם ביי ר' ישראל סווינסער, אזוי ווערט געבערנגט אין עטליכע גאר אלטע מגילת יוחסין'ס.
דער פאקט אז רבי מרדכי מלויצק איז געווען זיין אידעם, איז הערשט אויף געשוואומען אינעם ספר סמיכת משה, דער זעלבער מוציא לאור האט עטליכע פאר'ן ארויסגעבן דער ספר נאך נישט געוואוסט פון דער פרט אינעם ס' נזיר השם, ממילא איז די שאלה, ווען און פון וואו ער איז דערגאנגען דער פרט, צו עס האט א גוטע מקור צו נישט, אדער איז עס אן השערה אדער גאר א דמיון (שב ואל תעשה עדיף).
לגבי ר' ישראל, איז דא איין מקור וואס שרייבט אשז ער איז געווען א זוהן פון הקצין ר' מרדי יאלעס פון קראקא (א מחותן פונעם רבי ר' העשיל פון דארט), אבער לכאורה איז דאס אויך נישט ריכטיג.
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

אדאנק ר' איטשע פאר די אינפארמאציע, איז דא נאך איינער וואס ווייסט נאך עפעס דערוועגן?
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

ר' נפתלי אהרן וועקשטיין אין זיין אי-מעיל נעכטן-דאנערשטאג האט געשריבן עפעס איבער די יחוס פון רבי הירש'עלע טשארטקוב'ער,
אזוי וואו יאך האב עס נישט געקאנט לעזן ווייס יעך נישט צו ער האט געשריבן אויך איבער יחוס חותנו,
אבער די שמועס קומט זעך צו ציעהן ווייטער אין דעם שנירל פון ר' צבי הירש הורוויץ מטשארטקוב - ט"ו חשון תקי"ד.
ועמך כולם צדיקים
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

שוין געלונגען צו לעזן,
ער שרייבט טאקע בעיקר איבער דעם וואס דער איזיע עילוי-פעטראווא דיין לייקענט, אז ר' הירש'עלע טשארטקאוו'ער זאל האבן געווען א איידעם ביי רפאפארט.

(נ"ב, במאמר המוסגר :
עפעס זעהט מיר אויס, אז דער לאנדאן'ער טויב האט געהאט דא א האנט דערינען.)
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

ביקסאד האט געשריבן:שוין געלונגען צו לעזן,

דאן אפשר ברענגט איר דאס אהער

געברענגט
אטעטשמענטס
יחוס רצ''ה מטשורטקוב .pdf
(65.57 KiB) געווארן דאונלאודעד 186 מאל
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

מיללער האט געשריבן:
למדן האט געשריבן:ס'איז דא נאך א משפחה כהנים "ראפופורט-הארטשטיין" (אדער הארטשטיין- ראפופורט)

צווישן די משפחה איז באקאנט ר' פנחס ארי' הכהן ראפאפורט-הארטשטיין, אויך באקאנט מיט'ן נאמען "ר' פנחס סאמעטער". אויפן נאמען פונעם שטעטל סאמוטער נעבן אוהעל. ער איז געווען דער בעל תוקע ביים ישמח משה, און מ'פארציילט אויף אים גאר געהויבענע זאכן. (צווישן אנדערן איז באקאנט אז דער ישמח משה האט אמאל געווארט ביי שלש סעודות מיט'ן זמר בני היכלא ביז ר' פנחס איז אנגעקומען, זאגנדיג אז ער איז מבני היכלא). אין ייטב פנים ברענגט דער ייט"ל א דבר תורה וואס ער האט געהערט פון ר' פנחס בשעת ער האט געמאכט א סיום משניות בעל פה. ער ליגט אין אוהעל נעבן דעם אוהל פון ישמח משה.

ר' מאיר אליעזר ראפופרט הארטשטיין, אן אייניקל פון ר' פנחס, האט ארויסגגעגבן דעם ספר שלשלת הזהב תולדות פונעם סמיכות חכמים, וואס אין די הקדמה שרייבט ער איז די משפחה זענען אייניקלעך פונעם סמיכות חכמים. דער סמיכות חכמים איז אויך באקאנט אלס א כהן מיוחס, ער שרייבט אבער נישט וויאזוי זיי זענען איינקליך פןנעם סמיכות חכמים. מעגליך אז ער האט נישט געוואוסט גענוי דעם סדר היחוס, און לכאורה איז עס אויך נישט בן אחר בן (ווען יא, וואלט ער לכאורה אזוי געשריבן אפילו אן אויסרעכענען די נעמען) --- אויף איין פלאץ האב איך שוין געזען איינע פון זיינע אייניקלעך זיך מתייחס זיין אלס כהנים אייניקלעך פונעם ש"ך, אבער אין שלשלת הזהב שרייבט ער זיך נישט אלס אייניקל פון ש"ך (הגם ס'איז נישט קיין ראי' ווייל דארט שרייבט ער נאר די תולדות פונעם סמיכות חכמים) ----- אין יעדנפאלס איז אינטערסאנט צו וויסן פון וועלכע ראפופורט די הארטשטיין-ראפופורט משפחה געהערן זיך אן.

[אגב, דעם ספר שלשלת הזהב האב שוין געזען דעם ספר אויף היברו בוקס, אבער עס איז יעצט נישט צום געפינען. א זוך אויף גוגל לינקט יא צו היברו בוקס אבער יענע פעידזש איז ליידיג. אט איז אן אנדערן לינק צום שער בלאט: http://www.cheapseforim.com/Custom-Repr ... 00767.html" onclick="window.open(this.href);return false;]

אינעם אשכול החתימות שע"י הפורום עפב"ס האט ידידינו הרב זאמלער געברעגנט א חתימה פון ר' אברהם אבלי ב"ר מאיר אליעזר רפ"פ-הארשטיין הנ"ל, איך האב דארט צוגעצייכנט דעם ספר שלשלת הזהב אויף היברו בוקס, איך שטעל דא אויך א לינק:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... t=&pgnum=3
דער זון ר' אברהם אבלי רעכנט דארט אויס דעם יחוס צום דערמאנטן ר' פנחס סאמעטער רופט ער אים ר' פנחס כהנא-רפפאפארט, לפי"ז איז דער הארטשטיין צונאמען שפעטער נולד געווארןף און ר' פנחס איז אולי אן אייניקל פון די רפ"פ משפחה דורך די כהנא-רפ"פ וואס מיר רעדן אויבן באריכות כמו ר' ברוך מפיורדא ועוד.

מצבתו בביה"ח בעיר אוהעל נעבן אוהל פון ישמח משה

IMG_3286.jpg
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א חתונה בריוול פון תרצ"ה פון קראקא, דער חתן שבתי הכהן ראפאפארט ב"ר אהרן פון קראקא, די כלה דינה ב"ר מאיר האלפערין ממיקאלאיוב.

ווייסט איינער מער איבער די משפחה?
אטעטשמענטס
ip-wedding-invite-podgarze.jpg
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

אינטערעסאנט איז אז אויך דער גויישע דאטום איז דא
און אויך אז די חתונה איז פרייטיק אין פאדגוזש
דאכט זיך אז אין קראקא אליין האט מען נישט געמעגט מאכען חתונות פרייטיק משום מעשה שהיה...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

אינטערסאנט, די כלה'ס נאמען איז ערשט, עס זעהט אויס אז די מחותנים האבן באזונדערע קארטליך.
לעצט פארראכטן דורך איטשע אום מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 10:54 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

יא ר' איטשע
גערעכט
דער לשון איז אין ערשטע פערשוין
שטייט בתי...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
יעלהברוש
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 8:25 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעלהברוש »

מיללער האט געשריבן:א חתונה בריוול פון תרצ"ה פון קראקא, דער חתן שבתי הכהן ראפאפארט ב"ר אהרן פון קראקא, די כלה דינה ב"ר מאיר האלפערין ממיקאלאיוב.

ווייסט איינער מער איבער די משפחה?

ר' אהרן רפפורט הוא בנו של ר' יצחק חיים רפפורט (אב"ד אסטראוו) מקראקא גיסו של ר' אברמלה מסוכטשוב.
הבן ר' שבתי נקרא על שם אבי ר' יצחק חיים - ר' שבתי רפפורט אב"ד דומברובה (חותנו של הכוכב מיעקב).
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

איך ווייס אז די האפנערס פון מנשסתר זענען קרובים צו די ראפאפארטס וואס זענען מחותנים מיט דער רימלובער רב זצ"ל
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יעלהברוש האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:א חתונה בריוול פון תרצ"ה פון קראקא, דער חתן שבתי הכהן ראפאפארט ב"ר אהרן פון קראקא, די כלה דינה ב"ר מאיר האלפערין ממיקאלאיוב.

ווייסט איינער מער איבער די משפחה?

ר' אהרן רפפורט הוא בנו של ר' יצחק חיים רפפורט (אב"ד אסטראוו) מקראקא גיסו של ר' אברמלה מסוכטשוב.
הבן ר' שבתי נקרא על שם אבי ר' יצחק חיים - ר' שבתי רפפורט אב"ד דומברובה (חותנו של הכוכב מיעקב).

האמיר נעכטן געזאגט די פריידיגע הפטרה ווי דער נביא איז מבטיח, תחת הנעצוץ יעלה ברוש ותחת הסרפד יעלה הדס והי' לשם עולם לא יכרת, אוודאי ווארטן מיר אויף די פולע הבטחה זאל מקוים ווערן במהרה בביאת משיח בקרוב, אבער פארט האמיר דא א גילוי נאה בתולדות המשפחה, מכבוד האורח הנכבד, תשוח"ח לכבוד הרב ברוש הי"ו, יהא בואכם לברכה.

לויט דעם גילוי, באלאנגט דער שמועס אין דעם אשכול, איך וועל אריבערלייגען דעם בילד דארט, מיט די פרטים און עס נעמען פון דארט.
אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרךהמלך »

מיללער האט געשריבן:אין ספר 'דעת קדושים' גייט ער אדורך בפרטיות ופרטי-פרטים די משפחת רפאפארט המפוארה, אסאך פון די ספיקות אין דעם אשכול ווערן דארט מופשט, לדוגמא דא רעדט ער וועגן דעם דערמאנט ר' יוסף משה שמחה רפ"פ:

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=16
ר' דוד איז געווען א זון פון ר' עקיבא הכהן רפ"פ וועלכער איז געווען דער רב לעדת החרדים אין לייפציג, ר' עקיבא איז געווען [א זון אדער אייניקל, לא זכיתי לברר עדיין] פון ר' דובעריש רפפאפארט אב"ד שינאווי (דע"ק דף 175) ב"ר שמואל רפ"פ מלבוב ב"ר שמחה רפ"פ מפודהייץ ב"ר נחמן רפ"פ מגלינא בהג"ר חיים הכהן רפפאפארט אב"ד לבוב בעמח"ס שו"ת ר' חיים כהן.

ר' דובעריש רפ"פ איז געווען אן איידעם ביי ר' שמחא אפרים פישל גראדשטיין פון לובלין ואחריו בירושלים חתנא דבי נשיאה פון הגאון ר' עקיבא איגר זצ"ל אזוי ארום איז דער מקדש דוד געווען אן אייניקל פון רעק"א, זיין ספר צמח דוד איז ביאורים אויף תשובות זקנו מרן הגרעק"א.

קודם כל, דער ראווער רב הרה''ג ר' בעריש רפאפורט איז געווען א איידעם ביי ר' עזריאל מאיר גראדשטיין, אזוי שרייבט ער קלאר בהקדמת ספרו דרך המלך ח''א על הרמב''ם.
נאר זיין שוואגער האט געהייסן ר' אפרים פישל ער איז געווען א איידעם ביי רע''א, עי' בהקדמה נפלאה של שו''ת דרך המלך שיצא לאור ע''י נכדו מלאנדאן
ועכשיו
ר' בעריש רפאפורט הי' לו בן יחיד שמו הי' ר' שמואל
ולו הי' שני בנים מזיווגו הראשון, ר' יוסף חיים, ור' עזריאל מאיר
ובנו השלישי מזיווגו השני ר' יהושע, עי' היטב בהקדמה הנ''ל
וע''כ איני יודע מי הי' הר' עקיבא הנ''ל שהזכיר כבודו
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”