מרן מהר"י ט"ב מסאטמאר זצ"ל - כ"ו אב תשל"ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3583
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2009 12:07 am

ער איז געווען פון די ערשטע פאר חתנים פונעם פרישן דור קינדער געבוירן נאך די מלחמה
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22009
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2009 7:29 am

מיללער האט געשריבן:סור, נישט אז הערי גודמאן קען איך יא.

מיללער, איך האב מיך נישט געריכט אז דו האסט נאך נישט געלייענט-געזען-געהערט פון העסקן ר' אהרן [הערי] גודמאן מלאנדאן.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2009 8:59 am

מיללער האט געשריבן:יוסלמאן,
פד"פ פיילס זענען דא ארויפלאדבאר.


ס'איז דא א לימיט פון עפעס 264 קילא? אייער פי. די. עף. פון משפחה איז פי כמה, אתמה? עפעס איז נישט אין ארדענונג מיט מיר?!
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2009 9:08 am

דער ענין פון שייטלן איז נישט קיין כלל ביי יעדען, נישט יעדער האלט ביי אלעם און צו יעדן דארף מען האבן זיין שפראך.
מ'זאגט אז ווען דער רבי פלעגט האלטן די תקיעות שופר דרשה אין די גרויסע שוהל אין סאטמאר - די אשכנזישע שוהל - אפאר שעה בעפאר די דרשה אינעם חסידישן בית המדרש (זעהט אויס דארט פלעגט מען דאווענען פריער), פלעגט דער רבי רעדן אז מ'זאל זיך אנטוען שייטלן (ד.ה., זיך אפשערן די אייגענע האר) און מיט אפאר שעה שפעטער, שוין אין חסידישן ביהמ"ד, האט דער רבי גערעדט פונעם איסור צו גיין מיט א שייטל.
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25691
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2009 9:21 am

יוסלמאן האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:יוסלמאן,
פד"פ פיילס זענען דא ארויפלאדבאר.


ס'איז דא א לימיט פון עפעס 264 קילא? אייער פי. די. עף. פון משפחה איז פי כמה, אתמה? עפעס איז נישט אין ארדענונג מיט מיר?!

איך מיין אז ביי פד"פ איז נישט דא קיין לימיט

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2009 9:24 am

קוק וואס ס'קומט ארויף. די פייל איז צו גרויס, הגודל המירבי המורשה הוא 256 KB.
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2009 9:33 am

יוסלמאן;
דאס האט דאך ביקסאד געשריבן
וואו צב"ש נאך די ערשטע קריג ווען ער האט געדארפט אין יעדע בימ"ד [קהלה און חסידישע] אנדערש רעדן איבער לבושי וצניעות הנשים, וואו ער אליין האט זעך אף גערעדט וואו אזוי עס זעהט די סתירה פון זיינע אייגענע ווערטער
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2009 9:52 am

שוועמל האט געשריבן:יוסלמאן;
דאס האט דאך ביקסאד געשריבן
וואו צב"ש נאך די ערשטע קריג ווען ער האט געדארפט אין יעדע בימ"ד [קהלה און חסידישע] אנדערש רעדן איבער לבושי וצניעות הנשים, וואו ער אליין האט זעך אף גערעדט וואו אזוי עס זעהט די סתירה פון זיינע אייגענע ווערטער


יא יא, נאר כ'האב עס געזאגט אזוי ווי כ'האב עס געהערט.

נאכן צווייטן קריג איז געווען בעסער? אפשר נישט קיין סאך ערגער (נאכן ערשטן קריג איז געווען שרעקליך כידוע), אבער די אידן וואס זענען געבליבן בארצות הדמים אין די ערשטע פאר יאר נאכן קריג האבן געהאט אויסצושטיין ביטערע נסיונות. מיין באבע תחי' האט מיר פארציילט אז ווען זי האט חתונה געהאט אין שטוב פון איר שוואגער וואס איז געווען א נאנטער ידיד מיט הגה"צ רבי רפאל בלום ז"ל מקאשוי נאך פון די ישיבה יארן אין קאשוי, האט ער פארשטייט זיך געוואלט אז זיין ידיד, דער קאשוי רב, זאל זיך באטייליגן ביי די שמחה ביי אים אין שטוב. דער קאשוי רב האט אבער געזאגט אז ער קומט נאר אויב די כלה זאגט צו אז זי גייט זיך גענצליך אפשערן. איז איר שוואגער געקומען בעטן פון איר זי זאל זיך אפשערן אזוי אז דער קאשוי רב זאל קענען קומען, זי האט געענטפערט א היליכגער ניין! דער רב איז טאקע נישט געקומען און איר שוואגער האט געהאט גרויס עגמות נפש.

דערציילט מיר מיין באבע "איך קען נישט פארשטיין פארוואס איך האב מיך אזוי ג'עקשנט מיט אים, מיין מאמע האט דאך נישט אויסגעהאלטן ווען ס'האט זיך איר צוגעדאכט אז מיין שוועסטער לאזט זיך וואקסן ביי-האר" אבער די נסיונות זענען געווען נישט צום גלויבן.

להשלמת הענין, זי זענען געקומען קיין אמעריקע. דער זיידע ז"ל האט זיך געוואלט האלטן ביי די אמונה, האט ער אנגעהויבן צו גיין צום רבין ז"ל און ביז אפאר חדשים האט זיך די באבע אפגעשוירן, דער זיידע האט אנגעטאן א שטריימעל ביי א קיד'ס חתונה און די קינדער גייען שוין צוגעדעקט. און ב"ה א משפחה לשם ולתפארת. דאס איז נאר אחת מני אלף פון אידן וואס האבן זיך צוריקגעכאפט צום דרך אבותינו הן אין לבוש און הן אין אמונה בכוחו ובזכותו של אותו זקן רבינו הקדוש זי"ע.
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2009 9:54 am

ב''ה
כהמתחיל במצוה אומרים לו גמור ...
לדעתי ''אחד'' מהדברים הגדולים שהשכיל לעשות וראה לפני ולפנים. ששמעתי בעצמי לפני ארבעים וחמשה שנים ממנו שפרנסה הוא יסוד היידישקייט .ואז כבחור ממחנה אחר לא ירדתי לסוף דעתו ..מה השייכות..
והוא ברוב בינתו הבין מה שאחרים ''לא'' הבינו שיסוד הבית ושיוכלו להמשיך ערליכע יודישע דורות הוא רק
אם יהי' שפע של פרנסה כמובן באופן כשר .אז יהי' המשך .כי אז יהי' לאב השפעה על בנו [אגב זה היתה הצרה לפני המלחמה כי הבן ראה שלאב אין פרנסה ולא רצה להמשיך בדרך זה ]והוא יעץ ועודד לכל
ואפילו לבנש''ק [כמו שסיפר לי הרה''צ ר' שמעלקא מסוליצא]שיוכלו לסחור ולעבוד ולקדש שמו ברבים .
ועי''ז יוכלו להמשיך היודישקייט בזמנים אלו . ולא יהיו צריכים לקבץ נדבות .
היתה לו א ברייטען קיק וויא אזוי א יוד דארף אויס זעהן .אם היו הולכים בדרכיו ועושים רצונו הרבה ''חילול''
השם הי' נמנע ואדרבא הי' נתקדש שם שמים ברבים .והיו יכולים לעסוק בתוה''ק בהרחבת הדעת .
וחלק גדול מהאברכים של אז היו היום יושבים באהלה של תורה ''ריטייערט'' בדרך כבוד .
זהוא לדעתי ''אחד'' מהדברים ...בקיצור היתה לו דמות איך עהרליכער יוד צריך להראות .....

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2009 10:06 am

אוי הרב בד"ץ, נכון הדבר אשר דברת, מי יתן והיה, על זה דוה לבינו.

שמעתי מאיש אחד, תלמידו של הדיין רבי ישראל חיים מנשה שליט"א שרבינו אמר לו לא ללמד בכולל אחר חתונתו, ותמה על זה הדיין שליט"א ושאל לרבינו, תורה הוא וללמוד אני צריך? שרבינו ידע שהיה יודע ללמוד ונפשו חשקה בתורה, ענה לו רבינו שבאייראפע לפני המלחמה היה האב יושב ולומד בהקלויז ובניו ובנותיו הולכו בשווקים וברחובות (די מוידען האבען זיך געדרייט אין די גאסן), אזוי קוקט אויס ווען דער טאטע ברענגט נישט קיין פרנסה אין שטוב, אז מ'ברענגט פרנסה האט מען א ווארט אין שטוב און מ'פאלגט. ע"כ.

אגב האט מיר מיין שווער דערציילט וועגן דיין'ס ארבייטן נאך די חתונה ווען מיר האבן זיך די ערשטע מאל געטראפן ווען כ'בין א חתן געווארן נישט מער געדאכט, ער האט מיר געגעבן דעם רמז...
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22009
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2009 10:21 am

יוסלמאן האט געשריבן:שמעתי מאיש אחד, תלמידו של הדיין רבי ישראל חיים מנשה שליט"א שרבינו אמר לו לא ללמד בכולל אחר חתונתו, ותמה על זה הדיין שליט"א ושאל לרבינו, תורה הוא וללמוד אני צריך? שרבינו ידע שהיה יודע ללמוד ונפשו חשקה בתורה, ענה לו רבינו שבאייראפע לפני המלחמה היה האב יושב ולומד בהקלויז ובניו ובנותיו הולכו בשווקים וברחובות (די מוידען האבען זיך געדרייט אין די גאסן), אזוי קוקט אויס ווען דער טאטע ברענגט נישט קיין פרנסה אין שטוב, אז מ'ברענגט פרנסה האט מען א ווארט אין שטוב און מ'פאלגט. ע"כ.

ר' אביגדור מיללער ז"ל זאגט ערגעץ "די מענער זענען געפארן צו די רבי'ס און די פרויען און טעכטער זענען געגאנגען אין טיאטער".
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2009 10:29 am

ר' אביגדור מיללער ז"ל זאגט ערגעץ "די מענער זענען געפארן צו די רבי'ס און די פרויען און טעכטער זענען געגאנגען אין טיאטער".


עיין בספר העשן בכבשן מהרב ר' אביגדור מילער ז"ל
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2009 10:57 am

ענדליך איז געלונגען צו באקומען א פי. די. עף. גענוג קליין ארויפצוגיין על שלחון מלכים. ס'איז כדאי אפצוליינען דעם הספד. ער ברענגט פון הרב סאלאווייציק ע"ה, ראש ישיבת רבינו יצחק אלחנן, ווערטער זייער ענדליך צו דאס וואס ס'האט געזאגט הרב שך ז"ל ביי זיין בארימטן הספד אין כולל חזון איש. "אזיל גברא דמסתפינא מינה", או ן רב סאלאווייציק האט געזאגט ענדליך'ס נאך בחייו פון רבין.
צוגעלייגטע
l.pdf
הספד על רבינו הקדוש זי"ע מאת הרב וואלפסאהן
(181.69 KiB) דאונלאודעד 345 מאל
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

תגובהדורך ווארד2007 » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2009 11:20 am

badatz האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:
badatz האט געשריבן:ב''ה

ידעתי בני ידעתי . אך למד ''ברוח'' המנח''א . שהי' מחפף בישיבה .
.


יש להסתפק הרבה אם אחר פטירת המנח"א היה חופף שם רוחו כידוע לי"ח ואכמ"ל
ווי לאנג ס'גייט דיר גוט!, פארגיס נישט יענעם'ס בלוט!
ווייל פון הימל דארט אויף דיר מען קוקט!, און דיין קומענדיגער דור קען נאך זיין אפגעריקט!
(קרעדיט: מיכאל שניצלער)

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2009 11:36 am

ווארד2007 האט געשריבן:
badatz האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:
badatz האט געשריבן:ב''ה

ידעתי בני ידעתי . אך למד ''ברוח'' המנח''א . שהי' מחפף בישיבה .
.


יש להסתפק הרבה אם אחר פטירת המנח"א היה חופף שם רוחו כידוע לי"ח ואכמ"ל

ב''ה
בוקר טוב . או חייב אדם לומר בלשון אימו ''גיט מארגען''
''יו''ח'' אמר לי רבי שזה נקרא קבלה .כנאה שאתה בקי בקבלה .אשרי לך

אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

תגובהדורך ווארד2007 » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2009 11:49 am

שאץ מאץ האט געשריבן:
יאסל האט געשריבן:הרב בד"ץ איר האט געפענט דעם אשכול, אבער אייער מיינונג בנוגע הפעולה הכי חשובה וואס דער מהר"י האט דא אויפגעטאן?


איך בין נישט בד"ץ, אבער איך וויל מגיב זיין אויף אייערע וורטער,
דער רבי האט "נישט" אויפגעטאן.....
דער רבי האט נישט מחדש געוועהן....

דער רבי האט געהאט איין ציל, טאקע נישט מחדש צו זיין...

אנצווהאלטן מסורת אבות אפי' אין אמעריקא און אפי' אין סיי ווועלכע מצב שהוא אן קיין שינוי,
דאס איז געוועהן זיין חידוש, אז ער האט נישט מחדש געוועהן,

יש לעיין בדבריכם, א באנטש זאכן וואס ער האט איינגעזען לצורך הדור האט ער מחדש געווען

אחת מני אלף
בית רחל

ויש עוד הרבה והרבה
איך וואלט עס אנגערופן דער רבי האט אויפגעשטעלט א ציבור ס'זאל זיין פאר וועם מחדש צו זיין, א ציבור מבקשי ה' וואס זוכן נאר ערליך און בעסערס
ווי לאנג ס'גייט דיר גוט!, פארגיס נישט יענעם'ס בלוט!
ווייל פון הימל דארט אויף דיר מען קוקט!, און דיין קומענדיגער דור קען נאך זיין אפגעריקט!
(קרעדיט: מיכאל שניצלער)

אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

תגובהדורך ווארד2007 » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2009 11:53 am

badatz האט געשריבן:
ווארד2007 האט געשריבן:
badatz האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:
badatz האט געשריבן:ב''ה

ידעתי בני ידעתי . אך למד ''ברוח'' המנח''א . שהי' מחפף בישיבה .
.


יש להסתפק הרבה אם אחר פטירת המנח"א היה חופף שם רוחו כידוע לי"ח ואכמ"ל

ב''ה
בוקר טוב . או חייב אדם לומר בלשון אימו ''גיט מארגען''
''יו''ח'' אמר לי רבי שזה נקרא קבלה .כנאה שאתה בקי בקבלה .אשרי לך

אצלינו פירושו יודעי חן, אויף די בעלי מ.... וואס באשליסן ווער ס'איז צדיק און פארקערט לפי הנשיאן חן שלהם, זה בדרך צחות

אבל באמת רופט מען דאס אויף זאכן וואס זענען נישט באוואוסט, ושמעתי הנחה זו מכמה חסידי מונקאטש, ואולי טועה אני
ווי לאנג ס'גייט דיר גוט!, פארגיס נישט יענעם'ס בלוט!
ווייל פון הימל דארט אויף דיר מען קוקט!, און דיין קומענדיגער דור קען נאך זיין אפגעריקט!
(קרעדיט: מיכאל שניצלער)

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2009 3:52 pm

משפחה אויף אינגליש פאר די וואס רעדן נישט דעם טמנעם שפראך.

איינס אויף אמאל, ס'איז צו גרויס אינאיינעם.
צוגעלייגטע
1.pdf
(212.61 KiB) דאונלאודעד 403 מאל
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2009 3:53 pm

נומבער 2
צוגעלייגטע
2.pdf
(210.25 KiB) דאונלאודעד 188 מאל
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2009 3:53 pm

נומבער 3
צוגעלייגטע
3.pdf
(232.12 KiB) דאונלאודעד 156 מאל
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2009 3:55 pm

נומבער 4
צוגעלייגטע
4.zip
(250.77 KiB) דאונלאודעד 112 מאל
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22009
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2009 4:02 pm

מיללער האט געשריבן:די פד"פ פייל פון 'משפחה' לכבוד די 30'טע יארצייט.

ווער איז דער שרייבער "פראנקפורטער"? ער דארף זיין א יחסן.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25691
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2009 4:14 pm

דער ר' יצחק פראנקפורטער איז א זוהן פון העסקן ר' אלימלך פראנקפורטער ע"ה, זיין טאטע איז געווען אקטיוו אין צוריקשטעלן די בתי חיים אין אייראפא נאך די קריג און איז קענטליך פאר סאטמארער חסידים אין א בילד מיט מרן הבר"מ זצ"ל ביי איינע פון זיינע נסיעות צו קברי צדיקים (קען זיין אז ער איז אפי' געווען א תלמיד פון עצ"ח אזוי ליגט מיר עפעס פארנעפלט אין זכרון).

דער ר' יצחק איז אן איידעם ביי ר' לייבל פר"מ מחשובי חסידי סאטמאר אין ב"פ (א ברודער מיט ר' וואלף פון וומ"ס בעל בית מסחר ס. & וו.) חתן הרה"ח ר' שלמה בראווער ע"ה מראשוני ראשי הקהילה בחצר סאטמאר, און א גרויסער מחזיק תורה.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22009
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2009 4:31 pm

מיללער, איך פרעג איין זאך און דו ענטפערסט א צווייטע.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2009 4:34 pm

שוועמל האט געשריבן:
ביקסאד האט געשריבן:
ובמקום גדולתו שם אתה מוצא את חכמתו, צו פארשטיין די הצטרכות הדור אין יעדע תקופה, וואו צב"ש נאך די ערשטע קריג ווען ער האט געדארפט אין יעדע בימ"ד [קהלה און חסידישע] אנדערש רעדן איבער לבושי וצניעות הנשים, וואו ער אליין האט זעך אף גערעדט וואו אזוי עס זעהט די סתירה פון זיינע אייגענע ווערטער א דאנק די ירידת הדורות אין די תקופה פון פאר און נאך די [ערשטע] מלחמה, לא נאריך כעת אודות תשוקתו לשנות לטובה כיסוי ראש הנשים בתשכ"ח.

האסט בארירט א שטארקע נקודה.
סאטמאר רב האט סוף ימיו זיך געוואלט נעמען איבער די שייטלען ווי ער האט זיך אויסגעדוקט פאר די גבאים, זינט דאן איז ער שוואכער געווארן מער און מער עד יום הסתלקותו. מען האט בעשיינפערליך געזען די בעל דבר שטייט אים אין וועג.

נאכן קריג איז דא געוועזען וויכטיגערע ענינים ווי אז מזאל אוסטאן די שייטלען ס'האט נאך געהאלטען ביי ביי האר אין ערגער, אבער ווען דער פרישער דור האט אנגהויבן חתונה האבן איז לויט ווי כ'האב אמאל געהערט האט דער רבי געהאט חשק אז אלע תלמידות וואס קימען ארויס פון זיין שולע זאלען גיין מיט שפיצלעך לויט די מיישעלע ווי איך האב געהערט האט דער רבי פערזענליך געשתדלת ביי די ערשטע פאר כלות אבער ולא עלתה בידו.
ווען דער רבי איז געווען אין פלארידע תשכ"ח איז דאן פון דארט אהיים געקומען ר' יצחק לעווי לרפו"ש אין דערציילט דעם עולם אז דער רבי האט געזאגט אז ס'איז שוין צייט אז מ'זאל זיך צירוק נעמען צי דעם ענין אין אז ווען ער קימט אהיים וועט גייט ער זיך פעסט נעמען דערצי, וואס איז ווייטער געשעהן ווייסען מיר דאך אלע.


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט