מרן מהר"י ט"ב מסאטמאר זצ"ל - כ"ו אב תשל"ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » דינסטאג אוגוסט 11, 2009 11:51 am

יאסל האט געשריבן:הרב בד"ץ איר האט געפענט דעם אשכול, אבער אייער מיינונג בנוגע הפעולה הכי חשובה וואס דער מהר"י האט דא אויפגעטאן?


איך בין נישט בד"ץ, אבער איך וויל מגיב זיין אויף אייערע וורטער,
דער רבי האט "נישט" אויפגעטאן.....
דער רבי האט נישט מחדש געוועהן....

דער רבי האט געהאט איין ציל, טאקע נישט מחדש צו זיין...

אנצווהאלטן מסורת אבות אפי' אין אמעריקא און אפי' אין סיי ווועלכע מצב שהוא אן קיין שינוי,
דאס איז געוועהן זיין חידוש, אז ער האט נישט מחדש געוועהן,

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » דינסטאג אוגוסט 11, 2009 11:51 am

מיללער האט געשריבן:אייניגע,
זייער אינטערעסאנט ווער גייט עס מפרסם זיין?

אז מ'רעדט שוין, די חברי הכולל פון קהילת סאטמאר (מהר"א) האבן הערשט ארויסגעגעבן דעם דריטן וואליום 'בית ועד לחכמים' וועלכע ווידמעט א גאנצע מדור איבער תורת רביה"ק זי"ע מסאטמאר, ובתוכם א פירסום ראשון פון א מכתב קודש קיין אר"י נאך די קריג צו ר' שלמה גודמאן, און דברי תורה אויף פרקי אבות שעדיין לא נתפרסם.

אבער העולה על כולנה איז א ליקוט מספרי דבי רב בעניני שחיטה וכשרות וואס ווארפט א ליכט אויפן רבינ'ס צוגאנג ווי אויך אסאך היסטארישע מסמכים פון פרטי-כל פון אסיפות התאחה"ר אין די ערשטע יארען בתחום הכשרות.

א געלונגענע ארבעט!

-

ווער איז דער ר' שלמה גודמאן פון אר"י?

ר' הערי גודמאן פון לאנדאן, סור
אגב דער עיקר האסטי ארויס געלאזט, אין דאס איז די רשימות פון ר' יצחק בן ר' מנחם זאב שטערן, וואס איז זייער זייער אינטערסאנט,
איינס איז א באזוך פון די חברי אוצר הפוסקים, אין א באזיך פון א שרייבער פון ידיעות אחרונות ביים רבין אין א"י תשכ"ה.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25691
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אוגוסט 11, 2009 11:56 am

סור, נישט אז הערי גודמאן קען איך יא.

ביזט גערעכט, העיקר (כמעט) שכחתי, דער באזוך פונעם צייטונגס-שרייבער ביים רבי'ן וועלכער האט שווער געהערט און דער רבי האט געווערטלט מיט אים וואס האט אים געבאדערט, און דער באזוך ביי די חברי 'אוצר הפוסקים' ווי דער רבי האט זיך געערגערט אויף דעם וואס זיי האבן גענומען הסכמות פון פרייע קרייזן, שטיקער היסטאריע!

למדן
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 26, 2008 6:58 pm

תגובהדורך למדן » דינסטאג אוגוסט 11, 2009 3:53 pm

badatz האט געשריבן:ב''ה
אני אוהב ללמוד ולפלפל עם למדן .אבל גם צריך להיות מיט א גלייכע קאפ .
דבר פשוט הוא שהפירוש הוא שההגבות יהיו רק פאזאטיוו .
מחול לך מחול לך מחול לך שלאף געזונטער הייט


איך וויל זיך באמת אנטשולדיגן,
איך האב עפעס נישט געהאלטן אז אין אזא אשכול איבער'ן רבינ'ס אויפטוען קען אפילו זיין א חשש אז די תגובות זאלן זיין 'נעגאטיוו', ממילא האב איך געשאסן א תגובה. איך וואלט געדארפט זיין מער איינגעהאלטן.
ואתכם הסליחה.

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » מיטוואך אוגוסט 12, 2009 11:11 am

יוסלמאן האט געשריבן:
נאך א פעולה פון רבין: מעמיד געווען דעם כשרות אין אמעריקע.


חלב ישראל אין אמעריקא האט שוין דער צעהלימער רב געמאכט אין יאהר תרח"צ
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » מיטוואך אוגוסט 12, 2009 11:18 am

טעות, פעלט א שורה. ער האט מעמיד געווען אידן וואס זאלן זוכן כשרות אין אמעריקע. דעם אויסדריק איז נישט מיינס, כ'האב עס געהערט אין די אינגע יארן פון א בעל דרשן. דער עיקר לאמיר ווייטער ערעדן פון רבין'ס פעולת.
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » מיטוואך אוגוסט 12, 2009 11:32 am

יוש, לאמיר שוין צוריקגיין צום רבין.

נאך א פעולה און מעגליך די גרעסטע: די שטאט קרית יואל. אין המודיע האב כ'געזען איז באשריבן קרית יואל לכבודו פון רביןן'ס יארצייט. מ'קען ארויפלייגן א פי. די. עף.? כ'וואלט ארויך געלייגט די המודיע.
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » מיטוואך אוגוסט 12, 2009 12:45 pm

אין המודיע איז דא א הספד אויפ'ן רבין פון הרב משה וואלפסאהן. קאן מען לייגן א פי. די. עף. אדער נישט. כ'גיי זיך נישט צופיל מוטשען מיט דזשעי-פעגס. ס'איז אינטערסאנט צו ליינען ווי ער רעדט פון רבין ווי א פלאמעדיגער חסיד און אפשר נאך מער. ביטע ענטפערן בנוגע פי. די. עף.
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » מיטוואך אוגוסט 12, 2009 1:20 pm

ב''ה
איך וועל ניצען א לשון וואס איך האב געהערט פין אונזערע חשובער מיט ארבעטער ר' יאסעל שיחי'
אז מען לעבט אין אייגענעם באבעל זעהט מען נישט וואס סיא גייט פאהר אינדערויסען .
if i like it or not , but please give the credit where it belongs
וואס איז פאר ליובאוויטש למשל קימט נישט קיין קרעדיט אז מען קען גיין אהנגעטין וויא א יוד מיט בארד אין
פאות .אין וויפעל העלפין זייא ציא אז ס'זאל זיין חלב ישראל ועוד אין ''גאנץ'' אמעריקא .
פליז פארמאכטס ענק נישט דיא אויגען ס'וועט סייא וויא נישט טשענדזען דיא פעקטס .
לגבי דברים האחרים אין אני רוצה להתערב ....ירקדו הנערים....וזה לא יביא לאהבה ויראה[עיין רמב''ם
סוף הלכות מלכים]רבותי השבת מברכים כבר את חודש הרחמים והרצון ''אלו''ל'''

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מיטוואך אוגוסט 12, 2009 1:32 pm

badatz האט געשריבן: אהנגעטין וויא א יוד מיט בארד אין
פאות .

? ? ?
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » מיטוואך אוגוסט 12, 2009 1:33 pm

badatz האט געשריבן:ב''ה
איך וועל ניצען א לשון וואס איך האב געהערט פין אונזערע חשובער מיט ארבעטער ר' יאסעל שיחי'
אז מען לעבט אין אייגענעם באבעל זעהט מען נישט וואס סיא גייט פאהר אינדערויסען .
if i like it or not , but please give the credit where it belongs
וואס איז פאר ליובאוויטש למשל קימט נישט קיין קרעדיט אז מען קען גיין אהנגעטין וויא א יוד מיט בארד אין
פאות .אין וויפעל העלפין זייא ציא אז ס'זאל זיין חלב ישראל ועוד אין ''גאנץ'' אמעריקא .
פליז פארמאכטס ענק נישט דיא אויגען ס'וועט סייא וויא נישט טשענדזען דיא פעקטס .
לגבי דברים האחרים אין אני רוצה להתערב ....ירקדו הנערים....וזה לא יביא לאהבה ויראה[עיין רמב''ם
סוף הלכות מלכים]רבותי השבת מברכים כבר את חודש הרחמים והרצון ''אלו''ל'''

לגבי דעם ענין פון געבן קרעדיט אינעם פאלגענדעם אשכול אין זכור ימות עולם האט מען שוין דאס דיסקאסט
http://www.yiddishworld.com/forum/index ... =viewtopic
לגבי די אנדערע טייל וועלען מיט טאקע טאנצען נאר איר זעט צי'צופאטשען פון אינדרויסען :wink:

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך אוגוסט 12, 2009 1:35 pm

הרב ביד"ץ
וואס רעדט איר
איינער האט דא ציגענומען די קרעדיט פון ליובאוויטש און זייערע פעולות אין די וועלט
מען רעדט דאך דא ווער עס האט מקים געווען די חרוב געווארענע וועלט נאכן גרויסן ביטערן חורבן. ווער האט מעמיד געווען הדת על תילה, ווער האט געבלוטיגט ווען מען האט געשמד'ט אידישע קינדער אין ארץ ישראל, וועמען האט בארירט עד דכדוכה של נפש דאס אפשמד'ן טויזנטער מאראקאנער קינדער, עד כדי כך אז עס האט עם געשאדט פערמענענטלי צי זיין געזונט רח"ל.
ווער האט צוריק געשטעלט אין אמעריקא דעם מושג פון 'א ערליכער ארגינעלער חסידישער יוד פין איירופא' אן קיינע אמעריקאנע פשרות?

ואסיים מעין הפתיחה, יעדער בלי יוצא מן הכלל פארגינט הונדערט פראצענט קרעדיט פאר ליובאוויטש, וכל העוסקים בצרכי ציבור באמונה והמזכים את הרבים, הקב"ה ישלם שכרם עד אין קץ, עס איז דא גענוג פלאץ פאר יעדן.

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » מיטוואך אוגוסט 12, 2009 1:51 pm

ב''ה
בייא דיא וועי
דיא אגודה האט אמאהל אטאקירט סאטמאר ?......לפי ידיעתי איז דא א כלל פין רשכבה''ג מקים עולה של תורה גדול מרבן שמו ר' אהרן ז''ל אז מען פייט נישט אויף רעכטס .
לאט וויא איך געדענק האבען זייא קיינמאהל נישט משיב מלחמה .נישט מיט דיא בחירות נישט מיט חינוך עצמאי . אדרבא אם אני טועה נא להודעני .
תודה מראש

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מיטוואך אוגוסט 12, 2009 1:52 pm

מיללער האט געשריבן:אויסצושמועסן אזא ענין ווי דער 'בית רחל' וואס דער רבי האט מייסד געווען נאכדעם וואס אינדערהיים איז דער ענין פון 'בית חינוך לבנות' נישט געווען רוח חכמים נוחה הימנו (פון געוויסע חדרים),
קריך נישט צו קיין געוויסע חדרים,
דער סאטמאר רב אליין פאר די קריג איז שארף ארויס געטראטן דערקייגן ביי א געוויסע אסיפת הרבנים אין יענע יאהרן, און ער האט צו נישט געמאכט די יעניגע פלענער, עס איז דא דערויף א ווארט פון א איד [רנ"ש] וואס האט געזאגט פאר דעם רב פערזענליך איבער איבער שרייבן דעם נאמען פאר א ביזנעס וואס האט באנקראטירט צו דעם נאמען פון די אשה, כן בנוגע קריאת השם בית רחל אחרי שחלק גדול מכלל ישראל נהרגו בהמלחמה וחלק אחר נאבד מהדרך ל"ע, אז התחילו עוה"פ בשינוי שם.

ובמקום גדולתו שם אתה מוצא את חכמתו, צו פארשטיין די הצטרכות הדור אין יעדע תקופה, וואו צב"ש נאך די ערשטע קריג ווען ער האט געדארפט אין יעדע בימ"ד [קהלה און חסידישע] אנדערש רעדן איבער לבושי וצניעות הנשים, וואו ער אליין האט זעך אף גערעדט וואו אזוי עס זעהט די סתירה פון זיינע אייגענע ווערטער א דאנק די ירידת הדורות אין די תקופה פון פאר און נאך די [ערשטע] מלחמה, לא נאריך כעת אודות תשוקתו לשנות לטובה כיסוי ראש הנשים בתשכ"ח.
ועמך כולם צדיקים

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מיטוואך אוגוסט 12, 2009 2:00 pm

יוסלמאן האט געשריבן:אבער ביי די אינגלעך האט דער רבי אויך אויפגעטאן א חידוש נפלא: דער ענין פון לערנען ענגליש. אינדערהיים איז עס געווען אסור בהחלט ולא עלה על דעת ערליכע אידן צו טעון אזא זאך, דא האט דער רבי געוויזען וואס ס'מיינט א חכם ונבון, א מבין דבר מתוך דבר, ער האט פארשטאנען ווי איין ווי אויס. לדעתי איז דאס איינע פון די וויכטיגסע פעולת פונעם רבין בעניני חינוך.
‫יש מימרא בשם ר' ראובן גראזאווסקי במ"ס בעיות הזמן . . . וחתן רבי ברוך בער, [אני לא לוקח אחריות על השמועה],
כששמע שהרב מ'סאטמאר מכניס לימודי חול בהת"ת [כן על אותם שולחנות שלומדים לימודי קודש],
ביטא ואמר, שעכשיו הוא רואה שיהיה לזה קיום.
ועמך כולם צדיקים

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » מיטוואך אוגוסט 12, 2009 3:26 pm

ביקסאד האט געשריבן:
יוסלמאן האט געשריבן:אבער ביי די אינגלעך האט דער רבי אויך אויפגעטאן א חידוש נפלא: דער ענין פון לערנען ענגליש. אינדערהיים איז עס געווען אסור בהחלט ולא עלה על דעת ערליכע אידן צו טעון אזא זאך, דא האט דער רבי געוויזען וואס ס'מיינט א חכם ונבון, א מבין דבר מתוך דבר, ער האט פארשטאנען ווי איין ווי אויס. לדעתי איז דאס איינע פון די וויכטיגסע פעולת פונעם רבין בעניני חינוך.
‫יש מימרא בשם ר' ראובן גראזאווסקי במ"ס בעיות הזמן . . . וחתן רבי ברוך בער, [אני לא לוקח אחריות על השמועה],
כששמע שהרב מ'סאטמאר מכניס לימודי חול בהת"ת [כן על אותם שולחנות שלומדים לימודי קודש],
ביטא ואמר, שעכשיו הוא רואה שיהיה לזה קיום.


מ'זאגט אז ער האט לכתחלה געהאלטן אז סאטמאר רב וועט נישט מצליח זיין ווייל ער איז צו שטרענג. ווען ער האט געהעטר אז מ'פירט איין ענגליש אין סאטמאר האט ער געזאגט יעצט זעה איך שויו אז ער וועט מצליח זיין. אזוי האבן געקוקט גדולים אויפ'ן רבין'ס הבחנה, ווען יא און ווען נישט. אם אין דעת הבדלה מנין, דער רבי האט דאך געהאט דעם ריכטיגן שיקול הדעת כידוע די מעשה אז דער שינאווער רב זי"ע האט אים פארהערט די סוגיא פון "שיקול הדעת" ביי די חתונה פון מרן העצי חיים זי"ע און ער האט געזאגט "דאס קינד האט א גוטער שיקול הדעת" והדברים עתיקין.
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25691
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אוגוסט 12, 2009 4:19 pm

יוסלמאן,
פד"פ פיילס זענען דא ארויפלאדבאר.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25691
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אוגוסט 12, 2009 5:14 pm

די פד"פ פייל פון 'משפחה' לכבוד די 30'טע יארצייט.
צוגעלייגטע
MIshpacha.pdf
(803.48 KiB) דאונלאודעד 237 מאל

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3583
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך אוגוסט 12, 2009 6:05 pm

אויף די שאלה פון בד"צ
פון אויסעווייניג געדענק איך אז ר' סענדער דייטש ז"ל אין זיין ספר איז מאריך איבער דעם נושא, ווער ס'האט עס זאל מודיע זיין פאר די ליינער צו מיין זכרון ארבעט אין דעם הינזיכט אדער נישט
דרך אגב
כ'געדענק אפילו נישט דעם נאמען פון ר' סענדער'ס ספר
אז מ'לעבט דערלעבט מען

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך אוגוסט 12, 2009 6:08 pm

בוצינא קדישא
א שיין תמימות'דיגע באשרייבונג איבער דעם נושא, קען מען אויך זעהן אין ספר מסעות ישעיה פון הרב ר' ישעיה גרויס מבערבעשט קערעסטיר, א עד ראיה אויף אלעס וואס ער פארציילט דארט
לעצט פאראכטן דורך יהיה כן אום מיטוואך אוגוסט 12, 2009 6:10 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:33 pm

תגובהדורך גבאי ביהמד » מיטוואך אוגוסט 12, 2009 8:05 pm

כבוד החברים שיחיו נצח,
דער צווייטער טייל פונעם טיילונג איז היצט פארטיג און ראוי להעלותו על שלחן מלכים עוה"פ להמשכת הנושא, מיר האבן אפגעטיילט די חלקים וואס האבן ספעציפיש דן געווען אין די היסטאריע פון די 'פרשת הבחירות' און איבער די קשרים צווישן בעלזא-סאטמאר, יענער חלק ליגט יעצט אין 'זכור ימות עולם' אונטער די ארטיגע אויפזיכט.

דא זענען מיר אדורך איטליכע תגובה, און דן געווען בכובד ראש בבחינת חכם הרואה את הנולד תרתי משמע שרואה ממה שנולד כבר את אשר יולד יום, און מיר האבן פארמעקט אלע תגובות וועלכע זענען געווען ליידיג פון תוכן און געווידמעט צו פערזענליכע אטאקעס אדער דברי תוכחה, דא איז נישט קיין פלאץ זיך צו ליפטערן אויף א צווייטנס חשבון און קען בשו"א נישט טעלארירט ווערן.

אזוי אויך זענען פארמעקט געווארן פארשידענע תגובות שלא מן הנושא און האבן אנגערירט די יסודות המקום פון אהבה ואחוה ושלום וריעות און געשטעלט א פלאטפארמע אריינצוגיין אין די נושאים וואס מיר גלייכען צו רופען 'הייד-פארק טעמעס' אפי' נאר ברמז כל שהוא קענען מיר נישט ערלויבען צו פארפעסטען די לופט דא, ביי אונז איז יעדער קרייז וועלכער פירט זיך עפ"י תורה און אוודאי יעדער יחיד ווערט אז זיין כבוד זאל ווערן באשיצט, וכל שכן אין א פאל וואס עס קען שאדטן פאר די איינגענעמקייט פונעם פלאץ ותוצאותיו מי ישורנה.

על כן את אחי אנכי מבקש, אל נא אחי תרעו כי אנשים 'אחים אנחנו', מ'כל העולם כולו' ומכל קצוי תבל יש לנו משתתפים ולמה לנו להתחרות זה בזה, 'העולם החרדי' רואה בנו נושאי דגל האחוה ולזה נצרך לנו 'בינה' יתירה להשאירה כ'משפחה' אחד, וכל 'בלאט' יהי' נקי משמץ של מחלוקת כמו ש'איד' צריך להתנהג אפי' 'בחדרי חרדים' וכל שכן 'בחצרות [ה]חסידים'.

א גוטע נאכט,
איך עפן עס יעצט אויף, לאמיר פרובירען אז עס זאל פארבלייבן פתוח ואין פרץ ואין יוצאת ואין צווחה.

הגבאי
"

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3583
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך אוגוסט 12, 2009 8:49 pm

ווען דו וואלסט ווען געווען גבאי אין מיין ביהמ"ד וואו איך דאווען וואלט ווען גוט געווען, אלזא וועל איך מיך מוזן באגעניגן מיט דיין גבאות דא, אויך גוט.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך אוגוסט 12, 2009 10:00 pm

ביקסאד האט געשריבן:
ובמקום גדולתו שם אתה מוצא את חכמתו, צו פארשטיין די הצטרכות הדור אין יעדע תקופה, וואו צב"ש נאך די ערשטע קריג ווען ער האט געדארפט אין יעדע בימ"ד [קהלה און חסידישע] אנדערש רעדן איבער לבושי וצניעות הנשים, וואו ער אליין האט זעך אף גערעדט וואו אזוי עס זעהט די סתירה פון זיינע אייגענע ווערטער א דאנק די ירידת הדורות אין די תקופה פון פאר און נאך די [ערשטע] מלחמה, לא נאריך כעת אודות תשוקתו לשנות לטובה כיסוי ראש הנשים בתשכ"ח.

האסט בארירט א שטארקע נקודה.
סאטמאר רב האט סוף ימיו זיך געוואלט נעמען איבער די שייטלען ווי ער האט זיך אויסגעדוקט פאר די גבאים, זינט דאן איז ער שוואכער געווארן מער און מער עד יום הסתלקותו. מען האט בעשיינפערליך געזען די בעל דבר שטייט אים אין וועג.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25691
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אוגוסט 12, 2009 10:43 pm

פאר בחורים וועלכע זענען אדורך ישיבה לצעירים תחת הנהלתו של המנהל הרה"ג ר' נחמן שטויבער שליט"א, איז באקאנט די גרויסע דרשה וואס ער פלעג האלטן סוף יאר איידער זיך געזעגענען מיט די בחורים וועלכע זענען פון דארט געגענגען צו די ישיבות גדולות א חתן צו ווערן.

ר' נחמן איז פון די עלטסטע גענעראציע סאטמארער תלמידים פון דעם דור וועלכע זענען שוין געבוירן נאך די קריג, און ער איז געווען פון די ערשטע חתנים חתונה צו האבן יענע יארען, דערציילט ער ווי דער רבי האט אריינגערופען אים פערזענליך מיט נאך עטליכע פרומע חתנים אז זיי זאלען פארלאנגען אין שטוב אנצוטאן א 'שפיצל' אויפן קאפ און דייקא גע'דריוועלט', דערציילט ר' נחמן אז דער רבי האט גענומען דעם כנף פון זיין בעקיטשע און געצייגט בלשונו הק' "געדריוועלט אזוי ווי דאס" (שלא יהי' דורכזיכטיג).

לייגט ער אבער צו אז דאס איז געווען הארט פאר די סטראוק בשנת תש-כ"ח און דער רבי איז שוין נישט געווען בכח צו גיין ווייטער אין דעם נושא.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מיטוואך אוגוסט 12, 2009 11:41 pm

הרב יעקב נחמן שטויבער שליט"א איז נישט געווען פון די סאמע ערשטע חתנים,
זייענדיג א אף שטאמיגער פון ספינקא חסידים פון דער היים האט ער בשעתו איבער געפרעגט פון סאטמאר רב,
לגבי די תשובה אין שו"ת חקל יצחק סימן פ"א וואס נאכ'ן ברענגן דעם שו"ת דברי חיים [יור"ד סימן נ"ט] שרייבט ער בזה"ל :
אבל תחת הטיכעל אין איסור לצאת בו אע"פ שנראה קצת אצל המצח. כיון שאינו נראה להדיא אין להחמיר כ"כ.
ועמך כולם צדיקים


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט