בלאט 2 פון 53

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 07, 2009 11:40 am
דורך נחמן נתן
לכל הידידים שיחיו

דער נושא איז זייער א אינטערסאנטער...נאך מער איז אינטערסאנט, אז מ'האט נאך ביזדערווייל נישט אנגעהויבן צו רעדן פון דעם נושא... ס'פארט ארום מכאן ולכאן און צום נקודה האט מען כמעט נישט אנגערירט.

לאור הטשטוש כי רב, וויל איך קלארער מאכן כוונת הבד"ץ אין דעם נושא, וזה החלי:

דער קעפל פונעם אשכול איז איבער הגה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זצ"ל: "מה היתה הפעולה הכי חשובה בעשרים ואחד שנים שהי' בבריאות בארה''ב". יעדער איז בארעכטיגט צו שרייבן זיין מיינונג וואס ער האלט אין דעם נושא.

"שטארק זיך" (יהא בואו לברכה) האט אפגעלערנט אז מ'רעדט דא פון מעסטן גדולי ישראל און זיי מגדיר זיין וכדו'. במחילת כבודו זאל ער איבערקוקן דעם קעפל פונעם אשכול וואס ליינט זיך "מה היתה הפעולה הכי חשובה בעשרים ואחד שנים שהי' בבריאות בארה''ב", און זעהן צו זיין הערה שטימט מיטן קעפל. מ'רעדט נישט דא פון קיין שאצן וכדו', נאר וואס איז געווען "הפעולה הכי חשובה". (חברינו "יהיה כן" האט טאקע דאס גוט פארשטאנען, עיין בהערתו).

אורחנו החדש אייניגע (יהא בואו לברכה) האט ערווענט גלייך צום זאך גאר א שיינע נקודה, וואס איז א שם דבר במציאות דאס מדת החסד וואס דער רבי האט איינגעפלאנצט אינעם ציבור השכם והערב. דער רבי האט געפאדערט גאר שטארק אז די בחורים זאלן גיין נאך געלט, זיי זאלן טוהן פאר אידן'ס וועגען. און ווי שוין דערמאנט דער ביקור חולים וכיו"ב. אט דאס איז א פעולה חשובה אינעם רבי'נס עבודה דא אין אמעריקא.

יוסלמאן (יהא בואו לברכה) האט געשריבן: "ס'איז נישט מעגליך צו ווייזן אויף קיין שום ענין אז דאס איז געווען דער רבי, ער האט געהאט אין זיך ממש אלעס, און דאס טאקע איז מער פון אלעם. ער איז געווען אן אדם השלם און אן אדם השלום מיטן ‏ן, ער האט אין זיין לעבן פארטיילט מיליאנען פאר אידן בכל מקומות שהם, געלערנט טאג און נאכט מיט א געוואלדיגע התמדה, געזעגענט אידן, מיטגעוויינט מיט זיי און אויפגעטאן פאר כבוד שמים, ער האט אויפגעשטעלט עולמות שחורבי און געפועל'ט ישעות פאר אידן און אין די זייט געשריבן תשובות בד' חלקי שלחון ערוך".

נאכאמאל און נאכאמאל מיר רעדן נישט איבער דעם רבינ'ס צדקה, התמדה יומם ולילה, געזעגענעכטס, מיטוויינעריי, פועלן ישועות, שרייבן תשובות וכדו'. מיר רעדן פון: "מה היתה הפעולה הכי חשובה בעשרים ואחד שנים שהי' בבריאות בארה''ב". וואס איז געווען דער עיקר פעולה פון די 21 יאהר אין אמעריקע (געזונטע יאהרן).

יאסל האט ארויסגעברענגט צום זאך, א נקודה חשובה וואס קען מיט רעכט גערעכענט ווערן אלס א "פעולה הכי חשובה" אינעם רבינס היסטאריע על אדמת אמעריקא. אויף דעם מהלך ווילן מיר גיין, צו שרייבן איבער דעם רבינס "אויפטוענגען".

ועליך ידידי הרב מיללער (במחילת כבוד תורתו) וואונדער איך זיך אביסל, אז איר האט נישט גענוי פארשטאנען פון וואס מיר רעדן דא. פון דיינע ווערטער: "און איך וועל טאקע ענדערש רעדן איבער דעם רבינ'ס חסידים ווי איבערן רבי'ן" איז משמע אז איר האט כלל נישט ריכטיג אפגעלערנט דעם קעפל. רעדן איבער דעם רבינ'ס חסידים וואלט אפשר געפאדערט א באזונדערען אשכול, מיר רעדן נאכאמאל קלאר איבער "מה היתה הפעולה הכי חשובה בעשרים ואחד שנים שהי' בבריאות בארה''ב".

מיר רעדן פון רבינס פעולות! מאנכע זאגן טאקע: חסד, ציונית, חינוך הבנים, חינוך הבנות, צניעות, וכו', ואכן כל אחד מוזמן לחוות את דעתו בזה.

כל הנ"ל כתבתי לאשר ולקיים את דברי הבד"ץ שליט"א.

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 07, 2009 11:47 am
דורך שעפטיל
כבוד הרבד"ץ האסט ארויפגעלייגט דא אויפן טיש א געוואלדיקע שאלה. איז דא א מענטש וואס קען דאס ענטפערן? אוודאי יעדער קען זאגן. אבער יעדער וועט זיך נעמען די רעכטן צו זאגן עפעס אנדערש טאקע ווייל אזוי איז עס; יעדער האט אנדערע גלעזער וויאזוי עפעס אנצוקוקן. איך וועל אבער נאכזאגן וואס די רבינו ז"ל האט אליין געזאגט "איך בין אראפגעקומען אויף דער וועלט אויסצושרייען דען אמת!"
יענע צייט תש"ח, האט מען דאך נישט געקענט טרעפן קיין 10 ערליכע אידן וואס זאלן אמתדיג ווייטיגן אויף די ציוניסטישע מדינה. יעדער האט זיך געפרייט, אז נאך אזא שרעקליכע מלחמה האט מען ענדליך א אידיש פלאץ ווי זיך אנידערצולייגן. עס האבן געפעלט די עיני העדה וואס זאלן אויפרידערן די אידישע וועלט אז דאס איז א גרויסער חרבן! אוודאי זענען געווען, אבער מען האט פון קיינעם גארניט געהערט. אחד היה אברהם! עס געדענקט מען דא אוודאי די מעשה אז רבי מיכאל בער וו"מ ז"ל איז ארום געגאנגען מיא א פעטיציע קעגן די מדינה פאר די יוען, ער האט געהאט 3 חתימות: רביז"ל, רמ"ב, און קאלאשיצער רב (? איך געדענק נישט פינקטליך)
למעשה ווי מער סאיז א דורך פון יענע תקופה, האט מען געזעהן ווי ווייט סאטמאר רב'ס השפעה האט געהאט אויפן גאנצן דור בנוגע ציונות. נישט אימזיסט האט הרב שך מספיד געווען 'אזל גברא דמסתפינא מיניה'.

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 07, 2009 11:48 am
דורך יוסלמאן
כבוד הרב נחמן נתן שליט"א, קוקט אויפ'ן קעפיל נאכאמאל, פאר א סיבה האט מען געטוישט דעם קעפיל. לדעתי, ס'איז אפשר א חוצפה זייענדיג ניי דא, זאל מען נישט דעבאטירן דעם רבין און מיט וואס ער איז געווען גרעסער און וואס ער האט מער אויפגעטאן, נאר מען זאל שרייבן וואס מ'געדענקט אליין אדער וואס מען האט געהערט פון א גוטער מקור. ליידער דרייען זיך ארום אסאך זאכן וואס וואלט געקענט וועלן פאסירן, איז כדאי צו הערן דא אביסעל נארמאלע זאכן.

אפשר קען מען אביסל דערציילן ווסא אנדערע גדולים האבן געזאגט אויפ'ן רבין? א שטייגער ווי קאשוי רב זי"ע וואס איז געווען היבש עלטער פונעם רבין או איז נאך געווען ביים ייט"ל?!

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 07, 2009 11:51 am
דורך farshlufen
ר' שעפטיל, וואס קאלישיצער רב? חלמא טבא חזית.

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 07, 2009 11:57 am
דורך שעפטיל
פארשלאפן; איך בין נישט קיין היסטאריקער, די מעשה האב איך געזעהן אין איש חמודות, אדרבה ר'עולם איז מכוב ארויסצוהעלפן..

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 07, 2009 11:59 am
דורך farshlufen
אנטשולדיגט ר' שעפטל, זייטס מיר מוחל אויב איך האב אייך פוגע געווען.

דער הייליגער קאלאשיצער רב ז"ל הי"ד איז אוועק ביי די קריג, דארפן מיר טאקע נאכקוקן בספר הח' הנ"ל די דערמאנטע מעשה.

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 07, 2009 12:03 pm
דורך יאסל
שעפטיל האט געשריבן: אחד היה אברהם! עס געדענקט מען דא אוודאי די מעשה אז רבי מיכאל בער וו"מ ז"ל איז ארום געגאנגען מיא א פעטיציע קעגן די מדינה פאר די יוען, ער האט געהאט 3 חתימות: רביז"ל, רמ"ב, און קאלאשיצער רב (? איך געדענק נישט פינקטליך)

קאלשיצער רב איז שוין געווען בגנזי מרומים דאן ווערענדיג אימגעברענגט דורעך די חיות טורפות בדמות אדם הי"ד
געהאט האט ער נאר צוויי חתימות דער רבי מיטן סטראפקאווער רב זצ"ל

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 07, 2009 12:07 pm
דורך badatz
שעפטיל האט געשריבן:פארשלאפן; איך בין נישט קיין היסטאריקער, די מעשה האב איך געזעהן אין איש חמודות, אדרבה ר'עולם איז מכובד ארויסצוהעלפן..

ב''ה
מה הוא הספר איש חמודות ? על מי ? ומי כתבו ? ומתי יצא לאור ?

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 07, 2009 12:08 pm
דורך farshlufen

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 07, 2009 12:11 pm
דורך badatz
farshlufen האט געשריבן:ר' בד"צ:
http://www.ivelt.com/forum/index ... =viewtopic

ב''ה
יישר כחך .
אין א גיטען שבת . איך פאהר אוועק .אווידער זעהן .

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 07, 2009 12:20 pm
דורך למדן
badatz האט געשריבן:בעזהשי''ת אור ליום טו''ב מנחם אב תשס''ט
היות שמתקרב יומא דהילולא של כ''ק אדמו''ר מהר''י זצ''ל מסאטמאר חשבתי שהחושבים וכותבים יכתבו מה לדעתם היתה הפעולה הכי חשובה בעשרים ואחד שנים שהי' בבריאות בארה''ב .משנת תש''ז עד שנת תשכ''ח .אך רק פאזיטיוו .


כבוד הרב בד"צ,

איך פארשטיי נישט גענוי וואס איר מיינט מיט די ווערטער "אך רק פאזיטיוו".

דעם רבינ'ס מלחמה קעגן ציונות איז אויך געווען איינס פון זיינע "פאזיטיווע" פעולות!!!

(דאס איז פונקט ווי יעדן איד'ס מלחמה מיט'ן יצר הרע איז נישט קיין נעגאטיווע פעולה, נאר א "פאזיטיווע" פעולה פאר זיין אייגענע נשמה)

דעם רבינ'ס מערכה איז געווען א "פאזיטיווע" פעולה צו ראטעווען כלל ישראל און עס האט געהאט א "פאזיטיווע" השפעה אויפן דור, אזוי ווי הגאון הרב שך זצ"ל האט ארויסגעברנגט ביי זיין הספד אויפן רבין כידוע, ואכמ"ל בזה.
===

אויסער אויב איך האב שלעכט אויסגעטייטשט אייערע ווערטער, און איר האט געמיינט צו בעטן דעם עולם דא אז מ'זאל זיך האלטן פאזיטיוו און נישט מגיב זיין נעגאטיוו, וואס דעמאלטס בעט איך אייך איבער אויף ביידע זאכן: ראשית, פאר'ן שלעכט אויסטייטשן אייערע ווערטער, והשנית, פאר'ן שרייבן נעגאטיוו...

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 07, 2009 12:56 pm
דורך farshlufen
יאסל האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:ר' נחמן נתן, אין שול ווי איך דאוון איז איינגעפירט אז ווען ווער אימער מאכט אן אפיל, ספעציעל מיט אזעלכע ליארמען, פרעגט מען פאר דעם די גבאים.

איר זענט עפעס היינט נישט צי דערקענען ווי הרב בד"ץ האט שוין אנגעמערקט,
ידידי מדארף נישט אריינפאלען אין אן היסטעריע ווען סאיז דא אן אשכול איבערן רבי'ן!

ר' יאסל, ווילסט אפשר זיך אראפזעצן לערנען ביינעזאם אביסעלע?

ביסט טאקע גערעכט, אזוי שטייט אין איש חמדות [ע' רמ"ב] אז נאר סאטמערער רב ז"ל מיט ר' מנדל'ע סטראפקובער ז"ל האבן אונטערגעשריבן יענעם בריוו.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 09, 2009 1:14 am
דורך שטארק זיך
נחמן נתן האט געשריבן:

"שטארק זיך" (יהא בואו לברכה) האט אפגעלערנט אז מ'רעדט דא פון מעסטן גדולי ישראל און זיי מגדיר זיין וכדו'. במחילת כבודו זאל ער איבערקוקן דעם קעפל פונעם אשכול וואס ליינט זיך "מה היתה הפעולה הכי חשובה בעשרים ואחד שנים שהי' בבריאות בארה''ב", און זעהן צו זיין הערה שטימט מיטן קעפל. מ'רעדט נישט דא פון קיין שאצן וכדו', נאר וואס איז געווען "הפעולה הכי חשובה" (ההדגשה שלי, ש.ז.)

במחילת כבודו כי רבה, וויל איך קלאר שטעלן אז מיין הערה איז טאקע דאס געווען אז מיר זענען נישט די וואס קענען מגדיר זיין אויף פעולות פון א צדיק וועלכע פעולה זיינער איז חשובער און וועלכעס איז ווייניגער חשוב, און צו דעם פרט האט הרב בד"ץ מודה געווען, ארויסברענגענדיג אז מען וויל נאר דן זיין לויט וויאזוי די מקבלים האבן בענעפעטירט דערפון וכו'.
ליתר ביאור תעיינו נא בחליפת מכתבים ביני להרב ביד"ץ ותמצא נחת.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 09, 2009 6:05 am
דורך יצמחפורקניה
badatz האט געשריבן:
אצל שאר צדיקים
הי' יותר דרך עבודה עצמית ורק הבהיק לחוץ האור הפנימי . אך צדיקי בית סיגוט היו אויפטיערס [כלשון הרה'ק מהאסיאטין
לפי דברי האדמו''ר ר' נחום מטשערנאביל -ב''ב כך שמעתי מהרה''ח ר' אביגדור ז''ל יאקאבאוויטש בשמו] ממילא המקבלים
קיבלו בשפע .


כעין זה שמעתי מהגה"צ ר' משה טייטלבוים שליט"א דומ"ץ חסידי סאטמאר בירושלים, ששמע מפיו של האדמו"ר ר' זושא'לע מטשערנוביל זצ"ל שהיה נוכח בעת ביקורו של מרן מסאטמאר זי"ע אצל הגה"ק מהאסיאטין זי"ע בתל אביב בשנת תש"ו. שההאסיאטינער אמר למרן מסאטמאר "איר האט א גרויסען כח אויפצוטיען ביי אידען, איר דארפט מער מאריך זיין בדברי תורה"


_

געשריבן: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:11 am
דורך יאסל
יצמחפורקניה האט געשריבן:
badatz האט געשריבן:
אצל שאר צדיקים
הי' יותר דרך עבודה עצמית ורק הבהיק לחוץ האור הפנימי . אך צדיקי בית סיגוט היו אויפטיערס [כלשון הרה'ק מהאסיאטין
לפי דברי האדמו''ר ר' נחום מטשערנאביל -ב''ב כך שמעתי מהרה''ח ר' אביגדור ז''ל יאקאבאוויטש בשמו] ממילא המקבלים
קיבלו בשפע .


כעין זה שמעתי מהגה"צ ר' משה טייטלבוים שליט"א דומ"ץ חסידי סאטמאר בירושלים, ששמע מפיו של האדמו"ר ר' זושא'לע מטשערנוביל זצ"ל שהיה נוכח בעת ביקורו של מרן מסאטמאר זי"ע אצל הגה"ק מהאסיאטין זי"ע בתל אביב בשנת תש"ו. שההאסיאטינער אמר למרן מסאטמאר "איר האט א גרויסען כח אויפצוטיען ביי אידען, איר דארפט מער מאריך זיין בדברי תורה"


_

לויט די ווערסיע גייט די מעשה אז ער האט אים געבעטן אז ער זאל מער רעדן בעניני קדושה ווייל דאס איז וואס איז מעכב די גאולה.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 10, 2009 11:46 am
דורך יאסל
הרב בד"ץ איר האט געפענט דעם אשכול, אבער אייער מיינונג בנוגע הפעולה הכי חשובה וואס דער מהר"י האט דא אויפגעטאן?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 10, 2009 7:21 pm
דורך מיללער
דער הזמנה צו די צווייטע חתונה פונעם רבין אין טשעבין (קרעדיט; שמחה בונם, בח"ח)

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 10:15 am
דורך אייניגע
די וואך קומט א גילוי אין איינע פון די היימישע צייטונגן.
א בילד פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע ביי א אסיפת הרבנים פארן קריג. אינאיינעם מיט נאך רבנים -פרסום ראשון-
[איך וואלט ווען געמאכט א עקסטערע אשכול דערפאר. איך ווייס אבער נישט וויאזוי]
ווער עס האט פרטים ווערט געבעטן צו מעלדן.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 10:32 am
דורך יאסל
אייניגע האט געשריבן:די וואך קומט א גילוי אין איינע פון די היימישע צייטונגן.
א בילד פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע ביי א אסיפת הרבנים פארן קריג. אינאיינעם מיט נאך רבנים -פרסום ראשון-
[איך וואלט ווען געמאכט א עקסטערע אשכול דערפאר. איך ווייס אבער נישט וויאזוי]
ווער עס האט פרטים ווערט געבעטן צו מעלדן.

פארוואס האלטסטי אז ס'איז ווערט א באזינדער אשכול איז דא אין דעם בילד עפעס חדושים?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 10:42 am
דורך badatz
אייניגע האט געשריבן:די וואך קומט א גילוי אין איינע פון די היימישע צייטונגן.
א בילד פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע ביי א אסיפת הרבנים פארן קריג. אינאיינעם מיט נאך רבנים -פרסום ראשון-
[איך וואלט ווען געמאכט א עקסטערע אשכול דערפאר. איך ווייס אבער נישט וויאזוי]
ווער עס האט פרטים ווערט געבעטן צו מעלדן.

ב''ה
דיא מאכסט מיך מוראדיג נייגעריג .
פליז געב א הינט .מיט וועם .פין רעכטין חדר אדער פארקערט .
ולמה צריך אשכול חדש .
פליז העלפ .

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 10:45 am
דורך יאסל
badatz האט געשריבן:
אייניגע האט געשריבן:די וואך קומט א גילוי אין איינע פון די היימישע צייטונגן.
א בילד פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע ביי א אסיפת הרבנים פארן קריג. אינאיינעם מיט נאך רבנים -פרסום ראשון-

ב''ה
דיא מאכסט מיך מוראדיג נייגעריג .
פליז געב א הינט .מיט וועם .פין רעכטין חדר אדער פארקערט .
פליז העלפ .

וואס עפעס דעם "רעכטען" חדר אפשר דער מיטעלסטער חדר :lol: :lol:

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 11:30 am
דורך אייניגע
איך בין לכאו' א כלי שלישי או יותר. איך קען נאר איבערגעבן וואס כ'האב געהערט.

יעצט הער איך אז עס איז מיט ר' ברוכ'ל מונקאטשער. און א דעהשער רבי ועוד.
איך הער אז עס וועט זיין וואס צו באהאנדלן אויף דעם בילד. ע"כ האב איך געקלערט פון א באזונדערן אשכול

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 11:36 am
דורך badatz
יאסל האט געשריבן:
badatz האט געשריבן:
אייניגע האט געשריבן:די וואך קומט א גילוי אין איינע פון די היימישע צייטונגן.
א בילד פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע ביי א אסיפת הרבנים פארן קריג. אינאיינעם מיט נאך רבנים -פרסום ראשון-

ב''ה
דיא מאכסט מיך מוראדיג נייגעריג .
פליז געב א הינט .מיט וועם .פין רעכטין חדר אדער פארקערט .
פליז העלפ .

וואס עפעס דעם "רעכטען" חדר אפשר דער מיטעלסטער חדר :lol: :lol:

ב''ה
זה יובל שנים אני מחפש ''דעם מיטלסטען חדר''
נא הגד לי מי הם כי רצוני לדבק איתם .
עיין רמב''ם הלכות דעות

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 11:39 am
דורך badatz
אייניגע האט געשריבן:איך בין לכאו' א כלי שלישי או יותר. איך קען נאר איבערגעבן וואס כ'האב געהערט.

יעצט הער איך אז עס איז מיט ר' ברוכ'ל מונקאטשער. און א דעהשער רבי ועוד.
איך הער אז עס וועט זיין וואס צו באהאנדלן אויף דעם בילד. ע"כ האב איך געקלערט פון א באזונדערן אשכול

ב''ה
בספרו של קולא אודות קארלין-סטאלין ישנו תמונה של יוחנטש'א מסטאלין ורמ''מ מללוב ור''ב ממונקאטש
בשעת עריכת השולחן בתל-אביב .

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 11:47 am
דורך מיללער
אייניגע,
זייער אינטערעסאנט ווער גייט עס מפרסם זיין?

אז מ'רעדט שוין, די חברי הכולל פון קהילת סאטמאר (מהר"א) האבן הערשט ארויסגעגעבן דעם דריטן וואליום 'בית ועד לחכמים' וועלכע ווידמעט א גאנצע מדור איבער תורת רביה"ק זי"ע מסאטמאר, ובתוכם א פירסום ראשון פון א מכתב קודש קיין אר"י נאך די קריג צו ר' שלמה גודמאן, און דברי תורה אויף פרקי אבות שעדיין לא נתפרסם.

אבער העולה על כולנה איז א ליקוט מספרי דבי רב בעניני שחיטה וכשרות וואס ווארפט א ליכט אויפן רבינ'ס צוגאנג ווי אויך אסאך היסטארישע מסמכים פון פרטי-כל פון אסיפות התאחה"ר אין די ערשטע יארען בתחום הכשרות.

א געלונגענע ארבעט!

-

ווער איז דער ר' שלמה גודמאן פון אר"י?