ר' משה ב"ר ישראל וועכסלער אב"ד ברית שלום בניו יארק

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25666
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

ר' משה ב"ר ישראל וועכסלער אב"ד ברית שלום בניו יארק

תגובהדורך מיללער » זונטאג יולי 05, 2009 5:18 pm

farshlufen האט געשריבן:איך זע אז נאך דעם וואס הרב וועסשלער פון די איסט סייד שול (מי זה - עני מאר אינפאו?)


ר' משה ב"ר ישראל וועכסלער ראב"ד דק"ק ברית שלום בניו יארק בעמח"ס משה ידבר

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21753
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג יולי 13, 2009 3:09 pm

מיללער האט געשריבן:אז מ'רעדט פון ברכת החמה אין די פארגאגענהייט, איינע פון די באקאנטע מעמדי ברכת החמה איז די פון פראנקפורט בשנת ה' אלפים שע"ז, עס איז פארהאן צוויי עדיות אז דאס איז געזאגט געווארן ביים/לעבן דעם בית החיים, וואס האט שטענדיג ארויסגערופען גרויס וואונדער ביי היסטאריקער.

לייענט דא וואס הרב שניאור לעהמאן איז מחדש דערוועגן, העכסט באלערנד!

די פארגעננע וואך אין דעם "פרוסטרירנדער" בלאט האט עמיצער דערמאנט די נושא אין א בריעוו, מיר דאכט זיך אז יענער איז אויך פון די וואס האבן פשוט נישט געכאפט אז דאס מציאות אין די דאמאלדסטיגע פראנקפורטער געטא איז געווען אז צו זען די זון האט מען געדארפט גיין צום ביה"ח.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4718
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג יולי 14, 2009 4:23 pm

מיללער האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:איך זע אז נאך דעם וואס הרב וועסשלער פון די איסט סייד שול (מי זה - עני מאר אינפאו?)


ר' משה ב"ר ישראל וועכסלער ראב"ד דק"ק ברית שלום בניו יארק בעמח"ס משה ידבר

עס איז דא נאך א ספר פון רב וועכסלער ברכת משה ביידע ספרים זיינע זענען זייער אינטערעסאנט (עטליכע בלעטער יעדעס איינס) דער משה ידבר אנטהאלט א תקיעת שופר דרשה, און דער ברכת משה אנטהאלט אויך עטליכע דרשות, ער האט א געוואלדיגער שפראך מער א מטיף ווי א בעל דרשן,
רב דר. וועקסלער איז געקומען פון אונגארן ווי ער האט שוין דארט ארויס געגעבן א צייטונג 'די אידישע פרעססע' וואס ער האט אנגעפירט אלס א קאמף מיט די נעאלאגן, קומענדיג קיין אמעריקא האט ער ארויס געגעבן אן ארטאדאקסישער צייטונג 'ניו יארקער אידישער צייטונג' וואס האט פיל געהאלפן שטארקן דעם געדאנק פון שאפן דער פאראייניגונג פון די 'אגודת הקהלות' און עווענטואל פון דאס אריבער ברענגען דער רב הכולל ר' יעקב יוסף זצ"ל אין וואס רב וועקסלער איז געווען שטארק אינטסטרומענטל.
צוגעלייגטע
birkas moshe.jpg
veksler.jpg
veksler.jpg (27.7 KiB) געזעהן 2577 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21753
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג יולי 14, 2009 4:28 pm

א ישר כח הרב בן בוזי, וואו איז מנוחת כבודו?

אגב, א גאנצער טאלער איז אסאך פאר אזא ספר'ל אין תרס"ב.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4718
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג יולי 14, 2009 4:47 pm

איה מקום כבודו? ווייס איך ניט.

אבער איך זעה אז ער איז געווען א שטארק טעטיגע רב, אבער כ'געדענק נישט צו ר' יונה לאנדא ברענגט וועגן איהם, למעשה האט ר' יונה לכאורה גענומען זיינע אינפארמאציע פון דער זעלבער פלאץ ווי איך (לויטן סטיל פונעם מקור).
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21753
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג יולי 14, 2009 5:02 pm

וועל מיר זיך נעמען צו די באריעל ליסטעס בל"נ.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21753
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג יולי 14, 2009 5:21 pm

איך האב פרובירט שוין אויף דזשואיש דזשען, והעלתי חרס בידי.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25666
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג יולי 14, 2009 5:30 pm

יא ר' יונה לאנדא שרייבט באריכות איבער אים אין זיין בוך 'דער רב הכולל אין זיין תקופה', ער איז געווען פון די געציילטע רבנים יוצאי אונגארן דאהי בימים ההם, נאכען לערנען אין אונגארן איז ער אריבער קיין בערלין אינעם בית המדרש לרבנים תחת חסותו של ר' עזריאל הילדעסהיימער (יעצט באלאנגט ער שוין ענדערש אין אמעריקא), פון זיין ספר וידבר משה האט איר נישט גערעדט.

ר' בנציון אייזנשטאדט בספרו 'דורות האחרונים' ברענגט אראפ א ברודער זיינעם, ר' שלמה זלמן אפרים וועכסלער מו"ץ וראב"ד ווראנוב, אונגארין.

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4718
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך יולי 15, 2009 9:00 am

יא מיללער איך האב טאקע נאכגעקוקט און ר' יונה שרייבט עטליכע נקודות, ער איז געבוירן בשנת תר"ט לאביו ר' ישראל, אין מיהאלי אונגארן, דער צייטונג זיינער 'די אידישע פרעסע' האט ער ארויס געגעבן אין מישקאלץ, געקומען קיין אמעריקא בשנת תרמ"ג, אויפגענומען געווארן אין קהל ברית שלום שנת תרנ"ה, נפטר בשנת תרע"ט,
ר' יונה שרייבט אויך אז ער האט מחבר געווען א ספר 'בראשית' ווי ער איז מרמז אז אלע תרי"ג מצוות וז' מצוות דרבנן זענען מרומז אין דער איינער ווארט 'בראשית'.
דערנאך האב איך געטראפן אויף היברו בוקס נאך א ספר וואס ער האט מחבר געווען נפלא מאוד ויספר משה ווי ער ווייזט אהן אז ליכא מידי דלא רמיזא באורייתא, הפלא ופלא ס'איז כדאי מעיין צו זיין דערין.
ר' יונה שרייבט אז זיינע קינדער זענען לכאורה נישט געווען ערליך מיט דעם וואס ווי ס'זעהט אויס האבן זיי מפקיר געווען זיין אוצר הספרים און לויט ווי ער שרייבט וואלגערן זיך ארום די ספרים אין אלע שוהלען און ישיבות אין אמעריקא, למעשה אבער רעכנט ער אויס אין די הקדמה לספר ויספר משה זיינע קינדער ר' מאיר, ר' מרדכי, ר' שמואל, און א טאכטער רבקה וועלכע האט חתונה געהאט צו ר' יצחק אייזיק בן ר' דוד מאשקאוויטש, ער שרייבט כולם זרע ברך ה' אשרי לאם שזכתה להולים בנים ובנות כאלה, כולם תפסו דרכו של ר' אלעזר בן ערך 'לב טוב' רוח הבריות נוחה מהם, ודי בזה כי כלום יש אב מעיד על בנו?
צוגעלייגטע
5780.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25666
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2009 10:58 am

דאס פאלגענדע שרייבט דער חוקר י.ד. אייזנשטיין איבער אים אין זיין 'אוצר זכרונותי', ער פארציילט איבער א כשרות סקאנדאל און אז ער איז נפטר געווארן בשנת תרע"ט.
צוגעלייגטע
hebrewbooks_org_6655_54.jpg
hebrewbooks_org_6655_55.jpg

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21753
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2009 11:18 am

רב מיללער, וואס פעלט אויס צו צוברענגען די בלבולים עליו וואס זעט אויס ווי הוילע צייטונג פאנטאזיעס קעגן אן ערליכן רב, נאדערצו אן אן הג"ה אז דאס איז גאנץ זיכער נישט אמת?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25666
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אוגוסט 17, 2010 2:30 pm


אוועטאר
זאמלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 12, 2010 4:26 pm

תגובהדורך זאמלער » מיטוואך דעצמבער 22, 2010 2:48 pm

חתימתו
צוגעלייגטע
IMG_2569.JPG

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25666
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג יולי 08, 2013 3:50 pm

דער רב האט בסוף ימיו געוואונט אין די בראנקס וואו ער האט משמש געווען ברבנות, דער טיימס ארטיקל ביי זיין פטירה.
צוגעלייגטע
97078743.jpg

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4718
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג יולי 09, 2013 3:27 pm

Mount Zion Cemetery
WECHSLER, MORRIS
Path:
Gate:
Grave Number:
Section: V
Block: 8
Lot: 6
Society: EPHRAIM
Date of Death: 2/24/1919
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25666
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג יולי 23, 2013 12:46 pm

בן בוזי האט געשריבן:Mount Zion Cemetery
WECHSLER, MORRIS
Path:
Gate:
Grave Number:
Section: V
Block: 8
Lot: 6
Society: EPHRAIM
Date of Death: 2/24/1919


שלח לחמך על פני המים, כי ברוב הימים תמצאנו
בילד
קרעדיט; מורשת חכמי אמעריקא

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4718
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » פרייטאג אוגוסט 02, 2013 11:49 am

בשם מורשת חכמי אמעריקא, א דאנק פאר קאלעגע 'פארשלאפן' פארן נעמען די מיה צו געפונען דער מקום.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

נטיעות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 09, 2014 4:51 am

תגובהדורך נטיעות » דאנארשטאג פאברואר 20, 2014 3:33 am

האם שמות המשפחה: "וועקסלער"/"וועכסלער" - ממוצא אחד הם?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25666
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 3:15 pm

זאמלער האט געשריבן:חתימתו
בילד


נאך איינס פון די זעלבע זיגל
צוגעלייגטע
sheelotuteshuvot01berluoft_0180.jpg
sheelotuteshuvot01berluoft_0180.jpg (5.21 KiB) געזעהן 2016 מאל

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4959
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך אפריל 13, 2016 7:15 pm

א שטיקל פון ספר שם הגדולים השלישי, אות משה
:
הרב מוהר"ר משה וועכסלער מכפר מיהאלי פלך בארשאד באונגארן הגאון החכם השלם אב"ד דקהלת ברית שלום בנויארק חבר ספר "ברכת משה" על התורה וספר "וידבר משה" על דרושים שונים, וספר "ויספר משה" גמטריאות על התורה, וספר בראשית על תרי"ג מצות וספר "טעמו וראו" משלם ומלצות, וספר "משה ידבר" וספר "תרות השם" על תשובות באו"ה [עיין בחלק שני במערכת הספרים] אחי הגאון הצדיק מוהר"ר שלמה זלמן אפרים וועכסלער ראבד"ק דווראנוב באונגארן שהיו בניו של הגאון הצדיק המפורסם מוהר"ר ישראל וועכסלער אב"ד בכפר מוהאלי פלך בארשאב במדינת אונגארן, והגאון מוהר"ר וועכסלער הנ"ל היה תלמיד של הגאון הג' יוסף רייז אבד"ק נאבאודוואר אשר הוא היה תלמיד של הגאון מאוה"ג מוהר"ר משה סופר אבד"ק פרעסבורג.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט