מרן בעל דברי יחזקאל משינאווא זצ"ל - ו' טבת תרנ"ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

נישט געלאזט טוהן וועגן תערובות אין מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

ווען מיין פעטער שינאווא רב זיע"א איז געווען אין ארץ ישראל און ער האט געוואלט זיין ל"ג בעומר ביים ציון פון רבי שמעון בן יוחאי זיע"א אבער ער האט געהערט אז ס'טוהט זיך דארטן א'גרויסע תערובות מענער און פרויען,און באלד נאך פסח איז ער געפארן קיין מירון און ער האט זיך אויפגעהאלטן אפאר וואכן דארטן,און ער האט געוואלט פארעכטן די תערובות ,האט מען אים געזאגט,אז מ'גייט אים נישט לאזן דאס צו פאר רעכטן,וויבאלד די פריעדיגע קדושים האבן נישט מוחה געווען דערויף,אבער שינאווא רב האט גע'טענהט אז אויך אין בית המקדש וואס איז געווען זייער הייליג האט מען זיכער געמאכט אז ס'זאל נישט זיין קיין תערובות,און א'וודאי געוויס דא דארף מען עס פארעכטן,ווייל ווען נישט איז דאס א'שמחה פון הוללות און אזוי ווערט גע'פסקנט אין הלכה,אבער זיי האבן זיך פעסט געהאלטן ביי זייערס און אים נישט געלאזט פארעכטן.

האט ער זיך בארעכענט פארן קיין טבריה צום ציון פון רבי מאיר בעל הנס,און ער האט זיך אנגעגרייט,אונצווישן איז געקומען צו אים א' מענטש און אים געפרעגט פוילישע רבי אפשר ווילט איר קויפן פון מיר א' כתב יד פון ספר הגלגולים פונעם אר"י הקדוש,(וויל דעמאלטס איז נאר געווען געדרוקט די ערשטע זעקס און דרייסיג פרקים,און די ספר האט צוויי און זיביציג פרקים), האט שינאווא רב גענומען דעם כתב יד און געפענט,און ס'איז געשטאנן דארט בזה הלשון: ונתחיל עתה בענין קורח "ולא יבינהו עד ראותו"וכו'הוא נתקוטט עם אביו עד אשר קללו אביו אין ראוי לילך למירון ולא לטבריה וליונתן בן עוזיאל טוב מאד,

ווען שינאווא רב האט עס געזעהן איז ער שוין קיין טבריה נישט געפארן,וויל קיין טבריה האט אים אויך נישט גע'גלוסט צו פארן, ווייל די כהנים גייען דארטן אויפן ציון,אבער ביי יונתן בן עוזיאל האט מען אויס געארבט אז כהנים זאלן קענען גיין.

שפעטער איז ער געוואויר געווארן אז ער האט געהאט גרויסע ניסים פארן נישט פארן אויף ל"ג בעומר קיין מירון וויבאלד פארברעכערס האבן געדינגען א' אראבער אים צו הראגענען ל"ג בעומר אין מירון ווייל מיט אזא גרויסע עולם וואס איז פארהאנען דארטן ,וואלט מען אים בערמה און לייכט געקענט דערהראגענען ל"ע.

(פון כתב יד בן אחיו רבי סיני הלברשטאם פון זשעמיגראד זצוק"ל איך האב עס איבער געזעצט אויף אידיש).
רמונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 18, 2014 10:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רמונים »

אטי
אטעטשמענטס
299-16.jpg
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

יישר כוחכם.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

כבוד רימונים.
א'גרויסע דאנק אייך פארן אראפברענגן די בילד פונעם קונטרס "שער הגלגולים".
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

רימנובער אייניקעל האט געשריבן:ווען מיין פעטער שינאווא רב זיע"א איז געווען אין ארץ ישראל און ער האט געוואלט זיין ל"ג בעומר ביים ציון פון רבי שמעון בן יוחאי זיע"א אבער ער האט געהערט אז ס'טוהט זיך דארטן א'גרויסע תערובות מענער און פרויען,און באלד נאך פסח איז ער געפארן קיין מירון און ער האט זיך אויפגעהאלטן אפאר וואכן דארטן,און ער האט געוואלט פארעכטן די תערובות ,האט מען אים געזאגט,אז מ'גייט אים נישט לאזן דאס צו פאר רעכטן,וויבאלד די פריעדיגע קדושים האבן נישט מוחה געווען דערויף,אבער שינאווא רב האט גע'טענהט אז אויך אין בית המקדש וואס איז געווען זייער הייליג האט מען זיכער געמאכט אז ס'זאל נישט זיין קיין תערובות,און א'וודאי געוויס דא דארף מען עס פארעכטן,ווייל ווען נישט איז דאס א'שמחה פון הוללות און אזוי ווערט גע'פסקנט אין הלכה,אבער זיי האבן זיך פעסט געהאלטן ביי זייערס און אים נישט געלאזט פארעכטן.

האט ער זיך בארעכענט פארן קיין טבריה צום ציון פון רבי מאיר בעל הנס,און ער האט זיך אנגעגרייט,אונצווישן איז געקומען צו אים א' מענטש און אים געפרעגט פוילישע רבי אפשר ווילט איר קויפן פון מיר א' כתב יד פון ספר הגלגולים פונעם אר"י הקדוש,(וויל דעמאלטס איז נאר געווען געדרוקט די ערשטע זעקס און דרייסיג פרקים,און די ספר האט צוויי און זיביציג פרקים), האט שינאווא רב גענומען דעם כתב יד און געפענט,און ס'איז געשטאנן דארט בזה הלשון: ונתחיל עתה בענין קורח "ולא יבינהו עד ראותו"וכו'הוא נתקוטט עם אביו עד אשר קללו אביו אין ראוי לילך למירון ולא לטבריה וליונתן בן עוזיאל טוב מאד,

ווען שינאווא רב האט עס געזעהן איז ער שוין קיין טבריה נישט געפארן,וויל קיין טבריה האט אים אויך נישט גע'גלוסט צו פארן, ווייל די כהנים גייען דארטן אויפן ציון,אבער ביי יונתן בן עוזיאל האט מען אויס געארבט אז כהנים זאלן קענען גיין.

שפעטער איז ער געוואויר געווארן אז ער האט געהאט גרויסע ניסים פארן נישט פארן אויף ל"ג בעומר קיין מירון וויבאלד פארברעכערס האבן געדינגען א' אראבער אים צו הראגענען ל"ג בעומר אין מירון ווייל מיט אזא גרויסע עולם וואס איז פארהאנען דארטן ,וואלט מען אים בערמה און לייכט געקענט דערהראגענען ל"ע.

(פון כתב יד בן אחיו רבי סיני הלברשטאם פון זשעמיגראד זצוק"ל איך האב עס איבער געזעצט אויף אידיש).

וועלכע כתב יד, חמדה גנוזה, אדער אן אנדערע,
וויאזוי שטייט אין כת"י, ווער האט אים געוואלט הרג'נן
כמדומה שבפי צדיק, יש כת"י מהדברי שמחה מציעשינוב בנוסח שונה, אודות הנסיעה למירון, וכפי שמשמע שם הי' הסיבה שנסתפק אם לנסוע למירון הי' בדבר הליכות הכהנים, שכידוע לחם הרה"ק משינאווא נגד זה
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל »

והוא פלאי האט געשריבן:וויאזוי שטייט אין כת"י, ווער האט אים געוואלט הרג'נן
כמדומה שבפי צדיק, יש כת"י מהדברי שמחה מציעשינוב בנוסח שונה, אודות הנסיעה למירון, וכפי שמשמע שם הי' הסיבה שנסתפק אם לנסוע למירון הי' בדבר הליכות הכהנים, שכידוע לחם הרה"ק משינאווא נגד זה

המעשה ידוע, בשעתו איז נאך פעסט אנגעגאנגען די מחלוקה צווישן צאנז און חסידי בני הרה"ק מריזין, און עס זענען ליידער געווען ביליגע פארשוינען פון דעם ריזינער לאגער אין ארה"ק וועלכע האבן זיך געטרויעט אויף דאס ארגסטע צו דינגען רוצחים אפצורוימען ח"ו דעם שינאווער רב כדי זיך נוקם צו זיין אינעם הייליגן דברי חיים.

און באמת האט מען דאך אויך געוואלט אומברענגען חלילה דעם הייליגן דברי חיים זי"ע ווען מ'האט אריינגעשטעקט א לאנגן מעסער אין זיין בענקל ביי שלש סעודות ווען ער האט זיך אויפגעשטעלט זאגן ה' מלך. נאר דער הייליגער ד"ח זי"ע איז געבליבן שטיין און ער האט זיך נישט אראפגעזעצט ביז מען האט דאס בחסדי ה' באמערקט.
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

והוא פלאי האט געשריבן:וועלכע כתב יד, חמדה גנוזה, אדער אן אנדערע,
וויאזוי שטייט אין כת"י, ווער האט אים געוואלט הרג'נן
כמדומה שבפי צדיק, יש כת"י מהדברי שמחה מציעשינוב בנוסח שונה, אודות הנסיעה למירון, וכפי שמשמע שם הי' הסיבה שנסתפק אם לנסוע למירון הי' בדבר הליכות הכהנים, שכידוע לחם הרה"ק משינאווא נגד זה

והיא לו נדפסה בספר "חמדה גנוזה"
און ס'שטייט נישא ווער ס'האט אים געוואלט הארגענען.
און פון רבי יענקעלע פון פשעווארסק האב איך געהערט אז די סאדיגערע חסידים האבען געדינגען א'אראבער אומצוברענגן שינאווא רב ל"ע,וואס האט א'רויטע בארד.
רמונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 18, 2014 10:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רמונים »

חוץ פון די מעשה פון אונטערוועגנס, איז געווען נאך א מעשה אין ירושלים אין שול ווי זיי האבן געוואלט ל"ע אומברענגען שינאווער רב ער האט געדארפט ארויסטאנצן פון פענסטער זיך צו ראטעווען דאס לעבן.
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

Snuff Case Attributed to Rabbi Yechezkel Halberstam

Rectangular snuff case. Width: 5 cm. Length: 3 cm. Depth: 1.5 cm. Silver, hallmarked. Impressive niello work in the silver - on all sides of the case. Raiseable cover with hinge. All original, in fine condition and complete
This snuff case belonged to a collector of Chassidic background. He began his collection soon after the Holocaust, and his collection includes very rare historic items. He does not know the exact origins of each piece in his collection
This snuff case has been part of his collection for many decades, with the note that it was gifted to its first owners by noted Rabbi Yechezkekl Shraga Halberstam, Rabbi of Shinova, Galicia
The Rebbe was born in [1815] and died in [1898]. The hallmarks on the case correspond to this location and era. The box is preserved within a magnificent leather case

449.jpg
יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

ישלהוסיף האט געשריבן:
מאשתו הרביעית חנה רחל‏[3] בת הרב צבי הירש רמר"ז רב בלשנוב (אחיה של הרבנית מלכה רוקח):
מרים מלכה אשת הרב נפתלי רובין רב בוישניצה. צאצא של רבי נפתלי צבי הורוביץ.

ווענמענס זוהן איז געוועהן ר' נפתלי רובין מווישניצא??
זה הקטן גדול יהי'
יערסלוב
שר האלף
תגובות: 1530
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2015 1:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יערסלוב »

יודל קליין האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:
מאשתו הרביעית חנה רחל‏[3] בת הרב צבי הירש רמר"ז רב בלשנוב (אחיה של הרבנית מלכה רוקח):
מרים מלכה אשת הרב נפתלי רובין רב בוישניצה. צאצא של רבי נפתלי צבי הורוביץ.

ווענמענס זוהן איז געוועהן ר' נפתלי רובין מווישניצא??



רבי נפתלי רובין זצ"ל (ה'תרכ"א - י"ג ניסן ה'תרח"ץ) רב אין ווישניצא, מערב גאליציע.

רבי נפתלי איז געבוירן אין יאר ה'תרכ"א צו זיין פאטער הרב שמואל רובין רב אין קארטשין, א זון פון הרב אהרן רובין פון רימאנאוו, א זון פון הרב אשר ישעיה רובין, רב אין ראפשיץ.


נאך זיין חתונה האט רבי נפתלי געגעסען קעסט ביי זיין שווער אין שינאווא, דארט האט ער געלערנט אונאיינעם מיט זיין שוואגער דער פריסטיקער רב. זיי האבן געלערנט מיט אן אויסערגעווענליכע פלייסיגקייט, זייערע ווייבער האבן זיך באקלאגט אז זיי האבן געהייראט מלאכים.

רבי נפתלי'ס שווער האט געזארגט אז מען זאל אים אויפנעמען רב אין ליזשענסק, אין יאר ה'תרמ"ט איז ער געווען רב אין קאלוואריע, אין יאר ה'תרנ"ט איז ער געווארן דיין אין נאכהער רב אין ווישניצא.

רבי נפתלי איז נפטר געווארן י"ג ניסן ה'תרח"ץ אין עלטער פון זעקס און אכציג יאר.

רבי נפתלי האט געהייראט בזיווג ראשון מרת מרים מלכה א טאכטער פון הרב יחזקאל שרגא האלבערשטאם דער שינאווער רב. זי איז נפטר געווארן הושענא רבא כ"א תשרי ה'תר"ס. זייערע קינדער:

מרת רבקה, די ווייב פון הרב חיים שטיינמעטץ פון מיהלוביץ.
מרת מינדל ( - י"ז טבת ה'תרע"ח), די ווייב פון הרב יצחק רובין (ה'תר"ם - כ"ט תשרי ה'תרע"ו), רב אין צפת.
הרב חיים ברוך רובין הי"ד (ה'תרמ"ב - ג' אלול ה'תש"ג), ממלא מקום פון פאטער, רב אין ווישניצא.
הרב חנה צבי הירש רובין (ה'תרמ"ד - ה'תש"ג), סאטמארער רבי אין צאנז, ער האט געהייראט מרת עכסא א טאכטער פון הרב יחיאל נתן האלבערשטאם, רב אין בארדיאוו. זיי האבן נישט געהאט קיין קינדער.
מרת רייצא הי"ד, די ווייב פון הרב נחום אפרים האלבערשטאם הי"ד (ה'תר"ם (אומגעפער) - ה'תש"ב (אומגעפער) ), פון טארנא, א זון פון הרב אריה לייביש האלבערשטאם, רב אין טארנא.
מרת חנה רחל, די ווייב פון הרב אביגדור האלבערשטאם (ה'תר"ן (אומגעפער) - ה' כסלו ה'תרע"ז), פון פריסטיק, א זון פון הרב מנחם מענדל האלבערשטאם, רב אין פריסטיק.
הרב אלעזר רובין, רבי אין ניסקא
מרת מיריש
הרב יונה רובין הי"ד, ער האט געהייראט מרת חנה לאה, א טאכטער פון זיין פעטער הרב אשר רובין רב אין קארטשין. ער האט נישט געהאט קיין קינדער.
בזיווג שני האט רבי נפתלי געהייראט מרת טונא א טאכטער פון דער פינפטער רביצין פון שינאווער רב מרת שיינדיל, א טאכטער פון הרב אברהם געווירצמאן פון גארליץ (דער זיידע פון רבי איציקל פשעווארסקער), אן אייניקל פון נועם אלימלך. זייערע קינדער:

מרת חיה שרה, די ווייב פון הרב יחזקאל שרגא האלבערשטאם פון סטראפקאוו, א זון פון הרב מנחם מענדל האלבערשטאם, רב אין סטראפקאוו.
הרב שמואל רובין פון לאס אנדזשעלעס, ער איז נפטר געווארן ל' סיון ה'תשמ"ט, ליגט אין צפת.
אוועטאר
זושאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 31, 2010 5:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זושאלע »

ישלהוסיף האט געשריבן: הרב נפתלי הלברשטאם (י"ד בחשוון תקצ"ח - כ"א בכסלו תרכ"ד). בזיווג ראשון חתנו של רבי אהרן מרימנוב (בן רבי אשר ישעיה מרופשיץ ובזיווג שני חתנו של רבי משולם זושא חתן רבי יעקב ישראל מצ'רקס). אביו הוציא את דברי תורתו בספר "איילה שלוחה".


(קרעדיט: וויקיפדי')



טעות סופר? (מתוך משולחן מלכים השבוע)
אטעטשמענטס
aaa.jpg
שכל קומט מיט די יארן...
אוועטאר
זושאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 31, 2010 5:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זושאלע »

גירסאות שונות
אטעטשמענטס
bbb.jpg
bbb2.jpg
שכל קומט מיט די יארן...
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9579
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

מי היה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

רבי יחזקאל שרגא הלברשטאם זצ"ל אבדק"ק ווישניצא בשנת תר"ע .?
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

dovidal האט געשריבן:רבי יחזקאל שרגא הלברשטאם זצ"ל אבדק"ק ווישניצא בשנת תר"ע .?

א שינאווער אייניקל תר"ע קען נישט זיין
.
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9579
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

מכתב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

בין הסכמות
אטעטשמענטס
SHINEV.jpg
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
סתם אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 12, 2015 10:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם אזוי »

היום יומא דהילולא. זי"ע.
ס'איז דא א מעשה וואס ווערט דערציילט אז די רביצין פון הגה"ק העצי חיים זי"ע האט נישט געהאט קודם קיין קינדער אסאך יארן איז זי געווען ביים הייליגן שינאווא רב זי"ע (דודה) און ער האט איר געהייסן אנטוהן זיין גארטל פאר אפאר רגעים און דערנאך איז זי געהאלפן געווארן [די מעשה פלעגט דערציילן מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל]
און כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א זאגט אז די מעשה קאן נישט זיין אמת ווייך ס'איז קעגן די הלכה פון לא תלבש.
אוועטאר
שמן
שר האלף
תגובות: 1391
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 11:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן »

סתם אזוי האט געשריבן:היום יומא דהילולא. זי"ע.
ס'איז דא א מעשה וואס ווערט דערציילט אז די רביצין פון הגה"ק העצי חיים זי"ע האט נישט געהאט קודם קיין קינדער אסאך יארן איז זי געווען ביים הייליגן שינאווא רב זי"ע (דודה) און ער האט איר געהייסן אנטוהן זיין גארטל פאר אפאר רגעים און דערנאך איז זי געהאלפן געווארן [די מעשה פלעגט דערציילן מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל]
און כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א זאגט אז די מעשה קאן נישט זיין אמת ווייך ס'איז קעגן די הלכה פון לא תלבש.

ביים חתונה איז זי געווען יונג האט איר טאטע זיך געשאלוועט פאר'ן שיניאווע רב אז ס'קען זיין מסוכן צו האב'ן קינדער אזוי יונג האט ער גענפערט וועט זי נישט האב'ן קיין קינדער גלייך, נאך אפאר יאר האט זי זיך נישט געקענט מטהר ווי עס דארף זיין האט זי געבעטן א ברכה פון שיניאווע רב האט ער זי געגעבן א גארטל אז אלס זאל זיין כשורה, און זי האט שפעטער געהאט אפשר 20 קינדער אבער ל"ע אסאך האב'ן זיך נישט געהאלטן
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9579
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

רבי משה לעזער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

נכד שינאווא ? ווי אזוי ?
אטעטשמענטס
GACHLEIEISH MOSHE LESER.jpg
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
תולעת-ספרים
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 26, 2015 9:52 am

רבי משה לעזער בעמ"ח גחלי אש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תולעת-ספרים »

עהר איז געוועהן א זון פון הרה"צ ר' שמואל שמחה לעזער פון טארנא (גאליציא), וואס איז געוועהן א איידים ביי הגה"צ ר' פנחס פרנקל-תאומים אב"ד בוקאווסק וציעשנוב, חתנא דבי נשיאה פון הרה"ק בעל דברי יחזקאל פון שינאווא
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

רבי אברהם שלום מסטראפקוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

בעד האגודה?
אטעטשמענטס
Strokov.JPG
Strokov.JPG (88.33 KiB) געזען 4855 מאל
לחיים ולברכה!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יערסלוב האט געשריבן:

רבי נפתלי רובין זצ"ל (ה'תרכ"א - י"ג ניסן ה'תרח"ץ) רב אין ווישניצא, מערב גאליציע. רבי נפתלי האט געהייראט בזיווג ראשון מרת מרים מלכה א טאכטער פון הרב יחזקאל שרגא האלבערשטאם דער שינאווער רב. זי איז נפטר געווארן הושענא רבא כ"א תשרי ה'תר"ס. זייערע קינדער:

א. מרת רבקה, די ווייב פון הרב חיים שטיינמעטץ פון מיהלוביץ.
ב. מרת מינדל ( - י"ז טבת ה'תרע"ח), די ווייב פון הרב יצחק רובין (ה'תר"ם - כ"ט תשרי ה'תרע"ו), רב אין צפת.
ג. הרב חיים ברוך רובין הי"ד (ה'תרמ"ב - ג' אלול ה'תש"ג), ממלא מקום פון פאטער, רב אין ווישניצא.
ד. הרב חנה צבי הירש רובין (ה'תרמ"ד - ה'תש"ג), סאטמארער רבי אין צאנז, ער האט געהייראט מרת עכסא א טאכטער פון הרב יחיאל נתן האלבערשטאם, רב אין בארדיאוו. זיי האבן נישט געהאט קיין קינדער.
ה. מרת רייצא הי"ד, די ווייב פון הרב נחום אפרים האלבערשטאם הי"ד (ה'תר"ם (אומגעפער) - ה'תש"ב (אומגעפער) ), פון טארנא, א זון פון הרב אריה לייביש האלבערשטאם, רב אין טארנא.
ו. מרת חנה רחל, די ווייב פון הרב אביגדור האלבערשטאם (ה'תר"ן (אומגעפער) - ה' כסלו ה'תרע"ז), פון פריסטיק, א זון פון הרב מנחם מענדל האלבערשטאם, רב אין פריסטיק.
ז. הרב אלעזר רובין, רבי אין ניסקא
ח. מרת מיריש
ט. הרב יונה רובין הי"ד, ער האט געהייראט מרת חנה לאה, א טאכטער פון זיין פעטער הרב אשר רובין רב אין קארטשין. ער האט נישט געהאט קיין קינדער.


בזיווג שני האט רבי נפתלי געהייראט מרת טונא א טאכטער פון דער פינפטער רביצין פון שינאווער רב מרת שיינדיל, א טאכטער פון הרב אברהם געווירצמאן פון גארליץ (דער זיידע פון רבי איציקל פשעווארסקער), אן אייניקל פון נועם אלימלך. זייערע קינדער:

י. מרת חיה שרה, די ווייב פון הרב יחזקאל שרגא האלבערשטאם פון סטראפקאוו, א זון פון הרב מנחם מענדל האלבערשטאם, רב אין סטראפקאוו.
י"א. הרב שמואל רובין פון לאס אנדזשעלעס, ער איז נפטר געווארן ל' סיון ה'תשמ"ט, ליגט אין צפת.

מורשת חכמי אמעריקא זוכט מער פרטים איבער הרב שמואל רובין בנו של רבי נפתלי רובין מווישניצא נכד בית שינאווא-צאנז

לויט די ערשטע קוועלער איז ר' שמואל שוין געקומען קיין אמעריקא אזוי פרי ווי שנת תרח"צ אננעמענדיג א רבנות פאסטן פון קהל אהבת אחים אנשי ספרד אויף עמפייער בלווד. אין קראונהייטס, צו דער זעלבער צייט האט ער געדינט אלס מנהל פון די וויליאמסבורגער בית יעקב שולע, לימים איז ער אריבער קיין ברייטאן ביעטש צו דינען אלס רב פון די ארטיגע 'יאנג איזרעאל'.
הרב רובין האט געמאכט 'העדליינס' בשנת תש"ד, ווען נאכן נישט קענען ארויסברענגען זיין פרוי און קינדער וועלכע זענען געבליבן געשטראנדעט אין טשעכסלאוואקיי אונטער די נאצישע אקופאציע, האט ער באשלאסן זיך אנצושליסן אינעם אמעריקאנער ארמיי צו קעמפן אקעגן די נאציס.

ביי וועם איז ר' שמואל געווען אן איידעם? האבן עפעס פון זיין משפחה איבערגעלעבט? ווען איז ער אריבער קיין לאס אנזעשעלעס, האט ער דארט געהאט א ביהמ"ד וכו?

די נייעס איבער זיין אנשליסונג אין די ארמיי
אטעטשמענטס
The_Brooklyn_Daily_Eagle_Sat__Nov_18__1944_.jpg
The_Brooklyn_Daily_Eagle_Sat__Nov_18__1944_.jpg (306.25 KiB) געזען 4450 מאל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מצבתו בצפת - נפ' כ"ח סיון (לא ל') תשמ"ט

https://sv.billiongraves.com/grave/person/23369247
לדאבונו, אשתו בת גיסו ר' חיים שטיינמעץ (חתן אביו רבי נפתלי מווישניצא כנ"ל) לא שרדה בחיים היא וחמשה ילדיהם עלו על המוקד רח"ל, כפי שנחרת על מצבתו
אטעטשמענטס
16500235.jpg
16500235.jpg (242.81 KiB) געזען 4412 מאל
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

די מציבה מאכט אן איינדרוק ווי דער איד איז קיינמאל ארויסגעקראכן פון די מלחמה יארן איבערלעבנישן, פון די לעבנסגעבליבענע קרבנות.

זכות אבותיו זאל אים ביישטיין.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

מיללער האט געשריבן:מצבתו בצפת - נפ' כ"ח סיון (לא ל') תשמ"ט

https://sv.billiongraves.com/grave/person/23369247
לדאבונו, אשתו בת גיסו ר' חיים שטיינמעץ (חתן אביו רבי נפתלי מווישניצא כנ"ל) לא שרדה בחיים היא וחמשה ילדיהם עלו על המוקד רח"ל, כפי שנחרת על מצבתו

אב"ד ווישניצא וואס??
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

חמרא טבא האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:מצבתו בצפת - נפ' כ"ח סיון (לא ל') תשמ"ט

https://sv.billiongraves.com/grave/person/23369247
לדאבונו, אשתו בת גיסו ר' חיים שטיינמעץ (חתן אביו רבי נפתלי מווישניצא כנ"ל) לא שרדה בחיים היא וחמשה ילדיהם עלו על המוקד רח"ל, כפי שנחרת על מצבתו

אב"ד ווישניצא וואס??

גאליצייען (געשריבן עם-הארציש אזויווי מילוס אנגעלעס)
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”