רבי אברהם יעקב ב"ר ישראל מסאדיגורא-ת"א ה' טבת תשכ"א

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2750
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

badatz האט געשריבן:רבי עד מלחמת עולם הראשונה - ודבקו בו מגדולי החסידים על אף היותו רק בן 19 שנה.
ממלחמת עולם הראשונה לא הי' רוצה עוד להיות רבי (עיין בהקדמה מבני ר' מוניא שפירא על ספרו חיי שלמה), אבל אחר הסתלקות אחיו האביר יעקב נעתר לבקשת החסידים לקבל עליו ההנהגה עד יום פטירתו בשנת תשל"ב

בעזהשי''ת
סלח לי ידידי היקר שיחי' נצח
ר' שלמהניו לא נעתר אחר פטירת אחיו האביר יעקב לבקשת חסידיו ''לקבל עליו ההנהגה '' הוא לא קיבל
קשה להסביר לחסידי היום מה הפירוש הנהגה ולקחת קוויטל אצל אנשים מסוג הזה . מה הפירוש אמירת תורה בשולחן .[אצל מרן המהרי''ד מבעלז הי' נפק''מ תורה שאמר אביו בשולחן לפני שתיית יין ללאחר שאז הוא הטיש תורה] מי שזכה לראות את מרנא ורבנא מבאיאן איך ששתה היין וההכנה לאמירת התורה ראה
שזה טיש תורה ולא סתם אמירת אימרה נאה .אני לא זכיתי לראות את ר' שלמהניו בשעת הנינועים אך מי שראה אותו בקלויז טשארטקאוו ברחוב אחד העם בסוכה שאסור הי' להסתכל וליראות כי העולם התפלל
בקלויז והוא בסוכה סגורה והוא הי' אחוז בשרפי אש בנינועים ראה .הוא אמר אחר פטירת אחיו טיש תורות
וראו בחוש שהוא דבוק לקל עליון .אך הנהגה מאן דכר שמי' ודו''ק
אצל אנשים אלו המושג ''רבי'' הי' מציאות אחרת לא פשט בן אדם עם הוספה של רבי רק מציאות אחרת
התבטלות העצמיות הם חיו עם הרבש''ע דבוקים ומקושרים אליו וראו את כל הבריאה באופן אחר .הסב''ק
מהאסיאטין נבג''מ ביומו האחרון בנר הרביעי של חנוכה ביקש שיוציאו אותו למרפסת ויוכל עוד לראות את הבריאה ...מה רבו מעשיך ד' ....גדלות הבורא .שאו מרום עיניכם וראו מי ברא אלו .[/quote]
צדקת מאוד הוא לא קיבל הנהגה רק ערך סעודות הילולא דאבתיה וכדומה אבל בוודאי לא קיבל רעביוויסטיווע במושג של אז
קורפירשט
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 27, 2016 2:04 pm

יו"ד של הרה"ק ר' אברהם יעקב מ'סדיגורא זי"ע בעל האביר יעקב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קורפירשט »

יאסל האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:ר' אברהם יעקב ב"ר ישראל מסאדיגורא ב"ר אברהם יעקב אדמה"ז מסאדיגורא בהרה"ק ר' ישראל מרוזין
ער האט ל"ע נישט געהאט קיין קינדער
ער איז געווען אן איידעם ביי ר' יצחק מאיר מקאפיטשניץ חתן ר' מרדכי פייוויש מהוסיאטין בהרה"ק ר' ישראל מרוזין

זיין פאטער ר' ישראל איז געווען דער וואס האט געירש'נט דאס הויף אין סאדגורא?
אין אויב די קענסט וויאזוי איז דער יחוס פונעם היינטיגען סאדגורער רבי?


ר' יאסל

ווען דער הייליגער זיסער ר' אברהם יעקב פון סאדיגורא (בן הרה"ק מ'רוזין) איז אוועק, י"א אלול תרמ"ג, האבן ביידע פון זיינע קינדער איבערגענומען די רבי'סטעווע. דער עלטערער ברודער, דער פחד יצחק פון באיאן, צוזאמען מיט זיין אינגערע ברודער הרה"ק ר' ישראל פון סדיגורא, פירענדיג אינאיינעם אין שטאט סדיגורא.

די צוויי ברודער האבן נישט געהאט קיין שום פראבלעם מיט'ן joint רבי'סטעווע, אבער די חסידים האבן דאס נישט געגליכן און זיך נישט געקענט קיין עצה געבן מיט'ן מצב. ספעציעל די חסידים פון "פחד יצחק", און האבן שטארק געמוטשעט דעם רבי'ן זאל זיך אפטיילן. ביים ענדע האט מען געווארפן גורל וועלכע פון די ברודער זאל זיך אוועקציען, און גורל איז געפאלן אויפ'ן פחד יצחק.

איבער דריי יאר האבן די ברודער געפירט ביינאזאם, ערשט י"ח חשון תרמ"ז האט זיך דער פחד יצחק געצויגען צו א קליין שטעטל אין שכינות פון סדיגורא, וואס האט געהייסן "באיאן". דער טאג י"ח חשון איז געווארן א שטיקל יום טוב ביי די באיאנ'ער חסידים, פלעגט הרה"ק ר' מנחם נחום פון באיאן-טשערנאוויץ זאגן.

אווי ס'איז געווארן איבערגעשמוסט אינעם אשכול שוין, אבער לענ"ד, נישט מיט א קלארקייט. ווען הרה"ק ר' ישראל פון סדיגורא איז אוועק, י"ג תשרי תרס"ז האבן אלע זיינע פינף קינדער איבערגענומען די רבי'סטעווע, און געפירט טישן און עקסטערע זאלן פונעם סדיגורא'ער קלויז. נאט אייך א ליסטע;

הרה"ק ר' אהרן - דער קדושת אהרן
הרה"ק ר' שלום יוסף פון טשערנאוויץ
הרה"ק ר' אברהם יעקב - ה'אביר יעקב
הרה"ק ר' יצחק פון רימאנאוו
הרה"ק ר' שלמה חיים - ר' שלמה'ניע

אינטערסאנט איז געווען אז א גרויס חלק פון די זקני חסידים זענען געגאנגען צום טיש פונעם אינגסטען זון. מ'זאגט אז זיינע תורות זענען געווען גאר טיף. די תורות פלעגט מען דרוקען און מפיץ זיין איבער גאנץ גאליציע. איינמאל איז איינע פון די תורות אנגעקומען אין די הענט פין הייליגן זיסן רבי'ן ר' ישכר דוב פון בעלזא, און ער האט שטארק מפליא געווען ווי אזא אינגער מענטש קען אהערשטעלן אזא מייסטער ווערק, זאגענדיג דערביי אז דאס איז תורת אמת.

אנטלויפענדיג קיין וויען ביים ערשטען וועלט קריג האט ער אינגאנצען זיך אפגעזאגט פון די רבי'סטעווע, דאס איבערלאזנדיג פאר זיין ברודער, דער אביר יעקב.

נאך די פטירה פונעם הייליגן ברודער, און נאך גרויסע מוטשענישען פון די חסידים, האט ער געפראוועט רבי'סטעווע, געפירט טיש (כ'ווייס נישט אויב ער האט אויך גענומען קוויטלעך דעמאלטס), אויף ימים טובים און יארצייט טישן פין זיינע זיידעס.

געזאגט האט ער פאר איין חסיד, א מענטש קען נישט איבערטוישן זיין דרך החיים אווי מ'טוישט בגדים אדער אפילו פרנסה. א דרך החיים איז א הייליגע הימל'ישע זאך וואס בייט זיך נישט אזוי גרינג.

פאר א צווייטען חסיד האט ער געזאגט, איך האב שוין אויף זיך מקבל געווען א שליחות אויף דער וועלט, איך קען דערפון נישט צוריקציען.

פאר א דריטען חסיד האט ער אמאל געשריבן, איך האב קיינמאל נישט אנגענומען דאס רבי'סטעווע אינעם געהעריגען זון. (וואס פונקטלעך דאס באדייט, ווייסיך נישט). מיין וואונטש איז צו גיין אויף מיין אייגנארטיגן דרך וואס איך האב שוין יארן צוריק בוחר געווען, דער דרך פון תלמידי בעל שם. איך האב ב"ה שיין מצליח אויף דעם דרך ביז אהער, אין דער אויבערשטער זאל העלפן ווייטער אויך.

זיעועכ"י
קורפירשט
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 27, 2016 2:04 pm

יו"ד של הרה"ק ר' אברהם יעקב מ'סדיגורא זי"ע בעל האביר יעקב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קורפירשט »

לכבוד די הילולא, אן אינטערסאנטער נקודה.

הארט פאר'ן פטירה פון הרה"ק ר' ישראל פון סדיגורא, האט ער געלאזט רופען זיין זון ר' אברהם יעקב, און אים געזאגט כ'האב פאר דיר א מתנה וואס האט פאר קיינעם נישט קיין ניצען נאר פאר דיר, און האט אים אהין געגעבן דעם זיגעל פון זיין הייליגן פאטער וואס ס'איז געשטאנען דערויף "אברהם יעקב בן ר' ישראל".

דער אביר יעקב האט שפעטער געזאגט, אז פון דעם איבערגעבן דעם זיידען'ס חותם האט ער פארשטאנען אז דער פאטער זיינער וויל ער זאל ווערן רבי, על אף וואס ער איז נישט געווען דער עלטסטער קינד.
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2750
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

רבי אהרן עבר לפשעמישל עפ"י בקשת בני הרבנית השנייה כדאי שאחד מבניה ימשיך בחצר בעלה הק' ואז התחיל הרה"ק האביר יעקב [ההילולא חל היום - ה' טבת] להנהיג במשכן אבוה"ק בסאדיגורא.
בהמשך הזמן ביקשו החסידים בגאליציע לשלוח להם בן ואז עבר רבי יצחק לרימנוב בעידוד אחיו הגדול רא"י שאף הגיע אתו
סאדיגורה של היום הם צאצאים של רבי אהרן בנו הגדול של רבי ישראל מסאדיגורא. וכך הסדר:
הרה"צ רבי ישראל משה שליט"א בן
הרה"ק רבי אברהם יעקב זיע"א - עקבי אבירים בן
הרה"ק רבי מרדכי שלום יוסף זיע"א - כנסת מרדכי בן
הרה"ק רבי אהרן זיע"א - קדושת אהרן בן
הרה"ק רבי ישראל זיע"א - אור ישראל בן
מרן אדמו"ר הזקן מסאדיגורא זיע"א בן
מרן הסב"ק מרוזין זיע"א
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2750
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

קורפירשט האט געשריבן:
יאסל האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:ר' אברהם יעקב ב"ר ישראל מסאדיגורא ב"ר אברהם יעקב אדמה"ז מסאדיגורא בהרה"ק ר' ישראל מרוזין
ער האט ל"ע נישט געהאט קיין קינדער
ער איז געווען אן איידעם ביי ר' יצחק מאיר מקאפיטשניץ חתן ר' מרדכי פייוויש מהוסיאטין בהרה"ק ר' ישראל מרוזין

זיין פאטער ר' ישראל איז געווען דער וואס האט געירש'נט דאס הויף אין סאדגורא?
אין אויב די קענסט וויאזוי איז דער יחוס פונעם היינטיגען סאדגורער רבי?


ר' יאסל

ווען דער הייליגער זיסער ר' אברהם יעקב פון סאדיגורא (בן הרה"ק מ'רוזין) איז אוועק, י"א אלול תרמ"ג, האבן ביידע פון זיינע קינדער איבערגענומען די רבי'סטעווע. דער עלטערער ברודער, דער פחד יצחק פון באיאן, צוזאמען מיט זיין אינגערע ברודער הרה"ק ר' ישראל פון סדיגורא, פירענדיג אינאיינעם אין שטאט סדיגורא.

די צוויי ברודער האבן נישט געהאט קיין שום פראבלעם מיט'ן joint רבי'סטעווע, אבער די חסידים האבן דאס נישט געגליכן און זיך נישט געקענט קיין עצה געבן מיט'ן מצב. ספעציעל די חסידים פון "פחד יצחק", און האבן שטארק געמוטשעט דעם רבי'ן זאל זיך אפטיילן. ביים ענדע האט מען געווארפן גורל וועלכע פון די ברודער זאל זיך אוועקציען, און גורל איז געפאלן אויפ'ן פחד יצחק.

איבער דריי יאר האבן די ברודער געפירט ביינאזאם, ערשט י"ח חשון תרמ"ז האט זיך דער פחד יצחק געצויגען צו א קליין שטעטל אין שכינות פון סדיגורא, וואס האט געהייסן "באיאן". דער טאג י"ח חשון איז געווארן א שטיקל יום טוב ביי די באיאנ'ער חסידים, פלעגט הרה"ק ר' מנחם נחום פון באיאן-טשערנאוויץ זאגן.

אווי ס'איז געווארן איבערגעשמוסט אינעם אשכול שוין, אבער לענ"ד, נישט מיט א קלארקייט. ווען הרה"ק ר' ישראל פון סדיגורא איז אוועק, י"ג תשרי תרס"ז האבן אלע זיינע פינף קינדער איבערגענומען די רבי'סטעווע, און געפירט טישן און עקסטערע זאלן פונעם סדיגורא'ער קלויז. נאט אייך א ליסטע;

הרה"ק ר' אהרן - דער קדושת אהרן
הרה"ק ר' שלום יוסף פון טשערנאוויץ
הרה"ק ר' אברהם יעקב - ה'אביר יעקב
הרה"ק ר' יצחק פון רימאנאוו
הרה"ק ר' שלמה חיים - ר' שלמה'ניע


שכחת את רבי יהודה צבי ועוד שאיני זוכר שמם כרגע
קורפירשט
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 27, 2016 2:04 pm

הרב ר' נחום....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קורפירשט »

איך האב געליסטעט נאר די וואס האבן איבערגענומען. ער האט דאך געהאט נאך זון, אחוץ דעם אויבען דערמאנטען ר' יהודה צבי, וואס איז געווען אן איידים ביי א זון פונען טשארטקאב'ער רבי'ן ר' ישראל, האט ער געהאט נאך צוויי זון מיט עטליכע טעכטער וואס זענען נעבעך אוועק אינגערהייט.

ר' משה מרדכי מנחם און ר' דוד יהושע.
קורפירשט
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 27, 2016 2:04 pm

הרב ר' אשר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קורפירשט »

הרב ר' אשר האט געשריבן:זכותו יגן עלינו.

אפשר האט מען שוין געשריב'ן…
כ'האב גהערט אמאל, אז אין וויען, האבן די רשעים ימ"ש ארויס געשטעלט די רבנים צו קערן די גאס, און דער אביר יעקב זצוק"ל האט זיך אונטער גענומען, אז אויב ער וועט זוכה זיין ארויף גיין קיין ארץ ישראל וועט ער דארט קערן די גאס.
און אזוי האט ער טאקע געטוהן, אלע פארטאג'ס פלעג ער אויסקערן די גאס פאר זיין שטוב.


דאס האט ער געטוען נאר די ערשטע פאר חדשים נאכ'ן אנקומען קיין א"י, דערנאך האט איין חסיד געפאקט דעם רבי'ן ביי זיין עבודת הקודש איין פארטאגס האט ער אויפגעהערט מיט דעם קבלה.
קורפירשט
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 27, 2016 2:04 pm

לגבי הרה"ק ר' שלמה'ניא אין הצלת ילדים באייראפע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קורפירשט »

אינעם צווייטען דף פונעם אשכול האט badatz געשריבן אז ר' שלמה'ניא איז געווען א יאר א האלב אין ארה"ב צוליב די נושא פון אידישע קינדער אין פוילישע קלויסטערס.

ראיתי בספר The Golden Dynasty אז ער ארומגעפארן באייראפע גופא, קרוב צו צוויי יאר אפירזוכן קינדער וואס מ'האט אוועק געגעבן פאר גוי'שע משפחות בשעת'ן קריג, און די דאזיגע האבן זיך נישט געיאגט אפצוגעבן די קינדער, וואס מסתמה זענען שוין דאס רוב עלטערן פון די קינדער שוין נישט געווען בין החיים. ער האט אויפגעשטעלט צענטערן אין א"י פאר די קינדער אווי זיי זאלן נתגדל ווערן על דרך התורה, און דערנאך זיי געהאלפען חתונה האבן און אויפשטעלן ערליכע אידישע שטובער. ער פלעגט אפט ערשיינען אלץ מחותן ביי די חתונות, און זיך אפילו אונטערגעשריבן עטליכע מאל אויף די הזמנות החתונה.
א חסיד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4637
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 3:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א חסיד »

רבי אברהם יעקב זי"ע איז געווען דער עלסטע זוהן פון זיין טאטעס צווייטע רביצען וועגען דעם איז ער געווארען רבי אין סאדיגורא
קורפירשט
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 27, 2016 2:04 pm

*

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קורפירשט »

א חסיד האט געשריבן:רבי אברהם יעקב זי"ע איז געווען דער עלסטע זוהן פון זיין טאטעס צווייטע רביצען וועגען דעם איז ער געווארען רבי אין סאדיגורא


דער קדושת אהרן זייענדיג דער עלצטער לעבעדיגע זון פון זיין טאטע'נס זיוו"ר איז דאך אויך געווארן רבי. לא עוד, נאר זיין זון דער כנסת מרדכי איז אויך געווען רבי אין סדיגורא לאחר פטירת אביו נאך בחייו פונעם פעטער דער אביר יעקב, און צוזאמען אנטלאפן קיין וויען ביים אויסבראך פון ערשטען וועלט קריג.
קורפירשט
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 27, 2016 2:04 pm

לגבי הרה"ק ר' שלמה'ניא און די רבי'סטעווע....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קורפירשט »

נאכ'ן אנטלויפען קיין וויען האט מען אים נאך געקענט זען אין שטאט ארום גיין מיט א גבאי אדער צוויי, על אף וואס ער האט זיך שוין געהאט אפגעזאגט פון די רבי'סטעווע. אבער אין א"י האט ער דאס אויך אויפגעהערט. ער פלעגט זאגן אז די טאטע האט שטענדיג געהאט מיט זיך פיל מיט גבאים, אבער אין שטוב ווען ער האט זיך געדרייט פון איין צימער צום צווייטען האט ער נישט געהאט קיין גבאים. אין א"י פילט ער זיך ווי אינדערהיים דעראיבער ברויך ער נישט קיין גבאים.
א חסיד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4637
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 3:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א חסיד »

רבי אברהם יעקב האט אפגעקויפט דער סאדיגורא הויף פון זיין ברודער רבי אהרן, נאר רבי אהרן איז נסתלק געווארען איידער ער איז אוועק געפאהרען
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2750
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

קורפירשט האט געשריבן:נאכ'ן אנטלויפען קיין וויען האט מען אים נאך געקענט זען אין שטאט ארום גיין מיט א גבאי אדער צוויי, על אף וואס ער האט זיך שוין געהאט אפגעזאגט פון די רבי'סטעווע. אבער אין א"י האט ער דאס אויך אויפגעהערט. ער פלעגט זאגן אז די טאטע האט שטענדיג געהאט מיט זיך פיל מיט גבאים, אבער אין שטוב ווען ער האט זיך געדרייט פון איין צימער צום צווייטען האט ער נישט געהאט קיין גבאים. אין א"י פילט ער זיך ווי אינדערהיים דעראיבער ברויך ער נישט קיין גבאים.

דאס איז גיווען ביים אביר יעקב גופא
יצחק פון ישיבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 4:33 am

תיקון טעות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק פון ישיבה »

נחום וואהלינער האט געשריבן:רבי אהרן עבר לפשעמישל עפ"י בקשת בני הרבנית השנייה כדאי שאחד מבניה ימשיך בחצר בעלה הק' ואז התחיל הרה"ק האביר יעקב [ההילולא חל היום - ה' טבת] להנהיג במשכן אבוה"ק בסאדיגורא.
בהמשך הזמן ביקשו החסידים בגאליציע לשלוח להם בן ואז עבר רבי יצחק לרימנוב בעידוד אחיו הגדול רא"י שאף הגיע אתו
סאדיגורה של היום הם צאצאים של רבי אהרן בנו הגדול של רבי ישראל מסאדיגורא. וכך הסדר:
הרה"צ רבי ישראל משה שליט"א בן
הרה"ק רבי אברהם יעקב זיע"א - עקבי אבירים בן
הרה"ק רבי מרדכי שלום יוסף זיע"א - כנסת מרדכי בן
הרה"ק רבי אהרן זיע"א - קדושת אהרן בן
הרה"ק רבי ישראל זיע"א - אור ישראל בן
מרן אדמו"ר הזקן מסאדיגורא זיע"א בן
מרן הסב"ק מרוזין זיע"א


דער קדושת אהרן נישט גווען קיינמאל אין פשיעמשל, נאר זיין זון דער כנסת מרדכי, און הויכעט נאר נאך דער ארשטע וועלט קריג, און נאך א תקופה און ויען. דער ענין גווען, אז בפשטות, וי ס'זהעט הויס, אז דער קדושת אהרן נישט גלעבט און סא"ג, און מסתמא סי וועגן דער צוויטע רעבצין. אובער מקען גארנישט ויסן וועגן אז ווען דער קדושת אהרן האט גענומען זיין רעביסטעווע, ער איז שוין געווען גאר קראנק, ממילא כל ימי נשיאותו מעט ורעים היו, און ער האט אגאנצע צייט געפארן לדרוש ברופאים, וממילא וועגן דעם ער איז נישט גווען און סא"ג כמעט. כך נראה אחר דרישת הענין. און מדארף נאך איינער זאל ער פושט זיין אלע ספיקות עפ"י מקורות מוסמכים און נישט עפ"י השערות, ותע"ב.

סאיז דא נאך אן ענין וואס מעהאט נישט גירעדט וועגן רבינו האביר יעקב זיע"א, אז ביי דער צייט וואס חסידי קארלין געבליבן אן אמנהיג [נאך ר' יוחנן'ס הסתלקות], האט רא"י זיע"א האט גענומען הויכעט חסידי קארלין, וועגן אזז ער איז גווען אנ איינקל פון דער בית אהרן, און סאיז גווען הויכעט א רמז פון דער פראנקופרטער, אז סי העט קומען נאך צייט, אז דער סטאלינער חסידים וועלן גייין ביי עהם. ועד היום, רא"י געבליבן נערץ בקרב חסידי קארלין, כאחד מצדיקי שושלתא קדישא. זי"ע ועכי"א.
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19943
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

רבי אברהם יעקב ב"ר ישראל, ה"אביר יעקב"מסאדיגורא-ת"א
ה' טבת תשכ"א
--

די יא״צ איז היינט נאכט

ער האט ל"ע נישט געהאט קיין קינדער
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

ס'איז דא א ערליכע שיינע ספר אויף דעם אביר יעקב זי"ע ועכי"א, מיט'ן נאמען "אביר המלכות".
2 בענדער, גאר רייכע תוכן

https://tablet.otzar.org/he/book/book.p ... &pagenum=3
א חסיד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4637
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 3:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א חסיד »

ווער עס וויל קען פאהרען צום ציון פום זיין ברודער אין קווינס אזוי ווי מפאהרט צו רבי ישעיהלס ברודער
ברוך פריעדמאן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3193
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 29, 2020 12:09 pm

Re: רבי אברהם יעקב ב"ר ישראל מסאדיגורא-ת"א ה' טבת תשכ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך פריעדמאן »

IMG-20201201-WA0004.jpg
IMG-20201201-WA0004.jpg (280.33 KiB) געזען 981 מאל
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7437
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: רבי אברהם יעקב ב"ר ישראל מסאדיגורא-ת"א ה' טבת תשכ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

די ציון הקדוש בעצם יומא דהילולא.
זעכציג יאהר!

בילד
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4522
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

א חסיד האט געשריבן:ווער עס וויל קען פאהרען צום ציון פום זיין ברודער אין קווינס

איינער וואס איז געווען היינט ביים ציון פון הרה"ק ר' יצחק מרימנוב, האט מיר געזאגט אז ער האט געזען דארטן פיל ליכט ברענען.
זעט אויס איז אידן האבן טאקע אויסגענוצט דעם גרויסן טאג ה' טבת דארטן צו מתפלל זיין.
זכותם הגדול יגן עלינו ועל כל ישראל
אוועטאר
משה צימערינג
שר האלפיים
תגובות: 2133
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג

Re: רבי אברהם יעקב ב"ר ישראל מסאדיגורא-ת"א ה' טבת תשכ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה צימערינג »

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:די ציון הקדוש בעצם יומא דהילולא.
זעכציג יאהר!

בילד

דער קופיטשניצער רבי איז טאקע אויפגעוואקסען ביים גרויסען פעטער
ווי פלעגט די טאטע זאגן?: אלס בעסער ווי געלערנט
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7437
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: רבי אברהם יעקב ב"ר ישראל מסאדיגורא-ת"א ה' טבת תשכ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

משה צימערינג האט געשריבן:
יוסף פריעדמאן האט געשריבן:די ציון הקדוש בעצם יומא דהילולא.
זעכציג יאהר!

בילד

דער קופיטשניצער רבי איז טאקע אויפגעוואקסען ביים גרויסען פעטער

ער מיט הרבנית אשת הרב אהרן לעמבערגער זצ"ל.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
א חסיד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4637
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 3:45 pm

Re: רבי אברהם יעקב ב"ר ישראל מסאדיגורא-ת"א ה' טבת תשכ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א חסיד »

נישט ממש דער קופישניצער איז אויף געוואקסען ביי עם נאר זיין מאמע בת גיסו הרה"ק מקופישניץ זי"ע . רבי אי"ה מקופישניץ האט געשיקט דריי טעכטער וואוינען ביים אביר יעקב וויבאלד ער האט נישט געהאט קיין קינדער ל"ע
שטאפיק
שר חמש מאות
תגובות: 879
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2020 9:13 am
לאקאציע: עיה"ק ירושלם תובב"א

Re: רבי אברהם יעקב ב"ר ישראל מסאדיגורא-ת"א ה' טבת תשכ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאפיק »

א חסיד האט געשריבן:נישט ממש דער קופישניצער איז אויף געוואקסען ביי עם נאר זיין מאמע בת גיסו הרה"ק מקופישניץ זי"ע . רבי אי"ה מקופישניץ האט געשיקט דריי טעכטער וואוינען ביים אביר יעקב וויבאלד ער האט נישט געהאט קיין קינדער ל"ע


איך מיין ס'געווען צוויי טעכטער. די מאמע פון קאפיטשניצער רבי - ארה"ק שליט"א, און די שוויגער פון הג"ר מרדכי אויערבאך שליט"א רב ביהמ"ד אביר יעקב ת"א.

א בן בית איז ער זיכער געווען.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24620
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי אברהם יעקב ב"ר ישראל מסאדיגורא-ת"א ה' טבת תשכ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

אין די קינדליין דער וואך איז אויך דא א שיינע באשרייבונג באגלייט מיט בילדער איבער דער גרויסע צדיק

זי"ע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”