מודעות, פראגעס און קאמענטארען איבערן פארום
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
מודעות, פראגעס און קאמענטארען איבערן פארום
איך עפן דעם אשכול, נאכדעם וואס עס מאכט זיך אז איך באקום פון צייט צו צייט בריוולעך איבער עצות אדער אנדערע קאמענטארן איבער כלליות'דיגע אנגעלעגנהייטן איבער דעם היינט-פאפולערן פארום 'על הצדיקים'.
אשר ע"כ פיל איך אז דער מקום וועט זיין א גוטער פלאץ ווי חברים זאלן פארלייגען אן הצעה אדער הערה איבער סיי וועלכע ענינים השייכים צום פארום, ותשועה ברוב יועץ, בכח הרבים קענען מיר אסאך אויפטוהן אין פארשידענע געביטן וואס אנבאלאנגט דעם סוקסעס פון אונזער פארום.

איך וויל דא אויסדרוקן א דאנק פאר חברינו היקר ר' חייקל הי"ו וועלכער האט גענומען די מיה צוצושטעלן בילדער צו אונזער אלבום קאלעקציע פון גדולי דורנו שליט"א.
איך האב היינט ערהאלטן א בריוול פון מאורנו ומאליפינו מראשי חבורתינו הרב ר' זיידה'ניו שליט"א, בעטנדיג אז מיר זאלן מחדש זיין די אלבומס כבימים קדמוניים ווען א יעדעס בילד וועלכע איז ערשינען בין כותלי בית היכלנו האט געפונען א פלאץ אינעם צוגעקלעבטען בידלער קאלעקציע למען יעמוד ימים רבות למשמרת ולאסוף הכל לפונדק אחד.
מיין אנטווארט האט נישט געשפעטיגט אז דערזייט דער פארום איז זיך קע"ה צעוואקסען ימה וקדמה איז אומעגליך פאר איין מענטש אנצוהאלטן אלע פונקציעס און טאקע דערפאר האבן מיר בשעתו אפעלירט פאר וואלונטירען וואס קענען באשטיין ארויסצוהעלפן צו די הצלחה פון די אלבומס.
איך וויל טאקע נאכאמאל מעורר זיין, ווער עס וויל טאן א געפעליגקייט מיט אנדערע אידן, קען גרינגערהייט קאפירען די בידלער למשל וועלכע ערשיינען אינעם 'מי האיש' אשכול און מיא ממש קורצע ביוגראפישע שטריכען עס אריינשטעלן אין די אלבומס, ויבא על שכרו מעם ה' שלימה.

-
- שר חמש מאות
- תגובות: 689
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:33 pm
בשורה טובה ומרנינה, יום ד' יתרו תשס"ט.
מיט די אויפבליה פונעם נייעם פארום בתוכינו בשם 'זכור ימות עולם' וואס די חשובע הנהלה האט געעפנט אויף די נאכפראגע פונעם ציבור המשתתפים, ווילן מיר מעלדן איבער געוויסע אשכולות וועלכע זענען אריבערגעפירט געווארן למקומם הראוי און אביסל אויסשמועסן דעם מהלך.
1) אלע כלליותדיגע אשכולות וועלכע באהאנדלען נישט קיין אינדיווידואלע אדמורי"ם, רבנים אדער פערזעליכקייטן, נאר למשל ארעגענאזאציעס אדער היסטארישע פאקטן און ציפערן, וועלן פון היינט און ווייטער טרעפן זייער פלאץ אינעם נייעם פארום.
2) דער פארום 'על הצדיקים ועל החסידים' וועט ווייטער דינען איר ציל איבער וועלכע זי איז געעפנט געווארן בעיקר אלס 'תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים' די תולדות ושושלות היחס פון פרטיות'דיגע גדולי ישראל אדער אישי הציבור וועלן ווייטער באהאנדלט ווערן דא בככבודם הראוי, לשם ולתפארת.
עס איז צום האפן אז דער טויש וועט זיין א השתנות למעליותא פאר אונזער הערליכען ווינקל וועלכע איז שוין היינט ברייט באקאנט מיט איר זעלטענעם חן, און צו דער זעלבער צייט ברויך מען בעטן דעם אייבירשטען שלא יצא מכשול מתחת ידינו וחפץ ה' בידינו יצליח.
הגבאי בשם הגבאים
***
די פאלגענדע אשכולות זענען דערווייל אריבערגערוקט געווארן צום נייעם היסטאריע ווינקל;
ישיבות וראשי ישיבות פארן קריג
וועד ארבע ארצות
כנסת הרבנים דאמעריקא
ציפערן פון חסידותער
אגודת הרבנים דארה"ב

מודעה ובקשה
יום ד' פר' צו-הגדול תשס"ט לפ"ק, פה מערכת על הצדיקים יצ"ו
בשם כל קהלה קדישא הדין ווילן מיר מקבל זיין די חשוב'ע געסט, נייע מעמבערס וועלכע זענען קע"ה צוגעקומען אין די לעצטע שטיק צייט, וניתוספו ספסלי בית מדרשינו, כולם אהובים כולם ברורים וכולם פותחים את פיהם, ב"ה אסאך נייע מיטגלידער האבן זיך קובע מקום געווען און זענען משפיע מהודם עלינו., יהא בואכם לברכה, כלנו כאחד יחד נזכה לראות ברכה בעמלינו.
עס איז כדאי צו דערמאנען און אויסשמועסן עטליכע וויכטיגע נקודות וואס אנבאלאנגט די אופן וויאזוי דער פורום איז געווארן געפירט ביז היינט לשביעת רצון החבירים, און מיר האפן אז די נייע חבירים וועלן פארשטיין דעם סדר און זיך צושטעלן דערצו לרומם קרניננו למעלה.
א. נייע אשכולות ברויכן געעפנט ווערן נאר נאכדעם וואס מ'מאכט זיכער אז מיר האבן נאכנישט קיין אשכול איבער דעם גדול, גזע אדער נושא, ולא אמרי רבנן בכפילא (מען קען גרינג נאכזוכען דורך 'חיפוש' אדער אינעם מפתח שעשה חברינו היקר הרב הזיידעניו שיחי')
ב. ביים עפענען א נייע אשכול איז זייער וויכטיג צו פרובירען אז דער תגובה הפותחת את האשכול זאל פארמאגען עטוואס מער ווי בלויז א נאמען פון א גדול מיט זיין יארצייט, אדער מינימאלע אינפארמאציע, אויב וויל מען זעהן א ברכה אינעם נייעם אשכול, איז כדאי אנצופאנגען מיט א תגובה הראוי' להתכבד, אז דער אפעטיט פון די אנדערע מיטגלידער זאל מיטקומען מיט'ן עסן.
ג. בכלל איז זייער וויכטיג אינאכט צו נעמען ביים אפשיקן סיי וועלכע תגובה אינעם פורום, אז דא איז נישט סתם א פארברענגען פלאץ, מיר פארמאגן היינט צוטאגס ברוך השם, מיטגלידער פון אלע שיכטן און קרייזן, פון אלע עלטער און געגנטן, וועלכע ברענגען צו אן ערנסטקייט צום פלאץ, און דאס ברויך מען אין קענטעניס נעמען ביים שרייבן א תגובה אז מ'רעדט דא צו א ציבור וועלכע זיכט אביסל תוכן און נישט קיין מינדערוויכטיגע אדער פארברענגערישע געשפרעכן.
ד. פערזענליכע אטאקעס, דברי זלזול אויף סיי וועלכע גדולים בישראל אדער אפי' אויף סתם פיינע אידן, אויסער וואס דאס איז קלאר קעגן די תקנת האתר בכלל, איז דאס זייער קעגן די רצון פון די מיטגלידער און וועט שטרענג אינפארסירט ווערן אויף סיי וועלכע אופן המועיל, באזירט אויף די דעת פון די גבאים.
ה. מען בעט זייער שטארק אלע מיטגלידער נישט צו שאפן ארבעט פאר די גבאים מתקן צו זיין תגובות, ביטע איבער קוקען אייערע תגובות פון פארדריסליכע טעותים אדער סיי וועלכע פעלער וואס וועט באצווינגען די גבאים זיך צו באפאסן דערמיט, געדענקט די גבאים זענען איינגעשטעלט שלא על מנת לקבל פרס.
דער אייבירשטער זאל אונז בזכות זה אלע שומר ומציל זיין מכל מכשול וטעות, שלא נבוש ולא נכשל ולא נכלם לעולם ועד, מיר האפן אז יעדער וועט פארשטיין אז די ענינים זענען לטובת אונז אלע, ובזכות כח האחדות בינינו יעמדו לנו זכות כל הצדיקים הנזכרים כאן, להוושע בכל מילי דמיטב.
א חג כשר ושמח וואונטשן,
די גבאים שע"י מערכת על הצדיקים
בשם אלע גבאי ביהמ"ד
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4124
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
- לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז
אזוי נישטערנדיג אין די אשכולות, זעה איך אז ס'איז דא א עקסטערן אשכול איבער הרה"ק רבי יוחנן מסטאלין זצ"ל, אפשר איז דאס כדאי צו קאמבאנירן מיט די אשכול פון שושלת סטאלין. הלא לא אמרו רבנן בכפילא. (בפרט ווען אינעם אשכול "שושלת סטאלין" ווערט רבי יוחנ'טשע שטארק באהאנדעלט באגלייט מיט א בילד וכו').
לחיים ולברכה!
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2961
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
- לאקאציע: וויליאמסבורג בריק
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 689
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:33 pm
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 689
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:33 pm
יום ו' עש"ק לסדר ונתנו ה' אלקיך בידך תשס"ט לפ"ק
מודעה חשובה
אין די לעצטע עטליכע וואכען איז פארגעגאנגען א זוכעניש מאחורי הפרגוד איבער א פארלוירענעם אשכול חשוב בבית מדרשינו בשם 'זכרונות מרבה"ק מסאטמאר זצ"ל'.
דער אשכול איז געווען אן אוצר בלום וועלכע האט אנטהאלטען אריבער 20 בלעטער מיט ערשט האנטיגע זכרונות און סיפורים מבית רביה"ק מסאטמאר זצ"ל אפגעשריבען דורך חברי עדתינו, ועל צבאם ידידינו הנכבד עסקן נמרץ לבית מדרשינו שייף עייל ושייף נפיק ולא מחזיק טיבותא לנפשיה, מזקני חבורתינו ומפארי קהילתנו ה"ה הרה"ח ר' שמחה מאויוואר הי"ו.
אונזער טייערער ר' שמחה האט אליינס זוכה געווען אין די בראשית יארען אין וומ"ס און שפעטער אין ב"פ מיטצוהאלטען די עבודת הקודש בבית רבינו ז"ל ווי א חסיד מן השורה און מיט זיין זעלטענעם איבערגעגעבנקייט האט ער אראפגעשריבען קובץ על יד ממה שנשאר בזכרונו, פארשטייט זיך אז די ענינים האבן געשאפן אן אינטערעסע בשעתו ביים ציבור מקשיבים איבערצופרעגן פארשידענע פרטים און נאכגיין פארשידענע ענינים וואס האט געפעלט אדער וואס ר' שמחה האט נישט אלס געדענקט, און מענין לענין ובאותו ענין איז פארלאפען שיינע שמועסן איבער הנהגות חשובות און אינטערעסאנטע זאכען פונעם רבי'ן ז"ל.
ווי געזאגט איז דער אשכול מיסטריעז פארשווינדען געווארן, פונקט דער אשכול הכי חשובה איז אראפ פון די מאפע און וויפיל די געטרייע הנהלה מיט די הילף פון די טעכניקער און מנהלים גשמיים האבן פרובירט צו קומען אויף אירע שפירען, לא הצליחו ועקבותיה לא נודעו.
ל'מאנסע' איז נישט געבליבען קיין ברירה און כאטש מציל צו זיין וויפיל מ'קען, האט מען ארויסגעזוכט פון די ארכיווען וואס ליגט ביי די אנפירערשאפט, איינע פון די אלטע ווערסיעס פון אונזער פארום און אזוי האט מען כאטש אנטדעקט 18 דפים פון דעם דערמאנטען אשכול.
היצט איז געבליבען די ארבעט פון אריבערקאפירען יענע תגובות אריין אהער, וואס די טעכניקער האבן נישט באוויזען צו טאן מיט בלויז עטליכע קענפלעך און עס האט אויסגעפעלט מעשי ידי אדם, אויף וועם פאלט די גורל דאס אויסצופירען? איר האט צוגעטראפען, דאס איז ווייטער אונזער ר' שמחה וועלכער האט די לעצטע פאר טאג געארבעט הונטער די קוליסען צוריקצוברענגען אונזער פארלוסט און משיב צו זיין אבידתינו.
די ארבעט איז געגאנגען פאמעליך ובישוב הדעת צאמשמעלצנדיג עטליכע תגובות בענעזאם ווען די נושא האט ערלויבט און מסדר זיין די תגובות באופן היותר מועל, עד שזכה לברך על המוגמר בכי טוב ובשעה טובה.
מיר וועלן בקרוב אריינברענגען דעם אשכול צוריק בתוכינו לשמחת כל בית קהילתינו, און דערווייל בלייבט איבער צו וואונטשן פאר אונזער ידיד ר' שמחה, יברך ה' חילו ופועל ידיו תרצה, בכל אשר יפנה יצליח ויזכה עוד רבות בשנים לשמחינו ולהנות אותנו מנועם זיוו אמרותיו המלאים מזן אל זן, מתוך בריות גופא ונהורה מעליא, מתוך רוב 'שמחה' ורב נחת דקדושה מכל יוצ"ח, ונזכה כולנו לכוח"ט ולשנת כאולה וישועה אמן.
כ"ד הגבאים בשם כל הקהל הקודש ובשם חברי ההנהלה והאחרים

- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35438
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
מיר ווילן זיך עפנטליך באדאנקען פאר ידידנו ר' שמחה פאר די פיל מיה וואס ער האט אריינגעלייגט צוריקצוברענגען דעם טייערן און זעלטענעם שמועס אריין און אונזער ביהמ"ד, אין דערמיט מקיים דעם השב תשיבם לאחיך, זאל דער פון אויבן אייך בענטשן מיט כל טוב וכי טוב בבני חיי ומזוני רויחי עמו"ש.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 689
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:33 pm
מודעה אודות אשכולות באבוב
יום ב' סליחות תשס"ט לפ"ק פה על הצדיקים
אזוי ווי דער אריגינעלער אשכול לבית באבוב האט שוין ערהאלטן העכער 20 בלעטער פון פארשידענע אינטערעסאנטע ענינים לבית באבוב, האבן מיר געמאכט דערפון 4 באזונדערע אשכולות, יעדעס איינס איז א חתיכה הראוי' להתכבד.
די פיר אשכולות ווי פאלגענד:
ר' מאיר נתן האלברשטאם מצאנז ובנו ר' שלמה הראשון מבאבוב
ר' בנציון האלברשטאם מבאבוב - הקדושת ציון
ר' שלמה האלברשטאם (השני) מבאבוב-ברוקלין ובניו
תמונות מבית באבוב
ביטע מגיב זיין במקומם הראוי, מיר האפן אז דער עולם וועט הנאה האבן פון דעם שינוי לטובה.
זכות כל הצדיקים התמימים והישרים יעמוד לנו ולזרענו להתברך בברכת כו"ח טובה לאלתר לחיים.
כ"ד גבאי מערכת על הצדיקים
ליינענדיג פאררשינדענע אשכולות דא אינעם על הצדיקים פארום, ווען מ'שרייבט פון איין צדיק דערמאנט מען אינמיטן א צווייטן צדיק. צו ער איז געווען זיין זוהן רבי תלמיד וכדו'.
וויל איך אסאך מאל אריבערשפרינגען צום אשכול פון יענעם צדיק וויסן עפעס מער. און סדויערט צייט ארומצוזיכן.
וואלט איך געוואלט פארשלאגן א פלאן אז יעדס מאל וואס מ'דערמאנט א נאמען פון א צווייטן צדיק וואס איז שוין פארהאן אן אשכול פון אים, זאל דער נאמען זיין א לינק וואס קען אהינפירן צו יענעם אשכול (אזוי ווי אין וויקיפידיע).

א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 689
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:33 pm
פרנסה האט געשריבן:איך האב היינט געעפענט א נושא איבער הרב יששכר דוב אילאווייא פון נוי ארליענס און עס איז אפגעמעקט געווארען.
פארוואס??
ווי דער חשוב'ער מייסד האט ערווענט איז עס נישט פארמעקט געווארן, עוד יבא יומו אי"ה, לכל זמן ועת לכל חפץ (קהלת ג' א') וברש"י: כי לכל דבר יש זמן קבוע מתי יהי', ובלע"ז אומרים "טיימינג מעטערס".
מיט אנטשולדיגונג.
הגבאי