כ"א כסלו יום ההצלה של הגה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זי"ע

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
סיגוט
שר חמש מאות
תגובות: 534
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 18, 2011 11:11 am
לאקאציע: אין מארמאראש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיגוט »

אגב קען מען זעהן די גאנצע מודעה? ווי ערווענט פריער איז עס א דבר חידוש לפי ידיעתי
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4430
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

בקשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

?Can someone put up clips of Rabbih"k coming in to Sudas HoDuah K"A Kislev
Drop Box please. Thanks
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!


רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אוועטאר
יין ישן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 1:55 pm
לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן

דבר בעתו מה טוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יין ישן »

לקראת יום כ"א כסליו איז פאסיג אהערצוברענגען די תשובה פון הגה"צ ר' אפרים אליעזר יאלעס זצ"ל איבער אמירת תחנון יום כ"א כסליו וואס ער האט געשיקט צו הרה"ח ר' יחזקאל ראזענבערג ע"ה בבחרותו, אינטרעסאנט צוצולייגן אז הרב יאלעס איז געווען א ליובאוויטשע חסיד.
אטעטשמענטס
דברי אפרים אליעזר סי' יז.JPG
דברי אפרים אליעזר סי' יז.JPG (15.19 KiB) געזען 5558 מאל
תחנון כא.JPG
אני בן שבעים, וכשאני נכנס יוצא בן שבעים כמותי, מי אני?
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4430
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

לקראת דער יום ההצלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

?Can someone put up clips of Rabbih"k coming in to Sudas HoDuah K"A Kislev
Drop Box please. Thanks
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!


רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
ha ha
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 18, 2016 9:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ha ha »

נעכטן געוועהן אויפן וועג צים כא' האט איינער זיך אנגעריפען (נישט פין סאטמאר) ווי אזוי מעג מען מאכן א יום הצלה ווען אין די זעלבע צייט זענען געהארג'ט געווארן טויזענטער יודן???
אין איין זאך די רבי זי"ע אבער וואס איז היינט די יו"ט?
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

זייער אינפארמאטיוו דער אשכול
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
אוועטאר
שמואל שמעלקא
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 02, 2016 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל שמעלקא »

אורח הכבוד האט געשריבן:?Can someone put up clips of Rabbih"k coming in to Sudas HoDuah K"A Kislev
Drop Box please. Thanks

גם אני מצטרף
”האסט הנאה געהאט? ווילסט נאך? געב א לייק! ס’גיבט כח צו גיין ווייטער...”
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4430
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

שמואל שמעלקא האט געשריבן:
אורח הכבוד האט געשריבן:?Can someone put up clips of Rabbih"k coming in to Sudas HoDuah K"A Kislev
Drop Box please. Thanks

גם אני מצטרף

ס'ווארט זיך גרינגער מיט קאמפעני..
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!


רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

אינעם בוך Heavens Tears פון רעבעצין סימא האלבערשטאם נכדת הרה״ק רבי שייעלע טשעכויבער בת הרב מסוכא וואס זי מיט נאך געשוויסטער זענען געווען אויף דעם באן, ווערט זייער שיין און דראמאטיש געשילדערט די שעות אריבערגייענדיג דעם גרעניץ בליל כ״א כסליו תש״ה, נישט קיין סך איבער דעם סאמטאר רב הגם יא אביסל צווישן די שורות, אבער יא עפעס מער עפּיזאדן ווי הרבנית הצ׳ און ר׳ יוסל האבן איר און די געשוויסטער געהאלפן באורך הדרך.

איין אינטערסאנטע נקודה, איבער דעם גורל פון מי יחיה ומי ימות וואס האט ארויסגעשטארט אין יענע פינצטערע טעג און דער יד ה׳ ווער עס זאל לעבן בעל כרחך, זיי האבן געהאט טיקעטס צו דעם באן פון צוויי אנדערע רייכע מיידלעך וואס האבן דאס געקויפט פאר זיך אבער משום איזהו סיבה זענען זיי פשוט נישט אנגעקומען בעת דער באן איז אוועק געפארן פון בודאפעסט קיין בערגן בעלזן, צו ווייל זיי האבן נישט געטרויעט די נאציס מיט זייער צוזאגעכצער, צו אן אנדער סיבה אבער למעשה איז זיי באשערט געווען צו לעבן מיט יענעמס טיקעט...!
אוועטאר
יין ישן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 1:55 pm
לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן

יום טוב של כ"א כסלו לכל בית ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יין ישן »

מיט די ווערטער הייבט הרה"ק ר' איציק'ל זי"ע אן זיין בריוו צו הרה"ק מסאטמאר זי"ע געשריבן ביום כ"א כסליו [ווערט שוין געברענגט דא אויפן וועלטל], און די קשיא וואס הרב הא הא האט צו געברענגט האט שוין הגה"צ המפורסם ר' יונה פארסט זצוק"ל ר"י נייטרא ערווענט אין א שמועס ביי א סעודת הודאה לרגל כ"א כסליו און ער ברענגט ארויס דארטן אז עס איז געווען אן הצלה פון כלל ישראל, ווען עס וועט זיין א געלעגענהייט האף מיר עס אהערצוברענגען, און כעי"ז ווערט אויך דערמאנט אינעם בריוו פון רב יאללעס זצ"ל וואס מיר האבן צו געברענגט אויבן, בך בטחו אבותינו בטחו ותפלטמו, אליך זעקו ונמלטו בך בטחו ולא בושו.
אני בן שבעים, וכשאני נכנס יוצא בן שבעים כמותי, מי אני?
חקרן
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חקרן »

הרב יאלעס איז נישט געווען א ליובאוויטשער חסיד ער איז גאר נאנט געווען מיט די ליובאוויטשע רבי אבער נישט קיין חסיד
בטל רצוניך מפני רצונו היינו זאלסט כלל נישט האבן א רצון
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

און אפילו אויב יא, האבן נישט די ליבאביטשע חסידים קיין שנאה קעגן סאטמאר, און אדרבה זיי רעדן גרויס אויפן רבי'ן, דוק ותשכח.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

סידיראם האט געשריבן:און אפילו אויב יא, האבן נישט די ליבאביטשע חסידים קיין שנאה קעגן סאטמאר, און אדרבה זיי רעדן גרויס אויפן רבי'ן, דוק ותשכח.

?
עיין בחוברות אגרת של רי״כ...
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

אדרבה ער שרייבט נישט דארט קיין שלעכט ווארט אויפן רבין. ער קריגט זיך איבער די נושאים אבער נישט אויף די מענטש.

קוק נאר וויאזוי די ליבאביטשע רעדן אויף רב שך, רחמנא ליצלן.... און קוק ביי אלע זייערע באשרייבעכטצער מיט וואס פאר א הערצה זיי שרייבן אויפן רבין
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

סידיראם האט געשריבן:אדרבה ער שרייבט נישט דארט קיין שלעכט ווארט אויפן רבין. ער קריגט זיך איבער די נושאים אבער נישט אויף די מענטש.

קוק נאר וויאזוי די ליבאביטשע רעדן אויף רב שך, רחמנא ליצלן.... און קוק ביי אלע זייערע באשרייבעכטצער מיט וואס פאר א הערצה זיי שרייבן אויפן רבין

הכי טובים נשמטו....
אוועטאר
יין ישן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 1:55 pm
לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יין ישן »

לענ"ד איז מען דא אביסל פארקראכן פונעם נושא, די כוונה איז נאר געווען וויאזוי די ערליכע אידן בדורו האבן אנגעקוקט דעם יו"ט כ"א כסליו אפי' די וועלכע זענען נישט געווען דירעקט קיין סאטמאר'ע חסידים ודי.
אני בן שבעים, וכשאני נכנס יוצא בן שבעים כמותי, מי אני?
וואץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 11, 2015 9:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואץ »

מיללער האט געשריבן:
סטרונעס האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:ווער זענען די ארגענאזירער און שרייבט אונטער?
בילד
Capture.JPG

דארף מען טאקע אדורכטאן די אלע נעמען וועלכע האבן זיך געציילט צווישן ידידי בית מרן זצ"ל

1. ר' (משה?) מאריס וויינבערגער - מי זה?
2. הרה"ג רבי שרגא פייבל מענדלאוויץ זצ"ל מנהל ישיבת תו"ד
3. ר' יונה גרינוואלד - אטלאנטיק סיטי - מי זה?
4. ר' מ. ראקאווסקי - מי זה?
5. ר' ישראל זופניק
6. הרה"ג רבי מרדכי וויליגער זצ"ל
7. הרה"ג רבי הילל מיהאלי (מיכאלי) רב בבאלטימאר
http://kevarim.com/rabbi-hillel-mihali/
8. ר' נ. הויזמאן - מי זה?
9. הרב ר' (יוליוס) גאלדבערגער - מי זה?
10. ר' ש. דאווידאוויטש - מי זה?

11. ר' צבי הירש העריס מסקרענטאן (דמות ידוע תלמיד אונצדארף וחתנו של ר' ? הענדלער מהאלמין)
12. ר' פייש מאשקאוויטש - ראה"ק הראשון בסאטמאר
13. ר' י. גראס - מי זה?
14. ר' ישעי' באש
15. ר' דוד ברעכער - מזקני חסידי סיגוט
16. ר' יוסף איצקאוויטש
17. הרב ר' מרדכי זעליג הוירש ז"ל - רב בקעטסקילס
18. הרב ר' חיים מאיר ברוין
19. ר' בנימין ווילעהלם ממיסדי ישיבת תו"ד
20. ר' מ. דיקער - מי זה?

3. ר' יונה גרינוואלד ע''ה היה בנו של הגאון רבי יהודה גרינוואלד זצ''ל אב''ד ור''מ ק''ק ניר וואיא ובעמח''ס יבא חיים עה''ת וסוגיות [רבו של בעל השומר אמונים זצ''ל]. היה בעל המלון אסטענד האטעל באטלאנטיק סיטי.
אוועטאר
חסיד אמיתי
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 3:55 pm
לאקאציע: אין מירון

טיעפ פאר קינדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסיד אמיתי »

איך מיז מאכען א הקדמה אז איך ארבעט נישט פאר הרב יצחק ליש

לכ' די גרויסע יו"ט כ"א כיסליו הבעעל"ט

פאריאר איז ארויסגעקומען א סי די פאר קינדער איבער די יום הצלה פון רבי זי"ע כ"א כסליו, פשוט אלס איש בשורה אנכי היום, איך וואלט געגעבען א עצה פאר יעדעם וואס האט קינדער אין די יארגאנג פון 4 און העכער זאל זיך זעהן צו איינהאנדלען די געוואלדיגע זאך, די מעשה באגלייט אויף א קינדירישע אופן אבער זייער זייער קלאר מיט אסאך איינצעלהייטען, עס האלט די קינד געשפאנט, אזוי ווייט אפילו פאר טאטע'ס (אפשר ווייל איך האב נישט געלערנט אין סאטמאר אלס אינגעל) איז עס אינטרעסאנט, און עס מאכט נישט נערוועז אין קאר ווען עס ארבעט אהן אויף הער, מיינע האבען נישט געלאזט זיין קיין פרייע מינוט אהן דעם

מיין אינגעלע איז נעכטען אהיים געקומען פון חדר איבערזאגענדיג אז זיין רבי האט געזאגט אז עס קומט שוין באלט די גרויסע יו"ט כ"א כסליו, האט ער געזאגט פאר זיין רבי אז ער קען אים ברענגען די סי די כדי ער -די מלמד- זאל עס קענען גוט איבערפארציילען פאר די קינדער... ווייל זיין סי די קען עס זייער גוט
גייט אין פייער פאר'ן רבי'ן
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

מי הוא זה ואיזו הוא? וואו וואוינט ער? וואס איז די מיסטעריע מיט'ן האלטן זיך אנאנים אין מושיען של ישראל? איז ער לכאורה א ברודער מיט ר' שמואל דוד און מרדכי יצחק מאשקאוויטש פון וומ"ס, זענען זיי אויך געווען אין אמבולאנס?
פאר די און נאך אנדערע פראגעס, אפי' איר וועט קומען פרי צום דינער וועט איר נישט הערן א תשובה...
אטעטשמענטס
1.png
1.png (177.12 KiB) געזען 3401 מאל
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

און אויב איז ער געווען א ילד קטן תש"ד איז ער יעצט נאכנישט קיין ישיש מופלג, מסתם אין די נידריגע 80'גער
זוכט איר דוי?
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

ר' יחזקאל דוד האלבערשטאם, בן הגה"צ אב"ד סוכא זצ"ל הי"ד בן הרה"ק ר' ישעי'לע טשעחויב'ער זצ"ל הי"ד פארציילט זיין באפרייאונג אינאיינעם מיט הרה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זי"ע כ"א כסליו (בישיבה לצעירים דסאטמאר מהר"א וויליאמסבורג)
אטעטשמענטס
1.jpg
1.jpg (64.71 KiB) געזען 2886 מאל
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9224
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

לא לנו האט געשריבן:ר' יחזקאל דוד האלבערשטאם, בן הגה"צ אב"ד סוכא זצ"ל הי"ד בן הרה"ק ר' ישעי'לע טשעחויב'ער זצ"ל הי"ד פארציילט זיין באפרייאונג אינאיינעם מיט הרה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זי"ע כ"א כסליו (בישיבה לצעירים דסאטמאר מהר"א וויליאמסבורג)

פון די לעצט פארבליבענע דירעקטע אור אייניקלעך פון הייליגן צאנזער רב זי"ע.
(צו אפשר טאקע דער לעצטער, ער איז דאכט זיך געווען אויפן באן צוזאמען מיט נאך איינס אדער צוויי פון זיינע געשוויסטער, לעבן זיי נאך?)
---
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

בשבילי נברא האט געשריבן:
לא לנו האט געשריבן:ר' יחזקאל דוד האלבערשטאם, בן הגה"צ אב"ד סוכא זצ"ל הי"ד בן הרה"ק ר' ישעי'לע טשעחויב'ער זצ"ל הי"ד פארציילט זיין באפרייאונג אינאיינעם מיט הרה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זי"ע כ"א כסליו (בישיבה לצעירים דסאטמאר מהר"א וויליאמסבורג)

פון די לעצט פארבליבענע דירעקטע אור אייניקלעך פון הייליגן צאנזער רב זי"ע.
(צו אפשר טאקע דער לעצטער, ער איז דאכט זיך געווען אויפן באן צוזאמען מיט נאך איינס אדער צוויי פון זיינע געשוויסטער, לעבן זיי נאך?)

איין שוועסטער איז נפטר געווארן עטליכע יאר צוריק.
ר' יחזקאל דוד האט נישט חתונה געהאט, אויף קול מבשר האט ער לעצטנס געזאגט ער לייגט תפילין חול המועד ווי ר' ישעי'לע האט אים באפוילן אלס מנהג צאנז פאר בחורים, כידוע.
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

לא לנו האט געשריבן:מי הוא זה ואיזו הוא? וואו וואוינט ער? וואס איז די מיסטעריע מיט'ן האלטן זיך אנאנים אין מושיען של ישראל? איז ער לכאורה א ברודער מיט ר' שמואל דוד און מרדכי יצחק מאשקאוויטש פון וומ"ס, זענען זיי אויך געווען אין אמבולאנס?
פאר די און נאך אנדערע פראגעס, אפי' איר וועט קומען פרי צום דינער וועט איר נישט הערן א תשובה...

ער איז למעשה נישט אנגעקומען
געהערט האבעך אז ער האט ל"ע געהאט א הארץ אטאקע פארגאנגענעם דאנערשטאג ה"י
חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלהדעקל »

ר' מאיר שניצלער האט עס אויסגערופן ביים דינער אז ער האט געהאט א הארץ אטאקע און ער איז אין שפיטאל, און אז ווען דער רבי האט אים אנגערופן אנצוווינטשן א רפו"ש האט ער צוגעזאגט משלים צו זיין זיין אויפטריט ביי א קומענדיגע געלעגענהייט
1 + 1 = חלה דעקל...
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”