כ"א כסלו יום ההצלה של הגה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זי"ע

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3143
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

Re: כ"א כסלו יום ההצלה של הגה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

לייטער האט געשריבן:אייינער מיט א בילד פון די רבינ'ס הוט פון די לאגער וואס איינער האט געברענגט צו די כ'א כסלו מעמד אין איינע פון די נין יארן(וואס די רבי האט באצאלט נאכן קריג אלץ אפגעשמועסטע חוב נאכן באקומען א שופר אדער שהחיינו פרוכט אין לאגער און געזאגט אז נאכן קריג זאל די רבי געבן זיין היט)
ווי געפינט זיך עס היינט צו טאגס?


איינער האט עס געברענגט צום מעמד כ"א כסלו שנת היובל פונעם באפרייאונג. דער הוט'ל איז געווען א ווייעכע און א גרינעם קאלירטע הוט
קאודינג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 25, 2021 7:53 pm

Re: כ"א כסלו יום ההצלה של הגה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאודינג »

לייטער האט געשריבן:סאיז זייער רייך באשריבן אין די ערשטע בלאט פון די אשכול
א שטיקל הוספה, די אפטיילונג אין בערגן בעלזן לאגער ווי די רבי איז געווען מיט די גאנצע איבער 1,000 אידן מיוחסים וואס זענען שפעטער אנגעקומען קיין שווייץ נאך גרויסע אויסלייז געלט האבן געהאט עטוואס ווייניגער פון די עקסטרעמע צרות און רדיפות, לדוגמא זיי האבן נישט געדארפט ארבעטן עבודת הפרך און נאך, הגם מאיז געווען אויסגעשטעלט צו ווערן געהרגעט יעדן טאג און מהאט נישט געהאט קיין שום רעכטן אא''וו
די אנדערע אפטיילונגען אין בערגן בעלזן לאגער איז געווען ענדליך צו די אנדערע מארד מאשין לאגערן אין דייטשלאנד און פוילן


פארוואס זאגסטו מען איז געווען אויסגעשטעלט געהארגעט צו ווערן? וואס איז שייך רעכטן? מען האט דארט געגעבן געהעריג צו עסן (כאטש נישט קיין כשר'ס) און קיינער האט נישט געוואלט אנטלויפן סיי ווי. די באנען זענען דוכט זיך נישט געווען קיין בהמה וואגאנען א.א.וו.

די באדינגונגען זענען לכאורה געווען אזוי ווי די געווענליכע פי או דאבליו לאגערן אדער נאך בעסער.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: כ"א כסלו יום ההצלה של הגה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

קאודינג האט געשריבן: די באנען זענען דוכט זיך נישט געווען קיין בהמה וואגאנען

נע וואדע בהמה וואגאנען.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
קאודינג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 25, 2021 7:53 pm

Re: כ"א כסלו יום ההצלה של הגה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאודינג »

נאכגעקוקט, גערעכט

פארט איז די עקספיריענס בכלל נישט געווען דומה צו דאס וואס די אידן אויפן וועג צו אוישוויץ זענען דורכגעגאנגען, אן קיין עסן און סאניטארע באדינגונגען וואס ווי באקאנט פון די איבערלעבער איז די באן רייזע געווען פון די סאמע ערגסטע דורכגענג (מען קען זיך גראדע משער זיין אז דער סיבה דערצו איז אין טייל געווען פלוצלינג'דיגער שאק צום סיסטעם, לעומת שפעטער ווען מען איז שוין ליידער געווען געוואוינט).
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1962
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: כ"א כסלו יום ההצלה של הגה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

דער נס הצלה פון מרן רבינו הקוה"ט זי"ע

שנת תש"ד
מיליאנען אידן פון פוילן, גאליציע, דייטשלאנד, זענען שוין ליידער גע'הרג'עט געווארן על קידוש השם, עס קומען אן שוידערליכע שמועות איבער די נאצישיע רציחות, דער מצב איז ביטער, ס'איז שוין אריבער פיר יאר פון ווען די מלחמה האט זיך אנגעהויבן, און ס'ווערט נאר ערגער פון טאג צו טאג.
די ביטערע מלחמה האט זיך אנגעהויבן חודש אלול אין יאר תרצ"ט, ווען היטלער ימ"ש האט אנגעהויבן א מלחמה מיט עסטרייך און פוילן, און האט אנגעהויבן די שחיטות און הריגות, אבער פון תש"ב איז דער מצב געווארן אסאך ערגער, ביז דעמאלט האט ער נאך געהאט א פלאן, אז טויזנטער אידן וועלן בלויז פארטריבן ווערן פון אייראפע און ער וועט זיי נישט הרג'ענען, אבער דאס האט זיך געטוישט, ווען די ציונים האבן זיך אנגעהויבן צו רייצן מיט אים אויף גאר א שטארקן פארנעם, דעמאלט האט ער זיך געווארפן אויף דער ערד, און געביסן די קארפעט, און געקוויטשעט, איך וועל זיי אויסקוילן ווי די הערשן און אונדן, [דאס איז ממש דער לשון וואס הקב"ה האט געזאגט, אויב די אידן וועלן עובר זיין אויף די שלש שבועות, הנני מתיר את בשרכם כצבאות וכאילות השדה, אויב מ'וועט נעמען א גאולה פאר די צייט, זאגט הקב"ה, איך וועל ענק מאכן הפקר אזוי ווי די הערשן און די אונדן פון פעלד], און ער האט דעמאלט אנגעהויבן צו פירן טויזנטער אידן קיין אוישוויץ, און אומגעברענגט על קידוש השם.
ס'איז באקאנט, אז הגאון הצדיק ר' מיכאל בער ווייסמאנדל זצ"ל איז אויפגעקומען מיט א פלאן, אז מ'זאל אויסלייזן די אידן פאר געלט, און מ'וואלט דאס געקענט באווייזן, ס'איז שוין באשטעטיגט געווארן דורך אייכמאן און הימלער ימ"ש, אבער די פארשאלטענע ציונים ימח שמם וזכרם האבן דאס געשטערט, ווייל זיי האבן געוואלט אויפשטעלן אן אייגן לאנד, אזוי ווי זיי האבן געשריבן, כי רק בדם תהיה לנו הארץ, נאר דורכ'ן פארגיסן אידיש בלוט רח"ל, וועלן מיר קענען אויפשטעלן א לאנד, דורכ'ן ארייננעמען אלע פארבליבענע מענטשן וואס וועלן בלייבן אָן א דאך איבער'ן קאפ, און די ציונים ימ"ש האבן געשטערט יעדע זאך וואס האט געהאט שייכות מיט'ן פלאן פון אויסלייזן די אידן.
כ"ד אדר תש"ד
די דייטשן ימ"ש נעמען איין אונגארן, און די צרות ווערן מער און מער, די רשעים זוכן ספעציעל די חשוב'ע אידן און די רבנים, דער רבי זי"ע באהאלט זיך, און באווייזט זיך נישט אויפ'ן גאס.
ז' ניסן
אייכמאן ימ"ש קומט אן קיין אונגארן, און הייבט אָן אויפצושטעלן געטאס, כדי אהינצופירן די אידן רח"ל.
י"א ניסן
די גזירה פון געלע לאטא, איז אריין אין קראפט, די דייטשן האבן באפוילן אז אלע אידן מוזן אנטאן געלע לאטעס, אלס א שאנדע, אז מ'זאל דערקענען ווער ס'איז א איד.
י"ב ניסן
דער רבי זאגט פאר זיין גבאי ר' פייבוש אשכנזי ז"ל (די פאטער פון הרה"ח ר' יוסף אשכנזי ז"ל), נעם די ענוועלאפס מיט געלט, און טייל דאס אויס פאר ארימעלייט.
הרה"ח ר' יוסף פריינד ז"ל האט געזאגט פאר'ן רבי'ן, אז ער איז געוואויר געווארן בסודי סודות, אז די דייטשן גרייטן זיך היינט איבערצופאלן דעם רבינ'ס שטוב, דעריבער האבן די נאנטע מענטשן געבעטן דעם רבי'ן, אז ער זאל נישט בלייבן אינדערהיים.
אינמיטן די נאכט איז דער רבי אריבערגעפירט געווארן אין באהעלטעניש צום הויז פון ר' פנחס איזראעל ז"ל, אבער ר' פייבוש איז יא געבליבן נעכטיגן אין רבין'ס ספרים שטוב.
יענע נאכט האבן די דייטשן טאקע באפאלן דעם רבי'נס הויז, און געזוכט דעם רבי'ן, און זיי האבן נאר געטראפן ר' פייבוש, זיי האבן אים אויסגעטאפט די טאשן, און געפרעגט, וואס זענען די גרויסע געלטער ביי דיר אין טאש, שוין גיב דאס אהער, (דאס האט ער געפלאנט צו געבן א טאג שפעטער פאר די ארימעלייט, אזוי ווי דער רבי האט אים באפוילן), און זיי האבן געשריגן, שוין זאלסטו אויסזאגן וואו דער רבי געפינט זיך, אז נישט וועט דיר זיין ביטער, ר' פייבוש ענטפערט, אז ער ווייסט גארנישט, אזוי האבן זיי זיך ארימגעדרייט ארום דער רבינ'ס שטוב צוויי שעה.
ר' פייבוש איז געבליבן אין ספרים שטוב, און א נאצי ימ"ש האט ארויסגענומען א ביקס און געשאסן אויף אים א קויל, די לעצטע רגע האט זיך ר' פייבוש אראפגעבויגן, און די קויל איז געפלויגן העכער זיין קאפ, און ס'האט געלעכערט דעם רבינ'ס ספרים שאנק, ביז אריין אין די ספרים, ר' פייבוש האט זיך אראפגלייגט אויף דער ערד, נאכ'ן ליגן א שעה, האט ער זיך אויפגעשטעלט און באטראכט דעם ספרים שאנק, און געזען אז דער קויל האט צולעכערט דעם ספר סמ"ג (ספר מצות גדול), און זיך אפגעשטעלט ביי די ווערטער, והכהנים עומדים על משמרתם, (דאס מיינט, אז די כהנים, די באדינערס פון באשעפער וועלן בלייבן אויף זייער שטעלע), דאס איז געווען א גוטע בשורה, א רמז אז דער רבי, דער מנהיג, וועט בלייבן לעבן, און ווייטער פירן די אידן.
ערב פסח
אינמיטן מַצוֹת באקן זענען די רשעים פלוצלונג אריינגעקומען אין מצה בעקערי, ס'איז געווארן א גרויסע בהלה, יעדער איז זיך צעלאפן און באהאלטן, אבער דער רבי איז געבליבן שטיין מיט'ן טייגל אין די האנט, און נאר הרה"ח ר' לייבעלע גליק ז"ל איז געבליבן שטיין נעבן רבי'ן.
די נאציס האבן ארומגעזוכט דעם רבי'ן אין אלע זייטן, זיי האבן געשימפט און געשריגן פאר כעס, אבער זיי האבן נישט באמערקט, נישט דעם רבי'ן און נישט ר' לייבעלע, כאטש זיי זענען געשטאנען ממש נאנט צו זיי, מ'האט קלאר געזען דעם גרויסן נס, אז פון הימל היט מען אויפ'ן רבי'ן.
שפעטער ווען מ'האט געפרעגט הרה"ח ר' לייבעלע, ווי אזוי ער האט געהאט דעם שטארקייט צו בלייבן מיט'ן רבי'ן און איז נישט אנטלאפן, האט ער געענטפערט, אז ער האט געטראכט, דאס וואס ס'וועט געשען מיט'ן רבי'ן, וועט אויך געשען מיט אים.
אויף פסח איז דער רבי אריבערגעגאנגען צום שטוב פון ר' שלמה טרעביטש ז"ל, וועלכער האט געוואוינט קעגן איבער דעם רבי'נס הויז, און מ'האט געברענגט די עסן פון רבינ'ס שטוב, ס'איז געווען א סוד, קיינער האט נישט געוואוסט וואו דער רבי געפינט זיך.
ערב פסח פאר מנחה האט דער רבי געזאגט, איך האב נאכנישט קיין גאסט אויפ'ן סדר, לייבעלע וועט זיין מיין גאסט (ר' לייבעלע גליק ז"ל).
אבער די רעבצין האט זייער מורא געהאט, אז ר' לייבעלע וועט דערציילן וואו דער רבי געפינט זיך, האט די רעבצין אים געזאגט, דער אויבערשטער זאל אייך אפהיטן אויב איר וועט פאר איינעם דערציילן, האט ר' לייבעלע געענטפערט, דער אויבערשטער האט אונז שוין היינט אפגעהיטן ביים מַצוֹת באקן, אז מ'האט אונז נישט געכאפט, דער רבי וועלכער איז געשטאנען אין די זייט האט זיך צעשמייכלט.
דער רבי האט אפגעראכטן די סדרים מיט גרויס ברען, זיבן מענטשן זענען געזעצן ביים רבינ'ס סדר, דער רבי האט זיך עטליכע מאל שטארק צעפייערט, און די רעבצין האט געוואונקען אז מ'זאל זאגן שטילער, ווייל ס'איז א גרויסע סכנה אויב מ'וועט ארויסהערן, אויף די מינוט האט דער רבי טאקע געזאגט אביסל שטילער, אבער באלד דערנאך האט ער ווייטער געזאגט הויעך.
ווען מ'האט געזאגט אין די הגדה די ווערטער, מלמד שהיו ישראל מצוינים שם (אז די אידן זענען געווען אויסגעצייכנט אין מצרים, מ'האט דערקענט אויף זייערע קליידער אז זיי זענען אידן), האט דער רבי געטייטשט, אז די אידן אין מצרים האט מען אויך געדארפט אנטאן שאנדע לאטעס, אזוי ווי ביי אונז די געלע לאטעס, כדי צו דערנידערן די אידן.
ביים פיוט פון אדיר הוא יבנה ביתו בקרוב, וכו', בנה ביתך בקרוב, (וואס מ'זינגט ביים סוף פונעם סדר, וואס רעדט, וועגן דעם דריטן בית המקדש), האט דער רבי פארגאסן טייכן טרערן, ס'האט גענומען א שעה מיט א פערטל.
אחרון של פסח
די דייטשן ימ"ש האבן באפאלן אלע בתי מדרשים אין סאטמאר, צווישן זיי אויך דאס הויז פון ר' שלמה טרעביטש וואו דער רבי איז געווען, ר' שלמה האט געשריגן מ'מוז אראפלויפן אין בונקער, דער רבי איז אראפגעלאפן, די דייטשן האבן געזען דעם רבי'ן, און דער רבי האט געגעבן א שריי, אוי, מיר זענען אריינגעפאלן אין די הענט פון די רשעים, אבער ס'איז געשען א גרויסער נס, זיי האבן גארנישט געטאן פאר קיינעם, כאטש זיי האבן שטארק ארומגעזוכט דעם רבי'ן אָן אויפהער.
מוצאי יו"ט פסח
איז דער רבי אריבער אין באהעלטעניש אין אן אנדערע געגענט, אין הויז פון ר' אברהם לעווי ז"ל, נאנט צו די גאס ווי דער ביקסאדער רבי זי"ע האט געוואוינט.
אסרו חג פסח
די דייטשן ימ"ש האבן אנגעהויבן צוזאמצונעמען די אידן פון די קלענערע שטעט צו די געטאס.
ט' אייר
דער ביקסאדער רבי'ס זון האט פאָרגעשלאָגן דעם פלאן, אז דער רבי זאל אנטלויפן קיין קלויזנבערג, צום שטוב פון ר' ירמי' טעסלער ז"ל, און פון דארט וועט ער גיין קיין ראמעניע, מ'האט זיך פארבינדן מיט ר' יוסף מאיר גליק ז"ל, וועלכער האט גוט געקענט די וועגן, און האט געוואוסט וואו ר' ירמי' וואוינט, און מ'האט אנגעגרייט אן אמבולאנס אין די באגלייטונג פון צוויי אונגארישע אפיצירן, וועלכע האבן מסכים געווען פאר א גרויסע סכום געלט צו פירן דעם רבי'ן פון סאטמאר קיין קלויזענבורג צוזאמען מיט'ן ביקסאדער רבי'ן זצ"ל הי"ד און זיינע קינדער, און די רעבצין ע"ה, און ר' יוסף אשכנזי ע"ה, און נאך געציילטע אידן.
אבער ווען מ'איז אנגעקומען צום אמבולאנס, זענען אהין אנגעקומען אומגעראכטן צוואנציג מענטשן, וועלכע ס'איז נישט געווען געפלאנט אז זיי זאלן מיטפארן, און יעדער האט זיך געשטיפט אריינצוגיין, ס'איז געווארן א בהלה, און הקב"ה האט אזוי געפירט אז מ'האט איבערגעלאזט דעם וועג ווייזער ר' יוסף מאיר גליק ע"ה.
צען אזייגער ביינאכט איז מען ארויסגעפארן, און עטליכע מינוט נאכ'ן פאָרן, האט מען אויסגערופן אלע נעמען, צו זען אויב יעדער איז דארט, און דעמאלט האט מען זיך געכאפט, אז ר' יוסף מאיר גליק דער וועג ווייזער, איז נישט דארט, דער שרעק איז געווען זייער גרויס.
פיר אזייגער פארטאגס, נאכ'ן פאָרן זעקס שעה, זענען זיי אנגעקומען קיין קלויזענבורג, זיי ווייסן נאר דעם נאמען פון די גאס וואו ר' ירמי' וואוינט, אבער קיינער ווייסט נישט דעם וועג אנצוקומען אהין, זיי בעטן דעם דרייווער מ'זאל נאך אביסל פרובירן צו זוכן, אזוי האט מען געזוכט און געזוכט, ביז ס'האט אנגעהויבן צו טאָגן, עס איז שוין געווארן אביסל ליכטיג, די אפיצירן האבן אפגעשטעלט דעם אמבולאנס, און צוליב מורא אז די דייטשן וועלן זיי כאפן, האבן זיי געשריגן, אז יעדער זאל שוין אראפגיין, אז נישט, וועט מען שיסן אָן רחמנות.
מ'האט נישט געהאט קיין ברירה, און יעדער איז אראפ פון אמבולאנס, און זיי האבן פרובירט צו גיין צו פיס צו זוכן דעם הויז פון ר' ירמי', און ביז עטליכע מינוט האבן די פאליציי זיי אלע געכאפט, און אריינגעווארפן אין תפיסה.
ר' יוסף אשכנזי האט געזאגט שטילערהייט פאר א פאליציי, אז ער איז גרייט צו געבן געלט אז מ'זאל באפרייען דעם רבי'ן, ער האט אבער געענטפערט, אז ס'איז שוין ליכטיג און ער האט מורא, אז אנדערע פאליציי וועלן דאס באמערקן, דעריבער קען ער דאס נישט טאן, למעשה האט קיינער אין קלויזענבורג נישט געוואוסט אז דער רבי זיצט אין תפיסה.
ס'איז אריבער עטליכע שעה, און דער רבי מיט ר' יוסף האבן געטראכט ווי אזוי מ'קען מעלדן פאר די מענטשן אז דער רבי איז אין תפיסה, ס'איז געווען דארט א פענסטערל, אבער ס'איז געווען צו הויעך אז מ'זאל קענען דארט ארויסקוקן און וואונקן פאר איינעם פאר הילף, האט ר' יוסף זיך אויפגעשטעלט אויף א בעט, און פרובירט צו וואונקן, אבער קיינער אויף די גאס האט אים נישט באמערקט, דערנאך, איז דער רבי ארויפגעגאנגען אויף די אקסל פון ר' יוסף, און איינער האט טאקע באמערקט דעם רבי'ן, און געוואונקן אז ער גייט שוין פרובירן עפעס צו טאן אז מ'זאל באפרייען דעם רבי'ן.
פון מיטוואך פארמיטאג ביז פרייטאג חצות איז דער רבי געזיסן אין תפיסה, מיט גרויסע שוועריקייטן, און נאך גרויס פלאָג פון עטליכע תלמידים פון רבי'ן, איז דער רבי באפרייט געווארן, און מ'האט געפירט דעם רבי'ן צום קלויזענבערגער געטא.
ה' סיון
שבת פרשת במדבר האט דער רבי געפירט טיש אין די פינסטערניש, און מענטשן האבן פרובירט זיך אריינצוכאפן דארט מיטצוהאלטן דעם טיש, אינמיטן זאגן תורה האט א פאליציי באמערקט, אז מענטשן קומען און גייען אָן רשות, ער איז געווארן ווילד, און אנגעהויבן צו שרייען, אז קיינער זאל זיך נישט רירן, דערנאך האט מען אפגעפירט דעם רבי'ן מיט אלע ארומיגע צום הויפט אפיציר, ער זאל זאגן, וואס פארא עונש מ'זאל זיי געבן, און דער פאליציי האט געווארנט, אז אויב איינער וועט רעדן אינמיטן וועג, וועט מען אים תיכף שיסן.
בחסדי השי"ת איז דער הויפט אפיציר נישט געווען אין אפיס, ער איז געגאנגען כאפן א שלאף, און ווען דער פאליציי האט אים אויפגעקוועקט צו דערציילן אז ער האט געכאפט א גרופע אידן, האט דער הויפט אפיצער אנגעהויבן צו מאכן אויף אים קולות, וועגן די פארשטינקענע אידן קומסטו מיך אויפוועקן, וועגן די אידן לאזסטו מיך נישט שלאפן, לאז זיי צוריקגיין פון וואו זיי קומען און דריי מיר נישט קיין קאפ, און יעדער איז ב"ה צוריקגעקומען צום באראק בשלום.
שבועות
אויף שבועות איז דער רבי אריבער אין אן אנדערן באראק, דער ביקסאדער רבי האט געבעטן דעם רבי'ן ער זאל דאווענען פאר'ן עמוד שחרית, אבער דער רבי האט בשום אופן נישט געוואלט, פאר הלל האט מען געבעטן דעם רבי'ן אז ער זאל צוגיין צו עמוד זאגן הלל, אבער ער האט נישט געוואלט, האט דער ביקסאדער רבי געוויינט צום רבי'ן, ער זאל רחמנות האבן און זאגן הלל פאר'ן עמוד, דעמאלט האט דער רבי מסכים געווען, און מיט גאר גרויס התעוררות און געוויין, האט דער רבי פאָרגעזאגט הלל.
י' סיון
ס'קומט אן די שווערע בשורה, אז מ'גייט אוועקפירן אלע אידן פונעם קלויזענבורגער געטא, די פאלציי האבן באפוילן מיט גרויס אכזריות, אז יעדער זאל שוין ארויפגיין אויף די וועגענער, מענער, פרויען, און פיצלעך קינדער, און מ'פלאנט זיי צו פירן קיין אוישוויץ רח"ל.
די עסקנים, אין שפיץ פון ר' חיים ראטה ז"ל האבן באצאלט שווערע געלטער אז מ'זאל פירן דעם רבי'ן און די רעבצין מיט נאך עטליכע נאנטע, צו די וואגן וועלכע וועט פאָרן קיין פעסט, און דערנאך קיין ארץ ישראל, די ציונים ימ"ש האבן אריינגעלייגט כוחות אז דאס זאל נישט געשען, דער רבי איז דאך געווען זייער גרעסטער שונא, אבער דער אנפירער פון די טראנספארט, דאקטאר שמעי' פישער, וועלכער איז אויך געווען אַן אנפירער פאר'ן מזרחי פארטיי, האט פארלאנגט אז מ'זאל יא צושטעלן דעם רבי'ן צו די ליסטע וואס פאָרן קיין פעסט, צוליב דעם חלום פון זיין מאמע.
זיין מאמע - וועלכע איז געווען אן ערליכע צניעות'דיגע פרוי - איז געקומען צו אים אין חלום, און געזאגט, אז מ'זאל אריינעמען דעם רבי'ן אין דעם טראנספארט וואס פארט קיין פעסט, צופרי ווען ער האט זיך אויפגעוועקט, האט ער באשלאסן, ער וועט זיך נישט וואוסענדיג מאכן דערפון, ערשטנס, ווייל ער איז געווען א גרויסער שונא פונעם רבי'ן, און צווייטנס, ווייל ער האט זיך געשעמט פון זיינע חברים, וואס וועלן לאכן פון זיינע חלומות.
אבער דעם קומענדיגן נאכט, האט ער נאכאמאל געזען זיין מאמע אין חלום, און האט אים שטרענג געווארנט, ווייזנדיג אויפ'ן רבי'ן, דעם איד זאלסטו ראטעווען אויב דו ווילסט אז דער וואגאן זאל אנקומען אויף די פריי, אז נישט, וועט דער וואגן נישט מצליח זיין, און וועט נישט געראטעוועט ווערן.
נאכ'ן צווייטן חלום, האט ער שוין נישט געהאט קיין ברירה, און האט מיטגענומען דעם רבי'ן מיט זיינע משמשים.
פאר דער רבי איז געפארן קיין שווייץ, האט דאקטאר פישער אליינס דערציילט פאר'ן רבי'ן, אז דער רבי פארשטייט דאך אליינס, אז פאר אונז איז נישט איינגעפאַלן צו ראטעווען דעם רבי'ן וועלכער איז פאר אונז דער גרעסטער שונא, נאר, ער האט פשוט נישט געהאט קיין ברירה צוליב דעם חלום.
י"ח סיון
די באן מיט די איבער דריי הונדערט מענטשן, איז ארויסגעפארן פון קלויזנבערג אויפ'ן וועג קיין פעסט, און פון דארט איז דער פלאן צו פאָרן קיין ארץ ישראל, דער באן איז געפארן א גאנצן טאג און א גאנצן נאכט.
רוב פונעם טראנספארט זענען געווען ציונים, און דער רבי האט געליטן פון זיי גרויסע צרות די גאנצע וועג, און אויך שפעטער אין בערגן בעלזן.
י"ט סיון
פרייטאג צו נאכטס פרשת בהעלותך איז די באן אנגעקומען קיין פעסט, דער רבי האט געזאגט פאר ר' יוסף אשכנזי, אז ער זאל ח"ו נישט מחלל שבת זיין און טראגן די פעקלעך אין שבת, (אויב ס'איז נישטא קיין עירוב, טאר מען נישט טראגן אין שבת), אין די פעקלעך זענען געווען די טייערע טלית ותפילין פונעם הייליגן קדושת יו"ט, און אויך אביסל עסן.
דער רבי מיט די באגלייטער זענען געגאנגען צופיס עטליכע גאסן, ביז צום וואוינינג וואו מ'האט אנגעגרייט פאר זיי, דער רבי האט זיך שוין מייאש געווען פון צו באקומען זיינע פעקלעך וואס זענען געבליבן הפקר אויפ'ן באן, אבער פלוצלינג איז אנגעקומען א גוי, וועלכע זיי האבן נישט געקענט, און נישט געוואוסט ווער ס'האט אים געשיקט, און האט געברענגט די טלית און תפילין צום רבינ'ס שטוב.
מ'איז געווען דארט אונטער די אויפזיכט פון די סאלדאטן, ווארטענדיג עטליכע וואכן אז מ'זאל אויסצאלן די גאנצע סומע אויסלייז געלט וואס דער וועד ההצלה האט זיך אונטערגענומען, וואס איז באצאלט געווארן דורך די אידן פון בודאפעסט.
ט' תמוז
אויף א באן וועלכע ס'איז נאר געווען פלאץ פאר טויזענט מענטשן, האבן זיך ארויפגעשטיפט אין די טונקלקייט פון ביינאכט, טויזנט זעקס הונדערט, אכט און פערציג מענטשן (1648), דאס איז געווען אן אלטער צובראכענער באן, מיט צוואנציג בהמה וואגאנען, אויף יעדן וואגן זענען געווען איבער זיבעציג מענטשן, ס'איז נישט געווען קיין בענק צו זיצן, ר' עזריאל מאיר קאהן ז"ל האט באגלייט דעם רבי'ן צום באן, דער רבי איז ארויף אויפ'ן לעצטן וואגן, פארשטיפט אין א ווינקל.
שבת קודש האט די באן אנגעהויבן צו פאָרן, מיט'ן פלאן אנצוקומען צו די פרייע וועלט, אבער ביים גרעניץ פון עסטרייך האט מען געמאלדן, אז אונגארן מאכט פראבלעמען ארויסצולאזן דעם באן, דאקטאר פישער רעדט צום דרייווער, וועלכער זאגט אז ער האט באקומען אן ארדער צו טוישן דעם וועג, און פארן קיין אוישוויץ, ווען דער רבי האט געהערט דערפון איז ער געווארן בלאס ווי קאלעך, און זאגט, מיר זענען אין א סכנה, מ'מוז שוין איינעם צוריקשיקן קיין פעסט צו מעלדן אז דער באן דארף גרויס רחמי שמים, מ'האט צוריקגעשיקט א מיידל וועלכע האט זיך מוסר נפש געווען, און געמאלדן פאר ר' חיים ראטה די שווערע בשורה, און ר' חיים איז תיכף געלאפן צו די העכערע פענסטערס און גע'שתדל'ט מיט'ן צאלן אסאך געלט, אז דאס זאל נישט פאסירן.
ענדליך נאך צוויי טאג פון טויט שרעק, איז דער באן ווייטער געפארן, מ'האט נישט געוואוסט וואו מ'פארט, נאר מ'האט געהאפט צום באשעפער, אז מ'פארט נישט קיין אושוויץ.
י"ח תמוז
זונטאג צופרי, י"ח תמוז, נאך א נסיעה פון צען טעג, איז דער באן אנגעקומען צום שטאט האנאווער אין דייטשלאנד, ווען זיי זענען ארויסגעגאנגען פון באן, זענען זיי ארומגערינגעלט געווארן דורך טויזנטער דייטשע סאלדאטאן וועלכע האבן זיי געהייסן גיין צופיס, ביז זיי זענען אנגעקומען צום לאגער אין בערגן בעלזן.
שבעה עשר בתמוז איז דעמאלט אויסגעפאלן אין שבת קודש, און מ'האט געדארפט פאסטן זונטאג, אין בערגן בעלזן ווערט זייער שפעט נאכט, דער רבי האט מורא געהאט און נישט געוואוסט צו ס'איז שוין זיכער נאכט, דעריבער האט ער געקוקט עטליכע מאל אויפ'ן הימל צו ס'איז שוין דא דריי שטערנס, אזוי ווארטענדיג איז שוין געווארן דעם אנדערן טאג, ווייל ס'ווערט דארט זייער שנעל טאג, דער רבי האט שוין נישט געוואלט עסן, ווייל ס'איז שוין געווען דעם אנדערע טאג, מאנטאג, און מ'טאר נישט עסן פאר'ן דאווענען.
די עטליכע חדשים, וואס דער רבי איז געווען אין בערגן בעלזן, האט ער אפגעראכטן זיין עבודת הקודש מיט מסירות נפש ממש.
ראש השנה תש"ה
ס'איז געווען א איד ר' שלמה שטערן, וואס האט געגעבן פארן רבי'ן אסאך ציגארעטן, (ווען דער באן האט זיך אפגעשטעלט ביים גרעניץ פון עסטרייך, ווי פריער דערמאנט), מיט וועלכע דער רבי האט דורכדעם געקענט איינהאנדלן א שופר.
דעם רבינ'ס גבאים זענען געוואויר געווארן, אז אין א דערנעבנדיגן לאגער געפינט זיך א שופר, האט מען אפגעשמועסט, אז מ'וועט זיך טרעפן מיט זיי ביים ציין דאקטער פון לאגער, ווייל סתם אזוי האבן די מענטשן פון איין לאגער נישט געקענט און נישט געטארט רעדן מיט מענטשן פון אנדערן לאגער, וועגן דעם איז דער ווארט זאַל פונעם ציין דאקטער אויסגענוצט געווארן אלס א גוטע פלאץ ווי מ'האט געפירט געשעפטן.
די אידן פונעם אנדערן לאגער האבן געזאגט, אז זיי קענען אוועקגעבן דעם שופר פאר דריי הונדערט ציגארעטן, דאס איז געווען זייער א טייערע פרייז, דער רבי האט אוועקגעגעבן כמעט אלע זיינע ציגארעטן, און האט גע'שתדל'ט ביי אנדערע אידן, אז זיי זאלן אוועקגעבן זייערע ציגארעטן, און אזוי ארום האבן זיי מסכים געווען צו געבן דעם שופר.
אבער אזוי ווי מ'האט נישט געקענט דורכפירן פון איין לאגער צום אנדערן קיין שום פרעמדע זאך, האבן זיי דורכגעשטופט די ציגארעטן דורכ'ן אן עלעקטערישן צוים, כאטש ס'איז געווען א גרויסע סכנה, און באקומען דערפאר א שופר.
ביים דרשה פאר תקיעת שופר, האט דער רבי געשריגן דעם פסוק, אִם יִתָּקַע שׁוֹפָר "בְּעִיר" וְעָם לֹא יֶחֱרָדוּ, האט מען דען געבלאזן שופר אין שטאט קראקע, אין סאטמאר, אדער אין אנדערע שטעט, מ'געפינט זיך דאך אין לאגער אינטער גאר א שווערע מצב, יעדער איז דאך פארטריבן, דארף מען זיכער ציטערן.
דער רבי האט געמאכט די ברכה לשמוע קול שופר, און פרובירט צו בלאזן, אבער ס'איז נישט געגאנגען, דער רבי האט איבערגעגעבן דאס שופר פאר א צווייטן.
נאך ראש השנה האט דער רבי געבעטן אז מ'זאל נאך דארט לאזן דעם שופר אויף יום כיפור, כדי מ'זאל קענען בלאזן א תקיעה מוצאי יום כיפור, דערנאך האט ער געבעטן אז מ'זאל דאס נאך לאזן, ביז הושענא רבה, כדי צו מקיים זיין דעם מנהג צו בלאזן שופר.
<><><><>
פאר ראש השנה האט דער רבי זיך געזארגט, אז ער זאל האבן א פרוכט, כדי צו מאכן דערויף א שהחיינו, נאך פילע זוכענישן און השתדלות, איז געלונגען פאר ר' יוסף אשכנזי איינצוהאנדלן א פלוים, דעם רבי'נס שמחה איז געווען זייער גרויס.
<><><><>
אזוי ווי מ'האט נישט געהאט קיין מחזורים, האט דער רבי געזאגט, אז מ'זאל איבער שרייבן עטליכע שטיקלעך פונעם דאווענען, למשל וּנְתַנֶה תּוֹקֶף, אֵין קִצְבָה, ביי תפלת נעילה דעם שטיקל, שער ארמון, און נאך עטליכע שטיקלעך, אויך האט ער געזאגט, אז מ'זאל חזר'ן אויסעווייניג דעם שטיקל, לאֵ' עוֹרֵך דִין, לבוחן לְבָבוֹת ביום דין וכו', מיר האבן דאך נישט קיין מחזורים, האט דער רבי געזאגט, לאמיר אויסגיסן דאס הארץ צום בוחן לבבות (דער באשעפער וואס ווייסט פונקטליך וואס יעדער טראכט).
<><><><>
ערב ראש השנה האט דער רבי געזאגט פאר ר' יוסף אשכנזי, אז מ'דארף פרובירן צו פארשאפן אביסל האניג, כדי מ'זאל קענען איינטינקען דעם מוציא אין האניג.
ר' יוסף האט איבעראל געזוכט אביסל האניג, ביז ער האט געפינען א איד וואס האט געהאט ביי זיך האניג, ר' יוסף האט אים געפרעגט, וויפיל ציגראטלעך ער דארף דערפאר, האט דער איד געזאגט, איך דארף נישט קיין ציגארטלעך, איך וויל אז ווען מ'וועט מיט'ן אייבערשטענס הילף באפרייט ווערן, זאל מיר דער רבי געבן זיין קאפילטש (היט) וואס ער טראגט יעצט, אלס א מתנה, (דער איד האט געמיינט מיט דעם צו באקומען א ברכה פון רבי'ן, אז ער וועט איבערלעבן דעם קריג).
ר' יוסף איז אריבער פרעגן דעם רבי'ן צו ער איז מסכים צום געשעפט, האט דער רבי געענטפערט, אז יא, און דער איד האט טאקע געגעבן פאר רבי'ן די האניג, און נאך א שטיק צייט האט דער איד אינגאנצן פארגעסן פונעם היט, און נאך עטליכע חדשים פונעם באפרייאונג, איז דער איד געווען ביי זיך אין שטוב אין שווייץ, און פלוצלינג הערט ער קלאפן אויפ'ן טיר, צו זיין שטוינונג זעט ער אז ר' יוסף אשכנזי שטייט מיט א שאכטל אין די האנט, און זאגט, אז דער רבי האט מיך אהערגעשיקט אייך אויסצאלן א חוב, דער איד וואונדערט זיך, וואס פארא חוב איז אים דער רבי שולדיג, ר' יוסף עפנט די שאכטל, און גיט אים אהין דעם רבי'נס הוט.
דער איד האט געהיטן דאס היט ווי דעם שווארץ אפפעל פונעם אויג, און עס געהאלטן ווי א שמירה אין זיין הויז.
(מיט עטליכע יאר צוריק, ווען מ'האט אפגעצייכנט פופציג (50) יאר פונעם רבי'נס הצלה, האט דער עולם געהאט אן איבערראשונג ווען הרה"ח ר' סענדר דייטש ז"ל [size=85](דער סאטמערער ראש הקהל), האט געמאלדן ביי די סעודת הודאה, אז יעצט דא אין זאַל, געפינט זיך דער זון פון יענעם איד, און ער האט מיטגעברענגט דעם הוט, דאס צו ווייזן פאר'ן עולם)[/size].
יום הקדוש
א גרויסער עולם איז געקומען הערן דעם רבינ'ס כל נדרי דרשה, אבער צוליב די גרויסע בכיות, האט מען כמעט נישט געהערט קיין ווערטער, דער רבי זאגט, אז דער עיקר פארוואס מ'איז דא, איז צו פאררעכטן די אלע ניצוצות הקדושים וואס זענען צושפרייט איבעראל.
סוכות
א געהעריגע כשר'ע סוכה איז נישט געווען מעגליך צו מאכן, עטליכע אידן האבן יא פרובירט צו מאכן א שטיקל סוכה אז מ'זאל כאטש קענען עסן א כזית דעם ערשטן נאכט, זיי האבן געפינען א קליין שטיקל ליידיג פלאץ ביים ווינקל פונעם באראק, און מ'האט אויפגעשטעלט צוויי בעטן, און מ'האט פרובירט אויסצוארבעטן לויט די הלכה אז ס'זאל זיין כשר, (דורך גוד אסיק, און דופן עקומה), אויפ'ן דאַך האט מען געלייגט א שטרוי זאק, אויף וואס מ'פלעגט שלאפן, דער רבי האט אבער קלאר געזאגט, אז מ'קען נישט מאכן דארט די ברכה לישב בסוכה, און אויב מ'מאכט יא, איז דאס א ברכה לבטלה, אבער ס'איז כאטש געווען א שטיקל זכר צו די מצוה פון סוכה...
שמחת תורה
ס'איז געלונגען צו פארשאפן א ספר תורה, זייער אסאך מענטשן האבן זיך פארזאמלט ארום דעם רבי'ן, און מיט גרויס התעוררות האט דער רבי געטאנצן די הקפות, בפרט די זעקסטע הקפה.
אויל און ליכט פאר חנוכה
מ'פלעגט אויסטיילן אין בערגן בעלזן פאר יעדן, אביסל מארגארין, און די אידן וועלכע האבן דאס נישט געוואלט נוצן צוליב כשרות, האבן באקומען אביסל פוטער, דער רבי - וועלכע פלעגט ממילא נישט עסן וואס מ'האט געקאכט אין כשר'ע קאך - האט אוועקגעלייגט די פוטער, און דאס זייער שטארק אפגעהיטן, ווייל אפשר וועט ער עס דארפן נוצן אין חנוכה, אנשטאט אויל.
דער סארוואשאר רב פלעגט דערציילן, אז ער איז אנגעקומען קיין בערגן בעלזן, כ"ב כסלו, א טאג נאכ'ן רבינ'ס באפרייאונג, און ווען ער איז אריינגעקומען אין באראק, איז אראפגעפאלן נעבן אים, א פעקל ליכט.
ער איז געווארן זייער פארוואונדערט פון וואו דאס קומט, האט מען אים געזאגט, אז אין דעם זעלבן באראק האט געוואוינט דער סאטמערער רבי, און ער האט זיכער צוגעגרייט די ליכט פאר חנוכה.
ווען דער סארוואשאר רב איז געקומען קיין אמעריקע, און איז אריין צום רבי'ן, האט ער דערציילט פאר'ן רבי'ן, אז ער האט געפינען אין זיין באראק ליכט, און ער האט דורכדעם געקענט צינדן חנוכה ליכט, דער רבי האט שטארק הנאה געהאט דערפון.
י"ט כסלו
נאך לאנגע שווערע פארהאנדלונגען, האבן די דייטשע פירערס ענדליך ערלויבט, אז א באן זאל מעגן ארויספארן פון בערגן בעלזן.
ווען ס'איז אנגעקומען די בשורה טובה, אז דער גאנצער לאגער וועט ווערן אפגעפירט קיין שווייץ, איז געווארן א גרויסער טומעל, יעדער האט גענומען זיינע פעקלעך, און מ'איז געגאנגען צופיס אין די קעלט, ביז צום באן סטאנציע.
בשעה טובה ומצלחת איז דער רבי זי"ע ארויסגעפארן מיט די באן פון בערגן בעלזן, מיט נאך טויזנט דריי הונדערט, זעקס און אכציג מענטשן (1386), אויך זענען דארט געווען די רעבצין, און ר' יוסף אשכנזי ז"ל.
די נאכט פון כ"א כסלו
אינעם נאכט פון כ"א כסלו, איז נאך אלץ פאָרגעקומען פארהאנדלונגען וואו דער באן זאל פאָרן, יעדער האט געציטערט, ווייל ס'איז דעמאלט אנגעקומען א טעלעגראם פון הימלער ימ"ש, וועלכער האט געברענט פאר כעס, זאגענדיג אז מ'האט אים אפגענארט, מ'האט אים נישט באצאלט דאס גאנצע געלט וויפיל זיי האבן צוגעזאגט צו ראטעווען דעם טראנספארט, און ער האט באפוילן אז מ'זאל נישט פאָרן ווייטער ווי געפלאנט.
אבער הנה לא ינום ולא יישן שומר ישראל, דער אפיציר, דער אנפירער פונעם טראנספארט האט זיך נישט וואוסענדיג געמאכט פונעם טעלעגראם, און ער האט זיך געאיילט און איז שנעל אריבערגעפארן דעם גרעניץ, און ער האט צוריקגעשריבן, אז ער האט הערשט באקומען דעם טעלעגראם פונקט איין מינוט נאכ'ן אריבערגיין דעם גרעניץ, און ער האט שוין גארנישט געקענט טאן.
מ'האט געזען דערביי אפענע נסים, די חסד פונעם הייליגן באשעפער, אז אין די לעצטע מינוט, ווען אלעס איז געהאנגען אויף די וואגשאל צו מ'זאל געראטעוועט ווערן, צו נישט חלילה, האט השי"ת געהאלפן און רחמנות געהאט אויף כלל ישראל, און אריינגעגעבן דעם געדאנק אינעם קאפ פונעם אפיציר צו ראטעווען דעם גאנצן טראנספארט, וואס צווישן זיי האט זיך געפינען דער הייליגער רבי זי"ע, און דורכדעם איז רבינו הקדוש והטהור זכותו יגן עלינו געראטעוועט געווארן מעבדות לחירות, מיגון לשמחה, מאפילה לאור גדול.
ווען ר' יוסף האט דערציילט פאר'ן רבי'ן די גוטע בשורה, אז מ'איז שוין אריבערגעפארן דעם גרעניץ, האט דער רבי מיט טרערן פון פרייד אנגעהויבן צו זינגען, די פסוקים, בְּךָ בָּטְחוּ אֲבֹתֵינוּ בָּטְחוּ וַתְּפַלְּטֵמוֹ: אֵלֶיךָ זָעֲקוּ וְנִמְלָטוּ בְּךָ בָטְחוּ וְלֹא בוֹשׁוּ.
דער טאג פון כ"א כסלו וועט בלייבן לדורות עולם ביים כלל ישראל אלס א יום טוב, זֶה הַיּוֹם עָשָׂה ה' נָגִילָה וְנִשְׂמְחָה בוֹ, אין דעם טאג איז דער רבן ומושיען של ישראל געראטעוועט געווארן, צו באלייכטן כלל ישראל אין דעם לעצטן דור פון עיקבתא דמשיחא, די הצלה פון רבינו הקדוש זי"ע, איז געווען די הצלה פון די תורה הקדושה.
י' אלול תש"ה
איז דער רבי געפארן פון שווייץ קיין ארץ ישראל, ווי ער האט געוואוינט א יאר, און האט אויפגעשטעלט דארט די מוסדות הקדושים יטב לב, וואס פון דארט האט דער הייליגער רבי אנגעהויבן ווידער אויפצובויען תורה וחסידות בדרך ישראל סבא.
ראש השנה תש"ז
איז דער רבי אנגעקומען קיין אמעריקע, קודם איז זיין פלאן געווען בלויז צו זאמלן געלט פאר די מוסדות אין ארץ ישראל, אבער צוליב פארשידענע סיבות איז ער געבליבן א תושב דא אין אמעריקע, און ער האט אויפ'ן אלטן שטייגער פון אמאל, ווידער אויפגעשטעלט א קעניגליכן מיליטער, א נעץ פון מוסדות תורה ויראה דסאטמאר על טהרת הקודש, מיט צענדליגע טויזנטער תלמידים ותלמידות, ערליכע חסידישע אידן, זאל הקב"ה העלפן, אז מיר זאלן בקרוב זוכה זיין צו ביאת משיח צדקינו במהרה בימינו אמן.
חַסְדֵי ה' כִּי לֹא תָמְנוּ כִּי לֹא כָלוּ רַחֲמָיו


גענומען פון די חדר ויואל משה קרית יואל אז תתענג וואס ווערט ארויסגעגעבן דורך די מנהל הר"ר ישראל מאיר ראזענבערג שליט"א
און איך האף אז ממעג עס קאפיען דא,
ווייל ער האט געמאלדען אז ער גייט אי"ה ארויס געבען די אלע מעשיות פון די גליון אז תתענג און א ספר לויט די סדר פון די יארצייטן.
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: כ"א כסלו יום ההצלה של הגה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

איינער זאגט מיר אז נעכטן ביי די כ"א כסליו מהר"א האט אויפגעטרעיטן איינער הרב שטערנבוך און פארציילט עפעס בשם מהרנ"צ מבאבוב זצ"ל אז מען האט איהם אריינגערופן אלט'ס בחור'ל ווען ער האט דארט געלערנט, משלים זיין צו מנין ביי די סעודת הודאה כ"א כסליו ביים רבי'ן אין ירושלים בשנת תש"ו כו',

נישט געוויסט אז די רבי האט געפראוועט א סעודה אין אר"י כ'האב אייביג געמיינט אז עס האט זיך אנגעהויבן דאהי אין אמעריקא דורך די חסידים כו'
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: כ"א כסלו יום ההצלה של הגה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

קאודינג האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:סאיז זייער רייך באשריבן אין די ערשטע בלאט פון די אשכול
א שטיקל הוספה, די אפטיילונג אין בערגן בעלזן לאגער ווי די רבי איז געווען מיט די גאנצע איבער 1,000 אידן מיוחסים וואס זענען שפעטער אנגעקומען קיין שווייץ נאך גרויסע אויסלייז געלט האבן געהאט עטוואס ווייניגער פון די עקסטרעמע צרות און רדיפות, לדוגמא זיי האבן נישט געדארפט ארבעטן עבודת הפרך און נאך, הגם מאיז געווען אויסגעשטעלט צו ווערן געהרגעט יעדן טאג און מהאט נישט געהאט קיין שום רעכטן אא''וו
די אנדערע אפטיילונגען אין בערגן בעלזן לאגער איז געווען ענדליך צו די אנדערע מארד מאשין לאגערן אין דייטשלאנד און פוילן


פארוואס זאגסטו מען איז געווען אויסגעשטעלט געהארגעט צו ווערן? וואס איז שייך רעכטן? מען האט דארט געגעבן געהעריג צו עסן (כאטש נישט קיין כשר'ס) און קיינער האט נישט געוואלט אנטלויפן סיי ווי. די באנען זענען דוכט זיך נישט געווען קיין בהמה וואגאנען א.א.וו.

די באדינגונגען זענען לכאורה געווען אזוי ווי די געווענליכע פי או דאבליו לאגערן אדער נאך בעסער.

בערגן בעלזן איז געווען אין געוויסע צייטן א גרינגערע לאגער, אבער די לעצטע תקופה איז דאס געווען די ערגסטע, נאך די טויט מארשן ווען מ'האט זיי אהינגעפירט איז עס געווען - ווי די קליין פראצענט איבערלעבער געבן איבער - דאס ארגעסטע פלאץ וואס מ'האט נאר מיטגעמאכט אויפן גיהנום. ס'דא אפי' געוויסע ארגעניזאציעס און צוזאמקומען נאר פאר די בערגן בעלזן איבערלעבער, ווייל דאס איז א ספעציעלע שווער מסכתא געווען.
ווען דער רבי איז געווען דארט איז עס געווען אסאך גרינגער ווי די לעצטע תקופה, אבער דאך נישט גרינג.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
פארשפארט
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 06, 2021 1:45 pm

Re: כ"א כסלו יום ההצלה של הגה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשפארט »

טעם וריח האט געשריבן:איינער זאגט מיר אז נעכטן ביי די כ"א כסליו מהר"א האט אויפגעטרעיטן איינער הרב שטערנבוך און פארציילט עפעס בשם מהרנ"צ מבאבוב זצ"ל אז מען האט איהם אריינגערופן אלט'ס בחור'ל ווען ער האט דארט געלערנט, משלים זיין צו מנין ביי די סעודת הודאה כ"א כסליו ביים רבי'ן אין ירושלים בשנת תש"ו כו',

נישט געוויסט אז די רבי האט געפראוועט א סעודה אין אר"י כ'האב אייביג געמיינט אז עס האט זיך אנגעהויבן דאהי אין אמעריקא דורך די חסידים כו'

עס איז נישט געווען כסלו רבינו הקדוש איז געווען נישט געזונט דעמאלט'ס, די סעודת הודאה איז פארגעקומען שפעטער אין יאר,
קרישקעלע: רבינו הקדוש האט זייער מקרב געווען מהרנ"צ מבאבוב זצ"ל אלט'ס בחור ווען ער האט געלערנעט אין ארץ ישראל
מען קען זיך נאר טרעפן טאמער מען זוכט זיך
אוועטאר
פאטעיטא טשיפס
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
לאקאציע: לי עוועניו (וועלכע...?)

Re: כ"א כסלו יום ההצלה של הגה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעיטא טשיפס »

נישט סתם "איינער הרב שטערנבוך," נאר אן אייניקל פון די אשת חיל רעכא (נישט רעכל) שטערנבוך ז"ל וואס האט געהאט א ריזיגע ראלע אין די הצלה פון רבי'ן זי"ע און נאך צענדליגער טויזנטער אידן. זי מיט איר מאן ר' יצחק ז"ל און דזשארדזש מאנטעלא און ר' לייבוש רובינפעלד האבן בנוסף צו אלע פריערדיגע זאכן אויך פארשאפט די שווערע געלטער די לעצטע מינוט אונטערצוקויפן דעם קאנדאקטאר ביי די באן י"ט כסלו ער זאל איגנארירן דעם טעלעגראם און פארן קיין שווייץ.
אין עוד מלבדו
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1962
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: כ"א כסלו יום ההצלה של הגה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

קאודינג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 25, 2021 7:53 pm

Re: כ"א כסלו יום ההצלה של הגה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאודינג »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:
קאודינג האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:סאיז זייער רייך באשריבן אין די ערשטע בלאט פון די אשכול
א שטיקל הוספה, די אפטיילונג אין בערגן בעלזן לאגער ווי די רבי איז געווען מיט די גאנצע איבער 1,000 אידן מיוחסים וואס זענען שפעטער אנגעקומען קיין שווייץ נאך גרויסע אויסלייז געלט האבן געהאט עטוואס ווייניגער פון די עקסטרעמע צרות און רדיפות, לדוגמא זיי האבן נישט געדארפט ארבעטן עבודת הפרך און נאך, הגם מאיז געווען אויסגעשטעלט צו ווערן געהרגעט יעדן טאג און מהאט נישט געהאט קיין שום רעכטן אא''וו
די אנדערע אפטיילונגען אין בערגן בעלזן לאגער איז געווען ענדליך צו די אנדערע מארד מאשין לאגערן אין דייטשלאנד און פוילן


פארוואס זאגסטו מען איז געווען אויסגעשטעלט געהארגעט צו ווערן? וואס איז שייך רעכטן? מען האט דארט געגעבן געהעריג צו עסן (כאטש נישט קיין כשר'ס) און קיינער האט נישט געוואלט אנטלויפן סיי ווי. די באנען זענען דוכט זיך נישט געווען קיין בהמה וואגאנען א.א.וו.

די באדינגונגען זענען לכאורה געווען אזוי ווי די געווענליכע פי או דאבליו לאגערן אדער נאך בעסער.

בערגן בעלזן איז געווען אין געוויסע צייטן א גרינגערע לאגער, אבער די לעצטע תקופה איז דאס געווען די ערגסטע, נאך די טויט מארשן ווען מ'האט זיי אהינגעפירט איז עס געווען - ווי די קליין פראצענט איבערלעבער געבן איבער - דאס ארגעסטע פלאץ וואס מ'האט נאר מיטגעמאכט אויפן גיהנום. ס'דא אפי' געוויסע ארגעניזאציעס און צוזאמקומען נאר פאר די בערגן בעלזן איבערלעבער, ווייל דאס איז א ספעציעלע שווער מסכתא געווען.
ווען דער רבי איז געווען דארט איז עס געווען אסאך גרינגער ווי די לעצטע תקופה, אבער דאך נישט גרינג.


דוכט זיך אז אפילו בשעת דער רבי איז דארט געווען איז דער מארד מאשין אינעם לאגער אנגעגאנגען געהעריג, נאר די קאסטנער טראנספארט האט זיך אויפגעהאלטן אין א באזונדערן אפטיילונג דארט

אגב האבן די אליאירטע אפגעכאפט אסאך ווידיא פונעם בערגן בעלזן לאגער נאכן באפרייאונג צו פאראייביגן און ארויס ברענגען פאר די וועלט די סיטואציע אין די קאנצעטראציע לאגערן אונטער די נאציס
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4002
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: כ"א כסלו יום ההצלה של הגה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

Ban Mazel האט געשריבן:דער נס הצלה פון מרן רבינו הקוה"ט זי"ע

שנת תש"ד

ט' אייר
דער ביקסאדער רבי'ס זון האט פאָרגעשלאָגן דעם פלאן, אז דער רבי זאל אנטלויפן קיין קלויזנבערג, צום שטוב פון ר' ירמי' טעסלער ז"ל, און פון דארט וועט ער גיין קיין ראמעניע, מ'האט זיך פארבינדן מיט ר' יוסף מאיר גליק ז"ל, וועלכער האט גוט געקענט די וועגן, און האט געוואוסט וואו ר' ירמי' וואוינט, און מ'האט אנגעגרייט אן אמבולאנס אין די באגלייטונג פון צוויי אונגארישע אפיצירן, וועלכע האבן מסכים געווען פאר א גרויסע סכום געלט צו פירן דעם רבי'ן פון סאטמאר קיין קלויזענבורג צוזאמען מיט'ן ביקסאדער רבי'ן זצ"ל הי"ד און זיינע קינדער, און די רעבצין ע"ה, און ר' יוסף אשכנזי ע"ה, און נאך געציילטע אידן.

חַסְדֵי ה' כִּי לֹא תָמְנוּ כִּי לֹא כָלוּ רַחֲמָיו


פארוואס איז נישט ר פייוויש מיט געפארן? דוכט זיך מיר אז ר' יוס'ל איז נאר געווען אינטער שמש דאן
אוועטאר
צייט פארטרייבונג
שר האלף
תגובות: 1993
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 4:42 pm
לאקאציע: אויפן זייגער

Re: כ"א כסלו יום ההצלה של הגה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט פארטרייבונג »

נישטאמת האט געשריבן:
Ban Mazel האט געשריבן:דער נס הצלה פון מרן רבינו הקוה"ט זי"ע

שנת תש"ד

ט' אייר
דער ביקסאדער רבי'ס זון האט פאָרגעשלאָגן דעם פלאן, אז דער רבי זאל אנטלויפן קיין קלויזנבערג, צום שטוב פון ר' ירמי' טעסלער ז"ל, און פון דארט וועט ער גיין קיין ראמעניע, מ'האט זיך פארבינדן מיט ר' יוסף מאיר גליק ז"ל, וועלכער האט גוט געקענט די וועגן, און האט געוואוסט וואו ר' ירמי' וואוינט, און מ'האט אנגעגרייט אן אמבולאנס אין די באגלייטונג פון צוויי אונגארישע אפיצירן, וועלכע האבן מסכים געווען פאר א גרויסע סכום געלט צו פירן דעם רבי'ן פון סאטמאר קיין קלויזענבורג צוזאמען מיט'ן ביקסאדער רבי'ן זצ"ל הי"ד און זיינע קינדער, און די רעבצין ע"ה, און ר' יוסף אשכנזי ע"ה, און נאך געציילטע אידן.

חַסְדֵי ה' כִּי לֹא תָמְנוּ כִּי לֹא כָלוּ רַחֲמָיו


פארוואס איז נישט ר פייוויש מיט געפארן? דוכט זיך מיר אז ר' יוס'ל איז נאר געווען אינטער שמש דאן

ר' פייוויש איז געבליבן מסדר זיין אין שטוב אין סאטמאר וואס עס פעהלט אויס און ער האט געדארפט נאכקומען, ער האט מיטגעשיקט ר' יאסל נאר פאר ביזדערווייל, אבער פאר וואס ווי ווען האט מען ליקווידירט דעם געטא און ער איז ליידער אומגעקומען מיטן גאנצן סאטמארן עולם נעבעך אין אוישוויץ.
אמר רבי אלעזר בר אבינא: אם ראית מלכיות מתגרות אלו באלו צפה לרגלו של משיח (בראשית רבה מב, ד).
וואס זאגט דאס פאר אונז?! מען זאל זיך גרייטן, און זיכער מאכן אים נישט מעכב זיין חלילה פון קומען.
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער...
אוועטאר
פאטעיטא טשיפס
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
לאקאציע: לי עוועניו (וועלכע...?)

Re: כ"א כסלו יום ההצלה של הגה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעיטא טשיפס »

ישלהוסיף האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:אייינער מיט א בילד פון די רבינ'ס הוט פון די לאגער וואס איינער האט געברענגט צו די כ'א כסלו מעמד אין איינע פון די נין יארן(וואס די רבי האט באצאלט נאכן קריג אלץ אפגעשמועסטע חוב נאכן באקומען א שופר אדער שהחיינו פרוכט אין לאגער און געזאגט אז נאכן קריג זאל די רבי געבן זיין היט)
ווי געפינט זיך עס היינט צו טאגס?


איינער האט עס געברענגט צום מעמד כ"א כסלו שנת היובל פונעם באפרייאונג. דער הוט'ל איז געווען א ווייעכע און א גרינעם קאלירטע הוט


ר' חיים העלער האט געברענגט דעם היטל מיט'ן בעל ההיטל צום דינער. תשנ"ה שנת יובל החמישים.
אין עוד מלבדו
וויי. יו. על. (YUL)
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 14, 2018 12:29 pm

Re: כ"א כסלו יום ההצלה של הגה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויי. יו. על. (YUL) »

כא כסלו תשה.png
כא כסלו תשה.png (296.87 KiB) געזען 1355 מאל
וויי. יו. על. (YUL)
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 14, 2018 12:29 pm

Re: כ"א כסלו יום ההצלה של הגה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויי. יו. על. (YUL) »

כא כסלו תשה2.png
כא כסלו תשה2.png (376.81 KiB) געזען 1345 מאל
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8352
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: כ"א כסלו יום ההצלה של הגה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

פארשפארט האט געשריבן:
טעם וריח האט געשריבן:איינער זאגט מיר אז נעכטן ביי די כ"א כסליו מהר"א האט אויפגעטרעיטן איינער הרב שטערנבוך און פארציילט עפעס בשם מהרנ"צ מבאבוב זצ"ל אז מען האט איהם אריינגערופן אלט'ס בחור'ל ווען ער האט דארט געלערנט, משלים זיין צו מנין ביי די סעודת הודאה כ"א כסליו ביים רבי'ן אין ירושלים בשנת תש"ו כו',

נישט געוויסט אז די רבי האט געפראוועט א סעודה אין אר"י כ'האב אייביג געמיינט אז עס האט זיך אנגעהויבן דאהי אין אמעריקא דורך די חסידים כו'

עס איז נישט געווען כסלו רבינו הקדוש איז געווען נישט געזונט דעמאלט'ס, די סעודת הודאה איז פארגעקומען שפעטער אין יאר,
קרישקעלע: רבינו הקדוש האט זייער מקרב געווען מהרנ"צ מבאבוב זצ"ל אלט'ס בחור ווען ער האט געלערנעט אין ארץ ישראל


ריכטיג, אויב געדענק איך גוט האט דער רבי דעמאלט געמאכט א סעודת הודאה אויף ביידע זאכן צוזאמען.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
מקץ
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 21, 2018 5:18 pm

Re: כ"א כסלו יום ההצלה של הגה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקץ »

https://ahblicklive.com/post.php?u_id=P ... 2ZEeLXYyWx

פרישע היסטארישע ווידעא פון כ״א כסלו ביי הרה״ק מסאטמאר זי״ע
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: כ"א כסלו יום ההצלה של הגה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

הגות תבונות האט געשריבן:זייער אינטערעסאנט. וואלט געווען אינטערעסאנט צו זען דעם ארטיקל

פון ספר דולה ומשקה.
98e0d08e97cb552c37c8bd287d5bf854633169e5-1.jpg
98e0d08e97cb552c37c8bd287d5bf854633169e5-1.jpg (274.43 KiB) געזען 1119 מאל

98e0d08e97cb552c37c8bd287d5bf854633169e5-2.jpg
98e0d08e97cb552c37c8bd287d5bf854633169e5-2.jpg (317.56 KiB) געזען 1119 מאל
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
נייע שטאט
שר האלפיים
תגובות: 2318
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

Re: כ"א כסלו יום ההצלה של הגה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע שטאט »

מקץ האט געשריבן:https://ahblicklive.com/post.php?u_id=Pnm7ajgWm2ZEeLXYyWx

פרישע היסטארישע ווידעא פון כ״א כסלו ביי הרה״ק מסאטמאר זי״ע

איך מיין אז דער ווידיא איז שוין געווען ערגעץ דא אויף אייוועלט און דעבאטירט געווארן
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה
אוועטאר
היי וואלטיטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 4:29 pm

Re: כ"א כסלו יום ההצלה של הגה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היי וואלטיטש »

אין א קאלטע דינסטאג גענוי 78 יאר צוריק יט כסלו תש''ה האט מען געמאלדן פאר די גרופע פון איבער 1,300 אידן וואס זענען געווען אין א באזונדערן אפטיילונג פאר 5 חדשים אין בערגן בעלזן אז מען זאל וואקן מיט די געפעק א לאנגע וועג צום באן, צווישן זיי די רבי די רעבצין און די גבאי ר'יאסל אשכנזי.
אנדערש ווי אייביג האט אפגעווארט א פאסענדזשיר באן נישט קיין קארגאו אדער בהמה וואגאן
רוב פון די גרופ האבן געצאלט איבער 3,000 דאלאר צו קענען זיין אויפן טרעין וואס גייט האפנטליך טאקע פארן קיין שווייץ, און האפנטליך נישט פארנערן ווערן קיין אוישוויץ (הימלער ימ''ש האט טאקע ביים גרענעץ פון שווייץ די נאכט פון כ''א כסלו געשיקט א טעלעגראם אז די באן זאל גיין קיין אוישוויץ אבער די באן קאנדוקטאר האט געשריבן נאכן טעלעגראם אין די לאג פעיפערס אז די טרעין איז ארויסגעפארן פריער פארן מעסיטש אריבער די גרענץ)
לעצט פארראכטן דורך היי וואלטיטש אום דינסטאג דעצעמבער 13, 2022 10:24 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7079
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: כ"א כסלו יום ההצלה של הגה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

מאך עס 78
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
היי וואלטיטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 4:29 pm

Re: כ"א כסלו יום ההצלה של הגה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היי וואלטיטש »

צו געזונט האט געשריבן:
מאך עס 78
שכוח...געטוישט, שרעק ווארפנדדיגע בישות
נעם אין אכט
שר האלפיים
תגובות: 2479
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

Re: כ"א כסלו יום ההצלה של הגה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעם אין אכט »

ישלהוסיף האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:
אייינער מיט א בילד פון די רבינ'ס הוט פון די לאגער וואס איינער האט געברענגט צו די כ'א כסלו מעמד אין איינע פון די נין יארן(וואס די רבי האט באצאלט נאכן קריג אלץ אפגעשמועסטע חוב נאכן באקומען א שופר אדער שהחיינו פרוכט אין לאגער און געזאגט אז נאכן קריג זאל די רבי געבן זיין היט)
ווי געפינט זיך עס היינט צו טאגס?
איינער האט עס געברענגט צום מעמד כ"א כסלו שנת היובל פונעם באפרייאונג. דער הוט'ל איז געווען א ווייעכע און א גרינעם קאלירטע הוט
סליגט ביי משפחת האלפערט (אדער האלפערן) פון ציריך, איך האב איר געטראפן עטליכע יאר צוריק אין שווייץ האט זי פארציילט אז זיי האבן עס.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1962
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: כ"א כסלו יום ההצלה של הגה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”