רבי חנינא אברהם לייטנער ז"ל, מ'מאנטיווידעא, ח"י חשון תשס"ח
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
זכרונות....
איי ס'נאגט דאס הארץ דערמאנענדיג ווי 'יעדן' אינדערפרי ביים שטילן פארנט דאווענען איז מען פריש אויפגעטרייסעלט געווארן הערענדיג דעם געשריי שהיא עתידה 'ליתן דין וחשבון' לפני כסא כבודיך
אפגערעדט פון די גאנצע עבודת התפילה וואכן און שבת
די סעודות שבת בזעיר אנפין אין שטאט מיט די ווייסע בעקיטשע, דעם קידוש בשאגת ארי, איי איז געווען ביטער הייס, נישט אנגעצינדן דעם עירקאנדישן חושש געווען וועגן די ליכט
די הערליכע וואכן אין קעמפ, אלול, שלש סעודות תורות, די פארהערן'ס זיצנדיג אזוי אויפן שפיץ בענקל, מ'קען זיצן און שרייבן און נישט פערטיגן
איין אינטערעסאנטע שטארקע מעשה וואס ברענגט שטארק ארויס זיין מורא'דיגע יראת שמים ויראת חטא וואס לויפט מיר יעצט אדורך דעם געדאנק
יום כפור תשנ"ז אינדערפרי איז אראפ א מילדע רעגן בערך 7 האט שוין אויפגעהערט, און ביי פויזע צווישן שחרית און מוסף איז דער רב ז"ל אריבער צו זיך אין שטוב אנטקעגן איבערן ביהמ"ד אויף די אנדערע זייט גאס, און ווי באקאנט איז דער רב נישט געגאנגען מיט קיין ברילן שבת אויף די גאס, און יוה"ק איז ער געגאנגען אנע שיך (נאר אין ביה"כ מיט קאלאטשן) האט ער חושש געווען אז אולי איז נאך עטוואס די ערד נאס אינדרויסן און מיט די זאקן וועט זיין סחיטה ח"ו, האט ער געבעטן א אייניקל א קינד זאל איהם אנכאפן די האנט און קוקן ווי מ'גייט, און נישט מער און נישט ווייניגער זעה איך ווי פארן ארויסגיין אויף די גאס, אויפן אינטערשטן שטאק (ווי ס'געווען די כתה פון קאפישער רב אינעם אלטן בנין נאך, ווער געדענקט?) זיך אראפגעזעצט אויף א בענקל און אויסגעטוהן די זאקן או איז אריבער אויפן גאס מיט די בלויזע פוס.... איך בין געשטאנען ביים פענסטער מיט ר' בנימין מאנדל זז"ג און געשטוינט למראה עינינו וואס אונז טוה מיר בייגעוואוינען אזא ספעקטאל, ס'האט אויף מיר געלאזט א אפנארמאלן רושם וואס ס'מיינט פשוט דקדוק הלכה...
זכותו הגדול יגן עלינו ועכ"י

- רבניש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3066
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
- לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!
כ״ק הגה״צ ממאנטעווידעא זצוק״ל - אין שטוב פון הנגיד מו״ה מענדל ברייער נ״י אין קרית יואל יצ״ו
- אטעטשמענטס
-
- RenderedContent-76604BCE-4D85-4BE2-8396-513F6FA6CBCD.JPG (127.08 KiB) געזען 4449 מאל
-
- RenderedContent-62BC19F8-8920-4F47-8FC4-37B8EA6A0185.JPG (142.96 KiB) געזען 4449 מאל
-
- RenderedContent-ABE2CCA7-AC2C-4FBF-A274-E1C032A1B7E0.JPG (110.31 KiB) געזען 4449 מאל
- ס'רעגענט ס'גיסט
- שר האלף
- תגובות: 1072
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 11:15 am
-
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8004
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
בןהרחמן האט געשריבן:הנני מעתיק שני הדפים מהיזכור הנ"ל ששם נזכר הסיפור (בפיסקא המתחלת בשעה עשר וחצי), גם יש שם תמונה של הרב.
איינער דערקענט די צוויי אידן אויף די זייטן פונעם רב ז"ל?
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
-
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8004
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
ווערט געזען פון רעכטס צו לינקס. ר' יעקב זעגלבוים, ר' ליפא בר"מ גראס, הגה"צ ר"א לייטנר, ר' שלמה ישראל מייזליש, אונטער אים ווערט געזען דער קיוויאשדער רבי פון ווילאמסבורג, ר' שלמה אהרן פאללאק וואס איז א שוואגער מיט ר' שלמה ישראל.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35438
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
תמונה היסטורית מהגה"צ רבי חנינא אברהם לייטנער זצ"ל בהליכה לחופתו עב"ג בתו של הגה"צ רבי צבי הירש מייזליש זצ"ל אב"ד ווייטצען, שהתקיימה בעיר שיקאגא בשנת תש"ז
השושבינים הם: האדמו"ר מהארנסטייפל-מילוואקי זצ"ל מימין, החתן באמצע, והאדמו"ר ממאלין-שיקאגא זצ"ל משמאל, ולצדו אבי הכלה הגה"צ מווייטצען זצ"ל, לידו בנו הרה"צ רבי יוסף משה מייזליש זצ"ל הרב מווייטצען-וויליאמסבורג בבחרותו
[קרעדיט: מורשת חכמי אמעריקא]

יציב פתגם האט געשריבן:תמונה היסטורית מהגה"צ רבי חנינא אברהם לייטנער זצ"ל בהליכה לחופתו עב"ג בתו של הגה"צ רבי צבי הירש מייזליש זצ"ל אב"ד ווייטצען, שהתקיימה בעיר שיקאגא בשנת תש"ז
השושבינים הם: האדמו"ר מהארנסטייפל-מילוואקי זצ"ל מימין, החתן באמצע, והאדמו"ר ממאלין-שיקאגא זצ"ל משמאל, ולצדו אבי הכלה הגה"צ מווייטצען זצ"ל, לידו בנו הרה"צ רבי יוסף משה מייזליש זצ"ל הרב מווייטצען-וויליאמסבורג בבחרותו
[קרעדיט: מורשת חכמי אמעריקא]
טאקע היסטאריש!
פארוואס טראגט ר' יוסף משה ז"ל א ליכטל?
- פריילעך אידל
- שר האלף
- תגובות: 1857
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm
- בשבילי נברא
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9235
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am
די בילד איז געוואלדיג, יישר כוח פארן ברענגען.
דער הארנסטייפלער רבי פון מילוואקי זצ"ל איז געווען א ערשטער קאזין פאר די כלה'ס מאמע, זעהט אויס אז ער איז געווען די שושבין מצד הכלה.
און מסתמא איז נישט געווען צופיל קרובים בכלל, און אוודאי נישט דארט אין די טשיקאגא געגנט, און אזוי ווי מילוואקי איז גאנץ נאנט צו טשיקאגא האט מען עם מכבד געווען צו זיין אונטערפירער.
וויאזוי האט געהייסן דער מאלינער רבי?
אויך געדענק איך צו האבן געהערט אמאל אז הגה"ק מסאטמאר איז געווען אין טשיקאגא אין די בראשית יארן צו די חתונה פון א קינד פון ווייצענער רב, איז עס אפשר ביי די חתונה?

---