שושלת טאלנא
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
שושלת טאלנא
דער ערשטער פון די טאלנער דינסאטיע איז געווען הרה"ק ר' דוד טווערסקי מטאלנא איינער פון די הייליגע זוהן פון ר' מאטעלע טשערנאבלער זצ"ל.
ר' דוד איז געווען אן איידעם ביי ר' ישראל אברהם אב"ד טשארנא-אוסטראה בן הרה"ק רבי ר' זושא מאניפאלי זצ"ל חתונה האבנדיג מיט זיין טאכטער הרבנית פיגא יענטא, עס איז געבליבען פון אים די חיבורים; מגן דוד, קהלת דוד און ברכת דוד. נסתלק י' אייר.
ר' דוד האט געהאט נאר איין זוהן וועלכער איז נפטר געווארן בחייוו, ר' מרדכי מטאלנא חתן ר' שלמה מסאווראן, און אויך דריי טעכטער, זיינע איידימער זענען געווען; זיין נעפיו ר' מנחם נחום מטריסק דער זוהן פון זיין ברודער דער טריסקער מגיד, זיין נעפיו ר' נחום משפיקוב-סקווירא דער זוהן פון זיין ברודער ר' יצחק מסקווירא און ר' מאיר'ל היילפרין פון בארדיטשוב.
א געמאלן בילד פון ר' דוד פון טאלנא

ר' מרדכי ב"ר דוד מטאלנא האט אויך איבערגעלאזט איין זוהן, דער ממלא מקומו פונעם זיידן, ר' מנחם נחום מטאלנא ז"ל, פון וועם עס זענען געבליבען 7 זוהן, מערסטענס טייל פון זיי זענען ארויסגעקומען קיין אמעריקא נאך פאר די קריג.
1) ר' דוד מרדכי פון ניו-יארק
2) ר' יוחנן פון סאוויין נעבן כעלם
3) ר' יצחק אין אמעריקא
4) ר' משה צבי פון פילאדעלפיא
5) ר' משולם זושא פון באסטאן
6) ר' אברהם אין ראמעניא
7) ר' אהרן
א בילד פון ר' מנחם נחום מטאלנא
1) ר' דוד מרדכי פון ניו-יארק
2) ר' יוחנן פון סאוויין נעבן כעלם
3) ר' יצחק אין אמעריקא
4) ר' משה צבי פון פילאדעלפיא
5) ר' משולם זושא פון באסטאן
6) ר' אברהם אין ראמעניא
7) ר' אהרן
א בילד פון ר' מנחם נחום מטאלנא
פון די באקאנטע טאלנא רביס איז הרה"צ ר' יוחנן מטאלנא זצ"ל מירושלים וועלכער איז געווען דער זוהן פון ר' דוד מרדכי מטאלנא פון ניו-יארק, ער איז געווען אן איידעם ביי אדמו"ר הרה"צ ר' משה לאנגנער מסטרעטין-טאראנטא זצ"ל, בייגעלייגט עטליכע בילדער.
1) אלס קינד אין ניו-יארק מיט זיין פאטער רד"מ
2) ביי זיין חתונה, רעכטס זיין שווער דער סטרעטינער רבי פון טאראנטא, לינקס זיין פאטער הרד"מ
3) אויף די שפעטערע יארן אין ירושלים עיה"ק
4) די מצבה אין ירושלים
(בילדער קרעדיט; אתר טאלנא, מתפעל, בחצרות חסידים, ידידינו ר' יאסל, תשוח"ח להם)

-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 255
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 25, 2008 8:29 pm
ר' חיים טווערסקי איז א לוי ער איז א טשערנאבילער אייניקעל זיין מאמע איז געווען א טאכטער פון ר' ברוך בנציון מלויעב-אומאן (ר' חיים אליינס איז געבוירן אין אומאן, זיין מאמע איז געהרג'ט געווארן ביי די פאגראמען ווען ר' חיים איז אלט געווען 8 טאג) און ער איז אויפגעצויגן געווארן ביי זיי זיידן, דערפאר רופט ער זיך טווערסקי אבער ער איז א לוי אין זיין נאמען איז הורוויץ (דאס איז אויך א געטוישטער נאמען פון 'שטאהל').
ר' משה צבי פון פילאדעלפיע'ס קינדער זענען ניש"ט באוואוס"ט
ר' משה צבי פון פילאדעלפיע'ס קינדער זענען ניש"ט באוואוס"ט
אז שוין יא א גוט שטיקל צייטונג נאדער נאך א גוט שטיק פארווערטס פון דעצעמבער 1932 איבער אן אלמנה וואס האט געפירט א געריכט געגן דעם בארא פארקער סקווערער רבי ר' דודל אלס עלעף יעריג יונגל
- אטעטשמענטס
-
- ברוקלינער אלמנה פיהרט א פראצעס געגען א חסידישען רבי.pdf
- (166.37 KiB) געווארן דאונלאודעד 554 מאל
לעצט פארראכטן דורך בן בוזי אום מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 4:38 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- scy4851
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6806
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
- לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!
בן בוזי האט געשריבן:ר' חיים טווערסקי איז א לוי ער איז א טשערנאבילער אייניקעל זיין מאמע איז געווען א טאכטער פון ר' ברוך בנציון מלויעב-אומאן (ר' חיים אליינס איז געבוירן אין אומאן, זיין מאמע איז געהרג'ט געווארן ביי די פאגראמען ווען ר' חיים איז אלט געווען 8 טאג) און ער איז אויפגעצויגן געווארן ביי זיי זיידן, דערפאר רופט ער זיך טווערסקי אבער ער איז א לוי אין זיין נאמען איז הורוויץ (דאס איז אויך א געטוישטער נאמען פון 'שטאהל').
ר' משה צבי פון פילאדעלפיע'ס קינדער זענען ניש"ט באוואוס"ט
ישר כוח
אינטערעסאנט אז ער ענדלט זייער אויף איהם.
the SCY is the limit
ר' משה צבי איז געווען דער צווייטער זון פון ר' מנחם נחום אין ער האט איבערגענומען זיין פאטער (וויפיל ס'איז נאך געווען איבערצינעמען) ווייל דער עלטסטער זון ר' דוד מרדכי איז שוין אנטלאפען היבש פריער קיין אמעריקע מכוח א מסירה אז ער האט זיך ארויסגעדרייט פון מיליטער
אגב לויט ווי איך האב ארויסגענומען האט ר' דוד'ל טאלנער געהאט די גרעסטע געפארעכץ פון אלע טשערנאבלער ברודער,
ווער קען באשטעטיגען?
אגב לויט ווי איך האב ארויסגענומען האט ר' דוד'ל טאלנער געהאט די גרעסטע געפארעכץ פון אלע טשערנאבלער ברודער,
ווער קען באשטעטיגען?
לכבוד ראש השנה און רעדענדיג פון די צדיקים הק' בני הרמב"ן מטשערנאביל לייג איך דא צו א מעשה וואס עס האט איינער געשריבן צום שרייבער פון מארגען דזשורנאל מנשה אונגאר (ממשפחת הרבנים מזשאבנא), דער בריוו ליגט אין יווא צווישן אלע בריוו וואס זענען געשריבן צום דערמאנטער שרייבער.hebrewbooks.org/2243דאס איז א לינק צו איינע פון די ביכער פון מנשה אונגאר הנ"ל
- אטעטשמענטס
-
- ר' איציקל סקווירא.doc
- (26.5 KiB) געווארן דאונלאודעד 464 מאל
פעידזש 6 איבער דער בר מצוה און דער נשיאות פון ר' מנחם נחום מטאלנא (זייער אינטערעסאנט)http://www.jnul.huji.ac.il/dl/newspapers/hameliz/html/hameliz-18820627.htm
לעצט פארראכטן דורך בן בוזי אום דינסטאג סעפטעמבער 16, 2008 1:07 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
לגבי די קינדער פון די טאלנער ברודער וואס זענען געקומען אהער קיין אמעריקא קיקט נישט אויס אז סאיז פון זיי געבליבן צי שטארקע סחורה,זייענדיג אין גאר א שווערע ענוויירעמענט ווי סאיז דאן געווען גאר שווער צי בלייבען אין א חסידיש געשטעל.
א חוץ ר' יוחנן דער זון פון ר' דוד מרדכי וואס ער איז טאקע געפארן לערנען קיין ארץ ישראל.
א חוץ ר' יוחנן דער זון פון ר' דוד מרדכי וואס ער איז טאקע געפארן לערנען קיין ארץ ישראל.
א גרויסן דאנק פאר ידידינו החדש הרב יחזקאל בן-בוזי נר"ו, פאר די ווערטפולע אינפארמאציע און מסמכים על הצדיקים ועל החסידים.
תשוח"ח לו, עוד ינוב בשיבה להרבות פעלים לתורה ולתעודה.
דער 'המליץ' איז טאקע אינטערעסאנט וויאזוי דער אינגער מגיד ר' נחום האט באקומען סמיכה פון זיינע גרויסע פעטערס מסקווירא וראכמיסטריווקע.
תשוח"ח לו, עוד ינוב בשיבה להרבות פעלים לתורה ולתעודה.
דער 'המליץ' איז טאקע אינטערעסאנט וויאזוי דער אינגער מגיד ר' נחום האט באקומען סמיכה פון זיינע גרויסע פעטערס מסקווירא וראכמיסטריווקע.
דער אשכול אז א פאסיגער קאנדידאט פאר א וויקיפעדיע ארטיקל מיטן קעפל "טאלנע (חסידישער דינאסטיע)" איך ווייס דערוילעם איז אביסל מיואש פון אונזער וויקיפעדיע, אבער וואזאלעך טאן אז מיין תאוה און פאנטאזיע איז נאר וויקיפעדיע
אילו זכיתי ווען דער אייבישטער וואלט מיר (און נאך ידענים) געשאנקען אביסל מער צייט, וואלט מיר אויפגעבויט דעם ענציקלאפעדיע על תילה
איך מיין ח"ו נישט צו מינימיזירן דער פורום, אבער דער מציאות איז אז דער עיקר אויפטוה פון א וויקיפידיע איז נישט דוקא די עצם ידיעות נאר אז אלעס איז מסודר דיבר דיבר על אופניו כשולחן ערוך ומוכן לאכול