רבי מרדכי בנעט זצ"ל אבד"ק ניקלשבורג - י"ג אב תקפ"ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

11211
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 09, 2009 3:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 11211 »

scy4851 האט געשריבן:ר' ישעי' בנעט ז"ל אבד"ק קאלוב.
יומא דהילולא י"ט כסלו

טייערע אייניקלעך נישט פארגעסן א משנה
"וויליאמסבורג, א מחי’ גאר, וואוינען דארט פיינע אידן, אויך מיר אזא יאר"
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

יעקעלע פוקס האט געשריבן:ווי אויך איז באוויסט אז אפילו להבדיל אויך די גוים פלעגען קומען זייער אסאך מיט אים זיך שואל עצה זיין
אזוי ווייט אז פון די מלוכה האט מען אים געמאכט פאר די שר המדינה און ווי ער פלעגט זיך טאקע אינטערשרייבען "הק' מרדכי אב"ד דק"ק ניקלשבורג והמדינה"


במחילת כבוד התעלא.
אבער זיין חתימה ניקלסבורג והמדינה, מיינט בכלל נישט דאס, און עס האט גארנישט געהאט מיט שר המדינה איינגעלייגט.

"ניקלסבורג והמדינה" אין בעהמין, מיינט גענוי וואס "קראקא והגליל" מיינט אין פולין, לא פחות ולא יותר. די רב פון ניקלסבורג איז געווען רב פון דער גאנצע אומגעגנט. און נישט נאר רבי מרדכי בנעט, נאר יעדע רב פון ניקלסבורג איז געווען אבד"ק ניקלסבורג והמדינה....
אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ללמוד וללמד »

יישר כחכם פאר די אפטייטש פון "והמדינה" כ'האב דאס קיינמאל נישט געוואוסט. אבער דאכט זיך אז ר' מרדכי בנעט איז דווקא יא געוועהן די רב הראשי צו רב הכולל צו רב המדינה צו וויזוי זיי האבען עס גערופן דעמאלס, פון גאנץ מדינת בעהמין-פיהם.
אפשר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 10, 2010 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפשר »

די מציבה פון רבי מרדכי בנעט זי''ע און ניקלשבורג .
אטעטשמענטס
.jpg
.jpg (48.93 KiB) געזען 5636 מאל
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

ללמוד וללמד האט געשריבן:יישר כחכם פאר די אפטייטש פון "והמדינה" כ'האב דאס קיינמאל נישט געוואוסט. אבער דאכט זיך אז ר' מרדכי בנעט איז דווקא יא געוועהן די רב הראשי צו רב הכולל צו רב המדינה צו וויזוי זיי האבען עס גערופן דעמאלס, פון גאנץ מדינת בעהמין-פיהם.

מקור ביטע....
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:
דא אין וויקיפידיה איז דא א געמאלן בילד פונעם מהר"ם בנעט, ער רעכנט דארט אויס די זוהנען פון אים; ר' ישעי' אב"ד קאלוב, ר' נפתלי אב"ד שאפע און ר' יעקב פון ניקלשבורג דער מו"ל פונעם ספר תולדות ר' מרדכי בנט.


דער זון פון ר' מרדכי בנעט ז"ל, הרה"ג ר' נפתלי איז ווי דערמאנט געווען רב אין שטאט שאפע, וועלכע איז אין מעהרין (טשעכיי) אין די פראגער געגנט, ער האט מחבר געווען א ספר ברית מלח על הל' דם ומליחה און אויך א הספד אויפן חת"ס בשם אמרי שפר.
אטעטשמענטס
25-23987.jpg
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

ווייסט איינער ווער איז געווען הגאון הצדיק ר' משה מרדכי בנעט זצ"ל?

איך האב געזעהן א מציבה פון א זוהן זיינעם ר' אלי' בנעט אין די שטאט ביטשקע.
אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ללמוד וללמד »

בןהרחמן האט געשריבן:ווייסט איינער ווער איז געווען הגאון הצדיק ר' משה מרדכי בנעט זצ"ל?

איך האב געזעהן א מציבה פון א זוהן זיינעם ר' אלי' בנעט אין די שטאט ביטשקע.


הגאון ר' משה מרדכי בנעט אב"ד ק"ק שטאמפען איז געוועהן א ברודער מיט הגאון המפורסם ר' יחזקאל בנעט אב"ד נייטרא. נאך א ברודער האט ער געהאט הגאון ר' יוסף יוחנן בנעט דיין בקאלוב מחברא אשוואר אצל הגה"ק מקאלוב. (נישט האבן קיין טעות מיר הגאון ר' ישעי' בנעט וואס איז געוועהן אב"ד קאלוב אין א שפעטערע תקופה). די ברודער זענען געוועהן בני הגאון ר' יעקב בנעט דיין באויבן ישן וואס איז געוועהן משפחה מיט הגאון ר' מרדכי בנעט, אבער איך ווייס נישט פונקט ווי אזוי.

בדרך אגב, בנוגע ביטשקא, אפשר האסטו א ידיעה איבער די מקום קבורתו פון הגאון ר' צבי הירש ראזנבוים אב"ד ביטשקא אחיו של הגה"ק ר' עמרם חסידא ואביו של הגאון ר' אבא חייא הירש רב"ד סערעד. איך האב לעצטענס געהערט אז מ'טרעפט עס נישט, אבער ער דארף צו ליגן אין ביטשקא.
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

ייש"כ הרב ללמוד על התשובה.

בנוגע מקום קבורת רצ"ה ראזענבוים אב"ד ביטשקא אין לי ידיעה, ואשאל אצל המקור שאצלו ראיתי התמונה הנ"ל.
האם נודע לך תאריך הפטירה של הנ"ל?
אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ללמוד וללמד »

בןהרחמן האט געשריבן:ייש"כ הרב ללמוד על התשובה.

בנוגע מקום קבורת רצ"ה ראזענבוים אב"ד ביטשקא אין לי ידיעה, ואשאל אצל המקור שאצלו ראיתי התמונה הנ"ל.
האם נודע לך תאריך הפטירה של הנ"ל?

לא הבינותי מאיזה הנ"ל שאלת אשר על כן אתן לך את שני התאריכים.
הגאון רבי משה מרדכי בנט - ד' כסלו תר"י
הגאון ר' צבי הירש ראזענבוים - נסתלק בימי החנוכה שנת פטירתו לא ידוע אך ידענו שבשנת תקצ"ט כבר לא הי' בין החיים (לקחתי מס' עטרת עקיבא לבסוף יש קצת תולדותיו שנכתב ע"י החקרן המפורסם הרב ר' משה אלכסדר זושא קונטסליכער הי"ו)
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

כוונתי הי' על הגרצ"ה רז"ב מביטשקא,

ושאלתי את ידידי אודות מקום קבורת הגאון מביטשקא, אבל לא הי' לו שום ידיעה.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ללמוד וללמד האט געשריבן:
בןהרחמן האט געשריבן:ווייסט איינער ווער איז געווען הגאון הצדיק ר' משה מרדכי בנעט זצ"ל?

איך האב געזעהן א מציבה פון א זוהן זיינעם ר' אלי' בנעט אין די שטאט ביטשקע.


הגאון ר' משה מרדכי בנעט אב"ד ק"ק שטאמפען איז געוועהן א ברודער מיט הגאון המפורסם ר' יחזקאל בנעט אב"ד נייטרא. נאך א ברודער האט ער געהאט הגאון ר' יוסף יוחנן בנעט דיין בקאלוב מחברא אשוואר אצל הגה"ק מקאלוב. (נישט האבן קיין טעות מיר הגאון ר' ישעי' בנעט וואס איז געוועהן אב"ד קאלוב אין א שפעטערע תקופה). די ברודער זענען געוועהן בני הגאון ר' יעקב בנעט דיין באויבן ישן וואס איז געוועהן משפחה מיט הגאון ר' מרדכי בנעט, אבער איך ווייס נישט פונקט ווי אזוי.

בדרך אגב, בנוגע ביטשקא, אפשר האסטו א ידיעה איבער די מקום קבורתו פון הגאון ר' צבי הירש ראזנבוים אב"ד ביטשקא אחיו של הגה"ק ר' עמרם חסידא ואביו של הגאון ר' אבא חייא הירש רב"ד סערעד. איך האב לעצטענס געהערט אז מ'טרעפט עס נישט, אבער ער דארף צו ליגן אין ביטשקא.


ספר שניתנה מתנה לר' דוד צבי בהגאון ר' יחזקאל בנעט, האם מדובר באותו ר' יחזקאל אב"ד נייטרא האם ידוע על בן בשם דוד צבי?
אטעטשמענטס
70-46868.jpg
פעלדמאן
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 08, 2010 10:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלדמאן »

יעקעלע פוקס האט געשריבן:כבוד הש"ב שלי שיחיו
קאניינעהארע וויפיל קאזענס אפשר גאר איז איינער דא מיין ברודער (ער הייסט טאקע נישט פוקס אבער איך אויך נישט, איך רוף מיך פשוט אזוי לרוב חכמתי)

כבוד ש"ב הרב SCY
זיין רביצין האט טאקע געהייסען פינקעל (אלץ מיידעל) אבער נישט קיין שום קרוב מיט ר' משה

-

זיין רעבעצין האט געהייסן פינקל אויף די ערשטע נאמען נישט די משפחה נאמען
פעלדמאן
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 08, 2010 10:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלדמאן »

מיללער האט געשריבן:יא מיט שמחה קומט מען אן.....

זייער שיין, א גרויסן יישר-כח ר' שמחה פאר די פרטים, איו וויקיפידיה ביים ערך פון ר' ישעי' בנעט שטייט אז זיין איידעם ר' יוסף אליהו הנ"ל האט געוואונט בסוף ימיו אין שאמשאן נאכן מקיים זיין דעם ושנא את הרבנות, קען זיין אז ער ליגט דארט.

?)

ער ליגט אין האלאס איך לייג דא א בילד פון די מצבה געכאפט עטליכע יאהר צוריק (לכאורה איז ער נישט געווען רב נאר א תושב אין האלאס)
אטעטשמענטס
Yosif Elya Zelfrined_JPG - Gmail.txt
(32 Bytes) געווארן דאונלאודעד 537 מאל
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

פעלדמאן האט געשריבן:זיין רעבעצין האט געהייסן פינקל אויף די ערשטע נאמען נישט די משפחה נאמען

לידיעה בעלמה שמה היתה "שרה פינקל"
טעמו וראו כי טוב השם
אמשטרדם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 390
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2010 11:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמשטרדם »

איטשע האט געשריבן:
יעקעלע פוקס האט געשריבן:ווי אויך איז באוויסט אז אפילו להבדיל אויך די גוים פלעגען קומען זייער אסאך מיט אים זיך שואל עצה זיין
אזוי ווייט אז פון די מלוכה האט מען אים געמאכט פאר די שר המדינה און ווי ער פלעגט זיך טאקע אינטערשרייבען "הק' מרדכי אב"ד דק"ק ניקלשבורג והמדינה"


במחילת כבוד התעלא.
אבער זיין חתימה ניקלסבורג והמדינה, מיינט בכלל נישט דאס, און עס האט גארנישט געהאט מיט שר המדינה איינגעלייגט.

"ניקלסבורג והמדינה" אין בעהמין, מיינט גענוי וואס "קראקא והגליל" מיינט אין פולין, לא פחות ולא יותר. די רב פון ניקלסבורג איז געווען רב פון דער גאנצע אומגעגנט. און נישט נאר רבי מרדכי בנעט, נאר יעדע רב פון ניקלסבורג איז געווען אבד"ק ניקלסבורג והמדינה....


במחילת כבוד תורתכם, איך וועל מפשר זיין צווישן איטשען מיט יעקעל. ר' מרדכי באנעט איז נישט געווען דער ערשטער רב המדינה, נאר טאקע רובא דרובא ניקלשבורגע רבנים זענען געווען אויכעט רב המדינה (הגם געוויסע מאל איז דאס נישט געגאנגען אינאיינעם, ווי נאכן פטירה פון הג''ר ישכר בעריש עשקעלעס, האבן זיך די טיטלן צוטיילט ר' משה לבוב איז געווארן רב המדינה און ר' גרשון פוליץ איז געווארן אב''ד נ''ש.

אבער דאס מיינט נישט אז רב המדינה האט די זעלבע באדייט ווי קראקא והגליל, עפ''י רוב האט א רב המדינה באדייט, אז ער האט באקומען א כוח פונעם רעגירונג און לעגיטים אויף זיין רבנות פאסטן, און האט לעגאל געהאט אן אויסטערלישע מאכט און כוח. משא''כ קראקא והגליל, מיינט אז די גלילות האבן זיך (אדער האבן געמוזט) זיך אונטערגעווארפן די קראקעווער רבנות, אדער דאס לעמבערגער רבנות וכדו'.

באמת די משמעות פון 'קראקא והגלילות' און 'ניקלשבורג והמדינה', זענען הימל און ערד, און פוילן אדער אין גאליציע זענען געווען נאך הונדערטער שטעט וואס האבן נישט געהאט קיין שייכות צו קראקא, נאר די גלילות האבן געהערט צו איר, משא''כ ניקלשבורג, האט גאנץ מעהררין געהערט פאר איר, כאטש ס'איז בכלל נישט געווען אין אירע גלילות. איז דאך משמעות אז דאס האט געהאט מיט די רעגירונג צו טוהן.

גיט א קוק וואס הג''ר דוד אופ''ה זצ''ל אב''ד ניקלשבורג והמדינה שרייבט אין זיין הסכמה אויפ'ן ספר 'חות יאיר' ''דוד הוא הקטן בן המנוח המפורסם מהר''ר אברהם אופ''ה זצלה''ה תוך עם אני יושב עדת ישורון בק''ק נ''ש ובכל מדינות מעהררין ודגל האהבה פרוסה על ק''ק בריסק דליטא עם כל הסביבות והגלילות אשר סביב יחנו''. זעהט איר דעם חילוק, ניקלשבורג איז ער געווען רב אויף גאנץ מדינות מעהררין, לאו דוקא די גלילות, משא''כ בריסק דליטא שרייבט ער סביבות והגלילות אשר סביב יחנו.

קען זיין אז ס'איז געווען יוצאים מן הכלל, אבער עפי''ר האט א רב המדינה געמיינט אנערקענט פון א מדינה, און פול מער פון גלילות. פראג איז אויך אזוי געווען, קארלסבורג איז אויך אזוי געווען, וכדו'.
וישתדל ברוב אוהבים, שאין לך אוהב שאין לו מקום, ובמשלי הערב אמרו, אל ימעט בעיניך שונא אחד, ואל ירבו בעיניך אלף אוהבים (מאירי, סנהדרין מ''ה)
אמשטרדם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 390
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2010 11:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמשטרדם »

אפשר האט געשריבן:די מציבה פון רבי מרדכי בנעט זי''ע און ניקלשבורג .


ארויפלייגן א מצבה איז נישט קיין קונץ, אבער מעתיק זיין דאס איז דער קונץ. זאל איינער פון די אייניקלעך דאס מעתיק זיין ביטע
וישתדל ברוב אוהבים, שאין לך אוהב שאין לו מקום, ובמשלי הערב אמרו, אל ימעט בעיניך שונא אחד, ואל ירבו בעיניך אלף אוהבים (מאירי, סנהדרין מ''ה)
אמשטרדם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 390
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2010 11:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמשטרדם »

יעקעלע פוקס האט געשריבן:כבוד ש"ב הרב SCY
לפי ידעתי איז ער נישט געווען א תלמיד פון ר"ר שמעלקע ער איז אבער געווען זיין ממלא מקום דאס יא
-


דיין ידיעה פארנארט דיר די חכם שבחיות, ער איז יא געווען א תלמיד פון ר''ר שמעלקי, און איז נישט געווען זיין ממלא מקום.

אין איינער פון די ספרים פונעם חוזה דאכציך נפלאות הרבי, ווערט דערציילט, אז ווען דער הייליגער חוזה האט געלערנט אין ניקלשבורג ביי ר''ר שמעלקא, און דער זעלבער צייט האט הגר''מ בנעט געלערנט דארטן, ר' מרדכי וועלכער איז געקומען פון דייטשלאנד, פלעגט זיך שטענדיג באדאנקן פאר די ניקלשבורגער רעבעצין (אשת ר''ר שמעלקי), ווי דער מדת דרך ארץ פארלאנגט, ווידער דער חוזה איז דאך כידוע געגאנגען מיט פארמאכטע אויגן און ווי פארשטענדליך נישט געקוקט אויף איר זייט. איינמאל האט די רעבעצין זיך מתמרמר געווען פאר ר''ר שמעלקי, און ארויסגעברענגט די חיללוק צווישן די צוויי ווי מענטשליך דער ר' מרדכי איז, און ר''ר שמעלקי האט געענטפערט ''יא ר' מרדכי איז גרויס, אבער די חוזה וועט ביילאכטן די וועלט מיט זיין קדושה''. איך ברענג דאס נישט פונקטליך נאך, ווייל איך שרייב פון זכרון.

ווידער א ממלא מקום איז ער נישט געווען, ווייל אינצווישן איז געווען רב הג''ר גרשון חיות. ערשט שפעטער איז געווארן רב אין נ''ש
וישתדל ברוב אוהבים, שאין לך אוהב שאין לו מקום, ובמשלי הערב אמרו, אל ימעט בעיניך שונא אחד, ואל ירבו בעיניך אלף אוהבים (מאירי, סנהדרין מ''ה)
אמשטרדם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 390
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2010 11:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמשטרדם »

יעקעלע פוקס האט געשריבן:
פעלדמאן האט געשריבן:זיין רעבעצין האט געהייסן פינקל אויף די ערשטע נאמען נישט די משפחה נאמען

לידיעה בעלמה שמה היתה "שרה פינקל"

פון ווי ווייסטו אז איר נאמען איז געווען שרה?? אויף איר מצבה שטייט טרוקן פינקל. דו אלס אייניקל וואלסט געמעגט וויסן
וישתדל ברוב אוהבים, שאין לך אוהב שאין לו מקום, ובמשלי הערב אמרו, אל ימעט בעיניך שונא אחד, ואל ירבו בעיניך אלף אוהבים (מאירי, סנהדרין מ''ה)
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

אמשטרדם האט געשריבן:
יעקעלע פוקס האט געשריבן:
פעלדמאן האט געשריבן:זיין רעבעצין האט געהייסן פינקל אויף די ערשטע נאמען נישט די משפחה נאמען

לידיעה בעלמה שמה היתה "שרה פינקל"

פון ווי ווייסטו אז איר נאמען איז געווען שרה?? אויף איר מצבה שטייט טרוקן פינקל. דו אלס אייניקל וואלסט געמעגט וויסן

הוא מותיב לה והוא מפרק לה... טאקע אלץ אייניקל ווייס איך

עיין http://toladot.blogspot.com/2009/03/blog-post.html
טעמו וראו כי טוב השם
אמשטרדם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 390
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2010 11:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמשטרדם »

יעצט טייערע אייניקלעך כ''א ואחד בשמו הטוב יבורך. מ'האט שוין אויסגערעכנט באריכות ווער ס'זענען די אייניקלעך פון הגה''ק מהר''ם בנעט זי''ע, יעצט ווער פון ענק קען ענקער יחוס למעב''ק, דור אחר דור, די עלטערן פון מהר''ם בנעט, ביז דער ערשטער בנעט וואס האט משמש געווען אלס רב אין ניקלשבורג????????? איך האב געזעהן דערין סתירות דעריבער זיך איינער וואס ווייסט קראנט, אז ער זאל מיר דאס מיישב זיין
וישתדל ברוב אוהבים, שאין לך אוהב שאין לו מקום, ובמשלי הערב אמרו, אל ימעט בעיניך שונא אחד, ואל ירבו בעיניך אלף אוהבים (מאירי, סנהדרין מ''ה)
אמשטרדם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 390
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2010 11:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמשטרדם »

יעקעלע פוקס האט געשריבן:[הוא מותיב לה והוא מפרק לה... טאקע אלץ אייניקל ווייס איך

עיין http://toladot.blogspot.com/2009/03/blog-post.html


דו נעמסט מיר שוין ארויס פון די כלים, (עס איז לעגאל דא???????)

דו ברענגסט מיר פון א סייט וואס איינער שרייבט, איך הער, וואס זאל איך טוהן אז איך האב די מצבה פאר מיר, און דארטן שטייט אזוי ''הצדקת הרבנית מ'פינקל ע''ה אשת הרב מדינה הגאון מהר''ם בנעט נ'י''. סאו וואס פארקויפסטו מיר וואס דער יעניגער שרייבט??????????

בכלל דער שרייבער אויף דעם סייט שרייבט ''ובשנת תקמ"ט כשנפטר ר' שמואל שמעלקא מניקלשבורג, נתמנה ר' מרדכי לאב"ד ניקלשבורג וכל מדינת מורביה. נפטר י"ג אב תקפ"ט'''. איי ר' שמעלקי איז נפטר געווארן בשנת תקל''ח????????? קשיא.

יעצט נאכאמאל, אלס אייניקל וואלסטו געמעגט וויסן
וישתדל ברוב אוהבים, שאין לך אוהב שאין לו מקום, ובמשלי הערב אמרו, אל ימעט בעיניך שונא אחד, ואל ירבו בעיניך אלף אוהבים (מאירי, סנהדרין מ''ה)
אורח לרגע
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2008 7:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח לרגע »

יחי אדוננו
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2011 12:47 am

אייניקלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחי אדוננו »

הגה"צ ר' יהושע צבי הלוי יונגרייז שליט"א אב"ד טאלטשווא איז אויך אן אייניקל פון הגה"ק ר' מרדכי בנעט זצ"ל ווי הגה"צ טאלטשווא רב שליט"א האט שוין ארויסגעגעבן כמה ספרים פון זיין הייליגן זיידן זצ"ל תשוח"ח לו
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

רבי מרדכי בנעט'ס מאמע'ס מאמע איז געווען א טאכטער פון סמיכת חכמים זי"ע. לגבי דעם וואס מען זאגט אז רבי מרדכי בנעט זי"ע איז געווען א תלמיד פון דער רבי רבי שמעלקא זי"ע, געדענק איך אז בשעת איך האב אמאל אדורך געטוהן רבי מרדכי בנעט'ס תולדות, איז מיר געווען שווער, ווען האט ער געקענט לערנען ביי אים? דער רבי רבי שמעלקא איז געווען רב און ניקלסבורג ווייניגער ווי פינעף יאר פון שנת תקל"ג ביז תקל"ח, און לויט ווי רבי מרדכי בנעט'ס זוהן באשרייבט זיין טאטע איז ער יענע יארען בכלל נישט געווען און ניקלסבורג. ועוד, און "מוסדות טייוועל" ברענגט ער אז רבי מרדכי בנעט זי"ע און רבי ברוך טעם זי"ע (רב פון לייפציג, מעהרן) זענען קעגען חסידים, נו האט ער א ביסעל מגזם געווען אויף רבי מרדכי בנעט, אבער צו זאגען אז א תלמיד פון דער רבי רבי שמעלקא איז געווען קעגען חסידים וואלט דאך געווען ממש אן אפענע ליגענט. ביי די וועי, מיט רבי ברוך טעם שטומט עס אויך נישט ווייל "מוסדות טייוועל" איז געדרוקט געווארען און תק"פ און דענמאלץ איז שוין רבי ברוך טעם זיכער נישט געווען מער קעגען חסידים, אז ער האט גענומען דער דברי חיים נאכאמאל פאר אן איידעם פאר זיין צווייטע טאכטער. ו

אז מען זוכט משפחה, בין איך אויך אן אייניקעל פון סמיכת חכמים זי"ע, און פון דער ש"ך זי"ע עטליכע מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”