הרה"צ ר' אליעזר שלמה שיק זצ"ל המכונה מוהרא"ש, הצדיק מיבנאל. - י"ז שבט תשע"ה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע: מאנטשעסטער

הרה"צ ר' אליעזר שלמה שיק זצ"ל המכונה מוהרא"ש, הצדיק מיבנאל. - י"ז שבט תשע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

איך עפען די אשכול לכבוד די יארצייט פון מורי ורבי מוהרא"ש זי"ע

דאס איז במקום די אשכול וואס מ'האט גע'עפענט ביום הסתלקותו י"ז שבט תשע"ה, וויבאלד מ'האט געשריבן נארישקייטן אין יענעם אשכול האט מען עס פארשפארט.

נאכן שיקן א פארלאנג פאר די אחראים אז מ'זאל עס צוריק עפענען האב איך באקומען אן אנטווארט אז איך זאל עפענען א נייע אשכול ווייל ס'איז צו שווער צו קלינען יענע אשכול.

איך בעט בכל לשון של בקשה, ביטע שרייבט נישט קיין זאכן וואס וועט צוברענגען צום פארשליסונג פון די נייע אשכול!!!

א דאנק.
צום פוינט
שר חמש מאות
תגובות: 510
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2016 2:34 pm

Re: הרה"צ ר' אליעזר שלמה שיק זצ"ל המכונה מוהרא"ש, הצדיק מיבנאל. - י"ז שבט תשע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום פוינט »

מוהרא''ש נולד בירושלים בשכונת ''מאה שערים'' בכא' אייר הת''ש לאביו הגאון הדיין הרב מנחם זאב זצוק''ל. בצעירותו למד בת''ת ''עץ חיים'' בירושלים וזכה לקבל ברכתו של האדמו''ר ר' אהרון מבעלז זצוק''ל לפני הבר מצוה שלו, בגיל 16 התקרב לחסידות ברסלב, ומאז ועד להסתלקותו השתדל בכל כוחו להפיץ את שמו ותורתו של רבינו הקדוש ר' נחמן מברסלב זיע''א.

תמיכתו המיוחדת לכל יהודי
מוהרא''ש היה נותן יחס אישי לכל יהודי שפנה אליו, היה משתתף בצערו, כואב את כאבו ובוכה עבורו. אם היה מגיע אליו מקרה של שלום בית הוא היה יושב שעות על גבי שעות ולא מפסיק עד שזה היה נפתר.

ההשתוקקות שלו לציון הקדוש של רבי נחמן מברסלב זיע''א היתה במידה שקשה להבין, עוד הרבה לפני קריסת מסך הברזל הוא היה מסתכן ועושה את הדרך לאומן, מתחת עיני הבולשת הרוסית. באחת הפעמים לפני כ 32 שנה מוהרא''ש נסע לעיר ברסלב ביחד עם בנו הקטן משה, ושם הלך להתפלל על ציונו של ר' נתן זיע''א.

גאונותו - למעלה מ1,500 קונטרסים לחיזוק
מוהרא''ש היה גאון עצום ובקי בכל פרד''ס התורה בבקיאות מבהילה, חיבר עשרות אלפים מכתבים של חיזוק ולמעלה מ1,500 קונטרסים המחזקים נשמות ישראל ומקרבים אותם לאביהם שבשמים ועוד הרבה ספרים בנושאים שונים. עסק הרבה בנושא של קדושת בחורי ישראל, וזכה לחתן למעלה מאלפיים זוגות בחייו. היה אהוב מאד על גדולי ישראל אשר כיבדוהו והעריכוהו עד למאד. מוהרא''ש נסתלק בעש''ק יז' שבט תשע''ה, ובהשגחה פרטית תאריך זה הוא בדיוק כמספר שמו אליעזר שלמה שי''ק, או ר' אליעזר שלמה בן מנחם זאב.
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: הרה"צ ר' אליעזר שלמה שיק זצ"ל המכונה מוהרא"ש, הצדיק מיבנאל. - י"ז שבט תשע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

ביי וועם איז ער געווען א איידעם?
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
ארי וואהרמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 296
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 19, 2016 9:47 am

Re: הרה"צ ר' אליעזר שלמה שיק זצ"ל המכונה מוהרא"ש, הצדיק מיבנאל. - י"ז שבט תשע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארי וואהרמאן »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:ביי וועם איז ער געווען א איידעם?

ביי הרה״צ אשר ראטענבערג ז״ל האדמו״ר מקאסאן
כבוד הרב
שר חמש מאות
תגובות: 918
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 7:11 pm

Re: הרה"צ ר' אליעזר שלמה שיק זצ"ל המכונה מוהרא"ש, הצדיק מיבנאל. - י"ז שבט תשע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כבוד הרב »

ארי וואהרמאן האט געשריבן:
נאר מיט שמחה האט געשריבן:ביי וועם איז ער געווען א איידעם?

ביי הרה״צ אשר ראטענבערג ז״ל האדמו״ר מקאסאן

הרה”צ רבי אשר ישעי הלוי ראטנבערג זצ”ל מקאסען בן הרה”צ רבי משה שמואל מקאסען זצ”ל מקאסען ב”ב
וחתן הרב החסיד רבי בעריש ווייזער ז”ל
ארי וואהרמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 296
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 19, 2016 9:47 am

Re: הרה"צ ר' אליעזר שלמה שיק זצ"ל המכונה מוהרא"ש, הצדיק מיבנאל. - י"ז שבט תשע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארי וואהרמאן »

ער איז געווען מיין מלמד אין כתה ה׳ אין די באבובער ישיבה אין קרוינהייטס אין תשכ״ה
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2035
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: הרה"צ ר' אליעזר שלמה שיק זצ"ל המכונה מוהרא"ש, הצדיק מיבנאל. - י"ז שבט תשע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

תולדות ושורשים



הרב הצדיק רבי אליעזר שלמה שיק זצ"ל


ממנהטן מגיעה הבשורה המרה על פטירתו של הרב הצדיק רבי אליעזר שלמה שיק הצדיק מיבנאל מרבני חסידות ברסלב. ואלו תולדותיו, רבי אליעזר שלמה נולד ביום כ"א אייר ת"ש בתל אביב, בילדותו למד בת"ת עץ חיים בירושלים, כאשר עברה משפחתו אל ארצות הברית, נכנס ללמוד בישיבתו של הרב מקאשוי, ואחר כך למד בישיבתו של רבי משה פיינשטיין.

רבי אליעזר שלמה שיק, מאתר ברסלב סיטי

בבחרותו נתקרב אל רבי נחמן מברסלב בעקבו ספרו משיבת נפש. בשנת תשכ"ב נשא לאשה את בתו של האדמו"ר רבי אשר ישעיהו רוטנברג מקאסאן, בנישואיו סידר קידושין הגאון רבי משה פיינשטיין. כל ימיו מסר נפשו להפיץ את תורת חסידות ברסלב, והקים קהילות שהלכו בשיטתו. בבורו פארק בארה"ב וביבנאל בארץ ישראל ובמקומות נוספים.
ומעתה נכתוב את סדר יחוסו מעלה בקודש.

אביו הרב הצדיק רבי מנחם זאב שיק גאבד טאקאיי טוקאיי, בעמ"ח מנחת זאב, נתגדל בבית זקינו בעל אם לבינה, למד בישיבתו רבי יואל טייטלבוים בקראלי, ועוד. כבר בבחרותו בהיותו כבן תשע עשרה, נסמך להוראה מרבי שמעון גרינפלד, שכתב עליו הפלגות גדולות, "אדם אחד מאלף לא מצאתי בקי כזה", ונסמך גם מבעל הלבושי מרדכי ממאד. בשנת תרצ"ג נשא לאשה את זוגתו מרת מלכה לבית מושקוביץ בתו של ראב"ד טאקאיי. בשנת ת"ש עלו לארץ ישראל, וקבעו מושבם בתל אביב, שם נולד להם בנם המוהרא"ש,

רבי מנחם זאב שיק, מאתר ברסלב סיטי
בשנת תש"ו נקרא על ידי רבו בעל הדברי יואל לכהן כראש ישיבת יטב לב בירושלים, בשנת תשי"ג נסע לארצות הברית, ושם קבע את מושבו בבורו פארק. רבי מנחם זאב האריך ימים ונפטר ביום ד' תשרי תשס"ג ומנוחתו בהר הזיתים, סמוך למקום מנוחתה של זוגתו מלכה שנפטרה ביום ח'' חשוון תש"ן, ונטמנה בהר הזיתים. מצאצאיו: א. רבי בנימין שיק גאב"ד טאקאיי פלטבוש חתן רבי אהרן משה מחוסט, נפטר ה' אלול תשס"ח. ב. רבי אליעזר שלמה דידן.
אביו רבי אלכסנדר זישא שיק הי"ד, נולד בשנת תר"ם לערך, תלמיד רבי אברהם יצחק גליק, רבי יהודה גרינפלד ורבי יהושע ברוך רייניץ כיהן כדומ"ץ בכפר קטן ברומניה, בשם סילאדי פיער, היה לו חיבור מוכן על שו"ע יורה דעה, אך לא הדפיסו מחוסר כסף. מספרים עליו שהיה יושב רוב היום בטלית ותפילין, ובעל מקובל גדול. נהרג על ידי הנאצים באושוויץ בשנת תש"ד, והיא"צ שלו ביום ט"ו סיון. תשובה אליו בשו"ת לחם שלמה לרש"ז עהרנרייך, ובשו"ת מהרש"ג יש ממנו כמה תשובות. זוגתו מרת חנה טויבאלע לבית שיפמן. צאצאיו: א. רבי מנחם זאב שיק הנ"ל. ב. רבי חיים אברהם צבי שיק הי"ד. ג. מרת גיטל אשת ר' ישראל פישמן שו"ב בק"ק מעדיאסא. ד. מרת פייגא רבקה אשת ר' אברהם קלונימוס פרידמן הי"ד אב"ד נירלאגאש על מקום חו"ז. ה. מרת רחל שיינדל אשת ר' יעקב יוסף קנופף הי"ד. ו. מרת בת ציון הי"ד.
אביו רבי מנחם זאב שיק ראב"ד גירעש, היה מקובל גדול, תלמידו של הרה"ק רבי יצחק אייזיק מקאמרנא, נפטר י"ח אדר תרנ"ו. זוגתו מרת חיה דבורה נפטרה ל"ו למב"י תרע"ד ושם אביה שמואל גרשון. [יתכן והיתה לו אשה ראשונה, ושמה רבקה]. מצאצאיו: א. ר' אלכסנדר זישא שיק הנ"ל. ב. ר' צבי שיק שהביא לדפוס את הספר נוצר חסד להרה"ק מקאמרנא גרוסוורדיין תש"ב.
ומעלה בקודש
המוהרא"ש כתב שממנו ומעלה ארבע עשרה דורות עד בעל התוספות יום טוב. ויתכן שהוא היה ממשפחתו של רבי חנוך העניך שיק אב"ד שקלוב, שנכתב יחוסו עד בעל התוספות יום טוב. אלא, שיחוסו של המוהרא"ש מגיע לבעל התוספות יום טוב מכיוון אחר, כפי שאכתוב בהמשך.
בעזרת ה', בעוד כמה ימים אכתוב מאמר נוסף על המשך יחוסו של מוהרא"ש שיק.
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2035
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: הרה"צ ר' אליעזר שלמה שיק זצ"ל המכונה מוהרא"ש, הצדיק מיבנאל. - י"ז שבט תשע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

מגילת יוחסין של רבי אליעזר שלמה שיק
הזכרנו במאמר הקודם את יחוסו בן אחר בן של המוהרא"ש רבי אליעזר שלמה שיק.
וכעת נמשיך ונפרט את יחוסו מכמה צדדים, לרבנים יושבי על מדין בקהילותיהם.
ותחילה נפרט שוב את יחוסו מצד אבותיו.


רבי אליעזר שלמה שיק רב דק"ק היכל הקודש ברסלב נפטר י"ז שבט תשע"ה.
אביו, רבי מנחם זאב שיק אב"ד טוקאיי נפטר ה' תשרי תשס"גג. זוגתו מרת מלכה לבית מושקוביץ, נפטרה ח' חשון תש"ן.
אביו, רבי אלכסנדר זישא שיק דומ"ץ סילאדי פיער הי"ד נהרג ט"ו סיון תש"ד. זוגתו מרת חנה טויבא לבית שיפמן.
אביו רבי מנחם זאב שיק ראב"ד גירעש נפטר י"ח אדר תרנ"ו. זוגתו מרת חיה דבורה נפטרה כ"א אייר תרע"ד.
ומעלה בקודש.

כעת נמשיך ביחוסו של המוהרא"ש מצד אמו, מרת מלכה הנ"ל,
אביה רבי חיים שלמה מושקוביץ ראב"ד טאקאיי, המכונה ר' חיים זלמן, בעהמ"ח גיא חזיון. נולד בתמוז תרכ"ה בעיר איהעל, בילדותו נתברך מבעל הייטב לב, וזכר זאת כל ימיו. למד תורה מפי רבני עירו, ונסע לישיבות רבני הונגריה, לפוטנאק, ומשם לוויצען אצל הגאון רבי דוד זילברשטיין, ממנו נסמך להוראה בשנת תרמ"א, ומשם נסע לערלוי ללמוד אצל רבי שמעון סופר. בשנת תר"ן, נשא לאשה את זוגתו מרת חנה לבית גרינפלד.

מצבת מלכה אמו של רבי אליעזר שלמה שיק
בשנת תרנ"ב קיבל היתר הוראה מגדולי הרבנים בהונגריה, רבי אברהם יצחק גליק בעל יד יצחק מטולטשווא, ובעל נטע שורק, ובעל נהרי אפרסמון, ובעל פקודת אלעזר. בשנת תרנ"ד נתקבל לכהן כדומ"ץ בק"ק טאקאיי. נפטר ביום א' תמוז תרצ"ו.
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע: מאנטשעסטער

Re: הרה"צ ר' אליעזר שלמה שיק זצ"ל המכונה מוהרא"ש, הצדיק מיבנאל. - י"ז שבט תשע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

ארי וואהרמאן האט געשריבן:ער איז געווען מיין מלמד אין כתה ה׳ אין די באבובער ישיבה אין קרוינהייטס אין תשכ״ה

מוהרא"ש זי"ע אלס מלמד אין באבוב תשכ"ו
אטעטשמענטס
NL3cUv13KJ_מוהראשמלמד._LI(2).-large.jpg
NL3cUv13KJ_מוהראשמלמד._LI(2).-large.jpg (118.31 KiB) געזען 1706 מאל
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע: מאנטשעסטער

Re: הרה"צ ר' אליעזר שלמה שיק זצ"ל המכונה מוהרא"ש, הצדיק מיבנאל. - י"ז שבט תשע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

אויפדעקונג: געפונען געווארן ספר "טל השמים" וואס די קאשוי רב זצ"ל האט געגעבן דרשה געשאנק פאר מוהרא"ש זצ"ל ביי זיין חתונה
אטעטשמענטס
Ku6g42Wmj4_Screenshot_2019-09-03-09-49-34-1-large.jpg
Ku6g42Wmj4_Screenshot_2019-09-03-09-49-34-1-large.jpg (94.21 KiB) געזען 1692 מאל
9ehWb26dLI_Screenshot_2019-09-03-09-49-21-large.jpg
9ehWb26dLI_Screenshot_2019-09-03-09-49-21-large.jpg (90.48 KiB) געזען 1692 מאל
gs5GJwFu3n_5461-large.jpg
gs5GJwFu3n_5461-large.jpg (63.66 KiB) געזען 1692 מאל
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע: מאנטשעסטער

Re: הרה"צ ר' אליעזר שלמה שיק זצ"ל המכונה מוהרא"ש, הצדיק מיבנאל. - י"ז שבט תשע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

די חתונה פון מוהרא"ש ז"ל י"א שבט תשכ"ב - ר' משה פיינשטיין איז אויף די לינקע זייט פון מוהרא"ש
אטעטשמענטס
cjk99QoPFu_Chasandnon-large.jpg
cjk99QoPFu_Chasandnon-large.jpg (112.09 KiB) געזען 1685 מאל
מודה ומהלל
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 10:52 am

Re: הרה"צ ר' אליעזר שלמה שיק זצ"ל המכונה מוהרא"ש, הצדיק מיבנאל. - י"ז שבט תשע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מודה ומהלל »

בדרשה.
אטעטשמענטס
2_50.JPG
2_50.JPG (39.11 KiB) געזען 1578 מאל
מודה ומהלל
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 10:52 am

Re: הרה"צ ר' אליעזר שלמה שיק זצ"ל המכונה מוהרא"ש, הצדיק מיבנאל. - י"ז שבט תשע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מודה ומהלל »

בעריכת השולחן.
אטעטשמענטס
7_31.jpg
7_31.jpg (88.35 KiB) געזען 1579 מאל
מודה ומהלל
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 10:52 am

Re: הרה"צ ר' אליעזר שלמה שיק זצ"ל המכונה מוהרא"ש, הצדיק מיבנאל. - י"ז שבט תשע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מודה ומהלל »

בקבר רחל.
אטעטשמענטס
200911~1.JPG
200911~1.JPG (64.15 KiB) געזען 1572 מאל
אוועטאר
פרישוואסער
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

Re: הרה"צ ר' אליעזר שלמה שיק זצ"ל המכונה מוהרא"ש, הצדיק מיבנאל. - י"ז שבט תשע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישוואסער »

אלט געווען 75 ווען ער איז נפטר געווארן
אוועק פליצלינג? אדער נישט געווען געזינט?
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע: מאנטשעסטער

Re: הרה"צ ר' אליעזר שלמה שיק זצ"ל המכונה מוהרא"ש, הצדיק מיבנאל. - י"ז שבט תשע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

פרישוואסער האט געשריבן:אלט געווען 75 ווען ער איז נפטר געווארן
אוועק פליצלינג? אדער נישט געווען געזינט?

געהאט לוקימיע רח"ל
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע: מאנטשעסטער

צום יארצייט י"ז שבט: פרעזענטאציע פון די לעבנס געשיכטע פון מוהרא"ש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

הקדמה
דא וועט איר בעזרת השם קענען מיטהאלטן א הערליכע פרעזענטאציע פון די לעבן פון מוהרא"ש זכרונו לברכה. מיר וועלן בעזה"ש דורכגיין זיינע אינגע יארן אין ירושלים עיה"ק, זיינע בחורישע יארן אין די בראנקס, ווי ער האט געטראפן א ברסלבע ספר, וואס האט געטוישט זיין לעבן. וואס עס האט פאסירט נאך זיין חתונה, ווען בחורים האבן אנגעהויבן צו קומען צו אים און געבעטן עצות און הדרכה.
מיר וועלן דורכשפאצירן פילע שטורמישע קאפיטלען פון דאס לעבן פון מוהרא"ש, וואס האט גענומען פאר זיך זיין ציל אין לעבן אריינצוברענגען די זיסע און געשמאקע לימודים פון הייליגן רבין צו יעדן איד אויף דער וועלט. מיר וועלן מיטהאלטן וואס עס איז אריבער אויף מוהרא"ש אין די זעכציג יאר וואס אלעס האט זיך געדרייט ארום דעם איינע מחשבה "וויאזוי קען איך העלפן נאך א איד זיך דערנענטערן צום אייבערשטן?".
אטעטשמענטס
72.jpg
72.jpg (51.98 KiB) געזען 1370 מאל
לעצט פארראכטן דורך גרינוויל תושב אום מיטוואך יאנואר 19, 2022 2:05 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע: מאנטשעסטער

צום יארצייט י"ז שבט: פרעזענטאציע פון די לעבנס געשיכטע פון מוהרא"ש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

קאפיטל א': מוהרא"ש'ס נשמה קומט אראפ אויף דער וועלט

זיינע עלטערן
מוהרא"ש זי"ע איז געבוירן געווארן אין שטאט תל אביב אום כ"א אייר יאר ת"ש לפ"ק, צו זיינע הייליגע עלטערן הגה"צ רבי מנחם זאב שיק זצ"ל, דער טאקאיער רב, און צו זיין מאמע הרבנית הצדקת מרת מלכה ע"ה די טאכטער פון הגאון רבי חיים שלמה זלמן מאשקאוויטש זצ"ל, דער טאקאיער רב.
זיינע עלטערן זענען קורצליך פריער אנגעקומען פון אונגארן פון וואו זיי זענען אנטלאפן, נאכדעם וואס די מצב דארט איז געווארן אומדערטרעגליך.

אין ירושלים
מוהרא"ש'ס עלטערן האבן געזען אז תל אביב איז נישט א פאסיגע פלאץ וואו אויפצוציען אן ערליכער דור, האבן זיי זיך געצויגן קיין ירושלים עיה"ק, ווי פילע ערליכע אידן האבן געוואוינט.
ווען דער הייליגער סאטמארער רבי זי"ע איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל אין יאר תש"ה, האט דער סאטמערער רבי געשטעלט מוהראש'ס טאטע אלץ ראש ישיבה פון "ישיבה יטב לב" וואס ער האט דאן געגרינדעט אין ירושלים.
ביי די דריי יאר אלט, איז מוהרא"ש אריינגעגאנגען אינעם באקאנטן ירושלימער חדר "תלמוד תורה עץ חיים", וואס איז געגרינדעט געווארן דורך הגאון רבי שמואל סאלאנט זי"ע.

די חדר יארן
אין כיתה ג' האט מוהרא"ש געהאט א מלמד א ברסלבער חסיד, רבי יעקב קאלמאנאוויטש ז"ל וואס מען האט גערופן "רבי יענקל מלמד", רבי יענקל איז געווען א תלמיד מובהק פון רבי אברהם שטערנהארץ ז"ל (אן אייניקל פון הייליגן רבי נתן).
דער מלמד רבי יענקל פלעגט יעדן פארטאגס זיך מתבודד זיין אסאך שעות, און בעטן דעם אייבערשטן אויף יעדן תלמוד עקסטער אז ער זאל מצליח זיין אין תורה און יראת שמים.
ער האט טאקע זייער מצליח געווען מיט די תלמידים, וואס האבן געדענקט זייער גאנצע לעבן וואס מען האט געלערנט ביי אים, און קיינער פון זיי זענען נישט ארויס לתרבות רעה.

א מלחמה אין אלט שטאט
אין יאר תש"ח האט אויסגעבראכן די מלחמה צווישן די אראבער און די ציונים, די מצב אין גאסן פון אלט שטאט ירושלים איז געווארן שרעקליך, מען האט נישט געקענט ארויסגיין אויפן גאס, אפילו די חדרים זענען פארמאכט געווארן. דאן איז די גאנצע משפחה אוועק פון אלט שטאט, און זיך אויפגעהאלטן אין א קליין האטעל אין צענטער פון שטאט.

די עבודה פון צדיקים
דארט האט מוהרא"ש געזען די הייליגע עבודה פון פילע צדיקים וואס זענען געקומען דארט זיך אויפהאלטן, ווי הרב הקודש רבי מרדכי חיים זי"ע דער סלאנימער רב, דער פריערדיגער תולדות אהרן רבי זי"ע, און זיין שווער דער בעל שומרי אמונים זי"ע.
אויך האט מוהרא"ש געהאט די געלעגענהייט צו זען אין ירושלים דער ירושלימער רב רבי יוסף צבי דושינסקי זי"ע, הגה"ק רבי זעליג ראובן בענגיס זי"ע ראב"ד ירושלים, און דער גרויסער מתמיד רבי גרשון לפידות זצ"ל.

סיפורי צדיקים
מוהרא"ש האט זייער ליב געהאט צו הערן סיפורי צדיקים. ביים עלטער פון צוועלף יאר, איז זיין מלמד געווען דער גרויסער ירושלימער מגיד רבי שבתי יודעלעוויץ ז"ל, וואס האט זייער אויפגעפלאמט די תלמידים מיט זיינע זיסע מעשיות און משלים.

ווער און וויאזוי איז מען א צדיק?
ווען מוהרא"ש פלעגט הערן מעשיות פון צדיקים, פלעגט אים אבער קוועטשן צוויי זאכן. איינס, פארוואס האט דער אייבישטער אויסגעוועלט דווקא אין די נשמות אז זיי זאלן זיין די צדיקים? איז עפעס דא פראטעקציע ביים אייבערשטן? און צווייטענס, מען פלעגט פארציילן ווי די צדיקים האבן "געזען אין הימל" - מוהרא"ש פלעגט טראכטן: "וויאזוי גייט מען ארויף אין הימל?", די צוויי קשיות האבן אים שטארק געדרוקט אין זיינע אינגע יארן.

זאלסט זיין א מנהיג ישראל
פארן בר מצוה איז מוהרא"ש אריין מיט זיין מאמע צו הרה"ק מבעלזא זי"ע וואס האט אים אנגעווינטשן מיט א זעלטענע ברכה "זאלסט זיין א ירא שמים, און א מנהיג ישראל".

א פשוטע בר מצוה מיט טייערע תפילין
כאטש וואס צוליב גרויס ארימקייט האט מען געפארוועט נישט מער ווי א קליינע בר מצוה מיט צוויי-דריי חברים. האט אים אבער זיין מאמע געקויפט מיט מסירת נפש, גאר טייערע מהודר'דיגע תפילין פונעם בארימטן סופר רבי יהודה ישכר בער ראטה ז"ל, וואס איז אים געווען גאר טייער.

אין וויליאמסבורג
נאכן ווארטן אפאר יאר, האט ער מיט זיין מאמע ענדליך באקומען פאפירן קענען צו פארן קיין אמעריקע. אום חודש אלול תשי"ג זענען זיי אנגעקומען קיין וויליאמסבורג, ווי זיי האבן זיך מסתופף געווען ביים הייליגן צדיק דער סאטמארער רבי זי"ע אין די ימים נוראים פון שנת תשי"ד. דאן האט מוהרא"ש געהערט דאס ווארט פון סאטמארער רבי "איין זאך האב איך מורא פארן בית דין של מעלה, אז איך האב נישט גענוג געטון פאר אונזערע ספרדישע ברודער". וואס איז אים אריין אין די ביינער.

ישיבה קטנה
אלץ יונגע בחור האט מוהרא"ש זי"ע געלערענט א האלבע יאר אין די נייטרא ישיבה אין מאונט קיסקא, דערנאך איז ער אריין אין ישיבה "ערוגת הבושם צעהלים" אין וויליאמסבורג. וואוינענדיג אין די בראנקס, פלעגט מוהרא"ש דארפן אויפשטיין זייער פרי פארטאגס, און נעמען די באן קיין וויליאמסבורג, וואס האט גענומען צוויי שעה.
דער מגיד שיעור דארט איז געווען הרה"צ רבי רפאל בלום זצ"ל, דער קאשויער רב.
אטעטשמענטס
e5X1AUW7Wh_scan0126-large.jpg
e5X1AUW7Wh_scan0126-large.jpg (100.7 KiB) געזען 1353 מאל
לעצט פארראכטן דורך גרינוויל תושב אום מיטוואך יאנואר 19, 2022 2:05 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע: מאנטשעסטער

צום יארצייט י"ז שבט: פרעזענטאציע פון די לעבנס געשיכטע פון מוהרא"ש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

קאפיטל ב': מוהרא"ש טרעפט א נייע אור

צוויי שעה אויפן טרעין
אויף די לאנגע וועגן פלעגט מוהרא"ש אלץ מיטנעמען א ספר אדער א מעשה ביכל וואס ער האט געטראפן אין ספרים שאנק ביי זיין טאטן.
אין איינער פון די טעג אנפאנג ווינטער שנת תשט"ז האט מוהרא"ש אין איילעניש צו כאפן דעם טרעין קיין וויליאמסבורג, געכאפט א ספר "משיבת נפש". דער ספר איז אנגעקומען צו מוהרא"ש'ס טאטע אין די הענט נאך אין ירושלים דורך א מפיץ, וואס האט עס אריינגעלייגט אין ספרים שאנק.

מען קען רעדן צום אייבערשטן
אויפן טרעין האט מוהרא"ש ארויסגענומען דעם ספר'ל פון טאש און אנגעהויבן אריינצוקוקן דערין, און האט געשפירט "דער ספר רעדט צו מיר!", אויך ווען ער איז שוין אנגעקומען אין ישיבה האט מוהרא"ש נישט געקענט אראפלייגן דעם ספר פון זיין האנט, ער האט במשך דעם טאג איבערלערענט דעם ספר עטליכע מאל.

וואס איז דאס ברסלב?
ער האט זיך נאכגעפרעגט ווער עס האט געמאכט דעם ספר און זיין ברודער הגאון רבי בנימין ז"ל האט אים געזאגט אז דאס איז א ברסלבער ספר, און האט אים צוגעוויזן די אנדערע ספרים וואס דער הייליגער רבי און רבי נתן האבן מחבר געווען, די ליקוטי מוהר"ן, ליקוטי הלכות, און אזוי ווייטער.
מוהרא"ש האט נישט גערוט ביז ער האט באוויזן צו לייגן זיין האנט אויף די אנדערע ספרים פון רבין, צו וואס ער איז געווארן צוגעקלעבט. און דא האט ער געטראפן די ענטפערס אויף זיינע שאלות וואס האט אים געדרוקט, מוהרא"ש האט געטראפן וואס דער הייליגער רבי נתן שרייבט אין ליקוטי הלכות הלכות ברכת השחר, אז מענטשן מיינען אז צדיקים ווערן נאר די וואס האבן א ספעציעלע הייליגע נשמה, אבער דער אמת איז - שרייבט רבי נתן - אז יעדער איד לויט וויפיל ער פלאגט זיך און שטארקט זיך מיטן רעדן צום אייבעשטן, אזוי ווערט מען א אמת'ע צדיק. און אויף זיין צווייטע שאלה וויאזוי גייט מען ארויף אין הימל, האט ער געזען אין ספר "השתפכות הנפש", אז דורך אסאך רעדן צום אייבערשטן, באקומט מען א ריינע מח, און מען ווערט דבוק אין אייבערשטן, ביז מען קומט אן גאר הויך.

תמימות ופשיטות
מוהרא"ש האט אנגענומען און געפאלגט יעדע הנהגה און עצה וואס ער האט געזען ביים רבין מיט א תמימות און פשיטות. מוהרא"ש פלעגט רעדן צום אייבערשטן יעדן טאג אסאך שעות, וואס האט אים געברענגט צו ווערן א גרויסער מתמיד, אנדערש ווי ביז יעצט וואס ער האט נישט געהאט קיין געדולד צו לערנערן, און אזוי אויך האט עס אים געברענגט א קלארע און ריינע אמונה.

זאגן ח"י פרקים משניות
אזוי אויך זעענדיג דעם שיחה אין שיחות הר"ן סימן קפ"ה, האט ער גענומען אויף זיך דאס זאגן ח"י פרקים משניות יעדן טאג מיט א מורא'דיגע עקשנות, און האט זיך נישט גערירט פון פלאץ ביז ער האט זוכה געווען צו ענדיגן.

משמש זיין צדיקים
אלץ בחור אין ישיבה האט מוהרא"ש זוכה געווען צו זען און באדינען פארשידענע צדיקים וואס ער האט זיך אסאך אפגעלערנט פון זייערע הייליגע וועגן, צווישן זיי דער נאוואמינסקער רבי זי"ע, און דער רבי רבי דוד יצחק אייזיק, דער סקאליער רבי זי"ע, און דער צאנז-קלויזענבורגער רבי זי"ע.
טראץ פארשידענע מניעות וואס ער האט געהאט אויסצושטיין פאר פארשידענע ריכטונגען, האט ער זיך געשטארקט אין ווייטער געגאנגען מיט זיין הייליגע עבודה.

א נדר צו פארשפרייטן די ספרים
מוהרא"ש האט זיך זייער געפלאגט צו טרעפן פארשידענע בענדער פונעם הייליגן ספר "ליקוטי הלכות", ער האט עס ארומגעזוכט אין יעדע ספרים געשעפט וואס עס איז נאר מעגליך געווען, און כאטש ער האט צום סוף מצליח געווען עס צו טרעפן, האט ער צוגעזאגט צו זיך אז ווען דער אייבישטער וועט אים העלפן און ער וועט חתונה האבן, וועט ער דרוקן אלע ספרים פון הייליגן רבין, און עס פארשפרייטן אויף די וועלט פאר קאסט פרייז.

ראש השנה ביים קיבוץ
אין יאר תש"כ האט ער זיך צום ערשטן מאל באטייליגט ביים קיבוץ פון אנשי שלומינו אויף ראש השנה. דער מנין איז דאן באשטאנען אין דער ברסבלער בית המדרש אין דער איסט סייד, ווי עס האבן זיך באטייליגט נישט מער פון פופצן מענטשן. און טראץ די פילע שווערקייטן פון אלע זייטן, אויסערדעם וואס ער האט נישט געהאט וואס צו עסן און וואו צו שלאפן, אבער איז געווען זייער פרייליך צו מקיים זיין דעם רצון פון רבין.
דארט האט זיך מוהרא"ש באקענט מיטן ברסלבן חסיד הרה"ח רבי בנימין זאב חעשין זצ"ל, פון וועם מוהרא"ש האט אסאך מקבל געווען דאן.

אין ישיבה פון רבי משה
נאך ראש השנה, איז מוהרא"ש אריין אין ישיבה "תפארת ירושלים" פון הגאון רבי משה פיינשטיין זי"ע, ווי מוהרא"ש האט געלערנט זייער פלייסיג א גאנצן טאג מיט א מורא'דיגע עקשנות, וואס גארנישט האט אים נישט געקענט אוועקרוקן פון זיין ספר.

מוהרא"ש ווערט א חתן
כ' סיון תשכ"א איז מוהרא"ש געווארן א חתן. די כלה איז געווען א טאכטער פון רבי אשר ישעיה ראטענבערג זצ"ל דער קאסאנער רבי.
די חתונה האט מען באשטימט אויף חודש שבט תשכ"ב. צוליב די גרויסע הערצה וואס הגאון רבי משה פיינשטיין האט געהאט אויף דעם בחור דער גרויסער מתמיד פון ישיבה מוהרא"ש זי"ע, איז רבי משה ארויס פון זיין וועג, און זיך געקומען משתתף זיין ביי די חתונה.

נסיון העוני
נאך די חתונה איז מוהרא"ש אריבערגעגאנען שווערע נסיונות פון ארימקייט, עס איז געווען צייטן וואס עס איז ממש נישט געווען וואס צו עסן. מוהרא"ש האט נישט געוואלט אפלאזן זיינע שיעורים וואס האבן אים אנגעפילט דעם טאג, און איז געגאנגען נאך געלט פון טיר צו טיר צו קענען קויפן עסן און באצאלן רענט.
גייענדיג נאך געלט איז אים אויסגעקומען צו זיך באקענען מיטן הייליגן צדיק הרה"ק רבי אברהם יושע העשיל זי"ע דער קאפישניצער רבי, וואס איז שוין דאן געווען הונדערט יאר אלט, אזוי אויך מיט הרה"ק רבי מרדכי שלמה דער באיאנער רבי זי"ע.
אטעטשמענטס
Gyq5hboMZN_scan0120-large.jpg
Gyq5hboMZN_scan0120-large.jpg (214.3 KiB) געזען 1345 מאל
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע: מאנטשעסטער

צום יארצייט י"ז שבט: פרעזענטאציע פון די לעבנס געשיכטע פון מוהרא"ש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

קאפיטל ג': מוהרא"ש איז מפיץ דעם רבי'ן

אשר בנחל
אין יאר תשכ"ד האבן זיך פלוצלינג אנגעהויבן צו ווענדן צו מוהרא"ש בחורים און אינגעלייט און אים געבעטן ער זאל זיי העלפן אין עבודת השם, מוהרא"ש פלעגט זיי פרעגן "ווער שיקט ענק? פארוואס קומט עטס צו מיר?" אויך האט אים אנגעהויבן אנצוקומען בריוו מיט שאלות.
ערב חנוכה תשכ"ד האט מוהרא"ש אנגעהויבן צו שרייבן בריוו פון התחקות וואס פון דעם איז ארויסגעקומען די פילע בענדער "אשר בנחל".

דער ברסלבע בית המדרש אין בארא פארק
ביז דאן איז דער איינציגסטער ברסלבע בית המדרש אין גאנץ אמעריקע געווען אין דער "איסט סייד", וואס האט אנגעהאלטן פון יאר תשט"ו ביז תשכ"ד, וואס דאן איז דער געגענט געווארן אויסגעשפילט, מוהרא"ש האט דאן געהאלפן גרינדן דעם ברסלבן בית המדרש אין בארא פארק אויף די זעכצנטן עוועניו קארנער פיר און פערציגסטער סטריט. נאך פארשידנע פינאנציעלע שווערקייטן איז מען אריבער צום זעכצנטער עוועניו קארנער צוויי און פופציג סטריט וואס מען האט גענוצט עטליכע יאר, ביז מען האט געקויפט דער בית המדרש ברסלב אויפן זעכצנטער עוועניו קארנער פינעף און פופציגסטער סטריט, וואס איז נאך אפן ביזן היינטיגן טאג.
מוהרא"ש פלעגט דארט פארלערנען א שיעור אין ליקוטי מוהר"ן יעדע מיטוואך נאכט. אזוי אויך פלעגט מוהרא"ש אליינס רייניגן דאס בית המדרש, אן דעם וואס קיינער זאל וויסן דערפון.

שרייב!
איין נאכט האט זיך מוהרא"ש געחלומט ווי דער רבי מיט רבי נתן שמועסן, און דער רבי זאגט אים "שרייב שרייב, איך וועל דיר מגלה זיין שיינע זאכן!"
מוהרא"ש האט זיך דאן גענומען שטארק אין די ארבעט פון דרוקן און פארשפרייטן דעם רבינס ספרים, ער האט געדרוקט דעם ספר "מכניע זדים", "משיבת נפש", און כדי דאס צו קענען באצאלן, האט ער זיך פארדינגען צו ארבעטן אינעם דרוקעריי.
צוליב וואס ער האט געדוקט די ספרים אזוי ביליג האט זיך אנגעהויבן א מחלקות קעגן מוהרא"ש, אבער מוהרא"ש האט זיך געשטארקט און ארומגעגאנגען פארשפרייטן די ספרים פאר פעניס ממש, אזוי אויך האט ער אויסגעלערנט נאך חברים אזוי צו טון.
זייענדיג געדרוקט אין געלט איז אים אונטערגעקומען א געלעגענהייט צו ווערן א מלמד אין חדר, ווי ער האט זייער מצליח געווען, און האט אריינגעלייגט גרויסע כוחות אין די תלמדים.

די ערשטע מאל ביים ציון אין אומאן
אום חודש תמוז תשכ"ו האט זיך געמאכט א געלעגענהייט פאר מוהרא"ש זיך אריבערצוכאפן צום הייליגן ציון פון רבין אין אומאן, אויף וואס מוהרא"ש האט זייער אסאך מתפלל געווען, טראץ די פילע שטיינער וואס זענען אים געשטאנען אין וועג, האט מוהרא"ש מצליח געווען אנצוקומען צום און זיך משטטח זיין ביים הייליגן ציון ווי ער האט געבעטן דעם אייבערשטן זאל אים העלפן איבערקומען אלע שווערקייטן.

ברסלבע חסידים אין ארץ ישראל
פון דארט איז מוהרא"ש געפארן קיין ארץ ישראל, ווי מוהרא"ש האט באגעגענט דעם גרויסן צדיק רבי לוי יצחק בענדער ז"ל, וואס האט אים זייער מקרב געווען, און מוהרא"ש האט גאר אסאך גערעדט מיט אים און מקבל געווען פון אים שיחות און תורות וואס זענען געווען מקובל ביי אנשי שלומינו. וואס מוהרא"ש האט אלעס אפגעשריבן.
אויך האט זיך מוהרא"ש דעמאלטס געטראפן מיט הרה"ח רבי שמואל הורוויץ ז"ל א פייערדיגע ברסלבע חסיד, וואס איז געווען דבוק אין אייבערשטן. פון וועם מוהרא"ש האט אסאך מקבל געווען.
אזוי אויך האט מוהרא"ש אסאך גערעדט מיט הרה"ח רבי גדליה אהרן קעניג ז"ל.
אום שנת תשכ"ט איז מוהרא"ש נאכאמאל אנגעקומען צום הייליגן ציון פון רבין.
אין די יארן תש"ל תשל"א האט מוהרא"ש געשריבן זייער אסאך ספרים.
אום ראש השנה תשל"ב איז שוין געווען א גרויסע קיבוץ פון אנשי שלומינו, פילע נייע מקורבים האבן זיך משתתף געווען.
אום זומער תשל"ג איז ארויסגעקומען צום ערשטן מאל דער ערשטער באנד פון ספר "אשר בנחל".
אום ראש השנה תשל"ד, איז געווען דער ערשטער מאל אין אסאך יארן וואס עס איז געווען א מנין פון אנשי שלומינו אין אומאן.
אטעטשמענטס
i1JaPEL13d_Mohroshinuman6-large.jpg
i1JaPEL13d_Mohroshinuman6-large.jpg (148.14 KiB) געזען 1324 מאל
BIwTje6TzU_Mohroshinuman13-large.jpg
BIwTje6TzU_Mohroshinuman13-large.jpg (227.09 KiB) געזען 1324 מאל
AvfIwURLCF_uman13-large.jpg
AvfIwURLCF_uman13-large.jpg (207.39 KiB) געזען 1324 מאל
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע: מאנטשעסטער

צום יארצייט י"ז שבט: פרעזענטאציע פון די לעבנס געשיכטע פון מוהרא"ש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

קאפיטל ד: היכל הקודש

מען קויפט א בנין
אין יאר תשל"ד האט מוהרא"ש געקויפט דעם בנין פון ישיבה ומתיבתא היכל הקודש.
אום ווינטער תשל"ה האט מוהרא"ש געדרוקט די ספרים "שמירת הזמן", "סדר דרך הלימוד", "ארך אפים" מיט גרויס מסירת נפש.
ראש השנה תשל"ו האט זיך מוהרא"ש משתתף געווען ביים קיבוץ הקדוש אין ירושלים עיר הקודש.
ערב שבועות תשל"ו איז ארויס פון דרוק דעם ספר "מקור השמחה", אויך האט מוהרא"ש איבערגעדרוקט אלע רבינ'ס ספרים דעם יאר.
אויף שבת חנוכה תשל"ז איז געעפענט געווארן דער בית המדרש "מתיבתא היכל הקודש חסידי ברסלב" אין בארא פארק.

אומאן ראש השנה
מוהרא"ש, הערנדיג אז עס אפשר דא א מעגליכקייט צו זיין אין אומאן אויף ראש השנה תשל"ח האט מתפלל געווען און געטון אלעס וואס מעגליך עס דורכצופירן. דערפאר איז מוהרא"ש געפארן מיט א גאנצע גרופע אנשי שלומינו קיין וויען עסטרייך, און זיך איבערגעגעבן פאר אייבערשטן, און האט צום סוף מצליח געווען נאר צו זיין ערב ראש השנה ביים הייליגן ציון, אבער די פאליציי האט זיי געכאפט ערב ראש השנה און צוריק געשיקט.
אום חשון תשל"ט איז ארויסגעקומען לאור עולם דער הייליגער ספר "שפת הנחל" א פירוש אויפן ספר הקדוש ליקוטי מוהר"ן.

צדיקים ביי מוהרא"ש
אויף שבת פרשת בשלח איז הרה"ח רבי גדליה אהרן קעניג זצ"ל פון צפת איינגעשטאנען ביי מוהרא"ש, און האט שטארק מחזק געווען מוהרא"ש ווייטער אנצוגיין און דרוק און פארשפרייטן די הייליגע ספרים.
פרשת כי תבא תשל"ט איז דער הייליגער רימניצער רבי זי"ע איינגעשטאנען אין די געגענט פון בית המדרש היכל הקודש, און האט געדאווענט און זיך געטובלט אין די מקוה און אויפגענומען מענטשן ביי מוהרא"ש אין בית המדרש.
אנפאנג יאר תש"מ איז מוהרא"ש געפארן אויף א לענגערע נסיעה קיין ארץ ישראל מיט די גאנצע משפחה, ווי מוהרא"ש האט מתפלל ביי פילע ציונים און מקומות הקודשים אין ארץ ישראל. אזוי אויך האט ער זיך געטראפן און אסאך גערעדט אין עבודת השם מיט הרה"ח רבי לוי יצחק זצ"ל, און הרה"ח רבי שמואל שפירא זצ"ל.
דער רבי רבי משה מרדכי דער לעלובער רבי האט געהערט אז דער מחבר פון ספר הקדוש "פעולת הצדיק" איז אין ארץ ישראל, האט זייער געבעטן מוהרא"ש צוליב וואס ער האט נישט געקענט ארויסגיין פון בעט צוליב זיין געזונט צושטאד זאל קומען צו אים. און זיי האבן אסאך גערעדט אין עניני עבודת השם.
אין יאר תש"מ האט מוהרא"ש געשריבן אסאך נייע ספרים, צווישן זיי "נר להצדיק" אויף חנוכה, "ברית שלום" אויף ברית מילה, און "שמירת הברית", און נאך אסאך קונטרסים און ספרים.
אטעטשמענטס
wzPxWqnt43_Mohroshinisrael2-large.jpg
wzPxWqnt43_Mohroshinisrael2-large.jpg (224.19 KiB) געזען 1312 מאל
zIlh5Qon29_Inkedmohorosh_LI-large.jpg
zIlh5Qon29_Inkedmohorosh_LI-large.jpg (167.41 KiB) געזען 1312 מאל
XcCdZSjBWK_isreal5-large.jpg
XcCdZSjBWK_isreal5-large.jpg (193.83 KiB) געזען 1312 מאל
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע: מאנטשעסטער

צום יארצייט י"ז שבט: פרעזענטאציע פון די לעבנס געשיכטע פון מוהרא"ש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

קאפיטל ה': דער ברסלבער שטאט יבנאל

תלמידים אין ארץ ישראל
מוהרא"ש האט דאן שוין געהאט אסאך תלמידים אין ארץ ישראל בפרט אין אשדוד. איינער פון די חשובע תלמידים איז דאן אריבער וואוינען אין יבנאל.

א ברסלבע שטאט
ביי איינע פון די באזוכן אין ארץ ישראל איז מוהרא"ש אריבער צו אים אין יבניאל, און מוהרא"ש איז זייער געפאלן דאס פלאץ. זינט דאן פלעגט מוהרא"ש כסדר באזוכן יבנאל, און א צייט שפעטער האט ער געזאגט פאר די תלמידים אין ארץ ישראל זיי זאלן זיך אריבערציען קיין יבניאל ווייל ער וויל דארט מאכן א ברסלבע שטעטל.
די איינוואוינער אין יבניאל האבן זייער שיין אויפגענומען די פרישע איינוואויער, און ביז א יאר האבן שוין דארט געוואוינט איבער הונדער ברסלב'ע חסידים.
מוהרא"ש האט געבויעט דארט פאר זיך א הויז און אונטער דעם א שול, אזוי אויך האט ער געבויעט מוסדות פאר די קינדער, און אלע געברויכן פאר א קהילה.
אין די תקופה האט מוהרא"ש א גאנצן טאג נאר געטראכט פון יבנאל, מוהרא"ש האט געזאגט אז עס שטייט אין חז"ל אז משיח וועט קומען די ערשטע צו שבט נפתלי, יבנאל איז אין שבט נפתלי און משיח וועט קומען די ערשטע קיין יבנאל.

מקוה מלכה
יעצט האט מוהרא"ש אויפגעבויעט די בארימטע "מקוה מלכה", עס זענען געווען זייער אסאך מניעות פאר דעם מקוה. און מיט א אומגעהויערע מאס פון תפילות און מסירת נפש האט מען מצליח געווען און געבויט די מקוה. מוהרא"ש אליינס איז געווען דער ערשטער זיך צו טובלען אין דעם מקוה. מוהרא"ש האט געזאגט אויף דעם מקוה אז "ווער עס טובלט זיך דארט וועט האבן קינדער".
עס זענען דא טוינטער מעשיות בלי גוזמה פון אידן וואס זענען דארט געהאלפן געווארן מיט קינדער. איינע פון די באקאנטע מעשיות איז געווען מיט א פאר פאלק וואס דער דאקטער האט זיי געזאגט "אויב וועט וואקסן האר אויף מיין האנט פלאך וועסטו האבן קינדער". מוהרא"ש זיי געגעבן א ברכה, און זיי האבן געהאט צוויי קינדער.

ספרדישע אידן
מוהרא"ש האט ספעציעל מקרב געווען די ספרדישע אידן, מוהרא"ש האט זייער ליב געהאט זייער אמונה פשוטה, און תמימות, און זענען זייער גוטע כלים צו דינען דעם אייבערשטן.
מוהרא"ש האט זייער אסאך געטון פאר די ספרדישע אידן אין ארץ ישראל, עס האט אים זייער וויי געטון ווי די ערב רב האבן אויסגריסן מיט די גרעסטע מאס רציחה דאס אידישקייט פון די טייערע ספרדישע אידן, און האט געזאגט "איך וויל ברענגען א מיליאן ספרדישע אידן קיין אומאן!"

דער גרויסער שול אין יבנאל
מוהרא"ש האט זייער געוואלט בויען א שיינע גרויסע שול אין יבנאל, וואס מ'זאל קענען זען ביז טבריה, אבער אויך פאר דעם איז געווען גאר אסאך מניעות. עס האט גענומען איבער צוואנציג יאר ביז מוהרא"ש האט זוכה געווען צו שטיין ביים חנוכת הבית. ווי ער האט דאן געזאגט "עס האטס נישט קיין אנונג וויפיל תפילות עס ליגן אריינגעלייגט אין דער בנין אז זאל קענען געבויעט ווערן".
אטעטשמענטס
ibavKIaPEi_Mohroshinyavnel3-large.jpg
ibavKIaPEi_Mohroshinyavnel3-large.jpg (220.51 KiB) געזען 1307 מאל
2apekF0QeW_Yavnel1-large.jpg
2apekF0QeW_Yavnel1-large.jpg (228.69 KiB) געזען 1307 מאל
un2HM4XeVI_Mohroshinyavnel4-large.jpg
un2HM4XeVI_Mohroshinyavnel4-large.jpg (194.02 KiB) געזען 1307 מאל
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5230
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: צום יארצייט י"ז שבט: פרעזענטאציע פון די לעבנס געשיכטע פון מוהרא"ש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

גרינוויל תושב האט געשריבן:גייענדיג נאך געלט איז אים אויסגעקומען צו זיך באקענען מיטן הייליגן צדיק הרה"ק רבי אברהם יושע העשיל זי"ע דער קאפישניצער רבי, וואס איז שוין דאן געווען הונדערט יאר אלט, אזוי אויך מיט הרה"ק רבי מרדכי שלמה דער באיאנער רבי זי"ע.

נפטר בן ע"ט
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע: מאנטשעסטער

Re: הרה"צ ר' אליעזר שלמה שיק זצ"ל המכונה מוהרא"ש, הצדיק מיבנאל. - י"ז שבט תשע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

מוהרא"ש זי"ע אלס קינד
אטעטשמענטס
pi4ZWFqHja_IMG-20150206-WA005-large.jpg
pi4ZWFqHja_IMG-20150206-WA005-large.jpg (47.27 KiB) געזען 1373 מאל
אוועטאר
משה צימערינג
שר האלפיים
תגובות: 2133
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג

Re: צום יארצייט י"ז שבט: פרעזענטאציע פון די לעבנס געשיכטע פון מוהרא"ש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה צימערינג »

גרינוויל תושב האט געשריבן:גייענדיג נאך געלט איז אים אויסגעקומען צו זיך באקענען מיטן הייליגן צדיק הרה"ק רבי אברהם יושע העשיל זי"ע דער קאפישניצער רבי, וואס איז שוין דאן געווען הונדערט יאר אלט, אזוי אויך מיט הרה"ק רבי מרדכי שלמה דער באיאנער רבי זי"ע.

רבי אברהם יהושע השיל נולד ד' באייר תרמ"ח, 1888 - נפטר ט"ז בתמוז תשכ"ז, 1967 = 79
בשנת כ"ב הי' 74
ווי פלעגט די טאטע זאגן?: אלס בעסער ווי געלערנט
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”