ועל החסידים: ר' גרשון ניימאן ז"ל גבאי שיכון וויזניץ מאנסי - כד אב תשפ"א

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
קאנספיראציע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 469
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 09, 2021 12:46 pm

Re: ועל החסידים: ר' גרשון ניימאן ז"ל גבאי שיכון וויזניץ מאנסי - כד אב תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנספיראציע »

יעדן ראש השנה פאר מוסף פלעגט ער אויסרופן א טשיקאווער פזמון:
"מזאל זיך נישט אויפשטעלן נישט אויף טיש נישט אויף בענק און נישט אויף קעסטלעך,
מטאר נישט אויסרעדן ביז נאך די תקיעות פון נאך די הויכע שמונה עשרה,
כהנים זאלן נישט ארויפגיין דוכענען איידער די בעל תפילה הייבט אן רצה,
כהנים בחורים זאלן דוכענען אויף צפון זייט בית מדרש"


ווי אויך שבועות ביי נעילת החג פלעגט ער אויסרופן
"די מאכלים זענען פליישיג"
און איינמאל ווען די רבי זצ"ל (בעל תורת מרדכי)
האט געוואלט שיקן שיריים ביים טיש פאר מיכאל פליישער,
האט ר' גרשון בטעות אויסגערופן די מאכלים זענען פליישיג,

ווי אויך פרייטאג צו נאכטס נאכן דאווענען פלעגט די רבי זצ"ל (בעל תורת מרדכי)
אים זאגן די זייגער ווען ער וועט אריינקומען צום טיש אז ער זאל עס אויסרופן,
איין וואך האט די רבי געזאגט קווענקלנדיג "עלעווע, נאך עלעווע" (ר"ל 11:00, צו שפעטער)
האט ר' גרשון זצ"ל אויסגערופן "עלעוו נאך עלעוו"(11:11).

אויך איין יאר ליל שמחת תורה ווען די רבי זצ"ל (בעל תורת מרדכי) איז ארויס פון ביהמ"ד נאכן טיש
האט ר' גרשון אויסגערופן מעורר צו זיין די בחורים אז ס'איז נישט קיין דרך ארץ אזויפיל צו שמועסן ביים טיש.

מיטן פארצייטישן חן,
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: ועל החסידים: ר' גרשון ניימאן ז"ל גבאי שיכון וויזניץ מאנסי - כד אב תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

shimon7323 האט געשריבן:דער בילד פון מגילה ליינען איז נאך אלץ רב, ווארטענדיג אופן רבי'ן זכרונו לברכה אריינצוקומען

ווי איז דאס, אין אלטן בית מדרש?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
יישר כח
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 10:52 am

Re: ועל החסידים: ר' גרשון ניימאן ז"ל גבאי שיכון וויזניץ מאנסי - כד אב תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יישר כח »

קאנספיראציע האט געשריבן:יעדן ראש השנה פאר מוסף פלעגט ער אויסרופן א טשיקאווער פזמון:
"מזאל זיך נישט אויפשטעלן נישט אויף טיש נישט אויף בענק און נישט אויף קעסטלעך,
מטאר נישט אויסרעדן ביז נאך די תקיעות פון נאך די הויכע שמונה עשרה,
כהנים זאלן נישט ארויפגיין דוכענען איידער די בעל תפילה הייבט אן רצה,
כהנים בחורים זאלן דוכענען אויף צפון זייט בית מדרש"



מיטן פארצייטישן חן,


די לעצטרער יארן איז צוגעקומען
כהנים וואס ווילען דוכנען אויפן פלאץ זאלן (קענען)
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5641
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: ועל החסידים: ר' גרשון ניימאן ז"ל גבאי שיכון וויזניץ מאנסי - כד אב תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

דריידל האט געשריבן:
shimon7323 האט געשריבן:דער בילד פון מגילה ליינען איז נאך אלץ רב, ווארטענדיג אופן רבי'ן זכרונו לברכה אריינצוקומען

ווי איז דאס, אין אלטן בית מדרש?


יא
רוויגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2013 1:59 am

Re: ועל החסידים: ר' גרשון ניימאן ז"ל גבאי שיכון וויזניץ מאנסי - כד אב תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוויגו »

קאנספיראציע האט געשריבן:יעדן ראש השנה פאר מוסף פלעגט ער אויסרופן א טשיקאווער פזמון:
"מזאל זיך נישט אויפשטעלן נישט אויף טיש נישט אויף בענק און נישט אויף קעסטלעך,
מטאר נישט אויסרעדן ביז נאך די תקיעות פון נאך די הויכע שמונה עשרה,
כהנים זאלן נישט ארויפגיין דוכענען איידער די בעל תפילה הייבט אן רצה,
כהנים בחורים זאלן דוכענען אויף צפון זייט בית מדרש"


מיטן פארצייטישן חן,


די הכרזה איז פארבליבן אין געוויסע וויזניצע הויפן, ווי נכסי צאן ברזל, וואס מען רופט אויס פאר תקיעת שופר. פון רבי'נס שטוב אין גיבערס, האט מען זיך פארבינדן מיט אים צו הערן דעם פונקטליכן לשון וואס ער פלעגט אויסרופן... אז מען זאל עס קענען דארט נאכזאגן.
דרוקט דא זיך צו איינשרייבן צו באקומען א נאטאפעקאציע ווען עס גייט ארויף די רייכע שיעורים אויף נ"ך.
עס איז מיר גיט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 360
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 27, 2017 4:40 pm

Re: ועל החסידים: ר' גרשון ניימאן ז"ל גבאי שיכון וויזניץ מאנסי - כד אב תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס איז מיר גיט »

אויך איז באוויסט זיין הכרזה
מען גייט שוין באלד דאווענען מעריב"
עס איז מיר גיט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 360
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 27, 2017 4:40 pm

Re: ועל החסידים: ר' גרשון ניימאן ז"ל גבאי שיכון וויזניץ מאנסי - כד אב תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס איז מיר גיט »

אויך איז ער באוויסט אין וויזניץ פארען אלעמאל אויסלאזען די לעצטע קדיש,
ער האט אלעמאל געזאגט קדיש, ווייס איך נישט נאך וועם,

פאר יארען צוריק איז ער אויך געווען די פורים רב
עס איז מיר גיט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 360
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 27, 2017 4:40 pm

Re: ועל החסידים: ר' גרשון ניימאן ז"ל גבאי שיכון וויזניץ מאנסי - כד אב תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס איז מיר גיט »

זיינע תפקידים אלס גבאי

-פארקויפט די עליות יעדע יו''ט אין צומאל שבת אויך
-פלעגט שטיין לעבען די בעל קורא און געזאט ווען מען דארף זיך אפשטעלן און וועם מען דארף אויסרופן
-ביי אן עלי' פאר איינער וואס איז געזעצן ווייט פלעגט ער שרייען הויעך יענעמס נאמען
-צוגעגאנגען צו פסוקי דזמרא שבת צופרי
-געזינגן מנוחה ושמחה ביים טיש
-אויב די רבי האט געשיקט שיריים פאר איינער וואס זיצט ווייט פלעגט ער אויסרופן הויעך די נאמען
-טיילן די שיריים פארען עולם ביים טיש
-ביי רבי'שע חתונות געפרעגט די אדמורי''ם פאר דרשה געשאנק
-פארקויפט שיר המעלות ביי די חוה''מ סוכות טישן
-פארקויפט די הקפות
-אויסגערופן די שלום זכר'ס
-אויסגערופן מלוה מלכה'ס אין מסיבות און פלעגט צולייגען זיינס א רמז פון די מסיבה צו די פרשה
-געמאכט די אפיעל ר''ה ויו''כ פארען כולל אין עזר''נ
-אויסגערופן רחמנא אידכר לן נאך די הקפות
-אויסרופן אלע הכרזות וואס די רבי האט געהייסן אויסרופן
-אין די לעצטערע יארען, גערופן פאר די וואלן צו גיין שטימען
ועוד
אוועטאר
פון אמעריקע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4051
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: ועל החסידים: ר' גרשון ניימאן ז"ל גבאי שיכון וויזניץ מאנסי - כד אב תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

ווער עס האט פארטוישט א טלית זאל זיך מעלדן!
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!


האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: ועל החסידים: ר' גרשון ניימאן ז"ל גבאי שיכון וויזניץ מאנסי - כד אב תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

ווייס איך נישט צי ס'קומט טאקע פון אים אדער מ'האט עס נאר אנגעקלעבט.

אמאל ביי א קידוש האט ער אויסגערופן: "דער רבי האט געהייסן אויסרופן אז די מזונות איז א שהכל!"
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5641
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: ועל החסידים: ר' גרשון ניימאן ז"ל גבאי שיכון וויזניץ מאנסי - כד אב תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

נו דאס קען זיין פסח אדער אחרון של פסח, ווען עס קען זיין דאס וואס זעהט אויס ווי מזונות און דער ברכה איז שהכל.

אחרון ווען מען בראקט שוין קען אויך זיין פסחדיגע מזונות וואס איז יא מזונות.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: ועל החסידים: ר' גרשון ניימאן ז"ל גבאי שיכון וויזניץ מאנסי - כד אב תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

shimon7323 האט געשריבן:נו דאס קען זיין פסח אדער אחרון של פסח, ווען עס קען זיין דאס וואס זעהט אויס ווי מזונות און דער ברכה איז שהכל.

פארשטייט זיך. ס'קען אויך זיין פאר פסח ווען מ'וויל נישט חמצ'דיג מאכן אדער נאך פסח ווען איינער איז איבערגעבליבן מיט פסח'דיגע קעיק. ס'איז נאר א קאמישע הכרזה. מ'קען זאגן אז די קעיק איז שהכל.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
בעל דמיון
שר האלף
תגובות: 1776
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

Re: ועל החסידים: ר' גרשון ניימאן ז"ל גבאי שיכון וויזניץ מאנסי - כד אב תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דמיון »

"ווער עס וויל טרינקן א קאווע פארן דאווענען זאל קוקן אויפן זייגער"
איין יאר שמחת תורה איז געווען ערב שבת און מ'האט געדאוונט זייער פרי צופרי האט די רבי ז"ל אים געהייסן אויסרופן נאכן טיש די נאכט פארדעם
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19943
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: ועל החסידים: ר' גרשון ניימאן ז"ל גבאי שיכון וויזניץ מאנסי - כד אב תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

הרה"ח ר' גרשון ניימאן ז"ל

מזקני וחשובי חסידי וויזשניץ-מאנסי

1
2
3

.
אטעטשמענטס
unnamed (2).jpg
unnamed (2).jpg (404.45 KiB) געזען 1190 מאל
neiman with viznitz bne brak.JPG
neiman with viznitz bne brak.JPG (169.64 KiB) געזען 1190 מאל
eiman imire chiam.JPG
eiman imire chiam.JPG (168.55 KiB) געזען 1190 מאל
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
לייקוס
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 22, 2020 10:45 pm
לאקאציע: לעיקוואד

Re: ועל החסידים: ר' גרשון ניימאן ז"ל גבאי שיכון וויזניץ מאנסי - כד אב תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייקוס »

און א געוויס זין האט ער געהאט אלע גדלותען
נישט געווען קיין מלחמה איבעלעבער אפשאמיגע, ער האט געהאט אזא רואיגקייט,ער האט אוכט געהאט אזא אמעריקאנע גלאטקייט און תמימות

לא הלכתי בגדולות ונפלאות, ער האט גארנישט געדארפט נישט קיין גשמיות און אוכט נישט קיין רוחניותדיג מדריגות, געלעבט מיט אומגלויבליכע פשטות,איך וואלט געווען נייגעריג וויפיל דיע יודס בודזשעט איז געווען חודעשליך.

ער האט נישט געדארפט קיין כבוד און נישט געלט,געווען א געטרייע יוד מיט א אמונת חכמים און ביטול עד הסוף אזוי ווי זיין טאטע האט עם געלערענט.

זיין שווער ר׳ ישראל הערש איז געווען א גאר געהויבענע יוד, נישט זיכער אויב ער איז שוין באשריבען דא.
עס איז מיר גיט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 360
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 27, 2017 4:40 pm

Re: ועל החסידים: ר' גרשון ניימאן ז"ל גבאי שיכון וויזניץ מאנסי - כד אב תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס איז מיר גיט »

נאך פון זיינע תפקידים

אנגעפירט די כוללות קוויטל ערב ר''ה
געגאנגען פארען רבי'ן און געמאכט פלאץ ביי 'אור זרוע' יוה''ק, אין ביי די הושענות סוכות
אנגעפאנגען די טאנץ ניגון ביי די טיש ליל שבת
אנגעפאנגען די ניגונים ביים קידוש שבת צופרי
מכבד געעווען מזמור לדוד ביי שלש סעודות
צאמגענומען מתנות לאביונים פארען רבי'ס קאסע
געמאכט שטיל ביים ליינען
געוועלגערט ישראל אינעם רבי'ס ער''פ חבורה
שירו לו
שר האלף
תגובות: 1104
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 08, 2020 12:21 pm

Re: ועל החסידים: ר' גרשון ניימאן ז"ל גבאי שיכון וויזניץ מאנסי - כד אב תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שירו לו »

עס איז מיר גיט האט געשריבן:נאך פון זיינע תפקידים

אנגעפירט די כוללות קוויטל ערב ר''ה
געגאנגען פארען רבי'ן און געמאכט פלאץ ביי 'אור זרוע' יוה''ק, אין ביי די הושענות סוכות
אנגעפאנגען די טאנץ ניגון ביי די טיש ליל שבת
אנגעפאנגען די ניגונים ביים קידוש שבת צופרי
מכבד געעווען מזמור לדוד ביי שלש סעודות
צאמגענומען מתנות לאביונים פארען רבי'ס קאסע
געמאכט שטיל ביים ליינען
געוועלגערט ישראל אינעם רבי'ס ער''פ חבורה

און פאר יעדע חתן ביים אויפרוף גלייך ביים אנקומען צום בימה:
"זאגן די ברכה הויעך"
שרייען נאכ'ן עולה לתורה "ברוך השם המבורך לעולם ועד"
שירו לו
שר האלף
תגובות: 1104
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 08, 2020 12:21 pm

Re: ועל החסידים: ר' גרשון ניימאן ז"ל גבאי שיכון וויזניץ מאנסי - כד אב תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שירו לו »

ווי א געהעריגע טייל פונעם ליינען, אדער גאר פון בריך שמיה
"זאל זיין שטיל ביים ליינען"
שירו לו
שר האלף
תגובות: 1104
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 08, 2020 12:21 pm

Re: ועל החסידים: ר' גרשון ניימאן ז"ל גבאי שיכון וויזניץ מאנסי - כד אב תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שירו לו »

אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

Re: ועל החסידים: ר' גרשון ניימאן ז"ל גבאי שיכון וויזניץ מאנסי - כד אב תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

שירו לו האט געשריבן:https://www.boropark24.com/news/reb-gershon-neiman-z-l-legendary-gabbai-pillar-of-viznitz-monsey-community

די בילדער פון דעם תורת מרדכי'ס טישן זענען עפעס ספעציעל, ס'איז שוין אמאל ארויס?
אוועטאר
פון אמעריקע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4051
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: ועל החסידים: ר' גרשון ניימאן ז"ל גבאי שיכון וויזניץ מאנסי - כד אב תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

אבן יקרה האט געשריבן:
שירו לו האט געשריבן:https://www.boropark24.com/news/reb-gershon-neiman-z-l-legendary-gabbai-pillar-of-viznitz-monsey-community

די בילדער פון דעם תורת מרדכי'ס טישן זענען עפעס ספעציעל, ס'איז שוין אמאל ארויס?


שוין ארומגעפארן די לעצטע פאר יאר
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!


האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
אמת'ע אמונה
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 22, 2021 11:13 pm

Re: ועל החסידים: ר' גרשון ניימאן ז"ל גבאי שיכון וויזניץ מאנסי - כד אב תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמת'ע אמונה »

לייקוס האט געשריבן:און א געוויס זין האט ער געהאט אלע גדלותען
נישט געווען קיין מלחמה איבעלעבער אפשאמיגע, ער האט געהאט אזא רואיגקייט,ער האט אוכט געהאט אזא אמעריקאנע גלאטקייט און תמימות

לא הלכתי בגדולות ונפלאות, ער האט גארנישט געדארפט נישט קיין גשמיות און אוכט נישט קיין רוחניותדיג מדריגות, געלעבט מיט אומגלויבליכע פשטות,איך וואלט געווען נייגעריג וויפיל דיע יודס בודזשעט איז געווען חודעשליך.

ער האט נישט געדארפט קיין כבוד און נישט געלט,געווען א געטרייע יוד מיט א אמונת חכמים און ביטול עד הסוף אזוי ווי זיין טאטע האט עם געלערענט.

זיין שווער ר׳ ישראל הערש איז געווען א גאר געהויבענע יוד, נישט זיכער אויב ער איז שוין באשריבען דא.


זייער צום זאך געשריבן, זעט אויס אז מ'דארף זיין א וויזשניץ מאנסי'ער צו פארשטיין די געשרייבאכצער דא.
באבל
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 29, 2015 4:18 pm

Re: ועל החסידים: ר' גרשון ניימאן ז"ל גבאי שיכון וויזניץ מאנסי - כד אב תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באבל »

ווער געדענקט נאך א מנוחה ושמחה, וואו ר' גרשון פלעגט פארזינגען ביים רבי'נס טיש אין אלטן בית-המדרש?

"אוי תנין ואדם,,, אוי וחית ראמים,,, אוי וחית וחית ראמים,,, טעם גן-עדן... א קול דממה דקה וואס האט דורכגעשניטן דעם שטילקייט אין גאנצן ביהמ"ד.
עס איז מיר גיט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 360
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 27, 2017 4:40 pm

Re: ועל החסידים: ר' גרשון ניימאן ז"ל גבאי שיכון וויזניץ מאנסי - כד אב תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס איז מיר גיט »

אדער ביי די צוויטע טיש ביי קה אכסוף פלעגט מען הערן פון איהם ''נעם שבת''
עס איז מיר גיט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 360
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 27, 2017 4:40 pm

Re: ועל החסידים: ר' גרשון ניימאן ז"ל גבאי שיכון וויזניץ מאנסי - כד אב תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס איז מיר גיט »

מען זאגט א ווערטל אז ווען די רבי זצ''ל פלעגט מכבד זיין איינער מיט קה אכסוף, אין די רבי פלעגט זאגען ''ר' פלוני קה אכסוף'', און גרשון האט נאר געהערט פונעם רבי'ן די ווערטער קה אכסוף האט ער באלד ממשיך געווען 'נעם שבת
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”