הרב רבי דוד קלמן סייקס ע"ה ת"ח ויר"ש ומרביץ תורה לאלפי ישראל

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
yoy
שר חמש מאות
תגובות: 991
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 12:47 pm

הרב רבי דוד קלמן סייקס ע"ה ת"ח ויר"ש ומרביץ תורה לאלפי ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoy »

פארגאנגענע וואך מאנטאג פארטאגס כ"ה תמוז, איז ליידער פליצלינג אוועק און קרית יואל, א אויסטערלישער טייערע איד,
ער איז געווען א תלמיד חכם וירא שמים ומרביץ תורה לאלפי ישראל, הרב ר' דוד קלמן בן ר' משה יודא סייקס ע"ה,
ער איז געווען א אן אויסגעהארוועטער איד און א ירא שמים מרבים, מיט יעדן הידור אויף דער וועלט
ער פלעגט זיצן און לערנען פלייסיג, שעות ארוכות ווי ער האט צו זיך צו מדבק זיין מיט די הייליגע תורה
זיין גאנצע התנהגות איז געוועזן איין שטיק עהרליכקייט,

מען פלעגט אים טאקע אייביג זען ווי ער זיצט און לערנעט מיט א סדר פון שעורים מיט חברות'ס א גאנצען טאג,

ר' דוד קלמן איז געוון א יוד א מחבר ספרים, ער האט געלערנט טאג און נאכט,
ר' דוד קלמן'ס גאנצער הויז, איז ממש געשטאפט מיט ספרים איבעראל, ווי און א שטוב פון גדול בתורה. יעצט ביי די שבעה, האט מען דאס ליידער צו שפעט אנדעקט.

מידות האט ער געהט עד להפלא, ווי זיין בני בית האט איבער געגעבטען איבער צו געבן ביי די הספיד.
אז ער האט און זיין גאנץ לעבן קיינעם אויף דער וועלט נישט וויי געטון, וואס עס טאקע יעדן באקאנט
אסאך געדענקען אים טעגליך לערנען און טאהש'ע ביהמ"ד ק"י יעדן טאג בקביעות מיט זיין חברותא יבלחט״א ר' דוד דיקסלער נ"י וואס איז אויכעט א תושב מאנרא
ר' דוד דיקסלער איז געווען נאר איינע פון זיינע חברות'ס, ווי א סאך יארן האבן זיי געלערנט אינעם היכל ראוזנבערג נאך און די ערשטע צייטן פינעם היכל.

יעצט למשל דער ר' דוד דיקסלער, איז א גיטע ביישפיל, ווי ר' דוד האט עס אליין מעיד געווען ביי זיין קארצע הספד פון די לויה: "ר' דוד האט מיר געעפנט א נייע וועלט, מיר אויס געלערנט און צוריקגעברענגט צו אידישקייט, די גאנצע תורה וואס איך קען ב"ה היינט, איז אלעס אים פארדאנקן" ער איז טאקע באמת געזיצן מיט ר' דוד דיקסלער, מיט הילל'ס געדילט שעות.. ודי,
ר' דוד דיקסלער, האט טאקע היינט א שיינעם דור פון ערלעכע אידישע קינדער, ווי זיי האבן חתונה געהאט אויף לעיקוואד אלץ בני תורה, און דאס אלעס, איז צו פארדאנקן ר' דוד סייקס ע"ה,

ביי די לויה און מאנסי האט מען אויך געקענט זען ווער הרב ר' דוד סייקס איז געווען, ווי א סך תלמידי חכמים ודיינים פון שטאט מאנסי, זענען ארויס געקומען לכבודו, א שטייגער אידן פון ר' חיים פלאר'ס כולל.

מענטשן פרעגן, איז ר' דוד געווען א בעל תשובה, הלואי אויף אונז געזאגט, אזא התנהגות.. אויך מיר א בעל תשובה!!!

ער איז אלע יארן געווען פרום און ערליך, טאקע געשטימטע מיטן ליטווישן שטייגער, ווי ער האט טאקע געלערענט און לעיקוואד, ווי ער איז אליינס אויסגעשטיגן.

ער האט טאג און נאכט געשריבן, אן א שעור חדושי תורה..
די גאנצער בעסמענט פון זיין הויז, איז אנגעפילט ממש ביזן צום דאך, מיט זיינע געשריבענע חדושי תורה, גייט דאס נאך אמאל געדריקט ווערן..
למשל, ער האט נארוואס יעצט ממש פארענדיגט א פירש אויף דעם גאנצער ספר תהילם, זייענדיג פארשפארט בימי תקפות קורונע,
ווי ער האט זיך בדרך אגב אויסגעדריקט גאנץ לעצטנס, דער פירש אויפן ספר תהילם, וואלט ווען געדוירט אן ערך פון 20 יאר!
יעצט האב איך געקענט אויספירען, ווייל איך האב געקענט זיין דבוק נאר מיטן איינצגען באשעפער ווי קיינמאל ביפאר, און קיינער ארים האט נישט געשטערט.
ווער ווייסט צו דאס גייט דאס נאך אמאל געדריקט ווערן..?!

א סאך ספרים איז ער אבער יא אן געקומען ארויס צוגעגעבן, למשל זיין
ספר "משה אמת ותורתו אמת" אויפן רמב"ם, האט הגאון הגדול ר' חיים קנייבסקי שליט"א שטארק מפליא געווען, ווייל עס איז א חידוש פון א ספר.
דא האט איר א לינק צו דעם ספר, https://www.hebrewbooks.org/59337

ער האט אלע ספרים פון רבינו הק' מסאטמאר, גיט דורך געלערענט און געקענט
דער וועכענטליכע קונטרת 'לשון קדשו' פון רבינו הק' מסאטמאר האט ער יעדע וואך דורך געלערנט.
דעם ספר הק' ויואל משה האט ער זייער גיט געקענט און געלערענט
ער האט געאטעמט און געלעבט פון א יעדע ספר אדער מעשית פון רבינו הק' מסאטמאר, און פון יעדע ערלעכער איד.
ער האט פארשטאנען די שיטה הקדושה פון הק' מסאטמאר פיין, ער איז זייט דעמאלס קיינמאל נישט געפארן אויף ארץ ישראל!
ער פלעגט שטענדיג מתפלל זיין ביי קברי צדיקים, ובפרט ביי רבינו הק' מסאטמאר און קרית יואל, ווי ער האט געשפירט זייער מקושר.

ווי אויך פלעגט ער פארן אויף טאהש, ווען דער טאהשער רבי זצ"ל האט נאך געלעיבט, ווי ער האט געהאט א גרויס שייכות מיט די קהלה און ווי ער פלעגט לערנען יעדן טאג.
ער פלעגט שטעגיג לערנען אלע ספרי חסדות, ווי בני יששכר אפילו לקטי מהר"ן אד"ג און אלע ספרי חסידות ווייל און אלעמן האט ער געהאט א שייכות, ער האט דאך געלערנט יומם ולילה

ער האט בכלל נישט באלאנגט צו חב"ד, ער האט חתונה געהאט, 25 יאר צוריק, אויפן פלאן צו קומען וואוינען אויף מאנרא, און צוריק ברענגן יודן צו אידישקייט.
ער איז וועגן דעם געווען יארן לאנג א מדריך און "קעמפ מאנרא" נעבן קרית יואל, ווייל ער האט געוואלט קענען מקרב זיין, און צוריק ברענגט אידן צו אידישקייט.
און ער פלעגט דארט באמת מקרב זיין, טוזענטער אידישע קינדער צו אידישקייט! אן קיין גוזמות.
ער פלעגט זיך שטענדיג פירן באהלטן מיט אלע זיינע אקטיוועטעטון פון די גאנצע וועלט, און ער דאס אלעס געטון נאר פארן איין איינציגער באשעפער.
ער האט נאך קיינמאל נישט און זיין טאש געהאט קיין סעלפאן, ווער רעד נאך חלולה פון א סמארטפאן
צו אים פלעגט מען נאר קענען ציקמען דורך יבלחט״א זיין אשת חיל, וואס זי האט אים שטענדיג באגלייט און באדינט ווי עס פאסט מיט א ריכטיגע תמימות,
זי האט שוין איינמאל געוויסט מיט געארבעט אלע זיינע אקטיוועטעטון, און פון דעם געלעבט, געהאט א סיפוק ושמחת החיים, ווייל צו קיין קינדער האבן זיי ליידער נישט זוכה געווען ל"ע
מען קען זאגן אויף אים ממש, ער האט געהאט השגות אלעס וואס אזוי ווי מען הערט פון א צדיק א נסתר, עכ"פ לויט ווי אונזערע השגות פארשטייען אים..
זייער א סך תלמידי חכמים ודיינים פון שטאט קרית יואל, זענען ארויס געקומען ביי די לויה פון דעם חשובער נפטר ר' דוד קלמן בן ר' משה יודא סייקס ע"ה, זיי האבן אים אלע גוט געקענט!
ווייל ווי למשל, ער פלעגט יעדן שבת גיין מיט זיינע אייגענע פיס אן ערך פון 5 מייל, בערך א צווי שעה וואק, און די היצון ווי און די קעלט אייניג, ער איז געווען דער בעל קורא, און וואס איז ער נישט געווען?
און וויבאלד יעדע וואך פלעגט מען דאווענען ערגעץ אנדערש, פלעגט ער ארים פרגען א סאך תלמידי חכמים ודיינים פון שטאט, יעדעס מאל אנדערש ווי מען דארף לייגן דעם ברויט פארן ערובי תנחימן..
ביים די לויה, איז געווען זייער א גרויסע געוויינעריי פון יעדער מענטש, וואס האט אים נאר אמאל געקענט.
ער איז פשוט נישט אויפגעשטאנען דינסטאג פארטאגס, לכאורה איז ער אוועק, פון אן הארץ אטאקע ל"ע און ליידער נישט איבערגעלאזט קיין זש"ק ל"ע
ער האט זיך למשל אויף דעם חלק, זיך קיימאל נישט אפגערעט אויף דעם, ווי ער איז שטענגיג אנגעגאנגען מיט זיין ליבלעכער שמייכל, צו יעדן נפש און דער וועלט.

יהא זכרו ברוך, זאל ער זיין א מליץ יושר פאר אונז אלע און דער אויבערשטער זאל אונז אלע טרייסטן
איבער הויבט זיין פאר זיין צובראכענע אלמנה וועלכע איז נארוואס געבליבן איינער אליינס אויף דער וועלט, אן קיין מאן און אן קיין קינדער ה"י
ער האט איר ליידער איבערגעלאזט אלץ א צובראכנע אלמנה, (זי זקוקה לחליצה) אן קיין איין אייציגע פרוטה! פון וואס זי זאל קענען ווייטער צום לעבן
ער איז געקומען לקברה און די מאנסי'ער בית החיים.
מ'קען זיך משתתף איר ארויס צו העלפן, ביים טאהש'ן שמש 845-248-8699
ווי אויך מיט די הוצאות הקבורה ומצבה, ווי אויך זי זאל קענען ווייטער האבן פשוט עפס צום לעבן.
אטעטשמענטס
sykes poster.jpg
sykes poster.jpg (359.46 KiB) געזען 2146 מאל
לעצט פארראכטן דורך yoy אום זונטאג יולי 25, 2021 8:20 am, פארראכטן געווארן 8 מאל.
$2200 הם שכר שידוך לגיל 18 ולכל עוד ששה חדשים, ראוי להוסיף $500, כדי לשלם עבור השעות החדשות, שהשדכנים משקיעים כסדר בשוק
אוועטאר
פארשעי חסיד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 8:14 pm

Re: הרב הצדיק רבי דוד קלמן בן ר' משה יודא סייקס ע"ה תלמיד חכם וירא שמים ומרביץ תורה לאלפי ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשעי חסיד »

ער איז געווען קוואראנטינט יעצט איבער א יאר… נאכן נעמען די וואקסין איז ער צוריק ארויס פון באהעלטעניש… האט ער געזאגט פאר יעדן וואס האט אים געפרעגט וואס ער האט געטוהן א גאנצע צייט.. אז ער האט נארוואס געענדיגט זיין חיבור על התורה, אדערווייז וואלט עס אים גענומען לכל הפחות צוואנציג יאר!
Chatzarforshay עט gmail.com
אוועטאר
פארשעי חסיד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 8:14 pm

Re: הרב הצדיק רבי דוד קלמן בן ר' משה יודא סייקס ע"ה תלמיד חכם וירא שמים ומרביץ תורה לאלפי ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשעי חסיד »

אויך האט ער געלעבט אין אן אמת׳ן דחקות וואס מהערט היינט כמעט נישט!
אפגעזאגט כמה דזשאב אפפערס וואס איז נישט געווען גענוג אויסגעהאלטן,
קיינמאל געבעטן פון קיינעם געלט, מענטשן וואס האבן אסאך נהנה געווען פונעם האבן נישט געוויסט פון זיין מצב
זאל ער זיין א מליץ יושר פאר יעדן
Chatzarforshay עט gmail.com
משה שטינקאוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 387
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:47 pm

Re: הרב הצדיק רבי דוד קלמן בן ר' משה יודא סייקס ע"ה תלמיד חכם וירא שמים ומרביץ תורה לאלפי ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה שטינקאוויטש »

Do you have a picture of him ?
אוועטאר
yoy
שר חמש מאות
תגובות: 991
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 12:47 pm

Re: הרב הצדיק רבי דוד קלמן בן ר' משה יודא סייקס ע"ה תלמיד חכם וירא שמים ומרביץ תורה לאלפי ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoy »

משה שטינקאוויטש האט געשריבן:Do you have a picture of him ?

$2200 הם שכר שידוך לגיל 18 ולכל עוד ששה חדשים, ראוי להוסיף $500, כדי לשלם עבור השעות החדשות, שהשדכנים משקיעים כסדר בשוק
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7783
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

Re: הרב רבי דוד קלמן סייקס ע"ה תלמיד חכם וירא שמים ומרביץ תורה לאלפי ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

ב״ה געהאט די זכיה זיך צו באקענען מיט דעם טייערן איד בערך צוועלעף דרייצן יאר צוריק.

דוכט אז ער יא געווען א בעל תשובה׳דיגער מהות מר yoy זאגט אז ר׳דוד האט געלערענט אין לעיקוואוד וואלט איך געוואלט וויסן פון ווי איר נעמט עס, לויט וויפיל איך ווייס איז ער א וויי יו גרעדועיט
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
yoy
שר חמש מאות
תגובות: 991
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 12:47 pm

Re: מעשה פלא פון דעם צדיק נסתר רבי דוד קלמן סייקס ע"ה תלמיד חכם וירא שמים ומרביץ תורה לאלפי ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoy »

ר' דוד פלעגט מקריב זיין א יעדע איד אויף דער וועלט, ער פלעגט מיט זיי אנקניפן א קשר לעד ולנצח, אפילו פון אזוי ווייט ווי פון ארץ ישראל.
יעדע מענטש אויף דער וועלט, פלעגעט אים קענען רופן, כסדר, נאך דעצי אזעלעכע נודניק'קס וואס אינז וואלטן זיי געשיקט צי א רופא.. אבער נישט ער! איר וועט זיכער מיינען אז ער האט געהאט א סאך איבריגע צייט?
איר וועט נישט גלייבן, ער האט נישט צופיל צייט געהאט, ער איז אלץ געווען א פארנומענע מענטש מיט אלע זיינע שעורים און חבריתות, ווייל דאס לערנען מיט אידן איז דאך געווען זיין פרנסה, און ער פלעגט זיך כסדר יאגן צו די נעקסטן חברותה וואס עס איז און די רייע.

עס איז נעכטען אפיר געקומען א מעשה פלא!
איין אזא איד פון אזוי ווייט ווי פון ארץ ישראל, האט אנגעקניפט מיט דעם צדיק ר' דוד א קשר פון יארן, ער רופט מיט א געוויין,
איך הער אז ר' דוד איז אוועק! וועמען גיי איך פון יעצט און ווייטער קענען רופן פאר אלע מיינע פערזענדליכע מיט-מאכענישען???
אבער בעיקר וואס ער וויל יעצט דא זאגען, ער פארפירט, אז ער ווייסט אז
ר' דוד איז געווען באמת א צדיק נסתר ממש, ער האט געוויסט זאכן למעלה מהשגותינו.
ער זאגט, איך פלעג דעם צדיק ר' דוד רופן, און צומאל אפילו רודפן, אויף יעדע קליינעקייט וואס עס האט זיך מיך גענויטיגט אויסצושמיסן איז ער מיך געווען גרייט ארויס העלפן, ווייל איך האב באמת נישט געהאט קיינעם אויף די וועלט, א חוץ דעם צדיק ר' דוד.
מיט א צוויי יאר צעריק בערך, האב איך געקלערט אביסל איבער צו בויען מיין הויז דא און ארץ ישראל,
האב איך גערופן ר' דוד, איבער צו שמיסען אלעס פון ארים פון איבער בויען מיין הויז,
וואס זאל איך יא טון? און וואס זאל איך נישט טון, איך האב מיט אים אדורך גערעט מיט אים,
ביז איך בין צו געקומען אויף א פראגע אויב זאל איך רוקען די טרעפ?
ר' דוד ענטפערט אים די טרעפ, דאס רוק נישט!
נעע, עס גייט דאך מאכן בעסער די גאנצן אויסשטעל פונעם הויז?
ר' דוד, ענטפערט, ניין, די טרעפ ריק מען נישט!
אפשר דאך ר' דוד? סע איז בעסער פארן אויסשטעל?
ר' דוד, ענטפערט, איך ווייס נישט פארוואס אבער די טרעפ זאלסטי נישט ריקען!
אפשר דאך?
ר' דוד, ענטפערט מיר אביסל שארף! ווי מיט א פליטת פה, די טרעפ ריקט מען נישט, ווייל עס איז די וועג צום גן עדן!
וואס? די טרעפ פון מיין הויז דא, איז די וועג צום גן עדן!
אעקי! איך האב אים געפאלגט, און די טרעפ טאקע נישט געריט פון ארט.
א צייט שפעטער האט פאסירט מיט מיר זייער א שרעקעדיגע זאך, איך האב זיך אויסגעגליטשט אויף די אלע טרעפ, פון אויבן ביז ארפ! אויף אלע גוים געווינטשן אזאנס!
איך האב האט זיך נישט נישט געקט רורען , מיין גאנצע ריקען איז געווארן ווי פארדרייט, מיט יסורי איוב ממש, ארבעטןן? וואס ארבעטון, גארנשט גארנישט..
איך פרעג דיר, וואס האב געקענט טון דאמאלס? נאר גארנישט, אקעי איך וועל אביסל לערנען.. ווייל וואס דען האב איך געקענט טון מיט די צייט.
איך פלעג ביפאר דעם לערנען, אבער נשט מער ווי איינס אדער אפשר צווי שעה א טאג, נישט מער, ווער קען דען מער..
אבער די וועסט מיר נישט גלייבן! פון דעמאלס אין ווייטער, קען איך לערען שעות ארוכות לאנג, און נאך מיט א רציפות! פון 9 ביז 12 שעה א טאג!
איך האב זיך געטוישט און גאנצען לאיש אחר, און איך האב לעטצענס אפילו געפענט א ישיבה און דעם הייליגן שטאט צפת ווי איך לערן תורה פאר תלמידים.
ממש לעטצענס האב איך זיך דערמאנט פון די מעשה, וואס דער צדיק נסתר ר' דוד, האט מיר דעמאלס ווי אנגעזאגט, אז די טרעפ זענען די וועג צום גן עדן!
וואס קען איך דיך זאגן היינט?
איך בין מיט דאמאלס מיט א פעסקייט אריין צו וועגן פון גן עדן, די לעבן וואס איך האב היינט מיט די תורה! איז ממש דער גן עדן!
לעצט פארראכטן דורך yoy אום דאנערשטאג יולי 15, 2021 10:11 pm, פארראכטן געווארן 8 מאל.
$2200 הם שכר שידוך לגיל 18 ולכל עוד ששה חדשים, ראוי להוסיף $500, כדי לשלם עבור השעות החדשות, שהשדכנים משקיעים כסדר בשוק
כל טוב
שר האלף
תגובות: 1281
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

Re: הרב רבי דוד קלמן סייקס ע"ה תלמיד חכם וירא שמים ומרביץ תורה לאלפי ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כל טוב »

זיין פנים שיינט
אטעטשמענטס
IMG-20210707-WA0006.jpg
IMG-20210707-WA0006.jpg (145.62 KiB) געזען 2085 מאל
אוועטאר
yoy
שר חמש מאות
תגובות: 991
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 12:47 pm

Re: הרב רבי דוד קלמן סייקס ע"ה תלמיד חכם וירא שמים ומרביץ תורה לאלפי ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoy »

שטארק זיך האט געשריבן:ב״ה געהאט די זכיה זיך צו באקענען מיט דעם טייערן איד בערך צוועלעף דרייצן יאר צוריק.
דוכט אז ער יא געווען א בעל תשובה׳דיגער מהות מר yoy זאגט אז ר׳דוד האט געלערענט אין לעיקוואוד וואלט איך געוואלט וויסן פון ווי איר נעמט עס, לויט וויפיל איך ווייס איז ער א וויי יו גרעדועיט

קודם כל, ער האט חתונה געהאט ביי די 37 יאר,
יא ער איז געווען א טיטשער נאר פאר דו רוחניות'דיג חלק מיט זייער א שיינעם פארדיסט לפרנסה טאקע און וויי יו, אזוי ווי איר זאגט טאקע.
אבער ער האט מיט די צייט דערשמעקט זייער פאלשקייט, ער האט פערבירט זיי צו בעטן געוויסע זאכן צו טושן, אבער אז עס נישט געגאנגען, האט ער זיך מיט מסירות נפש ממש אפגעזאגט דערפון, און געווען גרייט צו לעבן און זיין גרויסע דחקות,
$2200 הם שכר שידוך לגיל 18 ולכל עוד ששה חדשים, ראוי להוסיף $500, כדי לשלם עבור השעות החדשות, שהשדכנים משקיעים כסדר בשוק
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: הרב רבי דוד קלמן סייקס ע"ה תלמיד חכם וירא שמים ומרביץ תורה לאלפי ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

איינע פון זיינע ביכער אויף עמזאן
https://www.amazon.com/Patterns-Genesis ... 1492294462
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: הרב רבי דוד קלמן סייקס ע"ה תלמיד חכם וירא שמים ומרביץ תורה לאלפי ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

https://www.legacy.com/us/obituaries/ba ... =199378650

Rabbi Dr. David Sykes, 68, of Monroe, New York, formerly of Baltimore, passed away suddenly on July 5th, 2021. He is survived by his beloved wife, Cheryl Sykes, mother Judith Sykes, brothers Daniel (Phyllis) Sykes and Israel (Naava) Sykes and many nieces and nephews. He was predeceased by his father Melvin J. Sykes and his sister Rachel (Lenny) Garfinkel.

Contributions in his memory may be sent to the charity of your choice.
To plant trees in memory, please visit our Sympathy Store.
Published by Baltimore Sun from Jul. 9 to Jul. 11, 2021.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: הרב רבי דוד קלמן סייקס ע"ה תלמיד חכם וירא שמים ומרביץ תורה לאלפי ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
aal
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 05, 2020 1:01 pm

Re: הרב רבי דוד קלמן סייקס ע"ה תלמיד חכם וירא שמים ומרביץ תורה לאלפי ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך aal »

נא_שכל האט געשריבן:איינע פון זיינע ביכער אויף עמזאן
https://www.amazon.com/Patterns-Genesis ... 1492294462
אטעטשמענטס
R. David Sykes Sfurim .gif
R. David Sykes Sfurim .gif (167.42 KiB) געזען 1848 מאל
אוועטאר
yoy
שר חמש מאות
תגובות: 991
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 12:47 pm

Re: הרב רבי דוד קלמן סייקס ע"ה תלמיד חכם וירא שמים ומרביץ תורה לאלפי ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoy »

.
[align=center]פלוצלינג'דיגע פטירה פון דעם ת"ח ומרביץ תורה מוה"ר דוד קלמן ב"ר משה יהודה סייקס ז"ל ערשיטערט אלע באקאנטע[/align]

דעם פארגאנגענעם מאנטאג צופרי פר' מטו"מ איז מען אלאמירט געווארן מיט די ביטערע בשורה אז דער באקאנטער האי גברא רבא ויקירא, תלמיד חכם ומרביץ תורה, איש תם וישר וירא אלקים, מוה"ר דוד קלמן סייקס ז"ל האט אויסגעהויכט זיין נשמה פלוצלינג ל"ע.
ר' דוד קלמן איז באקאנט פאר תושבי קרית יואל שוין צענדליגער יארן,
ער האט געוואוינט אין גלילות קרית יואל א 25 יאר, געלערנט און געדאווענט בימות החול שטענדיג אין שטעטל, אין ביהמ"ד הגדול, דערנאך אין די לעצטערע יארן אין ביהמ"ד טאהש.
ר' דוד קלמן ע"ה האט מעודו זיך אוועקגעריסן מכל הבלי עולם הזה מיט א אומבאשרייבליכע מסירת נפש, ער האט שטענדיג געשטרעבט צו א העכערע לעבן, צו לערנען און צו דאווענען אויפן חסידישן שטייגער. ער פלעגט צו יעדע צייט דאנקן דעם באשעפער אז ער האט די זכי' זיך צו דרייען אין אזא שיינע ערליכע חסידישע שטאט ווי קרית יואל.
ר' דוד קלמן ז"ל מיט יבלחט"א זוגתו החשובה שתחי', וועלכע האט אויך מיט מסי"נ אוועקגעווארפן אלע הבלי עוה"ז און צוגעהאלפן איר מאן מיט אלעם, זענען זיי אויסגעשטיגן צו דערגרייכן א הייליגע אפגעהיטענע שטוב וואו עס פאסט פאר לאנגע דורות חסידישע אפשטאמיגע.
זיי האבן ליידער נישט זוכה געווען צו קיין קינדער ל"ע, דאך האבן זיי געלעבט מיט א געוואלדיגע אמונה און שמחה און זיך כסדר מחזק געווען בהשי"ת.
זייענדיג א תלמיד חכם, א גרונטליכער לערנער, און א ידען בכל מקצועות התורה, ואוהב תורה, האט ר' דוד קלמן כסדר מרביץ תורה געווען פאר די ארומיגע שכנים און באקאנטע, ער האט זיי אויפגעהויבן בעשר מעלות, מיט זיין צוגעלאזענע שפראך, מיט זיין ידענות האט ער גאר אסאך משפיע געווען אויף הונדערטער אידן, זיי זאלן נתקרב ווערן צו תורה ומצות אויף א העכערע דרגא.
מ'האט אנגעזען אויף די אלע אידן מיט וועם ר' דוד קלמן האט געלערנט, און מ'זעט עס ווייטער אן אויף זייערע קינדער, אז זיי זענען פון די פירות פון ר' דוד קלמן ז"ל.
ר' דוד קלמן ז"ל האט אויסגעוועלט צו זיין א יושב באהלה של תורה מיט א אומגעהויערע מסירת נפש, ער האט בשום אופן נישט געוואלט ארויסגיין אויף מסחר, אפילו ער האט זיך גאר שטארק געפלאגט, ער האט געלעבט א חיי עוני וצער. ס'איז געווען נפשו אותה ויעש מקיים צו זיין דעם חכז"ל כך היא דרכה של תורה, פת במלח תאכל, ומים במשורה תשתה, ועל הארץ תישן, וחיי צער תחיה, ובתורה אתה עמל.
עס איז עטליכע מאל אויסגעקומען אז מ'האט אים אנגעטראגן פרנסות, און ר' דוד קלמן האט עס אפגעזאגט ווייל ער האט נישט געוואלט ארויסגיין פון ביהמ"ד.
עס דערציילט איינע פון די ידידים, וויסענדיג זיין ענגשאפט האט ער אים געוואלט צוהעלפן, האט ער אים אנגעטראגן א פרנסה. ר' דוד קלמן האט אויפגעמישט א חומש, און געוויזן אז ס'האט זיך אויפגעמישט פרשת אמור "ומן המקדש לא יצא", דאס מיינט אז ער דארף פארבלייבן לערנען.
אויך האט מען אים געוואלט אויפנעמען אין א היימישע מוסד ער זאל זיין דער מפקח אויף די לימודי חול, האט ער דאס קאטאגאריש אפגעזאגט, זאגענדיג אז ער וויל זיך נישט דערמאנען אין די צייטן ווען ער האט געלערנט תורה ציגלייך מיט לימודי חול.
זיינע מדות טובות, זיין ענות חן, און זיין שמייכעל צו יעדן האט איבערגעלאזט א רושם אויף אלע ארומיגע, ער איז געווען א לעבעדיגע מוסר ספר, וואו א איד וועלכע האט גארנישט געהאט אויף די וועלט, נישט קיין קינדער, נישט קיין עושר וכבוד, האט נאר געלעבט מיט השי"ת ותורתו הק'.

ער פלעגט שטענדיג מתפלל זיין ביי קברי צדיקים, ובפרט ביי רבינו הק' מסאטמאר ער זייער גיט געקענט ער האט פארשטאנען די שיטה פון רבינו הק'
די ספרים הק' פון רבינו הק' מסאטמאר, ווי דעם ספר הק' ויואל משה האט ער גיט געקענט,
ר' דוד קלמן ז"ל האט שטענדיג געשטרעבט צו גיין נאך העכער אין עבודת ה', ער האט שטענדיג זיך געדרייט נעבן תלמידי חכמים, דיינים ומורי הוראה, זיך וועלנדיג הערן זייער השקפה ודעת תורה אין אלע ענינים.

ר' דוד קלמן ע"ה איז געווען דבוק ומקושר אין הרה"ק מטאהש זי"ע, צו וועם ער איז עטליכע מאל געפארן זיך מסתופף זיין בצלו הטהור.

ר' דוד קלמן ז"ל איז געווארן שטארק נאנט מיט משפחת הרה"ג ר' יעקב יודא קאהן ז"ל ובניו וחתניו, ווי ער איז אסאך געקומען צו זיי אויף שבתות וימי שמחה וכדו'.
ער אויך איז געווען נאנט צו הרה"ח ר' פישל פארקאש שליט"א ומשפחתו. וועלכע האבן זיי אסאך צוגעהאלפן דורכאויס די יארן.

ווארטענדיג אויף זיין עלטערע מאמע און ברודער פון באלטימאר איז די לוי' פארגעקומען צומארגענס דינסטאג צופרי פארן טאהשער ביהמ"ד אין קרית יואל, וואו עס האט זיך פארזאמלט א שיינע ציבור מתפללי ביהמ"ד, און גוטע פריינט פין שטאט קרית יואל.
עס האט מספיד געווען די גרויסע אבידה, הרב הגאון דומ"ץ הביהמ"ד טאהש שליט"א, הרה"ג אב"ד לאפאש שליט"א, הרה"ח ר' טובי' אביגדור הויער שליט"א, הרה''ג ר' משה דוד לאבין שליט''א, הרה"ח ר' פישל פארקאש שליט"א. הגה"צ אב"ד שכונת אבני צדק שליט"א, הרב לעסקין פון קעמפ מאנרא, ווי ר' דוד קלמן האט מקרב געווען טויזענטער קינדער צום באשעפער, עס האב זיך געזגנט ר' דוד דיקסלער מיט קורצע ווערטער, און בשם די משפחת הרה"ג ר' יעקב יודא קאהן ז"ל
ביי די לויה און מאנסי האט מען אויך געקענט זען ווער הרב ר' דוד סייקס איז געווען, ווי א סך תלמידי חכמים ודיינים פון שטאט מאנסי, זענען ארויס געקומען לכבודו,
א שטייגער אידן פון ר' חיים פלאר'ס כולל. ער איז געקומען לקבורה אין בית החיים אין מאנסי.
ר' דוד קלמן האט איבערגעלאזט זיין ערשיטערטע עלענדע אלמנה שתחי' וועלכע איז געשטאנען אלע יארן צוזאמען מיט א שטארקייט אויסצופירן זיינע שטארקע רצונות, און יעצט איז זי געבליבן ממש אליין בלי משען ומשענה ה"י.
אזוי ווי ער האט נישט איבערגעלאזט קיין זש"ק, בעט מען ווער עס קען זאל לערנען משניות אדער טון סיי וועלכע דבר טוב לעילוי ולזכר נשמתו ר' דוד קלמן ב"ר משה יהודה ע"ה. תנצב"ה
$2200 הם שכר שידוך לגיל 18 ולכל עוד ששה חדשים, ראוי להוסיף $500, כדי לשלם עבור השעות החדשות, שהשדכנים משקיעים כסדר בשוק
האמת הצפון
שר חמש מאות
תגובות: 840
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 03, 2020 9:21 pm

Re: הרב רבי דוד קלמן סייקס ע"ה תלמיד חכם וירא שמים ומרביץ תורה לאלפי ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האמת הצפון »

אפשר זאל מען צאמשטעלן דורך די ידידים כאטש די געלט צו קענען אפדרוקן די אלע כתבי ידות, כאטש אויפן פשוטן אופן, עס זאל קודם זיין אפגעדרוקט,
קעיעמביעיזשען
אוועטאר
שאראש-פאטאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2019 10:25 pm

Re: הרב רבי דוד קלמן סייקס ע"ה תלמיד חכם וירא שמים ומרביץ תורה לאלפי ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאראש-פאטאק »

האמת הצפון האט געשריבן:אפשר זאל מען צאמשטעלן דורך די ידידים כאטש די געלט צו קענען אפדרוקן די אלע כתבי ידות, כאטש אויפן פשוטן אופן, עס זאל קודם זיין אפגעדרוקט,

קודם זאל מען זען עס זאל ווערען אריין גסקענט אויב ליגט עס סתם קען אנקימען וואסער פייער
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: הרב רבי דוד קלמן סייקס ע"ה תלמיד חכם וירא שמים ומרביץ תורה לאלפי ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

קוקט אויס ווי גאר א העכערע מענטש האט זיך דא געדרייעט
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: הרב רבי דוד קלמן סייקס ע"ה תלמיד חכם וירא שמים ומרביץ תורה לאלפי ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

שמו האט געשריבן:
Kollel האט געשריבן:
מחותן האט געשריבן:
aal האט געשריבן:פארגאנגענע וואך דינסטאג פארטאגס איז אוועק און קרית יואל /מאנרא
ר' דוד קלמן בן ר' משה יודא סייקס ע"ה,


א בילד ביטע

פון די בילד זעה איך, אז איך האב אים געקענט
ער פלעגט זיך אויך דרייען אין מאנסי קען זיין?
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
yoy
שר חמש מאות
תגובות: 991
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 12:47 pm

Re: הרב רבי דוד קלמן סייקס ע"ה תלמיד חכם וירא שמים ומרביץ תורה לאלפי ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoy »

שמו האט געשריבן:
שמו האט געשריבן:
Kollel האט געשריבן:
מחותן האט געשריבן:
aal האט געשריבן:פארגאנגענע וואך דינסטאג פארטאגס איז אוועק און קרית יואל /מאנרא
ר' דוד קלמן בן ר' משה יודא סייקס ע"ה,

א בילד ביטע

פון די בילד זעה איך, אז איך האב אים געקענט
ער פלעגט זיך אויך דרייען אין מאנסי קען זיין?

זיכער! ווי פריער ערווענט איז ביי די לויה און מאנסי זענען ארויס געקומען לכבודו תלמידי חכמים, פון ר' חיים פלאר'ס כולל.
צום ביישפיל אפילו איינע פון די ברידער פון הגאון ר' חיים פלאר האט דארט געזאגט, אז איך בין געווען זיין פערזעליכער דיין, ער פלעגט מיר פרען אלע זיינע שאלות.
דער באקאנטע עוסק במלאכת שמים בעיר התורה מאנסי, הרה"ח ר" אריה דערדיק שליט"א,‬ ומרבני וממנהלי כולל זכרון מנחם, די לעצטע ‪ 60‬יאר‪ ,‬
האט אים גאר מספיד געווען געשטיקט, מיט אן ערענסטען געוויין.. דאס קען נאר זיין אז ער האט אים גוט געקענט..
לעצט פארראכטן דורך yoy אום מאנטאג יולי 26, 2021 12:54 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
$2200 הם שכר שידוך לגיל 18 ולכל עוד ששה חדשים, ראוי להוסיף $500, כדי לשלם עבור השעות החדשות, שהשדכנים משקיעים כסדר בשוק
אוועטאר
לעמאן סאדע
שר האלף
תגובות: 1641
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 13, 2018 5:39 pm
לאקאציע: חק"ס שטיבל

Re: הרב רבי דוד קלמן סייקס ע"ה תלמיד חכם וירא שמים ומרביץ תורה לאלפי ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעמאן סאדע »

איינער וואס איז געווען ביי די לויה האט מיר איבער געזאגט פון איינע פון די מספדים אז זיי ב"ב האט געבטען אז מען זאל דעמאנען לשבח פון איר מאן אז ער האט קיינמאל נישט אויפגעהויבן זיין שטימע און שטוב
אוועטאר
שאראש-פאטאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2019 10:25 pm

Re: הרב רבי דוד קלמן סייקס ע"ה תלמיד חכם וירא שמים ומרביץ תורה לאלפי ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאראש-פאטאק »

yoy האט געשריבן:א סאך ספרים איז ער אבער יא אן געקומען ארויס צוגעגעבן, למשל זיין
ספר "משה אמת ותורתו אמת" אויפן רמב"ם, האט הגאון הגדול ר' חיים קנייבסקי שליט"א שטארק מפליא געווען, ווייל עס איז א חידוש פון א ספר.
דא האט איר א לינק צו דעם ספר, https://www.hebrewbooks.org/59337
.

חוץ די ספר משה אמת וועלעכע נאך ספרים האט ער ארויס געגעבען אין לשון הקודש?
אוועטאר
aal
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 05, 2020 1:01 pm

Re: הרב רבי דוד קלמן סייקס ע"ה תלמיד חכם וירא שמים ומרביץ תורה לאלפי ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך aal »

הרב רבי דוד'ס לויה און מאנסי, איז געווען זייער א קאלירטע עולם אן ערך פון 75 ביז 100 אידן אפשר אביסל מער.
יעדער דארט איז געקומן פון אן אנדערע סביבה, זייער אסך אידן האבן זיך נישט געקענט, איינס אנדערע..
טרעף איך אזוי א מענטש, פרעג איך אים, פון ווי האט איר האט געקענט ר' דוד?
אוי האב איך אים געקענט! איך האב דאך געלערענט מיט אים יעדן טאג,
פרעג איך אים, וואס פאר א סוגיא האט איר געלערענט מיט ר' דוד?
איך לערען יעצט מיט רבי דוד צו באקומען סמיכה..
און איך האלט נאך פעסט און דערמיט, איך ווייס נאך נישט ווי אזוי איך גיי עס יעצט, קענען ענדיגן..
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: הרב רבי דוד קלמן סייקס ע"ה תלמיד חכם וירא שמים ומרביץ תורה לאלפי ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

עס שיינע ווי ער קומט זיכער פון פיל שוואכערע בעקגראונד ווי ער איז אויסגעשטיגן, לויט זיין פאמיליע. אפשר מאדערן ארטאדאקס?
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
aal
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 05, 2020 1:01 pm

Re: הרב רבי דוד קלמן סייקס ע"ה תלמיד חכם וירא שמים ומרביץ תורה לאלפי ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך aal »

מאדערן ארטאדאקס זענען שומר שבת
למשל סענאטור זשאו ליבערמאן
אוועטאר
yoy
שר חמש מאות
תגובות: 991
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 12:47 pm

Re: מעשה פלא פון דעם צדיק נסתר רבי דוד קלמן סייקס ע"ה תלמיד חכם וירא שמים ומרביץ תורה לאלפי ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoy »

yoy האט געשריבן:ר' דוד פלעגט מקריב זיין א יעדע איד אויף דער וועלט, ער פלעגט מיט זיי אנקניפן א קשר לעד ולנצח
רבי דוד סייקס גיט אלעקציע, א מוסר שמיס און יאנג איזראל דזשאמאעיקא סטעטס
https://www.yutorah.org/lectures/lecture.cfm/870643/
אטעטשמענטס
blessings.pdf
(34.74 KiB) געווארן דאונלאודעד 38 מאל
$2200 הם שכר שידוך לגיל 18 ולכל עוד ששה חדשים, ראוי להוסיף $500, כדי לשלם עבור השעות החדשות, שהשדכנים משקיעים כסדר בשוק
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”