רבי יצחק אייזיק ווייס 'החקל יצחק' מספינקא זצ"ל-הי"ד - י"ג סיון תש"ד
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
- שאץ מאץ
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3031
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
- לאקאציע: איבעראל
- פארבינד זיך:
ראי' לדברי אז דער חקל יצחק איז געוועהן א רבי וואס האט זיך נישט אזוי אפגעגעבן, האב איך געפינעם אינעם פאפילערן ביכל "א יתומה צווישן צוויי מאמעס", דארטן שרייבט זי אז דער אהבת ישראל האט זיך אפגעגעבן מיט די חסידים אויסצופרעגן יעדן דעטאל, אבער דער ספינקא רבי פלעגט נישט אזוי טון, עיי"ש
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
שאץ מאץ האט געשריבן:ראי' לדברי אז דער חקל יצחק איז געוועהן א רבי וואס האט זיך נישט אזוי אפגעגעבן, האב איך געפינעם אינעם פאפילערן ביכל "א יתומה צווישן צוויי מאמעס", דארטן שרייבט זי אז דער אהבת ישראל האט זיך אפגעגעבן מיט די חסידים אויסצופרעגן יעדן דעטאל, אבער דער ספינקא רבי פלעגט נישט אזוי טון, עיי"ש
פארשטייט זיך אז סאיז נישט ממש א ראי אויף די צאל חסידים געב נאר א קוק אויף גור היינט צי טאג
- שאץ מאץ
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3031
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
- לאקאציע: איבעראל
- פארבינד זיך:
אמת, כ'האב אסאך אריין געטראכט דערון, מ'קען זאגן א סברא מעצמי, כידוע האט דער חקל יצחק געהאט א מאומדיגע צורה, וואס האט געווארפן א פחד נאר א בר הכי האט פארשטאנען, פון איין זייט האט ער געהאט א בארד, פון די אנדערע זייט האט ער געהאט א פיאה, לויט מיין ארימע שאצונג, האבן די אונגארישע אידן ליב געהאט א רבי מיט א הדרת פנים, מיט א שיין געשטאלט, א בעל בית'שע איד וואס איז געפארן צו א רבי'ן אמאל אמאל, האט ליב געהאט צו זעהן א שיינע רבי..., לכן, האט דער סאטמאר רב געהאט אסאך סתם שטאטישע מענטשן וואס האבן ליב געהאט זיין צורה, ווען ער איז געקומען אין א שטאט, און אלעס רעדט פון יענע יארן מ'האט געזעהן דעם רבינ'ס הדרת פנים אלץ אינגערמאן וכו',
אזוי אויך דער אמרי חיים האט געהאט א צורה וכן הרבה, משא"כ דער חקל יצחק
קען זיין ס'ליגט דערון עפעס, ס'מוז נישט זיין, ס'איז אפשר סברות כרסות...
אזוי אויך דער אמרי חיים האט געהאט א צורה וכן הרבה, משא"כ דער חקל יצחק
קען זיין ס'ליגט דערון עפעס, ס'מוז נישט זיין, ס'איז אפשר סברות כרסות...
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
שאץ מאץ האט געשריבן:ראי' לדברי אז דער חקל יצחק איז געוועהן א רבי וואס האט זיך נישט אזוי אפגעגעבן, האב איך געפינעם אינעם פאפילערן ביכל "א יתומה צווישן צוויי מאמעס", דארטן שרייבט זי אז דער אהבת ישראל האט זיך אפגעגעבן מיט די חסידים אויסצופרעגן יעדן דעטאל, אבער דער ספינקא רבי פלעגט נישט אזוי טון, עיי"ש
איך האב אויך געליינט יענע בוך (איך רעקאמענדיר עס שטארק) און איך האב מיך געוואונדערט ווען האט זיך די ספינקא רבי געצויגן קיין סעליש און פארוואס?
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4040
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
- לאקאציע: נעבן סאטמאר
כבר כתבתילעווי האט געשריבן:איך האב מיך געוואונדערט ווען האט זיך די ספינקא רבי געצויגן קיין סעליש און פארוואס?
ביקסאד האט געשריבן:א' וישלח תר"ץ נאך די פטירה פון זיין רביצין, אויפן פארלאנג פון מנחת אלעזר, האט דער חקל יצחק זיך אוועק געצויגן פון מונקאטש און זיך באזעצט אין סעליש, ווי ער האט געוואוינט ביז די צווייטע וועלט מלחמה און מ'האט אים געפירט פון דעם דארטיגן געטא קיין אוישוויץ וואו ער איז אומגעקומען עקד"ה זונטאג בהעלותך י"ג סיון תש"ד.
ועמך כולם צדיקים
איך האב לעצטנס גערעדט מיט א איד פון דערהיים, זאל זיין געזונט, ער האט געוואוינט אין טעטש, געווען א בחור ביי די קריג, ער פארציילט אז ער געדענקט דער חקל יצחק איז אמאל געקומען אויף א שבת פראווען אין טעטש, ער איז אריבער מיט זיין טאטע זאגן גיט שבת פארן חקל יצחק אין געקישט זיין האנט, ער געדענקט אז ער האט געזעהן דעם חקל יצחק ביים דאווענען האט ער זיך אזוי געווארפן און מיט אויסערגעווענליכע קולות, אז ער האט נישט משיג געווען פארוואס ער באקומט נישט קיין קאפ וויי,
דער חקל יצחק האט געהאט א קליין שולעכל אין סעליש, אבער אויף ימים טובים פלעגט מען אויפשטעלן א שאטער,
אויך ווען אידן פלעגן זיך שואל עצה זיין אין עניני מסחר ודרך ארץ, פלעגט ער שיקן צוםן זוהן ר' ישראל חיים
דער חקל יצחק האט געהאט א קליין שולעכל אין סעליש, אבער אויף ימים טובים פלעגט מען אויפשטעלן א שאטער,
אויך ווען אידן פלעגן זיך שואל עצה זיין אין עניני מסחר ודרך ארץ, פלעגט ער שיקן צוםן זוהן ר' ישראל חיים
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4040
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
- לאקאציע: נעבן סאטמאר
דעם קליין שולעכל איז נאר געווען די ערשטע פאר יאהר, דערנאך האט מען אויף געבויט א שיין גרויס לעכטיג בית המדרש,
אויף דעם דרום וואנט איז געווען א טאוול זאת נדבת ספינקא סאסייעטי מקליוולאנד.
דער חקל יצחק האט געוואוינט אין סעליש איבער פערצן יאר,
פון אנהייב תר"ץ ביז צום דעפארטירן סיון תש"ד, הי"ד.
אויף דעם דרום וואנט איז געווען א טאוול זאת נדבת ספינקא סאסייעטי מקליוולאנד.
דער חקל יצחק האט געוואוינט אין סעליש איבער פערצן יאר,
פון אנהייב תר"ץ ביז צום דעפארטירן סיון תש"ד, הי"ד.
ועמך כולם צדיקים
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35431
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
א הערליך בילד פונעם חקל יצחק, איך געדענט נישט צו האבן געזעהן דעם בילד, ווער זענען די ארומיגע?
מקור:
http://www.flickr.com/photos/9679871@N04/1239095075/
מקור:
http://www.flickr.com/photos/9679871@N04/1239095075/
נאך פון זיינע באקאנטע תלמידים זענען
הגאון רבי אהרן וויעדער זצ"ל אב"ד לינז דומ"ץ קלויזענבורג
הגאון רבי פישל הערשקאוויטש אב"ד האליין דומ"צ קלויזענבורג
אגב עיין ארז בלבנון דף שס"ו וז"ל, הרבי מספינקא הרגיש של נותן הקוויטל בעת שנתנו לו הקוויטל, אף שבקוויטל נכתבו עוד כמה שמות,
ועיין שם בהערה, דבדידיה הוה עובדא כשלמד (רבי רפאל זילבער אב"ד פריימאן) בסאטמאר והחקל יצחק שבת שם, ונתן לו רבינו (הנ"ל)
קוויטל, וכתב בו כל בני משפחתו והוא היה הרביעי ברשימה, ותיכף כשנתן לו הקוויטל שאל אם הוא רפאל, וכן היה עם עוד הרבה בחורים אז.
מיטן ר' נח גראסס ע"ה האב שעות לאנג פארברענגט אינאיינעם, און דערציילט אוצרות מיט מעשיות פון זיין רבי החקל יצחק, און פון זיין אייניקעל
רבי הערשעלע (זייענדיג זיין חברותא דעמאלס), דברים נפלאים, ב"ה געהאט שכל אראפ צוכאפן אלס אויף א טעיפ,
דאכציך אויף היברו בוקס איז דא צובאקומען דעם קונטרס ברוך מתיר אסורים ודי .......