רבי מאיר מפרעמישלאן זצ"ל - כ"ט אייר תר"י

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

י"א אז הרה"צ ר' שמחה רובין זצ"ל אדמו"ר מסאסוב אין לאנדאן, איז געווען א פרעמישלאנער אייניקל
והא לך סדר היחוס
רבי שמחה רובין זצ"ל
חתן הרה"צ ר' דוד העשיל (פלאם) מאפטא זצ"ל (נפ' בעת אפיית מצות י' ניסן תש"ג בעיר פילאדעלפיע ושם מנו"כ)
בן הרה"ק רבי שלום פלאם זיע"א (נלב"ע כ"ט אדר תר"ס ומנו"כ בבעלזא)
בן הרה"ק רבי דוד פלאם זיע"א (נלב"ע ל' תשרי תרמ"ד ומנו"כ בבעלזא - הוא היה חתנו של הרה"ק רבי אלעזר מבעלזא בן הרה"ק מרן השר שלום זיע"א)
בן הרה"ק רבי שלמה פלאם זיע"א (בן הרה"ק רבי דוב בעריש אב"ד אלעסק שהיה (סגי נהור ו)איש פלא ובעל רוה"ק גדול - בן הרה"ק רבי שלמה מלוצק בעמח"ס דברת שלמה))
חתן רבי צבי
בן הרה"ק רבי מאיר מפרומישלאן זיע"א
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

ר' מרדכי אריה מפרעמישלאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

ווער איז דאס געוועהן ר' מרדכי אריה מפרעמישלאן אן איינקיל פון ר' מאיר מפרעמישלאן ? מה טיבו און ווען איז ער אוועק ? פון אביסעל זוכען טרעף איך גארנישט איבער איהם
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

אליעזר לאנדא האט געשריבן:ווער איז דאס געוועהן ר' מרדכי אריה מפרעמישלאן אן איינקיל פון ר' מאיר מפרעמישלאן ? מה טיבו און ווען איז ער אוועק ? פון אביסעל זוכען טרעף איך גארנישט איבער איהם

לבית 'מויער', ויש אשר נקרא 'מייער', פון די מועט פון אייניקליך פון ר' מאיר'ל בן אחר בן (ועפ"ז תמצא קצת עליו בספריו של אלפסי וכו')
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

הסרפד האט געשריבן:
אליעזר לאנדא האט געשריבן:ווער איז דאס געוועהן ר' מרדכי אריה מפרעמישלאן אן איינקיל פון ר' מאיר מפרעמישלאן ? מה טיבו און ווען איז ער אוועק ? פון אביסעל זוכען טרעף איך גארנישט איבער איהם

לבית 'מויער', ויש אשר נקרא 'מייער', פון די מועט פון אייניקליך פון ר' מאיר'ל בן אחר בן (ועפ"ז תמצא קצת עליו בספריו של אלפסי וכו') - אויב מיינט איר דעם ערשטן מיט דעם נאמן (איך מיין אס עס זענען געוועהן מער - איז דאס בן בנו ממש).
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:י"א אז הרה"צ ר' שמחה רובין זצ"ל אדמו"ר מסאסוב אין לאנדאן, איז געווען א פרעמישלאנער אייניקל
והא לך סדר היחוס
רבי שמחה רובין זצ"ל
חתן הרה"צ ר' דוד העשיל (פלאם) מאפטא זצ"ל (נפ' בעת אפיית מצות י' ניסן תש"ג בעיר פילאדעלפיע ושם מנו"כ)
בן הרה"ק רבי שלום פלאם זיע"א (נלב"ע כ"ט אדר תר"ס ומנו"כ בבעלזא)
בן הרה"ק רבי דוד פלאם זיע"א (נלב"ע ל' תשרי תרמ"ד ומנו"כ בבעלזא - הוא היה חתנו של הרה"ק רבי אלעזר מבעלזא בן הרה"ק מרן השר שלום זיע"א)
בן הרה"ק רבי שלמה פלאם זיע"א (בן הרה"ק רבי דוב בעריש אב"ד אלעסק שהיה (סגי נהור ו)איש פלא ובעל רוה"ק גדול - בן הרה"ק רבי שלמה מלוצק בעמח"ס דברת שלמה))
חתן רבי צבי
בן הרה"ק רבי מאיר מפרומישלאן זיע"א

ווייסט איינער צו דאס איז קראנט?
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

הסרפד האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:
אליעזר לאנדא האט געשריבן:ווער איז דאס געוועהן ר' מרדכי אריה מפרעמישלאן אן איינקיל פון ר' מאיר מפרעמישלאן ? מה טיבו און ווען איז ער אוועק ? פון אביסעל זוכען טרעף איך גארנישט איבער איהם

לבית 'מויער', ויש אשר נקרא 'מייער', פון די מועט פון אייניקליך פון ר' מאיר'ל בן אחר בן (ועפ"ז תמצא קצת עליו בספריו של אלפסי וכו') - אויב מיינט איר דעם ערשטן מיט דעם נאמן (איך מיין אס עס זענען געוועהן מער - איז דאס בן בנו ממש).

וואונדער (ערך ר' מאיר מפרעמישלאן) און אלפסי ווייסען נאר צו זאגען אז ער איז געוועהן א זוהן פון ר' צבי און א איידעם ביי ר' משה (השני) מזוועהיל (אין שם ושארית שטייט אויך אז ר' משה מזוועהיל האט געהאט א איידעם ר' מרדכי אריה בן (!) ר' מאיר מפרעמישלאן, ווייסט מען און זעווהיל פון דעם?) און גארנישט מער, בערך ר' אברהם פרנקל רעכנט אויס וואונדער דריי קינדער ר' אברהם ר' מאיר און ר' צבי

אין ח"ו ברענגט ער א ר' מרדכי אריה מאהר בן ר' חיים אברהם ונכד ר' מאיר מפרעמישלאן אדמו"ר בלבוב בתרצ"ב, איז דאס א צווייטע אדער איז עס עפעס א טעות?

איך האב געזעהן שרייבן אז ר' אהרן משה לייפער פון גראסווערדאן איז בזיווג ראשון געוועהן א איידעם ביי ר' צבי ב"ר מרדכי אריה, איז דאס ריכטיג?

אויף JRI אין Przemyslany טרעפט מען

[ MAUER / FEDER ] Moses 1905 B M Markus Leib MAUER Schlomczy FEDER

[ MAUER / FEDER ] Schifre 1907 B F Markus Leib MAUER Schlomcze FEDER

איז דאס ר' מרדכי אריה דנן? ע"פ חשבון אז ער איז געבוירן בחיי זקנו האט ער שוין געדארפט זיין כאטש עטליכע אין פופציג, איז דאס אפשר א זיווג שני?

סוף דבר ווייסט איינער עפעס פרטים איבער ר' מרדכי אריה ומשפחתו?
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

איין זאך האב איך געטראפען, און דער קו' נטיעה של שמחה ב' שטייט אזוי
כי הנה ר' יוסל (צעהנווערט אבי משפחת צעהנווערט בא"י) לא היה לו בנים ל"ע ..ויהי בהגיע ר' יוסל לגיל 69 נפטרה עליו אשת נעוריו, וחשב ר' יוסל לעלות לארץ הקודש ...וכבר ארז מטלטליו ע"מ להעלותם לירושלים, ונסע אל רבו הרה"ק ר' מרדכי אריה, נכדו של הרה"ק ר"מ מפרימישלאן ושטח לפניו תכניתו ומחשבתו, ויען אליו הרבי ויאמר למה תדאג לקבורתך לפני שדאגת על עתידך והעמדת דורות של בנים ובנות ור' יוסל תמה והצביע על זקנו הלבן, וכי בגיל הזה יתחיל לחשוב על בנים, באמרו לרבו הזקן הלבן שלי אמר לי כן, אולם רבו הק' לא נתן לו לעשות כתכניתו ואמר לו, אני אומר לך שתלך ותחפש זיווג הגון עבורך בת בנים ובעזה"י תראה עוד רוב נחת דקדושה, כחסיד וותיק קיבל באהבה ובאמונה פקודת רבו, ופנה אל השדכנים שרצו להציע לו זקנות אלמנות וכד' וביקש שידוך דוקא בת בנים כפקודת הרבי, ואכן לאחר זמן הציעו לו אשה צעירה בתו של הרה"ח ר' יהושע ראקובער ז"ל מקראקא ... ונולד לו ממנה ג' בנות ... ובמסי"נ עלו והתיישבו בירושלים עיה"ק ושם נולד להם הבן זקונים הגה"ח ר' אביש ועוד בת אחת ומשם נסתעפה ונתפשטה משפחת ציינוירט בירושלים עיה"ק.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

אליעזר לאנדא האט געשריבן:איך האב געזעהן שרייבן אז ר' אהרן משה לייפער פון גראסווערדאן איז בזיווג ראשון געוועהן א איידעם ביי ר' צבי ב"ר מרדכי אריה, איז דאס ריכטיג?


דעם פרט האב איך זיכער געזעהן, אין חלק התולדות פון ס' ויקהל משה, ארויס געגעבן דורך ר' אהרן משה'ס אייין אייניקל מזו"ש, אבער גענוג נאנט אז מען קען זיך פארלאזן אויף וואס עס שטייט דארט. דארט שטייט אויכעט אז דער ר' צבי ב"ר מרדכי אריה איז געוועהן איין איידים ביי זיין קרוב ר' (ישראל לייב?) פרענקל, גם הוא נכד ר' מאיר'ל.
העלאו
שר האלפיים
תגובות: 2006
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

Re: רבי מאיר מפרעמישלאן זצ"ל - כ"ט אייר תר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלאו »

א לעצטיגע מעשה געהערט פון א איד וואס איז א פאר יאר צירוק געפארען קיין פרעמישלאן און אנקומענדיג דארט האט ער געזעהן די בית החיים איז פארשפארט האט ער נישט געוויסט וואס צו טוען וועם קען ער פרעגן ווי איז די שליסעל עס איז דאך נאר דא גוים ארום וואס ווייסן זיי ? האט ער מחליט געוועהן ער וועט צו גיין צו איינע פון די גוים פרעגן גייט ער צו א גוי וואס איז דעמאלטס אריבער און פרעגט אים אויב ער וייסט וואו איז די שליסעל פון די בית החיים ? זאגט עהם דער גוי וואס הייסט איך בין די שומר פון די בית החיים איך בין יעצט אויפן וועג ארויס פון שטאט פאר א פאר וואכען און דער גוי האט עהם געפענט די בית החיים און ער איז אריינגעגאנגען
ממש א אפענע מופת פונעם רבי ר' מאיר'ל זי''ע
סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

ידיעות שונות האט געשריבן:א פרשה פאר זיך איז דער התקשרות פון הגאון האדיר ר' שלמה קלוגר צום הייליגן ר' מאיר'ל פרעמישלאנער.

רבי שלמה קלוגר האט געהאלטן א הספד מר לקונן על פטירת אותו צדיק, אפגעשריבן דעם הספד, און עס געדרוקט בחייו.
עין דמעה - מאיר עיני המחכים לסליחתו

דער שער בלאט פונעם ספר רעדט פאר זיך אליין.

"והספד מר הזה הוא על הסתלקות הרב המפורסם הצדיק המקובל אלקי חסיד ועניו מוהר"ר מאיר זלה"ה מפרעמשליין,
והספדתי אותו אני הצעיר שלמה קלוגר, וקוננתי עליו איכה יעיב ה' את בת ציון,
השליך משמים ארץ תפארת ישראל, וקראתי שם הספר על שמו לזכרון נפשו ונשמתו"

מאיר עיני המחכים לסליחתו.JPG



אפשר שרייבסטו אביסל אראפ די התקשרות פון ר' שלמה קלוער
לכל הפחות ברעגג אראפ א ספר וואס שרייבט דערפון
כבוד הרב
שר חמש מאות
תגובות: 915
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 7:11 pm

Re: רבי מאיר מפרעמישלאן זצ"ל - כ"ט אייר תר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כבוד הרב »

איך האב געוואלט וויסען אויב עס דא היינט א בן אחר בן פין הרה"ק רבי ר' מאיר'ל מ'פרימשלען זי"ע ??
סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

בני יששכר האט געשריבן:ווען ר' מאיר'ל איז געווען א קינד ער האט זיך געדרייט אין ווייבער שול
און ער האט געהערט אז א פרוי וויינט אין שול נעבן ארון קודש
אז זי איז אן אלמנה און זי האט נישט קיין פרנסה
האט ר' מאיר'ל אראפ געשריגן פון ווייבער שול אז זי זאל בעטן פאר קראנקע מענטשן איו זיי וועלן אויסגעהיילט וווערן אין דורך דעם וועלן מענטשן דיר געבן אסאך געלט און די וועסט האבן פרנסה בהרחוה
און עס איז אזוי געווען יארן וואס זי האט געווינטשן און מענטשן זענען געהאלפן געווארן און זי האט געהאט פרנסה
מיט יארן שפטעטער האט ר' מאיר'ל באקימען און האלטז א אייטער bubble און מען נישט געטראפן א רפואה
האט מען אים געזאגט אז עס דא א פרוי וואס זי ווינטש און מען ווערט געהאלפן
האט ר' מאיר'ל געהייסן מען זאל אריבער רופן די פרוי און הערן פון ווי זי דעם כח צי פון די קדושה אדער חלילה פארקערט
האט זי פארציילט אז זי איז געווען א ציבראכענע אלמנה איז זי אריין אין ביהמ"ד און זי האט געווינט אויף איר מצב און מיטן האט זי געהערט א בת קול אז זי זאל ווינטשן פאר קראנקע און מען וועט געהאלפן ווערן.
האט ר' מאיר'ל זיך זייער צילאכט פון די מעשה ווייל ער האט זיך דערמאנט אז ער האט געמאכט דעם א בת קול
אלץ קליין קינד. און די איידער האט זיך אויף געקראכט פון אזוי לאכן און ר' מאיר'ל האט דורך דעם געהאט א ישועה
זי"ע


קען מען ביטע שרייבן א מקור צו די מעשה
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7415
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: רבי מאיר מפרעמישלאן זצ"ל - כ"ט אייר תר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

נישט פארגעסן שב"ק צו טרינקען לחיים אין די בתי כנסיות.
הונדערט זיבעציג יאהר פון די הסתלקות.
זאל ער זיין א מליץ יושר אויף גאנץ כלל ישראל!
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי מאיר מפרעמישלאן זצ"ל - כ"ט אייר תר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט איז דער יא''צ פון הרה"ק רבי ר' מאיר'ל מפרעמישלאן זי"ע ועכי"א
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: רבי מאיר מפרעמישלאן זצ"ל - כ"ט אייר תר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

זי״ע ועכי״א

איינער האט מיר איבער פארציילט אז אויף קול בחצרות האט איינער געלאזט הערן א מימרא בשמו פונעם בעל הילולא אז 90 יאר נאך זיין פטירה וועט געבוירן ווערן א צדיק וואס וועט פירן די אידן קעגן משיח (או משהו כזה)
איינער ווייסט פון וואס איך רעד?
דביה תחדי נפשא
אחד מעיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 31, 2017 3:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד מעיר »

כבוד הרב האט געשריבן:איך האב געוואלט וויסען אויב עס דא היינט א בן אחר בן פין הרה"ק רבי ר' מאיר'ל מ'פרימשלען זי"ע ??

לא שמענו
חבצלת השרון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 31, 2014 10:45 pm

Re: רבי מאיר מפרעמישלאן זצ"ל - כ"ט אייר תר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבצלת השרון »

חמרא טבא האט געשריבן:זי״ע ועכי״א

איינער האט מיר איבער פארציילט אז אויף קול בחצרות האט איינער געלאזט הערן א מימרא בשמו פונעם בעל הילולא אז 90 יאר נאך זיין פטירה וועט געבוירן ווערן א צדיק וואס וועט פירן די אידן קעגן משיח (או משהו כזה)
איינער ווייסט פון וואס איך רעד?

קוק אינעם ערשטן תגובה פון דעם אשכול.
ועדיין... ערבך ערבא צריך...
כבוד הרב
שר חמש מאות
תגובות: 915
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 7:11 pm

Re: רבי מאיר מפרעמישלאן זצ"ל - כ"ט אייר תר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כבוד הרב »

כמה משפחות נכדי הרה"ק רבי ר' מאיר'ל זי"ע
רבי שלום משאץ [טשאקאווא וואדיסלב ועוד..]
רבי ישראל דוד משענדישוב
רבי אלעזר מפאלטישען
רבי משה רוקח מקאזלאוו
רבי יצחק אייזיק מזוטשקא
וגיסו רבי אברהם ברוך ראזענבערגער מגמזו
רבי יהודא מסוטשין
רבי יצחק אייזיק אייכענשטיין מקווישאד-קווינס
רבי משולם ישכר אשכנזי מסטאניסלאוו לאנדאן
רבי יעקב ישראל ווישרין מסאסרעגן
ואחיו רבי מאיר יוסף מקרעסטיר
רבי ישראל אריה מרגלית מפריעמשלאן לאנדאן
רבי יוסף מאיר כהנא מספינקא ירושלים
ואחיו רבי נחמן כהנא מספינקא ב"ב
רבי אלעזר וויינבערגער מחוסט (ספוק..) [רבי הערשל'ע מספינקא אשוי גלאנטא בורשטין מעליץ וומסב"ג ועוד ועוד....]
רבי משה הארוויץ מבוסטען
נכדי רבי מרדכי שמרלער [קלוגהופט רבי חיים ראזענבערגער מדיערזש ועוד...]
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: רבי מאיר מפרעמישלאן זצ"ל - כ"ט אייר תר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

צוגענומען דעם פאַס, נישט געקענט פאָרן
דער טאלטשובער רב איז ווי באקאנט סוף ימיו געפאָרן קיין ארץ ישראל, און ער האט זיך באזעצט אין עיה"ק צפת. אויפ'ן וועג קיין אדעס, פון וואו די שיף האט געזאלט ארויספאָרן, איז ער אפגעשטיגן אין פרעמישלאן זיך געזעגענען מיט רבי מאיר'ל. צוליב די קורצע צייט איז אים שוין נישט אויסגעקומען צו פארבלייבן שבת אין פרעמישלאן, רבי מאיר'ל האט אים אויפגענומען מיט גרויס כבוד און תיכף מיט'ן ערשטען שמועס האט ער אים געזאגט, אז ער וואלט געוואלט זעהן זיין פּאַס-פּאָרט. דער טאלטשובער רב האט אים אהין געגעבן דעם פאס, און רבי מאיר'ל האט עס באהאלטן אין זיין בוזעם טאש און זיך אנגערופן "מאיר האט ליב פעסער".
אזוי ווי דער פאס איז פארבליבן ביי רבי מאיר'ל, האט דער טאלטשובער רב נישט געהאט קיין ברירה און איז פארבליבן שבת אין פרעמישלאן. ער איז אבער געוועהן זייער פארזארגט וויסענדיג אז ער וועט פארשפעטיגען זיין שיף קיין ארץ ישראל. נאך שבת האט ער זיך מיט אים געזעגענט מיט גרויס חביבות, ווען רבי מאיר'ל געבט אים צוריק דעם פאספארט. די שיף אין אדעס מיט וואס ער האט באדארפט צו פאָרן קיין ארץ ישראל איז שוין אבער געוועהן אוועקגעפארן. באין ברירה איז ער פארבליבן אין די האפען שטאדט אדעס ווארטענדיג אויף א צווייטע שיף.
זוימענדיג זיך אין אדעס, איז אנגעקומען די בשורת איוב, אז די שיף מיט וואס ער האט געדארפט פאָרן, איז איינגעזינקען און אלע מיטפאָרערס זענען דערטרונקען געווארן אין ים (ל"ע). אצינד האט ער ערשט פארשטאנען אז דערמיט וואס רבי מאיר'ל האט אים צוגענומען די פאַס און אויפגעהאלטן איבער שבת, איז ער געראטעוועט געווארן.
כל ימיו האט דער טאלטשובער רב דערציילט איבער דעם גרויסן נס וואס ער האט געהאט אין זכות פון צדיק רבי מאיר'ל פרעמישלאנער.
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3976
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: רבי מאיר מפרעמישלאן זצ"ל - כ"ט אייר תר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

Ban Mazel האט געשריבן:צוגענומען דעם פאַס, נישט געקענט פאָרן
דער טאלטשובער רב איז ווי באקאנט סוף ימיו געפאָרן קיין ארץ ישראל, און ער האט זיך באזעצט אין עיה"ק צפת. אויפ'ן וועג קיין אדעס, פון וואו די שיף האט געזאלט ארויספאָרן, איז ער אפגעשטיגן אין פרעמישלאן זיך געזעגענען מיט רבי מאיר'ל. צוליב די קורצע צייט איז אים שוין נישט אויסגעקומען צו פארבלייבן שבת אין פרעמישלאן, רבי מאיר'ל האט אים אויפגענומען מיט גרויס כבוד און תיכף מיט'ן ערשטען שמועס האט ער אים געזאגט, אז ער וואלט געוואלט זעהן זיין פּאַס-פּאָרט. דער טאלטשובער רב האט אים אהין געגעבן דעם פאס, און רבי מאיר'ל האט עס באהאלטן אין זיין בוזעם טאש און זיך אנגערופן "מאיר האט ליב פעסער".
אזוי ווי דער פאס איז פארבליבן ביי רבי מאיר'ל, האט דער טאלטשובער רב נישט געהאט קיין ברירה און איז פארבליבן שבת אין פרעמישלאן. ער איז אבער געוועהן זייער פארזארגט וויסענדיג אז ער וועט פארשפעטיגען זיין שיף קיין ארץ ישראל. נאך שבת האט ער זיך מיט אים געזעגענט מיט גרויס חביבות, ווען רבי מאיר'ל געבט אים צוריק דעם פאספארט. די שיף אין אדעס מיט וואס ער האט באדארפט צו פאָרן קיין ארץ ישראל איז שוין אבער געוועהן אוועקגעפארן. באין ברירה איז ער פארבליבן אין די האפען שטאדט אדעס ווארטענדיג אויף א צווייטע שיף.
זוימענדיג זיך אין אדעס, איז אנגעקומען די בשורת איוב, אז די שיף מיט וואס ער האט געדארפט פאָרן, איז איינגעזינקען און אלע מיטפאָרערס זענען דערטרונקען געווארן אין ים (ל"ע). אצינד האט ער ערשט פארשטאנען אז דערמיט וואס רבי מאיר'ל האט אים צוגענומען די פאַס און אויפגעהאלטן איבער שבת, איז ער געראטעוועט געווארן.
כל ימיו האט דער טאלטשובער רב דערציילט איבער דעם גרויסן נס וואס ער האט געהאט אין זכות פון צדיק רבי מאיר'ל פרעמישלאנער.
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל


זיעועכי"א

יישר כח
אוועטאר
מעכל קנעכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7129
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 27, 2021 9:31 pm
לאקאציע: קעגן איבער

Re: רבי מאיר מפרעמישלאן זצ"ל - כ"ט אייר תר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכל קנעכל »

איך האב לעצטנס באגעגענט א וואונדערליכע קראנטע ספר איבער די גזע פון פרעמישלאן און נאדבארנע און קאליש

די ספר איז אויף אוצר החכמה 'גדולים צדיקים', גאר גאר וואונדערליכע סיפורים וואס א בן אחר בן פון ר' מאיר הגדול דורך די צדיקי בית קאליש באשרייבט קראנטע סיפורים און הנהגות פון זיינע עלטערן אלעס מיט א מקור פון וועמען ער האט עס געהערט,
זיין טאטע איז אויך געווען א רבי און ער שרייבט אויף אים אינטערעסאנטע זאכן, געוויסע צדיקים דארט ווערן כמעט נישט דערמאנט ערגעץ אנדערש,
ס'זייער אינטערעסאנט פאר חוקרי הדורות און בכלל פאר קראנטע חסידי'שע סיפורי צדיקים,
אויך ווארפט ער דארט אביסל אריין וועגן א שווערע מחלוקת וואס ס'געווען פון סטרעליסק זידיטשוב און סטרעטין אויף ר' מאיר'ל פרעמישלאנער,
אפשר קען עס איינער איבערדריקן וכל הקודם זכה
חחח...
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי מאיר מפרעמישלאן זצ"ל - כ"ט אייר תר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

איז דא ערגעץ א באשרייבונג אויף דער איידעם פין הרה"ק רבי מאיר'ל מפרעמישלאן - הרה"ק רבי חיים אברהם ממיקולייב?
דא אויף די וועלטל אדער ערגעץ אנדערש?
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
ראשון לציון
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 20, 2015 1:24 am

Re: רבי מאיר מפרעמישלאן זצ"ל - כ"ט אייר תר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראשון לציון »

מומחה יוחס האט געשריבן:איז דא ערגעץ א באשרייבונג אויף דער איידעם פין הרה"ק רבי מאיר'ל מפרעמישלאן - הרה"ק רבי חיים אברהם ממיקולייב?
דא אויף די וועלטל אדער ערגעץ אנדערש?

איך האב א קונטרס חיים מאירים תולדות הרה"ק רבי חיים אברהם זצ"ל אבער די פייל איז צו גרויס ארויף צולייגען
popo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 02, 2017 11:38 am

Re: רבי מאיר מפרעמישלאן זצ"ל - כ"ט אייר תר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך popo »

חיים מאירים מיט נייע הוספות
https://drive.google.com/file/d/1LtqIfY ... sp=sharing
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי מאיר מפרעמישלאן זצ"ל - כ"ט אייר תר"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

באמת א ייש"כ
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”