חמרא טבא האט געשריבן:אהא און דו ביזט יא א מקור?
קענסט מיר זאגן וואס גענוי איך האב געשריבן אויף ווישאווא רב וואס שטימט דיר נישט? פונקט פארקערט כ׳האב געברענגט א הערליכע מעשה פון אוהב שלום ורודף שלום אויף א מוראדיגע פארנעם
רבי לעבן. נעם עס נישט פערזענליך.
וואס איך קלעים דארף נישט קיין מקור. יעדע זאך וואס איך האב דא געשריבן איז ידוע לכל. די אמרי חיים האט אויף די עלטער געוואוינט לעבן זיין טאטען. אלע קינדער פון די אהבת ישראל זענען געווארן וויזשניצער רביס! די דמשק איז אפילו ארויפגעפארן קיין ארץ ישראל און זיך עמטליך גערופן וויזשניצער רבי.
ווידער וואס דו קלעימסט אז דער ווישעווער רב האט געטראכט צו מערער זיין רביסטיווע וואס זיין טאטע האט געשטעלט אויף דעם איז בחינה פון “ המוציא מחברו עליו הראי”
געוויסע חסידים פונעם ווישעווער רב האבן עס אפשר נישט אויסגעהאלטן. אבער דער ווישעווער רב איז געוועהן פארנומען מיט תורה און פארשפרייטן תורה נישט קיין מחלוקות׳ן! ער האט גאנץ גוט געוואוסט אז אלע ברודער גייען ווערן רביס! אזוי איז געוועהן איינגעפירט ביי די גזע פון וויזשניץ און רוזין.
ער איז געוועהן א גרויסע רבי אין א גרויסע שטאט, ווישעווע איז געוועהן א סענטער פאר תורה און חסידות. סהאט אים גארנישט געפעלט דארט!
נעם עס נישט פערזענליך! אבער איך זאג דיר גלייב נישט די מעשה. פרעג אן יעדען וואס קען די היסטאריע גוט.
הצלחה וברכה.