רבי מנחם מענדל האגער זצ"ל - בעל שארית מנחם מ'ווישאווא - י"ג טבת תש"א

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:20 am

רבי מנחם מענדל האגער זצ"ל - בעל שארית מנחם מ'ווישאווא - י"ג טבת תש"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפע רב »

אזוי עס איז נישט דא קיין אשכול פונעם אדם גדול בענקים עמער גייען פתיחה.

היינט י"ג טבת איז די יארצייט פונעם בעל שארית מנחם מ'ווישאווא זצ"ל, די עלטסטע זון פונעם אהבת ישראל זצ"ל, נפטר בשנת תש"א

ער האט געפירט א גרויסע ישיבה מיט א אייגענע קאך אין קווארטיר פאר די בחורים וואס דעס איז געווען א געוואלדיגע אויפטו בימים ההם.

ער איז אוועק אין א גאר אינגע עלטער פון 55 יאר,

איינער מיט מער פרטים איבער די תולדות פונעם צדיק?
אום אני חומה
שר האלף
תגובות: 1081
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 10:43 pm
לאקאציע: אין ביבליאטעק

Re: רבי מנחם מענדל האגער זצ"ל - בעל שארית מנחם מ'ווישאווא - י"ג טבת תש"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אום אני חומה »

דער אהבת ישראל האט געזאגט ווען איך וועל ארויפקומען אויף יענע וועלט וועל איך זאגן איך בין מענדעלע'ס פאטער
אום אני חומה
שר האלף
תגובות: 1081
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 10:43 pm
לאקאציע: אין ביבליאטעק

Re: רבי מנחם מענדל האגער זצ"ל - בעל שארית מנחם מ'ווישאווא - י"ג טבת תש"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אום אני חומה »

ער איז געווען אן איידעם ביי דודו ר' מרדכי חודרוב מטאלנא וויזניץ.

בניו: 1) ר' ברוך הי''ד שמילא מקומו ונהרג עקה''ש עם בנו הילד מנחם מענדל הי''ד. זוגתו שיינדל בת ר' צבי הירש רובין ממישלעניץ (ב''ר יצחק טובי') ניצלה עם בנה ר' נפתלי צבי ז''ל אדמו''ר מווישאווא (אביהם של רבני ווישאווע כיום בב''פ מאנסי וירושלים) ובתה צפורה/פייגא הלבני ווייס ( אשת פראפעסאר דוד.)
2) ר' חיים יהודה מאיר ז''ל אדמו''ר מווישאווא בנ''י ת''א וב''ב חתן ר' אלעזר ריינמאן מקרעטשניף. נפטר בשנת תשכ''ט בלי זש''ק ל''ע.
לעצט פארראכטן דורך אום אני חומה אום מאנטאג דעצעמבער 28, 2020 11:48 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: רבי מנחם מענדל האגער זצ"ל - בעל שארית מנחם מ'ווישאווא - י"ג טבת תש"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

רחי״מ האט געוואונט קודם דאהי?
דביה תחדי נפשא
אום אני חומה
שר האלף
תגובות: 1081
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 10:43 pm
לאקאציע: אין ביבליאטעק

Re: רבי מנחם מענדל האגער זצ"ל - בעל שארית מנחם מ'ווישאווא - י"ג טבת תש"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אום אני חומה »

יא
אלטער בריליאנט
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 24, 2019 3:54 am

תגובה דורך אלטער בריליאנט »

אום אני חומה האט געשריבן:דער אהבת ישראל האט געזאגט ווען איך וועל ארויפקומען אויף יענע וועלט וועל איך זאגן איך בין מענדעלע'ס פאטער

די אהבת ישראל האט דאס טאקע געזאגט אבער אויף א צווייטע זוהן, דער דמשק אליעזר.

און אויך האט ער געזאגט אמאל ווען ער איז געקומען אין א געוויסע שטאט און טויזנטער אידן זענען ארויסגעקומען מקבל פנים זיין האט ער זיך נאכדעם אנגערופן צו די ארומיגע “זיי זענען נישט געקומען מיך זעהן, זיי זענען געקומען זעהן ווער איז דער פאטער פון ר׳ אליעזר’ל”

אויפן ווישעווער רב האט ער געזאגט:

“ער האט מעהר ספרים ביי זיך אין קאפ ווי איך האב אין מיין שטוב”

און כיודע האט ער אים גערופן “די ספרים שאפע”

די אהבת ישראל פלעגט פרעגן אלע זיינע הלכה שאלות פונעם ווישעווער רב.

אבער די אויסדרוק פון ווען איך וועל ארויפקומען אויף יענע וועלט וואס דו דערמאנסט האט ער קלאר געזאגט אויפן דמשק.
אלטער בריליאנט
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 24, 2019 3:54 am

Re: רבי מנחם מענדל האגער זצ"ל - בעל שארית מנחם מ'ווישאווא - י"ג טבת תש"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער בריליאנט »

די ווישעווער רב איז באמת געוועהן א חידוש פון א חסידישע רבי! סיי אזא גרויסע גאון אדיר, סיי א אמתע חסידישע רבי, סיי א אמתע ראש ישיבה. זיך געזארגט פאר אלע זיינע תלמידים ברוחניות ובגשמיות.

ער איז געוועהן א מוראדיגע בעל דרשן וואס האט באצויבערט יעדען איינעם מיט זיינע הערליכע דרשות און פלפולים. ער האט געקענט רעדן פון סיי וועלכע נושא פאר שעות ארוכות.

ר׳ יעקל ראזענפעלד ז”ל- משב”ק בעל התורת מרדכי וואס איז לעצטענס אוועק האט געקענט נאכזאגן א דרשה וואס ער האט אמאל געהערט פונעם ווישעווער רב וואס האט געדויערט איבער פיר שעה!!!
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: רבי מנחם מענדל האגער זצ"ל - בעל שארית מנחם מ'ווישאווא - י"ג טבת תש"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

פארוואס איז ער למעשה נישט געווארן מ״מ? טאקע ווייל ערז נישט געווען דארט ביי די פטירה?
דביה תחדי נפשא
בפשיטות
שר האלף
תגובות: 1119
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 6:01 pm

Re: רבי מנחם מענדל האגער זצ"ל - בעל שארית מנחם מ'ווישאווא - י"ג טבת תש"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בפשיטות »

חמרא טבא האט געשריבן:פארוואס איז ער למעשה נישט געווארן מ״מ? טאקע ווייל ערז נישט געווען דארט ביי די פטירה?

אזוי איז אנגענומען אין אין די וועלט, ער האט זיך אויפגעהאלטען דאהי נאך געלט פאר זיין ישיבה איבער א יאר צייט, אין אינמיטן די תקופה איז דער פאטער אוועק.

אגב איז די ישיבה וואס ער האט אויפגעשטעלט, געווען א געוואלדיגע חידוש בימים ההם, עס איז געווען די ערשטע חסידי’שע ישיבה אין די היסטאריע וואס זאל צושטעלן אלסדינג לטובת די בחורים מזאל קענען זיצן אין לערנען רואיג על מי מנוחות, ענדליך צו ישיבת חכמי לובלין.
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: רבי מנחם מענדל האגער זצ"ל - בעל שארית מנחם מ'ווישאווא - י"ג טבת תש"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

חמרא טבא האט געשריבן:פארוואס איז ער למעשה נישט געווארן מ״מ? טאקע ווייל ערז נישט געווען דארט ביי די פטירה?

רח"מ איז געווען מער "צו גאט און צו לייט"..., אין גרויסווארדיין האט עס אסאך אויסגעמאכט, כנלענ"ד.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אלטער בריליאנט
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 24, 2019 3:54 am

Re: רבי מנחם מענדל האגער זצ"ל - בעל שארית מנחם מ'ווישאווא - י"ג טבת תש"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער בריליאנט »

חמרא טבא האט געשריבן:פארוואס איז ער למעשה נישט געווארן מ״מ? טאקע ווייל ערז נישט געווען דארט ביי די פטירה?

סאיז א גרויסע טעות פון די וועלט אז הרה״ק ר׳ חיים מאירל איז געווארן די מ״מ ווייל ווישעווער רב איז געוועהן אין אמעריקע. אלע קינדער פונעם אהבת ישראל זענען געווארן רביס אייניג פונקט ווי סאיז היינט אין מאנסי-וויזשניץ. יעדער איז געבליבן אויף זייער פלאץ. די ווישעווער רב איז שוין געוועהן א גרויסע רבי אין ווישעווע ווען זיין טאטע האט געלעבט. די דמשק אין וויזשניץ אין בוקעווינע די סערטער אין סערט. די אמרי חיים איז נאר געווארן מ״מ אין שטאט גרויסווארדיין. פונקט ווי ר׳ ישראל אין מאנסי איז מ״מ פונעם תורת מרדכי. קיינער האט נאך דעמאלטס נישט געוואוסט אז ס׳גייט זיין א וועלט מלחמה.

ווען ווישעווער רב וואלט איבערגעלעבט די מלחמה, וואלטן זיך זאכן אנדערש אויסגעארבעט לכאורה, וויזשניץ וואלט געוועהן נאך מעהר צוטיילט...
אום אני חומה
שר האלף
תגובות: 1081
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 10:43 pm
לאקאציע: אין ביבליאטעק

Re: רבי מנחם מענדל האגער זצ"ל - בעל שארית מנחם מ'ווישאווא - י"ג טבת תש"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אום אני חומה »

אלטער בריליאנט האט געשריבן: די אמרי חיים איז נאר געווארן מ״מ אין שטאט גרויסווארדיין. פונקט ווי ר׳ ישראל אין מאנסי איז מ״מ פונעם תורת מרדכי.

ר' ישראל האט דאך שוין געוואוינט דארט פון פריער משא''כ דער אמרי חיים האט דאך געוואוינט פריער אין ווילחאוויץ
אלטער בריליאנט
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 24, 2019 3:54 am

Re: רבי מנחם מענדל האגער זצ"ל - בעל שארית מנחם מ'ווישאווא - י"ג טבת תש"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער בריליאנט »

בפשיטות האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:פארוואס איז ער למעשה נישט געווארן מ״מ? טאקע ווייל ערז נישט געווען דארט ביי די פטירה?

אזוי איז אנגענומען אין אין די וועלט, ער האט זיך אויפגעהאלטען דאהי נאך געלט פאר זיין ישיבה איבער א יאר צייט, אין אינמיטן די תקופה איז דער פאטער אוועק.

אגב איז די ישיבה וואס ער האט אויפגעשטעלט, געווען א געוואלדיגע חידוש בימים ההם, עס איז געווען די ערשטע חסידי’שע ישיבה אין די היסטאריע וואס זאל צושטעלן אלסדינג לטובת די בחורים מזאל קענען זיצן אין לערנען רואיג על מי מנוחות, ענדליך צו ישיבת חכמי לובלין.

ישיבה חכמי לובלין איז אויך געוועהן א חסידישע ישיבה. ר׳ מאיר שפירא בד״וו שטאמט פון קאסובער-וויזשניצער חסידים פון שאץ-בוקעווינע. ער פלעגט אלץ זאגן “תורה האב איך געלערענט אין גור, עבודה אין וויזשניץ, און חסידות אין טשורטקוב”

זיין פאטער איז געוועהן א פולשטענדיגע וויזשניצער חסיד. א קרוב צו אלע וויזשניצער רבי׳ס (אייניקל פון הרה״ק ר׳ פנחס’ל קאריצער)

סאיז דא א באוואוסטע מעשה פון הרה”ק ר׳ מאיר שפירא אלץ קינד האט ער געהאט פאליא רח”ל און זיין טאטע איז געקומען צום אמרי ברוך מ’וויזשניץ זאגן אז דאס קינד איז א עילו אבער קען נישט גיין אויף די פוס. און די אמרי ברוך האט געהייסן זיין זוהן הרה”ק ר׳ חיים האגער מ’אנטיניא זאל אים אויסלערנען גיין אויף די פוס. און די אנטוניער רבי פלעגט גיין שפאצירן מיט אים.

שפעטער ווען ר׳ מאיר שפירא האט חתונה געהאט איז ער געווארן שטארק צוגעצויגן צו טשארטקוב דורך זיין שווער וואס איז געוועהן א גרויסע טשורטקובער חסיד. האט ר׳ חיים אנטוניער געזאגט בדרך צחות
“איך האב אים טאקע אויסגעלערנט גייען אויף די פוס, אבער נישט אזוי ווייט”

למעשה איז טשורטקוב זייער נאנט צו וויזשניץ. די אהבת ישראל האט זיך אויך געהאלטן פאר א טשורטקובער. ער האט געהאלטן זיין פעטער הרה”ק ר׳ דוד משה פאר זיין רבין נאך זיין זיידען דעם צמח צדיק.
אלטער בריליאנט
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 24, 2019 3:54 am

Re: רבי מנחם מענדל האגער זצ"ל - בעל שארית מנחם מ'ווישאווא - י"ג טבת תש"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער בריליאנט »

אום אני חומה האט געשריבן:
אלטער בריליאנט האט געשריבן: די אמרי חיים איז נאר געווארן מ״מ אין שטאט גרויסווארדיין. פונקט ווי ר׳ ישראל אין מאנסי איז מ״מ פונעם תורת מרדכי.

ר' ישראל האט דאך שוין געוואוינט דארט פון פריער משא''כ דער אמרי חיים האט דאך געוואוינט פריער אין ווילחאוויץ

די אמרי חיים איז אויף די עלטער פונעם פאטער אריבערגערופן געווארן קיין גרויסווארדיין. די אהבת ישראל האט געוואלט ער זאל זיין לעבן אים.

ער פלעגט פארן קיין ווילחאוויץ נאר שבת מברכים.
אוועטאר
הבעש''ט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

Re: רבי מנחם מענדל האגער זצ"ל - בעל שארית מנחם מ'ווישאווא - י"ג טבת תש"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבעש''ט »

ווישאווא (1).jpg
ווישאווא (1).jpg (707.06 KiB) געזען 1097 מאל

ווישאווא (2).jpg
ווישאווא (2).jpg (737.28 KiB) געזען 1097 מאל

ווישאווא (3).jpg
ווישאווא (3).jpg (688.82 KiB) געזען 1097 מאל
מה ידידות
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 27, 2014 11:14 am

Re: רבי מנחם מענדל האגער זצ"ל - בעל שארית מנחם מ'ווישאווא - י"ג טבת תש"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה ידידות »

דער אמרי חיים האט בכלל נישט געוואוינט אין ווילחאוויץ נאך די ערשטע וועלט מלחמה (פאר דעם אפשר יא)
ער פלעג פארן ציווישן פורים און פסח פסק'נען שאלות אדער אמאל ווען דער אהבת ישראל איז אוועק געפארן פון דערהיים אבער נישט באופן קבוע אויף שבת מברכים.

אין ווישיווא איז געווען אסאך מער א חסידישע עולם, און דער ווישווער רב איז דאך געווען רב דארט און ער האט געהאט א ישיבה.
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....
אוועטאר
הבעש''ט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

Re: רבי מנחם מענדל האגער זצ"ל - בעל שארית מנחם מ'ווישאווא - י"ג טבת תש"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבעש''ט »

ווישאווא (4).jpg
ווישאווא (4).jpg (683.01 KiB) געזען 1095 מאל

ווישאווא (5).jpg
ווישאווא (5).jpg (684.68 KiB) געזען 1095 מאל
ווישאווא (6).jpg
ווישאווא (6).jpg (691.44 KiB) געזען 1095 מאל
בפשיטות
שר האלף
תגובות: 1119
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 6:01 pm

Re: רבי מנחם מענדל האגער זצ"ל - בעל שארית מנחם מ'ווישאווא - י"ג טבת תש"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בפשיטות »

אלטער בריליאנט האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:פארוואס איז ער למעשה נישט געווארן מ״מ? טאקע ווייל ערז נישט געווען דארט ביי די פטירה?

סאיז א גרויסע טעות פון די וועלט אז הרה״ק ר׳ חיים מאירל איז געווארן די מ״מ ווייל ווישעווער רב איז געוועהן אין אמעריקע. אלע קינדער פונעם אהבת ישראל זענען געווארן רביס אייניג פונקט ווי סאיז היינט אין מאנסי-וויזשניץ. יעדער איז געבליבן אויף זייער פלאץ. די ווישעווער רב איז שוין געוועהן א גרויסע רבי אין ווישעווע ווען זיין טאטע האט געלעבט. די דמשק אין וויזשניץ אין בוקעווינע די סערטער אין סערט. די אמרי חיים איז נאר געווארן מ״מ אין שטאט גרויסווארדיין. פונקט ווי ר׳ ישראל אין מאנסי איז מ״מ פונעם תורת מרדכי. קיינער האט נאך דעמאלטס נישט געוואוסט אז ס׳גייט זיין א וועלט מלחמה.

ווען ווישעווער רב וואלט איבערגעלעבט די מלחמה, וואלטן זיך זאכן אנדערש אויסגעארבעט לכאורה, וויזשניץ וואלט געוועהן נאך מעהר צוטיילט...

אבער עס איז אמת אז דער ווישאווער רב האט זיך אויפגעהאלטן אין אמעריקע ווען זיין פאטער איז אוועק?
אוועטאר
פארפלאנטערט
שר האלפיים
תגובות: 2469
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2014 2:28 pm

Re: רבי מנחם מענדל האגער זצ"ל - בעל שארית מנחם מ'ווישאווא - י"ג טבת תש"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארפלאנטערט »

בפשיטות האט געשריבן:
אלטער בריליאנט האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:פארוואס איז ער למעשה נישט געווארן מ״מ? טאקע ווייל ערז נישט געווען דארט ביי די פטירה?

סאיז א גרויסע טעות פון די וועלט אז הרה״ק ר׳ חיים מאירל איז געווארן די מ״מ ווייל ווישעווער רב איז געוועהן אין אמעריקע. אלע קינדער פונעם אהבת ישראל זענען געווארן רביס אייניג פונקט ווי סאיז היינט אין מאנסי-וויזשניץ. יעדער איז געבליבן אויף זייער פלאץ. די ווישעווער רב איז שוין געוועהן א גרויסע רבי אין ווישעווע ווען זיין טאטע האט געלעבט. די דמשק אין וויזשניץ אין בוקעווינע די סערטער אין סערט. די אמרי חיים איז נאר געווארן מ״מ אין שטאט גרויסווארדיין. פונקט ווי ר׳ ישראל אין מאנסי איז מ״מ פונעם תורת מרדכי. קיינער האט נאך דעמאלטס נישט געוואוסט אז ס׳גייט זיין א וועלט מלחמה.

ווען ווישעווער רב וואלט איבערגעלעבט די מלחמה, וואלטן זיך זאכן אנדערש אויסגעארבעט לכאורה, וויזשניץ וואלט געוועהן נאך מעהר צוטיילט...

אבער עס איז אמת אז דער ווישאווער רב האט זיך אויפגעהאלטן אין אמעריקע ווען זיין פאטער איז אוועק?

יא
הערליכער ארטיקל אין דער איד אנגעהויבן פאריגע וואך איבער דער ווישאווא רב'ס נסיעה קיין אמעריקא
[email protected]

סארי פאר מיין אידישע מעסעדזש, איך האב נישט קיין ענגלישע קיבאורד...
אלטער בריליאנט
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 24, 2019 3:54 am

Re: רבי מנחם מענדל האגער זצ"ל - בעל שארית מנחם מ'ווישאווא - י"ג טבת תש"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער בריליאנט »

מה ידידות האט געשריבן:דער אמרי חיים האט בכלל נישט געוואוינט אין ווילחאוויץ נאך די ערשטע וועלט מלחמה (פאר דעם אפשר יא)
ער פלעג פארן ציווישן פורים און פסח פסק'נען שאלות אדער אמאל ווען דער אהבת ישראל איז אוועק געפארן פון דערהיים אבער נישט באופן קבוע אויף שבת מברכים.

אין ווישיווא איז געווען אסאך מער א חסידישע עולם, און דער ווישווער רב איז דאך געווען רב דארט און ער האט געהאט א ישיבה.

דאס וואס דו זאגסט אז ער האט קיינמאל נישט געוואוינט אין גרויסווארדיין איז. אפענע סתירה צו א בריוו וואס ר׳ חיים מאירל שרייבט (געדרוקט אין מכתבי קודש אמרי חיים) ווי ער שרייבט אז די טאטע האט אים געבעטן זיך אריבערציען קיין גרויסווארדיין...

סאיז א דבר ידוע לכל אז די אמרי חיים האט געוואוינט אין גרויסווארדיין און כמעט נישט געוועהן אין ווילחאוויץ אויף די עלטער פונעם טאטן.
מה ידידות
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 27, 2014 11:14 am

Re: רבי מנחם מענדל האגער זצ"ל - בעל שארית מנחם מ'ווישאווא - י"ג טבת תש"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה ידידות »

איר וואלט אפשר געקענט צו צייכענען דעם בריוו?
דער גאנצער ספר איז דא אויף היברו בוקס.
https://www.hebrewbooks.org/35396
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....
אלטער בריליאנט
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 24, 2019 3:54 am

Re: רבי מנחם מענדל האגער זצ"ל - בעל שארית מנחם מ'ווישאווא - י"ג טבת תש"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער בריליאנט »

מה ידידות האט געשריבן:איר וואלט אפשר געקענט צו צייכענען דעם בריוו?
דער גאנצער ספר איז דא אויף היברו בוקס.
https://www.hebrewbooks.org/35396

איך דארף מיך אראפזעצן און עס אויפזוכן.

אבער סאיז די באוואוסטע בריוו וואס ער שרייבט אז די טאטע האט אים געבעטן ארויס צוהעלפן.
אלטער בריליאנט
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 24, 2019 3:54 am

Re: רבי מנחם מענדל האגער זצ"ל - בעל שארית מנחם מ'ווישאווא - י"ג טבת תש"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער בריליאנט »

קיינער לייקענט נישט אין וויזשניץ אז ער האט געוואוינט אין גרויסווארדיין אויפן עלטער פונעם טאטען. סאיז א באוואוסטער זאך.

(אפשר איז עס געוועהן אזא בחינה ווי דער היינטיגער וויזשניצער רבי פון לעקוואד/ירושלים. וואס אפעציעל איז ער רבי אין ירושלים און אין לעיקוואד אבער ער וואוינט אין ב״פ)
עס איז מיר גיט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 360
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 27, 2017 4:40 pm

Re: רבי מנחם מענדל האגער זצ"ל - בעל שארית מנחם מ'ווישאווא - י"ג טבת תש"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס איז מיר גיט »

אלטער בריליאנט האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:פארוואס איז ער למעשה נישט געווארן מ״מ? טאקע ווייל ערז נישט געווען דארט ביי די פטירה?

סאיז א גרויסע טעות פון די וועלט אז הרה״ק ר׳ חיים מאירל איז געווארן די מ״מ ווייל ווישעווער רב איז געוועהן אין אמעריקע. אלע קינדער פונעם אהבת ישראל זענען געווארן רביס אייניג פונקט ווי סאיז היינט אין מאנסי-וויזשניץ. יעדער איז געבליבן אויף זייער פלאץ. די ווישעווער רב איז שוין געוועהן א גרויסע רבי אין ווישעווע ווען זיין טאטע האט געלעבט. די דמשק אין וויזשניץ אין בוקעווינע די סערטער אין סערט. די אמרי חיים איז נאר געווארן מ״מ אין שטאט גרויסווארדיין. פונקט ווי ר׳ ישראל אין מאנסי איז מ״מ פונעם תורת מרדכי. קיינער האט נאך דעמאלטס נישט געוואוסט אז ס׳גייט זיין א וועלט מלחמה.

ווען ווישעווער רב וואלט איבערגעלעבט די מלחמה, וואלטן זיך זאכן אנדערש אויסגעארבעט לכאורה, וויזשניץ וואלט געוועהן נאך מעהר צוטיילט...

גערעכט, ער איז יא געווען מ''מ, ער איז געווען א געהעריגע אדמו''ר אין ווישווא,

בכלל בימים ההם איז נישט געווען איינגעפירט אז די ממלא מקום דארף מאפען צו ווי זיין טאטע האט געוואוינט, אין אויך איז נישט געווען אז רוב חסידים האבען געוואוינט אין די רבי'ס שטאט,(ממילא איז ניטאמאל דומה צו דיין משל פון מאנסי) איך ווייס נישט צו אין גרויסווערדאן האבען געוואוינט מער וויזניצע חסידים ווי אין ווישווא,

ועוד ער האט שוין געהאט א גרויסע ישיבה, סא פארוואס זאל ער מופען, אין גרויסווערדאן איז ניטאמאל געווען א ישיבה,

האדמו''ר מווערדאן זצ''ל וואס איז יעצט אוועק איז געווען ביי די ערשטע יארצייט, אין ער פלעגט דערציילן ווי ער געדענקט אז די ברודערס זענען שוין געקומען אויף שבת, אין אלע האבען צוזאמען געפירט טיש
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

Re: רבי מנחם מענדל האגער זצ"ל - בעל שארית מנחם מ'ווישאווא - י"ג טבת תש"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

דער ווישאווער רב האט זיך יא געוואלט ציען אויף גרויסווארדיין ממלא מקום צו זיין. אבער ער האט פריער געשיקט א שליח צו זעהן אויב עס וועט דורך גיין בשלום, ווען מען האט איהם געזאגט אז די וועג איז נישט קלאר, האט ער מחליט געווען צו בלייבן אין ווישאווא.

כך קבלתי
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”