רבי משה מאיר מאסקאוויטש משאץ-מאנטריאל זצ"ל - ב' אלול תש"פ

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

פונעם ווייטן תימן
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2020 4:41 pm

Re: בד''ה כ''ק אדמו''ר משאץ מאנטריאל זצ''ל

תגובהדורך פונעם ווייטן תימן » מאנטאג אוגוסט 24, 2020 3:15 pm

אביסל תולדות, - גענומען פון RDN
ומשה עלה למרום:
כ"ק אדמו"ר משאץ זצ"ל
על ישראל הדרתו במונטריאל

גלה כבוד מישראל: דעם שב"ק איז נפטר געווארן כ"ק אדמו"ר משאץ זצ"ל פון מונטריאל, הרה"צ ר' משה מאיר מאסקאוויטש זצ"ל אין עלטער פון 88 יאר. דער רבי זצ"ל איז געווען א זון פון הרה"ק ר' יואל משאץ זצ"ל, א זון פון הרה"ק ר' מאיר'ל משאץ זצ"ל, און איידעם ביי זיין שוואגער הרה"ק ר' שלום משאץ זצ"ל בעל דעת שלום. דער רבי זצ"ל איז געבוירן ו' כסלו שנת תרצ"ב אין זיינע קינדער יארן האט דער רבי זצ"ל געוואוינט אין איין דירה צוזאמען מיט זיין גרויסן זיידן הרה"ק ר' שלום משאץ זי"ע און האט געהאט די זעלטענע זכיה צו ווערן אויפגעהאדעוועט על ברכי זקינו הקדוש וועלכע האט אים ארויסגעוויזן א געוואלדיגע חיבה יתירה און האט מיט אים געלערנט תורה ויראה און משפיע געווען במלא חפניים.

דער גרויסע זיידע זצ"ל איז געווען א מוסטער און א ביישפיל פאר'ן יונגן אייניקל איבער ווי אזוי זיך אויפצופירן. דער קליינער משה מאיר'ל פלעגט נישט אראפנעמען אן אויג פון די עבודת הקודש ביי זיין גרויסן זיידן און שוין דעמאלט האט זיך אנגעזעהן אין אים א געוואלדיגע דארשט פאר תורה ויראה, זיך נישט וועלנדיג אוועקרירן פון מיטצוהאלטן די עבודת הקודש ביים זיידן פאר לאנגע שעות.די הייליגע צורה פונעם זיידן איז אים שטענדיג געשטאנען פאר די אויגן און האט דאס כסדר געחזר'ט מיט די דורות הבאים למעןם ידעו דור אחרון צדיר מה פעל, און האט איבערגעגעבן דעם אויסגעטראטענעם דרך הסלולה וואס ער האט מקבל געווען פון זקינו הקדוש זי"ע.

אין זיינע בחורישע יארן האט דער רבי זצ"ל געלערנט אין די בארימטע 'שניידער'ס ישיבה' אין לונדון אינאיינעם מיט יבלחט"א כ"ק מרנן גאב"ד וראב"ד ירושלים שליט"א. אין יאר תש"ח איז דער רבי זצ"ל געראטעוועט געווארן פון די ביטערע צווייטע וועלט-קריג בניסי ניסים און איז דאן געגאנגען לערנען אין ארץ ישראל אין 'ישיבת באר אברהם סלאנים' צוזאמען מיט הרה"ק ר' נפתלי צבי מבאבוב זצ"ל. אין ארץ ישראל האט דער רבי זצ"ל געהאט די זכיה זיך צו ווייקן בצלא דמהימנותא פון הרה"ק מבעלזא זי"ע מיט וועמען ער איז געבליבן מקושר כל ימי חייו. דערנאך איז דער רבי זצ"ל געגאנגען לערנען אין די באבוב'ע ישיבה אין ניו יורק ביי הרה"ק בעל דברי שלמה מבאבוב זי"ע, ווי ער איז געשטיגן למעלה למעלה על במתי התורה והיראה.

ד' שבט תשט"ז האט דער רבי זצ"ל חתונה געהאט מיט הרבנית ע"ה טאכטער פון הגה"צ ר' נחום אשכנזי זצ"ל הי"ד, אבד"ק חאטין, און נאך די הסתלקות פון אביו זצ"ל ביום חוה"מ סוכות תש"מ, האבן די חסידים וידידים אין מאנטריאל געקרוינט דעם רבי'ן להמשיך בהנהגת עדת צאן מרעיתו. דער רבי זצ"ל איז אלע יארן געווען באקאנט מיט זיין צדקות ופרישות, און געדינט דעם אויבערשטן מיט א זעלטענע באשיידענקייט און הצנע לכת אן קיין רעש און פרסום. אין די ערשטע יארן האט דער רבי זצ"ל פארמאגט אן אייגענעם ביהמ"ד וואו דער רבי זצ"ל האט אפגעראכטן די תפלות בהשתפכות הנפש מיט א געוואלדיגע דביקות און משפיע געווען מזיו הדרו פאר צענדליגע אידן וועלכע האבן זיך מתחממם געווען לאורו הבהיר און נהנה געווען עצה ותושיה. די לעצטע פאר וואכן איז דער רבי געווען אין א שווערע געזונט צושטאנד און האט דעם שב"ק אויסגעהויכט די נשמה ליוצרה, איבערלאזנדיג א הערליכע דור פון בנין וחתנין רבנן. די לוויה קומט פאר היינט זונטאג אינדערפרי פון בעלזא בית המדרש אין מאנטריאל, אויפן וועג קיין מאנסי, וואו ער וועט קומען לקבורה אין די נאכמיטאג שעה'ן אויפן וויזניצע בית החיים, נעבן מקום קבורת הרבנית ע"ה.

דער רבי זצ"ל לאזט איבער איין ברודער כ"ק אדמו"ר משאץ ירושלים שליט"א. די קינדער: הגה"צ ר' שלום אהרן נחום מאסקאוויטש שליט"א משאץ-וויליאמסבורג, הגה"צ ר' יעקב יצחק מאסקאוויטש שליט"א משאץ-לעיקוואוד, הגה"צ ר' יהושע העשיל מאסקאוויטש שליט"א משאץ-מאנטריאל, הגה"צ ר' אברהם דוד מאסקאוויטש שליט"א משאץ-ירושלים, הגה"צ ר' יחיאל יוסף מאסקאוויטש שליט"א אדמו"ר משאץ-בית שמש, הגה"צ ר' אלימלך מאסקאוויטש שליט"א משאץ-מאנסי, הגה"צ ר' משולם פייוויש מאסקאוויטש שליט"א משאץ-בארא פארק, הגה"צ ר' אלעזר מאסקאוויטש שליט"א משאץ-לינדען, און איין טאכטער אשת הגה"צ ר' ישי שובאקס שליט"א דומ"ץ בק"ק בעלזא אין אשדוד. וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'.

פונעם ווייטן תימן
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2020 4:41 pm

Re: בד''ה כ''ק אדמו''ר משאץ מאנטריאל זצ''ל

תגובהדורך פונעם ווייטן תימן » מאנטאג אוגוסט 24, 2020 3:23 pm

הסרפד האט געשריבן:
חבצלת השרון האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:
אוראייניקל האט געשריבן:וואס איז דער שניפסל וואס דער רבי גייט אויף די בילדער?

ועוד, ס'איז דא א בילד פון הרה"ק משאץ זי"ע שמועסנדיג מיט בחורים, כמדומני אז איינער פון זיי איז דער נפטר, בין איך גערעכט?

זיין פאטער איז אויך דעמאלטס אזוי געגאנגן, חאטשיק מען זעהט עס נישט קלאהר אין יענעם בילד.

דאס איזה נישט קיין שניפסל נאר א פרוכת'ל. כנהוג אצל חסידי קמאי ובפרט בנן של קדושים.

איך ווייס וואס א פרוכת'ל איז, און ר' יואל איז טאקע געגאנגן מיט א פרוכת'ל אלץ קינד (ס'איז פארהאן א בילד געדרוקט אין איינע פון די בילדער-מאגאזינס פאר עטליכע יאהר צוריק), אבער דאס אין די בילד איז א שניפסל. (אפשר מיט די כוונות פון א פרוכת'ל, אבער עס איז סחורה פון א שניפסל געבינדן ווי א שניפסל, און נישט ווייניג בנים של קדושים זענען דעמאלטס אזוי געגאנגן!)

ער האט עס געבידן ווי א פרוכת'ל, וכמנהג אבותיו

אוועטאר
מומחה יוחס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3434
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: בד''ה כ''ק אדמו''ר משאץ מאנטריאל זצ''ל

תגובהדורך מומחה יוחס » מאנטאג אוגוסט 24, 2020 3:52 pm

פונעם ווייטן תימן האט געשריבן:
אביסל תולדות, - גענומען פון RDN
ומשה עלה למרום:
כ"ק אדמו"ר משאץ זצ"ל
על ישראל הדרתו במונטריאל

אין זיינע בחורישע יארן האט דער רבי זצ"ל געלערנט אין די בארימטע 'שניידער'ס ישיבה' אין לונדון אינאיינעם מיט יבלחט"א כ"ק מרנן גאב"ד וראב"ד ירושלים שליט"א. אין יאר תש"ח איז דער רבי זצ"ל געראטעוועט געווארן פון די ביטערע צווייטע וועלט-קריג בניסי ניסים און איז דאן געגאנגען לערנען אין ארץ ישראל אין 'ישיבת באר אברהם סלאנים' צוזאמען מיט הרה"ק ר' נפתלי צבי מבאבוב זצ"ל. אין ארץ ישראל האט דער רבי זצ"ל געהאט די זכיה זיך צו ווייקן בצלא דמהימנותא פון הרה"ק מבעלזא זי"ע מיט וועמען ער איז געבליבן מקושר כל ימי חייו. דערנאך איז דער רבי זצ"ל געגאנגען לערנען אין די באבוב'ע ישיבה אין ניו יורק ביי הרה"ק בעל דברי שלמה מבאבוב זי"ע, ווי ער איז געשטיגן למעלה למעלה על במתי התורה והיראה.

למעשה האב איך אין א שמועס מיט די רבי זצ''ל האט ער מיר געזאגט קודם האט ער געלערנט ביי הרב דושינסקי זצ''ל אין נאכדעם אין ישיבת שפ''א, כ'האב קיינמאל נישט געהערט פין די רבי אז ער זאל האבן געלערנט אין סלאנים, איך פרעג נישט אפ, נאר איז מיר א חידוש, אין כ'לייג דא צו וואס איך האב יא געהערט, (כ'מיין אז ער האט קיינמאל נישט געלערנט אין אמעריקע אין באבובער ישיבה, דאס איז לכאורה נישט אמת, כ'וועל אי''ה פרעגן די חשובע קינדער שליט''א)
we make ivelt great again

די אויסגעוועלטע ראש הקהל דאייוועלט

פונעם ווייטן תימן
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2020 4:41 pm

Re: בד''ה כ''ק אדמו''ר משאץ מאנטריאל זצ''ל

תגובהדורך פונעם ווייטן תימן » מאנטאג אוגוסט 24, 2020 4:02 pm

מומחה יוחס האט געשריבן:

אז דו פרעגסט, פרעג שוין אויך וועגן שפת אמת, איך מיין אז ס'איז נישט ריכטיג
סלאנים לא שמעתי, איך מיין אז ס'איז טאקע א טעות
אבער באבוב אין אמעריקע איז לפי ידיעתי זייער קראנט

אוועטאר
מומחה יוחס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3434
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: בד''ה כ''ק אדמו''ר משאץ מאנטריאל זצ''ל

תגובהדורך מומחה יוחס » מאנטאג אוגוסט 24, 2020 4:57 pm

שפת אמת איז קלאר קראנט
we make ivelt great again

די אויסגעוועלטע ראש הקהל דאייוועלט

אנא עבדא
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 13, 2019 8:51 am

Re: בד''ה כ''ק אדמו''ר משאץ מאנטריאל זצ''ל

תגובהדורך אנא עבדא » מאנטאג אוגוסט 24, 2020 6:29 pm

פונעם ווייטן תימן האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:
פונעם ווייטן תימן האט געשריבן:
אביסל תולדות, - גענומען פון RDN
ומשה עלה למרום:
כ"ק אדמו"ר משאץ זצ"ל
על ישראל הדרתו במונטריאל

אין זיינע בחורישע יארן האט דער רבי זצ"ל געלערנט אין די בארימטע 'שניידער'ס ישיבה' אין לונדון אינאיינעם מיט יבלחט"א כ"ק מרנן גאב"ד וראב"ד ירושלים שליט"א. אין יאר תש"ח איז דער רבי זצ"ל געראטעוועט געווארן פון די ביטערע צווייטע וועלט-קריג בניסי ניסים און איז דאן געגאנגען לערנען אין ארץ ישראל אין 'ישיבת באר אברהם סלאנים' צוזאמען מיט הרה"ק ר' נפתלי צבי מבאבוב זצ"ל. אין ארץ ישראל האט דער רבי זצ"ל געהאט די זכיה זיך צו ווייקן בצלא דמהימנותא פון הרה"ק מבעלזא זי"ע מיט וועמען ער איז געבליבן מקושר כל ימי חייו. דערנאך איז דער רבי זצ"ל געגאנגען לערנען אין די באבוב'ע ישיבה אין ניו יורק ביי הרה"ק בעל דברי שלמה מבאבוב זי"ע, ווי ער איז געשטיגן למעלה למעלה על במתי התורה והיראה.

למעשה האב איך אין א שמועס מיט די רבי זצ''ל האט ער מיר געזאגט קודם האט ער געלערנט ביי הרב דושינסקי זצ''ל אין נאכדעם אין ישיבת שפ''א, כ'האב קיינמאל נישט געהערט פין די רבי אז ער זאל האבן געלערנט אין סלאנים, איך פרעג נישט אפ, נאר איז מיר א חידוש, אין כ'לייג דא צו וואס איך האב יא געהערט, (כ'מיין אז ער האט קיינמאל נישט געלערנט אין אמעריקע אין באבובער ישיבה, דאס איז לכאורה נישט אמת, כ'וועל אי''ה פרעגן די חשובע קינדער שליט''א)

אז דו פרעגסט, פרעג שוין אויך וועגן שפת אמת, איך מיין אז ס'איז נישט ריכטיג
סלאנים לא שמעתי, איך מיין אז ס'איז טאקע א טעות
אבער באבוב אין אמעריקע איז לפי ידיעתי זייער קראנט

די באקאנטע בילד פון באבוב'ער רבי אלטס בחור לערנט און א ביהמ"ד פיל מיט בחורים וואס זיצן און לערנען - איז און סלונימ'ע ישיבה.

לגבי ישיבת שפת-אמת, ס'איז דא א בריוו המלצה פון בילגורייער רב זי"ע צי הג"ר יעקב העניך סענקעוויטש זצ"ל ר"י שפ"א איבער דער שאצ'ע רבה - דער נפטר.

אוועטאר
ריקוד
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 2:05 am

Re: בד''ה כ''ק אדמו''ר משאץ מאנטריאל זצ''ל

תגובהדורך ריקוד » מאנטאג אוגוסט 24, 2020 9:29 pm

מומחה יוחס האט געשריבן:(כ'מיין אז ער האט קיינמאל נישט געלערנט אין אמעריקע אין באבובער ישיבה, דאס איז לכאורה נישט אמת, כ'וועל אי''ה פרעגן די חשובע קינדער שליט''א)

יאך האב לעצטענס געהערט פון אן עלטערע באבובער תלמיד אז ער געדענק נאך דעם חשובע נפטר פון די תקופה וואס ער האט געלערנט אין די באבובער ישיבה אין די וועסט סייד. ער האט מיר געזאגט אז אויך א ברודער פונעם נפטר האט דעמאלס געלערנט אין באבוב (כ'געדנק נישט וועלכע ברודער)
טייערע אידן, טרינקס לחיים און זייט'ס צופרידען
חאפ'טס א ריקוד און לויבט דעם בורא אז מיר זענען אידן

כבוד הרב
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 10, 2020 7:11 pm

Re: בד''ה כ''ק אדמו''ר משאץ מאנטריאל זצ''ל

תגובהדורך כבוד הרב » מאנטאג אוגוסט 24, 2020 9:57 pm

וזרח השמש

בנו בכורו כ"ק הרה"צ רבי נחום מאסקאוויטש שליט"א אדמו"ר משאץ [חתן הרה"ג רבי יצחק דוד הכהן פריעדמאן ז"ל ראה"כ פאפא בעל יד כהן]
בנו כ"ק הרה"צ רבי יהושע העשיל מאסקאוויטש שליט"א אדמו"ר משאץ מאנטריאל [חתן כ"ק הגה"צ רבי ישעי שנעבאלג זצ"ל גאב"ד בני ראם]
בנו כ"ק הרה"צ ר' יחיאל יוסף שליט"א אדמו"ר משאץ בית שמש [חתן כ"ק מרן הרה"צ רבי אברהם מעכילאוויטש זצ"ל אדמו"ר מראדוויל]
בנו כ"ק הרה"צ ר' משולם פייבוש שליט"א אדמו"ר משאץ בארא פארק [חתן ש"ב הרה"צ רבי משה יוסף מאסקאוויטש שליט"א משאץ ב"פ]
בנו כ"ק הרה"צ רבי אלעזר שליט"א אדמו"ר משאץ-לינדען [חתן הרה"צ רבי יעקב שיף שליט"א מ'ליעזנסק]

שטאפיק
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 23, 2020 9:13 am

Re: בד''ה כ''ק אדמו''ר משאץ מאנטריאל זצ''ל

תגובהדורך שטאפיק » מאנטאג אוגוסט 24, 2020 11:38 pm

ריקוד האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:(כ'מיין אז ער האט קיינמאל נישט געלערנט אין אמעריקע אין באבובער ישיבה, דאס איז לכאורה נישט אמת, כ'וועל אי''ה פרעגן די חשובע קינדער שליט''א)

יאך האב לעצטענס געהערט פון אן עלטערע באבובער תלמיד אז ער געדענק נאך דעם חשובע נפטר פון די תקופה וואס ער האט געלערנט אין די באבובער ישיבה אין די וועסט סייד. ער האט מיר געזאגט אז אויך א ברודער פונעם נפטר האט דעמאלס געלערנט אין באבוב (כ'געדנק נישט וועלכע ברודער)

ער האט נאר איין ברודער, רבי יעקב יצחק אדמו"ר משאץ ירושלים.

יערסלוב
שר האלף
תגובות: 1354
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2015 1:16 pm

Re: בד''ה כ''ק אדמו''ר משאץ מאנטריאל זצ''ל

תגובהדורך יערסלוב » דינסטאג אוגוסט 25, 2020 1:42 am

[quote=]
כבוד הרב האט געשריבן:
וזרח השמש

בנו בכורו כ"ק הרה"צ רבי נחום מאסקאוויטש שליט"א אדמו"ר משאץ [חתן הרה"ג רבי יצחק דוד הכהן פריעדמאן ז"ל ראה"כ פאפא בעל יד כהן]
בנו כ"ק הרה"צ רבי יהושע העשיל מאסקאוויטש שליט"א אדמו"ר משאץ מאנטריאל [חתן כ"ק הגה"צ רבי ישעי שנעבאלג זצ"ל גאב"ד בני ראם]
בנו כ"ק הרה"צ ר' יחיאל יוסף שליט"א אדמו"ר משאץ בית שמש [חתן כ"ק מרן הרה"צ רבי אברהם מעכילאוויטש זצ"ל אדמו"ר מראדוויל]
בנו כ"ק הרה"צ ר' משולם פייבוש שליט"א אדמו"ר משאץ בארא פארק [חתן ש"ב הרה"צ רבי משה יוסף מאסקאוויטש שליט"א משאץ ב"פ]
בנו כ"ק הרה"צ רבי אלעזר שליט"א אדמו"ר משאץ-לינדען [חתן הרה"צ רבי יעקב שיף שליט"א מ'ליעזנסק]

בנו כ"ק הרה"צ רבי יעקב יצחק מאסקאוויטש שליט"א מבורו פארק, (חתן הרב החסיד ר' חיים ברוך פינק ע"ה)
בנו כ"ק הרה"צ ר' אלימלך מאסקאוויטש שליט"א בורו פארק (חתן הרה"צ ר' ארי וואגשאל שליט"א מונסי בן הרב ר' שלום ע"ה)
בנו כ"ק הרה"צ ר' אברהם דוד מאסקאוויטש שליט"א ירושלים חתן (כ"ק ר' יחיאל לייפער זצ"ל מאראד בן הרה"צ ר' לוי יצחק זצ"ל)

פונעם ווייטן תימן
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2020 4:41 pm

Re: בד''ה כ''ק אדמו''ר משאץ מאנטריאל זצ''ל

תגובהדורך פונעם ווייטן תימן » דינסטאג אוגוסט 25, 2020 2:03 am

כ''ק אדמו''ר משאץ זצוקללה''ה - ממאנטריאל.jpg
כ''ק אדמו''ר משאץ זצוקללה''ה - ממאנטריאל.jpg (63.83 KiB) געזעהן 726 מאל
לעצט פאראכטן דורך פונעם ווייטן תימן אום דינסטאג אוגוסט 25, 2020 5:47 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
moishy56
שר תשעת אלפים
תגובות: 9216
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

Re: בד''ה כ''ק אדמו''ר משאץ מאנטריאל זצ''ל

תגובהדורך moishy56 » דינסטאג אוגוסט 25, 2020 4:59 am

הסרפד האט געשריבן:
משה הירש האט געשריבן:
א פיינע מענטש האט געשריבן:

אויף וועלכע גאס האט ער גיהאט זיין בית מדרש .?

נישט געהאט קיין בית מדרש
(אויסער אויף א קורצע תקופה נאך זיין פאטער ז"ל איז אוועק).

זיין פאטער ר' יואל האט פארקויפט זיין ביהמ"ד ווען ער איז ארויף קיין ארץ ישראל צו דעם דזשיבויער דיין ז"ל.

ער האט געדאווענט אין ביהמ״ד בעלזא

חבצלת השרון
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מאי 31, 2014 10:45 pm

Re: בד''ה כ''ק אדמו''ר משאץ מאנטריאל זצ''ל

תגובהדורך חבצלת השרון » דינסטאג אוגוסט 25, 2020 8:11 am

מומחה יוחס האט געשריבן:שפת אמת איז קלאר קראנט

ער האט עס נאר אויספרובירט. נישט געלערנט דארט א פולע זמן.
סלונים איז יא געוועהן א פול טערם.
באבוב איז אודאי אמת, בו בזמן וואס אחיו הה''צ משאץ ירושלים האט געלערנט אין נייטרא.

בשם כל ישראל
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 8:59 am

Re: בד''ה כ''ק אדמו''ר משאץ מאנטריאל זצ''ל

תגובהדורך בשם כל ישראל » דינסטאג אוגוסט 25, 2020 8:56 am

מומחה יוחס האט געשריבן:שפת אמת איז קלאר קראנט

דאכט זיך מיר אז עס איז דא עפעס א בריוו וואס בילגערייע רב זצ"ל האט געשריבען פאר איינע פון די ראש ישיבעס פון שפת אמת אז ער זאל זעין אריינצונעמען ש"ב הבחור החשוב משה מאיר מאסקאוויטש נכד מהר"ש מבעלזא זצ"ל אין די ישיבה

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר האלפיים
תגובות: 2331
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: בד''ה כ''ק אדמו''ר משאץ מאנטריאל זצ''ל

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » דינסטאג אוגוסט 25, 2020 9:23 am

בשם כל ישראל האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:שפת אמת איז קלאר קראנט

דאכט זיך מיר אז עס איז דא עפעס א בריוו וואס בילגערייע רב זצ"ל האט געשריבען פאר איינע פון די ראש ישיבעס פון שפת אמת אז ער זאל זעין אריינצונעמען ש"ב הבחור החשוב משה מאיר מאסקאוויטש נכד מהר"ש מבעלזא זצ"ל אין די ישיבה

viewtopic.php?p=2360920#p2360920

פונעם ווייטן תימן
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2020 4:41 pm

Re: בד''ה כ''ק אדמו''ר משאץ מאנטריאל זצ''ל

תגובהדורך פונעם ווייטן תימן » דינסטאג אוגוסט 25, 2020 5:27 pm

אנא עבדא האט געשריבן:
פונעם ווייטן תימן האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:
פונעם ווייטן תימן האט געשריבן:
אביסל תולדות, - גענומען פון RDN
ומשה עלה למרום:
כ"ק אדמו"ר משאץ זצ"ל
על ישראל הדרתו במונטריאל

אין זיינע בחורישע יארן האט דער רבי זצ"ל געלערנט אין די בארימטע 'שניידער'ס ישיבה' אין לונדון אינאיינעם מיט יבלחט"א כ"ק מרנן גאב"ד וראב"ד ירושלים שליט"א. אין יאר תש"ח איז דער רבי זצ"ל געראטעוועט געווארן פון די ביטערע צווייטע וועלט-קריג בניסי ניסים און איז דאן געגאנגען לערנען אין ארץ ישראל אין 'ישיבת באר אברהם סלאנים' צוזאמען מיט הרה"ק ר' נפתלי צבי מבאבוב זצ"ל. אין ארץ ישראל האט דער רבי זצ"ל געהאט די זכיה זיך צו ווייקן בצלא דמהימנותא פון הרה"ק מבעלזא זי"ע מיט וועמען ער איז געבליבן מקושר כל ימי חייו. דערנאך איז דער רבי זצ"ל געגאנגען לערנען אין די באבוב'ע ישיבה אין ניו יורק ביי הרה"ק בעל דברי שלמה מבאבוב זי"ע, ווי ער איז געשטיגן למעלה למעלה על במתי התורה והיראה.

למעשה האב איך אין א שמועס מיט די רבי זצ''ל האט ער מיר געזאגט קודם האט ער געלערנט ביי הרב דושינסקי זצ''ל אין נאכדעם אין ישיבת שפ''א, כ'האב קיינמאל נישט געהערט פין די רבי אז ער זאל האבן געלערנט אין סלאנים, איך פרעג נישט אפ, נאר איז מיר א חידוש, אין כ'לייג דא צו וואס איך האב יא געהערט, (כ'מיין אז ער האט קיינמאל נישט געלערנט אין אמעריקע אין באבובער ישיבה, דאס איז לכאורה נישט אמת, כ'וועל אי''ה פרעגן די חשובע קינדער שליט''א)

אז דו פרעגסט, פרעג שוין אויך וועגן שפת אמת, איך מיין אז ס'איז נישט ריכטיג
סלאנים לא שמעתי, איך מיין אז ס'איז טאקע א טעות
אבער באבוב אין אמעריקע איז לפי ידיעתי זייער קראנט

די באקאנטע בילד פון באבוב'ער רבי אלטס בחור לערנט און א ביהמ"ד פיל מיט בחורים וואס זיצן און לערנען - איז און סלונימ'ע ישיבה.

לגבי ישיבת שפת-אמת, ס'איז דא א בריוו המלצה פון בילגורייער רב זי"ע צי הג"ר יעקב העניך סענקעוויטש זצ"ל ר"י שפ"א איבער דער שאצ'ע רבה - דער נפטר.

רעדסטו פון באבובער רב זצ"ל, אבער עס איז נישט קיין ראי' אז דער שאצער רבי זצ"ל האט געלערנט דארט

אנא עבדא
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 13, 2019 8:51 am

Re: בד''ה כ''ק אדמו''ר משאץ מאנטריאל זצ''ל

תגובהדורך אנא עבדא » דינסטאג אוגוסט 25, 2020 7:06 pm

יערסלוב האט געשריבן:[quote=]
כבוד הרב האט געשריבן:
וזרח השמש

בנו בכורו כ"ק הרה"צ רבי נחום מאסקאוויטש שליט"א אדמו"ר משאץ [חתן הרה"ג רבי יצחק דוד הכהן פריעדמאן ז"ל ראה"כ פאפא בעל יד כהן]
בנו כ"ק הרה"צ רבי יהושע העשיל מאסקאוויטש שליט"א אדמו"ר משאץ מאנטריאל [חתן כ"ק הגה"צ רבי ישעי שנעבאלג זצ"ל גאב"ד בני ראם]
בנו כ"ק הרה"צ ר' יחיאל יוסף שליט"א אדמו"ר משאץ בית שמש [חתן כ"ק מרן הרה"צ רבי אברהם מעכילאוויטש זצ"ל אדמו"ר מראדוויל]
בנו כ"ק הרה"צ ר' משולם פייבוש שליט"א אדמו"ר משאץ בארא פארק [חתן ש"ב הרה"צ רבי משה יוסף מאסקאוויטש שליט"א משאץ ב"פ]
בנו כ"ק הרה"צ רבי אלעזר שליט"א אדמו"ר משאץ-לינדען [חתן הרה"צ רבי יעקב שיף שליט"א מ'ליעזנסק]

בנו כ"ק הרה"צ רבי יעקב יצחק מאסקאוויטש שליט"א מבורו פארק, (חתן הרב החסיד ר' חיים ברוך פינק ע"ה)
בנו כ"ק הרה"צ ר' אלימלך מאסקאוויטש שליט"א בורו פארק (חתן הרה"צ ר' ארי וואגשאל שליט"א מונסי בן הרב ר' שלום ע"ה)
בנו כ"ק הרה"צ ר' אברהם דוד מאסקאוויטש שליט"א ירושלים חתן (כ"ק ר' יחיאל לייפער זצ"ל מאראד בן הרה"צ ר' לוי יצחק זצ"ל)

דאס הייסט חוזק געמאכט...
כולם אהובים, כולם צדיקים.
אבער שרייבן אויף אלע קינדער כ"ק הרה"צ ר' וכו' - דערווייל וואס א שיינע טייל פון זיי האלטן נישט כהוא זה פון די גאנצע רעביסטעווע - מיינט חוזק צו מאכן.

פונעם ווייטן תימן
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2020 4:41 pm

Re: בד''ה כ''ק אדמו''ר משאץ מאנטריאל זצ''ל

תגובהדורך פונעם ווייטן תימן » מיטוואך אוגוסט 26, 2020 12:28 am

נאך בילדער
כ''ק אדמו''ר משאץ זצוק''ל עם יבלחט''א כ''ק אדמו''ר מבאבוב-45 שליט''א.jpg
כ''ק אדמו''ר משאץ זצוק''ל עם יבלחט''א כ''ק אדמו''ר מבאבוב-45 שליט''א.jpg (65.02 KiB) געזעהן 612 מאל

כ''ק אדמו''ר משאץ בביקור אצל האדמו''ר מפיטסבורג.jpg
כ''ק אדמו''ר משאץ בביקור אצל האדמו''ר מפיטסבורג.jpg (141.28 KiB) געזעהן 612 מאל

אוועטאר
אוראייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2485
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: בד''ה כ''ק אדמו''ר משאץ מאנטריאל זצ''ל

תגובהדורך אוראייניקל » מיטוואך אוגוסט 26, 2020 5:05 pm

הסרפד האט געשריבן:
אוראייניקל האט געשריבן:ועוד, ס'איז דא א בילד פון הרה"ק משאץ זי"ע שמועסנדיג מיט בחורים, כמדומני אז איינער פון זיי איז דער נפטר, בין איך גערעכט?

יא, א בילד פון דער שאצער רב אויף זיין באזוך קיין אר"י. כמדומה אז ר' נפתלי ה"ש מטשאקאווא לרפו"ש איז אויך אין יענעם בילד. נדפס בסוף ספר 'בית שלום' אויב געדענק איך ריכטיג.

אט איז די בילד, לויט ווי ס'שטייט אינטער דעם, איז דער ערשטע פון רעכטס דער נפטר האדמו"ר משאץ זצ"ל און דער צווייטער האדמו"ר ר' מאיר מטשאקאווא זצ"ל
צוגעלייגטע
rsz_1שאץ.jpg
rsz_1שאץ.jpg (649.45 KiB) געזעהן 493 מאל

הסרפד
שר האלפיים
תגובות: 2689
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: בד''ה כ''ק אדמו''ר משאץ מאנטריאל זצ''ל

תגובהדורך הסרפד » מיטוואך אוגוסט 26, 2020 5:15 pm

אוראייניקל האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:
אוראייניקל האט געשריבן:ועוד, ס'איז דא א בילד פון הרה"ק משאץ זי"ע שמועסנדיג מיט בחורים, כמדומני אז איינער פון זיי איז דער נפטר, בין איך גערעכט?

יא, א בילד פון דער שאצער רב אויף זיין באזוך קיין אר"י. כמדומה אז ר' נפתלי ה"ש מטשאקאווא לרפו"ש איז אויך אין יענעם בילד. נדפס בסוף ספר 'בית שלום' אויב געדענק איך ריכטיג.

אט איז די בילד, לויט ווי ס'שטייט אינטער דעם, איז דער ערשטע פון רעכטס דער נפטר האדמו"ר משאץ זצ"ל און דער צווייטער האדמו"ר ר' מאיר מטשאקאווא זצ"ל

ב"ה מיר זענען אלע גערעכט.

איך האב געדענקט אז איך האב עס געזעהן אין 'בית שלום' (שנדפס מטעם הרב ר' סיני דייטש שליט"א בן אחותם פון די טשאקאווער רבי'ס), און איך האב עס יעצט נאך געקוקט: די צוויי בחורים פון פארנט זענען ר' מאיר (נעבן זיין זיידן) ויבלחט"א ר' נפתלי; ביניהם הינטער זיי איז ר' משה מאיר.

הסרפד
שר האלפיים
תגובות: 2689
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: בד''ה כ''ק אדמו''ר משאץ מאנטריאל זצ''ל

תגובהדורך הסרפד » מיטוואך אוגוסט 26, 2020 5:20 pm

דער צווישן דער שאצער רב און ר' מאיר מטשאקאווא דארף צו זיין ר' צבי מנחם מאשקאוויטש, איך ווייס אבער נישט ווער דאס איז.

פונעם ווייטן תימן
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2020 4:41 pm

Re: בד''ה כ''ק אדמו''ר משאץ מאנטריאל זצ''ל

תגובהדורך פונעם ווייטן תימן » מיטוואך אוגוסט 26, 2020 5:27 pm

הסרפד האט געשריבן:דער צווישן דער שאצער רב און ר' מאיר מטשאקאווא דארף צו זיין ר' צבי מנחם פנחס הכהן מאשקאוויטש, איך ווייס אבער נישט ווער דאס איז.

א גאר נאנטע מקורב געווען מיטן שאצער רב זצ"ל פון לאנדאן

הסרפד
שר האלפיים
תגובות: 2689
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: בד''ה כ''ק אדמו''ר משאץ מאנטריאל זצ''ל

תגובהדורך הסרפד » מיטוואך אוגוסט 26, 2020 5:28 pm

פון ר' צבי פנחס האב איך געהערט, אבער דארט שטייט צבי מנחם; לכאורה איז דאס א טעות הדפוס און מען מיינט טאקע איהם.

פונעם ווייטן תימן
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2020 4:41 pm

Re: בד''ה כ''ק אדמו''ר משאץ מאנטריאל זצ''ל

תגובהדורך פונעם ווייטן תימן » מיטוואך אוגוסט 26, 2020 5:34 pm

זיכער טעות הדפוס, עס איז אים בהסכמת חתנו ני"ו

אוועטאר
אוראייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2485
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: בד''ה כ''ק אדמו''ר משאץ מאנטריאל זצ''ל

תגובהדורך אוראייניקל » מיטוואך אוגוסט 26, 2020 5:36 pm

הסרפד האט געשריבן:פון ר' צבי פנחס האב איך געהערט, אבער דארט שטייט צבי מנחם; לכאורה איז דאס א טעות הדפוס און מען מיינט טאקע איהם.

יא, דארט פון ווי איך האב עס גענומען שטייט ר' צבי פנחס. איז ער געווען א קרוב מצד משפחת מאסקאוויטש, אדער ער'ט געהייסן מאשקאוויטש (ווי ס'שטייט דארט)?

צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: paksh, להודיע, שתקן און 4 געסט