רש"ז מליאדי האדמו"ר הזקן - בעל התניא

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6518
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך ינואר 14, 2015 3:37 pm

להודיע האט געשריבן:פריי זיך אז ענדליך האט איינער גענומען די מיה און געטס צו איבערדריקן דעם תניא כאטש מיט היינטיגע נקודות, הגם נאך גרעבער ווי די אלטע.

האפענטליך איז דאס א פריצת דרך פאר אנדערע אהערצושטעלן דעם ספר הק' על מכונה בפאר והדר.

אן צולייגן די קאפי פון די אלטע, הע?
וואסערע מין קפידה איז דאס? שטעל דיך פאר עוז והדר לייגט צו אין יעדע גמרא די קאפי פון די אלטע
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2714
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

ביקורו של הרב מליאדי בעיר סקווירא

תגובהדורך נחוניא » מאנטאג פאברואר 23, 2015 11:33 am

פרט מעניין ולא ידוע בתולדות חסידות חב"ד, מספר כאן אחד מיוצאי סקווירא, שבתקופה מסויימת התחבא הרב מליאדי בעיר סקווירא, ושנים אח"כ היה ידוע הבית שבה התחבא מהשלטונות.

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5727
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דאנארשטאג נובעמבער 19, 2015 8:37 pm

מיללער האט געשריבן:אין ווארשא האבן געוואונט עטליכע משפחות נכדי הבעל התניא, פאלגענד איז א מציבה אין ווארשא פון "הבחור מנחם מענדל בן החסיד המפורסם ר' שלום דוב שניאורסאן ז"ל" נכד הרב הגאון מליאדי בעמח"ס שלחן ערוך.

די מציבה פון שנת תרע"ב, ווייסט איינער מער פרטים איבער דעם ר' שלום דוב?

http://www.col.org.il/show_news.rtx?artID=25216

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2620
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מאנטאג ינואר 04, 2016 8:05 pm

לכבוד די יארצייט

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2248
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » מאנטאג ינואר 04, 2016 8:29 pm

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל
参考专家

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מאנטאג ינואר 04, 2016 10:43 pm

איך האב נישט געהאט צייט צו טשעקן צו איינער האט דאס שוין דערמאנט, אז אין ספר זכור לאברהם שטייט א מימרא פון הרה"ק מסאטמאר וואס א סאטמארע (סענז סטריט) חסיד וואלט דאס אפגעלייקנט, אז דער אלטער תולדות אהרן רבי האט געפרעגט דער סאטמאר רבי וויאזוי מען איז מקיים דעם אם תרצה תמשול בו (אויפ'ן יצה"ר) האט סאטמאר רבי געענטפערט דורך דעם ספר התניא.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

להשכילך בינה

תגובהדורך מזל מידיע » דינסטאג ינואר 05, 2016 11:06 am

בס"ד

לכבוד די יארצייט, געלערנט נעכטן ביים שיעור די מורא'דיגע יסודות'דיגע שטיקל "להשכילך בינה" אין "אגרת הקודש" (דף קט"ז דוכט זיך). הלואי זאל מען אנקומען מקיים צו זיין וואס דארט שטייט, ט'מען געלעבט ווי א איד ווי עס דארף צו זיין.

נאר וואס'זשע דען, די גאנצע ענין איז געקומען צו מיר פון... ר' לייבוש ליש...! יא, לאך נישט. געקויפט א סי. די. פאר'ן יונגעל נ"י, א מעשה פון ר' לייבוש ליש. דערציילט ער דארט א מעשה נורא פון צוויי חבדסקער חסידים אין דער אלטער היים, פארשיקט דורך די ען קא ווע דע קיין סיביר, איינעם איינגעשפארט אין תפיסה. דער צווייטער זיך עפעס ארויסגעדרייט, און ער האט געוואלט מחזק זיין דעם חסיד אין ביטערן גהנום. האט ער אונטערגעקויפט א שומר בלויז אים אויסצוזאגן אין וועלכע צעל ער געפינט זיך, און יענער האט אים געזאגט ערגעץ אויפ'ן ווייסעכוויפילטן שטאק, א הערמעטיש פארשלאסענעם שטיבל.

איז דער חסיד געגאנגען, יעדן איינציגן טאג, און זיך געשטעלט נעבן די תפיסה אויף יענע זייט, און געשריגן מיט די העכסטע שטימע, "הערסט, ר' יענקל, להשכילך בינה...! פארגעס נישט, להשכילך בינה...!"

אזוי האט ער געטאן יעדן איינציגן טאג, נישט וויסנדיג בכלל צי ער הערט, צי ער לעבט אפילו. שפעטער איז דער חסיד באפרייט געווארן, נישט וויסנדיג וואס איז געווארן מיט'ן חבר אין סאוויעטישן תפיסה.

צענדליגער יארן שפעטער האבן זיי זיך געטראפן ערגעץ, און ארויפגעפאלן איינער אויפ'ן אנדערן מיט אומבאשרייבליכע געגועים און בכיות. יענער איד האט געזאגט פאר זיין חבר, אז ער האט געהערט דעם "להשכילך בינה" יעדן טאג, און דאס האט אים געהאלטן ביים לעבן די גאנצע צייט.

און אז מען לערנט עס אינווייניג בלשון קדשו פונעם הייליגן רב זי"ע, קען מען עס אביסל פארשטיין, וכנ"ל.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אוועטאר
זושאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 31, 2010 5:09 pm

תגובהדורך זושאלע » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 5:10 pm

החדר בו שהה הבעל התניא במבצר
צוגעלייגטע
hatanye.jpg
hatanye.jpg (10.81 KiB) געזעהן 2966 מאל
שכל קומט מיט די יארן...

אוועטאר
להודות ולהלל
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:35 am

תגובהדורך להודות ולהלל » דאנארשטאג ינואר 05, 2017 1:37 am

איך דארף אפאהר שיינע מעשות פונעם בעל התניא.
ווער קען דא ארויפלייגן?
אדער, ווי קען איך טרעפן?
להודות על העבר ולבקש על העתיד
מוֹדֶה אֲנִי לְפָנֶיךָ ה' אֱלֹקי וֵאלֹקי אֲבוֹתַי. עַל כָּל הַחֶסֶד אֲשֶׁר עָשִׂיתָ עִמָּדִי. וַאֲשֶׁר אַתָּה עָתִיד לַעֲשׂוֹת עִמִּי

אוועטאר
להודות ולהלל
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:35 am

תגובהדורך להודות ולהלל » דאנארשטאג ינואר 05, 2017 11:46 am

זושאלע האט געשריבן:החדר בו שהה הבעל התניא במבצר


ווייסט אפשר איינער פון ווי נעמט זעך דע בילד?
איז עס טאקע וואר אז גע בעל התניא איז געווען און דע צימער?
להודות על העבר ולבקש על העתיד
מוֹדֶה אֲנִי לְפָנֶיךָ ה' אֱלֹקי וֵאלֹקי אֲבוֹתַי. עַל כָּל הַחֶסֶד אֲשֶׁר עָשִׂיתָ עִמָּדִי. וַאֲשֶׁר אַתָּה עָתִיד לַעֲשׂוֹת עִמִּי

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2220
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:07 pm

להודות ולהלל האט געשריבן:
זושאלע האט געשריבן:החדר בו שהה הבעל התניא במבצר


ווייסט אפשר איינער פון ווי נעמט זעך דע בילד?
איז עס טאקע וואר אז גע בעל התניא איז געווען און דע צימער?

עס גלייבט זיך שווער אז די זעלבע תפיסה זאל נאך שטיין פון 200 יאר צוריק
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

אוועטאר
להודות ולהלל
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:35 am

תגובהדורך להודות ולהלל » דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:30 pm

טשאלענט האט געשריבן:
להודות ולהלל האט געשריבן:
זושאלע האט געשריבן:החדר בו שהה הבעל התניא במבצר


ווייסט אפשר איינער פון ווי נעמט זעך דע בילד?
איז עס טאקע וואר אז גע בעל התניא איז געווען און דע צימער?

עס גלייבט זיך שווער אז די זעלבע תפיסה זאל נאך שטיין פון 200 יאר צוריק


http://www.col.org.il/show_news.rtx?artID=55765
להודות על העבר ולבקש על העתיד
מוֹדֶה אֲנִי לְפָנֶיךָ ה' אֱלֹקי וֵאלֹקי אֲבוֹתַי. עַל כָּל הַחֶסֶד אֲשֶׁר עָשִׂיתָ עִמָּדִי. וַאֲשֶׁר אַתָּה עָתִיד לַעֲשׂוֹת עִמִּי

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2620
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:48 pm

מ'ווייסט פונקטליך אין וועלעכע פליגעל און אין וועלעכע צעל דער אלטער רבי איז געוועהן סיי ביים ערשטן און סיי ביים צווייטען ארעסט, די רעגירונג דאקומענטן זענען זייער פונקטליך, ר' יהושע מונדשטיין האט זיי מפענח געוועהן בטוב טעם ודעת און זיינע צוויי בענדער 'המאסר הראשון' ''המאסר האחרון'.

Yankel
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 23, 2015 3:11 pm

תגובהדורך Yankel » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 12:17 am

ארויף געברענגט לכבוד די יאהרצייט
זכותו הגדול יגן עלינו ועל כל ישראל
מרן רבי שניאור זלמן בן רבי (ישראל) ברוך נ״ע

zugurnish
שר האלף
תגובות: 1034
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 8:09 am

נחוניא האט געשריבן:פרט מעניין ולא ידוע בתולדות חסידות חב"ד, מספר כאן אחד מיוצאי סקווירא, שבתקופה מסויימת התחבא הרב מליאדי בעיר סקווירא, ושנים אח"כ היה ידוע הבית שבה התחבא מהשלטונות.

ווי נאנט איז סקווירא צו ליאזנא?
די שאלה איז ווי קראנט איז דער זכרון פון יוצאי סקווירא.

דעם אלטען רבי האט מען ארעסטירט גלייך נאך סוכות און ער איז געווען אין דער היים יו"ט און עס איז פארציילט אין סיפורי אדמו"רי חב"ד
ווי ער האט זיך באהאלטן אויסער דעם שטאט נאר איין טאג או צו מארגן איז ער צוריק אהיים געגאנגען און מען האט עם ארעסטירט.

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2714
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 10:06 am

zugurnish האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:פרט מעניין ולא ידוע בתולדות חסידות חב"ד, מספר כאן אחד מיוצאי סקווירא, שבתקופה מסויימת התחבא הרב מליאדי בעיר סקווירא, ושנים אח"כ היה ידוע הבית שבה התחבא מהשלטונות.

ווי נאנט איז סקווירא צו ליאזנא?
די שאלה איז ווי קראנט איז דער זכרון פון יוצאי סקווירא.

דעם אלטען רבי האט מען ארעסטירט גלייך נאך סוכות און ער איז געווען אין דער היים יו"ט און עס איז פארציילט אין סיפורי אדמו"רי חב"ד
ווי ער האט זיך באהאלטן אויסער דעם שטאט נאר איין טאג או צו מארגן איז ער צוריק אהיים געגאנגען און מען האט עם ארעסטירט.

פון ליאזנע קיין סקווירא איז א מרחק פון 700 ק"מ. בימים ההם איז מען געפארן מיט א פערד און וואגן בערך 25 ק"מ א טאג. דאס מיינט אז מען איז געפארן כמעט פיר וואכן פון ליאזנע קיין סקווירא.
עס מוז נישט זיין אז דאס האט פאסירט ממש פאר מען האט אים ארעסטירט. עס האט געקענט זיין א היבשע תקופה פריער.
עפעס א שטיקל קשר איז געווען צווישן דעם רב און די שטאט סקווירא בימים ההם, ווייל לפי מסורת משפחת אולין איז זייער זיידע געווען א רב אין שטאט סקווירא און איז געקומען פון די שטאט אולא און געהאט א קירבת משפחה מיט רבי צבי הירש דער שווער פון ר' משה זון פונעם רב.

Yankel
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 23, 2015 3:11 pm

תגובהדורך Yankel » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 9:09 pm

https://www.theyeshiva.net/jewish/1130

ר' יוסף פלטיאל, גאנץ אינטערסאנט

Yankel
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 23, 2015 3:11 pm

תגובהדורך Yankel » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 9:18 pm

ס'איז פארהאן עפעס א מסורה און חב"ד איבער א גארטל פונעם בעל התניא וואס איז אריבער צו אלע רביים ביים איבערנעמען דאס נשיאות ביזן לעצטן רבין הרמ"מ וואס האטעס באקומען פונעם שווער הריי"ץ.
שוין געהערט א שטיק צייט ציריק, קען איינער באשטעטיגן

מינצקער
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2011 3:47 pm

תגובהדורך מינצקער » זונטאג ינואר 14, 2018 10:58 pm

ישלהוסיף האט געשריבן:מ'ווייסט פונקטליך אין וועלעכע פליגעל און אין וועלעכע צעל דער אלטער רבי איז געוועהן סיי ביים ערשטן און סיי ביים צווייטען ארעסט, די רעגירונג דאקומענטן זענען זייער פונקטליך, ר' יהושע מונדשטיין האט זיי מפענח געוועהן בטוב טעם ודעת און זיינע צוויי בענדער 'המאסר הראשון' ''המאסר האחרון'.

קודם כל איז נישט דא א ביך המאסר האחרון (איר האט זיך פארטאשט מיט המסע האחרון)
צוייטענס אין המאסר הראשון שטייט גארנישט וועגען ווי ער איז געווען נאר
מקובל לומר שאדמו"ר הזקן היה אסור במבצר פטרופבלוסק שבפטרבורג.
המבצר שנבנה בשנת תס"ג אינו זה הנראה לעינינו כהיום מפני שהבניינים המקוריים נהרסו בשנת תר"ל. ובית הכלא החדש נבנה במיקום שונה לחלוטין ורחוק מהישן.
לעצט פאראכטן דורך מינצקער אום דינסטאג ינואר 16, 2018 8:52 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4723
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » דינסטאג ינואר 16, 2018 11:50 am

אברך משכון סקווירא הרב יאיר לונגער שעוסק זה רבות בשנים על ספרי שלחן ערוך הרב וגם הו"ל ספר נפלא על ספרי הרב= נולד לו בן זכר למז"ט אחר 10 שנה מנשואיו ביומא דהלולא כ"ד טבת שנה זו

חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1211
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובהדורך חלהדעקל » דינסטאג ינואר 16, 2018 12:31 pm

מזל טוב!
1 + 1 = חלה דעקל...

אוועטאר
אהרן הלוי
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 18, 2018 1:42 pm

תגובהדורך אהרן הלוי » דאנארשטאג יולי 05, 2018 10:57 pm

ערנסטער האט געשריבן:דערציילט מען אז בעת די מלחמה צווישן רוסישן צאר אלכסנדר און פראנצויזישן קיסר נאפאלעאן ס'איז געווען א שארפע מחלוקת צווישן די צדיקים תלמידי המגיד, ווער פון זיי דארף באזיגן אין דער מלחמה.
פון איין זייט נאפאלעאן האט זיך באצויגן גוט צו די אידן און איז געווען, דאכט זיך, דער ערשטער פון די אייראפעישע הערשער וואס האט געגעבן פאר אלע בירגער פון זיין אימפעריע, וואס עס זאל נישט זיין זייער פאלק און גלייבן, גלייכע רעכט, ווען די רוסישע צארן זענען געבליבן ביז דער לעצעטער רגע (ווען די רעוואלוציע פון 1917 האט געמאכט א סוף פאר זייער שלטון) ביטערע שונאי ישראל.
מאידך אבער דוקא נאפאלעאן'ס אימפעריע האט געהאט די פאסיקע ערד פאר אזעלכע זאכן ווי מערב-אייראפעישע השכלה, רעפארמיזם און (אלס א גלייכע תוצאה) התבוללות און אסימיליאציע פון די אידן צווישן זייערע גוטע גוישע שכנים.
בקיצור, גיי ווייס ווער איז בעסער (אדער ריכטיקער זאגנדיק - ווער איז ערגער) פאר די מזרח-אייראפעישע אידן.
דער בערדיטשעווער רבי זי"ע האט געהאלטן אז באזיגן אין דער מלחמה דארף נאפאלעאן, און דער אלטער רבי - אז דער רוסישען צאר.
דערציילט מען אז עס האט זיך אנטפלעקט פאר זיי, אז ווער וועט בלאזן אין ראש השנה (ה'תקע"ג) אין שופר, זיינס א דיעה וועט איינגענומען ווערן אין בית-דין של מעלה. איז דער בערדיטשעווער רבי איז אין ר"ה האט געדאווענט שחרית ותיקים זייער שנעל און געבלאזט שופר גאר אינדערפרי, אבער צוגייענדיק בלאזן האט ער געזאגט: "ס'איז שוין שפעט, דער ליטוואק (אזוי ער פלעגט רופן דעם אלטן רבי'ן) האט שוין געבלאזט". ווייזט אויס אז דער אלטער רבי האט בכלל נישט געווארט נאר גלייך אינדערפרי מיט די ערשטע שטראלן פון זין געבלאזט אין שופר נאך פאר דאווענען שחרית... און דער רוסישער צאר אלכסנדר האט טאקע באזיגט.

וואו קען מען ליינען מער איבער דעם פרשה?
איך געדענק זעהן א בוך אין לשון עברי (דאכציך) וואס באשרייבט עס, ווייסט איינער פון וואס איך רעד?
איך גלייב אז די היסטארישע פאקטן איבער דעם בעל התניא'ס השתדלותער זענען באשריבן אין חב''דסקע אויסגאבעס אדער ספרים, ווייסט איינער וואו?
אשרי מי שלא חטא ומי שחטא ישוב וימחול לו (קרעדיט: בעלי תשובה, חסידים ואנשי מעשה)

דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

תגובהדורך דעפרעסט » פרייטאג יולי 06, 2018 2:03 am

דו רעדסט מסתם פון דאס בוך "עם לבדד ישכון" וואס באשרייבט די גאנצע געשיכטע.

דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

תגובהדורך דעפרעסט » פרייטאג יולי 06, 2018 2:04 am

די חלק פון בעל התניא איז אויספירלעך באשריבן אין דעם חיבור הנפלא המסע האחרון פון דעם לעגענדארן חוקר יהושע מונדשיין ז"ל

אוועטאר
אהרן הלוי
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 18, 2018 1:42 pm

תגובהדורך אהרן הלוי » פרייטאג יולי 06, 2018 10:01 am

א דאנק!
אשרי מי שלא חטא ומי שחטא ישוב וימחול לו (קרעדיט: בעלי תשובה, חסידים ואנשי מעשה)


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט