פרט מעניין ולא ידוע בתולדות חסידות חב"ד, מספר כאן אחד מיוצאי סקווירא, שבתקופה מסויימת התחבא הרב מליאדי בעיר סקווירא, ושנים אח"כ היה ידוע הבית שבה התחבא מהשלטונות.
מיללער האט געשריבן:אין ווארשא האבן געוואונט עטליכע משפחות נכדי הבעל התניא, פאלגענד איז א מציבה אין ווארשא פון "הבחור מנחם מענדל בן החסיד המפורסם ר' שלום דוב שניאורסאן ז"ל" נכד הרב הגאון מליאדי בעמח"ס שלחן ערוך.
די מציבה פון שנת תרע"ב, ווייסט איינער מער פרטים איבער דעם ר' שלום דוב?
איך האב נישט געהאט צייט צו טשעקן צו איינער האט דאס שוין דערמאנט, אז אין ספר זכור לאברהם שטייט א מימרא פון הרה"ק מסאטמאר וואס א סאטמארע (סענז סטריט) חסיד וואלט דאס אפגעלייקנט, אז דער אלטער תולדות אהרן רבי האט געפרעגט דער סאטמאר רבי וויאזוי מען איז מקיים דעם אם תרצה תמשול בו (אויפ'ן יצה"ר) האט סאטמאר רבי געענטפערט דורך דעם ספר התניא.
לכבוד די יארצייט, געלערנט נעכטן ביים שיעור די מורא'דיגע יסודות'דיגע שטיקל "להשכילך בינה" אין "אגרת הקודש" (דף קט"ז דוכט זיך). הלואי זאל מען אנקומען מקיים צו זיין וואס דארט שטייט, ט'מען געלעבט ווי א איד ווי עס דארף צו זיין.
נאר וואס'זשע דען, די גאנצע ענין איז געקומען צו מיר פון... ר' לייבוש ליש...! יא, לאך נישט. געקויפט א סי. די. פאר'ן יונגעל נ"י, א מעשה פון ר' לייבוש ליש. דערציילט ער דארט א מעשה נורא פון צוויי חבדסקער חסידים אין דער אלטער היים, פארשיקט דורך די ען קא ווע דע קיין סיביר, איינעם איינגעשפארט אין תפיסה. דער צווייטער זיך עפעס ארויסגעדרייט, און ער האט געוואלט מחזק זיין דעם חסיד אין ביטערן גהנום. האט ער אונטערגעקויפט א שומר בלויז אים אויסצוזאגן אין וועלכע צעל ער געפינט זיך, און יענער האט אים געזאגט ערגעץ אויפ'ן ווייסעכוויפילטן שטאק, א הערמעטיש פארשלאסענעם שטיבל.
ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן: די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג: די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
נחוניא האט געשריבן:פרט מעניין ולא ידוע בתולדות חסידות חב"ד, מספר כאן אחד מיוצאי סקווירא, שבתקופה מסויימת התחבא הרב מליאדי בעיר סקווירא, ושנים אח"כ היה ידוע הבית שבה התחבא מהשלטונות.
ווי נאנט איז סקווירא צו ליאזנא? די שאלה איז ווי קראנט איז דער זכרון פון יוצאי סקווירא.
דעם אלטען רבי האט מען ארעסטירט גלייך נאך סוכות און ער איז געווען אין דער היים יו"ט און עס איז פארציילט אין סיפורי אדמו"רי חב"ד ווי ער האט זיך באהאלטן אויסער דעם שטאט נאר איין טאג או צו מארגן איז ער צוריק אהיים געגאנגען און מען האט עם ארעסטירט.
נחוניא האט געשריבן:פרט מעניין ולא ידוע בתולדות חסידות חב"ד, מספר כאן אחד מיוצאי סקווירא, שבתקופה מסויימת התחבא הרב מליאדי בעיר סקווירא, ושנים אח"כ היה ידוע הבית שבה התחבא מהשלטונות.
ווי נאנט איז סקווירא צו ליאזנא? די שאלה איז ווי קראנט איז דער זכרון פון יוצאי סקווירא.
דעם אלטען רבי האט מען ארעסטירט גלייך נאך סוכות און ער איז געווען אין דער היים יו"ט און עס איז פארציילט אין סיפורי אדמו"רי חב"ד ווי ער האט זיך באהאלטן אויסער דעם שטאט נאר איין טאג או צו מארגן איז ער צוריק אהיים געגאנגען און מען האט עם ארעסטירט.
פון ליאזנע קיין סקווירא איז א מרחק פון 700 ק"מ. בימים ההם איז מען געפארן מיט א פערד און וואגן בערך 25 ק"מ א טאג. דאס מיינט אז מען איז געפארן כמעט פיר וואכן פון ליאזנע קיין סקווירא. עס מוז נישט זיין אז דאס האט פאסירט ממש פאר מען האט אים ארעסטירט. עס האט געקענט זיין א היבשע תקופה פריער. עפעס א שטיקל קשר איז געווען צווישן דעם רב און די שטאט סקווירא בימים ההם, ווייל לפי מסורת משפחת אולין איז זייער זיידע געווען א רב אין שטאט סקווירא און איז געקומען פון די שטאט אולא און געהאט א קירבת משפחה מיט רבי צבי הירש דער שווער פון ר' משה זון פונעם רב.
ישלהוסיף האט געשריבן:מ'ווייסט פונקטליך אין וועלעכע פליגעל און אין וועלעכע צעל דער אלטער רבי איז געוועהן סיי ביים ערשטן און סיי ביים צווייטען ארעסט, די רעגירונג דאקומענטן זענען זייער פונקטליך, ר' יהושע מונדשטיין האט זיי מפענח געוועהן בטוב טעם ודעת און זיינע צוויי בענדער 'המאסר הראשון' ''המאסר האחרון'.
קודם כל איז נישט דא א ביך המאסר האחרון (איר האט זיך פארטאשט מיט המסע האחרון) צוייטענס אין המאסר הראשון שטייט גארנישט וועגען ווי ער איז געווען נאר
מקובל לומר שאדמו"ר הזקן היה אסור במבצר פטרופבלוסק שבפטרבורג. המבצר שנבנה בשנת תס"ג אינו זה הנראה לעינינו כהיום מפני שהבניינים המקוריים נהרסו בשנת תר"ל. ובית הכלא החדש נבנה במיקום שונה לחלוטין ורחוק מהישן.
אברך משכון סקווירא הרב יאיר לונגער שעוסק זה רבות בשנים על ספרי שלחן ערוך הרב וגם הו"ל ספר נפלא על ספרי הרב= נולד לו בן זכר למז"ט אחר 10 שנה מנשואיו ביומא דהלולא כ"ד טבת שנה זו
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
ערנסטער האט געשריבן:דערציילט מען אז בעת די מלחמה צווישן רוסישן צאר אלכסנדר און פראנצויזישן קיסר נאפאלעאן ס'איז געווען א שארפע מחלוקת צווישן די צדיקים תלמידי המגיד, ווער פון זיי דארף באזיגן אין דער מלחמה. פון איין זייט נאפאלעאן האט זיך באצויגן גוט צו די אידן און איז געווען, דאכט זיך, דער ערשטער פון די אייראפעישע הערשער וואס האט געגעבן פאר אלע בירגער פון זיין אימפעריע, וואס עס זאל נישט זיין זייער פאלק און גלייבן, גלייכע רעכט, ווען די רוסישע צארן זענען געבליבן ביז דער לעצעטער רגע (ווען די רעוואלוציע פון 1917 האט געמאכט א סוף פאר זייער שלטון) ביטערע שונאי ישראל. מאידך אבער דוקא נאפאלעאן'ס אימפעריע האט געהאט די פאסיקע ערד פאר אזעלכע זאכן ווי מערב-אייראפעישע השכלה, רעפארמיזם און (אלס א גלייכע תוצאה) התבוללות און אסימיליאציע פון די אידן צווישן זייערע גוטע גוישע שכנים. בקיצור, גיי ווייס ווער איז בעסער (אדער ריכטיקער זאגנדיק - ווער איז ערגער) פאר די מזרח-אייראפעישע אידן. דער בערדיטשעווער רבי זי"ע האט געהאלטן אז באזיגן אין דער מלחמה דארף נאפאלעאן, און דער אלטער רבי - אז דער רוסישען צאר. דערציילט מען אז עס האט זיך אנטפלעקט פאר זיי, אז ווער וועט בלאזן אין ראש השנה (ה'תקע"ג) אין שופר, זיינס א דיעה וועט איינגענומען ווערן אין בית-דין של מעלה. איז דער בערדיטשעווער רבי איז אין ר"ה האט געדאווענט שחרית ותיקים זייער שנעל און געבלאזט שופר גאר אינדערפרי, אבער צוגייענדיק בלאזן האט ער געזאגט: "ס'איז שוין שפעט, דער ליטוואק (אזוי ער פלעגט רופן דעם אלטן רבי'ן) האט שוין געבלאזט". ווייזט אויס אז דער אלטער רבי האט בכלל נישט געווארט נאר גלייך אינדערפרי מיט די ערשטע שטראלן פון זין געבלאזט אין שופר נאך פאר דאווענען שחרית... און דער רוסישער צאר אלכסנדר האט טאקע באזיגט.
וואו קען מען ליינען מער איבער דעם פרשה? איך געדענק זעהן א בוך אין לשון עברי (דאכציך) וואס באשרייבט עס, ווייסט איינער פון וואס איך רעד? איך גלייב אז די היסטארישע פאקטן איבער דעם בעל התניא'ס השתדלותער זענען באשריבן אין חב''דסקע אויסגאבעס אדער ספרים, ווייסט איינער וואו?