רש"ז מליאדי האדמו"ר הזקן - בעל התניא

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
להודות ולהלל
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:35 am

יצירת איכה?! היכן אתה בעולמי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות ולהלל »

זושאלע האט געשריבן:החדר בו שהה הבעל התניא במבצר

ס'איז ארויסגעקומען יעצט צוליב י"ט כסלו און כ"ד טבת, אן מורעדיגע שיינע יצרה פונעם גרויסען אומן הרב יואל וקסברגר שיחי'.
איבער די מעשה פונעם בעל התניא מיט דעם שר און פעטערבורג - איכה? היכן אתה בעולמי?

[align=center]לינק: איכה? היכן אתה בעולמי?![/align]
גבר ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 592
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבר ישראל »

איז דא צו טרעפן די דאקומענטן אדער עפעס באריכטן פון די געריכט פראצעס פונעם בעל התניא? אדער פון זיין אין תפיסה? צו פון אידישע מקורות אדער אפילו שטאטישע גוישע מקורות?
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

https://www.heichal.co.il/products/%D7% ... D7%9F/1376

הרב יהושע מונדשיין ז"ל האט ארויס געגעבען א ספר "המאסר הראשון" פול מיט דאקיומענטען געפונען אין די ארכיון הממשלה אין רוסיא נאך דעם וואס קומוניזים איז געפאלען.
דארטען איז אויך דא די בריווען פון בעל התניא וואס ער איז מסביר פארוואס די טענות פון די מתנגדים זיינען פאלש.
לעצט פארראכטן דורך zugurnish אום מיטוואך יאנואר 02, 2019 2:51 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

דא
אטעטשמענטס
צר.jpg
צר.jpg (23.13 KiB) געזען 2531 מאל
אוועטאר
להודות ולהלל
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:35 am

צורת בעל התניא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות ולהלל »

אטעטשמענטס
וקסברגר.JPG
וקסברגר.JPG (67.59 KiB) געזען 2496 מאל
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

בן אחר בן מבעל התניא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

איז דא היינט צו טאג אייניקלעך בן אחר בן פונעם בעל התניא?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

נחוניא האט געשריבן:איז דא היינט צו טאג אייניקלעך בן אחר בן פונעם בעל התניא?

viewtopic.php?p=206817#p206817
סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרעטענער אייניקל »

מיללער האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:איז דא היינט צו טאג אייניקלעך בן אחר בן פונעם בעל התניא?

viewtopic.php?p=206817#p206817

האם רב"ש שניאורסאהן מטשעבין הוא בא"ב?
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

סטרעטענער אייניקל האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:איז דא היינט צו טאג אייניקלעך בן אחר בן פונעם בעל התניא?

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 17#p206817

האם רב"ש שניאורסאהן מטשעבין הוא בא"ב?

להצמח צדק
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

גבר ישראל האט געשריבן:איז דא צו טרעפן די דאקומענטן אדער עפעס באריכטן פון די געריכט פראצעס פונעם בעל התניא? אדער פון זיין אין תפיסה? צו פון אידישע מקורות אדער אפילו שטאטישע גוישע מקורות?

עוד מקדם קדמתה לאנג איידער "המאסר הראשון" איז ערשינען האט שוין חב"ד ארויסגעגעבן די תשובות וואס דער בעל התניא האט אפגעשריבן (אין רוסיש) און אריינגעשיקט צום געריכט, נעתק מכתי"ק ומתורגם ללה"ק ונדפס בכרם חב"ד, מתוך ארכיוני הממשל הרוסי
פראצעדור
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 23, 2018 8:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראצעדור »

איז דא ערגעץ שיין ביישריבען און היימיש אידיש די מאסר פון בעל התניא?
סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1441
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: געווענליך אין מיין הויזן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

איך האב געהערט אמאל פון ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט"א א שיינע מעשה וואס איז פארגעקומען די ערשטע י"ט כסליו נאך וואס די בעל התניא איז באפרייט געווארן, איך ווייס נישט אויב ס'באלאנגט דא אבער ווי יא ווייס איך נישט ממילא לייג איך עס דא.

די ערשטע י"ט כסליו א יאר נאך וואס די בעל התניא איז באפרייט געווארן האבן זיך די חסידים צוזאמגענומען צו פראווענען א סעודת הודאה און פארשטייט זיך אז משקה האט נישט געפעלט דארט, איז געווען דארט איין איד וואס ער האט געטיילט די משקה פארן עולם, און נאך יעדע גלעזל ווואס ער האט געטיילט האט ער אליין געטרינקען א גלעזל, ביז ער איז אנגעקומען צו א בחינה אז ער האט געזעהן אז די באשעפער איז מסבב כל עלמין.... און די בית המדרש האט זיך מיטגעדרייט מיט אים, און אזוי זיך וואקלנדיג איז זיין היט אריינגעפאלן אין די פאס וואדקע, איז די בעל התניא צוגעגאנגען און ארויסגענומען דעם נאסן היט און עס ארויפגעלייגט אויף דעם חסיד'ס קאפ און ס'האט גערינען פון אלע זייטן און די הייליגע בעל התניא האט געזאגט 'וכובע ישועות בראשו', און טאקע אין די קומענדיגע יאר האט דער חסיד געהאט גאר א מוצלח'דיגע יאר.

דעם קומענדיגען יאר י"ט כסליו ביי די סעודת הודאה, האט א צווייטע חסיד געדענקט די מעשה האט ער אויך געטרונקען אסאך און ער האט זיכער געמאכט זיך צו שאקלען לעבן די פאס און ערלעדיגט אז זיין היט זאל אים אריינפאלן אין די פאס, און וואס מיינט עטס איז געווארן? דער היט ליגט נאך דארט...
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
אוועטאר
דוקטור
שר האלף
תגובות: 1108
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2008 7:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוקטור »

נסיעות קיין האדיטש אויפן יארצייט

נסיעה א' - מוצ"ש שמות - דינסטאג פר' וארא, מען וועט אויך זיין אין: ווילענדיק (שבת שמות איז די יארצייט)
נסיעה ב' - מוצ"ש שמות - דאנערשטאג וארא, מען וועט אויך זיין אין: ווילענדיק, מעזיבוז, בארדיטשוב, אומאן, אניפולי, פולנאה, און נאך.

רופט שוין לערנער טרעוול
718-564-6433
[email protected]
אוועטאר
דוקטור
שר האלף
תגובות: 1108
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2008 7:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוקטור »

דוקטור האט געשריבן:נסיעות קיין האדיטש אויפן יארצייט

לעצטע פלעצער
אוועטאר
הבעש''ט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבעש''ט »

Yankel האט געשריבן:ארויף געברענגט לכבוד די יאהרצייט
זכותו הגדול יגן עלינו ועל כל ישראל
מרן רבי שניאור זלמן בן רבי (ישראל) ברוך נ״ע
אוועטאר
ביציקל
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 4:47 pm

Re: רש"ז מליאדי האדמו"ר הזקן - בעל התניא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביציקל »

עמער דערציילן אביסל פונעם הייליגן תניא.

די הייליגע תניא איז געווען פון די גאר גרויסע צדיקים און איז געווען נחשב ביי אלע צדיקי הדור און ביי אלע צדיקי החסידות פון די קומענדיגע דורות.
בפרט זיין הייליג ספר 'תניא', וואס איז געווארן אנגענומען גאר שטארק ביי אלע צדיקים פון אלע קרייזן, אזש דער אפטער רב האט געזאגט אז אויף דעם דרך זענען געגאנגען די אבות הק', אזוי ברענגט דער חקל יצחק וואס ער האט געהערט פון זיין טאטע דער אמרי יוסף. און נאך אסאך גרויסע הפלגות פון צדיקים דערויף.

ער איז געווען בעיקר א תלמיד פונעם מגיד פון מעזריטש, אבער איז דערנאך געווען א תלמיד חבר פון ר' מענדעלע וויטעפסקער, און נאר נאך וואס ר' מענדעלע איז נסתלק געווארן אין ארץ ישראל אין יאר תקמ''ח, איז די בעל התניא געווארן א רבי אין ווייס רוסלאנד.
ער האט דאן געהאט א שטיקל מחלוקת מיטן הייליגן קאליסקער אין דרכים אין עבודת ה', דער קאליסקער האט געמאכט מער אן עיקר פון די לב און הרגשה אין יראה ואהבה, אבער די בעל התניא האט געהאלטן פון אריינברענגען השגת אלוקות און די העכסטע דיבורים אין מח כאטש די הארץ איז נאכנישט דארט, ואכמ''ל.

ער האט געהאט טויזנטער חסידים, לכאורה די מערסטע אין זיינע צייטן, און ער האט אריינגעברענגט אין זיי א גרויסע דעת און שכל אין עבודת ה'. ביי אים איז נישט געווען קיין עיקר די מופתים און ישועות בגשמיות, ער האט אוועקגעמאכט די אלע מופתים וואס מען האט געזען ביי אנדערע צדיקים, נאר די עיקר איז געווען עבודת ה' בהשכל ודעת.

ער איז געזיצן צוויי מאל אין תפיסה כידוע, און שפעטער האט ער נאך געהאט א שווערע מחלוקת פון ר' ברוכ'ל מעזשיבוז'ער אויף זיך.

ווען עס איז אויסגעבראכן די גרויסע קריג צווישן פראנקרייך און רוסלאנד איז ער געווען זייער קעגן נאפאליאן, און דעמאלטס אנטלויפנדיג טיפער אריין אין רוסלאנד פונעם אריינקומענדן פראנצויז איז ער נסתלק געווארן אין א פארווארפענעם דארף און ער ליגט אין האדיטש וואס איז היינט אין אוקריינע.
אוועטאר
ביציקל
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 4:47 pm

Re: רש"ז מליאדי האדמו"ר הזקן - בעל התניא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביציקל »

א וואונדערליכע מעשה וויאזוי די בעל התניא האט זיך געזארגט פאר אידישע קינדער נאך זיין פטירה.
דער סיפור האט אפגעשריבן ר' שניאור זלמן דוכמאן וואס ער האט עס געהערט פון זיין זיידע ר' מרדכי יואל, א חשובע ליבאוויטשע חסיד, וואס האט עס געהערט פונעם שמש פונעם אהל פונעם בעל התניא ר' חיים מאיר.

איין טאג זענען אנגעקומען צוויי אינגעלייט צום אהל פונעם בעל התניא און שרעקליך געוויינט. האט דער שמש זיי געפרעגט פארוואס זיי וויינען אזוי. האבן זיי דערציילט אזוי:

זיי זענען געווען צוויי חברים וואס זענען נעבעך אפגעפארן פון אידישן דרך. איין טאג זענען זיי אריבערגעפארן דעם דארף פיענע און זיך אפגעשטעלט ביי שטוב פון א גוי און געבעטן עסן.
האט דער גוי געזאגט אז ער האט נישט, האבן זיי געבעטן צו ער האט עפעס טריפות, האט דער גוי זיי אריינגעפירט צו זיך אינדערהיים און זיי פשוט איינגעשפארט אין א צימער און זיי געזאגט אז זיי מוזן אים יעצט געבן אלע זייערע געלטער און ער גייט זיי הרג'נען.

זיי האבן זיך אנגעהויבן צו איינבעטן פאר זייער לעבן, אבער ער האט זיי געזאגט אז דאס איז עס, זיי זענען פארטיג, אבער ער וועט זיי געבן צייט צו תשובה טון און דאווענען, און דערנאך וועלן זיי ווערן אומגעברענגט.
די צוויי אידן האבן געכאפט ווי זיי האלטן און אנגעהויבן צו תשובה טון מעומק הלב, זיי האבן באמת חרטה געהאט אויף זייערע נישט גוטע מעשים, וואס האבן זיי געהאט דערפון, מען גייט דאך דארפן אפגעבן דין וחשבון וכו'.

נאכן וויינען פאר מערערע שעות און תשובה טון כדבעי, איז דער גוי אריינגעקומען און זיי געזאגט 'עטס קענטס שוין צוריקנעמען ענקערע געלטער און גיין לחיים ולשלום'.
און ער האט זיי דערציילט אזוי:
פאר מערערע יארן צוריק איז דא געווען א גרויסע צדיק אין דער שטוב, ר' שניאור זלמן, ער איז דא איינגעשטאנען און דא נסתלק געווארן, און פאר ער איז נסתלק געווארן האט ער מיך געזאגט אז אין יארן ארום זאל איך טון דאס וואס איך האב יעצט געטון, דאס הייסט אז ווען איך וועל זען עס קומען צוויי אידן און בעטן טריפות, זאל איך זיי איינשפארן און מאכן תשובה טון, און נאר נאכדעם לאזן גיין. ער האט שוין געזען אז ענק וועלן דא קומען, און מיך געהייסן איך זאל ענק מאכן תשובה טון!!

און די צוויי אינגעלייט האבן טאקע דאן תשובה געטון און דערנאך געקומען מכיר טובה זיין פארן בעל התניא אויף זיין קבר. און דערפאר טאקע אזוי געוויינט.

זעט מען ווי די בעל התניא האט זיך געזארגט שוין יארן פריער אויף צוויי פארקראכענע אינגעלייט אז זיי זאלן זיך צוריק קערן צום אייבערשטן כראוי!
אוועטאר
ביציקל
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 4:47 pm

Re: רש"ז מליאדי האדמו"ר הזקן - בעל התניא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביציקל »

נאך א מעשה דערציילט ער:

עס האבן זיך אמאל אפגערעדט עטליכע אידן פארן בעל התניא אויף די מצב העניות, האט די בעל התניא געזאגט:

די נשמות פון אונזער דור זענען נשמות פון די זמן פון די ערשטע ביהמ''ק וואס האבן געדינט עבודה זרה, און די עונש אויף דעם איז מיתה, איז יעדעס מאל וואס מען דארף עפעס בגשמיות און מען האט עס נישט, קומט מען אפ מיט דעם די עונש מיתה!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24343
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רש"ז מליאדי האדמו"ר הזקן - בעל התניא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

לחיים לחיים טובים ולשלו' זי"ע ועכי"א

זאל זיין זכות מגין זיין פאר גאנץ כלל ישראל מען זאל שוין געהאלפן ווערן מיט א ישועות כללית ופרטית בב''א
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: רש"ז מליאדי האדמו"ר הזקן - בעל התניא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

שמעתי אז דער הייליגער בעל התניא זי"ע האט געהאט א זון וועלכער איז ל"ע אראפ פון דרך, איז דאס אמת?

(כהאב מיך גע'ישוב'ט צו איך זאל פרעגן דערפון ברבים, אבער למעשה אויב איז עס אמת קענען אסאך עלטערן נעמען חיזוק דערפון, ואכה"ל)
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: רש"ז מליאדי האדמו"ר הזקן - בעל התניא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

מסתמא האט געשריבן:שמעתי אז דער הייליגער בעל התניא זי"ע האט געהאט א זון וועלכער איז ל"ע אראפ פון דרך, איז דאס אמת?

(כהאב מיך גע'ישוב'ט צו איך זאל פרעגן דערפון ברבים, אבער למעשה אויב איז עס אמת קענען אסאך עלטערן נעמען חיזוק דערפון, ואכה"ל)

משה שניאורי - וויקיפידיע

(אויב חיזוק קענסטו שוין ברענגען דעם רמב"ן'ס זוהן...)
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: רש"ז מליאדי האדמו"ר הזקן - בעל התניא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
מסתמא האט געשריבן:שמעתי אז דער הייליגער בעל התניא זי"ע האט געהאט א זון וועלכער איז ל"ע אראפ פון דרך, איז דאס אמת?

(כהאב מיך גע'ישוב'ט צו איך זאל פרעגן דערפון ברבים, אבער למעשה אויב איז עס אמת קענען אסאך עלטערן נעמען חיזוק דערפון, ואכה"ל)

משה שניאורי - וויקיפידיע

(אויב חיזוק קענסטו שוין ברענגען דעם רמב"ן'ס זוהן...)

ייש"כ
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
דבריך יאיר
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2020 3:33 pm

Re: רש"ז מליאדי האדמו"ר הזקן - בעל התניא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דבריך יאיר »

מסתמא האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
מסתמא האט געשריבן:שמעתי אז דער הייליגער בעל התניא זי"ע האט געהאט א זון וועלכער איז ל"ע אראפ פון דרך, איז דאס אמת?

(כהאב מיך גע'ישוב'ט צו איך זאל פרעגן דערפון ברבים, אבער למעשה אויב איז עס אמת קענען אסאך עלטערן נעמען חיזוק דערפון, ואכה"ל)

משה שניאורי - וויקיפידיע

(אויב חיזוק קענסטו שוין ברענגען דעם רמב"ן'ס זוהן...)
ייש"כ

למען האמת זה לא היה בן הרמב"ן. ראה קב הישר פרק פ"א.
אולם מימות עולם הי' ישמעאל, ועשו, וכו' ועוד כמה צדיקים שסבלו מזה,
והעיקר לא להפסיק להתפלל ולבטוח בד' ית' כי לא ידח ממנו נדח,
ויהי"ר שבמהרה יתקע בשופר גדול ויבאו האובדים והנדחים, והשיב לב אבות על בנים ולב בנים על אבותם
לעצט פארראכטן דורך דבריך יאיר אום דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 11:36 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שאראש-פאטאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2019 10:25 pm

Re: רש"ז מליאדי האדמו"ר הזקן - בעל התניא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאראש-פאטאק »

מסתמא האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
מסתמא האט געשריבן:שמעתי אז דער הייליגער בעל התניא זי"ע האט געהאט א זון וועלכער איז ל"ע אראפ פון דרך, איז דאס אמת?

(כהאב מיך גע'ישוב'ט צו איך זאל פרעגן דערפון ברבים, אבער למעשה אויב איז עס אמת קענען אסאך עלטערן נעמען חיזוק דערפון, ואכה"ל)

משה שניאורי - וויקיפידיע

(אויב חיזוק קענסטו שוין ברענגען דעם רמב"ן'ס זוהן...)

ייש"כ

עס איז דא א ספר עין תחת עין עס איז דא אויף אוצר החכמה וואס באשרייבט די פרשה אבער עס איז געשריבען פון א ליובאוויטש בליק וד״ל
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”