רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

געראטעוועט געווארן דורכ'ן עסן ווי א איד
דער מונקאטשער רב, דער בעל מנחת אלעזר זי"ע איז אמאל געפארן מיט א באן, אויפ'ן וועג האט מען דארט געגעבן א נישט כשר'ע סעודה, איז געווען דארט איינער וואס האט אויסגעזען ווי א גוי און האט געגעסן מיט א גוטן אפעטיט, דער מונקאטשער רב איז צוגעגאנגען צו אים, און אים געזאגט, אז ער זאל שוין אויפהערן צו עסן, ווייל די עסן איז טריפה.
דער מענטש האט זיך אבער נישט וואוסענדיג געמאכט, און האט ווייטער געגעסן, און האט געפרעגט מיט וואונדער, פארוואס דער רב האלט אים פאָר מער ווי אנדערע גוים, אזוי האט זיך דאס איבערגע'חזר'ט עטליכע מאל, דער רב האט אים פאָרגעהאלטן אז ער איז עובר אויף איסורי דאורייתא, ער עסט נבילות וטריפות, ער וועט דארפן געבן דין וחשבון דערויף, אבער יענער האט ווייטער געגעסן ווי נישט אים האט מען געמיינט.
ווען דער מונקאנטשער רב איז צוגעגאנגען צו אים דעם זעקסטן מאל, האט דער מענטש זיך געבראכן, און האט מודה געווען אז ער איז טאקע א איד, אבער ער האט זיך זייער געוואונדערט, וויאזוי דער רב האט געוואוסט אז ער איז א איד, האט ער געבעטן דעם רב, ער זאל אים זאגן וויאזוי עס איז אים איינגעפאלן אז ער איז א איד.
האט דער הייליגער מנחת אלעזר אים געזאגט, ווען איך האב דיך געזען עסן, האב איך באמערקט אז דו עסט אנדערש ווי די גוים, איך האב געזען אז דו ברעכסט אראפ א שטיקל און דו בייסט נישט אריין, אזוי ווי די הלכה איז אין שלחן ערוך (סי' ק"ע), האב איך באלד פארשטאנען אז מן הסתם ביסטו א אידיש קינד פון אן ערליכע שטוב, נאר דו האסט ליידער אראפגעווארפן פון דיר דעם עול פון תורה און פון מצוות, דער איידעלע וועג פון עסן האט מען דיך אויסגעלערנט פון קינדווייז אן, און ס'איז נאך געבליבן אין דיר אלץ געוואוינהייט, וועגן דעם בין איך געווען זיכער אז דו ביסט א איד, דערפאר האב איך דיך מעורר געווען אז דו זאלסט נישט עסן קיין נבילות און טריפות.
די מעשה האט זייער שטארק געכאפט דעם מענטש, און דאס האט אים צוריקגעברענגט צום אידישן וועג, אזוי ווייט, אז דער איד האט זיך שפעטער שטארק אריינגעלייגט צו מקרב זיין אנדערע אידן צו אידישקייט.

נאך די צווייטע וועלט מלחמה זענען די עסקנים ארומגעגאנגען פון קלויסטער צו קלויסטער, פרובירנדיג אויפצוזוכן און ארוסראטעווען פון דארט אידישע קינדער, ווי באקאנט האבן פיל אידן איבערגעגעבן זייערע קינדער צו גוישע שכנים - פאר מ'האט זיי געפירט קיין אוישוויץ - מיט די האפענונג אז נאך די מלחמה וועלן זיי צוריקנעמען די קינדער, און נאך די מלחמה ווען די גוים האבן געזען אז די אידן קומען נישט צוריק, האבן זיי איבערגעגעבן די קינדער צו די קירכעס רח"ל, און די גלחים האבן גע'טענה'ט אז זיי זענען גוים, און די עסקנים האבן געהאט גרויסע שוועריגקייטן אויפציווייזן אז זיי זענען אידן, דער איד וואס ביי אים האט פאסירט די מעשה פונעם מנחת אלעזר וועלכער איז אויך געווען פון די עסקנים, האט אלעמאל נאכגעקוקט וועלכע קינדער עסן איידל, און ברעכן אראפ פון די עסן, זיי בייסן נישט אריין אין גרעסערע שטיקער, און אויף די קינדער האט מען געוויזן פאר די גלחים אז זיי זענען אידן, ווייל זיי עסן אנדערש ווי די גוים, און אזוי האט מען ארויסגעראטוועט צענדליגע אידן פון אן אייביגן אומגליק.
זעט מען פון דעם, אז א איד דארף מיט אלעם זיין אפגעשיידט פון די גוים, און מ'זאל דערקענען אויף אים טריט און שריט אז ער איז א איד, אזוי ווי ס'שטייט אין פסוק, ואבדיל אתכם מן העמים להיות לי.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

מומחה יוחס האט געשריבן:היינט נאכט די יא''צ פין מנחת אלעזר פון מונקאטש

לחיים לחיים! זאל דער צדיק משפיע זיין אלע גוטע השפעות פאר גאנץ ישראל. אמן!
צפת דאמעריקא
שר האלף
תגובות: 1116
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 19, 2021 6:03 pm

Re: רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צפת דאמעריקא »

אז מען רעדט איבער די שייכות פונעם מנחת אלעזר זצ"ל מיט רבי מאיר שפירא זצ"ל איז אינטערסאנט צו פארציילן די באקאנטע מעשה, אז ר' מאיר האט געשיקט א בריוו צום מנחת אלעזר אן א דאטום אויפן בריוו, נאכדעם איז מען געוואר געווארן פשט אין דעים ווייל פון ווען ר' מאיר האט געגרינדעט דעם דף היומי האט ער אייביג צוגעשריבן צום טעגליכן דאטום פון יענעם טאג אויך די לימוד פונעם דף היומי ווי מען האלט, אבער ווען ער האט געשריבן פארן מנחת אלעזר, האט ער געהאט א ספק וואס צו טוהן? שרייבן דעם דף היומי וואלט דאס געהייסן חלילה וי ער איז פוגע בכבוד פון מנחת אלעזר, און משנה זיין א זאך וואס ער טוט אייביג האט ער אויך נישט געוואלט. האט ער זיך מיישב געווען, אז ער וועט דאס איינע מאל אינגאנצן נישט שרייבן קיין דאטום..
גאוה געהערט צום אויבערשטן, עס האט לגמרי נישט מיט קיין נברא
אינגאנצן - לגמרי נישט!!!
דער כבוד פון א נברא איז, אז ער ווייסט פון
דעם בורא, ער איז מכבד דעם בורא - אט דאס איז זיין כבוד ממש!!!
(הגה"ק רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א)
צפת דאמעריקא
שר האלף
תגובות: 1116
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 19, 2021 6:03 pm

Re: רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צפת דאמעריקא »

אונגארישע הייזער האט געשריבן:איך גיי מיך מיט ענק נישט טענה'ען מער איבער דעם ענין בל"נ, די גירסא פונעם וויזניצער רבי'ן זצ"ל קוקט אויס קראנט.

אבער איינער פון ענק קען די מעשה מיט ר' יוסף צבי דושינסקיא זצ"ל אלס חוסטער רב ווען ער האט געארבעט פאר די אגודה, וואס עס איז אריבער צווישן איהם מיטן מונקאטשער רב זצ"ל? אויב יא שטימט אלעס זייער פיין, די אלע מעשיות זענען קיין שום סתירה לפי דרכו.

עס איז כדאי צו פארצייכענען אז נאכדעם האט דער מנחת אלעזר געשיקט צוויי שליחים מפייס צו זיין ר' יוסף צבי דושינסקיא זצ"ל אז ער איז ארויס אקעגן אים מיט א שארפקייט, און האט זיך אויסגעדרוקט פאר די שליחים "פאר דעם איד האב איך דרך ארץ, ווייל ער האט אסאך תורה לשמה געלערנט".....

אזוי אויך איז דא א מימרא פון ר' יוסף צבי זצ"ל אויפן מנחת אלעזר זצ"ל בזה"ל: "מיר פארשטייען נישט היינט, וואס מונקאטשער רב האט פארשטאנען פאר פאציג (פערציג) יאהר צוריק"....

אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובה דורך אוהב ספרים »

צפת דאמעריקא האט געשריבן:אז מען רעדט איבער די שייכות פונעם מנחת אלעזר זצ"ל מיט רבי מאיר שפירא זצ"ל איז אינטערסאנט צו פארציילן די באקאנטע מעשה, אז ר' מאיר האט געשיקט א בריוו צום מנחת אלעזר אן א דאטום אויפן בריוו, נאכדעם איז מען געוואר געווארן פשט אין דעים ווייל פון ווען ר' מאיר האט געגרינדעט דעם דף היומי האט ער אייביג צוגעשריבן צום טעגליכן דאטום פון יענעם טאג אויך די לימוד פונעם דף היומי ווי מען האלט, אבער ווען ער האט געשריבן פארן מנחת אלעזר, האט ער געהאט א ספק וואס צו טוהן? שרייבן דעם דף היומי וואלט דאס געהייסן חלילה וי ער איז פוגע בכבוד פון מנחת אלעזר, און משנה זיין א זאך וואס ער טוט אייביג האט ער אויך נישט געוואלט. האט ער זיך מיישב געווען, אז ער וועט דאס איינע מאל אינגאנצן נישט שרייבן קיין דאטום..

א שיינע מעשה וואס שטומט נישט אינגאנצען מיט די מציאות
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובה דורך חמרא טבא »

פארוואס?
דביה תחדי נפשא
קלאנג
שר האלף
תגובות: 1957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 11:50 pm

Re: רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאנג »

אוהב ספרים האט געשריבן:
צפת דאמעריקא האט געשריבן:אז מען רעדט איבער די שייכות פונעם מנחת אלעזר זצ"ל מיט רבי מאיר שפירא זצ"ל איז אינטערסאנט צו פארציילן די באקאנטע מעשה, אז ר' מאיר האט געשיקט א בריוו צום מנחת אלעזר אן א דאטום אויפן בריוו, נאכדעם איז מען געוואר געווארן פשט אין דעים ווייל פון ווען ר' מאיר האט געגרינדעט דעם דף היומי האט ער אייביג צוגעשריבן צום טעגליכן דאטום פון יענעם טאג אויך די לימוד פונעם דף היומי ווי מען האלט, אבער ווען ער האט געשריבן פארן מנחת אלעזר, האט ער געהאט א ספק וואס צו טוהן? שרייבן דעם דף היומי וואלט דאס געהייסן חלילה וי ער איז פוגע בכבוד פון מנחת אלעזר, און משנה זיין א זאך וואס ער טוט אייביג האט ער אויך נישט געוואלט. האט ער זיך מיישב געווען, אז ער וועט דאס איינע מאל אינגאנצן נישט שרייבן קיין דאטום..

א שיינע מעשה וואס שטומט נישט אינגאנצען מיט די מציאות

איך מיין אז די בריוו איז געדריקט
וקול התור נשמע בארצנו
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

קלאנג האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:
צפת דאמעריקא האט געשריבן:אז מען רעדט איבער די שייכות פונעם מנחת אלעזר זצ"ל מיט רבי מאיר שפירא זצ"ל איז אינטערסאנט צו פארציילן די באקאנטע מעשה, אז ר' מאיר האט געשיקט א בריוו צום מנחת אלעזר אן א דאטום אויפן בריוו, נאכדעם איז מען געוואר געווארן פשט אין דעים ווייל פון ווען ר' מאיר האט געגרינדעט דעם דף היומי האט ער אייביג צוגעשריבן צום טעגליכן דאטום פון יענעם טאג אויך די לימוד פונעם דף היומי ווי מען האלט, אבער ווען ער האט געשריבן פארן מנחת אלעזר, האט ער געהאט א ספק וואס צו טוהן? שרייבן דעם דף היומי וואלט דאס געהייסן חלילה וי ער איז פוגע בכבוד פון מנחת אלעזר, און משנה זיין א זאך וואס ער טוט אייביג האט ער אויך נישט געוואלט. האט ער זיך מיישב געווען, אז ער וועט דאס איינע מאל אינגאנצן נישט שרייבן קיין דאטום..

א שיינע מעשה וואס שטומט נישט אינגאנצען מיט די מציאות

איך מיין אז די בריוו איז געדריקט

יא עס איז געדריקט
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

Re: רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

חמרא טבא האט געשריבן:פארוואס?

עס איז דא גענוג בריעוון אהן דעם צייכענונג פון דף היומי וואס זענען נישט געשריבען צום הייליגען מנחת אלעזר אדער אנדערע קנאותדיגע רבי'ס
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

אוהב ספרים האט געשריבן:עס איז דא גענוג בריעוון אהן דעם צייכענונג פון דף היומי וואס זענען נישט געשריבען צום הייליגען מנחת אלעזר אדער אנדערע קנאותדיגע רבי'ס

ברענג א דוגמא ביטע
דביה תחדי נפשא
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

Ban Mazel האט געשריבן:געראטעוועט געווארן דורכ'ן עסן ווי א איד
דער מונקאטשער רב, דער בעל מנחת אלעזר זי"ע איז אמאל געפארן מיט א באן, אויפ'ן וועג האט מען דארט געגעבן א נישט כשר'ע סעודה, איז געווען דארט איינער וואס האט אויסגעזען ווי א גוי און האט געגעסן מיט א גוטן אפעטיט, דער מונקאטשער רב איז צוגעגאנגען צו אים, און אים געזאגט, אז ער זאל שוין אויפהערן צו עסן, ווייל די עסן איז טריפה.
דער מענטש האט זיך אבער נישט וואוסענדיג געמאכט, און האט ווייטער געגעסן, און האט געפרעגט מיט וואונדער, פארוואס דער רב האלט אים פאָר מער ווי אנדערע גוים, אזוי האט זיך דאס איבערגע'חזר'ט עטליכע מאל, דער רב האט אים פאָרגעהאלטן אז ער איז עובר אויף איסורי דאורייתא, ער עסט נבילות וטריפות, ער וועט דארפן געבן דין וחשבון דערויף, אבער יענער האט ווייטער געגעסן ווי נישט אים האט מען געמיינט.
ווען דער מונקאנטשער רב איז צוגעגאנגען צו אים דעם זעקסטן מאל, האט דער מענטש זיך געבראכן, און האט מודה געווען אז ער איז טאקע א איד, אבער ער האט זיך זייער געוואונדערט, וויאזוי דער רב האט געוואוסט אז ער איז א איד, האט ער געבעטן דעם רב, ער זאל אים זאגן וויאזוי עס איז אים איינגעפאלן אז ער איז א איד.
האט דער הייליגער מנחת אלעזר אים געזאגט, ווען איך האב דיך געזען עסן, האב איך באמערקט אז דו עסט אנדערש ווי די גוים, איך האב געזען אז דו ברעכסט אראפ א שטיקל און דו בייסט נישט אריין, אזוי ווי די הלכה איז אין שלחן ערוך (סי' ק"ע), האב איך באלד פארשטאנען אז מן הסתם ביסטו א אידיש קינד פון אן ערליכע שטוב, נאר דו האסט ליידער אראפגעווארפן פון דיר דעם עול פון תורה און פון מצוות, דער איידעלע וועג פון עסן האט מען דיך אויסגעלערנט פון קינדווייז אן, און ס'איז נאך געבליבן אין דיר אלץ געוואוינהייט, וועגן דעם בין איך געווען זיכער אז דו ביסט א איד, דערפאר האב איך דיך מעורר געווען אז דו זאלסט נישט עסן קיין נבילות און טריפות.
די מעשה האט זייער שטארק געכאפט דעם מענטש, און דאס האט אים צוריקגעברענגט צום אידישן וועג, אזוי ווייט, אז דער איד האט זיך שפעטער שטארק אריינגעלייגט צו מקרב זיין אנדערע אידן צו אידישקייט.

נאך די צווייטע וועלט מלחמה זענען די עסקנים ארומגעגאנגען פון קלויסטער צו קלויסטער, פרובירנדיג אויפצוזוכן און ארוסראטעווען פון דארט אידישע קינדער, ווי באקאנט האבן פיל אידן איבערגעגעבן זייערע קינדער צו גוישע שכנים - פאר מ'האט זיי געפירט קיין אוישוויץ - מיט די האפענונג אז נאך די מלחמה וועלן זיי צוריקנעמען די קינדער, און נאך די מלחמה ווען די גוים האבן געזען אז די אידן קומען נישט צוריק, האבן זיי איבערגעגעבן די קינדער צו די קירכעס רח"ל, און די גלחים האבן גע'טענה'ט אז זיי זענען גוים, און די עסקנים האבן געהאט גרויסע שוועריגקייטן אויפציווייזן אז זיי זענען אידן, דער איד וואס ביי אים האט פאסירט די מעשה פונעם מנחת אלעזר וועלכער איז אויך געווען פון די עסקנים, האט אלעמאל נאכגעקוקט וועלכע קינדער עסן איידל, און ברעכן אראפ פון די עסן, זיי בייסן נישט אריין אין גרעסערע שטיקער, און אויף די קינדער האט מען געוויזן פאר די גלחים אז זיי זענען אידן, ווייל זיי עסן אנדערש ווי די גוים, און אזוי האט מען ארויסגעראטוועט צענדליגע אידן פון אן אייביגן אומגליק.
זעט מען פון דעם, אז א איד דארף מיט אלעם זיין אפגעשיידט פון די גוים, און מ'זאל דערקענען אויף אים טריט און שריט אז ער איז א איד, אזוי ווי ס'שטייט אין פסוק, ואבדיל אתכם מן העמים להיות לי.

מענין לענין האב איך געהערט אמאל א מעשה אז א איד נעבעך האט געטון די זעלבע זאך ווי דער איד דא אויבן, געוואלט ווערן א פאלנער ערל, אמאל זייענדיג אין רעסטוראן קומט צו צו זיין טישל דער סארווירער און זאגט אים עפעס וואס ער זאגט געווענליך פאר אידישע קליענטן, דער איד ביטערליך אנטוישט פרעגט דעם סארווירער מה עול מצאת בי, אז ביסט מיך חושד מיט אזא עון, זאגט אים יענער זייער פשוט, ער האט געזען די ברעקלעך וואס איז געפאלן פון זיין ברויט האט ער גערוקט מיט די הענט אריין צום טיש, א גוי זאגט ער רוקט אלץ אראפ אויף דער ערד.. דער איד האט זיך געכאפט אז מ'קען סיי ווי נישט ווערן א גוי און זיך אומגעקערט לחיק אבותיו
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

מן הסתם רעדט אוהב פון בריוון געשריבן פאר תרפ"ג...
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

Re: רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

אוראייניקל האט געשריבן:מן הסתם רעדט אוהב פון בריוון געשריבן פאר תרפ"ג...

פאר דעם פרייז זאג שוין נאך תרצ"ז
צפת דאמעריקא
שר האלף
תגובות: 1116
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 19, 2021 6:03 pm

Re: רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צפת דאמעריקא »

אוהב ספרים האט געשריבן:
צפת דאמעריקא האט געשריבן:אז מען רעדט איבער די שייכות פונעם מנחת אלעזר זצ"ל מיט רבי מאיר שפירא זצ"ל איז אינטערסאנט צו פארציילן די באקאנטע מעשה, אז ר' מאיר האט געשיקט א בריוו צום מנחת אלעזר אן א דאטום אויפן בריוו, נאכדעם איז מען געוואר געווארן פשט אין דעים ווייל פון ווען ר' מאיר האט געגרינדעט דעם דף היומי האט ער אייביג צוגעשריבן צום טעגליכן דאטום פון יענעם טאג אויך די לימוד פונעם דף היומי ווי מען האלט, אבער ווען ער האט געשריבן פארן מנחת אלעזר, האט ער געהאט א ספק וואס צו טוהן? שרייבן דעם דף היומי וואלט דאס געהייסן חלילה וי ער איז פוגע בכבוד פון מנחת אלעזר, און משנה זיין א זאך וואס ער טוט אייביג האט ער אויך נישט געוואלט. האט ער זיך מיישב געווען, אז ער וועט דאס איינע מאל אינגאנצן נישט שרייבן קיין דאטום..

א שיינע מעשה וואס שטומט נישט אינגאנצען מיט די מציאות

די מעשה ווערט געברענגט אין אוצר פלאות התורה אז כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א האט זיך געטראפן ביי א ברית מיט ר' מאיר שפירא'ס ברידער אין האט אים געפרעגט אויב ער ווייסט פשט פארוואס די בריוו האט נישט קיין דאטום, האט אים ר' מאיר'ס ברידער געענפערט די תירוץ....
גאוה געהערט צום אויבערשטן, עס האט לגמרי נישט מיט קיין נברא
אינגאנצן - לגמרי נישט!!!
דער כבוד פון א נברא איז, אז ער ווייסט פון
דעם בורא, ער איז מכבד דעם בורא - אט דאס איז זיין כבוד ממש!!!
(הגה"ק רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א)
אוועטאר
טשולענט בונדלעך
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 14, 2019 2:18 pm

Re: רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשולענט בונדלעך »

37.jpg
37.jpg (195.95 KiB) געזען 2517 מאל
א יוד מאכט נישט מיט, א יוד ווערט איבערגעמאכט...
געהערט פון א ידיד וואס האט אסאך מיטגעמאכט, און געווארן איבערגעמאכט
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

Re: רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

https://www.kedem-auctions.com/he/node/69061

119.jpg
119.jpg (148.46 KiB) געזען 2365 מאל
צפת דאמעריקא
שר האלף
תגובות: 1116
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 19, 2021 6:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צפת דאמעריקא »

איך האב געזעהן אין תורת אלף פון הגה"ק משאפראן זצ''ל ווי אזוי ער שרייבט אויפן מנחת אלעזר ''אור שבעת הימים'' עס איז מיר א חידוש ווייל מען שרייבט עס נאר אויפן בעש"ט
גאוה געהערט צום אויבערשטן, עס האט לגמרי נישט מיט קיין נברא
אינגאנצן - לגמרי נישט!!!
דער כבוד פון א נברא איז, אז ער ווייסט פון
דעם בורא, ער איז מכבד דעם בורא - אט דאס איז זיין כבוד ממש!!!
(הגה"ק רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א)
צפת דאמעריקא
שר האלף
תגובות: 1116
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 19, 2021 6:03 pm

Re: רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צפת דאמעריקא »

נדפס בס' תורת אל"ף ח"ד מכתב נ"א בזה"ל: כי נגע בנו יד ד' בעוה"ר בהסתלקות אור של שבעת ימי בראשית קודש הקדשים רבינו הקדוש הכ"מ זי"ע. והי' עולם חשוך ולא יכולתי אז לצרף מחשבותי.....
גאוה געהערט צום אויבערשטן, עס האט לגמרי נישט מיט קיין נברא
אינגאנצן - לגמרי נישט!!!
דער כבוד פון א נברא איז, אז ער ווייסט פון
דעם בורא, ער איז מכבד דעם בורא - אט דאס איז זיין כבוד ממש!!!
(הגה"ק רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א)
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5169
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

טשולענט בונדלעך האט געשריבן:
37.jpg

דער בילד איז א באקאנטער,
וואס פעלט אויס צו פארפאטשקען מיט א וואטערמארק?
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

צפת דאמעריקא האט געשריבן:איך האב געזעהן אין תורת אלף פון הגה"ק משאפראן זצ''ל ווי אזוי ער שרייבט אויפן מנחת אלעזר ''אור שבעת הימים'' עס איז מיר א חידוש ווייל מען שרייבט עס נאר אויפן בעש"ט

נישט וואר, שוין געזען די טיטל אויף נאך צדיקים. א דוגמא, אויף די מציבה פונעם הייליגן קאמארנער שטייט אויך אור שבעת הימים (געדריקט אין ספר בית קאמארנא), און אויף די שער בלאט פון אהבת ישראל שטייט אויך די טיטל אור שבעת הימים.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
אוועטאר
טאלנער יונגערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 819
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 6:52 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאלנער יונגערמאן »

טראק דרייווער האט געשריבן:
צפת דאמעריקא האט געשריבן:איך האב געזעהן אין תורת אלף פון הגה"ק משאפראן זצ''ל ווי אזוי ער שרייבט אויפן מנחת אלעזר ''אור שבעת הימים'' עס איז מיר א חידוש ווייל מען שרייבט עס נאר אויפן בעש"ט

נישט וואר, שוין געזען די טיטל אויף נאך צדיקים. א דוגמא, אויף די מציבה פונעם הייליגן קאמארנער שטייט אויך אור שבעת הימים (געדריקט אין ספר בית קאמארנא), און אויף די שער בלאט פון אהבת ישראל שטייט אויך די טיטל אור שבעת הימים.

אויף'ן צדיקים פון פאר'ן בעש"ט הק' ביז דער גאר שפעטעדיגע דורת. לדוגמא דער אר"י הק' (היכל הברכה פרשת משפטים דף קצ"ט), הרה"ק מסאטמאר זי"ע (אין א בריוו פון אבד"ק דעברעצין און פריימאן).
עי' תפארת שלמה פ' אחרי מות בד"ה כתונת בד "...וז"ש ויברך אלקים את יום השביעי. הצדיק נקרא אור שבעת הימים. ויקדש אותו. מדת היסוד. אשר ברא אלקים לעשות. עולם העשיה מתנהג ע"י הצדיק..." ס'שטייט נישט דוקא דער בעש"ט הק'!
'געשענישען זענען באשערט, דאס עגמת נפש מאכט זיך דער מענטש אליין' (הרה"ק בעל שפת אמת זי"ע)

רבותי, איך בין שוין ארויס פון'ם וועלט. איך בין אויך נישט דא אויף א אנדערע ניק. מ'קען זיך אייביג פארבינדען מיט מיך דארך אימעיל - [email protected]
.
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3100
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

צפת דאמעריקא האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:איך גיי מיך מיט ענק נישט טענה'ען מער איבער דעם ענין בל"נ, די גירסא פונעם וויזניצער רבי'ן זצ"ל קוקט אויס קראנט.

אבער איינער פון ענק קען די מעשה מיט ר' יוסף צבי דושינסקיא זצ"ל אלס חוסטער רב ווען ער האט געארבעט פאר די אגודה, וואס עס איז אריבער צווישן איהם מיטן מונקאטשער רב זצ"ל? אויב יא שטימט אלעס זייער פיין, די אלע מעשיות זענען קיין שום סתירה לפי דרכו.

עס איז כדאי צו פארצייכענען אז נאכדעם האט דער מנחת אלעזר געשיקט צוויי שליחים מפייס צו זיין ר' יוסף צבי דושינסקיא זצ"ל אז ער איז ארויס אקעגן אים מיט א שארפקייט, און האט זיך אויסגעדרוקט פאר די שליחים "פאר דעם איד האב איך דרך ארץ, ווייל ער האט אסאך תורה לשמה געלערנט".....

אזוי אויך איז דא א מימרא פון ר' יוסף צבי זצ"ל אויפן מנחת אלעזר זצ"ל בזה"ל: "מיר פארשטייען נישט היינט, וואס מונקאטשער רב האט פארשטאנען פאר פאציג (פערציג) יאהר צוריק"....

למעשה לא נתפייסו
פוצה פה ומצפצף
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

Re: רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

אוועטאר
מחצה''ק
שר האלף
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2019 7:28 pm

Re: רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחצה''ק »

אוהב ספרים האט געשריבן:
אוראייניקל האט געשריבן:מן הסתם רעדט אוהב פון בריוון געשריבן פאר תרפ"ג...

פאר דעם פרייז זאג שוין נאך תרצ"ז

סתם שרייען האט נישט קיין פשט
קהילת יקנה''ז
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 25, 2020 11:36 am

Re: רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהילת יקנה''ז »

scy4851 האט געשריבן:הערט א מעשה שהיה.

בערך אכט חדשים פארען פטירה פון אויווארער רב ז"ל האט ער געליטען א סטראק. ער איז געלעגען א פאר וואכען אין שפיטאל,
און עס איז געקומען א שאלה צי איהם וועגען נעמען ביי א שידוך מיטען רבי יהודה החסיד, איך געדענק נישט פינקטלעך וואס די שאלה איז
געווען, נאר ער האט געזאגט מראה מקומות וויא צי קוקען, און דער לעצטע מראה מקום איז געווען א מנחת אלעזר ערגעץ, און ער האט
געזאגט אז אויב דער מנחת אלעזר בארירט דער שאלה זאל מען טוהן אוויא ער פסקענט.
יעצט קומענדיק צי אינזער ענין.
איינער איז דארט געווען ביי זיין בעט און געזאגט אז ער האט געהערט בשם א גדול, אז אויב די גוי'אישע נעמען זענען נישט די זעלבע, קען
מען מצרף זיין די גוי'אישע נעמען צי די אידישע נעמען און טוהן דער שידוך, ווייל די צוויי הייסען דאך אנדערשט.

דער רב ז"ל האט אגעפאנגען קאכען, אז חס ושלום טוהן אזא זאך. און האט אנגעפאנגען רימען דעם מונקאטשער רב און וויא ער איז געווען
שטארק אקעגען רופען יודען מיט גוי'אישע נעמען.

viewtopic.php?f=5&t=5155

"שיקט אריין" אלטע בילדער פון קרית יואל צו :
[email protected]

און מיר וועלן עס ארויפשטעלן אויפן וועלטל!
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”